☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לוינט זיך צו לערנען א פאך און וועלכע?

לוינט זיך צו לערנען א פאך און וועלכע?

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3357
בלאט: 1 2

ידען » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:46 pm

· #101533
לוינט זיך צו לערנען א פאך און וועלכע?
איך מיין אז כאב שוין געשריבן אמאל אז איך ארבעט ביי א פיינע באלעבוס און ער לאזט אפי' מיך זיין אויף די אינטערנעט אויב כאב גענדיגט מיין ארבעט, און סע טאקע נישט אזוי גוט מיינע wages אבער ער קען נישט מער באצאלן ווייל סע נאך נישט אזוי ביזי אז ער זאל קענען עפארדען.

איך טראכט ביי מיר א סאך מאל אז וואס מיין טאלאנט איז ווייסעך נאכנישט (די אשכול וואס כאב געמאכט וועגן דעם האט טאקע באקומען חיזוק, אבער נישט דאס האבעך דארט געוואלט) אבער יעצט פרעג איך עפעס אנדערש, און איך פרעג עס פאר יעדן און איך מיין נישט מיך דוקא.

סע לוינט זיך פאר א מענטש צו לערנען א פאך, למשל פלאמינג אדער דיימענד שלייפען אדער דרייוון א טרעילער אדער ווערן א אסטראנאט אדער אדער אדער וואס?

אדער לוינט זיך ענדערשער צו בלייבן ביי א ארבעט וואס מע האט אביסל ליעב און די באלעבוס איז א גוטער?

ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:18 am

· #101564
יעדע פאך וואס די ווילסטעך לערנען דארפסטי קודם טראכטן די שלעכטע חלק דערפון, למשל א פלאמבער קען איין שיינעם פרייטאג נאכמיטאג נאכן מקווה לכבוד שבת באקימען א פאון קאל אז איינעמס טוילעט איז פארשטאפט, אין די מיט דיינע פרישע וועש גייסטו דיך נעמען צי מאכן קלין א טוילעט, איך וואלט עס נישט געטיהן!

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:19 am

· #101566
יענער מוז נישט אננעמען די דזשאב פרייטיג נאכן מקוה

ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:23 am

· #101569
זר זהב
יענער מוז נישט אננעמען די דזשאב פרייטיג נאכן מקוה

אבער די פרוי וועט וויינען אויפן פאון אז מען קען נישט ציגיין צום שבת מיט א פארשטאפטע טוילעט,

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:32 am

· #101574
אודאי לוינט זיך אנלעס די האסט נאטערליך קוואליפיקאציעס וואס איז ווערט.
דארפסט קענען דורך שוויצען די טרענזישען.

ידען » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:40 am

· #101580
איך האב נישט נאטרליכע קוואליפיקאציעס.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:55 am

· #101589
נישטא אזא זאך. יעדער האט עפעס קוואליפיקאציעס.
אייגענטליך שטייט דאס אין חובת הלבבות שער הבטחון, א מענטש זאל טוהן א ארבעט לויט זיין תכונת הנפש.

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 5, 2013 1:22 am

· #101600
היינט איז די נאטור פון ארבייט היפש אנדערש ווי די חובבת הלבבות צייטן.

גנדי » פרייטאג אפריל 5, 2013 1:40 am

· #101604
לערנען א פאך איז אייביג גוט, סיי צו די ארבעטסט פאר דיר אדער פאר יענעם, די ווערסט מער קוואליפיצירט און ווערסט מער באצאלט (אויב נישט ביי די בעל הבית, דאן ביי א צווייטן וואס איז יא ביזי)

איך האב געליינט די ביך פון ריעד האפמאן (די ערפינדער פון לינקד-אין), ער זאגט א מענטש זאל זיך לערנען אין ארבעטן אין א פאך וואס האט די 3 זאכן.

