איך זוך ארבעט!
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6018
איך זוך ארבעט!
איך זוך ארבעט!
איך ארבעט היינט אין א ספרים געשעפט. איך פארדין $650 א וואך. מיינע פיס טוהן שוין וויי פון שטיין אויף די פיס אזוי לאנג יעדן טאג און בעצם גארנישט טוהן. די פעמפערס/פרעשווייפס/סטרעטשיס/קריב/קערידזש/בעיביסיטטער/אייסאמיל פאר די בעיבי תחי' ציפט אראפ צו א גרויסע חלק פון דער פעי טשעק.
איך טויג אויף גארנישט באמת, אבער איך קען מיך שנעל צולערנען.
איך בין אין די אנהויב צוואנציגער יארן.
פיזיש הויך און ברייטביינערדיג געבויעט.
טיפיקעל בארא פארקער אנ-עפיליעיטעד איד.
מיינע געפילן זענען גענויגט צו בויען/קארפענטרי. דער שמעק פון האלץ מאכט מיך אין א גוטע געמוט.
איך האב אויך ליב נאמבערס, כאטש אין בין נישט קיין מאטעמאטיק דזשעני.
הצעות נאר אין אישי, ביטע.
**** ***** *****
ווער נאך עס זוכט א דזשאב, קען נוצען דעם אשכול.
דו האסט ליב דער שמעק פון האלץ, אבער מיר גרוילט דער שמעק פון פיש און כ'לייד נישט קיין גור'ע און כ'האב פיינט די נאמען בונים, סאו אנטשולדיגט מיר, אבער איך קען אייך נישט אויפנעמען ביי מיר אין ביזנעס.
אפטעמיסטדו האסט ליב דער שמעק פון האלץ, אבער מיר גרוילט דער שמעק פון פיש און כ'לייד נישט קיין גור'ע און כ'האב פיינט די נאמען בונים, סאו אנטשולדיגט מיר, אבער איך קען אייך נישט אויפנעמען ביי מיר אין ביזנעס.
העי מאך עס כאטש נישט אזוי ערנסט. יענער מיינט עס דאך פאר עכט
איך האב עפעס פאר דיר אבער זייער א בעסערע ארבעט,
די מיט דיינע ארויפגעצויגענע הויזן i don't thinks all אז עס איז פאר דיר!
גם אני בחלומי 😞
איך טו אביסל קאר סערוויס איך מאך לויט וויפיל קאלס איך באקום, נישט גענוג צו קענען זיך דעקן.
איך טויג אויך אויף גארנישט באמת, און איך קען זיך צולערנען, איך האב אן אייזענעם קאפ פלעגן מיין סובסעטוטערס זאגן.
איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.
גייסטיש הויך אבער פיזיק איינגעדארט.
טיפיקעל קרית יאול'ער
מיינע געפילן זענען גענויגט צו עסן, דער שמעק פון געבאקענע זיטי לעבט מיר אויף
איך האב אויך ליב לייקס.
א דאנק פארן עפענען די אשכול.
איך זוך שרייבעריי אדער טייפן ארבעט.
הצעות נאר אין אישי, ביטע.
דער (פינטעל) אידגם אני בחלומי 😞
איך האב אויך ליב לייקס.
אז די בעטסט אזוי שיין נאדער א באנטש:
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
געניג?
נישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.
אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...
בעהט נישט ווייל איך בייס נישט
איך דארף א דזשאב. נאו זדשאב טו ביג, נאו דזשאב טו שמאל.
ענטינג און זא לערניג פיעלד, ראש ישיבה, משגיח, מלמד, מגיד שיעור. חברותא, טוטער, כותב, מלקט, מגיה.
ביליג, רייך און פראפעשינעל. צופרידנהייט גאראנטיט.
ביטע נאר און אישי.
