☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » בחורים אין ישיבת מיר

בחורים אין ישיבת מיר

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5924
בלאט: 1 2 3

yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:58 pm

· #435391
אודאי דארף יעדער קענען זיין בחור אבער איך קען נאר צולייגן מיין מיינונג איך האב דערט געלערענט און וואס איך קען זאגען אז די יסוד איז אויב מען געפונט זיך אין א גוטע דירה מיט גוטע חברים געווענליך פאלט מען נישט ארויס, און די פאקט איז אז רוב היימישע בחורים עכ"פ די וואס זענען געווען געהעריג אין ישיבה דאהי די זיצען דארט אויך אין ביהמ"ד פארשטייט זיך אז מען ליפטערט זיך אויך אויס אבער עס איז דא גענוג וועגען דאס צו טוען על טהרת הקודש מען א שבת אין צפת דאס האט ממש אלע טעמים פון גיין אויף קברי צדיקים אליין קען מען זיך אסאך אויסגעבען, וכו' די ישיבה איז גענוג קאלירפול אז יעדער קען זיך טרעפען דאס פלאץ און עס איז ממש א ישועה פאר אן עלטערן בחור אויב נישט די איינציגסטע עס איז נאך דא אסאך צו צוגעבען אבער ודי בזה.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג מאי 4, 2020 2:15 pm

· #447661
תכלית גערעדט, די בחורים פארן נישט צוריק דעם זומער, מען ברויך זיי צושטעלן ארבעט

פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 4, 2020 2:19 pm

· #447663
Re: בחורים אין ישיבת מיר
אדער וועלן זיך אויפשטעלן חבורות אין אמעריקע ווי שוועמלעך נאך א רעגן......

די צייט איז רייף דערפאר.
די טאטעס וועלן הנאה האבן, און געוויסע בחורים וועלן זיך קענען איינגלידערן אין נאכט חבורות און ארבעטן משך'ן טאג.....

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 6, 2020 6:21 pm

· #447947
בחורים אין מיר
איינער זאגט פאר א מירער בחור אז עס איז א פלאץ אין די וועלט וואס דער זון שיינט נאר איינמאל א טאג
בחור: ביי מיר אויכעט שיינט אסאך מאל איין שעה אין טאג

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:30 pm

· #482212
Re: בחורים אין ישיבת מיר
אבער אויף א תורה' דיגער וועג נישט סתם ארויס הענגען מיט די מיידלעך ביינאכט אין שוק מחנה יהודה אדער און די שטאט תל אביב צו א בחור זאל ווען גיין צו אילת און ס'וואלט געווען א גרויסע פראבלעם אויב ס'וואלט געווען אמת אבער קיין שום בחור כמעט הענגט נישט ארויס מיט מיידלעך סמארט פאונס אן פילטערס און ס'איז א גרויסע חרבן פאר ווער ס'איז באקאנט מ'קען זיין פון די בעסטע בחורים און אמעריקע אבער מפאלט אריין און א שלעכטע דירה דערינען יא אבער מיידלעך נישט בלאגס נישט אויף די ביר גרעסער ווי ער איז אין היינטיגע צייטן איז שוין דא גענוג ועד משמרתן און משגיחים וואס נעמען קער פון די ענינים וד"ל

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 10:02 am

· #482273
מיד ווי א בוים

אפשר אז דו וואלסט געלייגט שטרעכלעך אין דיין תגובה וואלט מען פארשטאנען א ווארט.

סעגאל » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 10:08 am

· #482275
וויזוי קען ער? ער איז דאך מיד ווי א בוים.

בן נון » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:47 pm

· #482282
איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי

מיד ווי א בוים » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 2:16 pm

· #482286
Re: בחורים אין ישיבת מיר
בן נון

הונדערט פראצענט גערעכט ס'איז אלעס הוילע דימיונת

תרמב » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:32 am

· #482334
איך האב אויך געוואלט פארשרייען די אלע לגיונות אבער איך האב געקלערט אז אפשר בין איך געווען צו תמימותדיג און איך נישט מיטגעהאלטן אלע פאן וואס יעדער האט געהאט, חוץ דאווענען שפעט לייגן תפילין קרוב צו די שקיעה און סמארטפאונס האב איך נישט מיטגעהאלטן נאך עבירות ווען איך האב געלערנט דארט.
און ווען מ’רעדט פון א בחור וואס זוכט צו שטייגן איז מיר די בעסטע פלאץ פאר דעם איך האב געזעהן דארט בחורים וואס האבן געלערנט יומם ולילה און זיי האבן זיך אויסגעגעבן ביי א לעלובע טיש וכדומה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:48 am

· #482335
בשעתו ווען כ׳האב געלערנט אין מיר האב איך יא געהערט פון מיינע מער ״קילע״ חברים אז ס׳דא אזא ענין פון בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, אבער פון די וועג וויאזוי זיי האבן גערעדט דערפון האט מיר אויסגעזעהן ווי ס׳מאכט זיך נישט אזוי אפט, זיי האבן פארציילט מעשיות וואס האבן זיך מער געהערט ווי מירע פאלקלאר מפי כלי שלישי ושביעי איבער פיגורן וואס קיינער קען נישט פערזענליך, אבער פארוואס דארף מען לויפן קיין מיר ווען ס׳דא פונקט אזעלכע מעשיות אין וויליאמסבורג אויך?

moneyminded » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:49 am

· #482336
תרמב
איך האב אויך געוואלט פארשרייען די אלע לגיונות אבער איך האב געקלערט אז אפשר בין איך געווען צו תמימותדיג און איך נישט מיטגעהאלטן אלע פאן וואס יעדער האט געהאט, חוץ דאווענען שפעט לייגן תפילין קרוב צו די שקיעה און סמארטפאונס האב איך נישט מיטגעהאלטן נאך עבירות ווען איך האב געלערנט דארט.
און ווען מ’רעדט פון א בחור וואס זוכט צו שטייגן איז מיר די בעסטע פלאץ פאר דעם איך האב געזעהן דארט בחורים וואס האבן געלערנט יומם ולילה און זיי האבן זיך אויסגעגעבן ביי א לעלובע טיש וכדומה.

