for adults i would say like others that wherever u grew up is maybe good, but for kids is better a place where u can see all kinds of people. and not be so closed.. the only reason i would agree its better a more frum place is if u can keep ur child that way till he gets married. but i can tell u its a big risk. once ur child might by mistake go out of willi. he will get wild and damaged.(btw the same with computers its a thing that even u will hide it. u never know where he will find it. because its such a spread thing by yiden)its not good todays days to be to restricted
וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1584
בלאט: 1 2
מ גפניא איד האט זיך אמאל פארענטפערט פאר'ן רבי ז"ל ווען דער רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך געצויגן קיין ב"פ, האט ער געענטפערט אז עס איז נאר 18 מינוט אוועק פון וויליאמסבורג, האט זיך דער רבי אנגערופן: יא יא א שיעור חימוץ, ודפח"ח
און אויף דעם זאגט רשי אז די יש דורשים לגנאי זענען נישט די רבותינו. הול"ל שיעור הכשר.
shasfor adults i would say like others that wherever u grew up is maybe good, but for kids is better a place where u can see all kinds of people. and not be so closed.. the only reason i would agree its better a more frum place is if u can keep ur child that way till he gets married.
און נאך וואס ער האט חתונה? אויב זען אז ס'איז דא נאך מינע יידען וועט שאטען פאר זיין תמימות וואס איז אנדערש נאכען חתונה?
ur right but it harms less a adult i think, maybe im wrong, i dont hold of that idea at all. but im trying to put myself into other peoples matzev here.
איך בין טאקע געבוירן אין ווילי און דערנאך געגאנגען וואוינען קיין ב"פ....קיינער פון מיין משפחה איז נאכנישט אפגעפארען ב"ה....
מיינס א נאהטנע ידיד וואס איז ארגינעל פון בארא פארק ווען ער איז געוועהן א בחור האבן זיי אריבער קיין ווילימסבורג, אלס בחור האט ער רח"ל מיט א קיימא לן פון 22, ער האט מיר געוויסען צוויי אלבומ'ס פון זיינע בילדער, (עכ"פ נישט דא מאכען א אריכות אולי ערגעץ אנדערש יא), מיט א ווילימסבורגער מיידעל איז אסאך, זייער אסאך, גרינגער איבער צורעדן, אנהייבען א קשר וכיו"ב, מיט א בארא פארקער דארף מען ארבעטן פיל פאכיג שווערע. - דער מדובר איז אויף א נקיבה וואס דיר געפעלט, נישט סתם א מופקרת.
הסבר הדבר, וויבאלד די בארא פארקער אופן השקפה איז "דאס איז א איד, א איד טוט נישט" אין געגאנגען ווייטער, משא"כ ווילימסבורג "די טארסט נישט, איך אסר דיר, כוועל דיר ווארפן פון די מוסדות, וכיו"ב". ממילא אזא ווילימסבורגער מאנטאליטי איז גרינגער צו "באפרייען".

אויף די טעמע איז נישט זייך צו מאכן קיין דיסיזשען'ס, יעדער האט מעלות און חסרונות, אבער אזוי ווי איך האב נאנטע פון בארא פארק און פון וויליאמסבורג האב איך שנעל אויפגעכאפט דעם חילוק.
אין וויליאמסבורג: לעבט יעדער פארן צווייטן, קיינער וויל נישט זיין צו פרום אדער צו מאדערן, יעדער וויל זיך האלטן אויפן וואוילן-באלעבאטישן סטאנדארט, יעדער דרייווט אדאסי'ס, יעדער גייט מיט שווארצע עקקא שיך, יעדע ווייבעלע האט א באגאבא, יעדער דאווענט? איך גיי אויך! יענער קוקט? איך גיי מיך וואטשן! מ'פאפט די קינדער ביז זיי קראכן ארויס פון די אייער וואס דעמאלטס איז עס פילפאכיג ערגער, א עוורידזש יונגערמאן קויפט ד' מינים פאר עטליעסט 3-400 און ווייסט ניטאמאל פארוואס מען שאקעלט עס... וכהנה וכהנה. רוב עולם לויפט נאך און מטאנצט נאך שטותים והבלים אן א טעמים, און פון יסודות פארגעסט מען. א יוד אן א בארד איז כמעט א גוי, א סאטמארע שכן וויל ניטאמאל וויסן די נאמען פון זיין פאפא'נעם נעקסט-דאר נעיבער.
