☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #5437

אשכול אן א טיטל #5437

369 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5437
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

— » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:59 pm

· #168444

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:05 pm

· #168450
אויב בין איך א פולקאמער חסידישער וויליאמסבורגער איד מיט פ"ס, שמונה בגדים און וויך.... קען איך ארויסנעמן מיין געלט פון די גמ"ח און אריינלייגן אין ביט-קאון?

diff » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:18 pm

· #168522
הֵילִיכִי אֶת הַיֶּלֶד הַזֶּה וְהֵינִקִהוּ לִי וַאֲנִי אֶתֵּן אֶת שְׂכָרֵךְ

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:06 pm

· #168547
א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

מומחה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:09 pm

· #168684

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:43 pm

· #168702
אמת'דיג גערעדט, איך פרעג להלכה ולמעשה.

קען איינער וואס האט פוד סטעמפס, מעדיקעיד און WIC האלטן אפאר טויזענט דאלאר אין BITCOINS?

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:50 pm

· #168705
how come ך'האב נאכנישט געזען אויף קיין איין וועבסייט אן אפשען צו באצאלן מיט דעם?

גנדי » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:08 am

· #168907
לוינט זיך יעצט צו קויפן?

diff » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 10:12 pm

· #169462
איך אויך
א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:31 am

· #169505
What?

פיש כאפער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:09 pm

· #169944
ראן פאול טענה׳ט אז דאס וועט אריינגיין אין היסטאריע אלץ די פארניכטער פונעם דאלער.
<a class="postlink" href="http://www.moneynews.com/Personal-Finance/Paul-Bitcoin-dollar-bank/2013/12/05/id/540235">http://www.moneynews.com/Personal-Finan ... /id/540235</a>

גנדי » זונטאג פעברואר 16, 2014 5:09 pm

· #184056
לוינט זיך יעצט צו קויפען?

איך אויך » זונטאג פעברואר 16, 2014 5:24 pm

· #184060
איך אויך
א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

diff » זונטאג פעברואר 16, 2014 8:36 pm

· #184114
diff
איך אויך
א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:55 am

· #189800
דער ביטקוין איז געגאנגען פייפן.

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:07 pm

· #189915
ווער זאגט?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:00 pm

· #189971
אלל אווער די ניוז.

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:15 pm

· #189978
גוגל ווייסט נישט דערפון, קענסט אפשר לינקן?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:19 pm

· #189981
ערשטע לינק אויף גוגל
<a class="postlink" href="http://www.wired.com/wiredenterprise/2014/03/gox-texas/">http://www.wired.com/wiredenterprise/2014/03/gox-texas/</a>

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:21 pm

· #189982
דאס איז נאר איין עקסטשענג כאטשיג עס איז פון די גרעסטע. עמטליך עס ווי ספיק האלט א ביטקוין ביי $614.

כלבאשבוע » מאנטאג מאי 2, 2016 11:00 am

· #331287
Australian entrepreneur Craig Wright has publicly identified himself as Bitcoin creator Satoshi Nakamoto.
<a class="postlink" href="http://www.bbc.com/news/technology-36168863">http://www.bbc.com/news/technology-36168863</a>
זיינע פערזענליכע ביטקויןס ווערט געשאצט אויף $450 מעלאנעס

כלבאשבוע » דינסטאג מאי 3, 2016 3:38 pm

· #331452
טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, ממש א לייוו דראמא, דער קרעג האט געפאבלישט פרוף אז ער איז נאקאמאטא און מבינים שרייען חי וקים ער איז א ליגנער: <a class="postlink" href="https://m.reddit.com/r/Bitcoin/comments/4hflr3/craig_wrights_signature_is_worthless/">https://m.reddit.com/r/Bitcoin/comments ... worthless/</a>
<a class="postlink" href="https://www.nikcub.com/posts/craig-wright-is-not-satoshi-nakamoto/">https://www.nikcub.com/posts/craig-wrig ... -nakamoto/</a>

יעצט זאגט ער צו אז ער וועט רוקן דעם ערשטן ביטקוין אלץ פיינעל פרוף, ונחיה ונראה.

כלבאשבוע » דינסטאג מאי 3, 2016 5:03 pm

· #331464
[ציטאט אראפגענומען]

אויב רעדסטו פון דעם ארטיקל <a class="postlink" href="https://www.wired.com/2016/05/craig-wright-privately-proved-hes-bitcoins-creator/">https://www.wired.com/2016/05/craig-wri ... s-creator/</a>
זענען זיי גאנץ פארווע, און דער ערשטער קאמענטער דארט איז כשר גערעכט.