דער (פינטעל) איד
טיפיקעל קרית יאול'ער
ניכר אויפן ספעלינג 😂 😂
דער (פינטעל) אידאיך האב אן אייזענעם קאפ פלעגן מיין סובסעטוטערס זאגן.
אריין אין גערסע דיאנקעסע אשכול
פישל'ע העררינגנישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.
אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...
כאב פארשטאנען אז ערנסטע ענטפערס איז נאר אין אישי, און דא קען מען מאכן א לעבן....
סארי..
שמעקעדיגפישל'ע העררינגנישט פארדרייען ביטע. עס איז א ערענסטע אשכול אין אחיעזר.
אויב מען האט נישט וואס מציע צו זיין, דאן רעד נישט אריין...
כאב פארשטאנען אז ערנסטע ענטפערס איז נאר אין אישי, און דא קען מען מאכן א לעבן....
סארי..
גערעכט. ביזט גערעכט.
רבותי היינט איז פיזיש ארבייט א זעלטענע זאך אז מען זאל מאכן דערפין שיין פרנסה, ביטע לאז איבער פאר די ערלים.
מיר אידישע קעפ ברויכן זיך פארנעמען מיט קאמפיוטער פראגרמינג, מיר האבן דאך די נויטיגע כלים
פישעלע די לייג זיך אריין און טייפסעטינג, מיר זעיען אז דארט איז דיין שורש נשמה
פון די אנדערע זייט פון האלץ ארבייט ווערט מען נישט טמא
למען העתיד פון קאווע שטיבל בעט מען דעם עולם נישט צו געבן קיין פול-טיים שווערע ארבעט פאר פישעלע
פליקעררבותי היינט איז פיזיש ארבייט א זעלטענע זאך אז מען זאל מאכן דערפין שיין פרנסה, ביטע לאז איבער פאר די ערלים.
א מין רעסיסט! דו ביזט נישט אויפגעקלערט! 😃
איך זוך מנוחה. אויב איינער ווייסט פון א ליין וואס איז נאר זיעת אפיך, אן זיעת עיניך, ידיך, רגליך, אצבעותיך, אוזניך, ראשך. ביטע שיקן אין אישי.
אגב - פאר ווער ס'גלייכט מיין סגנון - איך נעם אהן שרייב ארבעט
@פישל'ע העררינג און
@דער (פינטעל) איד בדומה לו, איך האלט אז מיטן שרייבן
איך טויג אויף גארנישט באמת
גיבסטו גלייך א שלעכטן טעם אין מויל פאר איינעם וואס וואלט ווען אפשר געטראכט פון ענק צו עמפלויען, דער עמפלויער טראכט צו זיך "נע יענער האט א לאו סעלף עסטיעם ער האט נישט דעם ווילן און קיין טשענסעס צו וואקסן, פארוואס זאל איך אים אריינעמען??"
איש עבריאגב - פאר ווער ס'גלייכט מיין סגנון - איך נעם אהן שרייב ארבעט
איך גלייך דאס זייער שטארק ביז ווילאנג ס'קאסט נישט קיין געלט.
מ גפני@פישל'ע העררינג און
@דער (פינטעל) איד בדומה לו, איך האלט אז מיטן שרייבן
איך טויג אויף גארנישט באמת
גיבסטו גלייך א שלעכטן טעם אין מויל פאר איינעם וואס וואלט ווען אפשר געטראכט פון ענק צו עמפלויען, דער עמפלויער טראכט צו זיך "נע יענער האט א לאו סעלף עסטיעם ער האט נישט דעם ווילן און קיין טשענסעס צו וואקסן, פארוואס זאל איך אים אריינעמען??"
אמור מעט ועשה הרבה. זאל כאטש דער עמפלויער וויסן אז איך בין א איש אמת. איינער וואס אנערקענט אז ער איז ווערטלאז פאר די ארבייטער מארקעט, אבער איז פארט וויליג צו ארבעטן שווער, דער איז נישט לאו קאנפידענט. צוויי אנדערע זאכן.
