☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Footsteps צענטע יארטאג

Footsteps צענטע יארטאג

168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5172
בלאט: 1 2 3 4

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:22 am

· #161946
Footsteps צענטע יארטאג
איך האב אסאך געטראכט אויב מען קען יא אדער נישט עס באשרייבן, אבער נאכן נאכקוקן אנדערע ארטיקלען דא אין דער פארגאנגענהייט, זעהט נישט אויס עס זאל זיין א פראבלעם.

די באקאנטע ארגאנעזאציע Footsteps, צייכענט יעצט אפ די צענטע יארטאג, מיט א גרויסע פאנדרעיזונג און פארטי.

איך וויל נישט דא אריינגיין אויב זיי זענען בעצם גוט שלעכט, מו דאס צייכענט אפ צען יאר פון עקירת הדת, אדער צען יאר פון העלפן די וואס קענען נישט לעבן אינעם 'סיסטעם' אז זיי זאלן על כל פנים קענען לעבן אינדרויסן (וואס כפי קוצר ידיעתי, איז די צווייטע די ריכטיגע) דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

איך וויל פשוט מיט טיילן די נייעס און די פאקטן, וואס ווי עס זעהט אויס וועט עס זיין מיט די השתתפות פון הונדערטער, ובתוכם א שפאר ביסל היימישע, צו פאר אינטערסאנטקייט, צו ווייל זיי שטיצן עס, צו ווייל זיי האבן מחשבות זרות פון אמאל צו דארפן צוקומען צו זיי.

ביי די ערשטע חלק, די פאנדרעיזינג, וועט מען האנערן, די גרינדערין פון footsteps, מלכי שווארץ, און איינער פון די באורד מעמבערס, ביי די פארטי, וועט אויפטרעטן דער באקאנטער שרייבער, שלום אויסלענדער.

דאס איז כפי קוצר ידיעתי, ואידך זיל גמור.

smart » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:36 am

· #161949
ימי קדם

איך וויל נישט דא אריינגיין אויב זיי זענען בעצם גוט שלעכט, מו דאס צייכענט אפ צען יאר פון עקירת הדת, אדער צען יאר פון העלפן די וואס קענען נישט לעבן אינעם 'סיסטעם' אז זיי זאלן על כל פנים קענען לעבן אינדרויסן (וואס כפי קוצר ידיעתי, איז די צווייטע די ריכטיגע) דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

איך וויל פשוט מיט טיילן די נייעס און די פאקטן, וואס ווי עס זעהט אויס וועט עס זיין מיט די השתתפות פון הונדערטער, ובתוכם א שפאר ביסל היימישע, צו פאר אינטערסאנטקייט, צו ווייל זיי שטיצן עס, צו ווייל זיי האבן מחשבות זרות פון אמאל צו דארפן צוקומען צו זיי.

עס קרענקט מיר ממש ווי אזוי מקען אפילו אנקוקען אזא זאך לטובה?!?!? עס איז אידישע נשמות ואס זענען נעבעך ארויס לתרבות רעה אין די בטיט'לס זיי נאך אז זיי קענען נישט פשוט מיטהאלטען מיטן סיסטעם? גערעכט אז צו זיין א איד מיז מען נישט זיין אינעם היימישען וויליאמסבורג סיסטעם מקען לעבן ווי א א אנדער סארט איד וואס לויט מאנכע איז דאס גרינגער כל הכבוד אבער צו זאגען אז מאיז א מחלל שבת וכו' ווייל מקען נישט מיטהאלטען מיטן סיטסעם? סאריי באט אידישקייט איז נישט קיין סיסטעם מען קען לעבן אינדרויסענדיגע וועלט אין אויך זיין א איד.

כפי ידיעתי קלערן זיי נישט אויף פון פרום אויף מאדערן זיי זיכען דיר אראפצורוימען פונעם וועג און זאלסט אפהאקן מיטן אידעשן מקור, איך זעע נישט קיין שום טובה פון אזא ארגעניזאציע אפילו פאר איינער וואס האט שויון געגליטשט

שווארץ אויף ווייס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:42 am

· #161950
רוב מענטשען וואלטען צירוק געגומען ווען נישט די שרעקליכע ארגענעזאציע ,

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:45 am

· #161951
smart
ימי קדם

איך וויל נישט דא אריינגיין אויב זיי זענען בעצם גוט שלעכט, מו דאס צייכענט אפ צען יאר פון עקירת הדת, אדער צען יאר פון העלפן די וואס קענען נישט לעבן אינעם 'סיסטעם' אז זיי זאלן על כל פנים קענען לעבן אינדרויסן (וואס כפי קוצר ידיעתי, איז די צווייטע די ריכטיגע) דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

איך וויל פשוט מיט טיילן די נייעס און די פאקטן, וואס ווי עס זעהט אויס וועט עס זיין מיט די השתתפות פון הונדערטער, ובתוכם א שפאר ביסל היימישע, צו פאר אינטערסאנטקייט, צו ווייל זיי שטיצן עס, צו ווייל זיי האבן מחשבות זרות פון אמאל צו דארפן צוקומען צו זיי.

