☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

נסיעת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק אדר א' תשע"ד

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5904
בלאט: 1 2 3 4

פלעין יודיש » פרייטאג פעברואר 21, 2014 8:36 am

· #185395
נאטרוליסט
איז דער ירושלימ'ער רב א קרוב צו די שמחה, אז ער איז געקומען מיט בגדי שבת?

ניין ער קימט אלעמאל אזוי צו רבישע חתונות
אזוי איז ער געקימען ביי הגרז''ל פאריאר, און אזוי איז ער געקימען אין פשעווארסק פאריגע וואך, וכהנה רבות

נאטרוליסט » פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:56 am

· #185402
פלעין יודיש
נאטרוליסט
איז דער ירושלימ'ער רב א קרוב צו די שמחה, אז ער איז געקומען מיט בגדי שבת?

ניין ער קימט אלעמאל אזוי צו רבישע חתונות
אזוי איז ער געקימען ביי הגרז''ל פאריאר, און אזוי איז ער געקימען אין פשעווארסק פאריגע וואך, וכהנה רבות


אבער ביי די חתונה איז דער רבי נישט קיין זיידע.

שרייבער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:00 am

· #185403
אבער ר' בעריש איז דאך א זיידע, איז פונקט ווי ער איז געגאנגען זיין שוואגער רז"ל מיט א שטריימל אזוי גייט ער אויך ביי ר' בעריש'ס אייניקל

קאפטשאו?

גיבור » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:02 am

· #185404
נאך א בילד
1392990848440.jpg

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:08 am

· #185407
כל הכבוד פארן וויזניצער רבי'ן רבי ישראל.

קיינער כאפט ניטאמאל אז ער איז א געהעריגער זיידע בשעת האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז בלויז א פעטער... די חתונה ווערט געפירט דורך סאטמאר, אלע כיבודים אלע עטענשטענס באקומט סאטמאר און דער וויזניצער זיידע, וואס איז אגב א ריזיגער רבי פאר טויזנטער חסידים, זיצט אין דער זייט און טאנצט אויך א מצוה טענצל.

כ'מיין אז ווייניג רבי'ס בימינו אלה וואלטן אזאנס צוגעלאזט, פארפאלן ער ערוועקט התפעלות מיט זיינע מדות.

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:35 am

· #185417
שעפטל
נאך דעם מעמד חנוכת הבית האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מגור שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דעם שרעקליכן גזירת הגיוס וואס ברענט יעצט אויפ'ן סדר היום אין ארץ ישראל.

📎 גור.jpg
שעפטל
דערנאך איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מסיבת חנוכת הבית פון הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו פאר די נייע "מקוה אליעזר דוב" אין די בתי אונגארין וואס ער האט מנדב געווען לע"נ זיין שווער הרה"ח ר' לייזער בער דייטש ז"ל.

📎 כושה''ח.jpg
📎 אב''ד וומ''ס ומ''ז.jpg
שעפטל
דער רבי האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נאכברענגנדיג מפי ספרים וסופרים בגודל הענין פון גיין אין מקוה יעדן טאג וואס דאס איז סיי א טהרה אויפ'ן עבר און סיי א שמירה אויפ'ן עתיד. און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבחו פונעם נדבן שליט"א וואס האט זיך שוין געלאזט קאסטן לטובת הכלל בעבר, ביים בנין הבית רחל אין וויליאמסבורג און דער בנין הביהמ"ד אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו, ועוד ידו נטוי' אויפצובויען א פראכטפולע חתונה זאל אין וויליאמסבורג צו קענען צושטעלן א חתונה זאל פאר'ן היימישן ציבור פאר א ביליגן פרייז.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט לטובה דעם שווער פונעם נדבן הרה"ח ר' לייזער בער דייטש וואס על שמו איז די מקוה געבויעט געווארן. ר' לייזער בער איז געווען א שכן טוב לאנגע יארן פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין וויליאמסבורג, און א מתפלל קבוע אין דעם סיגוטער ביהמ"ד. און דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר'ן חשוב'ן נדבן ר' מאיר זעליג הי"ו.

