☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

283 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5883
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:05 pm

· #183601
sefish
און אומגלויבליך אז די ארונים האבן דאס נישט פארגעזען און אזוי געשטיצט טאקע דעם ר' יצחק טובי וואס וועט צום סוף אינוטערברענגען די עדה.
וואס זאגט דאס אויף די ארונים? אז זייערע אויסוואלן זענען נישט די געלונגענסטע

די ארונים זענען נישט קיין נביאים, די ארונים זענען אויך נישט קיין רוב אין די וועד העדה, די החלטה איז באשטימט געווארן דורך די וועד העדה, דער קאנדידאט וואס איז געווען פארטינקען אין פאליטיק האט קיינער נישט געוואלט, איז געבליבן די החלטה אויפן צווייטן קאנדידאט, למעשה האט ער זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אפן קעגן די ארונים אזוי ווי דעם ערשטן קאנדידאט, ס"ה האט ער פרובירט צו גיין נייטראל, און ווער ס'דרייווט א קאר ווייסט ווי אזוי ס'קוקט אויס ווען מ'שטעלט עס אן אויף נוטראל, והך קאווע

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:07 pm

· #183602
[ציטאט אראפגענומען]

ווי זעהסטו איין ווארט דברי זלזול אויפן גאב"ד אליינס??? ס'איז אפשר דברי חוזק אויף זיינע מענטשן און אנדרייער'ס. (גראדע איז געווען כמעט אזא ארטיקל מיט אביסל מער מצב פאר הז"ל איז געפארן קיין א"י...)

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:13 pm

· #183605
אין א בריוו היינט צום רב פון ירושלים שרייבט דער מתיר אז ער איז אים נישט מוחל,

מעגליך אז מען וועט שיקען א מנין צו די ישיני עפר זאלען פועל'ן א סליחה וכפרה פאר'ן חטא פון גיין מוחה זיין

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:14 pm

· #183606
ארויף מיטן בריוו ביטע.

דא איז נישט צימעס, ברענג פאקטן אדער ריפארט נישט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:16 pm

· #183607
מען דינגט זיך דא איבער יא אדער נישט לצנות פינעם גאב''ד

יעדער געדענקט נאך דעם רבי_יונה פון היידפארק ווי דער האט עפעס איין גרינעם דינסטיג זיך גענימען טרייבען שפאס פינעם ירושלימער רב ווייל ער האט אים עפעס ניש משמש געווען כדבעי
..
מען הערט אז דגל און בני תורה שלאגען זיך נאך ווער עס זאל זוכה זיין צום פישעל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:18 pm

· #183608
אשריך קאווע טרינקער: דו ביסט אויך געשטיגן אין מיינע אויגן, כמו הרב הגאון הצדיק הרב משה שטרנבוך שליט"א. נאר ס'איז ווי די גמרא זאגט "לאו עכברא גנבא אלא חורא גנבא". דער וועלכער שטייט בראש בראש איז אדער א טיפש איום ונורא אד'ער א קארופטירטער נארישער בריאה. ער שטייט חדשים לאנג און קוקט זיך צו מיט א גלייכגילטיגקייט ווי די סיקריקים און טעראריסטן מכל המינים, די שלוחים פון דעם שמיד'ל/שמד'ל גיסן אן קיתונות של שופכים ובוז אויף זיין קאלעגע הגאון הראב"ד שליט"א און ער נעמט איין א שטילשווייגעניש! איז איינס פון צוויי זאכן. אדער וויל ער נישט, אדער קען ער נישט מאכן ארדנונג אין זיין ארגאניזאציע. מ'קען זעהן אויפ'ן קליפ פון זיין קבלת פנים ביי זיין צאן מרעיתו אין בית שמש ווי ער ווארפט זיך מיט די הענט און זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע "תורות".דער ראב"ד שליט"א איז א צדיק און סבלן אז ער האט פארשוויגן דעם טעראר און די בזיונות ביז היינט. ס'האט נישט קיין תועלת פאר איהם צו זיצן מיט אזעלכע שלענג און קארופטירטע חברה אין איין בי"ד. 😈 😕 🙄 😠 😳 😈 😢 😞 😲 😮

