☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

586 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5508
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:27 am

· #171118
איינגעמיירעט
דאס באבוב׳ע בילד איז כמים קרים על נפש עיפה.
[...]דארט וואו איך בין אויפגעוואקסען האט מען אויס געלערענט אז דער יוד איז א פלעינע מענטש, גרויס איז ווער סאיז זיך פורש מן החיים, ווער סקען אריינפארען מענטשען אן מורא האבען, ווער סנעמט נישט שיין אויף מענטשען איז גאר א געהויבענע אמת׳ע מענטש,מיט אזעלכע קרעיפ האט מען מיר אנגעפיקעוועט.

דער איד וואס זיצט אינגאנצן צו לינקס, איהם געפעלט עפעס נישט דער באבוב'ער רבי'ס הלוך ילך. קוק אויף זיינע שפיזיגע אויגן וויאזוי ער בליקט זייטנסוועג אויף דער רבי.

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:39 am

· #171120
דעת תורה
די בילד פון די בעלזער רעביצין מיט איר ברודער איז פאטאשאפד.

ניין, נישט, ס'איז עכט

שטילע אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:41 am

· #171121
פישל'ע העררינג
איינגעמיירעט
דאס באבוב׳ע בילד איז כמים קרים על נפש עיפה.
[...]דארט וואו איך בין אויפגעוואקסען האט מען אויס געלערענט אז דער יוד איז א פלעינע מענטש, גרויס איז ווער סאיז זיך פורש מן החיים, ווער סקען אריינפארען מענטשען אן מורא האבען, ווער סנעמט נישט שיין אויף מענטשען איז גאר א געהויבענע אמת׳ע מענטש,מיט אזעלכע קרעיפ האט מען מיר אנגעפיקעוועט.

דער איד וואס זיצט אינגאנצן צו לינקס, איהם געפעלט עפעס נישט דער באבוב'ער רבי'ס הלוך ילך. קוק אויף זיינע שפיזיגע אויגן וויאזוי ער בליקט זייטנסוועג אויף דער רבי.

זיין מחותן הרב משה בלום שליט''א לרפו''ש, בעל תפילה ימים נוראים אין באבוב איבער זעכציג יאר, א פלאם פייערדיגע חסיד פונם באבובער רב

דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 10:22 am

· #171129
טיטאניק
דעת תורה
די בילד פון די בעלזער רעביצין מיט איר ברודער איז פאטאשאפד.

ניין, נישט, ס'איז עכט


קוק אויף דעם בילד אביסל גרעסער, וועסטו גראד זען. קוק וואו די שיך ליגן, עס שטימט בכלל נישט מיט איר גוף. איבעראל וואו מען האט געברענגט דעם בילד איז געבליבן אז דאס איז פאלש.

גד החוזה » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:31 am

· #171309
האדמו"ר רבי לוי יצחק הורוויץ מבאסטאן [הר נוף] ז"ל, דער שווער פון דער אגודסטישע רב הרב פרענקל מוויעליפאלע פלעטבוש
📎 אדמור מבאסטון.jpg

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 1:16 pm

· #171380
📎 IMG_4746-&91;1600x1200&93.jpg

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:23 pm

· #171736
איטרעסאנטע בילדער פון בעלזא רב, וואס מסתמא האט איהר דאס נאך נישט געזעהן.

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:26 pm

· #171737
*

Sapir » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:31 pm

· #171748
שטילע אינגערמאן
גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

דער בלום האט זיך יעצט משדך געווען מיר זיין שוואגער אדמו"ר מבאבוב? אדער א אנדערע בלום?

yes

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:39 pm

· #171751
וועגן דער בילד פין דער בעלזער רב וואלט איך געהאלטן מען זאל נישט ארויף לייגען ווייל דאס איז געוועהן אין ביטערע גלות יארן בעת דער גרויסע חורבן וואס פעלט אויס צו מפרסם זיין א פארווייטאגטע בילד ....
מיין פערזענטליכע דיעה

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:48 pm

· #171756
התם ומתמם עם תמימים
וועגן דער בילד פין דער בעלזער רב וואלט איך געהאלטן מען זאל נישט ארויף לייגען ווייל דאס איז געוועהן אין ביטערע גלות יארן בעת דער גרויסע חורבן וואס פעלט אויס צו מפרסם זיין א פארווייטאגטע בילד ....
מיין פערזענטליכע דיעה


איז אזוי, קודם האסטו גע'דאונלאוד די בילדער פאר זיך, יעצט לדעתך זאל עס א צווייטע נישט האבען.
והשנית, וואס האלטסטו איך זאל עס אראפ נעמען?
והשלישית איך האב נאך אזעלעכע בילדער פון אדמורי"ם ביים קריג, איז לדעתך זאל איך יענער אויך נישט ארויף לייגען, אבער איך זאל דיר עס שיקן פריוואט באישי, גערעכט?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:50 pm

· #171759
וואס מיינט "קראפ" ?