אויף טוויטער טענהט מען אז Gavin Andresen איז פיין פארנארט געווארן <a class="postlink" href="https://twitter.com/petertoddbtc/status/727078284345917441">https://twitter.com/petertoddbtc/status ... 4345917441</a>

כלבאשבוע » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:20 am

· #331750
ער טשיקענט ארויס, יחידים גלייבן אים נאך אלץ, רוב וועלט נישט
<a class="postlink" href="http://www.ibtimes.com/bitcoin-creator-craig-wright-cancels-promise-provide-extraordinary-proof-his-claim-2364503">http://www.ibtimes.com/bitcoin-creator- ... im-2364503</a>

סמבטיון » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:17 pm

· #387555
לויט ווי איך האב יעצט געטשעקט האלט עס ביי 5660 זייער שטארק געשטיגן, קען זיך איינער אויס דא צו עס לוינט צו אינוועסטן דארט?

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:24 pm

· #387556
קען מען דען וויסן? יודעי דבר האלטן אז סגייט אט אט קראכן אבער אסאך פענס האלטן פארקערט

דער עקספערט מאכט א פשרה און טענהט אז סגייט נאך ארויפגיין פאר סקראכט: <a class="postlink" href="https://stockhead.com.au/experts/bitcoin-approaching-hype-levels-not-seen-since-dutch-poppy-fever-says-expert/">https://stockhead.com.au/experts/bitcoi ... ys-expert/</a>

למעשה, איז א פאקט אז א אינוועסטמענט פון $1000 אין ביטקוין אין 2011 איז היינט ווערט איבער 5.5 מיליאן! אבער די סארט רווחים איז היסטארי און פערזענליך וואלט כגעשטאנען ווייט דערפון היינט צוטאגס
📎 6DDB13F2-8A6A-46C6-A684-798461714EF1.jpeg

סמבטיון » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 5:16 pm

· #387563
פארוואס וואלסטו געשטאנען ווייט פון דעם?

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 6:02 pm

· #387567
1 ווייל געווענליך לוינט נישט צו אינוועסטירן ווען א זאך איז זייער הויעך, 2 סאיז לכאורה א באבעל און מהאלט ממש פארן קראך

אין אנדערע ווערטער צו אינוועסטירן יעצט אין ביטקוין איז שטארק ריסקי און מדארף מען זיין גרייט אלעס צו פארלירן און כבין נישט מוכן צו פארלירן אזעלכע סכומים

הויזן טראגער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:01 pm

· #387584
ביזדערווייל הייסט נאך אז סגייט ארויפגיין ביז 20 אלפים אין די קומענדיגע צוויי יאר.

אויך איז דא אסאך אנדערע קריפטא קורענסיעס, נאר ביטקוין האט די מערסטע טשענס ווייל ער איז געווען די ערשטע, אבער קריפטא קורענסיעס גייען נישט אוועק

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:03 am

· #387617
ביטקאון איז ווייניגער ריסקי מיט יעדער טאג וואס עס גייט אהן.

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:06 am

· #387618
הויזן טראגער
ביזדערווייל הייסט נאך אז סגייט ארויפגיין ביז 20 אלפים אין די קומענדיגע צוויי יאר.

אויך איז דא אסאך אנדערע קריפטא קורענסיעס, נאר ביטקוין האט די מערסטע טשענס ווייל ער איז געווען די ערשטע, אבער קריפטא קורענסיעס גייען נישט אוועק

וואס מיינט אז ס'הייסט? וואס איז די חשבון? עפעס זאכליך?

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:25 am

· #387619
אישתישבי
ביטקאון איז ווייניגער ריסקי מיט יעדער טאג וואס עס גייט אהן.

וואס מיינט ווייניגער ריסקי? די שאנסן אז ס'זאל טראסקענען צוריק צו צוויי הונדערט דאלער זענען ווייטער דא. אדרבה ס'איז גאנץ שווער מסביר צו זיין פארוואס ס'שטייט יעצט ביי זעקס אלפים.

