☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

586 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5508
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

פשטו ידיכם » דינסטאג יאנואר 30, 2018 8:26 pm

· #394534
שמעון וואלף
דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל

ס'איז צו מערקען אז רעבב אהרן האט לעצטענס ממלא כריסו געוועזעהן, וי אויך באדעקט די ברייטע גארטעל זיין גרויסע מחילת עוונות רובו ככולו ולפלא הדבר. און ווער ס'פארשטייט פארשטייט כלשון קדשו פונעם רעבין זיחרוינע לברוכע

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:06 am

· #394561
פשטו ידיכם: איך האב אן אנדער'ן פסוק וואס רעדט פון דעם ווארט ידיכם. ..."ידיכם דמים מלאו"...דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין אט די קאטעגאריע. דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ווי ימים ידברו און איש את רעהו. אבער דאך. איך האב זייער שטארק ליעב מליצות און פאנס. מיט א פ"א דגושה. האביך געגעבן א שמייכל פון דיינע ..."מליצות"...אבער איך נעם אין באטראכט ווער דו ביסט... 😈

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:02 am

· #395384
דער האט זיך פארשאפט א געשמאקע גבאי
📎 DVmRGA5XcAAqIZM.jpeg

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:04 pm

· #395425
ווער ס'קען דעם רב, שליט"א ווייסט אז ער איז ב"ה א גרויסער לץ...!

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 16, 2018 3:25 pm

· #395738
קארלין'ע רבי מיט די רעבעצין אין עירפארט ווארטן אויף ליין כאחד האדם
📎 DWK655kW0AAuzq-.jpeg

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:18 pm

· #395740
שמעון וואלף: ייש"כ. דאס איז א נארמאלע קליפ. אבער איך הייב אן טראכטן אז א גרויסער טייל פון די ..."אדמורי"ם פיקטשערס זענען אויך בגדר פון בלוט צאפעריי. וואסי....? ווייל ער איז אן אדמו"ר מעג מען איהם פארשעמען און שופך דם זיין און מאכן ליצי ליצנות פון איהם אין א פאני פאזיציע...!

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:43 am

· #397339
הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר
📎 DYHC_k6X0AEu66P.jpeg

וואלווי » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:56 am

· #397341
מ'קען אפשר מוותר זיין דאס טראגען די שמונה בגדים, אבער ווי לאנג ס'הערשט אזא קעגען זייטיגע צהלת פנים איז אלעס ווערט..

וואלווי » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:14 am

· #397342
שמעון דזשיגאן מיט באבוב'ער רב

📎 דזיגן אצל הבאבאווער.jpg

גענומען פון דא: <a class="postlink" href="http://dusiznies.blogspot.com/2016/09/when-shimon-szigan-met-bobover-rebbe.html">http://dusiznies.blogspot.com/2016/09/w ... rebbe.html</a>

איינע פון די קאמענטס אויף די פאסט:

I happen to know the grandson of one of the men who happened to be standing behind The Bobover Rebbe when Dzigan told a joke to the Rebbe.
He told me his grandfather mentioned that the Rebbe liked a good joke.
He remembered his grandfather said that Dzigan tried to make The Rebbe laugh with the following joke:
Why did the Satmar Chusid cross the road?
To schnorr on the other side.
The Rebbe didn't think the joke was funny according to the grandson's recollection .

אברך משי » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:09 pm

· #397371
שמעון וואלף
הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר


מלכים ביפיים תחזינה עינינו!