1. אססעטס - טאלאנטן, עקספיריענס, קשרים, געלט.
2. שטרעבן - די האסט הנאה פון די פאך, און דאס איז דיין שטרעבן אין לעבן.
2. מארקעט - מענטשן זיכן צו צאלן פאר די פאך.

א קיצור פון די ביכל

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 8:16 am

· #101619
די מעלה פון נישט האבען א פאך איז אז דו ביסט געצווינגען צו בלייבען אין די סיסטעם, ווייל אן קיין געלערענטע פאך קענסטו נאר ארבעטען פאר די וואס פארמאגען א אידישע ביזנעס דיירעקטארי.
משא''כ אויב ביסטו געלערענט, אפילו נישט עפעס מורא'דיג ביסטו ווי א פרייע פויגל און אויב זעהסטו אויף א זייטעל אן offer פאר די סארט job וואס דו קענסט, נאר הקב''ה ווייסט וואו דו קענסט אלץ אנקומען רח''ל.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:23 am

· #101630
איך האלט שוין א היבשע פאר יארן נאך די חתונה, מיט א שטוב מיט קינדער ב"ה, כנהוג בתוכינו, מיט דאגות הפרנסה אויכעט. היינט-צו-טאגס האב איך געוויסע חלומות אין קאפ מיט וועלכע פאך איך וויל ארבעטן, וואו מיינע כשרונות שטעקן, אבער עס נעמט צייט און געלט צו פותר חלום זיין און אנצוקומען אהין, און עס טוט מיר שרעקליך וויי אז איך האב נישט געהאט מיין היינטיגע שכל גלייך נאך די חתונה, איך וואלט היינט געקענט זיין א איש מוצלח (בדרך הטבע) ווען מיינע פלענער ארבעטן זיך אויס.

היינט האב איך א פול-טיים דזשאב, פון וועלכע איך בין נישט איבריג צופרידן, נישט מיין ליניע און נישט פאר מיינע כשרונות, קיין גרויסע סיפוק שעפ איך נישט דערפון, און פרנסה איז אויך שוואך, אבער זייענדיג פארנומען קען איך נישט אצינד זיך גיין לערנען און אינוועסטירן צייט און געלט (ביידע וואס איך האב נישט) זיך אויפצוארבעטן מיינע כשרונות.

א שאד אז אונזער סיסטעם לייגט אריין געוואלדיגע יגיעות אין די בחורים זיי זאלן זיך פארהערן מסכתות אין ש"ס, באמת זייער חשוב, אבער פלוצים מאכט מען אים חתונה פון איין טאג אויפן צווייטן, און מען שטופט אריין דעם פרישן יונגערמאן אויף גרויסן ברויזענדן ים, אויף גאט'ס גרויסע וועלט, און מען לאזט אים אליין זיך אן עצה געבן, אן קיין הילף אדער אדווייס. פארוואס זאל נישט זיין אן ארגעניזאציע וואס באגלייט א יונגערמאן נאך די חתונה ביז ער סעטלט זיך? דאס איז נאך אפשר וויכטיגער ווי אלע גמ"ח'ן וועלכע פארבארגן הלוואות שפעטער ווען מען פלאגט זיך שוין. מען קען דאס לכתחילה פארמיידן.

ממילא פאר די אלע אינגעלייט צו וועמען איך רעד, זאג איך כסדר, יעצט איז די צייט! טראכט אריין פאר א שטיקל צייט וואו ליגט דיינע טאלאנטן, וואס וואלסטו געוואלט זיין, וואס האסטו אלס קינד שטענדיג גע'חלומ'ט צו זיין ווען דו ביסט א גרויסע טאטע? ערגעץ דארטן אין די געגנט ליגט דיין הצלחה, לאז דיך אריין דערין, אויב עס פעלט אויס, בארג דיר דאס ביסל געלט און לערן דיר אויס, שמועס מיט אנדערע פראפעשאנעלס אין דעם פאך, לייען בוכער, טוה וואס דו קענסט צו ווערן לכה"פ א שטיקל מושלם, וועט דיר שפעטער בעז"ה גיין גוט.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:29 am