די חידוש פון לערנען אין ירושלים אן קיין אויפזיכט איז, אז דער בחור קען זיך אויסגעבן ביי א לעלוב'ע טיש, און א שעה שפעטער אדער פריער קנאקען א היימיש מיידל פון סעמינערי, מער ווי איין מעמבער דא אויף קאווע שטיבל האבן מיר דאס געזאגט מסיח לפי תומם מיט א פשטות אין אישי, עס קען זיין א מעלה גאר, וועגן אין א אנדערע ישיבה גייט אזא בחור ארויס לתרבות רעה, און אין ארץ ישראל קען ער מארגן זיין כאחד האדם, וועגן ס'איז א פרייע פויגל אוויר און לויפן צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן פאר א תיקון, בקיצור ס'איז נאריש צו לייקענען פאקטן, ארץ ישראל איז הפקר אן קיין אויפזיכט, עס האט מעלות פון זיך אויפבויען א זעלבסט זיכערקייט טאקע, אבער פון די אנדערע זייט קען א 17 יעריגע בחור טון אלעס אין די וועלט און קיינער ווייסט נישט, און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 3, 2021 2:32 am

· #482345
מיד ווי א בוים
בן נון
איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזעלכע מענטשן וואס שעמען זיך נישט צו שרייבן אזעלכע הוילע לופטיגע דמיונות וואס זיי חלומ'ען בהקיץ

הונדערט פראצענט גערעכט ס'איז אלעס הוילע דמיונות

ווי אזוי זאגט ער פריער, אז מען איז מיד ווי א בוים חלומ'ט מען בהקיץ הוילע דמיונות וק"ל....

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 3, 2021 10:49 am

· #482374
רביה''ק זי''ע
אבער פארוואס דארף מען לויפן קיין מיר ווען ס׳דא פונקט אזעלכע מעשיות אין וויליאמסבורג אויך?

ווייסט פארוואס,? ווייל א יעדע עבירה וואס א מענטש טוט אין חוץ לארץ גייט מען שרייען אינטערנעט, און א יעדע עבירה וואס א מענטש - נאך דערצו א בחור - טוט אין ארצינו הקדושה גייט מען שרייען הפקרות - מיר - ציונית.

moody » זונטאג אקטאבער 3, 2021 4:40 pm

· #482418
בן נון
איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי

דער כלל איז "לא ראינו אינו ראי'" ע"כ האט דער וואס האט יא געזעהן מער נאמנות, פרעזענדליך בין איך אויך גאנץ זיכער אז זנות צווישען אמעריקאנע בחורים מאכט זיך עפטער אין א"י'דיגע ישיבות, איך קען מעשוית וואס איך גלייב שווער אז עס וואלט פסירט אין נ.י..

נאר, מען דארף מחשב זיין שכר נגד הפסד אזויווי יעדע דעסידשען אין לעבן וויפיל די טשאנסען זענען אז די בחור וועט געבויעט ווערער קעגען קאליע גיין חלילה

צפור בודד » זונטאג אקטאבער 3, 2021 6:20 pm

· #482427
Re: בחורים אין ישיבת מיר
עס פעלט דא א קלארקייט. עס איז דא מיר און עס זענען דא חבורות וואס דרייען זיך און לערנען אפשר אפילו אין מירער ביהמ"ד אבער זיי זענען נישט איינגעשריבן אין מיר. פונדעסטוועגן פארקויפן זיך די חבורה בחורים כאילו זיי לערנען אין "מיר" ווען מ'פרעגט זיי וואו זיי לערנען. איך קום דא נישט פארטיידיקן מיר אדער באשולדיקן די חבורות נאר בדרך כלל זענען די חבורות מער פויגלדיג.

איצט זייט ממשיך דער שמועס נאר ביטע מאכט קלאר צי איר רעדט פון מיר גופא אדער פון די בני החבורות.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

moneyminded » זונטאג אקטאבער 3, 2021 7:45 pm

· #482436
ס'איז די זעלבע זאך, די פאקט איז א יעדע מענטש, נישט קיין חילוק א איד אדער להבדיל א גוי, אדער א סינגעל אדער א געהייראטע, אז עס זינדיגט זיך גרינגער אין א פרעמדע מדינה, פרעג נאר די ביזנעס לייט אויף ביזנעס טריפס, ווער דא איז שוין געווען אויף בינעס טריפס? ווער דא האט זיך שוין געדרייט אין יפו ביינאכט אין ירושלים?

