אשכול אן א טיטל #5437
369 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5437
סמבטיוןנישט מעגליך צו וויסן, איך האב גראדע געקויפט ווען עס איז געפאלן ביז 5000 (ווען קוקערלענד האט חוגג געווען,) נו, יעצט האלט עס מיט כמעט 7000 דאלער מער, ווען ווייס איך דאס אויף זיכער א חודש צוריק אז עס גייט אזוי ארויף גיין, וואלט איך געקויפט 100 מאל מער.
אויב איך מעג פרעגן ווי די האסט געקויפט דיין ביטקאין ?
ווייל עס האט שוין געהאלטן ביי 7500 און איך האב געהערט פון עקספערטן אז עס גייט קומען א קארעקשאן, סא ווי נאר עס איז אנגעקומען צו 5500 האב איך געקויפט, אבער איך האב טאקע נישט געוויסט אז עס וועט אזוי הויעך ארויף גיין.
און לאמער נאכאמאל קלאר שטעלן אז איך בין נישט דא צו מייעץ זיין מענטשן צו יא אינוועסטירן אדער נישט, איך ברענג די טריקענע נייעס אזוי ווי עס אנטוויקלט זיך, איך בין נישט דער גרויסע מבין וואס פארשטייט ווען יא צו קויפן און ווען צו פארקויפן, איך שרייב נישט קיין אנאליזן אדער פרעדיקשענס, על כן כאפ מיר נישט ביים ווארט און פרעג מיר נישט אפ.
איך האב דיך נישט געפרעגט אויף אפצופרעגן, נאר אויף צו פארשטיין.
סך הכל זעה איך אז דו נעמסט דעם געמבל, און דערווייל קוקט אויס ווי דו מאכסט א לעבן דערויף... ה' יעזור להלאה
גראדע איז עס יעצט אראפגעפאלן ביז 11042
אבער אונז דערשרעק מיר זיך נישט פון אזעכע ירידות.
יעדעס מאל עס האלט העכער 11000 קעש איך ארויס אביסעל.
די אלעמען באקאנטען און שטארק רעספעקטירטער זקן וחכם דזשאן באגעל המכונה דזשעק באגעל
איז אויסגעקומען זייער פעסימיסטיש אקייגן ביטקוין.
ער איז ארויסגעקומען זייער זיכער און זייער שארף, קענענדיג איהם איז מיר א שטיקל חידוש אז ער האט אנגענומען אזא פעסימיסטישע שטעלע וצריך לעיין בזה, איך פערזענליך האלט אז ביטקוין האט יא א (שטיקל) שאנס אז ס'זאל זיין א גרויסע סוקסעס עווענטועל, ער טענה'ט זיכער אז באחרית הימים וועט עס גארנישט ווערט זיין.
א אינטערסאנטע אבזערוואציע........
📎 IMG-20171203-WA0018.jpg
וא
newkaveקורקלענדקליינע קארעקציע פון נאר בערך דרייסיג פראצענט.
זינט סמבטיון האט געפרעגט דערוועגן, האסטו נישט אויפגעהערט עם צו טראלן. ווען עס פאלט, ביסטו דא. ווען עס גייט ארויף, ביסטו שטיל.
דו מאכסט געלט ווען אנדערע מענטשן פארלירן?
דו ביסט ווי א ....(נמחק)...
ריפובליקאנער און קעפטיליסטן זענען זייער קעגן ביטקוינס, פשוט ווייל עס טוט אינטערהאקן די שטארקייט פון זייער עבודה זרה- דער דאללער. די זעלבע איז ווען איינער קריטיקירט אמעריקע, אפילו מיט נארמאלע טענות, ביי זיי עס כאילו א קעניגרייך, א רביסטיווע, מטאר נישט רעדן שלעכטס אויף אמעריקע, נישט קיין חילוק וויפל אומשולדיגע מענטשען זיי הארגענען און רודפן! זיי האבן א Pass צוטוהן וואס זיי ווילן, און וויאזוי זיי ווילן.
