☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

586 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5508
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:40 pm

· #170470
אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
דער רבי הריי"ץ מליבאוויטש מיט נכדו בארי גוראריה, זעהט אויס פון פולין פאר דער קריג.
📎 עם נכדי בערי גוראריה.png

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:41 pm

· #170473
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.
📎 מיט א אייניקל.jpg

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:47 pm

· #170476
שיינע אשכול. יישר כח!

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:03 pm

· #170477
זייער שיין, א דאנק. נאר אן הצעה צאמשטעלן מיט דעם (מ'קען דא אריינלייגן יענע גאנצע אשכול, איי דאנט מיינד) <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/153897">viewtopic.php?p=153897#p153897</a><!-- l -->

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:08 pm

· #170480
רויטע וואנצעס
זייער שיין, א דאנק. נאר אן הצעה צאמשטעלן מיט דעם (מ'קען דא אריינלייגן יענע גאנצע אשכול, איי דאנט מיינד) <a class="postlink" href="/post/153897">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 97#p153897</a>

ס'איז אנדערש.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:15 pm

· #170482
גד החוזה: דערפרישנד. ספעציעל. אין פארגלייך מיט די פיקטשערס פון די היינטיגע רעבעס און רעבעצינ'ס שליט"א. 😃 🙄 💡

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:17 pm

· #170484
אזוי ווי פישעלע זאגט ס'איז אנדערש, איך האב גראדע בילדער פאר יענעם אשכול, אבער דא וויל ארויף שטעלן שיינע בילדער וואס מ'זעהט נישט געווענטליך, גיב מיר נאר דער צייט.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:22 pm

· #170486
גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

דער בלום האט זיך יעצט משדך געווען מיר זיין שוואגער אדמו"ר מבאבוב? אדער א אנדערע בלום?

גד החוזה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:43 pm

· #170502
שטילע אינגערמאן
גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

דער בלום האט זיך יעצט משדך געווען מיר זיין שוואגער אדמו"ר מבאבוב? אדער א אנדערע בלום?


איך האב אן א שיעור הערליכע בילדער פון באבוב, אבער איך בין נישט באקאנט אין דער חסידות זעלבסט, אנטשולדיק מיר.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:47 pm

· #170507
א צוויטע קען אויך ענטפערן. כהאב נישט דייקא דיך געפרעגט. מיין נישט טאמער א צוויטע וועט ענטפערן וועל איך עיהם זאגן "סארי איך וויל נאר הערן פון דער גארבידזש מען" לאל

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:50 pm

· #170510
זייער שיין גד, זיי ממשיך, ישר כוח

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:53 pm

· #170513
די לעכטיגע צורה פון דעם באבוב'ער רב איז מאיר את העינים. הוי, וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס. א דאנק, ר' גד, פאר'ן אנטפלעקן די בילדער מיט דיינע ווייט זעענדע אויגן.

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:57 pm

· #170518
הרב גד, דער בילד פון באבוב'ע רב מיט זיינס א אייניקעל איז א הערליכע, כ'גלייב ס'דא נאך אזעלעכע בילדער פריוואט.
וואס איך נעם ארויס פון דעם בילד איז, כ'זעה דער חתן גייט מיט א טיש בעקטישע, היינט גייען די באבובע חתנים מיט א בעקיטשע מיט סטראקעס דורך אויס די גאנצע חתונה. ווען איז געווארען דער שינוי?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:19 pm

· #170535
הרב דולה. דאס איז נישט די איינציגסטע שינוי
קענסט זיין זיכער היינט וואלט נישט א רבי ארום גענומען זיינס א אייניקעל מיט אזא ליבשאפט ברבים אינמיטן א קונד'ס חתונה.
אין היינט וואלט די באבובער רב'ס איידים נישט געגאנגען געקניפטע פיאות אינטער די אויער.
(אפשר באלאנגט מיין תגובה שוין אין אכשר דרא אשכול)

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:37 pm

· #170574
איך האב נישט פארשטאנען, איך האב געמיינט ס'איז פאר פארצייטישע בילדער. יעצט כאפ איך די מטרה, זייער שיין.
667_articles_09072006_33284.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:39 pm

· #170576
די רבי האט הנאה פון די שיינע פאטשקעריי די נשים האבן געמאכט לכבודו.
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg

מאיר הערש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:00 pm

· #170584
די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.