עס קרענקט מיר ממש ווי אזוי מקען אפילו אנקומקען אזא זאך לטובה?!?!? עס איז אידישע נשמות ואס זענען נעבעך ארויס לתרבות רעה אין די בטיטולס זיי נאך אז זיי קענען נישט פשוט מיטהאלטען מיטן סיסטעם? גערעכט אז צו זיין א איד מיז מען נישט זיין אינעם היימישען וויאמסבורג סיסטעם מקען לעבן ווי א א אנדער סארט איד וואס לויט מאנכע איז דאס גרינגער כל הכבוד אבער צו זאגען אז מאיז א מחלל שבת וכו' ווייל מקען נישט מיטהאלטען מיטן סיטסעם? סאריי באט אידישקייט איז נישט קיין סיסטעם מען קען לעבן אינדרויסענדיגע וועלט אין אויך זיין א איד.

כפי ידיעתי קלערן זיי נישט אויף פון פרום אויף מאדערן זיי זיכען דיר אראפצורוימען פונעם וועג און זאלסט אפהאקן מיטן אידעשן מקור, איך זעע נישט קיין שום טובה פון אזא ארגעניזאציע אפילו פאר איינער וואס האט שויון געגליטשט

אפשר פאר דו רעדסט פרעגטסטו זיך אביסל נאך? ליין זייער mission סטעיטמענט אויף די וועבסייט, וכו'?

זיי שטופען נישט קיינעם צו גיין, זיי רעספעקטירן יעדענ'ס רעליגיעזע סטאטוס, סין 'יעדע' פון זייערע מסיבות שטעלן זיי צו כשר'ס פאר די מעמבערס וואס דארפן עס, יעדער מעמבער דארף אונטערשרייבן אז מען וועט נישט פראבירן קיינעם איבערצורעדן צו טוישן זיין אמונה, זיי האב א שפאר ביסל פרומע למחצה לשליש ולרביע, איינע פון די מעין ארבערטארינעס איז א ארטאדאקסישע פרוי וואס באהאלט נישט איר רעליגיע, זיי שטופן מעמבערס, ווען זיי האלטן אז דאס איז די טובה פאר זיי, דירעקט יא צו בלייבן לעבן אין די פרומע וועלט (איך קען פערזענליך צוויי אזאלכע), און זייער איינציגסטער. איז צו העלפן די וואס טוישן לעבנס שטייגער זיך צו מסדר זיין.

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:51 am

· #161952
שווארץ אויף ווייס
רוב מענטשען וואלטען צירוק געגומען ווען נישט די שרעקליכע ארגענעזאציע ,

איך ווייס אז דאס איז וואס באדערט רוב פון אונז, און מיר פלעגט עס אויך באדערן, וועגן זיי.
למעשה, במציאות, 90% וואלטן נישט צוריקגעקומען, זיי וואלטן זיך אפשר נישט מסדר געווען, א גרויסע חלק וואלט משוגע געווארן, און זיך אפשר גענומען דאס לעבן, אבער גאר א קליינער פארצענט וואלט צוריקגעקומען.

יא, איך ווייס אז געוויסע ביי אונז וואלטן געוואלט אז די וואס גייען זאלן האבן א ביטער לעבן, און זיך נישט קענען מסדר זיין, און ''דאס'' באדערט זיי זייער, אז זיי קענען זיך יא מסדר זיין, און אויף דעם מיין איך אז footsteps איז גערעכט.