כהאב עס אסאך מאל ווען איך טענה מיך מיט די אלע קורצגעבינדע רעכטע, רעדסט אויף אמעריקע? גיי דיר קיין שוועדן, פראנקרייך!!! איי איך בין דא געבוירן געווארן און דא געלעבט א גאנץ לעבן?, און זינט ווען איז אמעריקע געווארן א דיקטערשיפ אז מ׳טאר איר נישט קריטיקרן??? אדרבה וואס מעהר מ׳וועט איר קריטקירן וועט עס לכאורה פארן אויף א דירעקציע פון פראגרעסיוונעס און פראגרעסיוו פאליסיס וואס פעלט זיך שטארק אויס אין אונזער לאנד...
די דאללער איז זייער עבודה זרה דאס אלעס! זיי זענען פארקויפט און פארקענכטיגט פאר געלט און פאוער- אט דאס איז אמעריקע אין א נוטשעל... די אלע בירגער וואס רעדן זיך נעבעך איין אז די גאווערמענט געט א פיצי שי״ן פאר זיי און פאר זייער וואוילזיין זענען אין פאר א גרויסע סופרייז...
Bernie '20
פאליטישאנס און אלגעמיין, רעפאבליקאנע און דעמאקראטן זענען שטארק קעגן ביטקוין, ווייל זיי האלטן אז זיי דארפן אלעס קענען קאנטראלירן פאר אונזער טובה, און ביטקוין קענען זיי נישט קאנטראלירן. די גאנצע קאנצעפט פון ביטקוין איז צו לייגן זייער קאנטראל אויף געלט און וואלוטע אין דער ערד. דעריבער זענען כמעט אויב נישט אלע פאליטישאנס שטארק דערקעגן.
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט אז קאפיטאליסטן זענען אקעגן ביטקוין, אדרבה אויב מעגליך זייט מסביר מיט וואס ביטקוין איז נישט איינשטימיג מיט די פרינציפן פון קאפיטאליזם.
איך בין בשיטה מער ווייניגער א קאפיטאליסט, און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג, איך זעה נישט וואו ס'זאל זיין א סתירה מיט קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, רוב קאפיטאליסטן זענען פאר די גאלד סטאנדארט וואס איז אסאך מער אזויווי ביטקוין ווי אונזער פאלשע געלט וואס ווערט מאניפיולירט דורכ'ן רעגירונג.
אזויווי איך האב שוין מערערע מאל ערווענט וויל איך אייך נאכאמאל דערמאנען אז ס'איז צייט איר זאלט אביסל ליינען וועגן קאפיטאליזם און נישט זיין אזוי איגנאראנט, עפענט אייך די קאפ אביסל און זיי מבאר אויף אן אביעקטיווען אופן.
איך גיי נישט ענטפערן דא אויף סיי וועלכע רעספאנסעס וואס זענען אין די ריכטונג פון קאפיטאליזם ווס סיי וואס, חוץ אויב ס'רעדט זיך פון ביטקוין'ס. ביטע נישט פארדרייען אדער קום אריין אין אן אנדער אשכול.
קוקערלענד, סעגעפעלט מיר ווי דו כאפסט זיך ארויף אויפן באן... " און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג", סיריעסלי????
סמבטיוןקוקערלענד, סעגעפעלט מיר ווי דו כאפסט זיך ארויף אויפן באן... " און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג", סיריעסלי????
סעריעסלי! איך רעד פון ווען ס'איז נאך געווען אונטער הונדערט דאלער! דאס אז איך בין א חסיד פון די קאנצעפט און די פראדוקט מיינט נישט אז ס'איז ווערט עלף טויזנט דאלער, איך בין נאר סקעפטיש אויף די פרייז די לעצטע יאהר צייט ווען רוב מענטשן וואס גייען אריין דערין אינטערעסירט זיי נישט וואס דאס איז און זיי ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן נאר איין זאך אז ס'גייט זיין איין טאג ווערט מער, דאס מאכט די געוואוקס דערפון זייער נישט געזונט און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז אין די טעריטאריע פון א באבל. דעריבער וואלט איך נישט מציע געווען קיינער אריינצוגיין ווייל מען ווייסט נישט ווען ארויס צו גיין.
נניח אז עס איז א באבעל, נאכאלטס קענען מענטשן מאכן אסאך געלט אדערווייל.