אין בארא פארק: לעבט מען מער אפען, דער פרומער, חסידישער, מאדערנער, ליטווישער, קענען וואוינען אין איין בילדינג און האבן גוטע פארבינדונגען אינצווישן, איינער וואס גייט מיט א גרעי סוועטער איז נישט קיין שייגעץ, און איינער וואס עסט אין רעסטוראנט מיט די ווייב פירט נישט קיין גוי'אישע שטוב, טוט מצוות מער מיט תמימות און אהבה, און איז שטארק מיט זיך און האט א רואיגן לעבן.
אודאי מיין איך נישט אז גאנץ ווילימסבורג איז אזוי און אז גאנץ בארא פארק איז אזוי, אבער דאס איז די בעיסיק מהלכים אין די געגענטער.

פויעראין בארא פארק: לעבט מען מער אפען
זייער גוט ארויסגעברענגט, אבער די דגוש גייט אויף די 'מער', רעלאטיוו צו ווילאמסבורג.
נו, מ'רעדט דאך נאר כלפי וויליאמסבורג
יא יא, אבער איך וויל נישט אז דער ליינער פון אוסטראליע אדער דער חוקר פון הונדערט יאר ארום זאל מיינען אז בארא פארק איז א פלאץ ווי קיינער קוקט קיינעם נישט אן.
גראדע איז בארא פארק א פלאץ ווי אירע איינוואוינער זענען מער צופרידן ווי א סך אנדערע היימישע פלעצער אין די וועלט. איך מיין אז עס האט כמעט די העכסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע גרויסע היימישע ישובים.
חאצקלגראדע איז בארא פארק א פלאץ ווי אירע איינוואוינער זענען מער צופרידן ווי א סך אנדערע היימישע פלעצער אין די וועלט. איך מיין אז עס האט כמעט די העכסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע גרויסע היימישע ישובים.
אן אנקעטע?
נישט קיין פראפעשענאל אנקעטע, אבער לויט ווי איך און מיינע ידידים הערן פון מענטשן פון פארשידענע מקומות, קומט עס אזוי ארויס אז די בארא פארקער זענען די מערסטע צופרידן פון זייער וואוין ארט.
אולי מאך איך א טעות.
אולי מאך איך א טעות.
ניין, ס'קען זייער געמאלט זיין.
איין זאך וואס בארא פארק האט יא למשל אז מענטשן קוקן און זענען ביזי איינער מיט דעם אנדערן איז אויך וועגן וויליאמסבורג, ס'האט זיך ליידער אריבערגעכאפט!!!
פאר טשענזש האט מיר די וואך געזאגט א באראפארקער איינוואוינער אז ער באטראכט וויליאמסבורג אלס געשמאקערע פלאץ, ס'איז אין זיינע אויגן מער היימיש פריינדליך און זאפטיג (ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און האט דארט נישט קיין קרובים, ער איז בלויז משער)
חאצקלפאר טשענזש האט מיר די וואך געזאגט א באראפארקער איינוואוינער אז ער באטראכט וויליאמסבורג אלס געשמאקערע פלאץ, ס'איז אין זיינע אויגן מער היימיש פריינדליך און זאפטיג (ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און האט דארט נישט קיין קרובים, ער איז בלויז משער)
לאזעם כאפן א וויזיט פאר א וואך דארט, די השערות 'עלען זיך עם שנעל ענדיגן...