מאן דאמר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:19 pm

· #183609
צוויי אידן האבן אמאל גע'קטן'ט אויף א וואגן, איינער פון די זייט, און אינער פון די צווייטע. מה עשה הקב"ה? די וואגן איז אוועקגעפארן, און ס'איז געבליבן איין איד קטן'ען אויפן צווייטן.
משל למה הדבר דומה? פאר די וואס קענען זיך אביסל אויס מיט ירושלים, ווערט יעדע וואך דאנערשטאג נאכט פארשפרייט א פרישע פאשקעוויל איבער אלע הויפט גאסן דורך א פרבייפארענדיגע אויטא וואס שפייט אויס די צעטלאך פון די פענסטער פארענדיג גאר שנעל, יעדע וואך ווערט א צווייטער ארינטערגעריסן, א צוויטענס בלוט ווערט פארגאסן, און אמאל די בלוט פון א גאנצע געמיינדע. קיינמאל האט מען נישט געהערט א מחאה פון די עדה אד"ג. מ'קען מלמד זכות זיין אז זיי זענען דאן געווען פארנומען זוכן ווערים אין די אויבסט.
די קינדער וואקסן אויף מיט א חינוך אז מ'קען נעמען סיי וועמען, אן קיין דין תורה'ס, נישט קיין חילוק צו ער איז א מנהיג הקהילה, מנהיג של עדה, תלמוד חכם, אדער א יחיד א בעל הבית, און אים מאכן פאר א שקץ אן אפיקורס און א רשע, און יעצט קומט די חינוך זיי בייסן

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:21 pm

· #183611
שעפטל
ארויף מיטן בריוו ביטע.

דא איז נישט צימעס, ברענג פאקטן אדער ריפארט נישט

די פאקט פינעם בריוו איז געשיקט פערזענליך צום רב און נישט צו אונז מעגלאך ס'וועט נאך ארויסליקען.

...

גראדע איז די אויסברוך יעצט ברבים שוין אנגעגאנגען שטיל אינטערן פרגוד ווען לעצטענס ביי די זיצונגען כגון שחיטה וכדומה האט דער מתיר זיך אויפגעפירט רחמנא יצילנו, די מבינים האבען שוין יעמאלט געזאגט אז די טעג זיינע זענען געציילטע היצ האט ער געכאפט א געלעגנהייט און פרובירט צו בלייבען עטוואס מיט די מכנסיים.

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:21 pm

· #183612
ווייטער ברענגסטו ר' יונה פון הייד פארק? בקיצור דו דערקלערסט אז דער דיין האט אזויפיל ווערט ביי דיר ווי דער שרייבער'ל אויף הייד פארק און קאווע. און קאנפארמירסט אז די ראדני עצרת האט אזא פנים ווי הייד פארק... (און איך בין נאך דער וואס מאכט חוזק פון רבנים.... 😂 )

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:24 pm

· #183613
נאר,,פרייליך
שעפטל
ארויף מיטן בריוו ביטע.

דא איז נישט צימעס, ברענג פאקטן אדער ריפארט נישט

די פאקט פינעם בריוו איז געשיקט פערזענליך צום רב און נישט צו אונז מעגלאך ס'וועט נאך ארויסליקען.
.

סארי, דו ווייסט אבער ווי דיין נאמנות האלט, האסט נאכנישט אהערגעשטעלט קיין איין איינציג דאקומענט פון ווען דו שרייסט אז דו האסט.

נישט אז איך האב אן אישו מיט אזא בריוו, אבער אז דו האסט חשק אז איינער דא זאל דיר גלייבן זאלט איר אזוי מוחל זיין און שטעלן א פאפיר. דעציט.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:25 pm

· #183614
שעפטל
יעדער הייסט גיין אבער קיינע פון די רבנים קומען נישט אן... היש לך שחוק גדול מזה?