📎 רבינו בכושה''ח.jpg
📎 אב''ד וומ''ס ומ''ז.jpg 📎 כושה''ח.jpg 📎 רבינו בכושה''ח.jpg

גיבור » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:39 am

· #185419
נאך
image (1).jpg image (2).jpg image.jpg

שרייבער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:46 am

· #185421
קוקט אויס ווי מען איז געקומען באזוכן אהרן מרדכי

און ווער ס'קען דעם שטיבל, זיצט באמת אהרן מרדכי אויבן אן און דער רבי מיטן בעלזער זיצן ביי די זייט (זעט אויס אויפן אויבן אן איז נישט געווען גענוג פלאץ)

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 1:51 am

· #185571
מוצש"ק ביי די הכנסת ספר תורה אין בני ברק:

די דרשה פונעם רבי'ן איבער די גיוס גזירה!
פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גזירת גיוס

גם כי אלך » זונטאג פעברואר 23, 2014 1:12 pm

· #185654
אצינד קומט פאר א גרויסער מעמד אבן הפנה אין בני ברק וואו דער "פוסק הדור" הרב שטערנבוך האט באשיינט און אויפגעטרעטן. דער אנדערער "פוסק הדור" הרב וואזנער האט זיך באגעניגט מיט שיקן א דיין פון זיין בית דין.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:16 pm

· #185675
לויט ווי מען געט איבער גייט דער רבי בכלל נישט צירוק גיין באזוכן דער שוואגער דער בעלזער רבי קוקט טאקע אויס וועגן דער בקשה פין דער ירושלימער רב שליט''א

איי פארוואס איז דער בעלזער גוועהן ביי דער רבי'ן קוקט אויס אז דער בעלזער האט געוואלט מיט דעם לייגן דרוק אז דער רבי זאל קומען אבער קוקט אויס דערווייל ווי דער רבי וועט טאקע למעשה נישט גיין..


ימים ידברו

געשוויסטער » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:51 pm

· #185699
האט די רבי באזוכט אדמו'ר מ'בעלזא בני ברק?

פלעין יודיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:59 pm

· #185707
לכאורה,
די מיינסט אז אליש וועט עס אזוי שנעל אדורכלאזן

פלעין יודיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:00 pm

· #185708
נאטרוליסט
פלעין יודיש
סא דעמאלס איז שוין העכסט צייט צי גיין באזיכען די ברידער אויכעט
ווער וויסט???


א גוטע פארשלאג. די רגע וואס דער ברודער גייט ארויס פון בג"ץ גייט ער אין באזוכן - דאס איז די דיעל.

שוין ווייטער בג''ץ
דאקומענטען פליז

שעפטל » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:04 pm

· #185710
געשוויסטער
האט די רבי באזוכט אדמו'ר מ'בעלזא בני ברק?

📎 IMG-20140223-WA076.jpg

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:14 pm

· #185715
פלעין יודיש
נאטרוליסט
פלעין יודיש
סא דעמאלס איז שוין העכסט צייט צי גיין באזיכען די ברידער אויכעט
ווער וויסט???


א גוטע פארשלאג. די רגע וואס דער ברודער גייט ארויס פון בג"ץ גייט ער אין באזוכן - דאס איז די דיעל.

שוין ווייטער בג''ץ
דאקומענטען פליז


נאט אייך רעבע
📎 Orig Court Doc.pdf

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:20 pm

· #185719
נאטרוליסט
פלעין יודיש
נאטרוליסט
פלעין יודיש
סא דעמאלס איז שוין העכסט צייט צי גיין באזיכען די ברידער אויכעט
ווער וויסט???


א גוטע פארשלאג. די רגע וואס דער ברודער גייט ארויס פון בג"ץ גייט ער אין באזוכן - דאס איז די דיעל.

שוין ווייטער בג''ץ
דאקומענטען פליז


נאט אייך רעבע


תביעה אין בית משפט הציוני
מספר 72510 - 05/06

נאך אפען עד היום הזה.
IMG_00000152.png

פיינע קאווע » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:29 pm

· #185723
נאטורליסט דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען מיט די משוגעים א שאד דיין צייט.

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:45 pm

· #185726
פיינע קאווע
נאטורליסט דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען מיט די משוגעים א שאד דיין צייט.


איך האב געטאן א טעות מיט'ן אריינפאלן אין זיין TRAP. דער דאקומענט באלאנגט נישט אין די נייעס.
סארי.

שעפטל » זונטאג פעברואר 23, 2014 4:59 pm

· #185729
ביטע זיך האלטן צום נושא האשכול, ס'שוין דא געניג און נאך אשכולות פאר די אנדערע זאכן.

שכח פאר די אלע וואס האבן זיך איינגעהאלטן ביז אהער און א שכח למפרע פאר ווייטער.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:53 pm

· #185775
נאטרוליסט
איז דער ירושלימ'ער רב א קרוב צו די שמחה, אז ער איז געקומען מיט בגדי שבת?

