☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

191 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6334
בלאט: 1 2 3 4

אישתישבי » מיטוואך מאי 2, 2018 9:08 am

· #401181
צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.

בן ישי » מיטוואך מאי 2, 2018 12:03 pm

· #401199
אישתישבי

מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 2, 2018 12:42 pm

· #401205
שבת אחים: דו ביסט גערעכט מיט די מערסטע נקודות. נאר אזויפיהל איז יא דא א חילוק. אויב מ'רייסט נישט אויס געלט פון די מענטשן פאר'ן רעבי'ן. ווייל אויב יא. איז דאס געהעריגע גזילה. איך האב מיט א סאך יארן צוריק באגעגנט א יונגערמאן. א חסיד פון א געוויסן רעבי'ן. און בשעתו האט מען געהייסן פאר א יעדן איינעם וואס באלאנגט צו יענע חסידות צו געבן $2,000 דאללער פאר'ן רעבי'ן. און דער וואס האט נישט האט געדארפט נעמען א גמ"ח. יענער יונגערמאן איז געווען אן ארימאן א שלעפער. האביך איהם אנגעשריגן און געזאגט. בעסער קויף א פאר שיך פאר דיינע קינדער.נישט געב פאר דעם רייכן רעבי'ן געלט...!

אבער ווען מ'בעט נישט קיין געלט איז דאס נישט שעדליך. ס'איז פונקט אזוי ווי גיין קוקן א טעאטער שפיהל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 2, 2018 12:55 pm

· #401209
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
בן ישי
אישתישבי
צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.

מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.
די ניגונים אין בעלזא זענען געמאכט געווארען דורך פריערדיגע צדיקים? למשל וועלכע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויסער געווענדליך » מיטוואך מאי 2, 2018 1:20 pm

· #401210
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

וואסי פשט אין דער שווארצע ׳ביסט׳ אין וואס דער אדמור קומט אן צו זיין אכסניא? ווי איז דער ראלס ראיס וואס מ׳האט אונז צוגעזאגט? ועוד, פארוואס מוז ער ארויס טרעטען מיט א בלויזען קאפ, ביז ער טוט אן דער הוט? האט מען דען נישט געקענט פועלן א העכערע קאר, אז ער זאל קענען ארויסטרעטען מיט די הוט פלאצירט פונקט ווי עס באלאנגט? און זייט ווען רייזעט מען מיט א הוט? אויף וואס איז דער קאלפיק געמאכט?

בן ישי » מיטוואך מאי 2, 2018 5:06 pm

· #401237
ליטוואק פון בודאפעסט
בן ישי
אישתישבי
צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.

מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.
די ניגונים אין בעלזא זענען געמאכט געווארען דורך פריערדיגע צדיקים? למשל וועלכע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

האסט מיך געכאפט...
בעלז זינגט טאקע אסאך היינטיגע ניגונים אנדערש ווי רוב אנדערע טישן אבער ס'איז נאכאלץ שיינע ניגונים מיט וואס מ'קען זיך אנווארעמען דאס הארץ אדער ארויס געבן אביסל שמחה אויף א כשר'ע אופן.

בן ישי » מיטוואך מאי 2, 2018 5:11 pm

· #401239
.

בן ישי » מיטוואך מאי 2, 2018 5:16 pm

· #401240
אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

קענסט מיר מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל פארוואס געווענליך שרייבסטי נישט אנליין?
אין וואס גייט אריין בגדר אויסערגעווענליך אז די שרייבסט יא?
לעצטענס איז דא אסאך אויסערגעווענליכע פאלן אדער די גייסט יעצט דורך אומגעווענליכע זמנים?
קלאר מיך אויס וואס דא גייט פאר...
אפשר איז עס גאר ווי א בחינה פון אייביג האבן פאר זיך די פסוק שויתי...

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 3, 2018 12:51 am

· #401305
בן ישי
אישתישבי
צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.

מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.

בערך ווי די אינטערן פלעיס. דארט זיצט מען אויך אפגעטיילט, ווארימע ניגונים, מ'הערט א מעשה מיט א מוסר השכל

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 3, 2018 12:24 pm

· #401384
סמבטיון
ווען א בעלזע חסיד ווי איך האט א פרבלעם, האט א רבין צו וועם ער קען זיך ווענדן, און איך רעד פון אייגענע עקספיריענס, די שאלה איז וואס דו טוסט ווען די האסט א פראבלעם, צו וועם גייסטו? דו גלייבסט דאך אין קיינעם נישט, און צום באשעפער ווייס איך אויך נישט דיין פינקליכע אמונה סטאטוס.