ווי אזוי ביזטו געוואויער געווארן אז די טויגט אויף אויף גארנישט, מיין כלל איז איך טויג אויף אלעם, איי איך קען נישט אהער שטעלן א ריזיגע טאפ זיפ, דעיס מיינט נישט אז איך קען נישט דעיס מיינט אז איינער מיז מיר געיבן די רעסעפי.
אז איך קען נאך איצט נישט פראגראמינג מיינט נישט אז איך טויג נישט דערצי, דעיס מיינט אז איך ברויך זיך נאר אריין לייגן דערין ראשו ורבו, דערנאך וואט איר אלע געוואויער ווערן אז אין דומה לי, איך בין דער בעסטער אין די וועלט, איך פאק איין סטיוו דשאבס, אזוי ברויך א איד צי טראכטן, אויב וועט איר אזוי זיין, ווען די וועסט גיין זיכען ארבייט, וועט ארויספליסן פון דיין מאהל עטליכע מעלות, און א רמז אז וואויל וועט זיין דער וואס וועט דיך נאר אויספראבירן, ער וועט דאן האבן געווינען דעים לאטערי.
נ"ב אל תהו צדיק הרבה, ווער מיר נישט אזא איש אמת פליצלינג, ענדערש טרעפ דעים דזשאב, דאן לאז דעים בעל הבית איינזעין אליין זיינע טעותים.
עקזעקטלי! דאס זאגן חז"ל "אין לך דבר העומד בפני הרצון".
פינטעלע, איך האב פאר דיר א דזשאב און כעל דיר באצאלן מיט לייקס. דיעל?
פינטעלע האט שוין אזא דזשאב, ער איז א שרייבער און ער ווער באצאלט מיט לייקס.
דער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
מאראנצן האט אויך געהאט לעצטנס א פול-טיים דשאב מ'האט אים ב"ה אפגעזאגט און ער איז דא צוריק בכל התוקף
מאראנצןזאפטדער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
ביי מיך איז נאר דא איין עדות וואס איז קובע: דער באנק אקאוינט, און עס זאגט נישט קיין פאלשע עדות. דער ספרים געשעפט דזשאב בין איך שוין אויסגעוואקסן, און דערווייל יאוועט זיך קיינער נישט צו מאכן א חליפין מיט מיר, זיין געלט פאר מיינע שעה'ן.
פישעלע אפשר הייבסטו אהן פארקויפן די "קאווע בלעטער" ?
מאראנצןזאפטדער אשכול שאפט מיר צער, מיר זענען אלע עדות אויף וואס פאר א זעלטענעם געלונגענעם יונגערמאן פישלע איז כאטש זיין יונגען עלטער, און אז ער באקומט במחנינו דעם הרגש ווי איינער וואס טויג אויף גארנישט און דארף ארבעטן א נידריג ראנגיגער ארבעט ציפט עס אין הארצן.
איך האב הנאה פון א יונגערמאן וואס נעמט זיך אין האנט אריין, און נישט - ווי טויזענטער אנדערע - זאגט 'כאשר אבדתי אבדתי', איך וועל שוין דא פארבלייבן ארבעטן.
ער שפירט א געשמאק אין בויען, כה לחי! מוזט נישט פיזיש בויען, ער קען מענעזדשן די גויים, ארבעטן אין א האלץ אדער פארקעי אפיס, עס איז גוט אז ער ווייסט וואס ער וויל און פאקוסט אויפן ריכטיגן ארבעט.
וע"ע
כאן באשכול זוובאשכול זוואשכול זואויך דא:
"לוינט זיך צו לערנען א פאך? און וועלכע?"דער (פינטעל) אידגם אני בחלומי 😞
איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=6022וואס גייט דא פאר בן עשרים או בן ארבעים???
עס איז מיר איינגעפאלען א אייזערנער פלאן פאר א ביזנעס פאר א וויליאמסבורגער איינוואוינער, פישי זאג מיר אויב ביזטו אינטערעסירט.