מאיר הערש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:04 pm

· #170589
[ציטאט אראפגענומען]

דו קענסט דער מענטש אויף דיין אוואטעאר avatar?

I'm back » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:12 pm

· #170610
מאיר הערש
די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.


די פארשטייסט וואס די האסט דא געשריבן?

מאיר הערש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:26 pm

· #170618
I'm back
מאיר הערש
די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.


די פארשטייסט וואס די האסט דא געשריבן?

ביסט גערעכט. כ'האב נישט באמערקט דאס גאנצע בילד נאר די צוויי מענער פון אויבן. יישר כחך פאר מיר דאס אויפמערקזאם מאכן.

על המחיה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:54 pm

· #170639

הוגה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:15 pm

· #170641
גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.


די בילדער דא זענען היינט ארום געפארן אויף וואטסעפפ, איך באקומען דער בילד צוזאמען מיט א וואויס-נאוט פון די פאלגענדע עובדא.

רבי שלמה באבובער איז געגאנגן באזוכן זיין מאמע וואס האט געוואוינט אויף פופצענטע עוויניו ביי פופציג. ער האט מיטגענומען זיין זון האדמו"ר רבי בן ציון (געווען נאך א בחור) און זיין טאכטער א מיידל, הרבנית מייזליש. אויפן וועג האט רב"צ געהאלטן אין איין פאכענען מיט די הענט אונטער זיך צו צייגן פאר זיין שוועסטער אז זי זאל גיין ווייטער מער פון אונטען. ווען די באבובער רב האט באמערקט האט ער געפרעגט רב"צ וואס גייט פאר. האט רב"צ געענטפערט אז ער הייסט זי גיין מער פון אונטען ווייל מענטשן וועלן זעהן. האט די רב געפרעגט, פון וועמען האסטו אזוי מורא אז זיי וועלן זעהן? האט ער געענטפערט צייגנדיג אויף די הויז אקעגן איבער די גאס פון די דעמאלטס'דיגע סיגוט'ער רב. האט רבי שלמה באבובער געלייגט זיין האנט ארום זיין טאכטער'ס אקסל, זאגנ'דיג דערביי "איך דארף זיך שעמען צו שפאצירן מיט מיין טאכטער?" און אזוי זענען זיי געגאנגן ביז צום הויז פון זיין מאמע.

די באבובער רב איז געווען זייער א נארמאלע מענטש ביי די זאכן. ער האט קיינמאל געמאכט קיין עסק פון בילדער אויך נישט, און אזוי אויך ביי אנדערע ענינים. און בעצם איז אזוי געווען ביי אלע ערליכע אידן פון פאר די אכשר דרא עפאכע.


.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:23 pm

· #170643
א איד א צדיק. אין נישט קיין פארביטערטע.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:24 pm

· #170644
כ"ק אדמור מאונגוואר שליט"א לערנט זיך צו דרייווען א העליקאפטער. מסתמא קען ער נישט צוקומען צו ווי ער דארף, צוליב די אנשטויסעניש פון צענדליגע טויזענטע חסידים.
אונגוואר - דוד - מסוט לקבר בצפת - 2.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:27 pm

· #170645
באקאנטע בילד פאר טייל.
הרבי עם חותנו.
4226.jpg

בעל הבית » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:31 pm

· #170647
דאס מיידל איז די טאכטער פין ר'חיים יענקל טויבער דומ''ץ באבוב אשת ר' אליעזר שטערנבויך

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:16 pm

· #170659
איך קען נישט אראפנעמען קיין אויג פון דעם בילד. ניין, נישט פונדעם מיידל, נאר פון די ליבשאפט פון א זיידע צו אן אייניקעל.
איך פארמאג א ווייך-פלאץ ווען כ'זעה א מלחמה איבערלעבער מיט זיינע בני שלשים ורבעים.