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:28 am

· #161961
איך האב איטליכע באקאנטע וואס ווען נישט דעי טמא'נע ארגענעזאציע וואלט'ן זיי שוין לאנג געהאט א יד אויפען קינד אים בדרכי נועם צוריק ברענגען צו אידישקייט

דאס איינציגסטע וואס האלט אים אפ איז דאס קשר און פארבינד וואס ער האט געשאפען דורך זיי צו בלייבען אדוק אינעם רע

עס איז ליידער פאראן פילע אידען וואס אויף א תקופה כאפט זיי ר''ל אהן א רוח צו גיין לעובדי אלילים צו פאר תאוה צו פאר שלעכטע ערציאונג אבער די אלע סיבות עפ''י רוב וועפן אויס נאך א שטיק צייט די ארגענעזאציע שלעפט אריין נעבעך די פארפארענע נשמות לעומקא דתהומא רבא

@אנאניםאיך מיין אז אזא סארט תגובה אדער אשכול וואס געט שטיצע פאר אפיקורסים טאר נישט צוגעלאזט ווערן אין א יודיש קאווע הויז

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:46 am

· #161965
א שוויצער

@א שוויצער זיי נישט אזוי זיכער, אן זיי וואלטן זיי גאנץ מעגליך נישט געווען מענטאלי סטאביל, אדער גאר אפילו נישט ביים לעבן, אוודאי יא, יעצט אז מען האט זיי געהאלפן זיך מסדר זיין, טראכטן די עלטערן אז מען קען זיי גיין צוריקברענגן "ווען נישט....".
און איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין אפיקורסים, שקצים מילא, אבער איבער האלב פון זיי גלייבן אין עפעס, און אייגענטיליך כמעט אלע וואס ארבעטען דארט גלייבן אין עפעס.

יוחנן הסנדלר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:15 pm

· #161970
ימי קדם האט זיך שוין באוויזן דא צו פארקויפן אומריכטיקע פאקט צוליב אגענדעס, ער מיינט אז דער עולם איז פשוט צוריקגעשטאנען. די פאקטן זענען באוואוסט פאר ווער עס ווייסט. פוטסטעפס איז דא פאר איין ציהל: צו העלפן היימישע קינדער וואס מוטשען זיך אויף פארשידענע פראנטן, צו ווערן גוים גמורים, זיי האבן נישט קיין שום אנדער ציהל. זיי וועלן פארקויפן אז זיי געבן כשר אדער קענסט בלייבן מיט אידישקייט אבער למעשה איז עס נאר א פאלשע מאסקע צו אריינכאפן נשמות. איך ווייס פון עטליכע וואס האבן זיך אויסגעדרוקט זייער ווילן צו בלייבן שומר שבת און פוטסטעפס האט זיין קלאר געמאכט מיר דארפן נישט אזאנע דא. עס איז קלאר אז ווען נישט פוטסטעפס וואלטן נאך אסאך פון די היימישע קינדער געהאלטן אידישקייט צו א געוויסע דרגה. אינטערסאנט איז זיי זאגן אז זיי העלפן זייערע מענשטן זיך סטאביליזירן בעת נאך א לעצטע זעלבסמארד פון א מעמבער, איינס נאך א רייע פון זעלבסמארדן, האבן זיי געזאגט די פרעסע אז 80% פון זייערע מענטשן טראכטן פון זעלבסטמארד.

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:25 pm

· #161976
נישט ווערט קיין אנטווארט. דו רעדסט מחוסר ידיעה. אדרבה. איך בין מכבד יעדען דא, זיי אנצורופען, זאגן אז מען וויל הילף, מען וויל אבער זיין רעליגיעז, און זיך אליין איבערצייגן, פארוואס זיך טענה'ן אויף עפעס וואס מען קען זיך אליין איבערצייגן?

דאס וואס דו זאגסט פון די וואס האבן געזאגט אז זיי ווילן בלייבן שומרי שבת און מען האט זיי פארשיקט. "אויב עס איז אמת" דארף מען וויסן וואס די גאנצע מעשה איז, זיי האבן גערופן אז? אוודאי איינער וואס בלייבט די זעלבע ווי ער איז אלץ געווען, און רופט זיי אהן, צום ביישפיל, נאר פאר הילף מיט collage, אוודאי וועלן זיי אפזאגן, נישט ווייל זיי האבן עפעס דערקעגן, דאס איז פשוט נישט וואס זיי טוהן.

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:00 pm

· #161993
יוחנן רעדט מחוסר ידיעה?!
ימי קדם חזר'ט איבער מער ווי איין מאל אז אלץ וואס ער זאגט איז "מקוצר ידיעתי", ממש ווי א בעלזער אין קרן הצלה אפיס.

