☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איך זוך ארבעט!

איך זוך ארבעט!

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6018
בלאט: 1 2

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:21 am

· #189809
געזעהן היינט אין קאווע שטוב (דער עכטע) א צעטל "ארבעטס געלעגנהייט פרשת צו", לזכות נחמיה בן עמיצער וועבערמאן, מיט אן א שיעור עוועילעבל דזשאבס. איינס איז פאר א עיטש-וועק עלעקטריקל שלאק שאמעס. יענץ רעדט צו מיך. איך גיי איהם רופן. זאל די זכות ביישטיין ר' נחמיה'נען .

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:54 pm

· #197058
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

בחסד ד' עלי, שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, האט דער באשעפער צוגעפירט אז איך זאל קענען אריינקויפן א שותפות אין א פורניטשור ביזנעס. טאקע אזאנס ווי איך וועל קענען שטיין מיט'ן האמער און האקן שטיקער, כאוות נפשי מאז ומתמיד. נישט נאר וועל איך "קענען" האקן, איך וועל "מוזן". לקיים מה שנאמר אדם לעמל יולד, וכן הוא אומר טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו.

איך מוז אויסדרוקן א ריזיגע דאנק פאר א גאר חשוב'ע ניק וואס איז מיך געוועהן שטארק בייהילפיג דורכאויס מיין זוך אקציע, און נאכמער נאכדעם, צו פארזיכערן אז איך שווים נישט אליינס אין די טיפע וואסערן.

@מאראנצןזאפט, א גרויסע יישר כח ברבים. דו האסט די קאפ אויף די פלייצע פונקט ווען מען דארף עס דארט האבן.

איך וועל דא זיין גאר ווייניג. איך ארבעט שוין זייט נעכטן מיט די פולע טעמפא. נעכטן נאכט בין איך אהיימגעקומען נאך 11 אזייגער, נאכ'ן זיין א גאנצע טאג אין דער פאבריק צו לערנען אלע מאשינען און סארטן האלץ ועוד ועוד אזוי אז די קאפ שווינדעלט נאך פון אזויפיהל אינפארמאציע.

האפענטלעך וועל איך קענען מאכן צייט פאר די קומענדיגע 'בלעטער', ולד' הישועה.

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:59 pm

· #197063
@פישל'ע העררינג מיר פרייען זיך אלע מיט מיט דיך זאל די אייבישטער העלפען שתשרה שכונה במעשה ידיך זאלסט האבען אסאך אסאך אסאך הצלחה!
@מאראנצןזאפט איך ווער משוגע פאר דיין ווארמע הארץ! א טובה צו טין פאר א איד איז א מאסט ביי דיך! עס איז א כבוד און שטאלץ פאר קאווע שטיבל אז דו ביסט א מעמבער דא!

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:10 pm

· #197081
איך בין פאראינטערסירט צו מגיה זיין ספרים. דער אינטהאלט און תוכן, ווי אויך פאררעכטן דעם לשון הקודש.
ביטע שרייבט אין אישית

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:28 pm

· #197880
קענסט מגיה זיין קאווע בלעטער.....

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:04 am

· #197887
מ'באצאלט מיט לייקס. 10 לייקס איז א ביטקאון, 100 ביטקאונס איז תפיסה. אין תפיסה באקומסטו אלע דיינע הצתרכות'ן בחינם.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:37 am

· #198113
רבותי, ALL JOKES ASIDE
איך וויל נישט דארפן אוועקגיין פון לערנן (חוץ די פאר מינוט א טאג דא אין ק"ש, במיעוט שיחה...) דער מצב פרנסה איז שווער.
אויב וייסט איר פון א מחבר ספר אדער א מו"ל וואס זוכט א מגיה אדער פאר הערות ביטע זייט מיר מודיע.
מיט דאנק.
בלאט: 1 2