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:51 pm

· #171761
דער (פינטעל) איד
וואס מיינט "קראפ" ?


CROP בלע"ז, געשניטן פון דער אנדערע בילד, קאפיש?

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:51 pm

· #171762
ספעציעל אז בעלזער רב זצ"ל האט פערזענליך געבעטן די ערשטע פאר וואכן מען זאל נישט כאפן קיינע בילדער. אויב ביי דיר איז זיין בקשה נישט מאסגעבנד איז אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן.

לעצם הבילדער זענען זיי ביידע באקאנטע און קיין שום חידוש נישט.

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:57 pm

· #171765
אראפ מיט די בילדער פון עפ"י בקשתו פון בעלזא רב. אזוי אויך וועל איך נישט ארויף לייגן אנדערע בילדער כדוגמתו.
ואתכם הסליחה.

איך האב נישט געוויסט דער עולם דא איז אזוי סענסעטיוו. עולם הפוך ראיתי, איך בין דא בלויז צוויי וואכען איך זעה מען שרייבט כל מיני לשון הרע מיט די נידריגסטע לשונות, כל מיני נידריגע געשרייבעכטס מיט נייעס, אבער פונקט מיט דעם ווערט מען פרום?

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:09 pm

· #171766
צוויי נישט גערעכטע מאכן נישט איין גערעכטע ,אבער אין הכי נמי איך פארשטיי נישט די כוונת המנהלים וואס דערלאזן אזוי פיל דרעק.

די ערשטע בילד האסטו געגעקענט לאזן ,עס איז א באקאנטע בילד אין בודאפעסט נאר די היט איז נישט אורגינאל דאס האט א סאטמארע אונגארישע אידל צוגעמאלט.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:31 pm

· #171793
גד החוזה
התם ומתמם עם תמימים
וועגן דער בילד פין דער בעלזער רב וואלט איך געהאלטן מען זאל נישט ארויף לייגען ווייל דאס איז געוועהן אין ביטערע גלות יארן בעת דער גרויסע חורבן וואס פעלט אויס צו מפרסם זיין א פארווייטאגטע בילד ....
מיין פערזענטליכע דיעה


איז אזוי, קודם האסטו גע'דאונלאוד די בילדער פאר זיך, יעצט לדעתך זאל עס א צווייטע נישט האבען.
והשנית, וואס האלטסטו איך זאל עס אראפ נעמען?
והשלישית איך האב נאך אזעלעכע בילדער פון אדמורי"ם ביים קריג, איז לדעתך זאל איך יענער אויך נישט ארויף לייגען, אבער איך זאל דיר עס שיקן פריוואט באישי, גערעכט?


צדיק איינער איך האב נישט גע'דאונלאוד בכלל איך דארף נישט האבן אזעלכע בילדער ביי מיר אין די דארפסט מיר אפי' נישט שיקען באישי בסדר
איך מיין אז מען דארף עס אראפ נעמען אבער אויב די ווילסט נישט איז נישט איך האב נאר געזאגט מיין מיינונג.
האסט מיר א גוטן טאג

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:35 pm

· #171795
גד החוזה
אראפ מיט די בילדער פון עפ"י בקשתו פון בעלזא רב. אזוי אויך וועל איך נישט ארויף לייגן אנדערע בילדער כדוגמתו.
ואתכם הסליחה.

איך האב נישט געוויסט דער עולם דא איז אזוי סענסעטיוו. עולם הפוך ראיתי, איך בין דא בלויז צוויי וואכען איך זעה מען שרייבט כל מיני לשון הרע מיט די נידריגסטע לשונות, כל מיני נידריגע געשרייבעכטס מיט נייעס, אבער פונקט מיט דעם ווערט מען פרום?