מ'קעממיר אלע לאכן פון היינט ביז מארגן, אונזערע קינדער אין פופציג יאר ארום וועלן נאך ליינען אין די קונטרסים און די גליונות איבער די גאוני ומאורי הדור, און וועלן וויסן ווי שטארק הגאון ר' אלעזר איז געווען מפורסם מיט זיין כוח התורה מיט חריפות און בקיאות אין אלע מקצועות, שטייטצעך אויך אין ציגאב צו זיינע מעשי צדקה וחסד. ווי אויך די גדלות פון גאב"ד לימענוב וואס איז געווען פון די גדולי המשפיעים בימיו, פלעגט ארומגיין מעורר זיין אידן בכל אתר ואתר ווי צב"ש ליזענסק ביומא דהילולא קדישא, אריינגעברענגט חיות דקדושה און התעוררות אין אידישע הערצער... איי יי די גדולי ישראל פון אמאל

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:45 pm

· #397375
אברך משי: איבער'ן העיליגן דמשק אליעזר וועיס איך נישט. אבער אויפ'ן הייליגן לימינוב'ער צדיק זכותו יגון עלינו (מ'רעדט שוין לאחר הסתלקותו לגנזי מרומים. אין א 60-70 יאר ארום, אי"ה.) וועט מען קאנען פארציילן און באשרייבן גאנצע בענדער ווי ער איז געווען נע ונד אין אלע גרויסע האטעללן און צוזאמקום פלעצער, ווי כלל ישראל איז געגאנגען שעפן פרישע כוחות בגשמיות וברוחניות. ער, די רבי זי"ע האט סופלייד די רוחניות. נאכדעים וואס דער עולם איז צוריקגעקומען פון סווימינג פול און שפילן בעיסבאלל, האט די רבי, זכר צדיק לברכה געפילעוועט רוחניות. ר'האט פארגעלערנט גאנצע שטיקער ראשית חכמה און קב הישר. וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן נעמען דעם זינדיגן מענטש און איהם ארומווארפן ווי א באלל אין כף הקלע (נישט אז איך ווייס וואס דאס מיינט.). און מיט וואספארא שפיזן די מלאכי חבלה וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות פו די פראסטע, מגושם'דיגע מענטשן, וועללן זיי בראטן אין פייער פן גיהנום. און וויפיהל אן ערליכער איד דארף זיך מסגף זיין. און נישט נאכגעבן די תאוות עוה"ז. נאר (טון אזוי ווי די רבי) עסן א טרוקן שטיקל ברויט. און פארטרונקען מיט א ביסל קאלט ספרינג וואטטער...!הוי...זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל , אמן...!

סקרן » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:54 pm

· #397376
און זאגן איך געדענק עס ווי היינט די פאם פאם אויף די סליפער פון די פרוי וואס האט אונז געהאלפן

סקרן » מאנטאג אפריל 30, 2018 3:41 pm

· #400991
אדמור מקארלין
📎 IMG-20180430-WA0022.jpg

יין שרף » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:01 pm

· #400993
פאר די וואס קענען אים איז דאס פון די געהעריגע בליק..

שבת אחים » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:29 pm

· #401025
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 1, 2018 1:41 am

· #401041
שבת אחים
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?

ער אימעילט זיך אפישעלי מיט זיינע חסידים. מ'קען זיך מזכיר זיין ביי אים דורך אימעיל

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג מאי 1, 2018 2:16 pm

· #401104
שבת אחים
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?


אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט. עס איז אסאך בעסער ווי שרייען אז מען טאר נישט און באהאלטענערהייט אפטוהן כל דבר אסור

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 1, 2018 8:11 pm

· #401149
א-שופר-איז-א-שופר
שבת אחים
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?


אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט.

אודאי, איך בין אמאל געווען ביי א פריוואטן ביקור פון צוויי ריזיגע אדמורי''ם (נעמען געהיט ביי די רעדוקציע), אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן צווייטן זייערע באהאלטענע פעיסבוק פעיזשעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 2, 2018 10:54 am

· #401186
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
איסר האטלקי
אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן.


Omg
[emoji33]

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:37 am

· #403492
וואס גייט דא פאר?
📎 Dd9w8qVVwAIYyni.jpg

א-שופר-איז-א-שופר » זונטאג מאי 27, 2018 11:52 am

· #403511
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 12:25 pm

· #403517
א-שופר-איז-א-שופר
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?

ווייל די חסידים האבן מורא אז מען וועט ח"ו קידנעפן דעם רבי'ן...! אפילו ווען דער רבי שליט"א גייט צו די ספר תורה ווען ער באקומט אן עליה, באגלייטן איהם אויך די געטרייע שומרי הסף...!