א וומב"ג יונגערמאן זאגט מיר אז די צוריק פארען אין שטאט סוף זומער איז עפעס א אומבטעמטע עסק ,
איך אלס א ב"פ פרעג איך וואס הייסט פון וואס מאכסטו אן עסק, איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם, זאגט ער מיר דע אריינקומען קיין וומסב"ג יעדער קוקט און שפעטער ווען איך שלעפ די באקסעס פין מיין קאר צו מיין דירה קוקען אלע שכנים,וכו‘ וכו'
מיין טייערע ברודער אין וויליאמסבורג ביטע געבטס מיך צו פארשטיין
קודם וואס קוק מען אזוי, וואס זעט מען?
והשנית וואס דערשרעקט איר זיך אז מ'קוקט? איך מיין.... לאכט דעך אויס.

זר זהבמ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.
איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....
ווען יו"ט ערליך האט עס געזינגען איז עס אפשר געווען אמת, אבער היינט?
אין מיין ישיבה ווי איך האב געלערנט איז געווען וויליאמסבורגער בחורים און ב"פ בחורים, די ב"פ בחורים זענען געווען גרעסערע מתמידים און בעסערע בעלי מדות
ווידער מאפ שייטלעך קענסטו שוין ליידער טרעפן היינט אין וומס"ב אויך
איך האב עס שוין געהערט פון עטליכע, אז באראפארקער בחורים זענען אינאלגעמיין מער סטאביל און בעסערע בעלי מידות ווי די וויליאמסבורגער און מאנראוער.
חאצקלאיך האב עס שוין געהערט פון עטליכע, אז באראפארקער בחורים זענען אינאלגעמיין מער סטאביל און בעסערע בעלי מידות ווי די וויליאמסבורגער און מאנראוער.
איך בין אויף דיין זייט וד"ל
zurichאיין זאך וואס בארא פארק האט יא למשל אז מענטשן קוקן און זענען ביזי איינער מיט דעם אנדערן איז אויך וועגן וויליאמסבורג, ס'האט זיך ליידער אריבערגעכאפט!!!
Boro park is a place that "eesh kol hayooshor yahseh " (you can walk around with a potato on your head & no body will even look at you)versus willy you are right away stamped as a meshugener vch"l 😕
gehlungenzurichאיין זאך וואס בארא פארק האט יא למשל אז מענטשן קוקן און זענען ביזי איינער מיט דעם אנדערן איז אויך וועגן וויליאמסבורג, ס'האט זיך ליידער אריבערגעכאפט!!!
Boro park is a place that "eesh kol hayooshor yahseh " (you can walk around with a potato on your head & no body will even look at you)versus willy you are right away stamped as a meshugener vch"l 😕
מאנסי קען אויך יעדער איינער טוהן וואס ער וויל
מיקוה נייעסחאצקלאיך האב עס שוין געהערט פון עטליכע, אז באראפארקער בחורים זענען אינאלגעמיין מער סטאביל און בעסערע בעלי מידות ווי די וויליאמסבורגער און מאנראוער.
איך בין אויף דיין זייט וד"ל
פון די אנדרע זייט א וויליאמסבארגע בחור איז זיך מער גרייט צו מוסר נפש זיין פאר תורה קוק יעדע פארטאגס וויפיל בחורים פארען פון וווילי צו בארא פארק אבער פארקערט פון בארא פארק צו ווילימסבורג וועסטו כמעט נישט טרעפען, פארדעים איז דא מער ישיבות און בארא פארק ווי וויליאמסבורג
אין בחדרי חרדים אין א אשכול איבער וויליאמאסבורג האב איך געזען א שטארקער סטעטמענט איבער די צוויי מקומות:
"ב"פ איז די אמת'ע מקום פאר א איד וואס וויל לעבען מיט א חסידישען טעם, אהן קיין פרעשור פין "משוגעים" און ליידיג גייער וואס לייגען אהן א ביטערע נאך טעם אין יעדעס דבר שבקדושה".
