☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5904
בלאט: 1 2 3 4

שעפטל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:16 pm

· #184619
נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד
אפאר חבירים חברי הקאווע שטיבל האבן מיך געבעטן צו עפענען אן אשכול דא (נישט אין צימעס) מיט די אפדעיטס, בילדער, באריכטן פון די נסיעה פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) קיין ארץ ישראל.

איך האב קיין פראבלעם נישט און כ'קען פרובירן עס צו טוהן ווי ווייט מעגליך. איך וויל נאר בעטן/פרעגן די איבריגע חברי הקאווע שטיבל, קען דאס בלייבן פאר נאר נייעס און בילדער? צו דאס גייט פאר'חזר'ט ווערן איינמאל ס'גייט איינעם נישט שמעקן וואס דא ווערט געלייגט? איז דאס א מציאות צו קענען האלטן אזא אשכול פאליטיק ריין?

כ'בעהט בכל לשון של בקשה, ביטע עס האלטן צימעס ריין! בויך דרייענישן זאל מען לאזן ביי זיך אין געדערים, אדער אז דו ווילסט יא דייקא קאמענטירן מיט דיינע צוויי צענט, זייט אזוי מוחל און עפענטס א קאנטער אשכול דא צו אין צימעס (גראדע שוין דא איינס...)

יישר כח

ידידיכם
הק' שעפטל

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:18 pm

· #184620
TRY YOUR LUCK

גאלד » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:19 pm

· #184621
געב ביטע די בעסיקס
ווען פארט דער רבי, אויף ווי לאנג, און ווי פלאנט ער צו וויילן,

א דאנק

שרייבער » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:23 pm

· #184623
אה, יישר כח שעפטיל, לאמיר האפו אז דאס וואט נישט זיין פארצימעסד

היינט – דינסטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – סניף דברי יואל, נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דעם שיעור בספר תהלים ודרשת פרידא פאר די תלמידי הישיבה.
בתוך דבריו הק' האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות אין ארה"ק ווי דער רבי האט מנהמת לבו אויסגעגעבן די ווייטאג און צער אז די גזירה רוקט זיך נענטער ר"ל, און איבער די גרעסערע ווייטאג אז געוויסע קרייזן אין ארה"ק זענען חלילה גרייט איינצוגיין אויף פשרות ח"ו מיט די ממשלת הכופרים.
דער רבי שליט"א האט מסיים געווען דבריו הק' בברכת קדשו פאר די תלמידים און אז מען זאל זיך מחזק זיין אנצוגיין בלימוד התורה ועבודת ה' ביתר שאת.

אצינד אין די נאכמיטאג שעה'ן גרייט זיך דער רבי שליט"א און די פמליא אפצופליען קיין ארה"ק בששטומ"צ – ווי שוין געמאלדן בעפאר.
אין די יעצטיגע שעה'ן קומט די ידיעה אז דער פליגער פון רבין טוט שפעטיגן מיט עטליכע שעה. מיר האפן אי"ה ווייטער צו באגלייטן די נסיעה מיט נייעס'ן און באריכטן לצמאון אלפי אנ"ש בס"ד.
-כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך-
(קרעדיט בחצרות)

שעפטל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:42 pm

· #184632
דער זמן פון די יעצטיגע נסיעה איז באשטימט געווארן לכבוד די געלעגענהייט פון די געהויבענע שמחת בית צדיקים, די חתונה פון בן הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א, ראש ישיבת מהרי"ט ד'סאטמאר בני ברק שליט"א בן כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א וחתן האדמו"ר מהר"י מ'וויזניץ ארה"ק שליט"א, מיטן טאכטער פון הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א, אב"ד שיכון ג' בני ברק.
📎 סדר חתונה.jpg
רבינו שליט"א וועט אנקומען קיין ארה"ק מיטוואך פ' ויקהל, און וועט זיך אויפהאלטן על אדמת קודש אין ארץ ישראל במשך א וואך צייט. דורכאויס די צייט וועט דער רבי שליט"א זיך אויפהאלטן אין ירושלים און אין בני ברק, וואו עס וועט אי"ה געפראוועט ווערן עטליכע גאר געהויבענע מאורעות, וואס וועט אלעס באשיינט ווערן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, בעת מ'וועט דערביי הערן דברי הדרכה ודברות קודש ביי יעדע מאורע באזונדער.

דער קייט פון געהויבענע געשעענישן וועט זיך אנהייבן מיט א צוויי טאגיקן באזוך אין ירושלים עיה"ק ווי דער רבי וועט בעזה"ש באזוכן אונזערע הייליגע מוסדות הק' אין ירושלים עיה"ק און וועט פייערן דעם חנוכת הבית פון דעם נייעם בנין הת"ת והישיבה קטנה, און דער רבי וועט אי"ה קובע זיין א מזוזה אויפ'ן נייעם שטאק פונעם בנין.
📎 ירושלים.JPG
דערנאך וועט בשטומ"צ פארקומען די געהויבענע חתונה אין בני ברק און דער געהויבענער "שבת שבע ברכות" שבת פ' ויקהל וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען אין בני ברק, און דאן נאכפאלגענד, א געהויבענער "מעמד הכנסת ספר תורה" וואס וועט אריינגעפירט צום ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין בני ברק.
📎 סדר ב''ב.JPG
זונטאג פ' פקודי וועט אי"ה פארקומען דער גרויסער מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע מיידל שולע אין בני ברק. דער מעמד וועט פארקומען ברחובה של עיר הארט נעבן דעם נייעם שטח אויף רחוב השל"ה אין בני ברק, דער שטח געפונט זיך אין צענטער פון שטאט וואו דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה און משמיע זיין דעם דבר ה' ברמה.
📎 אבן הפינה ב''ב.jpg
📎 סדר ב''ב.JPG 📎 אבן הפינה ב''ב.jpg