די רייבעד האט גע'פסק'נט אז ס'הייסט יא געקומען זיי ניש קיין מחוצף פאר אים,

אניש פ''וו איז ער אזוי להשמיד?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:26 pm

· #183615
שעפטל
נאר,,פרייליך
שעפטל
ארויף מיטן בריוו ביטע.

דא איז נישט צימעס, ברענג פאקטן אדער ריפארט נישט

די פאקט פינעם בריוו איז געשיקט פערזענליך צום רב און נישט צו אונז מעגלאך ס'וועט נאך ארויסליקען.
.

סארי, דו ווייסט אבער ווי דיין נאמנות האלט, האסט נאכנישט אהערגעשטעלט קיין איין איינציג דאקומענט פון ווען דו שרייסט אז דו האסט.

נישט אז איך האב אן אישו מיט אזא בריוו, אבער אז דו האסט חשק אז איינער דא זאל דיר גלייבן זאלט איר אזוי מוחל זיין און שטעלן א פאפיר. דעציט.


ביטע גלייב מיר ניש און גיי ווייטער אויפען שיינעם דרך אינאיינעם מיטען מתיר קיין דגל אדער בני תורה

בהצלחה !

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:27 pm

· #183616
ווי איך וועל גיין וועל איך שוין דעסיידן, אבער איבער דיין נאמנות איז שוין גאנץ קלאר

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:28 pm

· #183617
טאקע דער בלאט האט געשריבן צווישן די שורות א זאך וואס מ'קען אויסטייטשן א פגיעה אין גיאב"ד רח"ל.

HOW ABOUT מ'שטעלט זיך אויף אין ראדני במעמד רבים און מ'שנייד די קרויט בלבולים והשמצות מיט שקרים מיט א אשת איש שקרים וואס מ'קען זיך בכלל נישט גלייבן אז אזוינס קען פאסירן. א פשוט'ער שקר פאבריצירט אויפן ראב"ד און מ'שימפט אויף אים ברבים נשי דורך קיין אנדערן ווי א מו"צ אין די עדה, און "קיינער איז נישט מוחה"...


יעצט זאג מיר צי די קראנקע עדה החרדית האט א זכות קיום (!)

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:34 pm

· #183619
מען האט בסך הכל פארציילט פאר'ן ציבור גענוי וויאזוי אלע אידען האבען בכל הדורות פארציילט איבער זינד משה רבינו האט די וואך פארציילט רבותי אתם חטאתם חטאה גדולה אנידער מיט די לוחות
כמו כן דא, הגם אויף הרב רמ''ז זורגער זענט איר ירושה'דיג בייז

אבער הגה''צ רי''מ שעכטער און נאך גדולים שרייען אז דער מתיר גראבט קברים און האט געגעבן רשות להרמ''מ וויזניץ צו מסדר קדושין זיין פאר א ניישעס איש

נו מה כל הרעש? ?
איך זעה רבי משה האט אנגענימען וואס מען זאגט און געמאכט א ביי ביי

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:39 pm

· #183621
און דעם וואטעווער וויל מען צוריק... אתמהה!!!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:40 pm

· #183622
שרייבער: איך דארף נישט פארענטפערן אנאנים. ער קען זיך ב"ה אליינס באשטיין זיין שטעיטל. אבער לויט ווי איך פארשטיי איז זיין נקודה געוועין אז נישט פסקים און דעת תורה איז קובע דעם חשיבות פון א רב א פוסק ביי די עדה. נאר פאליטיק. ס'נישט אז די צד האדמו"ר ר' אהרן שליט"א האט געגאסן בזיונות אויפ'ן ראב"ד לא מיני' ולא מקצתי'. דער איינציגער צד וועלכער האט נישט אויפגעהערט צו גיסן בזיונות, אדער געשטאנען אין א זייט מיט צופרידנהייט איז געוועהן לצערי הרב צד מהרז"ל. אינ'ם "דער איד". פארקערט דער בלאט האט נישט געשריבן קיין איין ווארט אקעיגן דעם ראב"ד אדער גאב"ד. אדרבה. ר'האט קלאר ארויסגעשריבן אז דער טעם פארוואס ער נעמט נישט קיין שטעלונג ברבים איז נאר ווייל ס'האט געהייסן אז ס'איז דא א הסכם אויף "שלום". ס'האט זיך נאר אויסגעלאזט מיט א בוידעם. בעיקר צוליב די קארופש'ן אדער פחד (היפוך פון "לא תגורו") פונ'ם ראש. וועלכער איז נישט מער ווי א פאפפעט ביי די סיקריקים. 😕 🙄 😎 😂 😠 😛 😳 😢 😮