וואס הייסט איך בין דאך אליינס א רבי ממילא גיי איך צו מיר אליינס. אדער בעט איך דעם אהבת ישראל זאל שוין רעדן צום אייבערשטען פאר מיינעט וועגן, ער שטייט דאך גלייך נעבן די כסא הכבוד....

גענוג מיט די שטותים. למעשה האבן די בעלזער נישט קיין רבין צו וועמען זיי קענען זיך ווענדן און גראד אריינגיין אדער רופן אינמיטן די נאכט על כל צרה שלא תבוא אזויווי מיין טאטע פלעגט רופן/לויפן צו ר׳ מאטעלע דירעקט פאר יעדער קלייניקייט אזויווי א קינד לויפט צו זייערע עלטערן׳ס שטוב. ביי ענק איז עס א אפעציעלע פראסעס אזויווי די פוד סטעמפס אפיס. אזא ביוראקראסיע.

לדעתי ווייסן ענק בעלזער נישט וואס ס'האט געמיינט "א אמאליגע רבי". ביי ענק איז אלעס סיסטעמייזט געווארן אין א גרויסע קאמפעני. נישט ווי יעדער חסיד קען זיך גיין דורכרעדן מיט זיין רבין ווען און וואו אימער.

בן ישי » דאנערשטאג מאי 3, 2018 12:32 pm

· #401388
ס'איז אמת אז בעלז האט נישט קיין נאנטע קשר מיט זייער רבי, זיי זעהן עם בערך איינמאל אין צוויי יאר אין אפילו דעמאלטץ גייט מען אריין אויף א קוויטל דרייסיג מענטשן אויפאמאל.
אבער טאקע דערפאר האט ער איינגעפירט אז בעלז זאל האבן אסאך בתי מדרשים אין יעדע שטאט אין יעדער ביהמ"ד האט זיין אייגענע דיין אזוי האבן זיי א נאנטע קשר מיטן דיין וואס ער איז זייער מורה דרך.

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 3, 2018 1:10 pm

· #401407
בן ישי
ס'איז אמת אז בעלז האט נישט קיין נאנטע קשר מיט זייער רבי, זיי זעהן עם בערך איינמאל אין צוויי יאר אין אפילו דעמאלטץ גייט מען אריין אויף א קוויטל דרייסיג מענטשן אויפאמאל.
אבער טאקע דערפאר האט ער איינגעפירט אז בעלז זאל האבן אסאך בתי מדרשים אין יעדע שטאט אין יעדער ביהמ"ד האט זיין אייגענע דיין אזוי האבן זיי א נאנטע קשר מיטן דיין וואס ער איז זייער מורה דרך.

זעהסטו. אמאל האט מען געמיינט אז סאיז א מעלה אז די רבי האט נאר איין זוהן. אזוי וועט מען זיך נישט ארומקריגן. למעשה זעהט זיך אויס אז נישט. די רב קען נישט הענדלן אזויפיל טויזנטער מענטשען. בעלזא האט זיך אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר קיינמאל נישט צוטיילט. פארדעם זענען זיי אזוי גרויס. ווען וויזניץ בלייבט ווען איין גרויסע חסידות וואלט זיך דער רבי אויך נישט געקענט קיין עצה געבן, אפילו צוטיילטערהייט זענען זיי צו גרויס. אלזא פון דא איז געדרינגן אז סאיז בעסער פאר די המון עם ״קלענערע חסידות׳ן״ ווי איידער איין גרויסע פאוערפולע חסידות ווי יעדער איז א נומבער. נישט אזוי.

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 3, 2018 5:36 pm

· #401446
שבת אחים

ביז דערווייל זעה איך נישט, ווי פון די "חיסרון" איז ארויס אזעלכע שלעכטע פירות...
ב"ה נישטא פון וועמען זיך צו שעמען. (פון דיר אויך נישט...)

שמעון וואלף » זונטאג מאי 6, 2018 11:51 pm

· #401695
.
📎 DcifL4pX0AAYAfV.jpeg

איש חזון » מאנטאג מאי 7, 2018 5:34 pm

· #401798
בן ישי
100-200 מענטשן אויפאמאל.

