Footsteps צענטע יארטאג
168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5172
קום איך אזוי אן דא ווי "נר מצוה קא." מוצאי זאת חנוכה.... וואס איז דא פארגעקומען?
דעם קליפ, לויט ווי עס שיינט, איז נמחק געווארן פון שטיבל, און יעצט ווייס איך שוין נישט במה דברים אמורים.
איין זאך ווייס איך אז חוזק מאכן פון אברהם אבינו - דער ארויפגעקוקטע, קלוגסטע מענטש, פייטער פאר מענטשען רעכט וכו'וכו כידוע לתלמידי הרב יונתן זאקס, לויט די גלויבן פון די אראבער, קריסטען, און שארית הפליטה פון שבט יהודה - איז א שטות.
בכל אופן, דאס איז נישט קיין טענה אויף א יחיד צווישען דעם ציבור, והראיה, כמה פעמים וואס אדמו"ר שליט"א רעדט שטותים, און קיין איין פה איז נישט פוצה ומצפצף.
געפילטע פישא שוויצער
ווען איינער איז ווען מקנא דעי שקצים ברויכען זיי דען מאכען אזויפיל שאו'ס אז זיי זענען צופרידען און צאמרעדן אזויפיל ניוול וכפירה??
דאס אלעס איז א סימפטעם פון דעפרעסיע און דורכפאל און פרובירען נעבעך דעם בן זומא איינצורעדן אז ס'איז עפעס דא אין זייער חיי בהמה
און כ"א כסליו איז א סימפטום פון וואס?
פון א מאסען שטראם יהודים הנאמנים לד' בלי דגים ממולאים הנמצאים אצל הק''ש
וואס, זיי זענען אלע דיפרעססד?
קאווע טרינקערקום איך אזוי אן דא ווי "נר מצוה קא." מוצאי זאת חנוכה.... וואס איז דא פארגעקומען?
דעם קליפ, לויט ווי עס שיינט, איז נמחק געווארן פון שטיבל, און יעצט ווייס איך שוין נישט במה דברים אמורים.
איין זאך ווייס איך אז חוזק מאכן פון אברהם אבינו - דער ארויפגעקוקטע, קלוגסטע מענטש, פייטער פאר מענטשען רעכט וכו'וכו כידוע לתלמידי הרב יונתן זאקס, לויט די גלויבן פון די אראבער, קריסטען, און שארית הפליטה פון שבט יהודה - איז א שטות.
בכל אופן, דאס איז נישט קיין טענה אויף א יחיד צווישען דעם ציבור, והראיה, כמה פעמים וואס אדמו"ר שליט"א רעדט שטותים, און קיין איין פה איז נישט פוצה ומצפצף.
איך האב באקומען דעם קליפ אויף וואטסעפפ. (ווי דו זאגסט, די הנהלה האט אוועקגענומען דעם קליפ, אבער כ'בין משער אז ס'איז געווען דער זעלבער וואס איך האב געזען.) און זאלסט טאקע וויסן, אז דו האסט פארפאסט. די רעדע אויף יענעם קליפ איז מלא תוכן און זייער עלאקוואנט אראפגעלייגט. די דברי חכמה וואס מען הערט דארט איז איום ונורא. שלמה המלך וואלט אנידערגעפאלן פון זיין שטיל און איינשטיין וואלט זיך אפגעגאלט דעם קאפ אויב זיי וואלטן נאר דערלעבט צו זען, וואס טיפע געדאנקען א פשוט'ער ילוד אשה איז ביכולת איבערצוגעבן. דאס איז וואס שייך דעם תוכן. אבער ס'איז נישט בלויז דאס. סתם איבערגעבן קלוגע געדאנקען זענען פאראן נאך מענטשן וואס קענען. דאס נעמען אזעלכע מאויימ'דיג-טיפע געדאנקען און דאס אזוי קונציג ארטיקולירן אין אזעלכע שיינע, פאעטישע פראזן -- דאס איז איז שוין אן אמת'ער שטיק קונסט!