דאס צווייטע בילד, ווי ער איז דבוק במידותיו של הקב"ה, מה הוא נותן לחם לכל בשר, אף אתה, דערמאנט מיך פון אן ענדליך בילד, ווי דער בעל מוסר, הרב אליהו לאפיאן, לייגט אונטער א טעצעל מילך פאר א קאץ.

היינטיגע רבי'ס, נישט נאר פאר יענעם וועלען זיי נישט אויסשטרעקן קיין האנט, אפילו זייער אייגענע הויטיגע טלית בייטלעך האלטן זיי נישט אליינס, רח"ל.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:17 pm

· #170660
איך וואונדער מיך וויאזוי די מיידל קוקט היינט אויס.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:19 pm

· #170661
טאמבל סאס
איך וואונדער מיך וויאזוי די מיידל קוקט היינט אויס.

טאמבל, לא נס ליחך.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:20 pm

· #170662
טאמבל סאס
איך וואונדער מיך וויאזוי די מיידל קוקט היינט אויס.

וואס איז דיין צדדי השאלה?

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:27 pm

· #170666
גערעכט. ביידע
אויכעט די צדדים, אויכעט אמצעותה.

כתר מלכות » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:31 pm

· #170668
איך געדענק ווען טאמבל האט ליעב געהאט חכמה, היינט גלייכט ער נשים. נו, הה״ד חכמת נשים וכו׳

רואה ואינו נראה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:39 pm

· #170670
.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:41 pm

· #170671
כתר מלכות
איך געדענק ווען טאמבל האט ליעב געהאט חכמה, היינט גלייכט ער נשים. נו, הה״ד חכמת נשים וכו׳

נישט אזוי שטייט? "לעולם ילמד אדם ואח"כ ישא אשה"

כתר מלכות » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:58 pm

· #170680
טאמבל סאס
כתר מלכות
איך געדענק ווען טאמבל האט ליעב געהאט חכמה, היינט גלייכט ער נשים. נו, הה״ד חכמת נשים וכו׳

נישט אזוי שטייט? "לעולם ילמד אדם ואח"כ ישא אשה"

איך האב געברענגט א פסוק און נישט קיין חז״ל, און פאל איינער וועט זאגען אז דברי חז״ל זענען נאר פאר די דעלמאטסדיגע דורות (ח״ו).

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:03 pm

· #170684
.

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:44 am

· #170734
זענט איהר א רב?
📎 זענטא רב.jpg

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:46 am

· #170735
בעלזא רב זיצענדיק אין א מיניווען
📎 אדמור מבעלזא.jpg

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:48 am

· #170736
מיר האבן דא א אידישע סנאודען...

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:51 am

· #170738
א זיס בילד פון א רבי מיט זיין גבאי
📎 רבי מיטן גבאי.JPG

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:13 pm

· #171037
טאמבל סאס
איך וואונדער מיך וויאזוי די מיידל קוקט היינט אויס.

קענסט גיין קוקן. מאך אן אפוינטמענט... 😎 😂 🙄 😳

מרא דארעא » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:37 pm

· #171043
.

מרא דארעא » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:40 pm

· #171045
.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:42 pm

· #171046
.

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:43 pm

· #171047
איך האב ערשט א וואך צוריק אנגעהויבען טרינקען א קאווע וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט אריין געגאסען ציווישען מיינע ליפן, אויף מיין צינג, אין אראפ דעם ושט, וכו'. עכ"פ כ'בין נאך נישט אדורך צו דער בילד איז שוין דא, דאס בילד איז שוין א אלטע, אבער דאך באלאנגט עס אין דעם אשכול.
📎 סקוירא מיט די קלינטאנס.jpg

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:43 pm

· #171048
..

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:44 pm

· #171049
מרא דארעא
וואס טייטשט איש האלקים?