סמבטיוןנניח אז עס איז א באבעל, נאכאלטס קענען מענטשן מאכן אסאך געלט אדערווייל.
די פראבלעם איז אז מ'קען נישט פאראויס זאגן וואס ס'גייט פאסירן און ס'איז כמעט נישט במציאות אריין און ארויסצוגיין אין די ריכטיגע צייט. אוודאי וועט זיין א געציילטע עולם וואס וועט פארדינען אבער לדאבונני וועלן רוב פארלירן די הויזן. אדרבה קוקט אייך און וועט איר זעהן אז רוב עולם לייגט אריין ווען ס'איז אויף די העכסטע שטאפלן און פארקויפן נישט נאך ס'גייט ארויף. מען דארף האבן עקסטרעמע דיסציפלין צו טוהן וואס איז ריכטיג. א סקילל וואס איז זייער זעלטן ציווישן מענטשן.
ביטקוין איז גארנישט אנדערש ווי יעדע אנדערע סטאק אין אמעריקא.
די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז איין שטיק באבל, די סטאק מארקעט, ריעל עסטעיט, אלעס איז נאר פאר-מארגעדזשעט, און אפגעשטיפט פאר מארגן און איבער מארגן. ווער סהאט מזל און שכל נעמט advantage פון דעם דערווייל. כאפ נאכנישט די חילוק צווישן ביטקוין און גאלדמאן-סאקס.
א גוט מארגן טייערע חברים!
12873
און לויט coinmarketcap האלט עס שוין ביי 13020
קורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )
עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.
אריבער 13000!
13078
13148
סמבטיון13148
האסט שוין איינגעקעשט? אדער דו ווארסט נאך?
13288
א חלק
13418
זעהט אויס ווי און די קומענדיגע מעניטן גייט מען אריבערגיין דעם ארבעה עשר אלפים
14369
שמערלקורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )
עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.
קען זיין אז רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, למעשה פאר מיר צו שוקל זיין מיין פערזענליכע אפיניאן מאכט נישט אויס די נומער אדער מערהייט פון עקאנאמיסטן, ס'אינטערעסירט מיר בעיקר וואס זייערע סיבות און טענות זענען. אגב דרייט זיך דא א ידיד אונזערע וואס רופט זיך
@שבת אחים און זאגט כסדר אז רוב עקאנאמיסטן האלטן אז קאפיטאליזם בכלל קען מער נישט ארבייטן.....
איך ווייס נישט וואס איר מיינט מיט מאדערענע קאפיטאליזם, מיינט איר אפשר סאציאליזם וואס מ'רופט קאפיטאליזם אדער גאר קראוני קאפיטאליזם? אויף ווי ווייט איך האב פארשטאנען לעת עתה (ס'קען זיך נאך טוישן 'עז איי גאו אלאנג ענד ריעד מאור') איז א פיאט וואלוטע זייער נישט איינשטימיג מיט די הויפט פרינציפן פון קאפיטאליזם.
איך פארשטיי נישט פארוואס די היינטיגע עקאנאמיע וואלט נישט געקענט עקזיסטירןמיט די גאלד סטאנדארט, מער אבער פארשטיי איך נישט וויאזוי איז ביטקוין אנדערשט טאקע אין די פרט? ס'איז דאך פונקט אזוי (און מעגליך מער) באגרעניצט אין קוואנטום ווי גאלד? אפשר מיינט איר צו זאגן אז ביטקוין איז נישט קאמפעטענט אלץ א וואלוטע אבער ס'איז נאכאלץ ווערט אן קיין ניצן, לדעתי וועט אזא זאך עווענטועל פארלירן די שוויות אויב ס'האט נישט א ריזאנעבעל ניצן.
שבת אחיםאיך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.
איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט.
איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט.
אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? 🙂 סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!