היות היינט ציטאג ווערן אלע בעיסמענטס פארדינגען פאר אינגעלייט, ווייסען זיי דאך נישט ווען עס ווערט טאג אדער נאכט, זאל איינער פאר א מינימאלע חודשליכער אפצאל קלאפן אויפן פענסטער, איין קלאפ פאר טאג צוויי קלאפעס פאר נאכט,
מען קען צילייגען נאך געוויסע סערוויסעס אויב איין פארפאלק וויל וויסען דעים וועטער אויך, דאן פאר נאך א קליינע סכום וועט מען קלאפן נאך דריי מאל פאר זיניג, פיר מאל פאר רעיגן, פינף מאל פאר שניי.
פליקער רעדט פון פארפאלק באנאכט... שוין.
אה! ענדליך שפיר איך מיך אין פלאץ! געמיינט אייביג אז איך בין דער איינציגסטער שלעפער...
איך בין שוין מיד פון דרייוון אזויפיל, א יעדן טאג האב איך פרישע עפיזאדן. היינט האב איך ארומגעדרייווט עפעס א טשאלמי, געדרייט א קאפ, און צום סוף האט ער נאך אראפגעדרוקט דעם פרייז מיט פופציג פראצענט, און איך גוטער האב נאך נאכגעגעבן פאר דעם שלאחמנעס... נאכער האב איך געטוהן אביסל מעסענדזשער סערוויס, אפגעיאגט די נשמה צו דערליווערן פון פלעטבוש אויף בארא פארק... און ביים אפטראגען דאס פעקל צום דעסטענאציע געט זי מיר איר מאנס נאמבער, ער וועט מיר שוין באצאלען. פארשטייט זיך אליינטס אז איך קען ווארטן...
איך האלט אז איך וואלט געווען א אייזענער פראגרעמאר, איך קען זיך מורא'דיג גוט אויס אין פאלם סענטראס.
רויטע וואנצעספינטעלע האט שוין אזא דזשאב, ער איז א שרייבער און ער ווער באצאלט מיט לייקס.
אבער ער איז אנדערפעיד אונטער דעם מינימום וועידזש, ער וויינט און בעהט זיך פאר א רעיז. איך בין מסכים מקיים צו זיין דעם 'שועתינו קבל', אוו אים געבן א העכערונג אז ער זאל אהיימקומען סוף וואך מיט א חתיכה הראוי להתכבד, און ער זאל שרייבן אין זיין אשכול "אלפיים מי יודע?".
א ווייבל, מער פון די געלונגענע, זיכט ארבעט פאר עטליכע שעה א טאג פונדערהיים
@משה געציל, א קורצע זוך אין דיינע תגובות ברענגט ארויף אז דו טוהסט אין די "מקוה איד" פעלד. פראגראם די טורנסטיילס...
@מאראנצןזאפט, (ערשטע קאזין פאר קארשןזאפט), אמאהל האב איך געמיינט אז דו ביזט פינקי אליינס. ווייל (ווארום, כלשונך) פינקי קען זיך נישט אזוי גוט אפילו ווי דו האסט איהם אראפגעלייגט. דערנאך האב איך מיך געשוואוירן אז דו ביזט ר' מאטיל זילבער (פארשטייט זיך בדרך סוד, עמוק עמוק). יעצט קומסטו אריין אין אויער מער ווי א קלינגענדיגע זלמן ווידער מאראאאאאאנצןזאאאאאאאאפפפפפט, מינח אתנחתא חצי זקף גדול. לענייננו, וואס פאר א גוט יאר טוהסטו פאר פרנסה? א שרייבער ביזטו נישט, ווייל דו ספעלסט* "תיכף" מיט א "ק"... 😮 איז וואס יא?
*אינטרעסאנט אז קיינער פון די שבעה הסריסים וואס האבן צוגעהאלפן רעדאגירן האבן עס נישט פאראכטן.