אין הכי נמי איך בין אויך סענסעטיוו מיט אלע לשון הרע אין רכילות עס איז נישט אזוי פשוט

צווייטנ'ס מען רעדט דא פין א פריעדיגע רבי א הייליגער יוד אנדערש ווי דער רבי''ס וואס מען ברענגט דא אויף וד''ל

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:58 pm

· #171924
גד'ל דאכציך מיר קיינער האט דיר נאכנישט געגעבן דעם ריכטיגן שלום עליכם, ויהא בואך לשלום.
די ביסט דער איינציגסטער דא אין קאווע שטיבל וואס איז מקיים דעם "אמור מעט ועשה הרבה" - די שרייבסט ווייניג אבער די בארייכסט דעם קאווע שטיבל פון דיין רייכע אוצר פונעם גארבידזש ביז אזוי הויעך ווי קדושי עליונים.

איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.

אבער צו דיר @גד החוזה וויל איך יא זאגען איין זאך מ'זעהט דיין איידלקייט און פארזוכטיגקייט, מ'זעהט אז איידער די לייגסט ארויף א בילד קלערטסטו זיך אדורך צו יא אדער ניין, אויב האסטו טאקע א ספק פרעגסטו טאקע פון פאראויס די חברי הניקס, ועד כדי כך דו נעמסט טאקע אראפ די בילד אויב קומט מען מיט א טענה.

על כן וויל איך דיר זאגען אויב די גייסט מיט אזא מהלך החיים טוהן וואס יעדער שמעקל און יאקל זאגט דיר ווערסטו קיינמאהל אין ערגעץ נישט אנקומען כל שכן וכל שכן וקל וחומר בן בנו של קל וחומר ווען עטליכע אנאנאמער הרוצה בעילום שמו'ס המוכנה ניק, וואס וועלן סיי ווי סיי קריטיקירן אדער זיין איפכא מסתברא, קוק וואס זיי שרייבן אין אנדערע פלעצער.

לאז דיך אפ פון זיי און אויב איז עס נישט קיין טירחה זיי ממשיך דיין ארבעט לייג ארויף וואס די קענסט, אין נעם נישט אראפ ווייל עפעס ש שמענדריק האט זיך אנגערופען.

זאל טאקע קאווע שטיבל זיין א קוואל פון בילדער, נישט נאר פון בעלזא רעבעצין!

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:09 pm

· #171930
דולה דו זאגסט פיינע רייד ,אבער דאס מיינט נישט עס איז נישט דא קיין גבול ,א גבול מוז אייביג זיי.

דולה ומשקה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:26 pm

· #171937
איך אויך
דולה דו זאגסט פיינע רייד ,אבער דאס מיינט נישט עס איז נישט דא קיין גבול ,א גבול מוז אייביג זיי.


אין די גבול איז... דער בעלזא רעבעצין?
אדער א בילד פון די קאניעווסקי'ס אינאיינעם מיט א הינדל?

מאיר הערש » מיטוואך יאנואר 1, 2014 9:58 am

· #172274
דולה ומשקה
איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.

האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.

ודי למבין » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:11 am

· #172278
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com

שפתים ישק » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:29 am

· #172285
שפתים קישאקTM!

כתר מלכות » מיטוואך יאנואר 1, 2014 11:33 am

· #172301
שפתים ישק
ודי למבין
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com

ניין. שיק איהם אין פאליש אריין. וועט ער שוין זעהן אז קאווע שטיבל איז נישט אזוי געפערליך...


דאס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס, האלט שוין קאווע שטיבל ביי אזא מצב אז פאליש דארף דאס מאכן אויסקוקען כשר?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:57 pm

· #172324
מאיר הערש
דולה ומשקה
איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.

האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.


כו''ע מודי אז אייוועלט איז דער בעסטע פלאץ דא אין קאווע שטיבל איז זייער א שמוציגע פלאץ פאר כל זב וכל צרוע.....

יאיר » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:13 pm

· #172329
התם ומתמם עם תמימים
גד החוזה
אראפ מיט די בילדער פון עפ"י בקשתו פון בעלזא רב. אזוי אויך וועל איך נישט ארויף לייגן אנדערע בילדער כדוגמתו.
ואתכם הסליחה.

איך האב נישט געוויסט דער עולם דא איז אזוי סענסעטיוו. עולם הפוך ראיתי, איך בין דא בלויז צוויי וואכען איך זעה מען שרייבט כל מיני לשון הרע מיט די נידריגסטע לשונות, כל מיני נידריגע געשרייבעכטס מיט נייעס, אבער פונקט מיט דעם ווערט מען פרום?