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:41 pm

· #183623
נאר,,פרייליך
מען האט בסך הכל פארציילט פאר'ן ציבור גענוי וויאזוי אלע אידען האבען בכל הדורות פארציילט איבער זינד משה רבינו האט די וואך פארציילט רבותי אתם חטאתם חטאה גדולה אנידער מיט די לוחות
כמו כן דא, הגם אויף הרב רמ''ז זורגער זענט איר ירושה'דיג בייז

אבער הגה''צ רי''מ שעכטער און נאך גדולים שרייען אז דער מתיר גראבט קברים און האט געגעבן רשות להרמ''מ וויזניץ צו מסדר קדושין זיין פאר א ניישעס איש

נו מה כל הרעש? ?
איך זעה רבי משה האט אנגענימען וואס מען זאגט און געמאכט א ביי ביי


פאבריצירט א מעשה קעגן ר' שטערנבוך. א שקר וואס דו ווייסט אז ס'איז ליגן. אויב קען מען מבזה זיין ברבים דעם ראב"ד עדה החרדית מיט שקר, דורך א אייגענע מו"צ (וואס באקומט געלט דערפאר) - האט די עדה נישט קיין זכות קיום!

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:51 pm

· #183629
איך גלייב אז די הנהלת העדה צוקראצט זיך נישט צי שטארק אז ער גייט, זיי ווילען עם שוין זעהן אינדערויסען פון א טאג נאכדעם וואס ער איז אריינגעקימען , ער איז טאקע א עילוי אבער היפש פאריקט און אייביג איז ער געגאנגען זיין וועג מאכעדיג קאפ וויי פאר די עדה
כאטשיג שמידל און זיין גרופע סיקריקים זענען דערערד ליגערס האלט איך אז הרב שטערענבוך נישט גערעכט, אויב איז ער אין די עדה און די גאנצע עדה איז ארויסגעקימען מיט א בריוו קעגען גראבען קברים דארף ער מבטל זיין זיין דעת, מקען נישט גיין קעגען א קאמפאני ווען די ביזט אינסייד, רי"י פישער און אנדערע האבען אויכ געהאלטען אסאך מאל אנדערש להלכה אבער זיי זענען געבליען שטיל און נישט ארויסגעקומען מיט זייער מיינינג קעגען די דעת פון די גאנצע עדה
א קלוגער יוד האט אמאל געזאגט קיינער וועט נישט קענען אראפברענגען די רבנים אזוי ווי זיי אליין, זאלען זיי זיך ווייטער רייסען ביי די בערד און אונז וועלען האבען מנוחה, סוועט ארויסקומען אביסעל ווייניגער קול קוראס און איסורים

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:52 pm

· #183631
[ציטאט אראפגענומען]

היינו דתניא, משנכנס אדר ממעטין בפרייליך.
שוין, כ'האב גארנישט געזאגט. צוריק צום ענין.

ס'פארט ארום א קליפ פון די בית-שמש עצרת, ווי איינער רופט אויס "שכינתא בגלותא" אז דער גאב"ד קען נישט ארויף קומען אויפן בימה צוליב די סטראשע פונעם ראב"ד, א צווייטער - זעהט מיר אויס ווי דער שליח פון רמ"א פריינד (נישט נאר חב"ד האט שליחים) - רופט אויס אז דער גאב"ד קומט נישט צוליב שוואכקייט.
קען איינער דאס ארויפלייגן דא?