#אמר ר׳ בנימין
https://www.quora.com/I-mined-bitcoin-as-a-lark-in-2010-I-still-have-the-old-PC-How-can-I-recover-the-coinsביטקוין קען זיין ווערד אלס א וואלוטע אזויווי גאלד איז ווערד אלס וואלוטע, אבער וועט קיינמאל נישט קענען איבערנעמען און ווערן א הויפט וואלוטע אשטייגער ווי דער דאללאר אדער יורא. וויבאלד די גאנצע קאפיטעליסטישע וועלט לויפט היינט אויף א אנדערע באגריף ווי אמאל ווען גאלד איז געווען די סטאנדארט.
עס איז שווער עס מסביר צו זיין אויף איין פיס, אבער דער שפיץ איז אז ביז צו נישט לאנג צוריק, ביז די אינדאסטריעל רעוועלאציע, איז רייכטום געווען באטראכט אלס א קאנסטענט, פאר טויזנטער יאר איז גארנישט צוגעקומען צו די וועלט, און געבליבן די זעלבע רייך, די מושג אז מען קען קריעטן פרישע רייכטום (wealth) האט פשוט נישט עקזיסטירט. במילא איז געלט געווען פשוט באזירט אויף די עקזיסטירנדע וועליו וואס זי האט געהאט, וואס איז געווען על פי רוב גאלד. די חידוש פון די היינטיגע מאדערנע עקאנאמיע איז די איידיע אז די וועלט גייט מארגן זיין רייכער ווי היינט, במילא איז די ווערט פון די געלט מיט וואס מען האנדלט היינט באזירט על שם העתיד ווייל מ'האפט אז מארגן גייט עס זיין ווערט. די סטאקס פון די פירמע עפל איז ווערט ביליאנען דאלארן נישט ווייל זי איז יעצט אזויפיל ווערט, נאר ווייל מיר פרעדיקטן אז נעקסטע יאר גייט זי ארויסגעבן א נייע פאון, און דעמאלטס איינקאסירן אזויפיל רווחים. און אזוי לויפט די גלאבאלע עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, אמעריקע און יעדע אנדערע לאנד דריקט געלט אויפן חשבון אז זי גייט אין די עתיד זיין אזויפיל ווערט.
אויב זאלן מיר אויפהערן צו טראסטן די פיוטשער, פאלט די גאנצע מאדערנע עקאנאמיע צוזאם אין איין רגע. די גאנצע סטאק מארקעט איז ווערט זילטש. במילא כל זמן מיר גלייבן יא אין די מאדערנע עקאנאמיע, האט נישט קיין שום זין אריבערצוגיין צו א אלטמאדישע סיסטעם פון געלט וואס האט א אייגענע יעצטיגע שוויות. פארשטייט זיך אז עס קענען אלס זיין גענוג מענטשן וואס זאלן יא וועלן דוקא האלטן זייער געלט אין גאלד אדער ביטקוינס, אבער פאר די אלגעמיינע עקאנאמיע מאכט עס גארנישט אויס.
שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.
פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר
Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk
און אין אנדערע נייעס האלט ביטקוין אויף די מאמענט ביי 15959.
עס קאסט מיר א לאך ווען איך דערמאן זיך וואס איך האב געשריבן א וואך צוריק אז ביז 2018 וועט עס אריבערגיין די 10000 נאמבער.
און די עקאנאמיסטן וואס ווייסן אז עס גייט קראכען אויף פעניס.
16070!!
16948
קען עס אנקומען צי 20000?
ימים/שעות ידברו
או אינושמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.
פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר
בעוה"ר בין איך אזוי ציווישט אז איך פארשטיי ליידער נישט קיין איין ווארט.
עס איז געווען פאר א פאר מעניט ביי 19450 גלייך נאכדעם איז געווען א קארעקשען ביז 17300
נעקסטע אפדעט וועט קומען פארנאכטס.
האלט יעצט ביי 15026
א מאסיווע ביטקוין גניבה דורך העקעריי
זעי לינקעס קען זיין א טויט קלאפ פאר זיי פאר א צייט אוי איז דאס וואר
פליקערא מאסיווע ביטקוין גניבה דורך העקעריי
זעי לינקעס קען זיין א טויט קלאפ פאר זיי פאר א צייט אוי איז דאס וואר
ביטקוין איז אין אזא מעשה בערך אזויפיל שולדיג ווי קעש איז שולדיג אין א באנק רויבעריי. אזא גניבה ווייזט נישט קיין שום שוואכקייט און די ביטקוין, נאר אז דער וואס האט עס געהאט אין באזיץ האט עס נישט גוט געהיטן.