"ב"פ איז די אמת'ע מקום פאר א איד וואס וויל לעבען מיט א חסידישען טעם, אהן קיין פרעשור פין "משוגעים" און ליידיג גייער וואס לייגען אהן א ביטערע נאך טעם אין יעדעס דבר שבקדושה".
וואס ווייזען די סטאטיסטיקס מער אידן מאופן פון ווילימסבורג קיין בארא פארק, אדער מער צוען זיך אריבער פון בארא פארק קיין ווילימסבורג?
לכאורה פון ווילימסבורג קיין בארא פארק ווייל ווילימסבורג האט העכערע רענט
כ'מיין אז זייער ווייניג מעודכן מופען בכלל פין ווילי קיין באראפארק אדער פארקערט.
דיע פאר וואס יא, איז ווייל זיי זענען נישט סובל די פרעשור פין ווילי. ווייסט איינער דא בכלל איינער וואס האט זיך געצויגען קיין ווילי פין באראפארק?
דיע פאר וואס יא, איז ווייל זיי זענען נישט סובל די פרעשור פין ווילי. ווייסט איינער דא בכלל איינער וואס האט זיך געצויגען קיין ווילי פין באראפארק?
זר זהבלכאורה פון ווילימסבורג קיין בארא פארק ווייל ווילימסבורג האט העכערע רענט
איז רענט דער תירוץ פאר זיך אריבער צוען אדער ווייל עס איז איהם גרינגער אין ב"פ צו זיין א איד?
דער סטאטיסטיק קען נאר העלפען אויב רעכנט מען בלויז די וואס קומען קיין ב"פ אלץ פרעשור וכדומה.
גרינגער צו זיין א איד, איז אין ווילימסבורג. איינער וואס זאגט אנדערש דארף נעמען א בלוט טעסט
דע שאלה איז וואס מיינט א ערליכע יוד:
צו מען קוקט אויף די פיאות(וואס ליגט פארנט אויפ'ן געזיכט, צו העלפן מיט שמירת עניים), גלעיזער (שווארץ ווייס), אדער (פעלענעם) טלית באטל.
צו מען קוקט אויף שיעורי תורה(פארן ארויס פארן אין ארבעט), קאר(פון די סארט וואס איז נהוג ביי כלל ישראל מקדמת דנא), אדער שיינעם פארקינג ספייס(אין זייט פונעם האוז)
וד"ל ואכהמ"ל

כ'ווייס גראדער איינער א נאהנטע קרוב מיינע וואס האט זיך אריבערגעצויגען פון ווילימסבורג קיין בארא פארק ער האלט ס'איז גרינגער צו זיין א איד אין ב"פ, ונימוקו עמו אז אין ב"פ איז מען א איד ווייל מ'וויל זיין א איד, ס'געשמאק צו זיין א איד, אין ווילימסבורג באופן כללי די מוחאות אין ביי יעדע שמחה זעהן די פרצופים אויף דער אויבן אן איז א עקל. באופן כללי אין ווילימסבורג פארלאנגט מען עס פון דיר, עס ווערט א שטיקל פרעשור באופן כללי.
יעעעעע! בארא פארק האט געווונען!
וואוינט אין ב.פ.?גרינגער צו זיין א ''ערליכער'' איד איז זיכער אין וומס''ג. טאמער וועסטו נישט זיין ערליך וועט דיר דער גאנצער שטאט דערמאנען!!