שעפטל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:44 pm

· #184633
נאך דעם גרויסן מעמד אבן הפינה וועט פארקומען דער הערליכער מסיבת "בוני המשכן" בהשתתפות פונעם רבי'ן, לרגל דעם פריידיגן געלעגנהייט פון די הרחבת גבולי הקדושה מיט'ן בויען דעם נייעם מיידל שולע.
📎 בוני המשכן.jpg
מאנטאג פ' פקודי נאכמיטאג, וועלן די תומכי המוסדות ארויספארן קיין צפון א"י, אויפ'ן וועג צו די מקומות הק' מ'וועט מאכן די ערשטע סטאנציע אין די שטאט צפת, וואו מ'וועט אי"ה פארבלייבן אויף א לינת לילה. אין צפת וועט מאנטאג אווענט אפגעהאלטן ווערן א גאר רייכער מעמד "הכרת הטוב" פאר די חשוב'ע נדיבים בעם תומכי ומחזיקי המוסדות.
📎 הכרת הטוב.jpg
דינסטאג אינדערפרי וועט מען דאווענען תפלת שחרית אין צפת, און פון דארט וועט מען זיך ארויסלאזן אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א מתפלל זיין אויף די מקומות הק' אין צפת און אין אתרא קדישא מירון. און דערנאך וועט מען אי"ה ממשיך זיין קיין טברי' וואו מ'וועט איינרייסן לישועתן של ישראל און מ'האפט אי"ה צו פועל'ן און אהיימברענגען הויפענעס פון הצלחה וברכה ישועות און רפואות.

שעפטל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:08 pm

· #184639
די רבי פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל
📎 כי מלאכיו.jpg

די רבי אין עירפארט
📎 אין עירפארט.jpeg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:16 pm

· #184640
זייער א שוואכער קא"ר. ער וואלט געמעגט גייען א באקוועמליכער.

סאשי פיש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:23 pm

· #184642
די רבי אין עירפארט, מיט די עסקנים.
image.jpg image.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:35 am

· #184811
די רבי איז קודם אנגעקומען קיין סביון.
📎 IMG-20140219-WA036.jpg

פריער איז די רבי אנגעקומען קיין ירושלים, און געגאנגן צום גאב"ד ירושלים שליט"א, געווען דארט בערך 10-15 מינוט.

מ'גייט יעצט צו שומרי החומות ווי ס'גייט פארקומען די מעמד קביעות מזוזות ביים נייעם מקוה, נדבת לבו פון הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער פון אמעריקע
📎 IMG-20140219-WA043.jpg

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:51 am

· #184816
ישר כח שעפטל
ברענג נאך

וואס איז געווען די שמועס ביים גאב"ד?

גאנצל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:53 am

· #184817
יישר כח שעפטיל

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:05 am

· #184824
שרייבער
וואס איז געווען די שמועס ביים גאב"ד?

בעיקר פון די אויפטוהען פון ר' מאיר זעליג און זיינע פאנטאסטישע סומעס..

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:07 am

· #184825
הגראי"ל שטיינמן: לארגן עצרת מחאה • האדמו"ר מסאטמר: נצא במלחמ
הגראי"ל שטיינמן הורה: לכנס את המפלגות החרדיות, ולקיים עצרת זעקה ותפילה המונית • האדמו"ר מסאטמר הגיע לישראל, ועודכן בהחלטה להטיל עליהם סנקציות פליליות • "המאבק שלנו לא יהיה מוגבל לבני עדות אשכנז. גם תלמידי עדות המזרח, גם תושבי הפריפריות, עבור כל מי שנמנה עם הציבור החרדי, נמסור את נפשינו, כדי שלא יעברו חלילה השמדה רוחנית"
שלמה גרינברג ויהודה הלוי, בחדרי חרדים 15:21 19/02/2014

11 |
שתף

גדולי ישראל מכל החוגים יוצאים למלחמה חסרת פשרות בחקיקה שתהפוך את בחורי הישיבות לסרבני גיוס ותטיל עליהם סנקציות פליליות.

הגראי"ל שטיינמן התבטא היום (ד) בצהריים בחריפות רבה, בכאב גדול ובדמעות כי זהו חילול ד' איום ונורא, ואף ביקש, כי ראשי דגל התורה, אגודת ישראל וש"ס יתכנסו יחד, בכדי לדון בקיום עצרת זעקה ותפילה ברחובה של עיר נגד חילול ד' הגדול.

במקביל, האדמו"ר מסאטמר שהגיע לישראל, התקבל על ידי ראשי קהילת סאטמר בירושלים ובבני ברק, מעט לפני השעה 13:00 היום (ד) בצהריים. חלק מהתכניות שתוכננו לבוקר זה נדחו וחלק בוטלו. העילה לאיחור נובעת מכך שהטיסה יצאה מספר שעות לאחר מועד ההמראה המקורי מארה"ב, זאת בשל סופות השלגים המשתוללות בארה"ב.

ראשי הקהילה ניגשו אל האדמו"ר וקדמו את פניו בברכת 'שלום עליכם'. האדמו"ר השיב להם במאור פנים ובלבביות רבה והתעניין בנעשה בארץ. העסקנים שחו לו בכאב, את שמתחולל הבוקר בנושא חוק הגיוס ומסקנות וועדת שקד, כפי שמסתמנות, שישאו גם סנקציות פליליות.