17955
@שמערל: א שיינע פשט'ל. אבער איר זענט זיך אביסל סותר, ווי אויך שטימט איר נישט מיט די היסטארישע פאקטן.
גאלד איז היינט צוטאגס נישט קיין וואלוטע, ס'איז סך הכל א קאמאדיטי, צו ניצן גאלד אלס 'ליגעל טענדער' איז קעגן די געזעץ.
אמת טאקע אז פאר טויזענטער יארן איז רייכטום דעפינירט געווארן אלס נאטירלעכע רעסורסן, די מער איינער האט געהאט די מער איז ער װערט געווען. און איינער פון די איינציגסטע וועגן צו מרבה זיין נכסים איז געווען מיט גניבה גזילה ושפיכת דמים. די אינדאסטריאלע רעוואלוציע האט טאקע געוויזן פאר די וועלט אז רייכטום קען מען אויך 'פראדוצירן'. אט די רעוואלוציע איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק קאפיטאליזם, וואס איז איינגעפירט געווארן דא אין אמעריקע, די איינציגסטע לאנד אין דער וועלט וואס האט געגעבן פרייהייט און רעכטן, וואס האט גורם געווען די רעוואלוציע.
לעת עתה פארשטיי איך נאכאלץ נישט וויאזוי די גאלד סטאנדארט זאל נישט קענען ארבעטן אין די היינטיגע עקאנאמיע, די מספר פון גאלד רעזערוון אין די וועלט מאכט א קנאפע נפקא מינה צו וויפיל די גאנצע עקאנאמיע איז ווערט. אין א געוויסע זין וואלט אפשר די פרייז פון גאלד געשטיגן א סאך העכער, אבער פונקט ווי ביטקוין פארשטיי איך נישט וואס דער פראבלעם איז, אדער וויאזוי ס'וואלט צוריקגעהאלטן די היינטיגע עקאנאמיע.
יעצט בנוגע וואס איר שרייבט אז אלעס היינט וואס ווערט פארקויפט אנטהאלט אין זיך די צוקונפֿטיגע פאראויס געשאצטע ווערט, דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אלעס חוץ פיאט-וואלוטע, ממילה איזאיז אייער גאנצע פשט'ל נישט אפליקעבל דא, ווייל פיאט-געלט טראסקעט און ווערד יעדע טאג מער און מער. אין אנדערע ווערטער רופט מען עס אינפלאציע, און אדרבה די שוויות פונעם דאלער איז דראסטיש געפאלן מיט די יארן.
געלט פון נארמאלע לענדער מיט געזינטע עקאנאמיעס טראסקעט נישט, עס גייט בלויז צוביסלעך אראפ יעדעס יאר אביסל צוליב אינפלאציע, ווי יעדע אנדערע זאך אויף דער ווי מער עס איז דערפון אלס ווייניגער איז עס ווערט. די פרייז פון קארן אדער ווייץ פאלט אויך ווען עס איז געוואקסן מער, דאס איז נישט קיין ראיה אז עס איז ווערט לאז. אמעריקאנער געלט איז די פארזיכערסטע אינוועסטמענט אויף די וועלט און אמעריקע פארקויפט טריליאנען דאלארן ווערט פון באנדס יערליך און מענטשן קויפן עס אפ אפילו זיי ווייסן אז זיי גייען צוריק באקומען ווייניגער ווי זיי צאלן. גאלד איז ווייט נישט אזוי פארזיכערט ווי דאלארן.
שטילערהייט האט איר געטוישט אייער שיטה, פריער זאגט איר אז די ווערט פונעם היינטיגן דאלער איז טייערער פונעם היינטיגן ווערד צוליב דאס וואס ס'וועט זיין איין טאג ווערט מער, איצט זאגט איר אז די היינטיגע דאלער האט טאקע נישט קיין מעגליכקייט ארויף צוגיין וויבאלד די רעגירונג האלט און איין צולייגן צום סופליי.
