קורקלענדדער גאלדענער אדלערנו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.
אה! אט דאס איז די מיליאן דאלער קשיא! וואס איך מוטשע מיך שוין בערך פינף יאהר צו פארשטיין......
אקעי קורקלענד יעצט קומסטו אריין קלאר, איז לאמיר צונעמען די זאך, פונקט ווי ביי סטאקס איז דא צוויי מיני אינוועסטארס, אזוי ביי דעם איז אויך דא צוויי מיני אינוועסטארס
1) פאנדאמענטאל,
מיינט ווי מ'קוקט און מ'פארשט נאך די עצם קאמפאני, די אינקאם די אויסגאבן, נעט ווערט, מיטן גאנצן באלאנס פאפיר, די פראדוקט, אויך דעם גאנצע סעקטאר, און אלעס ארום,
2) טעקניקאל.
איז בעיקר געבויעט נאכצוזוכן די טשארטס, אדער גרעפס, וואס באצייכענט וויפיל מענטשן קויפן עס, וויפיל מענטשן ס'דא ביי יעדן פרייז, און בכלל וויפיל אינטערעס די קאמפאני האט ביי אינוועסטירערס, און שטייטסעך אז ס'דא כמה וכמה מיני טשארטס און גרעפס, וואס דאס איז אן אינדאסטרי פאר זיך, ס'דא ריזיגע קאמפאניס וואס געבן זיך אפ מיט נאכזוכן די זאכן און שטעלן צו אפ טו די ספליט סעקאנד טשארטס ענט גרעפס.
יעצט ווען דו זאגסט אז דו מיטשעסט דיך שוין פינף יאר צו פארשטיין, וואס מינסטו דערמיט? טעקניקאל אדער פאנדאמענטאל??