למשמע הדברים, התכרכמו פני האדמו"ר והוא הודיע נחרצות: "אנו נצא במלחמת קודש ענקית נגד המגמה. נמסור את נפשינו לשם כך, שלא יוכלו להשמיד את עם ישראל במובן הרוחני. ולא רק תלמידי ישיבות שלומדים לא יתגייסו. אלא גם בחורים שאינם נמנים עם הלומדים, לא יתגייסו כלל. המאבק שלנו לא יהיה מוגבל לבני עדות אשכנז. גם תלמידי עדות המזרח, גם תושבי הפריפריות, עבור כל מי שנמנה עם הציבור החרדי, נמסור את נפשינו, כדי שלא יעברו חלילה השמדה רוחנית".

האדמו"ר הוסיף משפט קרדינלי, ברוח הימים הללו: "אנו ננסה להתאחד עם כלל ישראל, עם כל החוגים והעדות, על מנת להיאבק בחוק הגיוס, כדי להביא את התוצאות הטובות והרצויות ביותר".

בהמשך נכנס האדמו"ר לרכב המפואר שהמתין לו ויצא לעבר היישוב סביון לצורך מנוחה קצרה. על פי התכנית, היה האדמו"ר אמור להתפלל שחרית עם תלמידי הישיבה הקטנה מירושלים, שהמתינו לו ממושכות. אולם בעטיו של העיכוב, כבר התפלל האדמו"ר שחרית במטוס, והתפילה המשותפת עם התלמידים, הומרה ל'מנחה'.

לאחר שהאדמו"ר נשא משא קצר של חיזוק והתעוררות בפני התלמידים, נערך במקום טקס קצר של התחלת כתיבת ספר תורה, לעילוי נשמת הבחור ישעיה קויפמן ז"ל, מתלמידי הישיבה, שנפטר בפתאומיות לפני כחודש.

מעמד קבלת הפנים יתקיים הערב בשיתוף מעמד חנוכת הבית לתלמוד התורה החדש של סאטמר בירושלים, בשכונת הר נוף ובהשתתפות חברי הבד"ץ של העדה החרדית.


<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65021">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65021</a>

לעמיל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:57 am

· #184847
און א האלבע שעה ארום וועט מען דא קענען מיטהאלטען לייוו די מעמד חנוכת הבית פון די מקוה ביי שומרי החומות בראשות אדמו"ר מסאטמאר

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:00 pm

· #184848
ביי שומרי החומות
📎 IMG-20140219-WA054.jpg

מיטן ראש ישיבת שומרי החומות הגאון ר' יוסף ליבערמאן שליט"א
📎 IMG-20140219-WA058.jpg

דערנאך איז די רבי געגאנגן באזיכן הגאון ר' דוד סאלאווייטשיק שליט"א

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:31 pm

· #184854
די רבי איז יעצט ביים ראב"ד ירושלים שליט"א, און זיך איינגעשפארט פריוואט

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:42 pm

· #184858
אה אה
גורלה של העדה החרדית תלוי' עכשיו על כף מאזנים

אויס מענטש » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:46 pm

· #184859
עס גייט נישט זיין דארט קיין החלטה
ווער סקאן גוט מהר"א ער גייט זיך ארויס דרייען

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:15 pm

· #184868
שידור חי: חנוכת המקווה החדש בבתי אונגרין בראשות האדמו”ר מסאטמר
ברגעים אלו משתתפים אלפים בראשות כ”ק מרן האדמו”ר מסאטמאר שליט”א בחנוכת המקוה טהרה בבתי אונגרין שנבנה ע”י הנגיד הרב מאיר זעליג ריספלער הי”ו

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/312525">http://www.jdn.co.il/news/312525</a>

לאליפאפ » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:16 pm

· #184870
מ׳פאלגט נישט דעם רבי׳ן??
📎 image.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:44 pm

· #184878
יעצט איז דער רבי ביים מעמד קבלת פנים און חנוכת הבית פון דעם נייעם בנין הת"ת והישיבה קטנה ד'מוסדות סאטמאר בירושלים אין דעם גרויסן נוה ירושלים זאל. גערעדט האט דער דומ"ץ הקהילה הגה"צ רבי משה טייטלבוים, יעצט רעדט די רבי.

דער ראב"ד ירושלים שליט"א איז דארט געווען און געזאגט דברות קודש
📎 חנוכת הבית פון דעם נייעם בנין הת''ת והישיבה קטנה.jpg

יעצט איז דער גאב"ד אנגעקומען
📎 חנוכת הבית פון דעם נייעם בנין הת''ת והישיבה קטנה.jpg

גיבור » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:44 pm

· #184879
געהערט האב איך אז ביי די קוסטעמס אין עירפארט האבן זיי געמאכט פראבלעמס וועגן צופיל זילבער זאכן, און זיי האבן עס נישט געוואלט דורכלאזן, ביז עפעס א בעלזער עסקן איינער פריד האט עס ערלעדיגט.
IMG-20140219-WA002.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:55 pm

· #184881
שעפטל
די רבי איז יעצט ביים ראב"ד ירושלים שליט"א, און זיך איינגעשפארט פריוואט

📎 אדמו''ר מ'סאטמאר אצל הראב''ד.jpg
📎 אדמו''ר מ'סאטמאר אצל הראב''ד.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:59 pm

· #184883
האדמורים מדושינסקיא ותולדות אהרן זענען יעצט אנגעקומען צום מעמד

די רבי האט גערעדט איבער די גיוס פראבלעם

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:13 pm

· #184923
מהשדה עד סביון • גלריה ראשונה ממסע האדמו"ר

שעפטל
יעצט איז דער גאב"ד אנגעקומען

דערנאך האט מען געטאנצן.
📎 ריקודין.jpg

די רבי איז נאכן מעמד געגאנגן באזיכן האדמו"ר מ'גור שליט"א

די רבי איז יעצט אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם מקוה פון כולל שומרי החומות.
עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע לכבודו פונעם נדבן, הרה"ח ר' משה אהרן האפפמאן, יו"ר וועד הפועל ד'מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש, אדמיניסטראטאר ד'מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, און הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג.
📎 שומרי החומות.jpg