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 11, 2019 12:00 am

· #432997
.
📎 Screenshot_2019-07-10-23-55-59-1.png

וואלווי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 12:24 am

· #432998
שמעון וואלף
.

ברחובו"ת העיר וגו' ילדים וילדות משחקים...

The only difference between men and boys, is the price of their toys....

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:15 am

· #433013
לאידך גיסא, זענען פארהאן אויך פון די סארט רבנים ואדמורי"ם:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5388">viewtopic.php?f=24&t=5388</a><!-- l -->

חסיד פון ליטא » פרייטאג יולי 12, 2019 1:39 am

· #433073
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
דער אשכול טיטל קומט צו זיין 'סוס ורכבו'

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:24 pm

· #491184
.
📎 FIq563rWUAUYM6a.jpeg

שמן למאור » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:52 pm

· #491186
שמעון וואלף
.

וועלעכע אדמו''ר איז דאס?

יודל טריקען » מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:26 am

· #491190
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
שמעון וואלף
.
איך בין אן קיין ווערטער, א מין באשיידענהייט פון א רבי, ער ברויך נישט קיין עסקעלעיד ער איז מוותר אויף די דובדבן לעמפלעך עפעס אן אויסטערלישע ענווה,
וואס דערקוטשעט מיר יא איז וואס א שטייגער טוט ער מיטן מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול??
איך בין אים דן לכף זכות אז ער פארלאזט זיך אויפען אין מלך בלא עם

היסטאריע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:45 pm

· #491275
היינט קען מען שוין באשרייבן די פליגערס פין דער רבי'ס

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:53 pm

· #491276
@רביה"ק זי"ע @מורנו הרב
קומטס אריין מיט דיטס. וועלכע קאר האבן ענק?

מיליאנער » מאנטאג יאנואר 10, 2022 9:06 pm

· #491277
אגב מענין לענין, לגבי רבי'שע הייזער דאכט זיך מיר אז מהר''א מסאטמאר האט די פשוט'סטע הויז פון אלע גרויסע רבי'ס סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, ער וואוינט אין די זעלבע הויז נאך פאר ער איז אפילו געווען קרית יואלע רב!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 9:08 pm

· #491278
מיר האבן א באשיידענע האנדע.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 10, 2022 9:39 pm

· #491281
רביה''ק זי''ע
מיר האבן א באשיידענע האנדע.

ערשטס מזל"ט פאר דיין נייע גילגול, פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די רעדסט פון זיך בלשון רבים, איינס מהר"י און איינס פאר מהר"א.

איך פארשטיי נאר נישט עטץ זיצטצט אין איין קאר, שלום פויגל לאזט עס צי?

דיין נאמען שטימט נאר נישט, ביי איז און בעלזא (וואס וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים ביז משיח'ס טאג) ריפט מען עים "די רב זכרונה לברכה" מיטן בעלזער קנייטש, @ברוינשטיין גיי לערן די סאטמורים די בעלזא תנועה.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:46 am

· #491304
מיליאנער
אגב מענין לענין, לגבי רבי'שע הייזער דאכט זיך מיר אז מהר''א מסאטמאר האט די פשוט'סטע הויז פון אלע גרויסע רבי'ס סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, ער וואוינט אין די זעלבע הויז נאך פאר ער איז אפילו געווען קרית יואלע רב!

פון אלע גרויסע רבי'ס אין קרית יואל?

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 11, 2022 11:39 am

· #491329
שמעון וואלף
מיליאנער
אגב מענין לענין, לגבי רבי'שע הייזער דאכט זיך מיר אז מהר''א מסאטמאר האט די פשוט'סטע הויז פון אלע גרויסע רבי'ס סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, ער וואוינט אין די זעלבע הויז נאך פאר ער איז אפילו געווען קרית יואלע רב!

פון אלע גרויסע רבי'ס אין קרית יואל?

ניין פון צווישן באבוב, מהרז''ל, סקווירא, בעלזא, וויזניץ, וכו' וכו' וכו'

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:48 pm

· #491346
די אכט וויזניצער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
די באבאווער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
דער סקווערער וועיס איך נישט.

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:25 pm

· #491351
היסטאריע
די אכט וויזניצער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
די באבאווער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
דער סקווערער וועיס איך נישט.

איך האב בכלל נישט געזאגט אז זיי האבן פענסי הייזער, איך האב געזאגט אז מהר''א האט די פשוט'סטע פון זיי אלע.