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:53 pm

· #183632
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=ivy_Bq-vcsg">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... vy_Bq-vcsg</a>

דער רבי ערלאנגער איז פיינע נייעס
דא רייסט ער אזוי אריין אין שטערנבוך און נאכדעם קומט ער דא קיין אמעריקה צו פארקויפען קדושת היסוד

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:56 pm

· #183634
דער וואס שטייט אונטער דעם אויבן אן זעהט אויס ווי א וויליאמסבורגער, ריכטיג? איז ער די יושב ראש ומנהל וועד ארגון נאמני עדה החרדית בארצות הברית ומקסיקו?

און ווער זענען די ווייסע בערד?
איינס איז משכונות הרועים,
אויך דערקען איך דער בעל בר-יוחאי ומקבל שם שמים ברבים, יעקב חנון,
ר' יהושע ראזנעבערגער - בעל פלוגתא פון רב שטיינמאן,
ווער נאך?

לך לך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:09 pm

· #183639
האט זיך די ראבד למעשה מתפטר געווען אדער נאר געסטראשעט?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:12 pm

· #183642
מען זעהט רח"צ בן מהרז"ל
מען זעהט מהרמ"מ טירנויער

פון אונטער די אויבן אן זעהט מען יצחק ווייס קומט צו לויפן (פון די רעכטע זייט) ווען הגר"ס ערלאנגער רעדט אויפן ראב"ד

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:39 pm

· #183651
קרעקער
איך גלייב אז די הנהלת העדה צוקראצט זיך נישט צי שטארק אז ער גייט, זיי ווילען עם שוין זעהן אינדערויסען פון א טאג נאכדעם וואס ער איז אריינגעקימען , ער איז טאקע א עילוי אבער היפש פאריקט און אייביג איז ער געגאנגען זיין וועג מאכעדיג קאפ וויי פאר די עדה
כאטשיג שמידל און זיין גרופע סיקריקים זענען דערערד ליגערס האלט איך אז הרב שטערענבוך נישט גערעכט, אויב איז ער אין די עדה און די גאנצע עדה איז ארויסגעקימען מיט א בריוו קעגען גראבען קברים דארף ער מבטל זיין זיין דעת, מקען נישט גיין קעגען א קאמפאני ווען די ביזט אינסייד, רי"י פישער און אנדערע האבען אויכ געהאלטען אסאך מאל אנדערש להלכה אבער זיי זענען געבליען שטיל און נישט ארויסגעקומען מיט זייער מיינינג קעגען די דעת פון די גאנצע עדה
א קלוגער יוד האט אמאל געזאגט קיינער וועט נישט קענען אראפברענגען די רבנים אזוי ווי זיי אליין, זאלען זיי זיך ווייטער רייסען ביי די בערד און אונז וועלען האבען מנוחה, סוועט ארויסקומען אביסעל ווייניגער קול קוראס און איסורים

עס איז נישט אמת אז רוב בי''ד האלטן אנדערש פין ראב''ד, עס איז דעמאלטס ארויסגעקומען א בריוו פין ר' עמרם אופמאן וואס באשטעטיגט עס אין האט נאגעפאלגט מיט א בריוו פין איבער 20 דיינים אין די עדה, עס איז שוין באשריבן אין די קונטרס וואס איז דעמאלטס ארויסגעקומען אין געמאכט א מהפיכה

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:49 pm

· #183654
בילד ווי הרב ערלאנגער און הרב טירנויער ביים גאב"ד'ס קאר ביים בית שמש עצרת

📎 IMG-20140213-WA066.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:51 pm

· #183655
קאווע טרינקער
דער וואס שטייט אונטער דעם אויבן אן זעהט אויס ווי א וויליאמסבורגער, ריכטיג? איז ער די יושב ראש ומנהל וועד ארגון נאמני עדה החרדית בארצות הברית ומקסיקו?