וואס רעדסטו? אוודאי איז ער א קרוב צו די שמחה. ר'האט אריינגעהויבן א נישקשה'דיגן טשעק. או.קעי...קעש! 😂 🙄 😎 😕 😳 😮

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:05 pm

· #185808
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה

סאו וואט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:39 pm

· #185828
נאטרוליסט
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:56 pm

· #185839
סאו וואט
נאטרוליסט
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...



דיין דזשאב איז צו שרייבן א תגובה ביי א גלעזל קאווע
זיין זשאב איז צו רעדן - פלאמפייערדיג! אפילו ער בלייבט אין בני ברק, וועט ער אויך נישט זיצן.
און די חסידים וועלן טאן ווי זיי פארשטייען.

דיין אויסברוך איז נישט אין פלאץ!

elter-zeide » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:11 pm

· #185846
סאו וואט
נאטרוליסט
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...

ווען ער זאגט "מיר" מיינט ער זיך אין זיינע חסידם, די ביסט אפשר נישט פון זיי, אבער ער האט חסידם וואס וועלן עם פאלגין.

שרייבער » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:39 pm

· #185854
נאטרוליסט
סאו וואט
נאטרוליסט
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...



דיין דזשאב איז צו שרייבן א תגובה ביי א גלעזל קאווע
זיין זשאב איז צו רעדן - פלאמפייערדיג! אפילו ער בלייבט אין בני ברק, וועט ער אויך נישט זיצן.
און די חסידים וועלן טאן ווי זיי פארשטייען.

דיין אויסברוך איז נישט אין פלאץ!

👍

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:32 am

· #185917
פלאם פייערדיגע רקידת החסידים לחזק ידי המחטטי שכבי אפגעהאלטען נעכטן ביים בית החיים אין בית שמש.

וואוט עי שעים.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:02 am

· #185929
רבי זזז'''ג על הדרך ל'בעלז,
ס'צום האפען די קולות וואס די רבי מ'סאדיגורא האט אריינגעהויבען ביפאר די נסיעה אויף די התנהגות המועצת בנוגע די גזירת הגיוס, זאל היצטער נאכפאלגען ביים וויזיט אין כפר הרי''ף ביים בעלזאעי, וואס האט א שטארער יד ביים האנדלען איבער די בחורי ובארכי ישראל.

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:16 am

· #185937
נאר,,פרייליך
פלאם פייערדיגע רקידת החסידים לחזק ידי המחטטי שכבי אפגעהאלטען נעכטן ביים בית החיים אין בית שמש.

וואוט עי שעים.


צען כשר'ע עדות האבן געמאסטן די מערות און זיך אומגעקוקט.
דאס וואס הרב אברהם אטיק. הרב מאיר העלער און הרב מ.ז. זארגער און הרב משה מנחם טירנויער האבן נישט געטאן...

די צען עדות וועלכע האבן געזען "בעינם" די שקרים פון אתרא, די בלא פון די סיקריקים זענען מער באגלייבט ווי פרייליך ביי א טעפל קאווע.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:25 am

· #185943
נאר,,פרייליך
רבי זזז'''ג על הדרך ל'בעלז,
ס'צום האפען די קולות וואס די רבי מ'סאדיגורא האט אריינגעהויבען ביפאר די נסיעה אויף די התנהגות המועצת בנוגע די גזירת הגיוס, זאל היצטער נאכפאלגען ביים וויזיט אין כפר הרי''ף ביים בעלזאעי, וואס האט א שטארער יד ביים האנדלען איבער די בחורי ובארכי ישראל.


מען זאגט אז דער סאדיגורא רבי איז נאך אלס זייער צוקלאפט איבער די אויפנאמע אין קר''י ווי דער רבי זזז'''''גג האט גאר שטארק באפאלען דעם סאדיגורער פארוואס ער לאזט צו דער מועצת אזוי קרום צו אומגיין איבער די גזירת הגיוס

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:32 am

· #185947
די וועלט איז אויף מיט די פאלמפייערדיגע דרשות וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט, נעכטן און מוצש"ק. - דברים חוצבים מלהבות אש קודש, וואס מ'האט שוין געהערט איבער פערציג יאר.

רבי דוד סאלאווייטשיק האט זיק נעכטן אנגערופן אז עס איז השגחה פרטית אז דער סאטמאר רבי איז פינקט יעצט דא אין ארץ ישראל בשעת די ביטערע גזירה איז דורכגעפירט געווארן דורך די עוקרי הדת.