און יא ער האט א פשוטערע הויז פון באבוב.

איך האב נישט גערעדט פון די אכט וויזניצע רבי'ס און איך האב נישט קיין אנונג ווי זיי וואוינען, איך האב גערעדט פון די ארץ ישראל'דיגע וואס זענען קאנסידערט אלטס וועלט'ס רבי'ס.

מנחם ציון » דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:43 pm

· #491375
📎 1.png

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 6:16 pm

· #491381
קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע
מיר האבן א באשיידענע האנדע.

ערשטס מזל"ט פאר דיין נייע גילגול, פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?

גראדע זעט מען אויך א שטארקע חילוק צעווישן די גלגילים, אין די צייט וואס רביה''ק איז געווען מהר''י ט''ב, פלעגט ער אסאך מער רעדן און שרייבן, און אסאך מער באריכות, און מיט א הומאריסטישן קנייטש
אבער זייט ער איז געווארן מהר''א מבעלזא, זיצט ער זיך שטיל פאר'דבק'עט אין זיין ווינקל, שרייבט קוים ארויס צוויי דריי ווערטער, און איז בעיקר פארנימען מיטן זען די גוטס אין כלל ישראל, דורך גיבן לייקס,
מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן...

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 11, 2022 6:43 pm

· #491383
מיליאנער
היסטאריע
די אכט וויזניצער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
די באבאווער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
דער סקווערער וועיס איך נישט.

איך האב בכלל נישט געזאגט אז זיי האבן פענסי הייזער, איך האב געזאגט אז מהר''א האט די פשוט'סטע פון זיי אלע.

און יא ער האט א פשוטערע הויז פון באבוב.

איך האב נישט גערעדט פון די אכט וויזניצע רבי'ס און איך האב נישט קיין אנונג ווי זיי וואוינען, איך האב גערעדט פון די ארץ ישראל'דיגע וואס זענען קאנסידערט אלטס וועלט'ס רבי'ס.

הייסט ער וואוינט אין א קאנדא?

מחצה''ק » דינסטאג יאנואר 11, 2022 8:00 pm

· #491386
מיליאנער
היסטאריע
די אכט וויזניצער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
די באבאווער רבי'ס האבן פענצי הייזער?
דער סקווערער וועיס איך נישט.

איך האב בכלל נישט געזאגט אז זיי האבן פענסי הייזער, איך האב געזאגט אז מהר''א האט די פשוט'סטע פון זיי אלע.

און יא ער האט א פשוטערע הויז פון באבוב.

איך האב נישט גערעדט פון די אכט וויזניצע רבי'ס און איך האב נישט קיין אנונג ווי זיי וואוינען, איך האב גערעדט פון די ארץ ישראל'דיגע וואס זענען קאנסידערט אלטס וועלט'ס רבי'ס.

גיי קיק קודם ביידע באבוב'ע הייזער ראכמעסטריווקא רביס הויז אין בארא פארק אין קים ציריק

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:19 pm

· #491398
איך ווייס נישט פון גרויסע רבי׳ס מיט פענסי הייזער
מהרז"ל וואינט אויך אין א פשוטע הויז ווי זיין טאטע האט געוואינט
עס איז גרויס צואקאמאנדירן די רבישע ווערטשאפט אבער בכלל נישט פענסי
מהר"א האט א שיינע 1 פעמיליע הויז גרעסער פון יעדן אין קר"י
חוץ מזה האט ער זיין טאטינ׳ס הויז וואס ער ניצט צו געזעגענען וכדומה

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:38 pm

· #491401
איך ווייס פון אן אדמו"ר אין בארא פארק וועלכער האט אפגגעקויפט אן (אלטן) קעדילעק פון זיין שכן, א איד א גביר. ער האט אבער געהאלטן אין איין זאגן פאר זיינע נאנטע, אז ער זארגט זיך וואס דער עולם וועט זאגן. אז ער פארט זיך ארום אין א ..."קעדדי"..
אויך אין זיין הויז איז נישט דא קיין טראפ לוקסוס. איך קען דעם מענטש שוין העכער פערציג יאר. ער האט דעם זעלבן שענדעליער אין ליווינג רום. גארנישט געטוישט. ער וואוינט נישט אלט און פארשלעפט. אבער אינגאנצן אן לוקסוס...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:59 am

· #491420
עצי שטים
קהל'ס נער
פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?

