☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » בחורים אין ישיבת מיר

בחורים אין ישיבת מיר

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5924
בלאט: 1 2 3

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 6:35 pm

· #483102
זעהנדיג די שמועס דא ווייס איך נישט וואס מען דארף פארן קיין מיר.

איון די ישיבה ווי איך האב געלערענט דא אין ניו יארק זענען געווען בחורים וואס האבן געהאט קשרים מיט מיידלעך, זיי האבן געלערענט אין ישיבה, געשלאפן אינדערהיים און זייער עלטערן האבן נישט געהאט די מינדיסטע אנונג וואס זיי טוהן.

איך געדענק איין פאל ווי די משגיח האט אויסגעפונען, און אנשטאטס זיין ווילד און ווארפן האט ער זיי געלאזט אין ישיבה און געארבעט מיט זיי. אלע האבן חתונה געהאט ערליך און בויען פיינע אידישע שטובער.

געדאנקן » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:18 am

· #486283
[q

געדאנקן » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:18 am

· #486284
[q

ערבי נחל » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:09 am

· #486299
געדאנקן
[q

וואס מיינט דיין תגובה חוץ א q זעט מען גארניש

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:00 am

· #492163
Re: בחורים אין ישיבת מיר
יא אבער אז מען איז ווייט פון שטוב נאכדערצו א ווייטע לאנד איז דא א געוויסע פרייהייט געפיל אז מען קען טוען וואס די הארץ באגערט,איין געוואלדיגע זאך איז דא אין ארץ ישראל וואס איז נישטא אין אמעריקע איז אז מען זעהט אביסל אנדערע מיני אידן למשל די כיפות סרוגות מתנחלים וכדו', אין מען זעהט אז צימאל זענען זיי אפילו פרימער פון דיר וואס די רעדסטיך איין אז וויבאלד די גייסט אנגעטוען שווארץ און ווייס ביזטו די שפיץ פון פרימקייט .

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:03 am

· #492165
Re: בחורים אין ישיבת מיר
מען מיז אפילו נישט קריכן ביז די כיפות סרוגות מען גייט סתם עסן ביי מענטשן וואס מען זעהט ווי אנדערע מענטשן רעכטן אפ זייערע שבת סעודות מנהגים ניגונים ועוד ועוד ,אויך לערענט מען זיך אויס זיך צו שטעלן אליינס אויף די פיס מען דארף האבן אנגעוויזן באדזשעט מען טראכט צוויי מאל פארן קויפן אפילו וויכטיגע זאכן

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:05 am

· #492166
מיד ווי א בוים
יא אבער אז מען איז ווייט פון שטוב נאכדערצו א ווייטע לאנד איז דא א געוויסע פרייהייט געפיל אז מען קען טוען וואס די הארץ באגערט,איין געוואלדיגע זאך איז דא אין ארץ ישראל וואס איז נישטא אין אמעריקע איז אז מען זעהט אביסל אנדערע מיני אידן למשל די כיפות סרוגות מתנחלים וכדו', אין מען זעהט אז צימאל זענען זיי אפילו פרימער פון דיר וואס די רעדסטיך איין אז וויבאלד די גייסט אנגעטוען שווארץ און ווייס ביזטו די שפיץ פון פרימקייט .

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

,
א לייק פאר די צווייטע פוינט, די ערשטע זאך איז טיפשות, ווען איך בין געגאנגען לערנען אין א"י זענען רוב פון מיינע חברים פרומער געווארען טא סאם עקסטענט, (ווען מען איז ציריק געקימען האט זיך עס אפגעקילט) ערגער איז קיינער נישט געווארען.

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:08 am

· #492168
Re: בחורים אין ישיבת מיר
סתם געהאקט, קיינער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט זיך שטעלן אויף די פיס אין מיר, קוים וואס מען לייגט אראפ די פיס פון בעט, מען לעבט דארטן ווי היפּיס!
איך זאג נישט אז מ'זאל נישט גיין קיין מיר, גראדע היינט ווען איך קוק צוריק קען איך יא טרעפן אסאך גוטע חלקים, אבער זיך שטעלן אויף די פיס, מיט דעים דינג איך זיך לגמרי.

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:09 am

· #492169
Re: בחורים אין ישיבת מיר
אין פאקט איז דא א געוויסע רוהיגקייט זייענדיג אוועק פון דער היים אז מען קען גיין געוויסע פלעצער וואס אין ניו יארק וואלסטו קיינמאל נישט געגאנגען אין איך רעד פון קלייניקייטן ווי א קאנצערט נישט פון שמילו אונגאר נאר פון ישי ריבו אין איך וויל נישט אריין גיין מען קימט אפילו צו, צי נישט אזעלכע היימישע מקומות וואס ס'איז בעסער עס צו לאזן אזוי

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:12 am

· #492170
Re: בחורים אין ישיבת מיר
ברוינשטיין
סתם געהאקט, קיינער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט זיך שטעלן אויף די פיס אין מיר, קוים וואס מען לייגט אראפ די פיס פון בעט, מען לעבט דארטן ווי היפּיס!
אויך דא אזעלכע אבער ווי נישט ווי האסטו נישט די מאמע וואס זאל דיר מאכן די בעט אין וואשן די וועש רייניגן נאך זיך קאכן וואס ווען נישט ער איז אין ארץ ישראל שפעטער ווען זיין ווייב האט א קינד אדער איז פונקט נישט און דערהיים פאר א וואך ווייסט ער נישט ווי זיך אהין צו טוען ער האט קיינמאל זיך נישט אויסגעלערנט די פשוטע זאכן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:14 am

· #492172
Re: בחורים אין ישיבת מיר
נו, דאס קען מען זיך אויסלערנען אויך אויב מען לערנט ביי די זיבעצן אין לאנדאן.