בכל אופן, אן ארגעניזאציע וואס שטייט שוין 10 יאר, וואלט איך ערווארטעט מער פירות, דערווייל הערט מען די זעלבע 15 20 נעמען נאכאמאל און נאכאמאל.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:02 pm

· #161996
א שוויצער
איך האב איטליכע באקאנטע וואס ווען נישט דעי טמא'נע ארגענעזאציע וואלט'ן זיי שוין לאנג געהאט א יד אויפען קינד אים בדרכי נועם צוריק ברענגען צו אידישקייט

דאס איינציגסטע וואס האלט אים אפ איז דאס קשר און פארבינד וואס ער האט געשאפען דורך זיי צו בלייבען אדוק אינעם רע

עס איז ליידער פאראן פילע אידען וואס אויף א תקופה כאפט זיי ר''ל אהן א רוח צו גיין לעובדי אלילים צו פאר תאוה צו פאר שלעכטע ערציאונג אבער די אלע סיבות עפ''י רוב וועפן אויס נאך א שטיק צייט די ארגענעזאציע שלעפט אריין נעבעך די פארפארענע נשמות לעומקא דתהומא רבא

@אנאניםאיך מיין אז אזא סארט תגובה אדער אשכול וואס געט שטיצע פאר אפיקורסים טאר נישט צוגעלאזט ווערן אין א יודיש קאווע הויז

ר' שוויצער: איך קען הערן דעם סגנון פון דיין תגובה (נישט אז כ'בין מסכים מיט דיר.) . אבער די לעצטע שורה וואו דו אפעלירסט צו הרב "באריסטא", אלס גבאי אז ער זאל אויסמעקן די תגובה. דארפסט געדענקען אז דא איז נישט "איי וועלט" וכדומה, וואו מ'טאלערירט נישט א קעגנדיגע מיינונג, וואו א יעדער מוז גיין אין שפאן. די איינציגע זאך וואס פאדערט אן אויסמעקונג איז דברי כפירה אדער ניבול פה. ע"כ מיין איך אז דו זאלסט צוריקציען פון דיין בקשה. ייש"כ. הק' בערל בעל העגלה. 🙄 😂

דולה ומשקה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:30 pm

· #162005
אפיקורסעס אדער כפירה איז נישט קיין קעגענזייטעגע מיינונג. קאווע שטיבל, עכ"פ די מנהלים ואחראים דארפען האלטן א שטיקל קאנטראל פון גורם זיין בעקיפין ושלא בעקיפין אפילו במשהו רח"ל להיפך דער עשרת הדברות.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:48 pm

· #162009
די אלע וואס זענען דארט זענען קליין קעפיגע טיפשום אין זענען ארויס געפאלען פונם סיסטעם צוליב זייער אייגינע רצון אין באשולדיגן יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער ד אמות זינט זיי זענען ארויס פון מאמנ'ז בויך. מטאר נישט אזוי זאגען ווייל ווי נישט ווי זענען זיי אידישע קינדער אבער זאלן זיי גיין אויף אלע רוחות

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:49 pm

· #162010
איז אפשר קען מיר איינער אנצייגן ווי אין מיינע ווערטער איז דא א שמץ כפירה אדער מינות?
מיין איינציגסטע טענה איז אז זיי רעדן נישט צו צו קיין כפירה, אויב רופסטו דאס אפיקורסות, דאן זעהט אויס איך ווייס נישט וואס אמונה איז.

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:55 pm

· #162011
קאווע טרינקער
בכל אופן, אן ארגעניזאציע וואס שטייט שוין 10 יאר, וואלט איך ערווארטעט מער פירות, דערווייל הערט מען די זעלבע 15 20 נעמען נאכאמאל און נאכאמאל.

צו זיי פירן אפ צו נישט קען איך נישט זאגן ווייל ס'דא וואס זענען דארט און שרייען אז נישט.

דאס איז אבער יא זעכער אז זיי האבן גאנץ שוואכע רעזולטאטן מיט זייערע אגענדעס. זיי האבן זיך מתחילה אהערגעשטעלט אז זיי ווילן פשוט העלפן די או.טי.די.'ס וואס קענען נעבעך נישט קיין ענגליש, צו זיין סוקסעספול אין די אינדרויסענדיגע וועלט, ביז דערווייל הער איך נאר איין לוזער נאכן צווייטן מלוזר וואס זענען דארט און פון זיי איז גארנישט געווארן חוץ זיכן א דזשאב אין אן אייז-קרים סטאר אדער ארבייטן אין א רעסטעראונט.... פארדעעעעעם????

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 2:44 pm

· #162024
devil's advocate... א שפיטאל וואס נעמט אן נאר פאציענטען וואס דאקטארים האבן אויפגעזאגט, און האט 20% success rate איז זייער גוט, רוב פון זייער קליענטען וואלטען געווען לאזערס אויך אין פאבליק סקולס(און אן ווערן מאלעסטערט...)