איינער וואס ווייסט די מציאות פארשטייט די מציאות זייער פשוט,
נאכדערצו ווען דו טרעפסט אן היימישע אידישע אינגע מיידלעך פריש פון שאכטל, יגעת מצאת תאמין, זייער נאריש צו לייקענען ווען עטליכע דא אויף קאווע שטיבעל האבן עס מיר געזאגט בין הדברים אין אישי מיט א פשטות, שיקן א חסיד'ישע בחור פון די סיסטעם אין אמעריקא וואס שפילן באלל איז טריפה, אנקומענדיג אלס א 17 יעריגע בחור אין די האלי לענד ווי אלעס זעט אויס גלאנצענדיג אין אידיש, דארף מען רחמי שמים אז די בחור זאל נישט אנקומען ווי ער זאל אנקומען,

איך רעד שוין נישט פון די זרעלי אינגעלייט וואס רייסן געלט פון טאטעס אז מכלומרשט געבן זיי אכטונג פון זינדיגן און זיי העלפן פשוט ארויס, אבי צו מאכן געלט, איך קען ערשט האנטיג עטליכע אזוינע מעשיות.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 8:06 pm

· #482437
איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 3, 2021 8:32 pm

· #482440
moneyminded
איך רעד שוין נישט פון די זרעלי אינגעלייט וואס רייסן געלט פון טאטעס אז מכלומרשט געבן זיי אכטונג פון זינדיגן און זיי העלפן פשוט ארויס, אבי צו מאכן געלט, איך קען ערשט האנטיג עטליכע אזוינע מעשיות.

דאס האב איך אויך מיטגעהאלטן.

סעגאל » זונטאג אקטאבער 3, 2021 8:48 pm

· #482441
גראדע זע איך אז דא איז שוין געוועין א שמועס צו בחורים אין ירושלים דרייען זיך מיט מיידלעך און צי עס איז בכלל געווען אזא זאך אמאל.

תוהו ובוהו » זונטאג אקטאבער 3, 2021 8:57 pm

· #482442
Re: בחורים אין ישיבת מיר
רביה''ק זי''ע
איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.
ס'איז א ריזיגע חילוק, בעת ווען א בחור איז איינגעשריבן אין מיר (וואס איז כהיום די וועג וויאזוי מ'קען לערנען אין א מירער ביהמ''ד אינקלודינג פינסק) און ער איז אין א איינגעשריבענע דירה (וו.מ. א דירה ווי רוב עולם איז איינגעשריבן אין מיר) קען ער נישט זיין צו פויגל'דיג עכ''פ נישט אויף קיין מאסשטאבליכן פארנעם ווי גאנצעטע דירות וואס זאלן גיין מיט מיידלעך, משא''כ ווען מ'איז נישט אין א מירער דירה.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:48 am

· #482475
זעהט אויס אז כ׳האב נישט גוט פארשטאנען, כ׳האב פארשטאנען אז די רעדע איז פון חבורות פון בחורים וואס לערנען נאר אפשר נישט אין מיר, כנראה רעדט מען פון חבורות פון בחורים וואס וואוינען אין איין דירה און אפשר אמאל לערנען זיי אין מיר... בכל אופן, אפילו אויב ס׳זאל זיין אמת אז בחורים אין מיר פירן זיך אויף ווי די גיבורי התנ״ך בשעתם כאפ איך נישט מה כל הרעש, די זעלבע בחורים וואס אין ישיבה אין ניו יארק האבן זיי עוסק געווען אין משכב זכור זיי זענען די זעלבע בחורים וואס גייען שפעטער קיין ישראל נאכלויפן מיידלעך, דאס איז לכולי עלמא אן upgrade, נישט אזוי?

אויסערדעם בין איך נייגעריג צו ס׳ווערן אויך שידוכים פון דיזע באגעגענישן, אויב יא קען זיין אז נאך אלעם לוינט זיך עס.

moneyminded » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:57 am

· #482476
Re: בחורים אין ישיבת מיר
תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע
איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.
ס'איז א ריזיגע חילוק, בעת ווען א בחור איז איינגעשריבן אין מיר (וואס איז כהיום די וועג וויאזוי מ'קען לערנען אין א מירער ביהמ''ד אינקלודינג פינסק) און ער איז אין א איינגעשריבענע דירה (וו.מ. א דירה ווי רוב עולם איז איינגעשריבן אין מיר) קען ער נישט זיין צו פויגל'דיג עכ''פ נישט אויף קיין מאסשטאבליכן פארנעם ווי גאנצעטע דירות וואס זאלן גיין מיט מיידלעך, משא''כ ווען מ'איז נישט אין א מירער דירה.
די האסט געלערענט אין ארץ ישראל ? אין מיר ? ביזט שוין אמאל געווען אין ירושלים? עס איז כמעט נישט דא קיין ישיבה אין אמעריקא ווי א 18 יעריגע בחור קען גיין און קומען בייטאג אדער ביינאכט ווי קיין איינער האלט נישט קיין חשבון אויף אים, אפגערעדט פון שבתים פארן בארדענען אין דערפלעך אין קיבוצים, אדער סתם אין ירושלים פון פרייטאג ביז זונטאג, און קיינער קען אים נישט און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם, טו מיר א גענאדע , איך האלט בשיטה די נומבערס זענען אסאך מער ווי מען מיינט, דא פיל בחורים וואס האבן אפגעזינדיגט און געמאכט א שווייג און מער נישט געטין וכולי וכולי , די סיבה איז פארוואס אזוי ווייניג פאלן אוועק איז וועגן סאיז אזוי אן קיין פרעשור אדער פיער פרעשור אז ער קען טין אלעס אין די וועלט מיט די לאנגע וואלענע ציצית און די באן פארט ווייטער , די אלע זאכן איז אסאך שווערער אין אמעריקע, אין אמעריקא על פי רוב וויסן אז עפעס טויג נישט מיט דעם בחור אין מען וועט אים דורס זיין , אוטאמאטיש פאלט די בחור אוועק , בקיצור עס האט מעלות און חסרונות , יעדע אינגערמאן וואס האט געלערענט אין ארץ ישראל קען מען דערקענען על פי רוב אויף די נאז, זיי האבן א געוויסע סארט אפען מיינדעד מוח וואס כמעט קיין איין אמעריקאנע בחור האט .