איך פארשטיי נישט וויאזוי אינפלאציע איז א מעלה, לדעתי איז דריקן נאך געלט אין דער זייט צוצילייגן צום סופליי ריין גניבה פון די אנדערע בירגער וואס האבן דאלערס אין באזיץ.
די דאלער איז טאקע נישט ווערטלאז, אבער מער ווערט גייט עס לכאורה קיינמאל נישט זיין, אויב מ'גייט ווייטער אן מיטן דריקעריי. בדרך אגב איז די דאלער היינט כמעט ווערטלאז קעגן פופציג יאהר צוריק, ס'האט פארלוירן כמעט הונדערט פראצענט פון די פורטשעסינג וועליו.
באנדס און געלט זענען צוויי אנדערע זאכן, די רעדע דא איז בנוגע געלט.
צו פארגלייכן גאלד קעגן באנדס ווענדט זיך אויף וועלכע יארן איר קוקט. סתם אזוי אין די לאנג ראָן האט גאלד נישט געברענגט קיין גרויסע רווחים, בעיסיקלי איז עס נישט ארויף אין די לעצטע הונדערט יאהר צופיל מער ווי אינפלאציע, אבער מיט אינפלאציע איז עס יא מיטגעשטיגן. ווידעראום באנדס האט אין די לעצטע פאר יאהר על פי רוב ניטאמאל געברענגט אזויפיל ווי אינפלאציע אבער אין די פריערדיקע יאהרן האט עס על פי רוב געברענגט א שיינע ריטורן העכער אינפלאציע.
די ווערד פונעם דאללאר איז נישט טייערער על שם העתיד, די ווערד דערפון 'איז' די עתיד. די גאנצע סיבה פארוואס אמעריקע האט געדרוקט דעם דאללאר איז ווייל זי האט פארקויפט באנדס און צוגעזאגט מענטשן עס צו באצאלן אין יארן ארום מיט די הכנסה וואס וועט אריינקומען דעמאלטס. וויבאלד מענטשן טראסטן די אמעריקאנער גאווערמעט מער ווי אלע גאלד און זילבער, דערפאר האט די דאללאר אזא שטארקייט, ווייל מען גלייבט אז די גאווערמעט וועט אין די פיוטשאר האבן דאס געלט צו באצאלן אירע חובות און שטיין אינטער איר דאללאר.
דאס אז עס איז דא אינפלאציע מיינט אז דער אינדיווידועל דאללאר ווערט טאקע אביסל ווייניגער ווערט יעדעס יאר, אבער אמעריקעס טאטאלע וועליו גייט ארויף יאר יערלעך, דער דאללאר איז טאקע ווערט האלב ווי פופציג יאר צוריק, אבער די טאטאל gdp איז היינט צוואנציג מאל אזוי סאך ווי פופציג יאר צוריק, דאס מיינט אז די טאטאל וועליו פון אלע דאלארן אויף דער וועלט איז היינט צען מאל אזויפיל ווי פופציג יאר צוריק שוין מיטן עזשאסטן פאר אינפלעישאן. גאנץ א שיינע ריטורן אף אינוועסטמענט.
אין אנדערע ווערטער, די וועליו פונעם דאללאר איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט זיין מער דאלארן ווי היינט, די וועליו פון גאלד איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט 'נישט' זיין מער גאלד ווי היינט.
אין א געוויסע זין איז קריפטא קארענסי דומה צו גאלד. זיי ביידע זענען נישט ווערט מחמת עצמם, וואס איז גאלד? אביסעל אייזען? אויף צו מאכן בעכערס און קארס פאר טראמפ איז עס נישט ווערט מער ווי אביסעל אייזען, צו מערסטענס זילבער, דיסיבה פארוואס עס גייט נישט אונטער טויזענט דאלאר קיינמאל איז פשוט ווייל עס קאסט צו מאכען טויזענט דאלאר.
ביטקוינס קאסט אויך געלט צו מאכען כידוע, און אייביג (איך מיין אזוי) איז די ווערט פין ביטקוינס געלאפען אביסעל מער ווי עס האט געקאסט צו מאכען (מיינונג), עס האט אויך נישט קיין שוויות מחמת עצמו.