· #101632
זר זהב
יענער מוז נישט אננעמען די דזשאב פרייטיג נאכן מקוה

אבער אינמיטן זינגען כל מקדש, ווען כ'עלל מיך דערמאנען אז יענער האט נישט קיין בית הכסא וואס ער קען נוצן, וועט דער ניגון נישט גיין אזוי גוט.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:33 am

· #101634
נולד מאוחר
אודאי לוינט זיך אנלעס די האסט נאטערליך קוואליפיקאציעס וואס איז ווערט.
דארפסט קענען דורך שוויצען די טרענזישען.

אפילו ווער ס'האט די קוואליפיקאציעס קען מען זיך נישט אויסלערנען צו זיין אן עלעקטרישן אדער פלאמבער על רגל אחת. ס'דויערט לכה"פ צוויי יאר פון ארבעטן מיט א פראפעשיאנאל בעל מלאכה זיך גרונטליך אויסלערנען איינס פון די פאכן.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:41 am

· #101637
קאווע טרינקער
די מעלה פון נישט האבען א פאך איז אז דו ביסט געצווינגען צו בלייבען אין די סיסטעם, ווייל אן קיין געלערענטע פאך קענסטו נאר ארבעטען פאר די וואס פארמאגען א אידישע ביזנעס דיירעקטארי.
משא''כ אויב ביסטו געלערענט, אפילו נישט עפעס מורא'דיג ביסטו ווי א פרייע פויגל און אויב זעהסטו אויף א זייטעל אן offer פאר די סארט job וואס דו קענסט, נאר הקב''ה ווייסט וואו דו קענסט אלץ אנקומען רח''ל.

אבער וואס איז פשט פון "רח"ל"? ס'וואלט געדארפט שטיין "בעז"ה".

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:44 am

· #101638
שמעקעדיג
נישטא אזא זאך. יעדער האט עפעס קוואליפיקאציעס.
אייגענטליך שטייט דאס אין חובת הלבבות שער הבטחון, א מענטש זאל טוהן א ארבעט לויט זיין תכונת הנפש.

און אויב איינעמ'ס תכונת הנפש ציט איהם צו סקעמס אדער ארמ'ד ראבבערי?

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 11:44 am

· #101660
berlbalaguleh

אבער וואס איז פשט פון "רח"ל"? ס'וואלט געדארפט שטיין "בעז"ה".


ווייל איך הייב אן מיט די "מעלה" פון נישט....
אמאל שרייב איך בלשון סארקאסים.
שאול גרא'ס שרייבט היינט בספר הפנים:

Sarcasm is the body's natural defense against stupid.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 5, 2013 11:50 am

· #101664
berlbalaguleh
שמעקעדיג
נישטא אזא זאך. יעדער האט עפעס קוואליפיקאציעס.
אייגענטליך שטייט דאס אין חובת הלבבות שער הבטחון, א מענטש זאל טוהן א ארבעט לויט זיין תכונת הנפש.

און אויב איינעמ'ס תכונת הנפש ציט איהם צו סקעמס אדער ארמ'ד ראבבערי?

עס איז געווען עפעס אזא מעשה ביים קאזניצער מגיד זצ"ל ווען איינער האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט קיין פרנסה, און ר'האט אים געזאגט אז זיין מזל ליגט אין גניבה...

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:23 pm

· #101679
און יענער איז געווארן א רבי?..

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 2:30 pm

· #101759
קאווע טרינקער
און יענער איז געווארן א רבי?..

לאוו דוקא. היינטיגע צייטן קען ער ווערן א "ריעל עסטעיט דעוועלאפער" שמירן פאליטישנ'ס און ר'עט האבן געלט ווי די שטערנס פון...מ---

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 5:20 pm

· #101801
שמעקעדיג
איך האלט שוין א היבשע פאר יארן נאך די חתונה.........

איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט אזוי איידל שרייבן אזא ברענדעדיגע נושא.

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 5:42 pm

· #101806
געוויסע האבן א פאך וואס מ'זעהט שוין משחר טל ילדותו, אבער די וואוילע סענדס סטריט עלטערן מאכן זיכער דאס צו סופרעסן, און שפעטער פרעגן זיי די קינדער נו וואס טוט זיך מיט א דזשאב?

געט לאסט!

Peter Norvig » זונטאג אפריל 7, 2013 1:36 pm

· #102010
קודם שלום עליכם מיינע טייערע פריינד!

איבער די שאלה פון דעם אשכול, פארשטייט זיך אז דער ענטפער איז יא, איינער וואס האט א פאך קען אנקומען צו סאך העכערע פאזיציעס ווי איינער אן.

אבער אויף די צווייטע שאלה קען מען נישט געבן קיין כלליות'דיגע ענטפער, עס ווענדט זיך אין די נאטור און כשרונות פון דעם באטראפענעם, אויב איר קענט די נאטור פון אייער זעעל, למשל וועלכע פון די 9 אניגראם קאטאגאריעס איר וואלט זיך אריינגעלייגט, קען עס אסאך צוהעלפן צו מאכן דעם ריכטיגען באשלוס.

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 1:37 pm

· #102012
אה שלום עליכם, וואס הערט זיך עפעס ביי גוגל?

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 1:46 pm

· #102016
Peter Norvig
קודם שלום עליכם מיינע טייערע פריינד!

איבער די שאלה פון דעם אשכול, פארשטייט זיך אז דער ענטפער איז יא, איינער וואס האט א פאך קען אנקומען צו סאך העכערע פאזיציעס ווי איינער אן.

אבער אויף די צווייטע שאלה קען מען נישט געבן קיין כלליות'דיגע ענטפער, עס ווענדט זיך אין די נאטור און כשרונות פון דעם באטראפענעם, אויב איר קענט די נאטור פון אייער זעעל, למשל וועלכע פון די 9 אניגראם קאטאגאריעס איר וואלט זיך אריינגעלייגט, קען עס אסאך צוהעלפן צו מאכן דעם ריכטיגען באשלוס.


למשל א 4 מיט א פליגל ביי 9?

Peter Norvig » זונטאג אפריל 7, 2013 1:57 pm

· #102022
@זר,ביי גוגל האלטן מיר אינמיטן א סודות'פולע מיסיע וואס וועט אויפשאקלען די דעוואלפערס וועלט, מער דעטאלן קענען מיר נישט ארויסגעבן.

@לעמאן זשוס, איך האב נישט אינגאנצן אדורך געטוהן די אניגראמילאגיע, אבער אויף די אינטערנעט איז דא אסאך ארטיקלען איבער דעם נושא, פאר א ביישפיל ליינט דורך די ארטיקל.

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 2:27 pm

· #102050
הער נארינג,

שקויעך פאר די אינפארמאטיווע לינק...און לויט ווי ער שרייבט דארט שטיי איך כמעט אן א אווסזיכט...נאר אלס מעדזשישאן, שרייבער, מאסאסזשירער און ענליכס...

פיינע נייעס.

Peter Norvig » זונטאג אפריל 7, 2013 2:30 pm

· #102052
גרעפיקס ציהט דיר בכלל נישט?

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 3:00 pm

· #102066
Peter Norvig
גרעפיקס ציהט דיר בכלל נישט?



ציהט מיר גראדע יא. אבער נאר צו זעהן יענעמס הערליכע ארבעט. אליין? נעה.

Peter Norvig » זונטאג אפריל 7, 2013 3:12 pm

· #102080
אויב ווערסטו פארגאפט פון זעהן שיינע זאכן, דאן וועסטו הנאה האבן פון מאכן שיינע זאכן, מעגליך אז עס פעלט דיר נאר די כלים - א שטייגער ווי פאטאשאפ וכדומה - צו קענען ארויסברענגען דיינע געדאנקען מן הכח אל הפועל.