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

תוהו ובוהו » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 3:04 am

· #482477
moneyminded
די האסט געלערענט אין ארץ ישראל ?

יא
אין מיר?

יא

דאס איבריגע וואס דו שרייבסט, קוקט נישט אויס ווי דו האלטסט מיט דעם שמועס..
מ'רעדט דא פון גיין מיט מיידלעך אין גרויסן, נישט פון הערן א שיעור פון אמנון יצחק און ווערן ''אויפגעקלערט''.

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:45 pm

· #482560
Re: בחורים אין ישיבת מיר
איך האב געלערנט אין מיר א שיינע פאר יאר, און כ'ווייס נישט פון אזעלכע מעשיות. קען זיין עס איז געווען, אבער זיכער נישט קיין באקאנטע זאך.

א עוורעדזש בחור האט מיט דעם גארנישט איינגעלייגט (עכ"פ מער ווי אין ב"פ).

לגבי חבורות ווס. מיר, האט שוין רביה"ק ארויסגעברענגט אז "מיר" גיבט גארנישט מער ווי די אנדערע חבורות חוץ פון נאכטמאל. דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע (יא, אפי' מיט'ן זיין אין אן אפיציעלע איינגעשריבענע דירה - נאר געווענליך די וואס זענען אין די סארט דירות זענען מער פרום). און סמארטפאונס אדער טיווי שאוס אויף די פליפ פאון איז דא ביי ביידע אייניג.

אויב עפעס האבן די נישט מיר'ער חבורות א מעלה אז די ראש החבורה איז מער נאנט מיט יעדעם פערזענליך און קען העלפן (ווענד זיך ווי א חבורה). משא"כ אין מיר ווי רוב בחורים האבן נישט קיין פערזענליכע קשר מיט'ן מגיד שיעור / ראש החבורה און די ראש החבורה האט נישט צופיל מיט די בני החבורה חוץ פון זאגן שיעור.

בן נון » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:51 pm

· #482561
moody
בן נון
איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי

דער כלל איז "לא ראינו אינו ראי'", ע"כ האט דער וואס האט יא געזעהן מער נאמנות, פערזענליך בין איך אויך גאנץ זיכער אז זנות צווישען אמעריקאנע בחורים מאכט זיך עפטער אין א"י'דיגע ישיבות, איך קען מעשיות וואס איך גלייב שווער אז עס וואלט פסירט אין נ.י..

נאר, מען דארף מחשב זיין שכר נגד הפסד אזויווי יעדע דעסיזשען אין לעבן וויפיל די טשאנסען זענען אז די בחור וועט געבויעט ווערן קעגן קאליע גיין חלילה

אבער ווען איינער שרייט כו”ע ידעי, יעדער ווייסט, איז נישט שייך די כלל פון לא ראינו אינו ראי'. אלס א מירער תלמיד וואס האט זיך געדרייט און געפרייט וואלט איך ווען געוויסט אויב די מצב וואלט ווען געווען אזוי געפערליך.

בן נון » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:55 pm

· #482562
מיר האבן דא א גאנצע ליסטע פון מירער בחורים וואס שרייען להד”ם אנטקעגן אפאר מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן געהערט כלי שלישי ( ראשון?) אז יעדער זעט און יעדער ווייסט אז יעדער טוט וואס דאס איז א אומפארשעמטער שקר וואס איז ווערט צו פארדאמען

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:03 am

· #482564
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פאליטיקאנט
דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע

נישט אינגאנצן ריכטיג.
כהיום עקזיסטירט א געוויסע סארט לחץ, אן איינגעשריבענע בחור האט א פראבלעם זיך צו דרייען מיט א סמארטפאן ברבים, און ראזמארין לייגט פרעשור אויף נייע בחורים נישט צו זיין אין א דירה וואס האבן נישט איינגעשריבענע, זעכער אויב מ'האט אפיציעל סמארטפאנס.

וואס ס'פאסירט געווענליך איז, אז נאך א שטיק צייט אין מיר כאפט מען אז מ'צאלט שכר לימוד פאר גארנישט, אין ביהמ''ד איז מען סייווי נישט דורכאויסן טאג (אויב עפעס ביינאכט אין מרכזי..) אין עסן עסט מען אויך נישט דארט, שרייבט מען זיך אויס, וואס אין אזא דירה וועלן געווענליך נאכדעם אריינקומען נאר חתנים/נישט איינגעשריבענע בחורים.

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:11 am

· #482565
moneyminded
האסט געלערענט אין ארץ ישראל? אין מיר? ביזט שוין אמאל געווען אין ירושלים? עס איז כמעט נישט דא קיין ישיבה אין אמעריקא ווי א
18 יעריגע בחור קען גיין און קומען בייטאג אדער ביינאכט ווי קיין איינער האלט נישט קיין חשבון אויף אים, אפגערעדט פון שבתים פארן בארדענען אין דערפלעך אין קיבוצים, אדער סתם אין ירושלים פון פרייטאג ביז זונטאג, און קיינער קען אים נישט און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם, טו מיר א גענאדע , איך האלט בשיטה די נומבערס זענען אסאך מער ווי מען מיינט, דא פיל בחורים וואס האבן אפגעזינדיגט און געמאכט א שווייג און מער נישט געטין וכולי וכולי , די סיבה איז פארוואס אזוי ווייניג פאלן אוועק איז וועגן סאיז אזוי אן קיין פרעשור אדער פיער פרעשור אז ער קען טין אלעס אין די וועלט מיט די לאנגע וואלענע ציצית און די באן פארט ווייטער , די אלע זאכן איז אסאך שווערער אין אמעריקע, אין אמעריקא על פי רוב וויסן אז עפעס טויג נישט מיט דעם בחור אין מען וועט אים דורס זיין , אוטאמאטיש פאלט די בחור אוועק , בקיצור עס האט מעלות און חסרונות , יעדע אינגערמאן וואס האט געלערענט אין ארץ ישראל קען מען דערקענען על פי רוב אויף די נאז, זיי האבן א געוויסע סארט אפען מיינדעד מוח וואס כמעט קיין איין אמעריקאנע בחור האט.