אויב איז די סיבה פארוואס מענטשן קויפן יעצט קריפטא-קארענסיס איך ורק ווייל זיי גלייבן אז ס'גייט איין טאג זיין ווערט מער געלט, דאן קוואליפיצירט עס אלס א באבל און מ'דארף נזהר זיין וויאזוי מ'האנדל'ט דערמיט. אויב אבער איז די סיבה פארוואס די עולם קויפט עס פשוט ווייל מען וויל זיך דערמיט באנוצן דאן איז מעגליך אז ס'זאל ארויפגיין לויט די דימענד. לויט ווי ס'קוקט מיר אויס קויפט איצט די עולם אויף נישט צו ניצן, וואס מאכט עס שטארק ריסקי, ווייל עס טראגט נישט קיין אנדערלייאינג ווערט.

הויזן טראגער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:16 am

· #387620
עס איז דא א געוויסע מאקסימום וויפיל קוינס עס גייט געמיינט ווערן, אין אויב אלעס איז פארקויפט גייט עס נישט צוריק צו 200.
מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס, מענטשן האלטן זייער סעווינגס אין ביטקוין ווייל סיז מער פארזיכערט ווי די קורענסי פון זייער קאנטרי אדער ווייל זיי לעבן אינטער א קארופטירטע גאווערמענט, אין הייזער מיט געלט קען מען זיי צונעמען אבער ביטקוין נישט.
חוץ פון דעם אלעס קומען יעדן טאג צו נייע מערשאנטס אין ווענדארס וואס אקסעפטן ביטקוין.

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:28 am

· #387647
הויזן טראגער
עס איז דא א געוויסע מאקסימום וויפיל קוינס עס גייט געמיינט ווערן, אין אויב אלעס איז פארקויפט גייט עס נישט צוריק צו 200.
מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס, מענטשן האלטן זייער סעווינגס אין ביטקוין ווייל סיז מער פארזיכערט ווי די קורענסי פון זייער קאנטרי אדער ווייל זיי לעבן אינטער א קארופטירטע גאווערמענט, אין הייזער מיט געלט קען מען זיי צונעמען אבער ביטקוין נישט.
חוץ פון דעם אלעס קומען יעדן טאג צו נייע מערשאנטס אין ווענדארס וואס אקסעפטן ביטקוין.

על ראשון ראשון.

אפי' מיט א מאקסימום פון צוואנציג מיליאן איז נאכנישט איבערצייגענד וויפיל פונקטליך עס איז ווערט. ווילאנג איך פארשטיי נישט די אמת'ע ווערט איז שווער דן צו זיין. ווי אויך איז די מאקסימום טעאריע לעצטענס שוואכער געווארן מיט די אלע פארקס וואס גאפלן זיך אפ.
יא ס'זענען דא אזעלכע וואס קויפן עס אויף צום ניצן, אבער אזויווי ס'האלט אין איין שטייגן מאכט דאס אז מענטשן זאלן עס אויפהערן ניצן און ענדערשט זיצן זיי דעראויף וואס איז גורם אז ס'זאל זיין ווינציגער אין צירקולאציע, וואס איז ווידער גורם אז ס'זאל שטייגן, און אזוי ווייטער ביז ס'גייט אריין אין באבל טעריטאריע, און דערנאך העכער און העכער, ביז פלוצים דערזעהט זיך יעדער האלטנדיג א ליידיגע זאק. דעריבער האלט איך אז ווילאנג מ'קען נישט אויסרעכנען א לאגישע און ראציאנאלע חשבון אויף די אמת'ע אנדערלייאינג ווערט דאן איז עס א גרויסע ריסק.

רוב מערטשענטס וואס אקצעפטירן ביטקוין, אקצעפטירן עס נישט באמת. דאס הייסט אז זיי רעכענען פרייזן און טראנזאקציעס אויף פיאט וואלוטע, און זיי אקצעפטירן ביטקוין נאר מיט א פרייז דורך פירט, און זיי טוישן עס גלייך אויף. על פי רוב רירט די מערטשענט ניטאמאל צו די ביטקוין'ס, זיי זעהן און ניצן נאר דאלעקס.

הויזן טראגער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:33 am

· #387649
די ווערט איז נאר רעקועסט אין דעמענד, במילא ווילאנג מענטשן האלטן עס גייט עס נאר שטייגן, אין אז סשטייגט זוכן עס מענטשן מער.
עס גייט נאר טראסקענען ווען אסאך מענטשן גייען עס ארויסלייגן צו פארקויפן אין קיינער גייט עס נישט קויפן.

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:50 am

· #387652
הויזן טראגער
די ווערט איז נאר רעקועסט אין דעמענד, במילא ווילאנג מענטשן האלטן עס גייט עס נאר שטייגן, אין אז סשטייגט זוכן עס מענטשן מער.
עס גייט נאר טראסקענען ווען אסאך מענטשן גייען עס ארויסלייגן צו פארקויפן אין קיינער גייט עס נישט קויפן.