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:16 am

· #492173
Re: בחורים אין ישיבת מיר
גערעכט אבער דארט אין ארץ ישראל איז דא נאך זאכן וואס איז וויכטיג פאר'ן בחור וואס קענען אים עפענען אין נאך פיל וואס ביי די זיבעצן אין לאנדאן איז נישטא

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:19 am

· #492175
ברוינשטיין
נו, דאס קען מען זיך אויסלערנען אויך אויב מען לערנט ביי די זיבעצן אין לאנדאן.

מ׳דארף נישט לויפן ביז מיר אדער לאנדאן, איך פלעג העלפן מיין מאמען קאכן נאכטמאל און וואשן וועש נאך פאר איך בין געגאנגען קיין מיר, אין מיר גראדע איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו קאכן, איך וויל אויך נישט זאגן וויאזוי מיין דירה האט אויסגעקוקט… רייניגן נאך זיך… 😂 😂 😂 עט סאם פוינט האב איך אויפגעגעבן נאכצורוימען פינעף מפונקים וואס קענען נישט איינטונקען א פינגער אין קאלט וואסער.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:23 am

· #492177
מיד ווי א בוים
אין פאקט איז דא א געוויסע רוהיגקייט זייענדיג אוועק פון דער היים אז מען קען גיין געוויסע פלעצער וואס אין ניו יארק וואלסטו קיינמאל נישט געגאנגען אין איך רעד פון קלייניקייטן ווי א קאנצערט נישט פון שמילו אונגאר נאר פון ישי ריבו אין איך וויל נישט אריין גיין מען קימט אפילו צו, צי נישט אזעלכע היימישע מקומות וואס ס'איז בעסער עס צו לאזן אזוי

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


געב מיר איין פריקן סיבה אז איך זאל גיין ביז קיין ישראל צי טין עבירות, איך קען אלעס טין 10 מאל בעסער לאקעלי.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:04 am

· #492343
קהל'ס נער: דער מידער בוים ווילל זאגן אז אין ישראל קענמען אויך טון עבירות...לאל

מיד ווי א בוים » פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:50 am

· #492349
berlbalaguleh
קהל'ס נער: דער מידער בוים וויל זאגן אז אין ישראל קענמען אויך טון עבירות...לאל

בערך

nespresso » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:05 am

· #492489
מיד ווי א בוים
אויך לערענט מען זיך אויס זיך צו שטעלן אליינס אויף די פיס מען דארף האבן אנגעוויזן באדזשעט מען טראכט צוויי מאל פארן קויפן אפילו וויכטיגע זאכן


מער בחורים קומען אהיים פון מיר קענען נישט נעמען די מינדערסטע אחריות נאכן זיין פריי פון עני אחריות אפאר יאר

מיד ווי א בוים » מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:27 am

· #492902
nespresso

מער בחורים קומען אהיים פון מיר קענען נישט נעמען די מינדערסטע אחריות נאכן זיין פריי פון עני אחריות אפאר יאר

ס'איז הוילע BS

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:44 am

· #492943
פון דער אנדערע זייט איז דא בחורים וואס נאכן אפלעבן אפאר יאר אין מיר אהן קיין שום אחריות, אהן קיין סדר היום, און אהן קיין פרעשור, ווערט זיי גאר נמאס דעם דאזיגן לעבנסשטייגער, און ווען זיי ווערן חתנים און האבן חתונה, הייבן זיי אהן א נייעם בלעטל, און ווייסן צו שטיין ווייט פון אזא מהלך החיים.
איך קען פערזענליך אסאך אזעלכע.

צפת » פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:04 pm

· #517184
יעצט מיטגעהאלטן א שוידערליכע מעשה אין דעם הינזיכט, איך האב נישט געקענט שלאפן ביינאכט צוליב דעם, און מען רעדט פון עכט חסידי'שע בחורים.

ניין, איך קען עס נישט ארויסשרייבן קלאר אין די עפנטליכקייט, מיין אישי איז אפן פאר ווער עס וויל.

אויב טאטעס וואלטן געוואוסט וואס טוט זיך דארט אפ... ספק צי מען וואלט געלאזט קינדער אהינגיין.

מי ימצא » פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:22 pm

· #517185
.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:34 pm

· #517186
Re: בחורים אין ישיבת מיר
טאטעס ווייסן "יא!"

וואס דען? קיינער געט נישט קיין כ'וויל נישט זאגן,, פאר ג-ט, און אויך נישט פאר גוטע עדיוקאציע.
מען וויל איין זאך און נאר איין זאך: בלייב אויפן באַן און ברענגט מיר הויפענעס מיט הויפענעס פון נחת [גוטע נאמען וכו']...

הקטן » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:09 pm

· #517207
צוזאמגעדרייט
טאטעס ווייסן "יא!"

וואס דען? קיינער געט נישט קיין כ'וויל נישט זאגן,, פאר ג-ט, און אויך נישט פאר גוטע עדיוקאציע.
מען וויל איין זאך און נאר איין זאך: בלייב אויפן באַן און ברענגט מיר הויפענעס מיט הויפענעס פון נחת [גוטע נאמען וכו']...
אדער קען זיין דאס די עלטערן האבן פשוט נישט קיין בריירה

צוזאמגעדרייט » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:13 pm

· #517208
Re: בחורים אין ישיבת מיר
הקטן
אדער קען זיין דאס די עלטערן האבן פשוט נישט קיין בריירה
אויב זייערע פריאריטעטן זענען די אויבן-דערמאנטע, האבן זיי טאקע נישט קיין בריירה.
בלאט: 1 2 3