רבי דוד האט געזאגט אז דאס איז א חסד ה', נאכדערצו יעצט ווען די עדה איז ליידער צעבראכן געווארן דורך בעלי מחלוקת, אנשי ריב ומדון.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:45 am

· #185954
התם ומתמם עם תמימים
לויט ווי מען געט איבער גייט דער רבי בכלל נישט צירוק גיין באזוכן דער שוואגער דער בעלזער רבי קוקט טאקע אויס וועגן דער בקשה פין דער ירושלימער רב שליט''א

איי פארוואס איז דער בעלזער גוועהן ביי דער רבי'ן קוקט אויס אז דער בעלזער האט געוואלט מיט דעם לייגן דרוק אז דער רבי זאל קומען אבער קוקט אויס דערווייל ווי דער רבי וועט טאקע למעשה נישט גיין..


ימים ידברו


ביים ביקור גומלין אין כפר הריף
📎 IMG-20140224-WA032.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:47 am

· #185956
מען האט שוין ערלויבט מערערע גבאים היצט צו גיין אינעם דערפל פאר'ן ביקור.

די קינדער פינעם רבי'ן זזזז'''''גגג זענען אויכעט געוועזען?

מען האט זעך פארגליכען אויף די וויין??

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:50 am

· #185959
זענען די בעלזאעים ניש אזוי העפי יעצ ווי די פאריגע ביקור הנימוס?

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:50 am

· #185961
עס זעהט אויס צו זיין גאר א אומ'מכובדיג מקום וואסי פשט??

אזוי וואוינט דארט הרבי מ'בעלזאעי אין א שטוב כדוגמת חבירו ה'אילת? ס'א פלא.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:19 am

· #185966
ביקור קודש בארה"ק – צווייטן טאג
דאנערשטאג פ' ויקהל העעל"ט

פאלגענד זענען מיר ווייטער ממשיך מיט'ן באריכט פונע'ם באזוך פון רבינו שליט"א אין ארצינו הק':
מיטוואך נאכט איז בקו"פ בבית האכסניא פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים הר"ר בערל קליין הי"ו פון ירושלים – אבי החתן און מוה"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו פון ירושלים אבי הכלה, ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.

דאנערשטאג אום 8:35 אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען צום "הר הצופים" אין ירושלים פון וואו עס ווערט געזען פונדערווייטנס דעם מקום המקדש שנחרב בעווה"ר. עס זענען מיטגעפארן עטליכע באסעס און מערערע קארס פון אנ"ש מיטצוהאלטן דעם מעמד.
ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען האט ער תיכף געריסן קריעה כהלכה,
📎 קריעה.jpg
📎 קריעה 2.jpg
און האט מוריד געווען דמעות על חורבן בית מקדשינו ותפארתינו, מען האט געזאגט א ספעציעלע תפלה על בנין ביהמ"ק,
📎 תפילה.jpg
און דערנאך האט מען געזינגען אינאיינעם ניגוני השתוקקות צו די גאולה שלימה וביאת המשיח. צווישן אנדערע האט מען געזינגען די ניגונים פון אני מאמין, גלות גלות, אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, און נאך.
📎 התעוררות.jpg

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:20 am

· #185968
דע קריעה בעקיטשס גייען לאיבוד אדער מ'נייהט עס צוריק צו?