פון די ריסק רעד איך. און ס'איז גאנץ א גרויסע, און מ'דארף זיין זייער געווארענט. אויך דארף באטאנט ווערן אז ביטקוין איז טאקע דער ערשטער, אבער ס'ווייט פון די בעסטע, און דעריבער איז זייער מעגליך אז א אנדערע מיט בעסערע מעלות אדער מיט ווייניגער חסרונות זאל עווענטועל איבערנעמען איר פלאץ.

בד''וו סופליי און דימענד איז לאו דוקא די ווערד ס'איז סך הכל די פרייז.....

סמבטיון » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:00 pm

· #387662
סתם פאר די אינטערסאנטקייט, פון נעכטן ביז היינט איז עס ארויף מיט איבער 200 דאלער

סמבטיון » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:05 pm

· #387980
האלט שוין ביי 6380!!

סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:02 pm

· #388139
מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:15 pm

· #388143
סמבטיון
מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

פעלט הסברה. ווער זענען די מבינים? וואס איז די חשבון? און בכלל וויל איך פארשטיין וויאזוי בכלל מ'קען זיין א מבין אויף עתידות?

סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:21 pm

· #388144
אז סעדא א דימענד און מענטשן טראסטן עס גייט עס ארויף ווי מעשיגע, דאס פארשטייסטו יא אז אין די לעצטע צוויי וואכן איז עס ארויף מיט 2 אלפים?

הויזן טראגער » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:38 pm

· #388149
מען קען נישט אייביג ברענגען נאך, די מיינינג פון די קוינס האט א סיסטעם, סווערט היינט געמיינט אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:42 pm

· #388150
[ציטאט אראפגענומען]


עפעס אזוי ליינט זיך אין די נייעס


אין מיין עקספיריענס פארלירט מען די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט.

די חשבון פארוואס ס'זאל געשעהן איז די זעלבע חשבון פארוואס ס'איז בכלל עפעס ווערט, ס'איז ווערט מער ווי א קוואדער אן קיין שום חשבון,


ביטקוין איז זייער א קליגע און שטארקע קאנצעפט/רעאליטעט און עס איז שוין איינמאל ווערט. ס'איז לכאורה ווערט אסאך מער ווי א קוואדער מיט גאר שטארקע חשבונות. די (מיליאן דאלאר) שאלה איז וויפיל איז עס באמת ווערט.

וע"ד זה קען עס אנקומען גאר הויעך.

ס'קען גיין ביידע וועגן ארויף און אראפ, אז ס'גייט ארויף קען מען עס מסביר זיין, און אז ס'גייט אראפ קען מען עס בעסער מסביר זיין.

כ'וואלט געזאגט אז ס'איז בערך ווי די אתרוגים מארקעט, ס'איז דא וויפל מ'וויל, מ'קען אייביג ברענגן נאך, דאך צאלן מענטשן דערפאר,


ניין. ס'נישט אזוי. ס'נישט דא וויפיל מען וויל, און מ'קען נישט ברענגן נאך. דאס איז איינער פון די שטערקסטע מעלות פונעם ביטקוין, ס'איז נאר דא א מספר מצומצם.

(ס'האט ניטאמאל די פשוטע סיבה פון סופליי און דימענד)


ס'ארבעט אין א געהעריגע סופליי און דימענד מארקעט. די סיבה פארוואס ס'איז איצט אויף די פרייז איז וועגן די דימענד. די שאלה איז נאר צו ס'איז אין באבל טעריטאריע, א רעפעטאציע פון די היסטארישע טוליפ קריזיס.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 9:48 pm

· #388151
סמבטיון
אז סעדא א דימענד און מענטשן טראסטן עס גייט עס ארויף ווי מעשיגע, דאס פארשטייסטו יא אז אין די לעצטע צוויי וואכן איז עס ארויף מיט 2 אלפים?

איז די דימענד גאראנטירט? ווילאנג איז מסתבר אז ס'זאל אזוי אנגיין? און אז איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז ארויף מאכט עס די קשיא אסאך שטערקער.

איך וויל עס אביסל קלאר מאכן, דעריבער וועל איך עס פרעגן אנדערש.