א קורצע זוך אין מאראנצוזאפט'ס תגובות, ברענגט ארויף אז ער זיצט רוב טאג, אין די העניקעפט טוילעט אין כולל. זעהט אויס ס'דא גוטע ווייפיי דארט, ווייל ביי מיר אין כולל ביה"כ ארבייט נישט די אינטערנעט.
באמת א שאד אז אזעלכע טאלאנטפולע יונגעלייט, צו די זאך, מיט א קאפ אויף די פלייצע און נאך א סענס אוו יומאר נאכדערצו, קענען נישט טרעפן א שיין באצאלטע דזשאב, און דארפן זיך מחזק זיין מיט דעם שוין-לאנג-עקספייערטן לא לחכמים לחם. רבותי, צייטן האבן זיך געטוישט, מען קען היינט מאכן געלט דורך זיין קלוג (דערפאר בין איך טאקע ליידער אן עני ואביון). עס לוינט זיך צו דורכשוויצן אפאר יאר, זיך גיין לערנען א נארמאלע פאך (עס זענען דא אסאך פלעצער וואס קענען ווערן באצאלט מיט קאלעזש פראגראמס, ווי בדרך, cope, מכון לפרנסה, וכדו'). עס זענען דא אלע סארטן זאכן וואס מען קען זיך לערנען, פון גראפיק דעזיין ביז פראגראמינג ביז אקאונטינג ועוד. אזוי אויך לוינט זיך אריינצוגיין אין א דזשאב ווי מען באקומט ווייניג באצאלט אבער אויב מען ארבעט שווער האט מען גוטע פאטענציאל. בקיצור, עס זענען דא אסאך אפציעס, מען דארף זיך נאר אויסלערנען אז דורך זיצן און עפענען אשכולות אין קאווע שטיבל וועלן זיי נישט אנקומען פון זיך אליין. אויב מען שטרענגט זיך אן דארף מען קענען מצליח זיין עווענטועל, בדרך הטבע.
למעשה א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יאהרן וואס האט קיינמאהל קיין אלגעמיינע בילדונג נישט באקומען ווייסט אליין נישט וואס ער וויל לערנען, און ער ווייסט אליין נישט לאמיתו אויף וואס ער איז פעאיג ווייל מן הסתם האט ער זיך שוין מסרס געווען די טאלאנטן און איז אריין אין א פעלד ווי ער באלאנגט נישט.
סתם אזוי איז נישט אזוי איינפאך צו גיין לערנען ווען די רחיים מיט 4 קינדערלעך זיצן על צווארו, דעריבער שלאג איך פאהר א עצרת המיליאן ווי דער עולם זאל פארלאנגען פון די רבנים אז מ'זאל מאכן א תקנה אז יעדע בחור מוז לערנען א פאך ווייל אנדעם גייט עס נישט היינטיגע צייטן.
ק/פ פון אן אנדערע אשכול
מצטמק ויפה@פישל'ע העררינג איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך
@מאראנצןזאפט'ס ארטיקעל...
זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?
איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום
@מאראנצןזאפט האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.
דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.
#איטסנאטפיער
פישל'ע העררינגק/פ פון אן אנדערע אשכול
מצטמק ויפה@פישל'ע העררינג איך מיין עס איז א שאד צו ווארטען נאך א האלבע חודש פאר די פרישע קאווע בלעטער, נעם צוזאם די ארטיקעל, און אויך
@מאראנצןזאפט'ס ארטיקעל...
זעהסט מיין פראבלעם, און פארוואס איך זוך א נייע דזשאב?
איך האב געווידמעט צאל-לאזע שעות אויסצושטעלן די קאווע בלעטער, און קוים א קארגע 24 ניקס האבן צוגעווארפן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. ווידעראום
@מאראנצןזאפט האט אריינגעלייגט צאל-לאזע שעות צו נאכפארשען און שרייבן זיין ארטיקל, און בנשימה אחת האבן 56 ניקס ארויסגעוויזן א רמז אז זיי זענען עס מכיר טוב. עד כאן הנמשל.