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:36 am

· #185976
פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן צו בית מדרשינו אין ירושלים אויף רח' יונה, וואו רבינו שליט"א איז נאך א קורצע צייט אריינגעקומען צו תפלת שחרית אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה. דער בעל תפלה איז געווען האברך ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יוסף צבי שישא הי"ו אייניקל פון הר"ר שלמה פאפענהיים שליט"א חבר הנהלת העדה החרדית בירושלים.
עס איז געווען א אויגפארכאפענדער בילד צו זען דעם התלהבות'דיגער דאווענען בקול נעימות פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, ווען אין די זייטן ארום און ארום דאווענען מיט די הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן אזא געהויבענעם דאווענען.
נאכ'ן דאווענען האבן צוויי בחורים המצטיינים געהאט די זכי' צו צוזאמלייגן דעם רבי'נס תפילין דרש"י ודר"ת, הב' שלמה ב"ר אברהם בראנדמארק נ"י, און הב' מרדכי יודא ב"ר צבי אלימלך פעלבערבוים נ"י וועלכע האבן זוכה געווען בגורל צווישן די אנדערע בחורים וועלכע האבן זיך צוגעגרייט אין די לעצטערע וואכן בהכנה דרבה מיט שעות רצופות פון לימוד התורה בהתמדה שעות רצופות.
📎 שחרית.jpg
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די ילדי הת"ת וואו די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט הארציגע ניגונים, ווי אויך האבן צוויי קינדער פארגעזינגען הערליכע חרוזים הילד בן מוה"ר אהרן צבי היילברוין הי"ו מחברי הנהלת המוסדות בירושלים און הילד בן הר"ר בערל קליין הי"ו מגי"ש בקהילתינו בירושלים, ארויסברענגענדיג די גליקליכע געפילן פון די קינדער צום באזוך פון רבינו שליט"א.
📎 לחיים בת'ת.jpg
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש פאר די קינדער. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם, דער רבי האט נאכגעברענגט פון ספה"ק אגרא דפרקא בשם הרמ"א אז אין דעם ערשטן פסוק פון אלע חמשה חומשי תורה איז מרומז די מנורה, דער ערשטער פסוק פון בראשית פארמאגט 7 ווערטער קעגן די 7 נרות פון די מנורה, דער ערשטער פסוק פון שמות פארמאגט 11 ווערטער קעגן די 11 כפתורים, דער ערשטער פסוק פון ויקרא פארמאגט 9 ווערטער קעגן די 9 פרחים, דער ערשטער פסוק פון במדבר פארמאגט 17 ווערטער קעגן די 17 טפחים הייעך, דער ערשטער פסוק פון דברים פארמאגט 22 ווערטער קעגן די 22 גביעים פון די מנורה. דאס איז מרמז אויף די שייכות פון די מנורה מיט די תוה"ק, ווייל די קדושת המנורה האט משפיע געווען חכמת התורה.
האט דער רבי ממשיך געווען אז דאס איז דוקא מרומז אין די "ערשטע" פסוקים כדי מרמז צו זיין אויף די חשיבות פון די קינדערישע יארן די קינדערישע יארן די התחלה פונעם לעבן וואס זענען די שענסטע יארן, און וואס מ'איז קונה אין די יארן בלייבט א יסוד א גאנץ לעבן. און דער רבי האט דאס אריינגעטייטשט אין פסוק ויקהל משה את "כל" עדת בני ישראל, אז משה רבינו האט איינגעזאמעלט גאנץ כלל ישראל אויך די קליינע קינדער, טראץ וואס די קליינע קינדער האבן נישט אלעס געקענט משיג זיין, אויף דעם זאגט דער פסוק ווייטער אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם, די משכן וכליו, וואס פון די מנורה זעען מיר די חשיבות פון דאס לימוד התורה פון קליינע קינדער בתחילת שנותיהם.
דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט איבער דעם הערליכן וואוקס בליעה"ר פון די ת"ת וועלכע האט זיך אנגעהויבן במתי מעט, און איז ב"ה אויסגעשטיגן אויף אזא הערליכן פארנעם בכמות ובאיכות, דערביי האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן די קינדער הצלחה אין די לימודים אז דער חינוך פון תורה ויראת שמים וואס זיי באקומען צווישן די ווענט פון די ת"ת זאל זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.
📎 דב''ק.jpg
נאך די דברות קודש זענען אלע קינדער אריבערגעגאנגען כבני מרון און רבינו שליט"א האט פארטיילט תהלים'לעך פאר די קינדער אלס מתנה.
📎 מתנות.jpg
📎 לחיים בת'ת.jpg 📎 דב''ק.jpg

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:40 am

· #185979
נאך דעם מסיבת לחיים איז דער רבי אריינגעגאנגען בחדרו הפרטי וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר'ן רבי'ן אין דעם בנין הביהמ"ד, וואו עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך ר' דוד בריי הי"ו פון ירושלים און וועט בעז"ה אריינגעגעבן ווערן אין בית מדרשינו. אויך איז דארט אנגעקומען הגאון ר' חיים שמערלער שליט"א ראש ישיבת אורייתא צו נעמען שלום פון רבינו שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבערגעגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין הת"ת וועלכע געפונט זיך ביים ווינקל פון די זעלבע גאס, ווי דער רבי שליט"א איז אריין אין יעדע כיתה אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות .
📎 כיתות.jpg
דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט הנאה וויאזוי די חשוב'ע מלמדים האבן פארהערט די קינדער אויף די לימודים. אויך איז דער רבי אריינגעגאנגען אין דעם היכל פון די כיתה מכינה לישיבה קטנה, וואו די בחורים זענען געזעסן און געלערנט בחברותא, און רבינו שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די חברותות און אויסגעפרעגט די תלמידים איבער די לימודים.
📎 בין התלמידים.jpg
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף צו דעם נייעם הערליכן שטאק פון די ישיבה קטנה יטב לב היכל משה ארי', וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען אין היכל הביהמ"ד בשעת די בחורים האבן ממשיך געווען בלימוד בהתמדה שאפנדיג א נחת רוח פאר'ן רבי'ן, ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן און זיך משתעשע געווען בלימוד התורה מיט די תלמידים.
📎 היכל הישיבה קטנה החדש היכל משה ארי'.jpg
דאן האט רבינו שליט"א קובע געווען א מזוזה אויפ'ן שער הביהמ"ד,
📎 קובע מזוזה אויפ'ן היכל.jpg
📎 היכל הישיבה קטנה החדש היכל משה ארי'.jpg 📎 קובע מזוזה אויפ'ן היכל.jpg