גראדע זעט מען אויך א שטארקע חילוק צעווישן די גלגילים, אין די צייט וואס רביה''ק איז געווען מהר''י ט''ב, פלעגט ער אסאך מער רעדן און שרייבן, און אסאך מער באריכות, און מיט א הומאריסטישן קנייטש
אבער זייט ער איז געווארן מהר''א מבעלזא, זיצט ער זיך שטיל פאר'דבק'עט אין זיין ווינקל, שרייבט קוים ארויס צוויי דריי ווערטער, און איז בעיקר פארנימען מיטן זען די גוטס אין כלל ישראל, דורך גיבן לייקס,
מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן...

וואס איז געשעהן איז זייער פשוט, ווען איך בין צוערשט אהערגעקומען בין איך נאך געווען אונטער׳ן השפעה פון מיין סאטמארן חינוך פון זיך שלאגן פאר׳ן אמת און אויסשרייען דעם דבר השם אן קיין מורא, און אזוי האב איך טאקע אנגעפאנגען מיין ערשטע תגובה אינעם שלום עליכם אשכול, למעשה בין איך עלטער געווארן און נאך אזויפיל שרייען און שטויסן האט נאך קיינער נישט געטוישט זיין מיינונג ובית הקפה כמנהגו נוהג. מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, צוביסלעך האב איך איינגעזעהן אז דער בעלזער רב זי״ע איז גערעכט געווען. מהר״י ט״ב כבודו במקומו מונח האט מיט זיין שרייען און שרייבן ספרים קיינעם נישט באוויזן אריבערצושלעפן אויף זיין זייט, ס׳האט איהם נאר אנגעמאכט מער שונאים און הארצעסענישן, בעלזער רב מיט זיין צוגעלאזענקייט און מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל האט פיל מער מצליח געווען אין ״איבערצייגן״ מענטשן אין זיין גערעכטיקייט. פונעם ״רעבעסכיסעליינו״ איז געווארן דער ״רובזכעלעברוכע״,

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:52 am

· #491441
מנחם ציון
📎 1.png

ווען מפואר וואלט געמאכט קארס.....

מיליאנער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:08 am

· #491453
רביה''ק זי''ע
עצי שטים
קהל'ס נער
פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?

גראדע זעט מען אויך א שטארקע חילוק צעווישן די גלגילים, אין די צייט וואס רביה''ק איז געווען מהר''י ט''ב, פלעגט ער אסאך מער רעדן און שרייבן, און אסאך מער באריכות, און מיט א הומאריסטישן קנייטש
אבער זייט ער איז געווארן מהר''א מבעלזא, זיצט ער זיך שטיל פאר'דבק'עט אין זיין ווינקל, שרייבט קוים ארויס צוויי דריי ווערטער, און איז בעיקר פארנימען מיטן זען די גוטס אין כלל ישראל, דורך גיבן לייקס,
מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן...

וואס איז געשעהן איז זייער פשוט, ווען איך בין צוערשט אהערגעקומען בין איך נאך געווען אונטער׳ן השפעה פון מיין סאטמארן חינוך פון זיך שלאגן פאר׳ן אמת און אויסשרייען דעם דבר השם אן קיין מורא, און אזוי האב איך טאקע אנגעפאנגען מיין ערשטע תגובה אינעם שלום עליכם אשכול, למעשה בין איך עלטער געווארן און נאך אזויפיל שרייען און שטויסן האט נאך קיינער נישט געטוישט זיין מיינונג ובית הקפה כמנהגו נוהג. מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, צוביסלעך האב איך איינגעזעהן אז דער בעלזער רב זי״ע איז גערעכט געווען. מהר״י ט״ב כבודו במקומו מונח האט מיט זיין שרייען און שרייבן ספרים קיינעם נישט באוויזן אריבערצושלעפן אויף זיין זייט, ס׳האט איהם נאר אנגעמאכט מער שונאים און הארצעסענישן, בעלזער רב מיט זיין צוגעלאזענקייט און מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל האט פיל מער מצליח געווען אין ״איבערצייגן״ מענטשן אין זיין גערעכטיקייט. פונעם ״רעבעסכיסעליינו״ איז געווארן דער ״רובזכעלעברוכע״,

דו מאכסט דא א שטיקל מישמאש.