טאקע נישטא קיין שום סיבה צו שיקן אן אכצן יעריגע "פיינע בחור" קיין ישראל, און לפי ידיעתי האלט קיינער נישט דערפון.

די גאנצע ענין איז בעיקר פאר עלטערע בחורים וואס ווי געשמועסט איז סתם אזוי נישטא קיין זאכליכע אלטערנאטיוון אין אמעריקע, אדער פאר אינגע בחורים וואס מ'פרובירט אוועקשיקן פון דער היים....

יעצט אויף די יארגאנג איז פשוט אז סגייט נישט זיין קיין איבערזיכט אויף זיי. און כ'האב נייעס פאר אייך אז ווען זיי בלייבן אין אמעריקע מאכט מען די זעלבע (אדער ערגערע) 'ראוד טריפס' און 'וויקענד קעמפינג' ווי די שבתים וואס די שרייבסט אין מושבים....

ווי ווייט איך זע זענען עלטערע בחורים וואס בלייבן אין אמעריקע אסאך ערגער אין רוחניות ווי די וואס זענען אין חבורות אין ירושלים. דארט האלט מען ביי מאוויס, שאוס, און ספארטס. דא איז ליידער דא גאנץ אסאך וואס זענען שוין מחללי שבתים (!). אזוי אויך די באנוץ פון דראגס ('בעיקר' וויד) איז שטארק נפוץ ביי די בחורים אין אמעריקע משא"כ בישראל.

כ'האלט אז די מעלות פון שיקן לערנען אין ירושלים טוען גאר שטארק איבערוועגן די חסרונות, און לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז אויך די רצון פונעם בחור (וואס איז אומבאקוועם אינדערהיים, און אין בית המדרש) וואס העכער די צוואנציג מעג מען זיך שוין רעכענען מיט עם אויך.

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:16 am

· #482567
Re: בחורים אין ישיבת מיר
תוהו ובוהו
פאליטיקאנט
דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע

נישט אינגאנצן ריכטיג.
כהיום עקזיסטירט א געוויסע סארט לחץ, אן איינגעשריבענע בחור האט א פראבלעם זיך צו דרייען מיט א סמארטפאן ברבים, און ראזמארין לייגט פרעשור אויף נייע בחורים נישט צו זיין אין א דירה וואס האבן נישט איינגעשריבענע, זעכער אויב מ'האט אפיציעל סמארטפאנס.

אזוי פלעגט טאקע זיין ווען ראזמארין האט נאך געהאט א כח, אבער די לעצטע פאר יאר איז ווי כ'האב געשריבן (דהיינו די וואס רעכענען זיך מיט עם זיי זענען די פרומע וואס וואלטן סתם אזוי נישט געהאט קיין סמארטפאון)

תוהו ובוהו

וואס ס'פאסירט געווענליך איז, אז נאך א שטיק צייט אין מיר כאפט מען אז מ'צאלט שכר לימוד פאר גארנישט, אין ביהמ''ד איז מען סייווי נישט דורכאויסן טאג (אויב עפעס ביינאכט אין מרכזי..) אין עסן עסט מען אויך נישט דארט, שרייבט מען זיך אויס, וואס אין אזא דירה וועלן געווענליך נאכדעם אריינקומען נאר חתנים/נישט איינגעשריבענע בחורים.

אמת, און דאס ברענגט טאקע ארויס וואס כ'האס געשריבן אז מיר 'אפפערט' גארנישט מער פאר א זוינע סארט בחורים ווי די ארומיגע חבורות, און דערפאר טאקע גייט מען ארויס נאך א פאר זמנים.

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:28 am

· #482570
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פאליטיקאנט

אזוי פלעגט טאקע זיין ווען ראזמארין האט נאך געהאט א כח, אבער די לעצטע פאר יאר איז ווי כ'האב געשריבן (דהיינו די וואס רעכענען זיך מיט עם זיי זענען די פרומע וואס וואלטן סתם אזוי נישט געהאט קיין סמארטפאון)

כ'ווייס נישט פונקט וואס דו מיינסט מיט 'פרומע בחור'..
איך רעד פון א דורכשניטליכע בחור וואס גייט אויף מיר מיט א חשבון צוגיין אין א ישיבה (ער קומט לפחות דעם ערשטן זמן נאכמיטאג סדר אין ביהמ''ד בקביעות..) איז גילטיג דאס וואס איך שרייב.

וואס טוט זיך כהיום מיט ראזמארין ספעציפיש ווייס איך נישט.. אדרבה, דו ווייסט צו ער איז נאך אינוואלד? אויב נישט, האט אים איינער איבערגענומען?

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:35 am

· #482572
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פרומע בחור איז שווער צו מגדיר זיין, געוואלט געזאגט אזא סארט וואס האט א פראבלעם מיט א סמארטפאון לכתחילה.

כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט ראזמארין, איך בין שוין אויך נישט דארט.

נאך א פונקט אין די נושא פון מיר / דערנעבענדע חבורות. א גרויס חלק "געהעריגע" איינגעשריבענע מירער בחורים, אפי' פון די מער פרומערע (אן סמארטפאונס) זענען אויך אין חבורות אינדערויסן פון מיר.

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:38 am

· #482573
Re: בחורים אין ישיבת מיר
איך וואלט געזאגט אז יעדער דורכשניטליכע בחור האט א פראבלעם מיטן אימעזש פון זיין ''א בחור מיט א סמארטפאן'' און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א סמארטפאן זעלבסט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:50 am

· #482574
איך ווייס אויך נישט וואס טוט זיך היינט אבער אין מיינע צייטן זענען רוב חסידישע בחורים נישט געבליבן פאר מער פון איין זמן, א גרויס טייל זענען שוין געקומען אלס חתנים, די איבעריגע זענען געווארן חתנים דורכאויס׳ן זמן, אפשר א פערטל חסידישע בחורים פלעגן בלייבן פאר נאך א זמן. איך האב געלערנט (יא געלערנט) אין מיר אפאר יאר, איך געדענק ווי יעדע אנפאנג זמן איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון אפאר הונדערט אפרוחים שלא נפתחו עיניהם און א יאר שפעטער זענען שוין כמעט אלע פון זיי געווען צוריק אין אמעריקע, איך גלייב נישט אז פון די בחורים רעדט מען, קוים וואס זיי האבן געוואוסט וואס א סמארטפאון איז, די ווייטסטע וואס זיי זענען אנגעקומען איז געווען אין א קאמפיוטער קיאסק. ווייטער א בחור וואס איז שוין געווען אין מיר א יאר און א האלב פלעגט מען שוין נישט זעהן פאר די אויגן, יא, ס׳געווען עפעס חבורות פון אמונת ישראל צו סטאלין צו אנדערע וואס האבן געהאט אייגענע משגיחים וואס יענע בחורים האבן געקענט אנהאלטן פאר לאנגע יארן, אבער דאס איז געווען ממש געציילטע, א געווענליכע בחור האט זיך נישט געהאלטן אזוי לאנג אין שכונת מיר (מלפנים שכונת בית ישראל). וואו פונקטליך די חברה פלעגן זיך דרייען ווייס איך נישט, אבער צומאל ווען ס׳געווען שניצל פאר מיטאג, אדער ווען דער ראש ישיבה האט צאמגערופן אלע חסידישע בחורים פאר א שבת סעודה האט מען געקענט פלוצלונג זעהן גאנצעטע גרופעס פון בחורים זיך אנרוקן וואס איך האב געמיינט אז זיי זענען שוין לאנג צוריק אין אמעריקע, והנה, זיי זענען דא מיט א פרישקייט, פון וואו זיי האבן ארויסגעשפראצט ווייסט איין באשעפער. די חברה האבן שוין יא אפשר געהאט סמארטפאונס, אבער מיט מיידלעך האבן זיי נישט געהאט קיין שייכות, זיי האבן נאר געוואוסט צו פארציילן פון אנדערע. וואס יא, אין די געגנטער ארום מיר פלעגן זיך דרייען אסאך בחורים, רוב פון זיי איזראעלי שבאבניקים, אבער גענוג אמעריקאנע בחורים אויך, ווען איך פלעג פארן קיין צפת אדער זיך דרייען אין שוק מחנה יהודה צו מדרחוב בצלאל פלעג איך קענען אנטרעפן די חברה. די חברה האבן זיך געקענט ארומדרייען מיט סקיני דשיענס און א הודי סתם אין א גרינעם דינסטאג, גאנצעטע שיירות פלעגן ארויספליען יעדן שני וחמישי קיין אוקראינע און מזרח אייראפע און צוריקקומען מיט שלל פון געשווערצע ציגארטעלעך, פאונס, דראגס, און אנדערע חאזעריי און עס פארקויפן פאר גוט געלט, מן הסתם פון זיי רעדט מען.

דאס וואס אנדערע שווערן זיך אז געוויסע ניקים האבן זיי אליינס געזאגט אין פריוואט וויפיל מיידלעך זיי האבן געקנאקט אין מיר, דארף מען וואוסן אז ס׳דא מענטשן וואס האבן אן עדדיקשן צו די סארט פאנטאזיעס. אמאל פלעגן זיך די פאנטאזירער האבן וואו אויסצוגעבן, היינט ווען פאליש איז שוין פארמאכט און ווערצהויז האט שוין אויך פארשלאסן אירע טויערן קומען זיי דא אין שטיבל פארדרייען מענטשן א קאפ אין אישי.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 9:50 am