ניין, דאס איז ברוך אברהם פערלמוטער (אויב רעדסטו פון דער וואס עס שטייט אונטער ר' משה מנחם טירנויער)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:27 pm

· #183663
דער בעל אכסניא פון אדמורים אין מאנטריאל? אהא.
ייש"כ.
רב טירנויער איז פונקט געווען אין ישראל?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:31 pm

· #183666
ניין, געפארן ספעציעל

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:48 pm

· #183673
כנראה פה, ישיחו בה שותי קאווע ביז די מחלוקת בית שמש איז געווארן תלוי גג על גג וכיפין ע"ג כיפין אזש ביז א לשיטתי' אינעם אהריזאנ"א ווייץ.

פראבלעם איז ווען די אמאליגע אויסדריק "לא כל הברסלבים משוגעים, אבל כל המשוגעים ברסלבים", ווערט כהיום גילטיג על פלג מהרז"ל, עיין כאן ותמצע נחת לבעלי שחיטה מונחת, וערבובי' ללוחמי העירוב.

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:39 pm

· #183694
וואס זאל איך אייך זאגן דעי אשכול איז יאמי.

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:50 pm

· #183700
די גאנצע סטראשעריי מעשה קיקט מיר אויס פינקט ווי די סטראשערייען פון באנעט מיט לפיד וואס זיי Xטראשענען א גאנצע צייט כל אחד לפי ענינו אז זיי וועלן ארויס גיין פון די צינסטישע ממשלה טאמער מ'געבט זיי נישט נאך דאס אדער דאס, וואס למעשה זיצען זיי דארט באקוועם אויפן היסב בעט מיטן פעטן טשעק, און אינעם וויסטען חלום טראכטן זיי נישט פון ארויסגיין, אמאל געלונגט יא וואס זיי האבען געוואלט און עס ווערן ערפילט זייער פארלאנגען און אמאל נישט, אבער די סטראשעריי פון ארויסגיין גלייב איך אז קיינער נעמט עס נישט אהן פאר אפילו א מינוט צו ערנסט.
להבדיל אלף אלפי הבדלות הנמשל מובן מאיליו.
פאבליסיטי פאבליסיטי פאבליסטי
כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא תו''א ועוד, וועלן זיך אפציעיל בעטן און נאך אפאר חברי הבד''ץ וועלען מאכן א ערנסטן פנים מיט א איבערבעטונג צעראמאניע און אויף אלע פיר וועט ער דארט זיין,
אבער איך האב מורא אז נאכאמאל וועט אים שוין נישט געלונגען דעם שפיל
SO HE SHOULD BETTER WATCH OUT

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:29 pm

· #183710
דאס שטימט נאר אויב מ'נעם מיר אן אז ר' משה איז א ביליגער פאלעטישן, וואס איך קלער אז דאס צו מציע זיין איז א שטיקל עזות, און בזיון ת"ח,

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:30 pm

· #183711
אפשר איז ער א טייערע פאליטישאן

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:58 pm

· #183721
[ציטאט אראפגענומען]



ראש הקהל, עס איז נאך אלץ א גרויסע חילוק צווישן באהאלטענע - צווישן די שורות - ליצנות, ביז אפענע האקעריי אין א אפיציעלע אסיפה אין בית מדרש בנוכחות דער רבי.

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:02 pm

· #183723
sefish
קוקט אויס אז יענע וואלט מעגליך געווען בעסער


גערעכט, יענער וואלט טאקע געווען בעסער, ער וואלט ערלעדיגט די עדה החרדית אין איין יאר, אזוי האט עס כאטש געדויערט צען.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:03 pm

· #183724
דו ביזט אייזן. פארוואס שרייבסטו נישט מער אפט?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:07 pm

· #183727
איך גלייב אז ווען די ארונים דארפן ווען מאכן נאכאמאל אזא דעסיזשאן וואלט מען נאכאמאל געמאכט דאס וואס מען האט דעמאלטס געמאכט.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:08 pm

· #183728
האסט שוין אמאל געגלייבט אדער געשריבן עפעס אנדערש פון וואס דיין אגענדע זאגט דיר פאר?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:09 pm

· #183729
יא!

און דו?