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:04 pm

· #162027
ימי קדם
איז אפשר קען מיר איינער אנצייגן ווי אין מיינע ווערטער איז דא א שמץ כפירה אדער מינות?
מיין איינציגסטע טענה איז אז זיי רעדן נישט צו צו קיין כפירה, אויב רופסטו דאס אפיקורסות, דאן זעהט אויס איך ווייס נישט וואס אמונה איז.

דיינע רייד זענען מחזק מעשי אפיקורסות

מיינס א קרוב איז נתקצר ימיו געווארען ליידער א דאנק די ארגענעזאציע וואס האט פארכאפט זיינס אן אייניקעל אין זייער נעץ, וואס דער פארכאפונג האט מונע געווען אלע וואס האבען געהאט א קשר מיט אים צו קענען אריינשיינען אן ניצוץ פון יהדות אין זיין נשמה
דער צוקלאפט בחור'ל וואלגערט זיך שוין נעבעך קרוב צו זעקס יאר אינטער זייער נעגל מיט האפענונג צו ווערן עפעס א ''יש'' אבער דערווייל איז ער נעבעך א לוזער בעוה''ז ובעוה''ב

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:15 pm

· #162032
אוי לנו אז כדי אויסצוזען אויפגעקלערט זאגט מען אז מזאל ענדערש זיין א גוי מיט א דזשאב ווי זיין א איד נאך אביסעל מיטמאכענישן. , זאג יאנקל דער פארווערדס האט נישט עפעס א דזשאב עפענונג ? ענדזשוי דיינע קומענדיגע לייקס פון דע אויפגעקלערטע

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:15 pm

· #162033
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלט פרעגן אקוראט די זעלבע.

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:21 pm

· #162035
נו, דא איז דאך דא דער אלטער מחלוקה. געוויסע טענה'ן אז מיר חסידים וואס געבן גארנישט פאר אנדערע זאלן דעריבער נישט מעגן נאשן פון אנדערע.
און די חכמים זאגן. גיב זיי אביסל צו נאשן, צו פארזוכן דעם טעם, וועסטו שוין זעהן ווי זיי וועלן געבן.
קוק אין אלט-אייראפע האט עס געארבעט. קוק אבער אין ארץ ישראל האט עס נישט געארבעט.
אבער אזוי צו אזוי שאדן קען עס זיכער נישט. ס'איז בלי שום ספק אז ס'טוט א געוואלד אויף.
ווען פוטסטעפס זאל זיך פארלייגן אין צושטעלן דעם עולם עדיוקעישן (כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז, אבער לויט ווי ס'קוקט אויס פונעם עולם איז נישט דאס די קעיס) וואלט זיי זיך אליין לייכטער געמאכט דאס לעבן.

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:22 pm

· #162036
ישמעאל הכהן
אוי לנו אז כדי אויסצוזען אויפגעקלערט זאגט מען אז מזאל ענדערש זיין א גוי מיט א דזשאב ווי זיין א איד נאך אביסעל מיטמאכענישן. , זאג יאנקל דער פארווערדס האט נישט עפעס א דזשאב עפענונג ? ענדזשוי דיינע קומענדיגע לייקס פון דע אויפגעקלערטע

לפי קט שכלי זענען די וואס זיכען עטענשען דא פון שרייבען אויפגעקלערטע תגובות על אם הדרך צו פוטסטעפס זיי ברויכען נאר אפאר לייק שטיפעס אהין צו לאנדען מיט רואיגקייט

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:27 pm

· #162039
א שוויצער, אדרבה זאג דו.
וואס טוסטו אויב חלילה וחס דיין בחור'ל הויבט זיך מארגן אהן דרייען מיט שלעכטע חבירים, פארט ביסלעכווייז אפ, הויבט אן טרונקען און טוהן דראגס. קיינער האט נישט קיין השפעה אויף אים חוץ זיינע פארפוילטע חבירים. וואלסטו נישט געוואלט אז כאטשיג זאל פוטסטעפס זארגן פאר אים צו טרעפן אן אכסניה, א דזשאב, און ארויסהעלפן זיך לערנען א פאך?

ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:29 pm

· #162040
איך אויך
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלט פרעגן אקוראט די זעלבע.

עס איז נישט אז זיי העלפן מיט קאלעדזש, און זיי העלפן נאר אזאלכע, זיי העלפן די וואס טוישן זייער לעבן, פון די הויפט זאכן איז קאלעדזש, שטימט?