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:45 am

· #185980
און דערנאך איז מען אריין אין איינע פון די כיתות וואו עס איז פארגעקומען א ענגע מסיבת לחיים מיט די הנהלת המוסדות און די חשוב'ע געסט תומכי המוסדות.
📎 דער רבי גיט ברכת קדשו פאר'ן יו''ר וועד קרן הבנין הרר שמואל זאנוויל פויגעל מנהל הכולל הבנין.jpg
נאך דעם באזוך אין די מוסדות האט רבינו שליט"א זיך אומגעקערט לבית האכסניא אין שטוב פון בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו יו"ר הנהלת מוסדות יטב לב באייראפע, דארט איז האדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען פאר א ביקור גומלין, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן פאר'ן גור'ער רבי'ן א גרוס פון די קינדער פון די גור'ער ת"ת וועלכע האבן זיך לעצטנס פארהערט ביי רבינו שליט"א.
📎 גור.jpg
דערנאך האט דער בעל אכסניא הי"ו זיך געזעגנט ביים רבי'ן בפו"פ אינאיינעם מיט זיינע קינדער. און דערנאך האט דער רבי פארלאזט ירושלים אויפ'ן וועג צו די גרויסע חתונה אין בני ברק.
אויפ'ן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין די אכסניא אין סביון וואו דער רבי האט זיך אפגערוהט א קורצע וויילע, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה ארום 4:00 נאכמיטאג, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין בני ברק.
אנקומענדיג קיין בני ברק איז רבינו שליט"א צום ערשט צוגעפארן צום וויזניצער בית החיים אין בני ברק און איז צוגעגאנגען צום אוהל אדמור"י בית וויזניץ וואו דער רבי האט פוקד געווען דעם ציון חותנו בעל הישועות משה מ'וויזניץ זצ"ל ביומא דהילולא. דער רבי האט געצינדן ליכט
📎 ציון וויזניץ.jpg
און פאהרגעזאגט די מזמורי תהלים פון קאפיטל צ' כנהוג און דערנאך זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון.
📎 ציון וויזניץ 2.jpg
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געגעבן צדקה ביי די טישלעך וואס זענען דארט געווען אויסגע'שורה'ט.
📎 דער רבי גיט ברכת קדשו פאר'ן יו''ר וועד קרן הבנין הרר שמואל זאנוויל פויגעל מנהל הכולל הבנין.jpg

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:46 am

· #185982
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך צום פוסה"ד הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, וואו עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס ביי וועלכן דער בעל שבט הלוי האט זיך באדאנקט פאר'ן רבי'ן אויף די אלע פעולות לחיזוק היהידות וואס דער רבי האט אונטערגענומען בכלל ובפרט ספעציעל אין עניני כשרות הבשר ביי שחיטת העופות און גסות און אינען הינזיכט פון ווייץ אויף די מצות, ער האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ישיבה הק' און האט אנגעוואונטשן דעם רבי'ן למען יאריך ימים על ממלאכתו הוא ובניו בקרב ישראל. ולעומתו האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן דעם רב מיט ברכות לרוב דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי שטארק זיינע ספרים זענען תופס מקום ביי די פוסקים איבער די וועלט. און האט איבערגעגעבן א גרוס פון נכדיו רבני קהילתינו הק'. נאך דעם באזוך האט בנו הגאון רבי חיים שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשליחות אביו הגדול.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א קורצע צייט לבית האכסניא אין שיכון קרית יואל אין בני ברק אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל מוסדותינו פון בני ברק.
קורץ דערנאך איז רבינו שליט"א ערשינען צו דעם קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול וואו עס זענען שוין אנוועזנד געווען דער חתן און מחותנים. דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג פון ברוך הבא בשם ה', און דאן האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
•♦•

דער המשך פונעם באריכט פון די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות קדשינו און אזוי אויך דעם נאכפעלגענדן גאהר דערהויבענעם שב"ק וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:47 am

· #185985
דער (פינטעל) איד
דע קריעה בעקיטשס גייען לאיבוד אדער מ'נייעט עס צוריק צו?