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:10 pm

· #183731
[ציטאט אראפגענומען]


א גרויסער שקויעח פאר גבאי שני, עס איז שוין העכסט צייט דערצו.

אלס ווייסער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:52 pm

· #183754
איך שרייב כמעט קיינמאל נישט אבער איך וויל נישט מען זאל זאגן מדשתקי מוז איך שרייבן מיינע דברי מחאה,
מען זאגט אויף איינע פון די פריערדיגע מחלוקת (איך מיין אז בעלז-מונקאטש) אז די מחלוקה איז טאקע געווען לשם שמים אבער די חסידים העצערס האבן באצאלט א טייערן פרייז,
לענייננו, איך ווייס נישט וועלכע זייט איז באמת גערעכט (הגם איך בין מער נוטה צום צד המתיר פאר צוויי סיבות. 1) בשעת ווען פון זייער זייט איז ארויסגעקומען צוויי קונטרסים מיט די פונקטליכע השתלשלות הדברים באגלייט מיט דאקומענטן און בילדער האט מען פון די אנדערע זייט געהערט נאר פווווווויייי אן קיין שום נארמאלע ביאור הלכות 2) די ווילדקייט פונעם צד האוסר האט מען נאך קיינמאל נישט געזען ביי קיין נארמאלע מערכות, שטעכן רעדער, ווארפן שטינק באמבעס, ברויכן פענסטער, מאכן א חילול ה׳ איום ונורא אינמיטן מאנהעטן בשעתן וואוסן אז עס גייט נישט העלפן וכו׳) אבער דאס איז זיכער אז די שרייבער דא אין שטיבל און די מענטשן וואס האבן געהאט א חלק אין מבזה זיין און מוציא שם רע זיין אויף א תלמוד חכם עצום (יא מאדנע אדער נישט מאדנע) ווארט זיי אפ א ביטערן גיהנום, אויף יענע וועלט זיכער און אויף דעם וועלט אפשר אויך (אווי מהאט שוין קלאר געזען אז דאס וואס די גמרא זאגט אז כל המבזה ת״ח אין רפואה למכתו מיינט אויף די וועלט אויך)

נער״פרייליך און אלע אנדערע, איך בין נישט מקנא ענקער גיהנום!

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:53 pm

· #183755
זיכער נישט. לא תחמוד!

אבי גערעדט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:07 pm

· #183758
[ציטאט אראפגענומען]


נישט קשה, וועט ער שרייבן/סקריבלען מיט איינע פון זיינע 6 אנדערע ניקס, וואס ער האט זיך צוגעגרייט פאר א שנייאיגן דאנערשטאג על כל רצה שתבוא.

petergrifin » פרייטאג פעברואר 14, 2014 12:21 am

· #183766
איך קוק מיך צו און איך דערמאן זיך װי אלס בחור אין ישיבה אין ירושלים עיה׳ק פלעג איך נתפעל װערן פון די מערכות און מהפיכות.
שבת איז מען געגאנגען עסן בײ אידן װי אויך נטורי קרטא 😃 און מען האט געהערט קללות אויף די ציונים מיט דעם און יענעם.
יעצט זעה שוין װי נארמאל אונז זעמיר.. גװענליך.