לאמיר זיין קלאר, דו ביסט געווען א סאטמאר'ער ווייל דו האסט געוואלט קענען איבערצייגן אנדערע דיין מהלך, און דו האסט געזען אז בעלזא קען מער איבערצייגן ביסטו געוואָרן א בעלזער? אויב איז דעיס די קעיס האט נאך ראכמעסטריווקא היבשע האפענונג דיך צו באקומען....

לאמיך אביסל אויסקלארן די מיסאינפארמעישאן.

נומבער איינס, סאטמארע רבי ז''ל האט קיינעם נישט פרובירט אריבערצושלעפן מיט דרשות אדער ספרים, ווער עס ווייסט וויאזוי סאטמאר האט דעמאלטס אויסגעקוקט... א בחינה פון זוטשקא אמסנא... א קליין בית המדרש'ל וואס פארנעמט קוים פופציג אידן, און דארט האט ער געשריגן די אלע דרשות, ער האט נישט געמאכט קיין כינוסים אין ארמאריס אדער סטאדיומ'ס, ער האט נישט געמאכט קיין מצות הפצה מיט קונטרסים און בלעטלעך, אלע זיינע שריט איז געווען אין זיינע ד' אמות אין אמעריקע אדער אר''י. די זעלבע זאך מיט ויואל משה איז נישטא קיין שום אינדיקעישאן אז ער האט געשריבן דעם ספר פאר וויזניץ אדער בעלזא אדער אז ער האט אפילו פרובירט צו פארקויפן די ספר פאר זיי, אלעס איז געווען בלויז פאר זיין עולם.

און דעיס ברענגט מיך צו די צווייטע נקודה אז סאטמארע רב איז נאך געווען די מערסטע סוקסעספול נאכן קריג אריבערצושלעפן מענטשן צו זיין זייט! היינט קוקסטו עס אן אז סאטמאר רבי האט בלויז זיין אייגענע עולם, אבער רבוש''ע פון ווי קומט דעי עולם? וויפל אידן מיינסטו האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר? יעדע סאטמארע איד איז א תוצאה פון דעם וואס סאטמארע רבי האט אים אריבערגעברענגט צו זיין זייט. ער איז אנגעקומען אין אמעריקע אסאך שפעטער פון פילע אנדערע רבנים ווי למשל צעהלים אדער קלויזענבורג וכו' און סאטמאר האט באוויזן צו ווערן די גרעסטע חסידות אין די וועלט, סאו טעל מי אבאוט אריבערשלעפן אויף זיין זייט.

און יא, פרעג דיך נאך ביי די וואס געדענקען אים נאך, וועסטו געוואויר ווערן אז ער האט געהאט א מוראדיגע כאריזמע און צוגעלאזענקייט, ער איז שטענדיג געווען אויפגעלייגט, אזש איך מיין אז ס'איז דא מער ווערטלעך בשם סאטמאר רב ווי פון בעלזא רב.

און יא, סאטמאר רב האט געהאט אסאך מער הארצעסענישן מער פון בעלזער רב, פשוט ווייל ער האט געהאט א נושא וואס האט אים געגעסן דאס הארץ און דער בעלזער האט עס נישט געהאט, און אודאי האט ער געהאט שונאים מער פונעם בעלזער ווייל ער האט געהאלטן פארקערט פון גאנץ כלל ישראל.

יעצט, איך ווייס נישט וואס מ'האט דיך מחנך געווען, און אין וועלכע סאטמארע פראקציע דו האסט זיך געדרייט, אבער מיך האט מען קיינמאל נישט אויסגעלערנט צו מלחמה האלטן מיט אנדערע, אדער איבערצייגן אדער געפעלן פאר אנדערע, פארקערט ס'איז א גאנצע געווינס אויב קען מען ווערן באשמוצט אין די אלגעמיינע אידישע גאס ווייל דאס איז דאך די ארגינעלע סאטמאר... די גאנצע וואס מפרעגלט אריין איז צו זיין שטאלץ אז מ'איז א סאטמארער און אז אונז זעמער אנדערש פון די גאנצע וועלט וכו' וכו'...

אויב דיין דורכפאל איז געווען אז דו האסט פרובירט צו קומען אויף קאווע שטיבל צו אריינכאפן פרעמדע מענטשן אין סאטמאר און ס'איז נישט געלונגען, דאן איז עס דיין אייגענע פראבלעם, און איך ווער נישט צוקראצט אז די ביסט געווארן א בעלזער, ווייל דו ביסט קיינמאל נישט געווען קיין עכטע סאטמארער און יעצט ביסטו נישט קיין עכטע בעלזער און א יאר ארום וועסטו נישט זיין קיין עכטע פאפאנער ס'איז אלעס געמאלן וואסער.