מיך האט באזונדערס געכאפט די מוטיגקייט פונעם רעדנער. "שטותים", ווי דו ווייזט אן, קען אדמו"ר שליט"א אויך רעדן. אבער די העלדישקייט וואס אונזער רעדנער דא האט ארויסגעוויזן מיט'ן באווירצן זיינע טיפיזיניגע רייד מיט כסדר'דיגע סF--- off -- איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל (און נאכאמאל!) -- דאס, זיי נישט ברוגז, איז שוין עפעס וואס האט כמעט קיין פארגלייך אין דער מאדערנער היסטאריע. די קני ביי שמשון הגיבור וואלטן געציטערט פון אזא העראאיזם. דארפסט פארשטיין: דאס עצם זאגן דאס עף-ווארט, פאדערט א געוואלד מיט העלדישקייט און לאנגע יארן טרענירונגען. אבער דאס אליין, האבן שוין אנדערע פריער ווי אים באוויזן. (כ'פרואוו חלילה נישט אונטערשאצן זיינע עף-קענטעניסן; אזויפיל נאר, אז נישט אין דעם שטעקט דעם רעדנער'ס עיקר גבורה.) דאס זאגן אזויפיל מאל דורכאויס אזא פארהעלטניסמעסיג-קורצער צייט, און נאך דערצו באזירן א גאנצע דרשה אויף דעם -- דאס איז שוין עפעס וואס דער שכל אנושי קען זייער שווער באגרייפן. דאס עמקות, די חכמה, ועל כולם די העלדישקייט! אך... באמת א חידוש, אז עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן אין א צוריקגעשטאנענער געזעלשאפט זאל באווייזן צו דערגרייכן אזעלכע הויכן.
👍 👍
פשוט גוט ארויגעברענגט. און זיצן דארטן הינדערטער אינגלעך און מיידלעך אויפגעוואקסן אין חסידישע שטובער, קוויטשען און קלאטשן צום FF שלשול, ס'טייטש זיי זענען שוין ציוויליזירטע מענטשן זיי האבן ג'*&^%$ אף ווי דער מטורף מיט די היפי האר זאגט חוזר חלילה.
לעיקוואדאלנפאלס, איז דער ענין וואס ליגט דא אויפ'ן טיש האט גארנישט צוטוהן מיט פילאסאפיע צו אנדערע טיפע חכמות. עס האט פשוט צוטוהן מיט הבנת הנקרא, ובלע''ז reading comprehension. איך פארשטיי אז פאר אזא ניק ווי בן תמליון שטערט יעדער שבח פאר א אט'''ד , אבער ווען מ'טענה' ט עפעס דארף עס כאטש האבען ווערטער. צו שרייען כפירה אויף איינער וואס זאגט נאך א קלארע יסוד שאין עליה חולק, אדער זיך אנכאפען אויף עפעס א ביטוי און נישט פארשטיין די פוינט, איז נישט גערעדט צו דער זאך בכלל. שלום אויסלענדער איז א לץ און ער רעדט בלשון ליצנות, אבער דער פוינט זיינע איז אמת ויציב אפילו אז מיט דעם שטיצט ער אט''ד. קטן זיין אז מען דארף נישט אויסנוצען די מידה פון אברהם אבינו פון לך לך וכו ' אויף אפפארען, אבער פאקטיש איז דאס דער מידה. קאווע שטיבל דארף צו זיין א פלאץ ווי א טענה ענפערט מען מיט א קעגנדער טענה. דאס איז די עיקר יסוד פון אונזער כפירה דא. שטיבלעך ווי מען שרייט שייגעץ ארויס אן קיין קשר ווייל איך האב יענער נישט ליב איז שוין דא גענוג.
אכן, מיין ליבער איד. ס'האט גארנישט צוטאן מיט פילאסאפיע און "אנדערע טיפע חכמות", אבער האט פונקט אזוי ווייניג מיט באנעמען/פארשטיין דאס געשריבנס (בלשון קודש ובלע"ז). ס'האט מער צוטאן מיט יסודות'דיגער, טאג-טעגליכער הבנה אויף דער סאמע פשוט'ער מדריגה ובלע"ז common sense. איך ווייס נישט וואס דו פארשטייסט איבער "אזא ניק ווי בן תמליון", פונקט ווי איך פארשטיי נישט פארוואס פארשידענע אנדערע ניקס מוזן פארלירן די גלייכגעוויכט און זיך וואקלען ווי א שיכור אויף א שטריק יעדעס מאל עמיצער רעדט אנגלית אדער באבקעט הבלים וואס וואלטן פאררויטלט די פנימ'ער ביי אמאטורישע אויבער-חכמים. אויסלענדער לויט מיין (נישט פילאסאפישע-און-אנדערע-טיפע-חכמות'דיגער) געשמאק און reading comprehension איז אזוי לץ ווי די פרימיטיווע מה-יפית'ניקעס דא אין שטיבל זענען חכמים. ווען ער וואלט די זעלבע דרשה, אויפ'ן זעלבן שניט, געזאגט פאר סיי וועלכן אנדערן עולם, אויף סיי וועלכער אנדערער נושא, וואלט קיינער נישט געוואוסט איבער וואס דאס קינד וויינט דא; כיוצא בו, וואלטן קיינעם פון אונזערע צע'בלע"ז'טע רידינג-קאמפריהענדערס נישט איינגעפאלן צו פשי-הו-האען.
