☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

586 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5508
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:54 pm

· #177724
בן תמליון
הערשי
כ"ק אדמו"ר מספינקא לערנט אשר ברא את האדם בצלמו פון דער נאנט.


א שאנדע. הזאת נעמי? אלה אלהיך ישראל? דאס זענען די וואס ברעטשקענען שובבים תורות? פאר א פאר גרייצערס גייט מען זיך ווייזן דעם טילעפ פאר א רייע נאקעטע בריידסמעידס?

לדעתי דארפן די בילדער זיין אויפן ערשטן בלאט אין כל העולם כולו,.בליק, וואך וכו,. זאלן די קינדער זען דעם אמת'ן פרצוף פון די קאלירטע בעקיטשעס מיט טילעפן.

איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר פרטים וויל איך נישט שרייבן ווייל כ'האב מורא אז מ'גייט מיך מעקן. סוכ"ס בין איך נישט עמלק. אזויפיל וועל איך יא שרייבן אז איך בין באקאנט מיט א פאקט אז עטליכע רבנים פון א גרויסע און חשוב'ע רבי'שע גזע, וועלכע וויינען טאקע זייער שטארק און הויעך ביי שובבי"ם תורה, זענען אויכעט געווען ביי א חתונה (מאחד הנגידים, פארשטייצעך) וואו דער גאנצער הלוך ילך איז געווען אויפ'ן מאדערנסטן אמעריקאנער שניט. און די "סעודה" און טאנצן איז געווען 100% בתכלית התערובות. נאר פאר'ן רעבי'ן און די פאר חניוקעס האט מען רעזערווירט א קארנער אין זאלל מיט א כשר'ע (למהדרין) מחיצה. און די רעבעצינס שתליט"א האבן געטאנצט בתערובות ככל הגויים והגוייטעס. פון וואו ווייס איך. ווייל איך בין דארט געווען אלס קרוב משפחה.
לאידך גיסא. קען איך רבנים ואדמורי"ם וואס וואלטן נישט געגאנגען צו אזא מין תערובות'דיגע חתונה פאר כל הון דעלמא. 🙄 😎 😂 😠 😛 😛 😳 😢 😮

איך אויך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:04 pm

· #177726
אויב די רעדע איז פון בלעק-ראק איז ער מסתמא א ביליאנער מיט א ב.
As of September 30, 2013, BlackRock had $4.096 trillion in assets under management.

שרייבער » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:12 pm

· #177730
גנדי
טעפל
שרייבער
וועלכע חתונה איז דאס?

איינער ווייסט עפעס בעקראונד וועם ספינקא רבי האט געוואלט מחזיר בתשובה זיין וכו'?


די מחותנים זענען...

צד החתן.
לעבאוויטס. א גרויסען דאקטאר.

צד הכלה.
קאפיטו. א גרויסען מיליאנער. די גרונדער פון בלעק-ראק.
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Robert_S._Kapito">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Robert_S._Kapito</a>

דער איז א ספינקער פונדערהיים?....

גנדי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:19 pm

· #177734
איך אויך
אויב די רעדע איז פון בלעק-ראק איז ער מסתמא א ביליאנער מיט א ב.
As of September 30, 2013, BlackRock had $4.096 trillion in assets under management.


דוכט זיך די קאמפאני איז היינט א פובליק קאמפאני. ממילא איז נישט אלע טריליאנען זיינע. אבער דאס איז א ריזן קאמפאני.

איך אויך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:24 pm

· #177735
פארשטייט זיך נישט זיינע.

smart » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:20 pm

· #177740
אינטרעסאנט ווייל אויף פארבס איז משמע אז ער איז אויף א סעלערי און נאך אלעס מאכט ער בערך 16 מעלוינעס נישט מער

אדרבה אפשר פארשטיי איך נישט גוט

זעע דא
<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/profile/robert-kapito/">http://www.forbes.com/profile/robert-kapito/</a>

באמת איז נישט קיין נפקע מינה צו מען מעג גיין אדער נישט זאל זיך ווענדן וואו א גרויסע עושר ער איז אבער אויב מאכט ער נאר 16 מילוינעס סך הכל איז ער א לוזער

גנדי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:24 pm

· #177742
געפילטע פיש
בן תמליון
הערשי
כ"ק אדמו"ר מספינקא לערנט אשר ברא את האדם בצלמו פון דער נאנט.