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:52 pm

· #184935
באריכט פון בחצרות סאטמאר


ביקור קודש בארה"ק – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
היינטיגן טאג האט דאס יהדות החרדית בארה"ק געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני מאן מלכא רבנן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז אנגעקומען בשטומ"צ אויף א ביקור קודש אין ארה"ק.
ווי באריכטעט איז דער פליגער פון רבי'ן שליט"א אפגעשטופט געווארן אויף עטליכע שטונדן. דער רבי שליט"א האט פארלאזט מעון קדשו אין קרית יואל דינסטאג נאכמיטאג אום 4:00 אזייגער אויפ'ן וועג קיין נוארק לופט פעלד, ווי עס האבן שוין אפגעווארט די עסקנים הדגולים, שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב יואל אייזדארפער הי"ו און הרב מענדל קארלבאך הי"ו פאורט אוטאריטי טשאפלעין'ס וועלכע האבן שוין געהאט צוגערישט די נויטיגע הכנות אין לופט פעלד.
דער רבי און די פמליא און באגלייטערס הנדבנים החשובים הנגידים תומכי המוסדות וראשי קהלתינו פון ניו יארק זענען אריין אין ספעציעל צוגעגרייטן ציממער און ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויף אויפ'ן פליגער.
קורץ נאך 7:00 אזייגער האט זיך דער פליגער בשטומ"צ געהויבן און פארלאזט ניו יארק מיט'ן ריכטונג אויפן וועג קיין ארה"ק.
ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און עטליכע שעה שפעטער נאך ווי עס איז געווארן ליכטיג האבן זיך געשטעלט די מניים שחרית אויפ'ן פליגער.
היינט – מיטוואך בערך בשעה 12:25 – לאקאלער צייט אין ארץ ישראל (5:25 פארטאגס ניו יארק'ער צייט) האט דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין ארה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די רבני וראשי קהלתינו הק' פון ארה"ק.
דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטעטל "סביון" נאנט צום לופטפעלד וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה יטב לב פון ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מתוך לימוד התורה.
לויט'ן ארגינעלן פלאן איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן דאווענען תפילת שחרית מיט רבינו שליט"א, אבער ווי מיר האבן שוין געמאלדן נעכטן איז דער פליגער פון רבינו שליט"א אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, און צוליב דעם האבן די בחורים געדאווענט שחרית אין ירושלים איידער זיי זענען ארויסגעפארן קיין סביון.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען קיין סביון האבן זיי זיך געזעצט לערנען צוויי שעה ברציפות אלס הכנה דרבה צום ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א.
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים ווייטער ממשיך געווען בלימוד התורה, רבינו שליט"א האט באגריסט דעם מנהל רוחני פון די בחורים הרה"ג ר' יודא ניילינגער שליט"א און די חשוב'ע מגידי שיעור, ווי אויך די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אין שפיץ פון דעם מנהל המוסדות פון ירושלים הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו. דערנאך האט דער רבי האט באטראכט וויאזוי די בחורים זענען עוסק בתורה, און האט שטארק הנאה געהאט פון די התמדת הלימודים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש מיט די בחורים וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די ירושלימ'ע בחורים איבער די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען צוויי שעה פאר'ן דאווענען. און איבער די וויכטיגקייט אויסצוניצן די בחורישע יארן צו הארעווען אויף לימוד התורה.
דער רבי האט אויך דערציילט אז ער הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די בחורים פון אנ"ש פון ניו יארק וועלכע באזוכן פון צייט צו צייט אין ירושלים און ברענגען פאר'ן רבי'ן גוטע גריסן איבער דעם גוטן נאמען פון די ישיבה קטנה אין ירושלים.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די גווילים פון די נייע ס"ת וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן לע"נ דעם חשוב'ן תלמיד הישיבה הב' ישעי' ע"ה ב"ר אורי יודא קויפמאן נ"י, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לחיי העוה"ב. נאכ'ן אריינשרייבן אן אות אין די ס"ת האט דער רבי געטרונקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן טאטן און די בני המשפחה פון דעם חשוב'ן בחור ע"ה, מיט ווארימע טרייסט וואונטשן שלא יוסיפו לדאבה עוד.
דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד איינער פון די חשוב'ע בחורים און די בחורים האבן געדאווענט מיט אן התלהבות און דערהויבנקייט.
דער באריכט פונעם ווייטערדיגער סדר המעוראות דרויכאויס דעם היינטיגן טאג וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:53 pm

· #184936
דא קען מען יעצט מיטהאלטן די דרשה פון רבין לייוו ביי מסיבה חנוכת המקוה פון כולל שומרי החומות

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/312525">http://www.jdn.co.il/news/312525</a>

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:23 pm

· #184944
שרייבער
באריכט פון בחצרות סאטמאר


ביקור קודש בארה"ק – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
היינטיגן טאג האט דאס יהדות החרדית בארה"ק געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני מאן מלכא רבנן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז אנגעקומען בשטומ"צ אויף א ביקור קודש אין ארה"ק.
ווי באריכטעט איז דער פליגער פון רבי'ן שליט"א אפגעשטופט געווארן אויף עטליכע שטונדן. דער רבי שליט"א האט פארלאזט מעון קדשו אין קרית יואל דינסטאג נאכמיטאג אום 4:00 אזייגער אויפ'ן וועג קיין נוארק לופט פעלד, ווי עס האבן שוין אפגעווארט די עסקנים הדגולים, שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב יואל אייזדארפער הי"ו און הרב מענדל קארלבאך הי"ו פאורט אוטאריטי טשאפלעין'ס וועלכע האבן שוין געהאט צוגערישט די נויטיגע הכנות אין לופט פעלד.

