☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #5437

אשכול אן א טיטל #5437

369 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5437
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:17 pm

· #475368
יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).

ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:19 pm

· #475370
פאליטיקאנט
יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).

ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....

לכאורה טעכניש דארף עס צו זיין אומשטאנד ? ניין?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:21 pm

· #475374
נישט ממש.
פארגעס נישט אז די אלע אלגאריטמס זענען אויך בעיקר געבויעט אויף "פראבעביליטיס" וואס ארבעטן נאר טיילמאל.

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:27 pm

· #475380
ש'כוח פאר דיר פאליטיקאנט פאר דיין לב טוב מסביר צו זיין פאר מיר די ע''ה !

הוגה » פרייטאג יוני 11, 2021 10:56 am

· #475418
פאליטיקאנט
יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).


ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.


.

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 11, 2021 1:20 pm

· #475428
הוגה
פאליטיקאנט
יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).


ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.


.
יעדע העדש פאנד ארבעט אנדערש.

נישט די גאנצע ווערט געטוען בלויז דורך קאמפיוטערס, אוואדי מאכן גרויסע חכמים אפ שווערע החלטות, בעיקר אויף שארט טערם דירעקציע (למשל אז יעצט איז געקומען די צייט צו אגרעסיוו שארטן די מארקעט אדער א געוויסע סטאק און אזוי אראפברענגען די סטאק) געבויעט אויף "מארקעט סענטימענט", אדער מער לענגערע אינוועסטמענטס געבויעט אויף פונדאמענטאל אנאליסיס, חוץ פון דעם האבן זיי אויך היי פריקווענסי טרעדינג וואס די עיקר פון דעם איז צו כאפן די "ספרעד" פון א סטאק און אזוי מאכן אפאר פיאסטער (נאר געוויסע העדש פאנד / מארקעט מעיקערס טוען דעס).


דערנאך איז דא א חלק פון די געלט אדער די גאנצע געלט וואס איז 'גע'מענעדשד' דורך אלגאריטמען, עס זענען דא אלגאריטמען וואס זענען טרענירט צו טרעידן בלויז אויף טעקניקעל טשארטס (און א קליין חלק געלט ליגט דארט) און עס זענען דא מער קאמפליצירטע וואס נעמען אין חשבון הונדערטע פאקטארן, למשל זיי מאניטערן געוויסע טוויטער אקאונטס, העדליינס פון נייעס, סאשעל מידיא 'סענטימענט', וואליום, (און סאך מער, אבער דאס איז אן אריכות).
למשל א קאמפאני קען באריכטן אומגעראכטענע הויעכע רעוועניו אבער אביסל ווייניגער ערנינגס צוליב אן איינמאליגע עקספענס - פאר א שנעל וואקסענדע (Growth) קאמפאני איז דאס גאר גוטע נייעס, אבער אלגאריטמס קענען דאס אויסטייטשן שלעכט (מיססד עקספעקטעישענס) און די קאמפאני וועט טראסקענען די קומענדיגע טאג....


כבר היה אז אלגאריטמס האבן געקראכט א סטאק אדער די מארקעט, אין 2010 איז געווען א 'פלעש קרעש' פון 35 מינוט וואס האט אראפגעברענגט די 'דאו' 1000 פוינטס בלויז פון אן אלגאריטם מיסטעיק.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/2010_flash_crash">https://en.m.wikipedia.org/wiki/2010_flash_crash</a>

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 11, 2021 2:36 pm

· #475437
א געניאלע בייפאל האב איך היינט געזעהן אויף רעדדיט פאר ניו יארקע איינוואוינער וואס ווילן סטעיקן, פארלייען קריפטאו דורך בלאקפיי, און נאך זאכן וואס זענען אומלעגאל אין ניו יארק, איז פארמען אן LLC אין אן אנדערע סטעיט און די LLC זאל עפענען די טרעידינג אקאונט. קען זיין אז אנדערע דא טוען עס שוין אבער מיר איז עס נישט בייגעפאלן.

נײגעריגער » זונטאג יוני 13, 2021 7:46 pm

· #475549
רויטערס באַריכטעט אז על סאַלװאַדאָר איז די ערשטע לאנד װאו ביטקאָין װעט פאררעכנט װערן װי לעגאַלע װאַלוטע

א שטארקע געװינס פאר ביטקאָין, און קריפּטאָו בכלל

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 13, 2021 7:47 pm

· #475550
ווען האבן זיי עס באריכטעט?

נײגעריגער » זונטאג יוני 13, 2021 7:48 pm

· #475551
June 9

<a class="postlink" href="https://www.reuters.com/world/americas/el-salvador-approves-first-law-bitcoin-legal-tender-2021-06-09/">https://www.reuters.com/world/americas/ ... 021-06-09/</a>

Under the law, bitcoin must be accepted by firms when offered as payment for goods and services. Tax contributions can also be paid in the cryptocurrency

כ'זעה יעצט אז מע רעדט שוין דערפון בקצרה אינעם דערנעבנדיגן אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12014">viewtopic.php?f=25&t=12014&start=50</a><!-- l -->
"פאליטיקאנט" זאגט דארט אז ס'מיינט גארנישט, אהן א הסבר... 😃

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:37 am

· #484141
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:51 am

· #484160
קאצקע ציקער
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 10:34 am

· #484166
אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.

על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:56 am

· #484177
איינער וואס האט דאן געקויפט "און געהאט שכל", וואלט פארקויפט ביי 300, אדער 600.

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:21 pm

· #484181
קאצקע ציקער
אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.

על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל

כעין דברי פאליטיקאנט, איינער וואס האט געהאט שכל און געקויפט דעמאלס, ווען וואלט זיין שכל איהם געזאגט צו פארקויפן?

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:03 pm

· #484185
איך הער

קידוש » זונטאג יוני 19, 2022 10:12 pm

· #502544
ביטקוין טראסקעט זינט גרייכען די אסטרענאמישע סומע פון $68,000 נאוועמבער 21'
עס האט די וואך דערגרייכט אונטער $20,000!
עס בלייבט בלויז איבער צו שפעקעלירען צו עס גייט ווייטער גליטשען אדער צוריג ארויפגיין אין די קומענדיגע וואכען /חדשים ( אני הקטן האט געקויפט ביי 10k)

כלבאשבוע » מיטוואך יוני 22, 2022 5:11 pm

· #502759

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 22, 2022 10:18 pm

· #502794
It "could" even plunge to zero.

אלעס וואס ווערט געטרעידט אויף א פרייע מארקעט קען גיין צו זערא!
נאר די כללים פון סופליי און דימענד זענען גילטיג, און ממילא מאכט נישט אויס וואס די "אנדערלייאינג" איז כלומרשט ווערט, אדער די אפיניאן פון 'עקספערטן'.
אויב זענען דא מער קויפערס גייט עס ארויף, אויב מער פארקויפערס דאן גייט עס אראפ.
עס איז אויך נישטא קיין לימיט וויפיל עפעס קען פאלן אדער ארויפגיין, סא, גארנישט איז צו ביליג אדער צו טייער.

One of the great paradoxes of the Market, is that what seems expensive usually gets more expensive and what looks cheap often gets cheaper.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8