ס'גייט פאר די חסידים וועלכע הרג'נען זיך צו באקומען א שטיקל פון די סחורה. שיריים פון די בעקיטשע. 😕 😎 🙄 😠 😢 😮

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:02 pm

· #185991
ר' שעפטל: א גרויסן און הארציגן יישר כח פאר די ברייטע און פרייליכע און פונקטליכע באריכטן וואס דו געסט איבער כדי אז אינז אנ"ש זאללן קענען מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בכל פרטי'. און ברב עם הדרת מלך. 👍

לעמיל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:17 pm

· #185996
berlbalaguleh
ר' שעפטל: א גרויסן און הארציגן יישר כח פאר די ברייטע און פרייליכע און פונקטליכע באריכטן וואס דו געסט איבער כדי אז אינז אנ"ש זאללן קענען מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בכל פרטי'. און ברב עם הדרת מלך.

גם אני מצטרף
אגב קוקט מיך אויס ווי די רבי האט באקומען א נייע שטעקן לכבוד די נסיעה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:56 pm

· #186134
נאטרוליסט
סאו וואט
נאטרוליסט
קליפ פון פלאמ-פייערדיגע דרשה איבער גיוס

קליפ פון רבינ'ס דרשה


א גרויסע חכם דער ר' אהרן.
מ'וועט זיך שמאסען.. מ'וועט כאפען פעטש...מ'וועט גיין און תפיסה...מ'איז געוועהן און אוישוויץ...
העלאו? ווער איז דער "מ' "? דו גייסט אויך באקומען פעטש? דו גייסט אויך אריין גיין און תפיסה? ביסטו אמאל געוועהן און אוישוויץ אונטער נאציס?
גרויסע חכם! דו פיצט זיך צירוק קיין מאנראו דו נעקסטע וואך נאכען האבען הא צא צא און עטענשען, סאו וואס האקסטו און קאפ אריין?

קומט א חסיד שוטה און שרייבט נאך "פלאם פייערדיג"?

וואס האט נאר מו"ר דזשיגאן געזאגט און אזא פאל, זעץ דו דיך אראפ אויף א נאקעטע אוויבען, וועל איך דיר געבען א משל...



דיין דזשאב איז צו שרייבן א תגובה ביי א גלעזל קאווע
זיין זשאב איז צו רעדן - פלאמפייערדיג! אפילו ער בלייבט אין בני ברק, וועט ער אויך נישט זיצן.
און די חסידים וועלן טאן ווי זיי פארשטייען.

דיין אויסברוך איז נישט אין פלאץ!


דאס איז דיין גרייז. ווען ער וואלט געדארפט טראכטעם א האלבע מינוט פאר ער רעדט און נאר גערעדט אמת און נישט קיין שקר, וואלט ער געקענט אויפטוהן אזוי. נאר ער רעדט פון דער גרייטשאפט צו גיין אין תפיסה בשעת ער איז נישט גרייט צו דיין אין תפיסה. טאמער איין חרדי גייט אין תפיסה מאכט מען אזא טאראראם "נאציס" וכדו', בשעת דו האסט געזאגט אז דו ביסט גרייט דערויף. מ'קען נישט לעבען אין שקר, אפילו יעדער איינער ווייסט אז ס'איז שקר. דערנאך ווייסט מען שוין נישט וואס איז אמת ווייל ס'איז מעגליך אז אלס איז שקר. יענער טאר נישט גיין אין ערכאות, אבער איך מעג. ס'רעגענט יא צו ס'רעגענט נישט אין אריזאנא ווייל יענער מעג נישט גיין אין ערכאות (אדער מעג ער יא, איך געדענק שוין נישט). מ'האט געטראפען ביינער אבער נישט קיין שלד, אבער נאר אין א קליינער מערה אדער מיט א שמאלער טויער אדער מ'דארף גראבען פאר פיקוח נפש אדער כל מיני אנדערע נערישקייטען, און א דור וואקסט אונטער וואס מיינט אז אמת איז שוין נישט קיין ווערטפולע זאך בכלל. דאס הייבט זיך אלס אן מיט 'מסירות נפש'דיגע' דרשות פון בלאף.
כ'על עס זאגען קלאר: דער רבי זכייגנייני האט נישט געקעמפט ציונות מיט מסירות נפש, דער רבי רעב צאץ דאווענט נישט במסירות נפש, און דער געוויין\התרגשות\דערהויבענקייט\באגריף\ציטער וכדו' איז נישט אומבאשרייבליך. ס'איז שקר און נאכאמאל שקר.

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 7:45 pm

· #186165
האסט אים געכאפט מיט שקר?
מילא דו זאגט ער רעדט באמבאסטיש, ער איז מגזם קען איך הערן. כאטש איך בין נישט מסכים מיט דיר.