📎 אנקומענדיג אין נוארק לופט פעלד.jpg
שרייבער
דער רבי און די פמליא און באגלייטערס הנדבנים החשובים הנגידים תומכי המוסדות וראשי קהלתינו פון ניו יארק זענען אריין אין ספעציעל צוגעגרייטן ציממער און ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויף אויפ'ן פליגער.
קורץ נאך 7:00 אזייגער האט זיך דער פליגער בשטומ"צ געהויבן און פארלאזט ניו יארק מיט'ן ריכטונג אויפן וועג קיין ארה"ק.

📎 פליגער.jpg
שרייבער
ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און עטליכע שעה שפעטער נאך ווי עס איז געווארן ליכטיג האבן זיך געשטעלט די מניים שחרית אויפ'ן פליגער.

📎 שחרית.jpg
שרייבער
היינט – מיטוואך בערך בשעה 12:25 – לאקאלער צייט אין ארץ ישראל (5:25 פארטאגס ניו יארק'ער צייט) האט דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין ארה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די רבני וראשי קהלתינו הק' פון ארה"ק.

📎 אנגעקומען.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:18 pm

· #184991
שרייבער
דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטעטל "סביון" נאנט צום לופטפעלד וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה יטב לב פון ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מתוך לימוד התורה.
לויט'ן ארגינעלן פלאן איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן דאווענען תפילת שחרית מיט רבינו שליט"א, אבער ווי מיר האבן שוין געמאלדן נעכטן איז דער פליגער פון רבינו שליט"א אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, און צוליב דעם האבן די בחורים געדאווענט שחרית אין ירושלים איידער זיי זענען ארויסגעפארן קיין סביון.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען קיין סביון האבן זיי זיך געזעצט לערנען צוויי שעה ברציפות אלס הכנה דרבה צום ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א.
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים ווייטער ממשיך געווען בלימוד התורה, רבינו שליט"א האט באגריסט דעם מנהל רוחני פון די בחורים הרה"ג ר' יודא ניילינגער שליט"א און די חשוב'ע מגידי שיעור, ווי אויך די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אין שפיץ פון דעם מנהל המוסדות פון ירושלים הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו. דערנאך האט דער רבי האט באטראכט וויאזוי די בחורים זענען עוסק בתורה, און האט שטארק הנאה געהאט פון די התמדת הלימודים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש מיט די בחורים וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די ירושלימ'ע בחורים איבער די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען צוויי שעה פאר'ן דאווענען. און איבער די וויכטיגקייט אויסצוניצן די בחורישע יארן צו הארעווען אויף לימוד התורה.
דער רבי האט אויך דערציילט אז ער הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די בחורים פון אנ"ש פון ניו יארק וועלכע באזוכן פון צייט צו צייט אין ירושלים און ברענגען פאר'ן רבי'ן גוטע גריסן איבער דעם גוטן נאמען פון די ישיבה קטנה אין ירושלים.

📎 לחיים.jpeg
שרייבער
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די גווילים פון די נייע ס"ת וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן לע"נ דעם חשוב'ן תלמיד הישיבה הב' ישעי' ע"ה ב"ר אורי יודא קויפמאן נ"י, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לחיי העוה"ב. נאכ'ן אריינשרייבן אן אות אין די ס"ת

📎 ספר תורה.jpeg
שרייבער
האט דער רבי געטרונקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן טאטן און די בני המשפחה פון דעם חשוב'ן בחור ע"ה, מיט ווארימע טרייסט וואונטשן שלא יוסיפו לדאבה עוד
.
📎 לחיים2.jpeg

שרייבער
דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד איינער פון די חשוב'ע בחורים און די בחורים האבן געדאווענט מיט אן התלהבות און דערהויבנקייט.

📎 מנחה.jpeg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:20 pm

· #184995
די רבי האט אויך באזיכט ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א

און ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

גדעון » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:08 pm

· #185027
w
📎 12.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:33 pm

· #185043
פאר די אלע וואס האבן געבעטן און געווארט
שעפטל
פריער איז די רבי אנגעקומען קיין ירושלים, און געגאנגן צום גאב"ד ירושלים שליט"א, געווען דארט בערך 10-15 מינוט.

📎 IMG-20140219-WA165.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 2:00 am

· #185061
די רבי איז יעצט ביים הר הצופים קעגנאיבער דעם מקום המקדש, ווי די רבי האט געריסן קריעה און מתפלל געווען און געזינגן ניגוני געגיעים לגאולה שלימה האמיתית
📎 IMG-20140220-WA001.jpg
📎 IMG-20140220-WA003.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:10 am

· #185101
די רבי איז יעצט געווען ביים ציון פון שווער, האדמו"ר בעל ישועות משה מ'וויזניץ זצ"ל, היינט איז די יארצייט.
📎 IMG-20140220-WA029.jpg

און די רבי איז יעצט אנגעקומען צום פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:14 am

· #185103
WOW
היסטאריש בילד

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:17 pm

· #185141
חתונה אפדעיט:
די רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און עס איבערגעבן פארן פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
הגה"צ ר' וועלוול ערנסטער שליט"א, רב דקרית מאיר חיים - עלטער פעטער פון חתן, קריאת הכתובה
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (ר"י) זיידע פון חתן, ברכות ראשונות
כ"ק אדמו"ר מטשאקאווע, עלטער פעטער מצד הכלה, ברכה אחריתה

דערנאך האט הרב וואוזנער אנגעוואונטשן זייער שין פאר'ן רבי'ן און פאר די קהלה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

מזל טוב!