עס איז נאך ערגער ווי טוליפס בזמנו, איבערגעשאצט מער, און ווייניגער טענגיבעל, און די קראך גייט זיין אסאך גרעסער ווען דער באבעל פלאצט.
לאמיר נישט פארגעסען אז די גרויסע שפילער, אלע גאווערמענטס אין די וועלט, ווילען עס זאל קראכען, עס פעלט נישט מער ווי אפאר מדינות זאלען עס מאכען נישט לעגאל, און עס קראכט ווי די טווין טאוערס, און מענטשען וועלען פארלירען ביליאנען.
א גוטע וואך
13680
וואס זאגט איר אויף litecoin? עס איז אויך שטארק געשטיגן לעצטענס, כאטש זייער ווייט פון די ביטקוין שפרינג.
כהאב איינגעהאנדלעט אפאר שטיק, און איינקריצט די פעסווארד אין מיין לינקע פאי׳ כדאי נישט צו וויינען ווי קאזק הנגזל נאכדעם.
Litecoin wallet
<a class="postlink" href="https://ltc-coin.info">https://ltc-coin.info</a>
וויקיפידע:
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Litecoin">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Litecoin</a>
זייער א גיטע אינוועסטמענט שבת, איך האב אויך איינגעקויפט א פאר שטיק לעצטע וואך ווען עס האט געהאלטן ביי 95 היינט אפאר טאג שפעטער האלט עס ביי 149. עס איז זעהר א שטארקע קוין און איז פון די ערשטע 10 אויף די מארקעטקעב ליסט. עס איז ערווארטעט עס זאל ארויף גיין כאטש ביז 200 ביז 2018, על כן אויב דו האסט געקויפט לייטקוין האלט עס און ווער נישט פארלוירן אז עס גייט אביסעל אראפ, עס וועט ארויפגיין אי"ה גאר הויעך.
עפעס האב איך געליינט נעכטן אז ס'איז דא א מעיזשער חסרון אין די דיזיין פון ביטקוינס, אז יעצט ארבעט עס אז די טרענזעקשענס ווערן געטוהן דורך די מיינערס און עס קאסט אפ מורא'דיג אסאך געלט דאס צו דורכפירן, זיי ווערן באצאלט פארדעם דורך קריעטן פרישע ביטקוינס.
אבער די הכנסה פון נייע ביטקוינס האלט אין איין פאלן און די הוצאה בלייבט די זעלבע, דאס מיינט אז די איבעריגע הוצאות דורכצופירן די טרענזעקשענס גייט פאלן אויף די וואס ווילן מאכן די טרענזעקשענס, ווי עס ווערט געשאצט גייט עווענטועל אפקאסטן א טרענזעקשען פון איין ביטקוין צופיל געלט עס זאל זיך לוינען עס צו פארקויפן, וואס וועט פארקריפלן די גאנצע ביטקוין מארקעט.
שמערלעפעס האב איך געליינט נעכטן אז ס'איז דא א מעיזשער חסרון אין די דיזיין פון ביטקוינס, אז יעצט ארבעט עס אז די טרענזעקשענס ווערן געטוהן דורך די מיינערס און עס קאסט אפ מורא'דיג אסאך געלט דאס צו דורכפירן, זיי ווערן באצאלט פארדעם דורך קריעטן פרישע ביטקוינס.
אבער די הכנסה פון נייע ביטקוינס האלט אין איין פאלן און די הוצאה בלייבט די זעלבע, דאס מיינט אז די איבעריגע הוצאות דורכצופירן די טרענזעקשענס גייט פאלן אויף די וואס ווילן מאכן די טרענזעקשענס, ווי עס ווערט געשאצט גייט עווענטועל אפקאסטן א טרענזעקשען פון איין ביטקוין צופיל געלט עס זאל זיך לוינען עס צו פארקויפן, וואס וועט פארקריפלן די גאנצע ביטקוין מארקעט.
זיי מאכן אויך געלט פון טרענזעקשען fees ווען זיי רעקארדירן א ביטקוין טרענזקשען
[ציטאט אראפגענומען]
האסט דערלייגט אין אנדערע ווערטער ?