אין הכי נמי איך בין אויך סענסעטיוו מיט אלע לשון הרע אין רכילות עס איז נישט אזוי פשוט

צווייטנ'ס מען רעדט דא פין א פריעדיגע רבי א הייליגער יוד אנדערש ווי דער רבי''ס וואס מען ברענגט דא אויף וד''ל

איר פארשטייט, דער רבי איז א הייליגע רבי, מה שאין כן די אנדערע רבי'ס זיי זענען דאך סתם רבי'ס.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:39 pm

· #172354
מאיר הערש
דולה ומשקה
איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.

האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.

אין א אנדער סגנון, אבער וואס ברענגט ארויס דעם זעלבן איראניע האב איך אמאל עמיצן געהערט זאגן:
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט א גוטע מאווי מיט געהעריגע סעקס אין איר...

דו ווילסט אריינברענגען ערליכע אידן אויף א סייט?

מאיר הערש » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:37 pm

· #172401
ודי למבין
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com

שכח! איך בין אריין אין אייוועלט נאר צו געבן א בליק. נאך נישט געהאט צופיל צייט צו לייענען אשכולות. אויבערפלעכליך זעט עס מיר אויס ווי א שוועסטער-קינד פון קאווע. האבן זיי די זעלבע הנהלה? איז אייוועלט מער עמפינדליך פאר'ן חרידישן ציבור מיט מער אויפזוכט?

מאיר הערש » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:47 pm

· #172405
טאמבל סאס
דו ווילסט אריינברענגען ערליכע אידן אויף א סייט?

ס'איז דא סך ערליכע אידן יראי שמים וואס האבן אונטערדרעק פאר זייער ארבייט אדער וואס אימער. זיי זענען זייער אפגעהיטן אין וועלכע סייטס זיי גייען אריין. חוץ פון דף יומי, ספרים, שיעורים, גיין זיי כמעט נישט אריין אין קיין איין אנדערע סייט. אבער פארט וואלטן זיי געוואלט א היימישע פלאץ זיך דורכצושמועסן.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יאנואר 1, 2014 5:11 pm

· #172416
מאיר הערש
ודי למבין
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com

שכח! איך בין אריין אין אייוועלט נאר צו געבן א בליק. נאך נישט געהאט צופיל צייט צו לייענען אשכולות. אויבערפלעכליך זעט עס מיר אויס ווי א שוועסטער-קינד פון קאווע. האבן זיי די זעלבע הנהלה? איז אייוועלט מער עמפינדליך פאר'ן חרידישן ציבור מיט מער אויפזוכט?


עה גארנישט קיין שוועסטער קינד נאר אסאך אסאך מער בעסער עס איז מורא'דיג אויסגעהאלטן אין ווער ס'וויל זוכען א כשר''ע סייד זאל ענדערש גיין דארט ווי דא אין ק''ש דארט איז ממש אויסגעהאלטן לדעתי מיט אלע הידורים

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 5:14 pm

· #172420
נו אז דו האלטס אז דא איז נישט אויסגעהאלטן, פארוואס דרייסטו דיך דא?
עס איז זייער נישט שיין און נישט מענטשליך צו בארעדן א פלאץ עמי בבית.

מאיר הערש » מיטוואך יאנואר 1, 2014 5:39 pm

· #172428
ברסלבער
נו אז דו האלטס אז דא איז נישט אויסגעהאלטן, פארוואס דרייסטו דיך דא?
עס איז זייער נישט שיין און נישט מענטשליך צו בארעדן א פלאץ עמי בבית.

עס פלעג צו זיין א גוטע היימישע פלאץ און איך בין נאר געוואויר געווארן אז ס'האט זיך געטוישט פילפאכיג און זייער ענטוישט דערוועגן.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 5:43 pm

· #172432
קוק ווי עמפינדלעך מיר זענען דא צו יעדעם איינעמס געפיהלן. אויף אייוועלט ווערן אזעלכע סארט תגובות נישט אקצעפטירט.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:19 am

· #172637
דער ליובאוויטשער רבי ז"ל אין זיין צימער.
📎 s_nf_4253_234539.jpg 📎 א.jpg 📎 ר.jpg 📎 ע.jpg

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:20 am

· #172640
א זיסע בילד

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:49 am

· #172710

גד החוזה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:17 pm

· #174721
באבוב'ער רב רבי שלמה האלבערשטאם טאנצט דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' יחזקאלע האלבערשטאם מפאקשעווניץ