איז די סיבה פארוואס ס'איז אין די לעצטע צוויי וואכן ארויף געגאנגן ווייל ס'איז שוין צוויי וואכן צוריק באמת ווערט געווען מיט צוויי טויזנט דאלער מער, נאר די מארקעט האט עס נישט רעפלעקטעט? אדער איז עפעס געשעהן אין די לעצטע צוויי וואכן וואס האט געהויבן די ווערט? אויב האלטסטו אז ס'איז ווערט מער אדער ווייניגער בין איך נייגעריג צו הערן. איך וויל אמת'דיג פארשטיין וואס ס'איז די אמת'דיגע אנדערלייאינג ווערט פון די ביטקוין?

סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 10:13 pm

· #388159
פאר וואס איז א דאללער ווערט א דאלער? פארוואס איז פרענקלין ווערט א הינדערטער? די פאפיר איז דאך נישט מער ווערד ווי א סענט, נאר מענטשן טראסטן די דאלער און אז מענטשן טראסטן עס האט עס א וועליו, ביטקוין איז די זעלבע זאך, אז מענטשן גלייבן דערין און מער אינוועסטערס קומען , קענען עס ארויף גיין העכער און העכער,
דיסקלעימער, איך בין נישט אין די באורד אוף ביטקוינס , איך זאג נאר וואס איך האב צאם געליינט, און איך פרוביר עס נאכצוזאגן כאטש איך פארשטיי עס אויך נישט 100 פראצענט.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 10:18 pm

· #388160
איך בין נישט אויף די באורד, ס'איז גראדע נישט דא קיין באורד. דאך אבער האב איך עס גרינטליך אדורך געטוהן. און ווען איך האב געזאגט אז מ'פארלירט די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט, האב איך דערין כולל געווען סטאקס. ס'איז א לענגערע שמועס ואין כאן המקום להאריך.

איר מישט אויס צוויי טערמינען איינס איז 'ווערט' די אנדערע איז 'פרייז'. איך פארשטיי אז איר קענט זאגן אז ס'איז 'ווערט' אזויפיל ווי די 'פרייז'. דאך אבער איז עס צוויי אנדערע זאכן. לדעתי (נאך א גרינטליכע פארשונג) איז די אמת'ע ווערט מער ווי א קוואדער, אפי' ווען די 'פרייז' זאל זיין צען צענט וואלט איך עס נישט פארקויפט פאר ווייניגער ווי א קוואדער (באמת אפי'פאר מער, איך רעד נאר לדוגמא) ווייל איך האלט אז די 'ווערט' איז מער. מיין אינערליכע ספק איז, וואס איז די אמת'ע ווערט?

דערווייל גייט עס נישט נאר אויף ארויף, ס'האט שוין מערערע מאל פיין געקראכט! אזויפיל ווי ניינציג פראצענט! לעצטנס גראדע האט עס עפעס שטארק ארויפגעשאסן. אריינלייגן קליין געלט (איז כמעט יעדער מודה) וועט לכאורה אין די צוקונפֿט נישט ברענגן די פראצענטן פונעם עבר.

איך רעד פון א פאקט אז ס'איז נאר דא א מספר מצומצם. די מספר מצומצם איז בערך צוואנציג מיליאן און נישט די גאנצע איז שוין פארטיילט. דעריבער וועט נאך ארויסקומען א געציילטע מספר און די נעקסטע פאר יאר. די מיינינג ווידער איז ווייט פון א באלון, ס'פשוט צו קאמפליצירט פאר מיר עס אפצושרייבן על רגל אחת.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 10:32 pm

· #388165
סמבטיון
פאר וואס איז א דאללער ווערט א דאלער? פארוואס איז פרענקלין ווערט א הינדערטער? די פאפיר איז דאך נישט מער ווערד ווי א סענט, נאר מענטשן טראסטן די דאלער און אז מענטשן טראסטן עס האט עס א וועליו, ביטקוין איז די זעלבע זאך, אז מענטשן גלייבן דערין און מער אינוועסטערס קומען , קענען עס ארויף גיין העכער און העכער,
דיסקלעימער, איך בין נישט אין די באורד אוף ביטקוינס , איך זאג נאר וואס איך האב צאם געליינט, און איך פרוביר עס נאכצוזאגן כאטש איך פארשטיי עס אויך נישט 100 פראצענט.

ס'וועט מיר נעמען צו לאנג צו ענטפערן אויף דעם. אבער איך וועל פרובירן אין קורצן.