אבער ווער ווייסט? אפשר וועל איך מיך אויך איין טאג אפשאקלען פון סאטמאר....?

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:50 am

· #491454
מיליאנער
.
און דעיס ברענגט מיך צו די צווייטע נקודה אז סאטמארע רב איז נאך געווען די מערסטע סוקסעספול נאכן קריג אריבערצושלעפן מענטשן צו זיין זייט! היינט קוקסטו עס אן אז סאטמאר רבי האט בלויז זיין אייגענע עולם, אבער רבוש''ע פון ווי קומט דעי עולם? וויפל אידן מיינסטו האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר? יעדע סאטמארע איד איז א תוצאה פון דעם וואס סאטמארע רבי האט אים אריבערגעברענגט צו זיין זייט. ער איז אנגעקומען אין אמעריקע אסאך שפעטער פון פילע אנדערע רבנים ווי למשל צעהלים אדער קלויזענבורג וכו' און סאטמאר האט באוויזן צו ווערן די גרעסטע חסידות אין די וועלט, סאו טעל מי אבאוט אריבערשלעפן אויף זיין זייט.

סאטמאר אינדערהיים איז געוועהן פארעכענט פאר א קליינע חסידות, פון פרומע אונגארישע אידן און סיגעטער חסידים. סאיז געוועהן בערך אזויווי טאהשער חסידות היינט.

אמת, סאטמארער רב האט געהאט א געוויסע וועג און א כח צו שלעפן מענטשן צו זיין זייט. ער איז געוועהן הומאריסטיש, כאריזמאטיש, און געהאט א ווייכער הארץ. אבער ס'איז דא נאך אפאר זאכן וואס מ׳דארף נעמען אין consideration

נאכן קריג איז נישט געבליבן קיין איין גרויסער רבי וואס איז געוועהן א קנאי- און א אנטי ציוני/אגודה. די תלמידים פון די מונקאטשער און קנאים פון בעלזא האבן נישט געהאט וואו צו גיין. אלזא איז סאטמאר גרויס געווארן. ממש האלב סאטמאר אדער אפילו מעהר זענען מונקאטשער חסידים פון אינדערהיים א שטייגער ווי די גרויסע סאטמארער גאלדבערגער משפחה, און פערלשטיין, ראזענבערג, קעסטענבוים, קליין, קאלליש, ווערצבערגער, אקערמאן, פיקסלער, וכו׳ וכו׳.

וואלט מונקאטש איבערגעלאזט א געהעריגע יורש וואלט סאטמאר נישט געוועהן קיינמאל וואס זיי זענען היינט!

מיליאנער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:00 am

· #491456
Wow הייסט דו זאגסט אז סאטמאר רב האט באוויזן אריבערצושלעפן בעלזע חסידים צו זיך... דאס איז שוין אריינגעשטאכן א מעסער אין @רביה''ק... 😂

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:02 am

· #491457
מיליאנער
Wow הייסט דו זאגסט אז סאטמאר רב האט באוויזן אריבערצושלעפן בעלזע חסידים צו זיך דאס איז שוין אריינגעשטאכן א מעסער אין @רביה''ק... 😂

נישט נאר בעלזער חסידים נאר וויזניצער חסידים. און קאסאנער חסידים וכו׳

משפחת קלאר, באב״ד, אפפעל, ראזענבערג, רייז, פאגעל, פיש וכו׳ פון סאטמאר זענען וויזניצער חסידים פאר דורי דורות.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:38 pm

· #491462
קודם כל, שלום עליכם שבת'ל, איך האב געוויסט אז נאך דיינע אלע סטראשערייען, וועט מען דיר פריער אדער שפעטער צירוק זען דא, וועלקאם בעק,
און בנוגע סאטמאר,
סאטמאר רב איז געווען די עלטסטע ארויפגעקוקטסטע רבי אין אמעריקא נאכן קריג, בנוסף צו זיינע מעלות פון זיין א געשמאקע צוגעלאזענער מענטש,
ר' שלמה מבאבוב, איז נאכן מלחמה געווען א אינגערמאן, און פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר, וויזניץ האט נאך דאן נישט עקזעסטירט, ר' מוטעלע האט דאן קוים חתונה געהאט, און קלויזנבורגער רב האט נאך פארן קריג שיעור נישט געווארן אן איידעם ביים סאטמאר רב
אטאמאטיש איז די מעין סטריעם אונגארישן עולם אנגעקומען קיין סאטמאר, און אפילו פון די פוילישע און גאליציאנע האבן זיך טייל אנגעטשעפעט אויפן וואגן,
און פארשטייט זיך, אז מיט אביסל (לייען: אסאך) טעראר וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף ווער ס'האט זיך יא אביסל געהויבן דאס קאפ, איז די זאך געווארן מסודר