יין שרף » זונטאג מאי 27, 2018 5:08 pm

· #403537
זעהט מען אז בערל איז א ריכטיגע סאטמארע, ער ווייסט פונקליך וואס גייט פאר אין פאפא..

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 8:00 pm

· #403553
יין שרף: בערל בעל עגלה ווייסט ווייל ער האט עס געזעהן ערשטהאנטיג. מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...!

יין שרף » זונטאג מאי 27, 2018 9:06 pm

· #403558
אויב דו קענסט נישט זאגן מער, דאן מוז זיין דו ביסט פאפא רבי אדער זיין גבאי.. 😉

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 9:22 pm

· #403559
יין שרף: פאפא רעבע ביניך זיכער נישט. און דער גבאי אויכעט נישט. ווייל א מענטש קען זיך אליינס נישט זעהן. נאר צוויי מאל א יאר. ביים סדר. כמה שנאמר. אזוי ווי ס'שטייט אין די הגדה..."חייב אדם לראות את עצמו"...!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 27, 2018 11:55 pm

· #403580
א-שופר-איז-א-שופר
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?


די גבאי וויל הערן א קלוגע זאך

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 28, 2018 12:04 am

· #403582
ביזט אן אומפארשעמטע מחוצף. אבער וואס זאל איך טון, כ'האב געהאט א גוטע לאך, האב איך געגעבן א לייק. אבער א מחצף ביזטו.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:06 am

· #403583
לעצטענס האב איך געזעהן אין "די וואך" א בילד פון ניקולשבורגע רבי ממאנסי ווי ער גייט מיט א מעיל אין די רעגן. אנדערש ווי אנדערע אדמו"רים וואס מחמת טעם הכמוס וועט מען זיי נישט זעהן מיט די מאדערנע מלביש

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:06 am

· #403584
רביה''ק זי''ע
ביזט אן אומפארשעמטע מחוצף. אבער וואס זאל איך טון, כ'האב געהאט א גוטע לאך, האב איך געגעבן א לייק. אבער א מחצף ביזטו.

על מה יצא הקצף?

אבו עלא » מאנטאג יוני 4, 2018 11:36 pm

· #404931
אויך מיר א אדמו"ר.
השרף האלקי סיני האלברשטאם מצאנז טשאטשקווע, אויך מיר א רבי.
אפילו נישט קיין געהריגע רעבי'לע.
גארנישט מיט גארנישט, אפס, כלום, זארעו.
📎 סיני הלברשטאם.JPG

ליפא » מאנטאג יוני 4, 2018 11:37 pm

· #404932
It sounds like u were fired from your job today
שימפסט און שעלטסט אויף אלעס און אלעמען

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 5, 2018 1:55 am

· #404956
📎 nf_5233_233143.jpg

וואלווי » דינסטאג יוני 5, 2018 3:25 pm

· #405016
ונבנתה העיר
📎 nf_5233_233143.jpg


מ'האט טאקע צירוק אראפ געברענגט דעם רבי'ן, אבער למעלה מעשרה, און אעפ"כ שלטא בה עינה...

ראוונע » דינסטאג יוני 5, 2018 7:22 pm

· #405049
אבו עלא
השרף האלקי סיני האלברשטאם מצאנז טשאטשקווע, אויך מיר א רבי.
אפילו נישט קיין געהריגע רעבי'לע.
גארנישט מיט גארנישט, אפס, כלום, זארעו.

איז ער דער וואס טוט אין שלום בית?

אבו עלא » מיטוואך יוני 6, 2018 1:05 am

· #405087
השרף האלקי סיני האלברשטאם מטשאטשקאווע
האבע'ך נישט די מינד'סטע אנונג. 😉

איין זאך וייס'ך, האט ער א שיינע בעקישע וי די מחתונ'סטע מיינע.
גם אני ונערותי אעשה כן. 🙄

אונטער חכם » מיטוואך יוני 6, 2018 2:01 am

· #405097
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
ליפא
It sounds like u were fired from your job today
שימפסט און שעלטסט אויף אלעס און אלעמען

ששש, דו זעהסט נישט אז מען האט דא צוטון מיט א שוועסטערקינד?
זאל ער זיך מיר נאר נישט אויפרייסן יעצט, איך ציטער.