א שאנדע. הזאת נעמי? אלה אלהיך ישראל? דאס זענען די וואס ברעטשקענען שובבים תורות? פאר א פאר גרייצערס גייט מען זיך ווייזן דעם טילעפ פאר א רייע נאקעטע בריידסמעידס?

לדעתי דארפן די בילדער זיין אויפן ערשטן בלאט אין כל העולם כולו,.בליק, וואך וכו,. זאלן די קינדער זען דעם אמת'ן פרצוף פון די קאלירטע בעקיטשעס מיט טילעפן.

איך פארשטיי נישט, ווען ער קומט ווען אן צום חופה, און מאכט א בואו בשלום מיט א הילכיגן מוחאה אויפן מצב הצניעות, וואלט ער פיגורירט אינעם אכשר דרא אשכול, יעצט אז ער איז געגאנגן ווי א נארמאלע מענטש, געזאגט זיין ברכה, געגעבן פאר די חברה די "רבי" ענטערטעינמענט פאר זייער חתונה, קומט זיך עם קרעדט פאר דעם.

מארגן ווען זיין מוסד שיקט ארויס נייע צעטליך אז פרויען טארן נישט האבן קיין ברוסטן, מוזן צודעקן די עלנבויגן און קנעכל פון פוס, דעמאלס קען מען שרייען היפאקריטסווע.

איך מיין אז יעדע מאל ס'דא איינער וואס טאנצט נישט מיט מיטן אכשר דרא באן, מוז עס קאנגראטולירט ווערן.


איך האב געהערט פון מיין ידיד, אז די חברה דארפן נישט די "רבי" ענטערטעינמענט פאר זייער חתונה.

לויט מיין ידיד, איז די ספינקא רבי נישט געווארן איינגעלאדענט צו די חתונה, זיי זענען אליינס געקומען אומגערופען...

ראש הישיבה » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:29 pm

· #177744
מן הסתם איז ער געקומען מוחה זיין אויף די פירצה

גנדי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm

· #177750
איך אויך
טעפל
איך אויך
די שאלה איז אויב די חופה איז פארגעקומן אינדארס.

יא, נו איז וואס?

אויב יא (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק דורך גדולי ישראל און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.


מקור?

איך אויך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:45 pm

· #177752
מקור אויף וואס?

גנדי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:49 pm

· #177754
berlbalaguleh
בן תמליון
הערשי
כ"ק אדמו"ר מספינקא לערנט אשר ברא את האדם בצלמו פון דער נאנט.


א שאנדע. הזאת נעמי? אלה אלהיך ישראל? דאס זענען די וואס ברעטשקענען שובבים תורות? פאר א פאר גרייצערס גייט מען זיך ווייזן דעם טילעפ פאר א רייע נאקעטע בריידסמעידס?

לדעתי דארפן די בילדער זיין אויפן ערשטן בלאט אין כל העולם כולו,.בליק, וואך וכו,. זאלן די קינדער זען דעם אמת'ן פרצוף פון די קאלירטע בעקיטשעס מיט טילעפן.

איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר פרטים וויל איך נישט שרייבן ווייל כ'האב מורא אז מ'גייט מיך מעקן. סוכ"ס בין איך נישט עמלק. אזויפיל וועל איך יא שרייבן אז איך בין באקאנט מיט א פאקט אז עטליכע רבנים פון א גרויסע און חשוב'ע רבי'שע גזע, וועלכע וויינען טאקע זייער שטארק און הויעך ביי שובבי"ם תורה, זענען אויכעט געווען ביי א חתונה (מאחד הנגידים, פארשטייצעך) וואו דער גאנצער הלוך ילך איז געווען אויפ'ן מאדערנסטן אמעריקאנער שניט. און די "סעודה" און טאנצן איז געווען 100% בתכלית התערובות. נאר פאר'ן רעבי'ן און די פאר חניוקעס האט מען רעזערווירט א קארנער אין זאלל מיט א כשר'ע (למהדרין) מחיצה. און די רעבעצינס שתליט"א האבן געטאנצט בתערובות ככל הגויים והגוייטעס. פון וואו ווייס איך. ווייל איך בין דארט געווען אלס קרוב משפחה.
לאידך גיסא. קען איך רבנים ואדמורי"ם וואס וואלטן נישט געגאנגען צו אזא מין תערובות'דיגע חתונה פאר כל הון דעלמא. 🙄 😎 😂 😠 😛 😛 😳 😢 😮


מיין ידיד האט מיר געזאגט אז די ספינקא רבי און די פמליא זענען אוועקגעגאנגן גלייך נאך די חופה. (רביצינס זענען בכלל נישט געקומען).