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 2:02 pm

· #185160
ביי די חופה

פוסק הדור בעל שבט הלוי וואונטשט אן ביי די חופה

בעל שבט הלוי וואונשט אן ביי די חופה

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:46 pm

· #185202
המשך ביקור קודש – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל

פאלגענד געבן מיר איבער דעם ווייטערדיגן באריכט פון ווי מיר האבן געהאלטן ביז אצינד.
ווען רבינו שליט"א האט פארענדיגט תפילת מנחה מיט די תלמידי הישיבה קטנה פון ירושלים - ווי שוין באריכטעט - איז דער רבי שליט"א אוועקגעפארן פון דעם שטעטל סביון וואו עס איז פארגעקומען דער מסיבת לחיים און אויפ'ן וועג קיין ירושלים עיה"ק.
צו ערשט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון דעם ירושלים'ער רב שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס איבער די בליענדע געגנטער אין ירושלים וואו דער היימישער ציבור שפרייט זיך אויס בליעה"ר,
📎 גאב''ד.jpg
‫באזונדער האט מען גערעדט בשבחו פון הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו וועלכער איז געווען דערביי ביים באזוך, און האט שוין געהאט די זכי' מנדב צו זיין פארשידענע גרעסערע נדבות לטובת די קהלות ומוסדות בעיה"ק ירושלים ת"ו.
📎 גאב''ד - מ''ז.jpg
‫ביים באזוך זענען אויך אנוועזנד געווען ראשי קהילתינו הק' פון ניו יארק וועמען דער רבי האט פארגעשטעלט פאר'ן ירושלים'ער רב שליט"א.

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די אונגארישע הייזער אין ירושלים צו קובע זיין א מזוזה ביים נייעם מקוה אליעזר דוב די מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו מגדולי תומכי קהלולינו ומוסדותינו הק'.
אנקומענדי'ג צום בנין המקוה האבן אפגעווארט אינדרויסן די קינדער פון ת"ת שומרי החומות,
📎 קינדער.jpg
און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער פאר די קינדער איבער די חשיבות פון תינוקות של בית רבן,
📎 שומרי החומות1.jpg
📎 גאב''ד.jpg 📎 גאב''ד - מ''ז.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:48 pm

· #185204
און דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין
📎 מקוה.jpg
וואו דער רבי האט קובע געווען א מזוזה
📎 מזוזה.jpg
און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים
📎 לחיים מקוה.jpg
וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חשוב'ן נדבן ר' מאיר זעליג הי"ו.
📎 לחיים מ''ז.jpg
📎 לחיים מ''ז.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:50 pm

· #185205
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס איבער ענינים העומדים על הפרק ובעיקר איבערן ביטערן גזירת הגיוס. הגאון ר' דוד שליט"א זיך אויסגעדרוקט אז דער רבי שליט"א איז פון די איינציגסטע גדולי ישראל וואס שרייען שוין אזוי לאנג אז די גזירה איז א ביטערע גזירה, און מען דארף ווייטער זעהן מעורר צו זיין אידישע קינדער און אויפרודערן די וועלט, צולייגנדיג אז ער האלט אז עס איז שוין צייט פאר די בני א"י זיך אוועקצוציען פון לאנד, און די רבי האט געזאגט אז נאר מיטן כח פון מסירת נפש וועט מען טאקע קענען איבערקומען אזא גזירת שמד.
📎 ר' דוד.jpg
פון דארט איז מרן רבינו שליט"א געפארן צום הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו דער רבי האט באזוכט ביי הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א וואו דער ראב"ד האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייעם ספר וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם. און עס האט זיך פארצויגן א הלכה'דיגער שמועס איבער דעם זמן השקיעה ווען מ'דארף מקבל שבת זיין אין געגנטער וואס זענען ארומגענומען מיט הויכע בערג.
📎 ראב''ד.jpg
דערנאך האט דערנאך האט זיך מרן רבינו שליט"א פארשפארט מיט הגאון הראב"ד שליט"א פאר א לענגערע צייט.