בן ישי » פרייטאג יולי 13, 2018 3:02 pm

· #408684
...
📎 IMG_20180713_145851_164.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 13, 2018 4:37 pm

· #408693
שמעון וואלף
לעצטענס האב איך געזעהן אין "די וואך" א בילד פון ניקולשבורגע רבי ממאנסי ווי ער גייט מיט א מעיל אין די רעגן. אנדערש ווי אנדערע אדמו"רים וואס מחמת טעם הכמוס וועט מען זיי נישט זעהן מיט די מאדערנע מלביש

שמעון וואלף: די רעבעס האבן בריטע שירעמס. און זיי האבן גבאים וועלכע האלטן די שירעמס פאר זיי. אבער די פשוטי עם קענען זיך נישט ערלויבן צו גיין צו דזשי & דזשי א יעדע וואך...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 13, 2018 4:39 pm

· #408694
בן ישי: דער סאטמערע רעבע און זיינע הייליגע גבאים האבן נישט קיין קינדער אין חדר. מעגן זיי האבן די טמא'נע כלי הנקרא סמארטפון. והשנית. אין בודקין מן המזבח ולמעלה...!

בן ישי » פרייטאג יולי 13, 2018 4:40 pm

· #408695
אההה
📎 Dh7yxI-XkAABu2A.jpeg

וואלווי » פרייטאג יולי 13, 2018 6:21 pm

· #408708
בן ישי
אההה


ס'נאר געווען א שפיל די גאנצע פרשה, כדי מ'זאל רחמנות האבן און אויסצאלן א וועקעישאן אין דער שווייץ זיך אויסצורוען די נערווען...

אדונינו » פרייטאג יולי 13, 2018 7:25 pm

· #408714
וואלווי
בן ישי
אההה


ס'נאר געווען א שפיל די גאנצע פרשה, כדי מ'זאל רחמנות האבן און אויסצאלן א וועקעישאן אין דער שווייץ זיך אויסצורוען די נערווען...

הלואי...

יין שרף » מיטוואך יולי 18, 2018 11:58 pm

· #409265
נייע עפאכע. שרפי מעלה טרעפן זיך צוזאם אין גאס. לכאורה צו מקרב זיין ביאת משיח.
446513783_204511.jpg 434333355_305027.jpg

יין שרף » דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:00 am

· #409266
איינער האט געשריגן קוש דו! און די צווייטער האט געשריגן פיש דו!
446702773_70559.jpg 446506980_204136.jpg

גראף » דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:36 pm

· #409351
סארא מין ב''ש דאס... ווער אויסער איינער וואס איז איין געשטעלט (גבאי, שמש, משב''ק, בענקל שלעפער וכו') גלייבט אז זיי זענען עפעס מער פון א צווייטע? זיי גלייבן אויך נישט אבער פאר די רייט פרייס מילא.

אונטער חכם » דאנערשטאג יולי 19, 2018 5:53 pm

· #409360
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
יין שרף
נייע עפאכע. שרפי מעלה טרעפן זיך צוזאם אין גאס. לכאורה צו מקרב זיין ביאת משיח.

ווער איז דער איד מיט די זון גלעזער?

דער דאס » דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:35 pm

· #409361
הרה"ק מ'יארמע שליט"א

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 31, 2018 12:22 am

· #410161
כ"ק אדמו"ר מפאשקאן אין עירפארט כאחד האדם
📎 DjQGVRDWsAAPCY1.jpeg

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 31, 2018 12:48 am

· #410164
כ'מיין מ'זאל לינקן צו משה ווייסבערג'ס טוויטער קאנטע. ער האט יעדן טאג בילדער וואס פאסטן דא אריין נאר פון רבני ארה''ק.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12