גנדי » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:53 pm

· #177755
איך אויך
מקור אויף וואס?


מקור אז...

1. אן אינדאר חופה (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה.
2. וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק.
3. דורך גדולי ישראל.
4. און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.

ראש הישיבה » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:06 pm

· #177762
גנדי
איך אויך
מקור אויף וואס?


מקור אז...

1. אן אינדאר חופה (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה.
2. וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק.
3. דורך גדולי ישראל.
4. און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.


ווען איך בין געוועהן א אינגעל אין ב"פ (איךהאב געוואונט לעבן באבוב), געדענק איך אז די באבובער רב ז"ל האט חתונה געמאכט א בעל תשובה, אין זיין ביה"מ אויף 48 (עס איז געוועהן אין די שפעטערע מ' יאהרן). האט די באבובער רב געוואלט מאכן די חופה אין ביה"מ ווייל אזוי האט מען זיך געפירט אינדערהיים. האט מען אים געפרעגט אז אויב אזוי פארוואס האט ער נישט געמאכט זיינע קינדער'ס חופה אינעווייניג? האט ער געזאגט ווייל ער האט נישט אזא גרויסע פלאץ וואס קען פארנעמן אזא גרויסע עולם!

איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אמת, אבער אזוי האבן די קינדער אין די געגנט געשמועסט. אויב עס איז דא ווער עס קען מברר זיין ביי א באבובער די אמת'קייט פון דעם,ביטע זיין מברר.

איך אויך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:32 pm

· #177805
סיעף ח אין תקנות מיהאלוביץ משנת תרכ"ו (בערך 6 דורות צוריק) לויטעט " אסור לעשות חופה בבהכנ"ס רק תהיה תחת השמים" און אויף דעם האבען געחתמט צענדליגער גדולי ישראל פון די גאנצע וועלט. ביי די ספרדים איז טאקע יא איינגעפירט עס צו מאכן אין ביהמ"ד (כאטשיק אלע ספרדישע בתי דין אין אץ ישראל האבען זיך מצרף געווען צו תקנות מיהאלוביץ)

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:55 pm

· #177831
הרב גנדי שליט"א: איר האט ניט מדייק געווען. איך האב ניט (כ'רעד יעצט ווי א ליטוואק) גערעדט פון אט די חתונה וואס ווערט גיבראכט אין אטע די אשקעייל. איך האב פארציילט גאר אן אנדערע געשיכטע פארשטעצאך בלי להזכיר שיימעס הקדעיישים. 🙄 😕 😠 😳 😮

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:09 pm

· #177865
berlbalaguleh
(כ'רעד יעצט ווי א ליטוואק)

נאך א מזל דו זאגסט מיר!

משה געציל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:36 pm

· #177880
בד"וו, ווען איר רעדט ווי א ליטוואק זאלט איר למען השם נישט לייגן די אלע סמייליס, מען וועט נאך מיינען אז איר זענט א 'היימישער ליטוואק'...

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:42 pm

· #177883
משה געציל
בד"וו, ווען איר רעדט ווי א ליטוואק זאלט איר למען השם נישט לייגן די אלע סמייליס, מען וועט נאך מיינען אז איר זענט א 'היימישער ליטוואק'...

😂 😂 😂

לעמיל » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:53 pm

· #178496
געטרייע זיידע
📎 בעלזא.jpg

Atgan » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:55 pm

· #178498
געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון סאטמארער רב אליינס
אז די סאטמארער רב זל חופה איז געווען אין ביהמ״ד

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:11 pm

· #178511
זייער זייער נישט מסתבר.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:12 pm

· #178513
לעמיל
געטרייע זיידע

ער האט גענוג לאנג געווארט דערפאר.

בעריש » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:18 pm

· #178545
Atgan
געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון סאטמארער רב אליינס
אז די סאטמארער רב זל חופה איז געווען אין ביהמ״ד

אמת.
דער טאטע זיינער איז שוין געווען זייער קראנק ל"ע, האט מען געמאכט די חופה ביי זיין בעט.
דא און אמעריקא איז אויך אמאל געווען א חופה ווי דער סאטמארער רב ז"ל האט מסדר קדושין געווען און שטוב.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:26 pm

· #178551
אה דאס איז שון עפעס אנדערש ,די בעלי תקנות מיהלוביץ זענען נישט געווען קיין אכזרים צו אסר'ן במקום פקו"נ. עס ווי יענער גביר ע"ה וואס מען האט געשטעלט א חופה פון זיינס א קינד אויף די דאך פון די שפיטאל אין מאנהעטן קורץ פאר ער איז אוועק סאו ווערט דאס יעצט א מנהג?