קודם לאמער דיפיינען וואס מיינט א "איד" אין נאך דעם טריי צו ענפערן
גרינגער צו זיין א 'ערליכער' "איד" איז זיכער אין ________
געב משלים ווען די ביסט די לעצטע מאל געווארן דערמאנט, אפשר וועט דאס העלפן פארשטיין וואס מיינט דאס אן "ערליכער איד" אין וומס"ג
דולה ומשקהמיינס א נאהטנע ידיד וואס איז ארגינעל פון בארא פארק ווען ער איז געוועהן א בחור האבן זיי אריבער קיין ווילימסבורג, אלס בחור האט ער רח"ל מיט א קיימא לן פון 22, ער האט מיר געוויסען צוויי אלבומ'ס פון זיינע בילדער, (עכ"פ נישט דא מאכען א אריכות אולי ערגעץ אנדערש יא), מיט א ווילימסבורגער מיידעל איז אסאך, זייער אסאך, גרינגער איבער צורעדן, אנהייבען א קשר וכיו"ב, מיט א בארא פארקער דארף מען ארבעטן פיל פאכיג שווערע. - דער מדובר איז אויף א נקיבה וואס דיר געפעלט, נישט סתם א מופקרת.
באמת איז דא אפאר גוט תגובות דא אין דעם אשכול, כ'על מיך אבער באציען צו דיינע ווערטער ווייל דו זאגסט דאך אזוי צום פינטל, האסט נישט קיין אהנונג ווי גוט דו זאגטס!
אויב איך קען עס זאגן אין איין ווארט איז די חילוק צווישן ווילי און ב"פ אזוי, ווילי אידישקייט איז א קולטור, ב"פ אידישקייט איז א רעליגיע, וועלכע איז בעסער? ווענדט זיך וויאזוי דו קוקסט עס אן. א ב"פ פרוי איז מער אפן צו זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין סתירה מיט אידישקייט, אבער אין די ראמען פון אידישקייט זענען זיי געפערליך ברעינוואשד. ס'פשוט נישט דא צו וועם צו רעדן, דער באשפער לאזט נישט און פארטיג! א ווילי פרוי - פון די אנדערע זייט - אינטערעסירט גאנץ ווייניג דעם באשעפער און וואס שטייט אין זיין תורה, זי ווייסט נאר אז "אזוי טוט מען", אונז זענען אזעלכע סארט איידעלע באשיידענע אמיש מענטשן וואס טוען נישט אזעלכע זאכן, איינמאל אבער זי זעהט אז מ'קען טוהן אנדערש וועט זי זיך צוכאפן דערצו.
ווייטער ביי מענער איז די יסוד די זעלבע נאר ביי זיי שפילט זיך עס אויס אביסל אנדערש. אין ווילי זענען דא אסאך פארפרומטע אבער זיי אלע גייען מיט'ן זעלבע שניט, ס'איז פשוט א קולטור זאך צו זיין פרום. מ'איז נישט מחמיר אין רעליגיע, מ'איז מחמיר אין קולטור. אין ב"פ וועסטו אבער אסאך ענדערש טרעפן די סארט אידן וועלכע גייען תכלת אדער זענען מקפיד אויף סו"ז תפילה אדער אנדערע אזעלכע הלכות צו חומרות וועלכע זענען נישט אזוי פאפולער, פשוט ווייל די מענטשן פאלגן א רעליגיע וואס איז אומאפהעניג פון קולטור.
למעשה גערעדט וועלכע איז בעסער? ווענדט זיך וועם דו פרעגסט. ביים קולטורישן ווילי איד איז ווילי בעסער ווייל די סארט אמיש קולטור איז שטערקער דארט, איהם אינטערעסירט דען אז אידן אין ב"פ היטן מצוות? איהם אינטערעסירט מצוות אין די לינקע פאה, ער דארף אמיש קאנטרי און גארנישט עפעס אנדערש. ביים ב"פ איד איז אבער די גאנצע אמיש קולטור גארנישט מיט גארנישט, פון זיין זייט קען מען די גאנצע אמיש ביזנעס אפלאזן און פערטיג, ער דארף א לעבעדיגע רעליגיע וואו מענטשן גלייבן אין גאט און זיין תורה.
(אוודאי ווילן די ב"פ אידן אויך אנהאלטן די אמיש קולטור אויף א געוויסע פארנעם, און אוודאי גלייבן די ווילי אידן אויך אין באשעפער, און בכלל איז די גאנצע מעשה נישט מער ווי א סטיריאטיפ, אבער אין יעדע סטיריאטיפ ליגט היבש אמת.)