דאן איז רבינו שליט"א ערשינען צום צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית לרגל די אויפבוי פונעם נייעם הערליכן בנין הת"ת. אין זאל פון נוה ירושלים. וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הבד"ץ העדה החרדית, ובראשם הגאב"ד והראב"ד שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקי, תולדות אהרן, טשאקאווא, קהל חסידי ירושלים, פינסק קארלין, הרה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער, הרב דקהל פרושים, שליט"א, און נאך.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א פון ירושלים, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם די גאנצע קהילה, און ארויסגעברענגט דעם וואוקס פון די קהילה בליעה"ר וואס איז א גירא בעינא דשטנא, וואס אפילו ווען רבינו שליט"א געפונט זיך אין אמעריקא איז דער רבי פארבינדן מיט אונז, און מיט זיינע כוחות האלט זיך דער גאנצער ציבור.
דערנאך האט דער דיין שליט"א אויסגערופן דעם פוסה"ד הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער ראב"ד שליט"א האט צום ערשט באגריסט דעם רבי'ן מיט'ן ברכת ברוך הבא בשם ה', און ער האט ארויסגעברענגט אז מה' מצעדי גבר כוננו אז דער רבי וואס איז געקומען יעצט צוליב א חתונה איז אנגעקומען אין די זעלבע צייט וואס די רשעי ישראל זיצן און פארענדיגן די ביטערע גזירת הגיוס, און אין אזא זמן דארף דער עולם אין א"י אסאך חיזוק.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער דאס מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון די טריפה'נע געלטער ממקורות זרים, זאגנדיג אז נאר אזוי איז מען זוכה צו אזא כח הקדושה און מען דארף דעריבער מחזק זיין די אלע וואס לאזן זיך קאסטן אונטערצוהאלטן דעם הייליגן וואגן, און דערנאך האט דער רבי געזאגט אז קומענדיג קיין ארץ ישראל איז אנגעקומען די בשורה לא טובה איבער די פרישע שטאפלען פון דעם גזירת הגיוס, ביום הזה הובקעה העיר, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז די רשעים האבן זיך פארלייגט אויסצורייסן די תורה ולהעבירם מחוקי רצוניך. און דער רבי האט געטייטשט דעם דרש פון חז"ל "שתשים סנהדרין אצל המזבח" אז סנהדרין איז מרמז אויף לימוד התורה, און דער מזבח איז מרמז אויפ'ן עקידת יצחק, און אויב וויל מען קענען לערנען און היטן די הייליגע תורה דאן דארף מען שטענדיג געדענקען די מסירות נפש פון די אבות ביי די עקידה, ווייל נאר מיט מסירת נפש קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן און איבערקומען די אלע שווערע גזירות, קיין שום אנדערע וועג נוצט נישט אויסער מסירת נפש וואס דאס האבן אונזערע עלטערן געטוהן.
דער רבי האט אויסגעשריגן פאר די בני ארץ ישראל אז דער יהדות החרדית אין חוץ לארץ שטייען צו זייער רעכטע זייט אין דעם מערכה, מען טוט און מען וועט ווייטער טוהן אלע מעגליכקייטן צו שטורעמען קעגן די ביטערע גזירה, און די אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ טוען אינאיינעם אויסשרייען דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" אויסרופנדיג אז מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס צו ראטעווען אונזער הייליגער עתיד.
דערנאך איז מען ארויס אין התרגשות'דיגע ריקודין לויבנדיג דעם אויבערשטן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת. ביים ענדע האט רבינו שליט"א באגריסט אלע רבנים המשתתפים און פארלאזט דעם זאל בשעת דער עולם האט ממשיך געווען מיט די פייערליכע געזאנגען. אויפ'ן וועג ארויס זענען אנגעקומען האדמורי"ם מראחמסטריווקא ולעלוב, און רבינו שליט"א האט זיי באגריסט און דורש געווען בשלומם.

נאך דעם מעמד חנוכת הבית האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מגור שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דעם שרעקליכן גזירת הגיוס וואס ברענט יעצט אויפ'ן סדר היום אין ארץ ישראל.

‫פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעפארן צו די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו, יו"ר הנהלת מוסדות יטב לב באייראפע, וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב און זיך אפגערוהט פאר א קורצע וויילע.

דערנאך איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מסיבת חנוכת הבית פון הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו פאר די נייע "מקוה אליעזר דוב" אין די בתי אונגארין וואס ער האט מנדב געווען לע"נ זיין שווער הרה"ח ר' לייזער בער דייטש ז"ל.
דער רבי האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נאכברענגנדיג מפי ספרים וסופרים בגודל הענין פון גיין אין מקוה יעדן טאג וואס דאס איז סיי א טהרה אויפ'ן עבר און סיי א שמירה אויפ'ן עתיד. און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבחו פונעם נדבן שליט"א וואס האט זיך שוין געלאזט קאסטן לטובת הכלל בעבר, ביים בנין הבית רחל אין וויליאמסבורג און דער בנין הביהמ"ד אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו, ועוד ידו נטוי' אויפצובויען א פראכטפולע חתונה זאל אין וויליאמסבורג צו קענען צושטעלן א חתונה זאל פאר'ן היימישן ציבור פאר א ביליגן פרייז.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט לטובה דעם שווער פונעם נדבן הרה"ח ר' לייזער בער דייטש וואס על שמו איז די מקוה געבויעט געווארן. ר' לייזער בער איז געווען א שכן טוב לאנגע יארן פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין וויליאמסבורג, און א מתפלל קבוע אין דעם סיגוטער ביהמ"ד. און דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר'ן חשוב'ן נדבן ר' מאיר זעליג הי"ו.

נאכדעם האט דער רבי באזוכט ביי מחותנו האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, פאר וועם דער ‫רבי האט איבערגעגעבן א גרוס פון די קינדער און אייניקלעך, ווי אויך האט מען ‫גערעדט איבער די סדרי הישיבה און סיפורי צדיקים.
📎 דושינסקיא.jpg
‫דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואו עס האט זיך אנטוויקעלט א הערליכער שמועס בסיפורי צדיקים. און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער סדר היום פון מיטוואך, ארום 1:00 ביינאכט.
📎 תו''א.jpg
די ווייטערדיגע באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן.

-עומדות היו רגלינו בשעריך ירושלים-

•♦•

אצינד אויפדערנאכט – א"י צייט – ווערט געפייערט די חתונה הגדולה בחצרות קדשינו אין די זאלן פון לב האצולה אין פתח תקוה.

פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען און באריכטן.

-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-
📎 ר' דוד.jpg 📎 ראב''ד.jpg 📎 תו''א.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:46 pm

· #185220
שעפטל
דאן איז רבינו שליט"א ערשינען צום צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית לרגל די אויפבוי פונעם נייעם הערליכן בנין הת"ת. אין זאל פון נוה ירושלים. וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הבד"ץ העדה החרדית, ובראשם הגאב"ד והראב"ד שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקי, תולדות אהרן, טשאקאווא, קהל חסידי ירושלים, פינסק קארלין, הרה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער, הרב דקהל פרושים, שליט"א, און נאך.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א פון ירושלים, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם די גאנצע קהילה, און ארויסגעברענגט דעם וואוקס פון די קהילה בליעה"ר וואס איז א גירא בעינא דשטנא, וואס אפילו ווען רבינו שליט"א געפונט זיך אין אמעריקא איז דער רבי פארבינדן מיט אונז, און מיט זיינע כוחות האלט זיך דער גאנצער ציבור.