לשוא הכיתי » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:10 pm

· #178734
Who can post this picture???

<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2014/01/potd_23.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2014/01/potd_23.html</a>

יין שרף » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:57 pm

· #179377
[ציטאט אראפגענומען]

די אשה מאחורי איז זיינס...?
IMG-20140120-WA0071.jpg

מ גפני » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:23 pm

· #179384
יאפ

דולה ומשקה » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:44 pm

· #179829
דער תולדות אברהם יצחק רבי שמואל יעקב קאהן שליט"א
תולדות.JPG

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 28, 2014 3:47 pm

· #179842
דולה ומשקה
דער תולדות אברהם יצחק רבי שמואל יעקב קאהן שליט"א

די קעפל דארף זיין אדמורי"ם בילדער - פון די אנדערע זייט.

מורינו הרב » זונטאג פעברואר 2, 2014 6:00 pm

· #181010
דער רבי פויקט.
📎 כקול הסירים תחת הסיר.jpg

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:20 pm

· #181023
מחותן א': איך זאג דיר צו אז איך קען טוהן וואס איך וויל און די עולם וועט מיטגיין מיט דעם.

מחותן ב': עה, מאכסט זיי פאר גרעסערע חמורים ווי זיי זענען.

מחותן א': אה? וויפיל ווילסטו בעט'ן אז איך קען מיך אויפשטעלן קלאפן מיט א גארביטש קען קאווער און מיינע בהמות וועלן מיט טאנצן מיט התלהבות?

מחותן ב': גרויסע רעדנער, לאמיר זען זאלסט עס באווייזן, כ'געדיר טויזענט דאלער אויב דו באווייזט עס!

מחותן א': נו נו, גרייט אן די געלט, כ'וועל עס מאכן מיט פארמאכטע אויגן און JDN וועט אפילו לייגן בילדער.

מחותן ב': ביזט משוגע! אבער אויב גייען זיי מיט מיט דעם ביסטו נישט מער ווי גערעכט.

מחותן א': חא חא חא....



מחותן ב': די שווער זי"ע פלעגט זאגן...

יין שרף » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:28 pm

· #181024
@גד החוזה'ס רבי...

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 2, 2014 8:43 pm

· #181041
דער הייליגער גארליצער זיידע זי"ע פלעיגט זאגן אז בשעת מ'קלאפט צוזאם צוויי דעקלעך (קאווערס, בלע"ז) פון א גארביטש קען קלאפן זיך צוזאם גאנצע עולמות. דאס איז געוועין בימיו. אבער היינט בעוונותינו הרבים מאכט מען שוין די קענ'ס און די דעקלעך פון פלעסטיק, איז נישט שייך צוזאמצוברענגען די עוילמות. (די גולמות אפשר יא(. 😂 🙄 😠 😮

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:37 pm

· #181105
דא איז קליפ פון ר' משה פיינשטיין מיט ר' משה קאמנעצקי ביי א חתונה יארן צוריק. (כפי השערתי זעט אויס ביי 1:22 ווי מ'וויל פארשיקן איינעם פון אויבן אן וואס טראגט א בלויען מאדערן קאפל. ער לאזט זיך נישט, אבער שפעטער זעט מען עם טאקע ביים עק אינגאנצן אנגעבלאזן)

משה געציל » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:41 pm

· #181107
יין שרף
@גד החוזה'ס רבי...

😃 😃 😃

טעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:34 am

· #181148
דער (פינטעל) איד
דא איז קליפ פון ר' משה פיינשטיין מיט ר' משה קאמנעצקי ביי א חתונה יארן צוריק. (כפי השערתי זעט אויס ביי 1:22 ווי מ'וויל פארשיקן איינעם פון אויבן אן וואס טראגט א בלויען מאדערן קאפל. ער לאזט זיך נישט, אבער שפעטער זעט מען עם טאקע ביים עק אינגאנצן אנגעבלאזן)

לפי השערתי, איהר האט גוט געדמיונט, ס'זעהט אויס ווי מ'בעהט איהם זיך אוועק זעצען און דאס טוהט ער טאקע, און ביים חופה זעהט מען טאקע צענדליגע בלויע מאדערנע קאפלעך.
בדרך אגב ס'איז ר' משה פיינשטיין און ר' יעקב קאמינעצקי זצ"ל.