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז יא דא א קליפ ווי מ'שרייט אויף זיי אין וויליאמסבורג.
אין ב"פ האט זיך קיינער נישט געשלאגן, מ'האט נאר געשריגן אויף זיי.
דו ווילסט וויסן פארוואס מ'האט מער געשריגן אין ב"פ? ווייל אין ב"פ זענען די ישיבות פארמאכט, משא"כ אין וויליאמסבורג...
@רביה"ק זי"ע לעכטיגע ווערטער! כ'האלט אז דו דעזעוורסט א תגובה דערפאר. א לייק איז נישט גענוג.
Re: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער
זיי טענען אז די ווילימסבורגע פרויען זענען זיך מער מכניע אינטערען מאן און וואס ער טוט איז גוט משע"כ די בארא פארקע פרויען האבען זיך זייער אייגענע אפיניענס אין זיי פאדרען פון די מענער........עס האט א אמת צו זיך??
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
די בארא פארקע פרויען זענען מער עדוקעיטעד, און האבן א מעטשורעטי און טיפקייט, וואס א בית רחל תלמידה האט נישט.
וויליאמסבורגע פרויען זענען אפשר מער צניעותדיג, אבער זענען זייער איינגעטינקען אין זייערע קליידונג און שאפינג.
א בארא פארקער ווייבל ווייסט נישט צופיל פון די זאכן צו זאגן.
וויליאמסבורגע פרויען זענען אפשר מער צניעותדיג, אבער זענען זייער איינגעטינקען אין זייערע קליידונג און שאפינג.
א בארא פארקער ווייבל ווייסט נישט צופיל פון די זאכן צו זאגן.
עוקר הריםזיי טענען אז די ווילימסבורגע פרויען זענען זיך מער מכניע אינטערען מאן און וואס ער טוט איז גוט משע"כ די בארא פארקע פרויען האבען זיך זייער אייגענע אפיניענס אין זיי פאדרען פון די מענער........עס האט א אמת צו זיך??
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
הינדערט פערסענט! זיי קיקן ארויף זייער מענער הינדערט מאל מער ווי אין בארא פארק
עמעזאן דו פרעגסט גאר גיט איך מיין אז די תירוץ איז פשוט די בארא פארקע זענען מער מחוצפים און דרייסט און לעבן נישט אזוי אין די גלות מעטעלעטי עפעס אזוי
וויליאמסבורגע ווייבלעך האבן נישט צופיל עקספעטעישאןס פון זייערע מענער. עס איז נערמאל אין וויליאמסבורג צו האבן א דשאב 3 חדשים נאכן חתונה. בארא פארקע פרויען עקספעקטן מער.
איך מיין אז ס'איז אלץ נכלל אין מיינע פריערדיגע ווערטער. אין ב"פ האט יעדער א מיינונג, דער זאגט אז ע"פ תורה דארף מען טון אזוי, א צווייטער טענה'ט אז ניין, ע"פ תורה דארף מען טון פארקערט. אין ווילי זענען אבער די אלע זאכן נישט שייך, קענסט אפילו אויפווייזן מיט אותות ומופתים אז מ'דארף טון אזוי און אזוי, מ'וועט אפילו מודה זיין צו דיר אז אפשר ע"פ תורה ביזטו גערעכט, למעשה גערעדט וועט עס קיינעם נישט אינטערעסירן. א ב"פ פרוי וועט פארלאנגען פון איר מאן צו בלייבן אין כולל ווייל זי איז איבערצייגט אז דאס איז די רצון השם, די ווילי פרוי ווייסט בכלל נישט פון די זאכן צו זאגן. נעם צ.ב. אזא נושא ווי ר' שמואל ניימאן, מיט א ב"פ פרוי האסטו מיט וועם צו רעדן, ס'דא א רמ"א, א רמב"ם, א שו"ע, מ'קען זיך טענה'ן ווער ס'איז גערעכט, ווער ס'האט בעסער אפגעלערנט פשט, וכו' וכו'. זי קען האבן א מיינונג, זי קען האלטן אז איר מאן רעדט יא אדער נישט צום זאך, ס'דא מיט וועם צו גיין צום טיש. מיט א ווילי פרוי האסט בכלל נישט מיט וועם צו גיין צום טיש, הייבסט נאר אן רעדן אפאר ווערטער און זי וועט דיך גלייך אפשטעלן "איך פארשטיי נישט איין זאך, דער רבי שמואל ניימאן מיינט טאקע אז ער איז מער נארמאל פון אלע רבנים?"