📎 דומ''ץ סאטמאר י-ם.jpg
שעפטל
דערנאך האט דער דיין שליט"א אויסגערופן דעם פוסה"ד הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער ראב"ד שליט"א האט צום ערשט באגריסט דעם רבי'ן מיט'ן ברכת ברוך הבא בשם ה', און ער האט ארויסגעברענגט אז מה' מצעדי גבר כוננו אז דער רבי וואס איז געקומען יעצט צוליב א חתונה איז אנגעקומען אין די זעלבע צייט וואס די רשעי ישראל זיצן און פארענדיגן די ביטערע גזירת הגיוס, און אין אזא זמן דארף דער עולם אין א"י אסאך חיזוק.

📎 דרשת הגאון ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg
שעפטל
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער דאס מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון די טריפה'נע געלטער ממקורות זרים, זאגנדיג אז נאר אזוי איז מען זוכה צו אזא כח הקדושה און מען דארף דעריבער מחזק זיין די אלע וואס לאזן זיך קאסטן אונטערצוהאלטן דעם הייליגן וואגן, און דערנאך האט דער רבי געזאגט אז קומענדיג קיין ארץ ישראל איז אנגעקומען די בשורה לא טובה איבער די פרישע שטאפלען פון דעם גזירת הגיוס, ביום הזה הובקעה העיר, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז די רשעים האבן זיך פארלייגט אויסצורייסן די תורה ולהעבירם מחוקי רצוניך. און דער רבי האט געטייטשט דעם דרש פון חז"ל "שתשים סנהדרין אצל המזבח" אז סנהדרין איז מרמז אויף לימוד התורה, און דער מזבח איז מרמז אויפ'ן עקידת יצחק, און אויב וויל מען קענען לערנען און היטן די הייליגע תורה דאן דארף מען שטענדיג געדענקען די מסירות נפש פון די אבות ביי די עקידה, ווייל נאר מיט מסירת נפש קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן און איבערקומען די אלע שווערע גזירות, קיין שום אנדערע וועג נוצט נישט אויסער מסירת נפש וואס דאס האבן אונזערע עלטערן געטוהן.
דער רבי האט אויסגעשריגן פאר די בני ארץ ישראל אז דער יהדות החרדית אין חוץ לארץ שטייען צו זייער רעכטע זייט אין דעם מערכה, מען טוט און מען וועט ווייטער טוהן אלע מעגליכקייטן צו שטורעמען קעגן די ביטערע גזירה, און די אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ טוען אינאיינעם אויסשרייען דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" אויסרופנדיג אז מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס צו ראטעווען אונזער הייליגער עתיד.

📎 דברות קודש.jpg
שעפטל
דערנאך איז מען ארויס אין התרגשות'דיגע ריקודין לויבנדיג דעם אויבערשטן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת. ביים ענדע האט רבינו שליט"א באגריסט אלע רבנים המשתתפים און פארלאזט דעם זאל בשעת דער עולם האט ממשיך געווען מיט די פייערליכע געזאנגען.

📎 ריקודין במעמד.jpg
📎 דומ''ץ סאטמאר י-ם.jpg 📎 דרשת הגאון ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:51 pm

· #185223
גאב"ד ירושלים איז יעצט אנגעקומען צי די חתונה מיט א שטריימל

signout » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:20 pm

· #185239
בילד?

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:31 pm

· #185247
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=813432#p813432">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 32#p813432</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:17 pm

· #185267
יישר כח שעפטל פאר דיינע באריכטן און בילדער.

איך ווייס נישט צי דאס איז שלא מן הענין, אויב יא קען עס עוזר אוועקפירן,
עס איז מיר א פלא ווי אזוי דער תו"א רבי איז זיך אזוי שיין משתתף, צוליב די פאליטיק האט ער אפגעלאזט דעם ברודער און געווארן פאניע-בראט מיט מהר"א? צי דא איז ער אויכעט גוט מיט יעדן איינעם?..
אלענפאלס, עס איז שיין צו זעהן.

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:44 pm

· #185272
נישטא וואס זיך ציזארגען
מען נעמט נאר אוועק פארדרייעס פון די אשכול וואס קיקען אויס ווי פון צד שכנגד

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:32 pm

· #185300
פלעין יודיש
נישטא וואס זיך ציזארגען
מען נעמט נאר אוועק פארדרייעס פון די אשכול וואס קיקען אויס ווי פון צד שכנגד

יא. אזוי דארף צו זיין. נאך א שטיקל גירא בעינא דשיטנא. ביי כ"ק מהר"א שליט"א זעהט מען נישט קיין שום אויסגעצויגענע לעמפלעך. כרצון קדשו. בל יראה ובל ימצא. שלא כ-----. אה.. דארט איז געוועין ביינאכט און לאורה הוא צריך.... 😂 😛 😳 😮

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:46 pm

· #185365
איז דער ירושלימ'ער רב א קרוב צו די שמחה, אז ער איז געקומען מיט בגדי שבת?

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 8:16 am

· #185393
האדמו"ר מ'בעלזא האט יעצט באזיכט ביים רבי'ן בבית הראש ישיבה הגרח"צ מייזליש אין בני ברק
📎 IMG-20140221-WA030.jpg
📎 IMG-20140221-WA017.jpg

נעכאן ביי די חתונה ווען די אבי האט געטאנצן מיט די משפחה לבית וויזניץ איז הרב אהרן מרדכי אויך אריין אינעם רינג מיט א חלק פון זיינע קינדער
בלאט: 1 2 3 4