יוחנן הסנדלר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:30 pm

· #162042
[ציטאט אראפגענומען]

נא זיכער. דא ליגט דער הינט באגראבן זיי ווילן קלאר נישט העלפן א פרומען איד זיך איינגלידערן אין קאלעדזש, עס איז דער היפוך פון זייערע ציהלן. פוטסטעפס האט גרויסע דאנערס וואס זייער ציהל איז בלויז שמד. זיי וועלן נעמען א יונג פארלוירן נשמה און איהם כסדר מסביר זיין וואספארא העלד ער אזי מיטן איבערלאזן אלעס אונטער זיך חאטש זיי ווייסן גאנץ גוט פאר דאס קינד איז פיל געזונטער צו בלייבן אינדערהיים ווי עס זענען דא די וואס זארגן זיך באמת פאר איהם, אנשטאט פארבינדט מען איהם מיט זייערע עקספיריענס לוזערעס מען קומט זיך צוזאם אויף פארטיס און מען קלאפט איהם אין פלייצע YOU ARE SO HEROIC, בעת עס בלוטיקט ווייטאג אינווייניק און נישטא וואס זאל שטעלן דאס בלוט.

באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:39 pm

· #162047
טאמבל סאס
א שוויצער, אדרבה זאג דו.
וואס טוסטו אויב חלילה וחס דיין בחור'ל הויבט זיך מארגן אהן דרייען מיט שלעכטע חבירים, פארט ביסלעכווייז אפ, הויבט אן טרונקען און טוהן דראגס. קיינער האט נישט קיין השפעה אויף אים חוץ זיינע פארפוילטע חבירים. וואלסטו נישט געוואלט אז כאטשיג זאל פוטסטעפס זארגן פאר אים צו טרעפן אן אכסניה, א דזשאב, און ארויסהעלפן זיך לערנען א פאך?

וואס שעלסטו אנדערע יודען?
לא די די ביסט זיי מחזק וואס ברויכען אנדערע ליידען?

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:41 pm

· #162050
טאבעל סאוס דיין מיסטעיק שטעקט אין דעם, זיי טוען גארנישט בעד טובת ה'אפגעפארענער דעפרעסטער יוגענטליכער, זיי טוען בלויז אויף צו פארזיכערן אז דער פעישען האט ניש קיין וועג צוריק און זאל נישט נתפעל ווערן פינעם
רשעים מלאים חרטות

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:49 pm

· #162053
יוחנן הסנדלר
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:01 pm

· #162059
יוחנן הסנדלר

באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער זיי זאלן נישט ארויספאלן פונעם סיסטעם בכלל, אידישקייט איז נישט אזא שווערע רעליגיע בנפש ווען מען ווייסט ווי אזוי עס צו טריעטן, אויב קענען גוים גמורים זיך פארליבן אין אידישקייט טראץ וואס אידן זענען די מערסטע רעסטריקטעט פאלק, דארף איינער וואס איז אויפגעוואקסן על ברכי היהדות זיכער קענען סוקסידן בדרך התורה והיראה, מען דארף נאר וויסן ווי אים עס צו געבן צו עסן, אויב פארנעמט נישט זיין מאגן אידישקייט מיט א שעפ לעפל געב אים עס מיט א בעבי ספאן, ער וועט עס פארנעמען

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:12 pm

· #162063
שרייבער

ווען אונזערע מנהיגים זאלען אנעמען דעם וואזשנער המצאה וואלט מען ווען געברויכט מאכען ווייניגער כינוסי כלל ישראל

און שיעור ג' וואלט נישט געווען אזא קאפוויי (ליודעי ח''ן)

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:19 pm

· #162065
לכל מאן דבעי למידע, שיעור ג' האט גארנישט מיט אידישקייט, ס'איז פלעינע טעקניקל זאכן פארוואס מען האט זיי געלייגט עקסטער צו ס'איז גערעכט צו נישט, און צו ס'באלאנגט אזוי צו נישט, איז א באזונדערע שמועס, אבער ס'האט גארנישט מיט אידישקייט, איך קען עטליכע בחורים פון דארט, עכט פיינע נארמאלע באזעסענע בחורים, סאו ביטע לאז ארויס די יודעי חן פון דא

א שוויצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:29 pm

· #162070
שרייבער
לכל מאן דבעי למידע, שיעור ג' האט גארנישט מיט אידישקייט, ס'איז פלעינע טעקניקל זאכן פארוואס מען האט זיי געלייגט עקסטער צו ס'איז גערעכט צו נישט, און צו ס'באלאנגט אזוי צו נישט, איז א באזונדערע שמועס, אבער ס'האט גארנישט מיט אידישקייט, איך קען עטליכע בחורים פון דארט, עכט פיינע נארמאלע באזעסענע בחורים, סאו ביטע לאז ארויס די יודעי חן פון דא