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 3:19 pm

· #102086
אבער פון שטיין און מאלעווען שיינע זאכן אויף פאטאשאפ קען מען נאכנישט צאלן רענט און טואישאן פאר מיין געזונדל וואס איז מוסיף והולך כהלל ולא כשמאי. און וואס איז מכח שאר, כסות, ועונה?

ידען » מאנטאג אפריל 15, 2013 6:18 pm

· #105103
וואס איז דא?
📎 TTI.png

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 15, 2013 9:31 pm

· #105169
TTI is ענדליך צי טורא. נאר נישט אליינס א קאלידש. זיי ארבעטן מיט אנדירע קאלידשז ספעציעל דיזיינט פאר היימישע מענער און פרויען

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 15, 2013 10:39 pm

· #105185
און וועלכע סארט פאכן שטעלן זיי אלס צו דארטן? איז עס דווקא בעיני חינוך?

אביגדור » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:16 am

· #105283
אין עניות מן האומנות ואין עשירות מן האומנות אלא יבקש ממי שהממון שלו.

איחוד פעלד » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:07 am

· #105302
לענ"ד לייגסטו עס אראפ צופיל כאילו א דעגרי ברענגט נישט מער געלט, און דער אמת איז אז א דעגרי ברענגט יא אסאך מער געלט.

נעם בערעל און גימפעל, ביידע קענען די זעלבע גענוי צו דער האר, בערעל האט א לייסענס און א דעגרי, גימפעל נישט, בערל קען רעכענען און פארדינען דאפעלט פין גימפעל.

איך קען דיר ברענגען פיל משלים, לעבעדיגע משלים, הייב אהן ביי די פלאמבערס עלעקטרישענס טאטערס פאר קינדער און די ליסטע קען זיך ציען גאר לאנג.

אביגדור » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:26 am

· #105311
כמאמר חז"ל.

איחוד פעלד » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:45 pm

· #105661
נעמט אייך נישט אזוי צום הארצען.

איז נישט אמת אז די מאכסט אוועק א דעגרי?

אנטשולדיגט אזוי האב איך פארשטענען.

אויב די האלסט אויך אזוי, דעמאלס בעט איך אייך מחילות און כפרות..

אביגדור » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:41 am

· #105715
וואס איז שייך אוועקצומאכן?

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:07 am

· #105724
וועלט אייך א פאך...
📎 20101220_13411915658_jpg.jpg

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:29 am

· #105732
דו פארגעסט אבער איין זאך, אז דער אינגערמאן וואס מאכט שיין אן א דעגרי איז אבער צוגעבינדען צו א אידישע קאמפאני, ער האט נישט די פרייהייט פון ארום גיין זוכן בעסערע אפערטיוניטיס אין אנדערע קאמפאני'ס, און אויב וויל ער זיך אויפהייבן און מאפן ערגעץ אויסער די טריי סטעיט עריע איז ער אויס קאפעלוטש מאכער.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:32 am

· #105734
איך זעה אנאנים אויפן בילד...
ווי אזוי האבן די תנאים ואמוראים טאקע באוויזן צו שניידן און שוסטערן און אין די זעלבע צייט מחבר זיין ש"ס?

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:40 am

· #105791
וואס איז דאס עקטשיוערי?

אביגדור » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:44 am

· #105795
איחוד פעלד

וואס איז דאס עקטשיוערי?

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Actuary">http://en.wikipedia.org/wiki/Actuary</a>

<a class="postlink" href="http://money.cnn.com/galleries/2009/moneymag/0910/gallery.bestjobs_highestpaid.moneymag/6.html">http://money.cnn.com/galleries/2009/mon ... mag/6.html</a>

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:32 pm

· #105860
איך גיי טאקע טוהן די עצה וואס דו שר שרייבסט פון די דירעקטארי. (יעצט איז שוין דא 3 אדער 4 אדער מער..)