אי איתמר » פרייטאג פעברואר 14, 2014 3:32 am

· #183776
אלס ווייסער
איך שרייב כמעט קיינמאל נישט אבער איך וויל נישט מען זאל זאגן מדשתקי מוז איך שרייבן מיינע דברי מחאה,
מען זאגט אויף איינע פון די פריערדיגע מחלוקת (איך מיין אז בעלז-מונקאטש) אז די מחלוקה איז טאקע געווען לשם שמים אבער די חסידים העצערס האבן באצאלט א טייערן פרייז,
לענייננו, איך ווייס נישט וועלכע זייט איז באמת גערעכט (הגם איך בין מער נוטה צום צד המתיר פאר צוויי סיבות. 1) בשעת ווען פון זייער זייט איז ארויסגעקומען צוויי קונטרסים מיט די פונקטליכע השתלשלות הדברים באגלייט מיט דאקומענטן און בילדער האט מען פון די אנדערע זייט געהערט נאר פווווווויייי אן קיין שום נארמאלע ביאור הלכות 2) די ווילדקייט פונעם צד האוסר האט מען נאך קיינמאל נישט געזען ביי קיין נארמאלע מערכות, שטעכן רעדער, ווארפן שטינק באמבעס, ברויכן פענסטער, מאכן א חילול ה׳ איום ונורא אינמיטן מאנהעטן בשעתן וואוסן אז עס גייט נישט העלפן וכו׳) אבער דאס איז זיכער אז די שרייבער דא אין שטיבל און די מענטשן וואס האבן געהאט א חלק אין מבזה זיין און מוציא שם רע זיין אויף א תלמוד חכם עצום (יא מאדנע אדער נישט מאדנע) ווארט זיי אפ א ביטערן גיהנום, אויף יענע וועלט זיכער און אויף דעם וועלט אפשר אויך (אווי מהאט שוין קלאר געזען אז דאס וואס די גמרא זאגט אז כל המבזה ת״ח אין רפואה למכתו מיינט אויף די וועלט אויך)

נער״פרייליך און אלע אנדערע, איך בין נישט מקנא ענקער גיהנום!

וואסערע מין נעאיווקייט איז דאס?
ביזט זעכער זיי האבן ארויסגעגעבן צוויי קונטרסים...


אגב דער צימעס איד זעהט אויס צו זיין ווייט פון א נער
די נערנים (בעביס בלע׳׳ז) זענען דעי וואס פלאצען אוועק פון אים

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 14, 2014 4:51 pm

· #183848
תשובת הראב"ד
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140215&gil=1429">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140215&gil=1429</a>

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 8:10 pm

· #183863
קאווע טרינקער
תשובת הראב"ד
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140215&gil=1429">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140215&gil=1429</a>


ייש"כ.
קען איינער געבען א לינק צו די צד האוסרים?

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 8:48 pm

· #183868
נאך אדורך ליינען די תשובת הראב"ד, און אין די צווייטע בלאט דא איז דא א גביית עדות אז די מערות זענען יא גרעסער, און מען קען דארט ליגען מושכב כדרכו.

אין אמת איז די תשובה פין ראב"ד גוט, איך פארשטיי נאר נישט איין נקודה וואס ער זאגט דארט אז די מערות זענען קליין, און מען קען דארט נישט באגראבען איינעם מושכב כדרכו. לכאורה, ווען היינט זענען די מערות שוין פיל מיט ערד, מען טוט עס נאר צוריק אויף גראבען, וויאזוי ווייסט מען דער אריגינעלער סייז פין דער מערה?

אקיצור, דא רעדט מען א מחלוקת במציאות הדברים, די אוסרים טענה'ן מען רעדט דא פין געהעריגע מערות קבורה, די מתירים זאגען אז נישט. איינער זאגט דא קלאר ליגענט.

אם כן אני אומר, אויב כלל ישראל'ס פוסקים האבען זיך דערקייקעלט צו א נידריגע מצב, אז פוסקים אליין זאגען ליגענט, זענען זיי אליין שולדיג אין דעם וואס מען טראסט זיי נישט. און דא רעדט מען נישט פין קליינע פוסקים, מען רעדט פין די גרעסטע וואס אונז פארמאגען מיר. שעמסט ענק פוסקים, נישט קיין נפק"מ ווער איז גערעכט, אבער טאמער מיז איך קליינע פליג צוקוקען ווי מען פייט זיך ווי די גרועים שבאומות, און מען קען נישט זאגען דער אמת און דן זיין די הלכה, זענען ענק נישט ווערט קיין צוויי סענט. טיילט ענק און טיילט ענק און גייטס ווי דער פעפער וואקסט.

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:09 pm

· #183871
בחדרי ברענגט א בריוו פון רז"ל ,איך גלייב רז"ל ווייסט נישט דעם פשוט'ן אפטייטש פון דריי פערטל פון די מכתב קודש.
בלאט: 1 2 3 4 5 6