- דער העיליגע מאן!

יא. זי איז אינדערהיים אויך? כ'האב נישט געוואוסט. זי פארט דאך ארום אין די גאנצע וועלט. 🙄 😠 😛 😮

דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:33 am

· #171064
די בילד פון די בעלזער רעביצין מיט איר ברודער איז פאטאשאפד.

איינגעמיירעט » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:48 am

· #171080
דאס באבוב׳ע בילד איז כמים קרים על נפש עיפה.
דאס נאטורליכקייט פונעם רעבין געט מיר א boost און מיין נפש.
דאס רעספעקט און די ליבשאפט פונעם זיידען שפיגעלט ארויס פונעם אייניקעלס אויגען.
דאס אייניקעל שטייט secure און א רואיגע self respect איז אויסגעגאסען אויף איהר פנים, שפירענדיג די respect פונעם זיידען, און שפירענדיג ווי שטארק וויכטיג זי איז און איהר זיידעס לעבן.
לבי לבי מיין הארץ בענקט צו זעען אזא experience
וואו נעמט מען אביסעל עכטקייט,
וואו זעעט מען אביסעל אמת׳ע respect
וואו טרעפט מען די מענטשען וואס פארשטייען און זענען מרגיש ערך החיים און ערך האדם.
סאיז שפעט באנאכט איך דמיון אריין און דעם בילד.
איך האב ליידער נישט געהאט די זכייה צו קענען דעם יוד, דארט וואו איך בין אויפגעוואקסען האט מען אויס געלערענט אז דער יוד איז א פלעינע מענטש, גרויס איז ווער סאיז זיך פורש מן החיים, ווער סקען אריינפארען מענטשען אן מורא האבען, ווער סנעמט נישט שיין אויף מענטשען איז גאר א געהויבענע אמת׳ע מענטש,מיט אזעלכע קרעיפ האט מען מיר אנגעפיקעוועט.
איך זיץ און איך בענק צוזעען אביסעל אייגענקייט און ארגענעלקייט.

הדד בן בדד » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:23 am

· #171091
גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.


איינגעמיירעט
דאס באבוב׳ע בילד איז כמים קרים על נפש עיפה.
דאס נאטורליכקייט פונעם רעבין געט מיר א boost און מיין נפש.
דאס רעספעקט און די ליבשאפט פונעם זיידען שפיגעלט ארויס פונעם אייניקעלס אויגען.
דאס אייניקעל שטייט secure און א רואיגע self respect איז אויסגעגאסען אויף איהר פנים, שפירענדיג די respect פונעם זיידען, און שפירענדיג ווי שטארק וויכטיג זי איז און איהר זיידעס לעבן.
לבי לבי מיין הארץ בענקט צו זעען אזא experience
וואו נעמט מען אביסעל עכטקייט,
וואו זעעט מען אביסעל אמת׳ע respect
וואו טרעפט מען די מענטשען וואס פארשטייען און זענען מרגיש ערך החיים און ערך האדם.
סאיז שפעט באנאכט איך דמיון אריין און דעם בילד.
איך האב ליידער נישט געהאט די זכייה צו קענען דעם יוד, דארט וואו איך בין אויפגעוואקסען האט מען אויס געלערענט אז דער יוד איז א פלעינע מענטש, גרויס איז ווער סאיז זיך פורש מן החיים, ווער סקען אריינפארען מענטשען אן מורא האבען, ווער סנעמט נישט שיין אויף מענטשען איז גאר א געהויבענע אמת׳ע מענטש,מיט אזעלכע קרעיפ האט מען מיר אנגעפיקעוועט.
איך זיץ און איך בענק צוזעען אביסעל אייגענקייט און ארגענעלקייט.



איך האב ב"ה יא זוכה געווען צו קענען דעם פלעינע מענטש. און טאקע דאס האט מיך געכאפט. אה א מחיה צו קוקן אויף דעם בילד פון מיין הייליגן רבי'ן ר' שלמה. עס בענקט מיר די גוטע צייטן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12