כאב א סאך מאל געלייענט די wsj אויף די אינטערנעט. סע בעסער ווי אנדערע צייטונגען?

אביגדור » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:38 pm

· #105864
ידען


כאב א סאך מאל געלייענט די wsj אויף די אינטערנעט. סע בעסער ווי אנדערע צייטונגען?


מנעו בניכם מן ההגיון.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:23 pm

· #105882
שמעקעדיג
איך זעה אנאנים אויפן בילד...
ווי אזוי האבן די תנאים ואמוראים טאקע באוויזן צו שניידן און שוסטערן און אין די זעלבע צייט מחבר זיין ש"ס?

זיי האבן נישט געלערנט קיין תוספות און געסקיפט מאוסט רש"י'ס...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:04 pm

· #159893
TTI הייבט אן נאכאמאל א סעריע פון היימישע קלאסן, ווי זיי גאראנטירן ביז 8 חדשים א בעטשלאר'ס דעגרי, און ביז 15 חדשים א מעסטער. זיי טענה'ן אז מען קען באקומען נאכדעם פראפעסיאנאלע דזשאבס פון 60 ביז $75 א שעה. און אז אסאך נייע טויערן עפענען זיך פאר די גראדואירטע.

פאר מיר איז שוין ליידער אביסל שפעט, האבענדיג א שטוב מיט קינדער וואס ווארטן אויף פרנסה האב איך יעצט נישט די לוקסוס פון גיין זיך אנבארגן מיט טויזענטערס און צואווארטן אפאר יאר ביז די גליקליכע רעזולטאטן וועלן אנהייבן קומען; אבער פאר די אלע יונגערע חברה תיכף נאך די חתונה אדער מיט בלויז אפאר קלענערע קינדער אין שטוב איז מיין עצה: אל תחמיצנה! דא האט איר א געלעגנהייט אויפצוהערן וויינען אז מען קען נישט גיין אין קאלעדזש און דערגרייכן א שיינע פרנסה; איר האט די טשאנס צו לערנען א פאך אין א "היימישע" קאלעדזש, לויט ווי דער עד זאגט איז עס בהסכמת הרבנים - און דערנאך טרעפן א גוט באצאלטע דזשאב וועלכע וועט אייך פארגרינגערן דאס לעבן.

וואס האלטן די חכמים אין שטיבל? איינער האט מיר שוין גע'אישי'ט אז מען קען דאס אויך נעמען אנליין, אבער פאר רוב אינגעלייט וואס קענען קוים בעיסיק ענגליש איז דאס בעסטע צו צאלן אביסעלע מער און גיין אין קלאסן מיט טיטשערס, ווי היימישע אינגעלייט באגלייטן אייך לכל אורך הדרך צו אייער סוקסעס בעז"ה.

common sense » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:33 pm

· #159902
שמעקעדיג
TTI הייבט אן נאכאמאל א סעריע פון היימישע קלאסן, ווי זיי גאראנטירן ביז 8 חדשים א בעטשלאר'ס דעגרי, און ביז 15 חדשים א מעסטער. זיי טענה'ן אז מען קען באקומען נאכדעם פראפעסיאנאלע דזשאבס פון 60 ביז $75 א שעה. און אז אסאך נייע טויערן עפענען זיך פאר די גראדואירטע.


ביטע לייגן א לינק
א גרויסן דאנק.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:46 pm

· #159907
נישטא קיין לינק. קוק אין די היימישע אויסגאבעס און אין די בתי מדרשים, וועסטו טרעפן פלאקאטן ענליך צו וואס ידען האט אויבן אראפגעברענגט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:21 pm

· #159915
זייער סייט:
<a class="postlink" href="http://www.testingandtraining.com/">http://www.testingandtraining.com/</a>
בלאט: 1 2