· #482588
זאגסט דאך פונקט די זעלבע זאך ווי מיר, איך האב נישט געקנאקט, דו האסט נישט געקנאקט, קיינער וועם אונז קענען פערזענליך האט נישט געקנאקט, איינער וואס זאגט דיר אין אישי אז ער האט געקנאקט מיידלעך איז א פאנטאזירער. די מירע פאלקלאר וואס דרייט זיך ארום מיינען נישט אונז, ס׳מיינט א געוויסע עלעמענט וואס כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך השם, דאס איז אויסער דעם וואס א גרויס טייל פון די מעשיות זענען פרי דמיונם פון בחורישע הארמאונען וואס די בארד דערפון ווערט לענגער און לענגער מיט יעדער בחור וואס פארציילט דאס. און אז מ׳רעדט שוין פון פאלקלאר געדענק איך אז מיט איבער צעהן יאר צוריק האט זיך ארומגעדרייט א מעשה אין די ישיבות אז ס׳געווען א גרופע פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן אין די קעטסקיללס ערגעץ און זיי זענען געווען אינוואלווד אין אן עקסידענט און ווען הצלה איז אנגעקומען איז געווען גרויסע בושות, צו ס׳איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, ס׳איז לכאורה אזוי אמת ווי אלע אנדערע פאלקלאר וואס בחורים פארציילן, ס׳נאר אינטערעסאנט אז פון ווען איך און מיינע נאנטע חברים האבן חתונה געהאט און איך דריי מיך מער נישט אזוי מיט בחורים האב איך אויפגעהערט הערן אזעלכע מעשיות...

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 4:37 pm

· #482614
א רגע. און דאס אז זוממער איז לעבעדיג אין שטאט, ווען בלויז די מענער מיט די עלטערע מיידלעך בלייבן אליין צוליב די ארבעט, ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם, אדער דארט לייקנסטו אויך אז ס'איז נישט געפערליך.

איך פרעג, ווייל מענטשן האבן נישט ליב צו גלויבן דאס וואס זייערע אויגן זעהען נישט. אויב דו זעסט דא א פראבלעם, קענסטו רואיג זיין אז די הארמאנען אין ארץ-ישראל זענען נישט אנדערש ווי די אין אמעריקע.

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 7:49 pm

· #482618
Re: בחורים אין ישיבת מיר
רביה''ק זי''ע
זאגסט דאך פונקט די זעלבע זאך ווי מיר, איך האב נישט געקנאקט, דו האסט נישט געקנאקט, קיינער וועם אונז קענען פערזענליך האט נישט געקנאקט, איינער וואס זאגט דיר אין אישי אז ער האט געקנאקט מיידלעך איז א פאנטאזירער. די מירע פאלקלאר וואס דרייט זיך ארום מיינען נישט אונז, ס׳מיינט א געוויסע עלעמענט וואס כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך השם, דאס איז אויסער דעם וואס א גרויס טייל פון די מעשיות זענען פרי דמיונם פון בחורישע הארמאונען וואס די בארד דערפון ווערט לענגער און לענגער מיט יעדער בחור וואס פארציילט דאס. און אז מ׳רעדט שוין פון פאלקלאר געדענק איך אז מיט איבער צעהן יאר צוריק האט זיך ארומגעדרייט א מעשה אין די ישיבות אז ס׳געווען א גרופע פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן אין די קעטסקיללס ערגעץ און זיי זענען געווען אינוואלווד אין אן עקסידענט און ווען הצלה איז אנגעקומען איז געווען גרויסע בושות, צו ס׳איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, ס׳איז לכאורה אזוי אמת ווי אלע אנדערע פאלקלאר וואס בחורים פארציילן, ס׳נאר אינטערעסאנט אז פון ווען איך און מיינע נאנטע חברים האבן חתונה געהאט און איך דריי מיך מער נישט אזוי מיט בחורים האב איך אויפגעהערט הערן אזעלכע מעשיות...
איך מיז דיר געבן א לייק פאר'ן אזוי שטארק ממליץ טוב פאר אידישע קינדער !
די ביזט געווענליך דער וואס רייסט אראפ כל הקדוש לנו און ווי אונזער סיסטעם איז דורעכגעפוילט, פונקט דא איז אלעס פיין און וואיל, איך שיק דיך אריבער א קיש , די ווילסט טאקע אז ניקים זאלן שרייבן דא ברחל בתך אז זיי האבן געקנאקט?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 11:15 pm

· #482642
לכבוד שבת קודש
א רגע. און דאס אז זוממער איז לעבעדיג אין שטאט, ווען בלויז די מענער מיט די עלטערע מיידלעך בלייבן אליין צוליב די ארבעט, ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם, אדער דארט לייקנסטו אויך אז ס'איז נישט געפערליך.

איך ווייס זייער גוט אז ס׳טוט זיך לעבעדיג, נישט נאר אין די זוממער נאר אגאנץ יאר, אבער ווי ווייט איך בין באקאנט איז עס א געוויסע סארט עלעמענט, אדער מענטשן וואס טשיעטן ווייל זיי זענען ברוגז אויף זייער spouse, אן average אינגערמאן בין איך נישט חושד אין די זאכן.

מיין אמת » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 6:37 pm

· #482704
Re: בחורים אין ישיבת מיר
its me
I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend
So basically we need to learn out for the girl's to take a טבילה after the וסת

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:22 pm

· #482707
moneyminded
רביה''ק זי''ע
ז
איך מיז דיר געבן א לייק פאר'ן אזוי שטארק ממליץ טוב פאר אידישע קינדער !
די ביזט געווענליך דער וואס רייסט אראפ כל הקדוש לנו און ווי אונזער סיסטעם איז דורעכגעפוילט, פונקט דא איז אלעס פיין און וואיל, איך שיק דיך אריבער א קיש , די ווילסט טאקע אז ניקים זאלן שרייבן דא ברחל בתך אז זיי האבן געקנאקט?