(אלס דער דער בעל האשכול בעט איך קיינער זאל נישט קאמענטורען, אויסער אויב איז עס נוגע בלויז צום ענין, דער אשכול איז נאר פאר אדמורי"ם ורבנים שכבר שבק לן חיים זי"ע)
📎 רבי אלימלך'ס טאנץ.jpg

גד החוזה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:19 pm

· #174722
דריי דורות
הריי"ץ מליבאוויטש, זיין איידעם הרש"ג, ביים בר מצוה פון בארי גוראריה
📎 שלשה ראו.jpg

שרייבער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:21 pm

· #174725
גד החוזה
באבוב'ער רב רבי שלמה האלבערשטאם טאנצט דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' יחזקאלע האלבערשטאם מפאקשעווניץ

(אלס דער דער בעל האשכול בעט איך קיינער זאל נישט קאמענטורען, אויסער אויב איז עס נוגע בלויז צום ענין, דער אשכול איז נאר פאר אדמורי"ם ורבנים שכבר שבק לן חיים זי"ע)

וואס איז אזוי אינטערעסאנט, דאכט זיך איך האב שוין געזען אזא ענליך בילד, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז געווען געדרוקט אין אידישע געדאנק יארן צוריק

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:37 pm

· #174734
דער חב"ד רבי האט גטראגן בריללן? קיינמאל נישט ג'זען!
דאס דיסקוואליפייד אים נישט פון זיין משיח??

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:12 pm

· #174832
😂 🙄
התם ומתמם עם תמימים
מאיר הערש
ודי למבין
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com

שכח! איך בין אריין אין אייוועלט נאר צו געבן א בליק. נאך נישט געהאט צופיל צייט צו לייענען אשכולות. אויבערפלעכליך זעט עס מיר אויס ווי א שוועסטער-קינד פון קאווע. האבן זיי די זעלבע הנהלה? איז אייוועלט מער עמפינדליך פאר'ן חרידישן ציבור מיט מער אויפזוכט?


עה גארנישט קיין שוועסטער קינד נאר אסאך אסאך מער בעסער עס איז מורא'דיג אויסגעהאלטן אין ווער ס'וויל זוכען א כשר''ע סייד זאל ענדערש גיין דארט ווי דא אין ק''ש דארט איז ממש אויסגעהאלטן לדעתי מיט אלע הידורים

🙄 😂 😎 😂 😛 😳 😢 😕 😮 😉 😂 כ'האב גארנישט געזאגט.

מאן דאמר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:32 pm

· #174907
היימישער ליטוואק
דער חב"ד רבי האט גטראגן בריללן? קיינמאל נישט ג'זען!
דאס דיסקוואליפייד אים נישט פון זיין משיח??

דאס איז נאר געווען למראית עין

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:43 pm

· #174912
יעדער גייט דאך ברילן וועגן מראית עין..?

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:48 am

· #174991
וואס זעהט מען דארט?
📎 659.jpg

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:32 pm

· #176061
נישט נאר איין בילד! לפחות 10 בילדער ברויך איך

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:33 pm

· #176062
מיינסט עס ערנסט??
הרב עובדיה ליינט א טעקסט

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:40 pm

· #176066
האדמור מפאקשאן ר' ישראל בר שלום - פרדימאן
אמאל איך ווייס נישט וואס אבער לעת זקנתו איז ער א גאנצער ריזשענער רבי מיט א שפיץ שטריימל און א קאלפיק
סאיז קיינמאל נישט צי שפעט........
ער איז חתן האדמור האמרי חיים מוויזשניץ
זעה מער פרטים איבער דעם רעבין
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C_%D7%91%D7%9F-%D7%A9%D7%9C%D7%95%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%95%D7%9D</a>

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:42 pm

· #176071
זיין זון יהושע
ממלא מקומו אב"ד פאקשאן?
שטעלט אייך פאר א דער ציוניסטישער גענעראל איז א ערשטער קאזין פון האדמור מהרא מסאטמאר א ערשטע קאזין פון האדמורים מוויזניץ סקווירא בעלזא דזיקוב וויזניץ און ווער נישט?

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:44 pm

· #176074
א פאקשאנער חנוכה ליכט צינדען
איז ער דער "זקן אדמורי בית רוזין"?
לכאורה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12