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:37 am

· #181163
די אהבת ישראל פון דער הייליגער סאסעווער
אוי ווי גיט, געב נאך איינס

שאולי » מוצ"ש פעברואר 8, 2014 8:16 pm

· #182282
מהרזל ענדזשיוט מיאמי מיט א שיינע דזשיפ
און רעדט צו מאמעס....
📎 1agi4yau__w470h352q80.jpg 📎 3yxl65mf__w470h626q80.jpg 📎 nrrlvkkm__w470h626q80.jpg 📎 t57sdqxa__w470h626q80.jpg

געפילטע פיש » מוצ"ש פעברואר 8, 2014 9:20 pm

· #182294

טיטאניק » זונטאג פעברואר 9, 2014 9:33 am

· #182352
שאולי
און רעדט צו מאמעס....

אבער די עיקר אז מען מיינט "גאט"
אלעס איז כולי לשם שמים!
פשוט ער ארבעט אזוי שווער אז ער האט נישט קיין כח, ער מיז א וועקעישאן אין א פרייוועט פאלאץ!
אבער ער האט נישט קיין 7 קליינע קינדער אין שטיב, ער שטייט נישט אויף ביינאכט צי מאכען באטיס, ער גייט נישט אריין אין די ארבעט פאר 10 שעה א טאג, ער האט נישט קיין פרערשאר פון צאלען רענט, עס גייט עם מער ווייניגער גיט, אבער ער מיז א וועקעשאן
דור עיקש ומשוגע

טעפל » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:08 am

· #182370
אבער אפשר האט ער טויזענט חסידים וואס האבען יעדע איינער אליינ'ס צען בעיביס מיט פוצען באטי'ס און פיר בענק אקאונט'ס און ווען ס'ווערט זיי שווער גייען זיי וויינען צום רבי'ן אזש אז פאר'ן רבי'ן ווערט שלעכט אז ער דארף פארען ביז מיאמי וואו ס'איז נאר דא עלטערע אידען אהן באטי'ס?

טיטאניק » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:25 am

· #182376
א נייע גבאי
אבער דער גבאי זעט נישט אויס צי ציפרידען פון זיין נייע שטעלע

טיטאניק » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:26 am

· #182377
יישר כח פארען מאכען בילדער
hanks! i like it
גיי ווייטער האלט אן די עבודת הקודש

יין שרף » זונטאג פעברואר 9, 2014 3:37 pm

· #182429
א גוטע פאזיציע פאר מוצ"ש שבע ברכות...
BgAhOkWIAAAOHat.jpg

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:40 pm

· #182567
דער גבאי און די ארומיגע מענטשן גייען אלע מיט די רעקלעך. נאר פאר'ן כ"ק הגאב"ד שליט"א איז קאלט. ער מוז דאך אויסטרייען זיין נייע פעלץ מאנטל..ווער ס'קוקט גוט קען באמערקן א שמייכל אויפ'ן פנים פון גבאי.... 😂 😃 😉 😕 😠 😛 😳 😮 🙄

טיטאניק » זונטאג פעברואר 16, 2014 8:36 pm

· #184113
מיר גייען עס אנטין לשם יחוד.....
אה מיין מאנטעלע פעלץ מיין מאנטעלע פעלץ................................

טיטאניק » זונטאג פעברואר 16, 2014 8:37 pm

· #184115
נאר די מענדעליסטען קענען?
די חסידים פון ר י י ש קענען אויך קערען גאסען לכבודו

לאליפאפ » זונטאג פעברואר 16, 2014 9:15 pm

· #184120
טיטאניק
ווי ערג זיי זענען איז דער געווען אסאל ארגער

אוי וויי! איך זעה ס'נאך דא וועם צו לערנען! א פיסק אויף שרויפן אבער דאך פון די גאר קלוגע יודן פון די ערא פון נאכן קריג.

דָּוִד » מיטוואך יוני 11, 2014 4:56 pm

· #205567
קרעטשניפער רבי
📎 kretch.jpg

טיטאניק » מיטוואך יוני 11, 2014 5:55 pm

· #205592
ממש מאשפות ירים.......................
וויזניצער רבי קימט ארויס פון די גארביטש
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12