Re: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער
רביה''ק זי''עס'קען זיין אז עס האט נישט מיט ווילימסבורג'ע מיידלעך נאר מיט סאטמער'ע מיידלעך וואס לערנען נישט......איך מיין אז ס'איז אלץ נכלל אין מיינע פריערדיגע ווערטער. אין ב"פ האט יעדער א מיינונג, דער זאגט אז ע"פ תורה דארף מען טון אזוי, א צווייטער טענה'ט אז ניין, ע"פ תורה דארף מען טון פארקערט. אין ווילי זענען אבער די אלע זאכן נישט שייך, קענסט אפילו אויפווייזן מיט אותות ומופתים אז מ'דארף טון אזוי און אזוי, מ'וועט אפילו מודה זיין צו דיר אז אפשר ע"פ תורה ביזטו גערעכט, למעשה גערעדט וועט עס קיינעם נישט אינטערעסירן. א ב"פ פרוי וועט פארלאנגען פון איר מאן צו בלייבן אין כולל ווייל זי איז איבערצייגט אז דאס איז די רצון השם, די ווילי פרוי ווייסט בכלל נישט פון די זאכן צו זאגן. נעם צ.ב. אזא נושא ווי ר' שמואל ניימאן, מיט א ב"פ פרוי האסטו מיט וועם צו רעדן, ס'דא א רמ"א, א רמב"ם, א שו"ע, מ'קען זיך טענה'ן ווער ס'איז גערעכט, ווער ס'האט בעסער אפגעלערנט פשט, וכו' וכו'. זי קען האבן א מיינונג, זי קען האלטן אז איר מאן רעדט יא אדער נישט צום זאך, ס'דא מיט וועם צו גיין צום טיש. מיט א ווילי פרוי האסט בכלל נישט מיט וועם צו גיין צום טיש, הייבסט נאר אן רעדן אפאר ווערטער און זי וועט דיך גלייך אפשטעלן "איך פארשטיי נישט איין זאך, דער רבי שמואל ניימאן מיינט טאקע אז ער איז מער נארמאל פון אלע רבנים?"
[ציטאט אראפגענומען]
בפשטות, אין וויליאמסבורג איז די סאטמער השקפה דאמינענט, אין סאטמער לייגט מען א שטיקל דגש זיך צו מכניע זיין צו די לאקאלע אינסטאנצן, משא"כ אין ב"פ.
פארוואס?[ציטאט אראפגענומען]
בפשטות, אין וויליאמסבורג איז די סאטמער השקפה דאמינענט, אין סאטמער לייגט מען א שטיקל דגש זיך צו מכניע זיין צו די לאקאלע אינסטאנצן, משא"כ אין ב"פ.
א שטארקע נקודה, און צוליב דעם טאקע וועלן די ווילי חברה אין א"י (וואס דארט איז דאך די מצוה צו זיך "נישט" מכניע זיין) זיך אויפפירן צען מאל ערגער ווי די שרייערייען אין ב"פ
Re: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער
בת קולעס איז דא אביסעל אמת דערצודי בארא פארקע פרויען זענען מער עדוקעיטעד, און האבן א מעטשורעטי און טיפקייט, וואס א בית רחל תלמידה האט נישט.