ווען דו דערקלערסט אז ער רעדט שקר, איז פינקט ווי דו זאגסט אז ר' אהרן איז רויטער רוסקי!

טשיל אוט!

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:25 pm

· #186503
זוכה בגורל
file-77.jpeg

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:26 pm

· #186507
היינט אין מירון
file-146.jpeg file-143.jpeg

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:31 pm

· #186511
שיין קיקט מען אויס
נאר פרייליך איז מער אפדעיטעד ווי שעפטיל וכת דיליה

שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:34 pm

· #186514
ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק – המשך
שמחת החתונה בחצרות קדשינו


פאלגענד זענען מיר ממשיך מיט א באריכט פון די געהויבענע חתונה דאנערשטאג נאכט און דער נאכפאלגענדער שב"ק שבת שבע ברכות בצל הקודש.
דער געהויבענער שמחת בית צדיקים האט זיך אנגעהויבן ווען רבינו שליט"א איז ערשינען ביים קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול וואו עס זענען שוין אנוועזנד געווען דער חתן און מחותנים. דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג פון ברוך הבא בשם ה', און דאן האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן און די מחותנים און דעם גאנצן ציבור, און עס האט אויפגעטרעטן ר' משה ארי' היילברוין הי"ו פון בית שמש מיט דברי כיבושין פאר'ן חתן מיט פאסיגע חרוזים אלס הכנה צו די חופה כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן משמיע געווען רירנדע דברות קודש, דערמאנענדיג די אבות הק' וואס קומען אראפ צו די שמחה ספעציעל האט דער רבי דערמאנט זכותו הגדול פונעם טאטן רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע וועלכער איז געווען אזוי נאנט צום מחותן הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א און צו די גאנצע קהילה אין בני ברק.
דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער די כיסופין פונעם טאטן ז"ל צו די גאולה שלימה, ער האט דערמאנט וויאזוי דער רבי פלעגט פארגיסן דמעות שליש ביי די תפילה פון אור חדש על ציון תאיר יעדן שב"ק. דער רבי דערציילט, כד הוינא טליא האט דער טאטע אויסגעלערנט דעם אני מאמין, און געזאגט אז אין די שווערע צייטן האט מען זיך מיט דעם מחזק געווען, אין די שפעטערע זמנים ווען מען האט געזינגען ביים טאטן דעם אני מאמין, האט מען געזען ווי ס'האט געקאכט אין אים די צפית לישועה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט דברי התעוררות איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און דער רבי האט מעורר געווען אז אין אזא זמן ווען מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל רחמי שמים זאל דער זכות אבות מגין זיין מ'זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
📎 קבלת פנים.jpg
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעראכטן די כתובה וואו די עדי כתובה זענען געווען הרה"ח מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב און הרה"ח מוה"ר דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק קרית יואל.
נאך דעם קבלת פנים איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים שליט"א אריבערגעגאנגען צום באדעקן אין בנין הת"ת אין שיכון, וואו רבינו שליט"א האט געבענטשט דעם חתן און פון דארט איז מען ארויסגעגאנגען צו די חופה.
📎 ברכה לחתן.jpg
דער מעמד החופה איז פארגעקומען אין צענטער פון שיכון, וואו מען האט צום ערשט געזינגען א לענגערע צייט ניגוני התעוררות, דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען דעם פוסה"ד הגאון בעל שבט הלוי שליט"א מיט סידור קידושין. די עדי קידושין זענען געווען הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר דקרית יואל, און הרה"ח בנש"ק הרב שלמה משה הלוי קלאגסברוין שליט"א מגדולי תומכי מוסדותינו.
📎 סידור קידושין.jpg
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' וועלוול ערנסטער שליט"א רב דקרית מאור חיים א עלטער פעטער פון חתן, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן האדמו"ר מטשאקאווע שליט"א, עלטער פעטער מצד הכלה.
נאך די מעמד החופה האט מען געהערט קורצע און ווארימע ווערטער פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ער האט שיין אנגעוואונטשן פאר ידידו ומכבדו דער רבי שליט"א ער זאל האבן האבן סייעתא דשמיא מזכה צו זיין כלל ישראל מיט תורה, יראה, כשרות, און מעשים טובים. אזוי אויך האט ער אנגעוואונטשן פאר די גאנצע קהילה,
📎 ברכת הקודש נאכ'ן חופה פון פוסה''ד שליט''א.jpg
📎 ברכת הקודש נאכ'ן חופה פון פוסה''ד שליט''א.jpg
בלאט: 1 2 3 4