א דאלער איז ווערט א דאלער ווייל ס'איז א דאלער, אזויווי א ביטקוין איז ווערט א ביטקוין ווייל ס'איז א ביטקוין.
א הונדערטער איז ווערט אזויפיל ווייל דאס איז עס.
נישט די ווערד פונעם פאפיר מאכט עס ווערט אזויפיל ווי ס'שטייט דעראויף. נאר די גאראנטי פונעם רעגירונג וואס שטייט אונטער דעם דאס געט עס די וועליו. און פארדעם לייגן מענטשן אריין טראסט דערין. לעגאל איז דאלער די איינציגסטע וואלוטע מיט וואס מען מעג אין אמעריקע לעגאל ניצן אלס ליגעל טענדער. גראדע ביטקוין אין לעגאלע טערמין פארופט זיך נישט אלס א וואלוטע, נאר אלס א קאמאדיטי. אה''נ אז מענטשן לייגן היינט אריין טראסט אין די ביטקוין איז נאך אלס א ריזיגע ריסק וואס וועט זיין מארגן? בכלל בין איך נישט זיכער אז מענטשן לייגן אריין טראסט דערין ס'וועט מיר אבער דויערן צו לאנג צו שרייבן.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 11:42 pm

· #388170
כבוד הרב שטיסל:

איך פרוביר זיך צו באגיין מיט אייך מיט די גרעסטע מאס פון רעספעקט, פארט אבער וואלט כדאי געווען אז איר זאלט עטוואס אדורך טוהן די נושא איידער איר שרייבט. איך וועל אייך פרובירן צו העלפן מיט בעיסיק מקורות וואו איר קענט זיך לערנען אויב איר זענט אינטערעסירט.

די וועלט'ס ברייטע נעץ באשטייט נישט נאר פון נייעס. ס'איז דא נאך אינפארמאציע וואס קומט נישט בתורת 'נייעס'. אדרבה פון ליינען נייעס זעהט מען כמעט גארנישט! מ'דארף קוקן דארט וואו די נייעס קוקט.

פאלגנד האט איר אפאר אדרעסן וואו איר קענט זיך אביסל לערנען.

קהאן אקאדעמיע האט לעקציעס אויף געלט פון גאלד ביז ביטקוין.

א שיינע עף.עי.קיו. דערנאך קענט איר סתם ארום קוקן אויף יענע זייטל, מ'קען דארט קונה זיין אסאך.

וויקיפעדיע.

די ארגינעלע מאניפאסטאו

דערנאך קענט איר אויך נהנה זיין אביסל פון די בארימטע דאמאודארן'ס חשבונות, וואו ער האט אויף זיין בלאג לעצטענס ברייט געשריבן און שפעטער אפדעיטעט אויף ביטקוין'ס 'ווערט'.

דאס אלעס איז סחורה וואס מ'ליינט נישט אין קיין נייעס, און ס'נישט אויפן דארק וועב. און אן אייער וויסנשאפט פון עטוואס א חלק דערפון איז א שאד פאר מיר צו פארברענען צייט אויף אייך.

ס'זעהט מיר אויס ווי איר פרובירט מיר אפצופרעגן, אדרבה איך קען באשטיין צו הערן קשיות, ווייל אזוי לערן איך זיך מער. אבער סתם צו שיסן אומבאזירטע פאקטן האט נישט קיין פשט.

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 11:46 pm

· #388171
[ציטאט אראפגענומען]

ווען מ'הייבט אן אינוועסטירן סברה'לאז איז די התחלה פונעם פארלוסט.

הויזן טראגער » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 4:30 am

· #388192
די 'ווערט' איז דאס וואס coinmarketcap אדער xe currency שרייבן.

די ווערט קען זיך טוישן ? יא, איך ווייס נישט צו די קיקסט אמאל פרייזן פון ירקות למשל, אבער די ווערט פון דעם טוישט זיך אויך אין אנדערע סעזאנען.

עס האט שוין אזויפל מאל געקראכט..., וואס ווילסטו זאגן מיט דעם ? עס האט אנגעהויבן ביי אפאר צענט אין עס גייט מן הסתם אריבערגיין די 7000 אין די קומענדיגע 24 שעה ! וועם גייט עס אן אז עס איז געווען א תקופה נידעריגער ווי מען האט עס איינגעקויפט ? אפילו עס זאל טראסקען צו 0 האסטו נאך אלס די קוין אין ווען עס ווערט צוריק עפעס ווערט קענסטו עס פארקויפן.

די ווערט פון די דאלאר קען מען מאניפולירן די ווערט פון די ביטקוין קען נאר מאניפולירן איינער וואס האט פון 51 פראצענט אין העכער פון אלע ביטקוינס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8