דערנאך איז דער רבי שליט"א אראפ אונטן צום ציון הק' פון התנא רבי פנחס בן יאיר ווי מען האט מסיים געווען תהלים, און דערנאך פארלאזט דעם ביה"ח מיט האפענונג צו האבן געפויעלט אלס גוטס.
דאן האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא בעת די באסעס און קארס פון אלע תומכים און אזוי אויך די אנ"ש תושבי ארה"ק וועכלע זענען אינצווישן אנגעקומען מיטקצוקומען מיט'ן רבי'ן שליט"א פוקד זיין די הייליגע מקומות להפקד בדבר ישועה ורחמים מאכן זייער וועג צו אתרא קדישא מירון.
אויפ'ן וועג קיין מירון האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט מתפלל זיין ביים ציון פון התנא רבי יהודה בר אילעאי ווי מען אנגעהויבן ספר תהלים ביז קאפיטל י' און דאן האט מען ממשיך געווען מיט'ן וועג קיין מירון.
אנקומענדיג קיין מירון ווי עס האט שוין אפגעווארט א ריזן ציבור אנשים נשים וטף, איז דער רבי שליט"א צוערשט אריין אין די מערה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי מען האט געדאווענט מנחה, דער בעל תפילה איז געווען הר"ר חיים דוב בנעט הי"ו.
דאן האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום ציון פון הייליגן תנא ווי דער רבי האט בקול בכי אנגעהויבן פאהרצוזאגן תהלים פון קאפיטל צ' מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, און געזאגט ביז קאפיטל ק"ח און דערנאך דעם יהי רצון בעת די התעוררות און בכיות אין די גאנצע מערה גרייכט גאהר הויך.
א לענגערע וויילע האט דער רבי שליט"א דערנאך געליינט קוויטלעך ביים ציון הק' און באזונדער האט דאס מאהל אויך דער רבי מעורר רחמים געווען פאר די תומכי המוסדות.