וויליאמסבורגע פרויען זענען אפשר מער צניעותדיג, אבער זענען זייער איינגעטינקען אין זייערע קליידונג און שאפינג.
א בארא פארקער ווייבל ווייסט נישט צופיל פון די זאכן צו זאגן.
אבער בארא פארק איז דא אלע מיני , יש ויש ,די בארא פארקע פרויען די וואס שאפפען למשל אין ברעדבערי סופערמארקעט אלס א משל זענען פענסי מאדאלען אויסגעפיצט ווי פרינצעסנס , אפשר זענען זיי טאקע בית רחל בארא פארק מיידלעך[emoji3] , גראדע בית רחל בארא פארק ביידע אינאייינעם איז די גרעסטע סקול אין בארא פארק, יא א תומר דבורה תלמידה ליגט טאקע נישט אין קליידער אדער פלאנץ ווי מען רופט עס אין סאטמאר וואס קומט פון די רביצין אלטע פיגא , אבער בארא פארקע אידן /פרויען על פי רוב זענען פשוט מער מחוצפים , פשוט זיי פייטען פאר זייערע רעכטן , דאס איז איז די חילוק פארוואס בארא פארק שלאגט מען זיך אייביג,משא"כ וויליאמבורגע אידן קויפן אפ וואס זייערע עסקנים/שטאטישע טאטעס פארקויפן זיי און מאכן איין .
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער
יעדער זאגט זייער שיינע סיבות/סברות און אלעס איז אביסל אמת. איך מיין אבער אז עס למעשה איז די שטערקסטע חילוק אז וויליאמסבורג איז א קהילה (מער ווייניגער) און ב"פ איז א שטאט.
אין וויליאמסבורג האט סאטמאר די דיעה, כח און קאנעקשאנס במילא זענען די באציאונגען מער efficient און געשמירט. משא"כ ב"פ, וויבאלד די באציאונגען זענען מער צושפליטערט און פארשידענארטיג צווישן אנדערע קהילות מיט אנדערע פריאריטעטן האט עס א פנים ווי א קאך מיט מערערע קעכער.
אין וויליאמסבורג האט סאטמאר די דיעה, כח און קאנעקשאנס במילא זענען די באציאונגען מער efficient און געשמירט. משא"כ ב"פ, וויבאלד די באציאונגען זענען מער צושפליטערט און פארשידענארטיג צווישן אנדערע קהילות מיט אנדערע פריאריטעטן האט עס א פנים ווי א קאך מיט מערערע קעכער.
Re: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער
בת קולעס איז ווייט פון א כלל ,וויליאמסבורגע ווייבלעך האבן נישט צופיל עקספעטעישאןס פון זייערע מענער. עס איז נערמאל אין וויליאמסבורג צו האבן א דשאב 3 חדשים נאכן חתונה. בארא פארקע פרויען עקספעקטן מער.
בארא פארק וואינען קרוב צו 20 טויזענט משפחות
עס ווענט זיך אין די חסידות מיין איך , אנדערע חסידות'ן אויסער סאטמאר בלייבט מען מער אין כולל , סאטמאר איז מען אייביג געגאנגען מער ארבעטען, ווייטער אין יעדע חסידות איז דא וואס גייען גראד ארבעטען , בכלל היינט צוטאגס גייט מען שנעלער ארבעטען וועגן מען דארף דאס געלט צו קענען דעקן די חודש
סאטמאר בארא פאר צווישען 4 כוללים איז דא בערך 1000 כולל אינגעלייט
אין וויליאמסבורג איז דא איבער 2500 טויזענט כולל אינגעלייט, סאטמאר מהרז"ל האט איבער 1000 כולל אינגעלייט זשאסט פאר די רעקארד , און די נארמאלע דורעכשניטליכע 18 יעריגע וויליאמסבורגע אינגערמאן בלייבט אין כולל מינומים א יאר נאך היינט צוטאגס
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
בלאט: 1 2