☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בן ארבעים לבינה

בן ארבעים לבינה

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6022

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:32 pm

· #188511
בן ארבעים לבינה
קומענדיגע וואך ט' אדר גיי איך ווערן פערציג יאר לאויט"א, כ'גיי אנהייבן פארשטיין זאכן וואס איז ביז יעצט געווען אומפארשטענדליך. איך בעט יעדער איינער זאל אנהייבן מיר צו רעספעקטן מער, אזוי ווי עס פאסט פאר א בר דעת. יעדער וואס איז שוין 40 יאר ווערט געבעטן צו שערן זייער עקספיריענס וויאזוי פילט עס דער אריבערגאנג, וואס פארשטייט מען מער.

קינדער אונטער 40 יאר זאלן נישט אריינרעדן דא.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:36 pm

· #188515
א חבר זאגט מיר אז ווען ער האט זיך געיערט צו 40 האט זיין פרוי עם געקויפט א סובסקריבשן צו ''בינה'' מעגזין. נישט א שלעכטע איינפאל פאר א נארישע פרוי

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:38 pm

· #188518
הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:39 pm

· #188519
פישל'ע העררינג
הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?


דער (פינטעל) איד

קינדער אונטער 40 יאר זאלן נישט אריינרעדן דא.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:41 pm

· #188521
פישל'ע העררינג
הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?

ניין. ס'דא ווער ס'ווערט שוין געבוירן מיט בינה. 😕 🙄 😂 😮

טיטאניק » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:32 pm

· #188540
העלא וועלקאם צי די 40'סטע יאר
לאמיר זען צי דיינע תגובות וועלען זיין יעצט מיט א בינה יתירה..........
ווילסט מאכען א שיעור אין זוהר הק'?

דריידל » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:35 pm

· #188542
רבותי, שפארטס אפ די לייקס ווייל איינמאל די בינה לאנדעט אויף פינטעל וועלן אנפאנגען ארויסצושפראצן דברי חכמה רעכטס און לינקס, און אויב וויל מען אז פינטעל זאל עס אנפירקלען ביי אונז און שטיבל וועט עס קאסטן א שיינע פאר לייקס

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:41 pm

· #188547
טיטאניק
העלא וועלקאם צי די 40'סטע יאר
לאמיר זען צי דיינע תגובות וועלען זיין יעצט מיט א בינה יתירה..........
ווילסט מאכען א שיעור אין זוהר הק'?

טיטאניק: איכ'ל דיר ( און פאר גאנץ קאווע שטיבל) אויסזאגן א סוד.איך האב אריינגע-סניעקט א בליק און צוויי אין זוהר הק' פאר פערציג. 😕 🙄 😂 😂 😮

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:46 pm

· #188550
CANT WAIT
באלד זאגט שוין דער פינטעל זיין אמתדיגען נאמען אויכעט

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 4, 2014 4:23 pm

· #188563
סתם א קלאון, אין א שכינותדיגן אשכול שרייבט ער היינט אז ער איז אין די הויכע צוואנציגער יארן. זעט אויס סהאט אים געכאפט א גילוי פארכט והדברים עתיקין.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:11 pm

· #188614
מאראנצןזאפט
סתם א קלאון, אין א שכינותדיגן אשכול שרייבט ער היינט אז ער איז אין די הויכע צוואנציגער יארן. זעט אויס סהאט אים געכאפט א גילוי פארכט והדברים עתיקין.

אין מאנטריאל בין איך אין דע הויעכע צוואנציגער... והדברים שטותומין

מ גפני » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:22 pm

· #188616
וואס איז מיט דעם כלל פון מילתא דעבידא לגלוי'???....
דער (פינטעל) איד
גם אני בחלומי 😞

איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:25 pm

· #188619
כבר קדמוך מאראנצןזאפט.
איך האב עס געדענקט ווען כ'האב עס געשריבן. האסט מיר נישט 'געכאפט'

מ גפני » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:30 pm

· #188621
דער (פינטעל) איד
כבר קדמוך מאראנצןזאפט.
איך האב עס געדענקט ווען כ'האב עס געשריבן. האסט מיר נישט 'געכאפט'

איך זעה אבער אז די ענטפערסט צוריק אז
דער (פינטעל) איד
והדברים שטותומין

האב איך עס געוואלט לינקן

גנדי » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:45 pm

· #188627
פון דיין סטייל פון שרייבען איז קלאר אז די ביסט א יונגע צוואנציג יעריגע וואס איז נאך נישט ארויס פון די ישיבה/כולל מענטעלעטי