פארוואס נעמסטו שוין קאמפלימענטן? איך האלט גראדע אז ס'איז א נארמאלע זאך פאר בחורים זיך צו דרייען מיט מיידלעך, אויב נישט מיינט אז מ'דערשטיקט אונז

Nanach » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 9:58 pm

· #482726
מיין אמת
its me
I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend
So basically we need to learn out for the girl's to take a טבילה after the וסת

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

אזוי פלעגט מען טאקע טוהן ביז די ראשונים האבן עס מבטל געווען טאקע פארדעם, אז עס איז דא וואס נדה וועט זיי אפהאלטן און קדשה נישט

קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 11:06 pm

· #482736
בחורים אין מיר
איך ווייס נישט וואס טיט זיך אין מיר, אבער די אלע אנטי-מיר פרא ניו יארק ישיבות חברה, זענען אין א טיפע דינייעל, עטץ ווייסטס נישט וואס טיט זיך אפ אין די נ.י. ישיבות, פון סמארטפון'ס מיט אלע חזערייען ביז משכב זכור דאורייתא, נא איז דעיס עפעס בעסער ווי אנהאקן מיט א מיידל?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 11:28 pm

· #482737
Nanach
אזוי פלעגט מען טאקע טוהן ביז די ראשונים האבן עס מבטל געווען טאקע פארדעם, אז עס איז דא וואס נדה וועט זיי אפהאלטן און קדשה נישט

און שפעטער ווען דער יעב״ץ האט עס צוריק מחדש געווען האט מען עס ווייטער ממשיך געווען. (שאילת יעב״ץ חלק ב סימן טו)

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 4:15 am

· #482748
רביה''ק זי''ע
Nanach
אזוי פלעגט מען טאקע טוהן ביז די ראשונים האבן עס מבטל געווען טאקע פארדעם, אז עס איז דא וואס נדה וועט זיי אפהאלטן און קדשה נישט

און שפעטער ווען דער יעב״ץ האט עס צוריק מחדש געווען האט מען עס ווייטער ממשיך געווען. (שאילת יעב״ץ חלק ב סימן טו)

אינטערסאנטע תשובה (האסט מיר עס נישט געקענט ווייזן אלץ בחור?! 😂 😂 😂 )
איז דא נאך איינער וואס פסק’נט אזוי? אדער איז עס יחידאה? ווייל די יעב”ץ כבודו במקומו מונח איז היבש קאנטערווערשל, אינטערסאנט צו עס איז דא א מסייע ליה

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 1:58 am

· #482817
דער יעב״ץ איז קאנטראווערשל ווייל ער האט געזאגט דעם אמת וואס קיינער האט געוואלט הערן.

Nanach » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 2:25 am

· #482820
רביה''ק זי''ע
דער יעב״ץ איז קאנטראווערשל ווייל ער האט געזאגט דעם אמת וואס קיינער האט געוואלט הערן.

אמת, אבער נאך אלץ איז עס נישט מעין סטריעם ווען ער איז אליינס, משא”כ ווען עס איז דא נאך איינער כש”כ מער וואס זאגן די זעלבע זאך קענסטו האפן אז אפשר וועט עס קענען אריין גיין אין מעין סטריעם

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 2:28 am

· #482821
Nanach
רביה''ק זי''ע
דער יעב״ץ איז קאנטראווערשל ווייל ער האט געזאגט דעם אמת וואס קיינער האט געוואלט הערן.

אמת, אבער נאך אלץ איז עס נישט מעין סטריעם ווען ער איז אליינס, משא”כ ווען עס איז דא נאך איינער כש”כ מער וואס זאגן די זעלבע זאך קענסטו האפן אז אפשר וועט עס קענען אריין גיין אין מעין סטריעם
א. אויף די מעין סטריעם האב איך שוין פונלאנג אויפגעגעבן. 😃
ב. כ׳האב אמאל געזאגט פאר א ליטוואק אז לויט׳ן קאמארנער איינער וואס לייגט נישט קיין ר״ת תפילין איז א פושע ישראל בגופו, האט ער מיר אנגעקוקט פארוואונדערט, וואס איז די חידוש - פרעגט ער מיר - דער ר״ת זאגט דאך עס שוין, וואס דארפסטו קריכן ביז׳ן קאמארנער? 😂 (כלומר, איך זעה נישט די חידוש פונעם יעב״ץ, דער ראב״ד זאגט עס שוין...)

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:23 pm

· #482846
רביה''ק זי''ע
Nanach
אזוי פלעגט מען טאקע טוהן ביז די ראשונים האבן עס מבטל געווען טאקע פארדעם, אז עס איז דא וואס נדה וועט זיי אפהאלטן און קדשה נישט

און שפעטער ווען דער יעב״ץ האט עס צוריק מחדש געווען האט מען עס ווייטער ממשיך געווען. (שאילת יעב״ץ חלק ב סימן טו)

קענסט פליז ק/פ די תשובה, מיין פילטער לאט מיך עס נישט זעין אלס "עדאלט קאנטענט" 😂

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:29 pm

· #482849
היברובוקס לאזט עס יא דורך? <a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1408&st=&pgnum=182&hilite=">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 82&hilite=</a>

moody » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 3:02 pm

· #483085
רביה''ק זי''ע

ב. כ׳האב אמאל געזאגט פאר א ליטוואק אז לויט׳ן קאמארנער איינער וואס לייגט נישט קיין ר״ת תפילין איז א פושע ישראל בגופו, האט ער מיר אנגעקוקט פארוואונדערט, וואס איז די חידוש - פרעגט ער מיר - דער ר״ת זאגט דאך עס שוין, וואס דארפסטו קריכן ביז׳ן קאמארנער? 😂 (כלומר, איך זעה נישט די חידוש פונעם יעב״ץ, דער ראב״ד זאגט עס שוין...)

די ווארט איז ידוע בשם החזו"א
בלאט: 1 2 3