איך האב חלילה נישט געוואלט ספעציפיש רעדן איבער די איצטיגע פראבלעם בקר''י איך האב בלויז ארויסגעברענגט אז די אבנארמאלע רעש וואס מ'מאכט איבער טעלעפאנען און אינטערנעט וואלט לייכטער געוועזען מיט דיין וואזשנער בייפאל

I'm back » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:34 pm

· #162074
טאמבל סאס
יוחנן הסנדלר
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

איך וועל אויסבעסערן ענקערע ווערטער:

אפשר זאלן די היימישע מוסדות לערנען מער לימודי חול, און אז איינער וועט ארויספאלן, וועט ער האבן זיין GED, און ער וועט נישט דארפן צוקומען צו דראגס און פוטסטעפס (און פוד סטעמפס)...

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:49 pm

· #162083
א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט א ויכוח מיט א חבר, כ'האב געפרעגט, לא עלינו ולא עליכם, דיין קינד פארט אפ, וואלסטו ענדערש געוואלט ער זאל זיין א דראגי, זיך דרייען מיט די ערגסטע AIDS אנגעשטעקטע עלעמענטן, האקן זונות און רייכערען meth, אבער ס'דא א קליינע שאנס אז ווען ער זעצט זיך אן אין rock bottom וועט ער צוריק קומען, זיין מח געדעמעדזשד פאר לייף, קיין נארמאלע משפחה וועט ער נישט קענען אויפשטעלן, קיין אנשטענדיגע מענטש מיט א דזשאב וועט ער שוין נישט זיין.
אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך א מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה.

דער חבר זאגט אז ער וואלט אויסגעוועלט די ערשטע אפציע... אוי לנו שכך עלתה בימינו.

נאר,,פרייליך » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:03 pm

· #162085
דיין אויפגעקלערטער אוי לנו קרעכץ האט שוין משמיע געווען יאנקל אין פריערדיגען בלאט

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:19 pm

· #162087
וואס נאך טוט זיך עפעס אזוי? פיין קיהל היינט, ניין?

יוחנן הסנדלר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:36 pm

· #162091
טאמבל סאס
יוחנן הסנדלר
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

מאכסט דעך אדער די ביזט? פעלט צענדליגער טויזנטער שומרי תורה ומצות דאקטוירם און לויערס? איך רעד שוין נישט עס איז דא טורא קאלעדזש מיט נאך.

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:58 pm

· #162099
אה, כ'האב הנאה. יעצט זענען שוין אלע געווארן "טויזנטער שומרי תורה ומצות".
אבער ווייסט, א ריזיגע חלק פון זיי פירן א לעבן, עספעשעלי אין די יונגע יארן, זייער ווייט פון א חסידישע איד.
און וויפיל נאך זענען אזעלכע ווי געפילטע'ס צווייטע אפציע.
רוב פון די חברה זענען 'שומרי תורה ומצות' אויף גענוג אז ס'זאל זיך זיי לוינען פאר די ביזנעס צווישן היימישע אידן. כ'רעד נישט דא פון א פשוטע מאדערן ארטאדאקסישע אקאונטענט, וואס זיין קינד אגב דרייט זיך שוין מיט גויאישע פרענד און פריינדינעס. כ'רעד פון דאקטורים למשל. און אפ' פון דזשענעראל פראקטישינערס וואס האבן יעדע נאכט א שיעור אין ביהמ"ד.
אויב זאגסטו: אקעי, גייט'ס אלע אין קאלידזש אבער איך לאז ענק נאר לערנען ארט און עקענאמיקס האסטאך שוין ווידער גארנישט אויפגעטוהן. איז עפעס דען יעדער מסוגל צו לערנען דאס וואס דו ווילסט ער זאל לערנען?

ודי למבין » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:09 pm

· #162111
אייוועלט האט שוין געשפארט?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:44 pm

· #162116
נאר,,פרייליך
דיין אויפגעקלערטער אוי לנו קרעכץ

👍 😂
צום פינטל !