איך טראכט אמאל צו זיך, אז ס'ממש א שאד, האסט א גאנצע סאטמארע משפחה וואס איז נאר דארטן בלויז ווייל זייער זיידע האט זיך געוואלט קלאמערן ביים צדיק הדור, האט ער אפגעלאזט מונקאטש, אדער וויזניץ וכדו', און איז געגאנגען קיין סאטמאר, אבער למען השם פארוואס דארפן זיינע איינעקלעך יעצט זיין סאטמארע, און זיך 'קלאמערן' ביי מהר''א אדער ביי מהרז''ל, ס'צייט זיך צו קוקן אין שפיגל און טון וואס די זיידע ז''ל האט געטון בשעתו, און ווערן א סקולענער, ראחמאסריווקא, וכ' פארוואס בלייבט מען סטאק?? גראדע איז דא אסאך וואס טוען עס טאקע, און די אלע משפיעים למיניהם, זענען געפאקט מיט סאטמארע 'מבקשים' וואס זיכן עפעס 'מער' ווי וואס סאטמאר האט צו פארקויפן,

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:09 pm

· #491465
העללא.

קודם כל. שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג ווארפט מען מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.

פארוואס מענטשען בלייבן סטאק?

ס'קען זיין אפאר סיבות. אדער האבן זיי נישט וואו צו גיין. אדער ווייל זיי זענען אזוי צוגעוואוינט.

א חסידות איז א קאמיוניטי, און א identity.

ס'איז לכאורה דא א fundamental חילוק צווישן סאטמאר, פאפא און בעלזא, וויזניץ. סאטמאר, פאפא איז מעהר א קהילה און בעלזא און וויזניץ מעהר א חסידות. אבער היינט זענען אלע חסידות כמעט די זעלבע. בערך אזויווי מים חיים סאדע. די בלעק-טשערי מיט די פיינעפעל זענען די זעלבע “קוואליטי” נאר אין א אנדערע פלעיוואר...

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:52 pm

· #491469
עצי שטים
פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,

פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 12, 2022 2:10 pm

· #491470
קהל'ס נער
עצי שטים
פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,

פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.

אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 12, 2022 2:41 pm

· #491472
שבת אחים
קודם כל, שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג מ'ווארפט מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.

כ'האב געמיינט דיינע סטראשענען אז דו ביסט געענדיגט מיט קאווע שטיבל, און אז אויב איז דאס די צוגאנג, דאן ווילסטו נישט שרייבן מער,
און יא, איך האב אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען האט דיר אויסגעשפארט, חוץ פון דעם אז 'מנהל' האט געשריבן אז אין אישי האסטו געענטפערט מיט חוצפה.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 12, 2022 2:46 pm

· #491473
וואלווי
קהל'ס נער
עצי שטים
פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,

פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.

אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.

אלעס פיין און וואויל, איך האב נאר ארויסגעברענגט, אז ער איז געווען אינגער פון סאטמאר רב, און ס'קלאר אז דא אין אמעריקא האט ער זיך מכניע געווען פארן סאטמאר רב,
ער איז טאקע געווען א בעלזא חסיד, און מיט דעם אלעם איז ער נישט געגאנגען צום כותל ווייל סאטמאר רב האט אים געבעטן

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 12, 2022 3:00 pm

· #491475
מיליאנער
אגב מענין לענין, לגבי רבי'שע הייזער דאכט זיך מיר אז מהר''א מסאטמאר האט די פשוט'סטע הויז פון אלע גרויסע רבי'ס סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, ער וואוינט אין די זעלבע הויז נאך פאר ער איז אפילו געווען קרית יואלע רב!

He lived before on Carter Lane so i don't think that's true
בלאט: 1 2 3 4