דער משל איז, עס קען א יונגערמאן ארבעטן ווי א פערד און שטיין אויף די פיס כולא יומא פאר א נישטיגע מינימום וועידזש, בו בזמן ובעידן אחת וואס זיינס א חבר זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג.
#איטסנאטפיער
פישל'ע דיין משל איז אפי' נישט גוט פאר א משל נישטא אזא זאך איינער זיצט מיט א טעלער יאפטשיק און קאוילסלאו מיט די פיס אויפ'ן דעסק און מאכט א אלף'ל א טאג אדער זיצט ער נישט מיט די טעלער יטפטשיק אדער מאכט ער נישט א אלף
אינגעלייט היינט האבען זייער ליב צו שפילען גרויס כאולי זיי מאכען אסאך געלט ווען איינער זאגט דיך אז ער מאכט א אלף זאלסטו וויסען ער ארבעט שווער דערפאר אפי' ער זאגט אז נישט
נניח,
@לעמיל. אן אלף'ל א
וואך. אויך שענער ווי מינימום וועידזש.
אין לאנדאן איז דא א ארגענעזאציע שערי פרנסה טובה (SPT) וואס האבן ספעציאליסטן וואס זיצן מיט ארבעטסלאזע, זעען אין וועלכע פעלדער זיי קענען דאס בעסטע אריינפאסן, פארשאפן זיי דזשאבס, און באקומען געלט פון די שטאט פארן מינערן די ארבעטסלאזיגקייט. זיי העלפן פילצאליגע יונגעלייט. טאמבס אפ פאר זיי.
די ישועה איז געקומען שנעלער ווי געראכטען אט איז א אויסצוג פון די היינטיגע לוח הציבור
עס ווערט געזוכט א יונגערמאן צו גיין נאך געלט מיט איינער וואס שעמט צוך צו צאמנעמען אליינס, פאר איינער וואס האט שוין מיטגעמאכט געפערליכע צרות. וועט באצאלן טויזנט דאלער א וואך רופט 1347-560-1611
איך האלט אז דו ביזט אייזן צוגעפאסט פאר דעם, עי' אשכול מיין בליק אויף די ניק'ס וד"ל
אויב דו ווילסט מער א תורה'דיגע דשאב אט איז א אויסצוג פון די וויליאמסבורגע "גוט מארגן"
איך זוך איינער זאל מיט מיר לערנען ענייני פדיון הבן מיט קלאהרקייט רופט
347-458-4435 און לאזט מעסעדזש
איש עברידי ישועה איז געקומען שנעלער ווי געראכטען אט איז א אויסצוג פון די היינטיגע לוח הציבור
עס ווערט געזוכט א יונגערמאן צו גיין נאך געלט מיט איינער וואס שעמט צוך צו צאמנעמען אליינס, פאר איינער וואס האט שוין מיטגעמאכט געפערליכע צרות. וועט באצאלן טויזנט דאלער א וואך רופט 1347-560-1611
איך האלט אז דו ביזט אייזן צוגעפאסט פאר דעם, עי' אשכול מיין בליק אויף די ניק'ס וד"ל
אינטערעסאנטע זאך אז דער עד פאלאנגט נישט דוקא א "געשמאקער" יונגערמאן פאר דעם דזשאב... קוקט אויס קאווע שטיבל טוט יא עפעס אויף
.
שם טוב עס גייט נישט אזוי,
פאר א סיבה האב איך עס נאך נישט געטוהן כאטש איך וויל עס שוין טוהן יארן,
מ'דארף צאלן פאר גרעפיקס
טינט
פעיפער
דיסטריביטערס
מ'צאלט נישט אזוי שנעל פאר אדווערטייזמענט
און מ'דארף האבן אסאך צייט און מזל