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:45 pm

· #162123
שטילע אינגערמאן
די אלע וואס זענען דארט זענען קליין קעפיגע טיפשום אין זענען ארויס געפאלען פונם סיסטעם צוליב זייער אייגינע רצון אין באשולדיגן יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער ד אמות זינט זיי זענען ארויס פון מאמנ'ז בויך. מטאר נישט אזוי זאגען ווייל ווי נישט ווי זענען זיי אידישע קינדער אבער זאלן זיי גיין אויף אלע רוחות

און דאס מעיג מען יא זאגו ❓ ❗

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:55 pm

· #162125
[ציטאט אראפגענומען]

לגבי די עלטערן (פון או.טי.די.'ס) וועלכע דריקן זיך אזוי אויס, קענמען זאגן דעים מאמר חז"ל "אין אדם נתפס על צערו". אבער די מציאות, די רעאליטעט איז אנדערש. ממילא טוען זיי יא עפעס אויף.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:00 pm

· #162127
🙄
טאמבל סאס
א שוויצער, אדרבה זאג דו.
וואס טוסטו אויב חלילה וחס דיין בחור'ל הויבט זיך מארגן אהן דרייען מיט שלעכטע חבירים, פארט ביסלעכווייז אפ, הויבט אן טרונקען און טוהן דראגס. קיינער האט נישט קיין השפעה אויף אים חוץ זיינע פארפוילטע חבירים. וואלסטו נישט געוואלט אז כאטשיג זאל פוטסטעפס זארגן פאר אים צו טרעפן אן אכסניה, א דזשאב, און ארויסהעלפן זיך לערנען א פאך?

ס'זעהט אויס אז נישט. 😈 😳 😁 😈 😈

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:07 pm

· #162128
געפילטע פיש

אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך אפילו א גויאיש מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה און האלט אויך קראצמעך יערליך.

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:49 pm

· #162138
איך אויך
געפילטע פיש

אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך אפילו א גויאיש מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה און האלט אויך קראצמעך יערליך.

מגלה פנים בתורה שלא כגעפילטע.

#דיסלייק

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:57 am

· #162174
איך האב דערציילט א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א חבר, ווילסט דערציילן אנדערש? גיי האב דיין אייגענע וויכוח.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:31 pm

· #162244
[ציטאט אראפגענומען]

ביי אונז איז ''אויפגעקלערט'' אראפגעקוקט ווייל מיר זען ווי זיי אלע ענדיגן, זיי זענען אלע אויפגעקלערטע מיט איין אגענדע אנצוקומען צו איין ציל , ס'איז א קאוד ווארט. אויב זאל זיך מאכן אן אויפגעקלערטער וואס האט לאנג געטראכט און געקומען צום החלטה אז ער וויל זיין ווי צבי מאיר זילבערבערג וועט יענער זיין אראפגעקוקט ביי יענע אזוי געריפענע אויפגעקלערטע.

דא הט איר א אויפגעקלערטער וועם מיר קוקן זייער ארויף

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:11 pm

· #162249
בכלל נישט. קוק דעם יו טוב לינק

קעניינע הארע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:28 pm

· #162294
כאטש איך האב זיך קיינמאל פערזענדליך נאכגעפרעגט אויף פוטסטעפס און איך שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת, ווייס איך פון די ארגאניזאציע שוין א לאנגע צייט. ווייסט איר פון ווי? פון דא אין היימישן קאווע שטיבל. דא האב איך אלס געזען אז זיי שטיצן אפגעפארענע אידן. איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי? נישט וואס איך ווייס. כ'האב נאר געהערט און געליינט דברי שבח אויף זיי פון די לינקע חברה. אויף איינמאל זענען זיי עפעס א גאר חשובע ארגאניזאציע וואס פייערט א צענטע יארטאג. עפעס איז נישט בסדר דא.
און דאס וואס כעלעמער און אנדערע אויפגעקלערטע שרייען אז מען דארף נוצען דעם קאפ איז טאקע ריכטיג אבער נאר ביז א גדר. מען דארף וויסן אז מען קען נישט אלעס פארשטיין אונזער שכל איז זייער באגרעניצט און די אייבישטערס השגות איז אומבאגרייפלעך און וועגן דעם דארפן מיר פאלגן אלעס וואס עס שטייט אין די תורה אן קיין חכמות אדער אויבער חכמדיגע אויסריידן, זיכער מעג מען טראכטן און עס איז גאר א מצוה צו טראכטן, וכמ"ש ודורשי ד' לא יחסרו כל טוב. אבער מען קען עס נוצן לטובה און אויך פארקערט ה"י, און מאנכע דא ווילן עס נוצן נישט לטובה און שטעלן אן א פנים פון א תם און פרעגן מיט.א תמימות צו אויפגעקלערטקייט איז עפעס א פראבלעם.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:52 pm

· #162313
מיט דעם האט דער נייטרא'ער רב געטייטשט: אשה כי תזריע, אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר, וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:04 pm

· #162317
ונבנתה העיר
מיט דעם האט דער נייטרא'ער רב געטייטשט: אשה כי תזריע, אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר, וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה...

מ'דארף כאפן די עמקות פון דעם מיימאר.... 😂 🙄
בלאט: 1 2 3 4