א זאכליכע נושא וואלט געווען געהעריג דן צו זיין ווער צווישן די "שטיבלעך ווי מען שרייט שייגעץ ארויס" און די טיפע קאמפריהענדירטע חכמים דא זענען סטאק אין א קלענערן באקס. כנלענ"ד. ובלע"ז: אזוי זאגט מיין נארישער שכל.
איך האב דערווייל נישט קיין פערדל אין דעם רעיס, אבער אויף אזויפיל לאמיך טרייען
פשוט קאמפליצירט, די קונץ פון אויבערלענדער'ס שטיקל איז טאקע דאס צו קענען זיך אויפשטעלן האלטן א רעדע פון פאק וכו'.
א סתם טשילעדיגע דרשה, און דער עולם זאל זיך האלטן ביי די זייטן. ס'איז די געדאנק אז מ'קען נעמען די גרויסע פאטריארכן און זיי באצייכענען מיט אויסדרוקן וואס מיר ערדישע מענטשן באנוצן זיך, און זיי דיסקרייבן (ל"ע) ווי כאילו זיי אליין זאלן זיך האבן באנוצט דערמיט, און דאס איז אויך עפעס וואס ליגט אין די קונסט פון הומאר.
די קונץ איז אז נישט יעדע זאך וואס מ'זאגט ארויס פון מויל פארנט פון אסאך מענטשן זאל מוזן שפריצן פון אויבער חכמישע פקחות
מענטשן וואס גייען אין לעבן מיט אזא שיטה טרעפן זיך נישט דאס פלאץ אין סאסייעטי. נאר ביסט גערעכט אז ס'איז משוגע זיך צוצעקראצן דערפין.
ס'וועקט אויף א אלטע אידישע וערטל, צוויי רבנים האבן געהאלטן א וויכוח מיטן גלח אין קעניגס פאלאץ איבער די כוח פון יאשקע, שרייט דער גלח צו איינער פון די רבנים, איך קען זען מיט מיין רוח הטמא אז דיין זוהן האט מזנה געווען מיט דעם דעם אנדערן רב'ס טאכטער. פאנגט דער רב אן צו לאכן דו רעדסט אזעלכע שטותים, איך האב אפילו נישט קיין זוהן"
ארויסגייענדיג נאכ'ן וויכוח פרעגט ער שטיל דעם אנדערן רב "זאג מיר דעם אמת, דו האסט א טאכטער?"
ווי כאילו אויסלענדער'ס פ*** אף מאכט אברהם אבינו פאר א פ**ער
עס איז מיר א פלא אז קופערניקוס זאל אזוי רעדן. עפעס האט ער פארגעסן אן אמאליגער חתימה זיינער בשם הרב אושו'ן. ודי למבין.
הרב פשוט, איך זעה נישט אין דיינע ווערטער עפעס א טענה, חוץ פון דעם אז דער מהלך פון רעדן איז נישט צו דיין טעיסט. נו איז נישט, איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא אין דעם עפעס אויסטערלישע גאונות צו תוכן. בסך הכל געזאגט עפעס א ווערטל אויף א ליצונישער אופן. דאס איז די חכמה און מהלך פון קאמיקס איבעראל. און אז דיר געפעלט עס נישט איז נישט, אבער צו וואס מאכען פון דעם א גאנצע געשריי כאילו דא טוהט זיך כפירה ומינות וכו', כאילו א ווערטל דרשה וואס איינער האט געמאכט ביי א פארטי און אפאר האלב-אדער גאנץ- שיכור'ע קינדער וואס לאכען צו דעם אויפ'ן קול ערגעץ ליגט אין דעם עפעס די גאנצע אידישקייט אדער אט''ד'ש קייט.
די אווער-רעאקציע דא איז צו'ם שטוינען.
@לעיקוואד אין וויליאמסבורג האט מען אונז מחנך געוועהן אז די ליטוואקס און לעיקוואד איינוואוינער זענען גוים גמורים. כהאב אייביג געלאכט; געמיינט אז כבין קליגער. יעצט בין איך עומד על דעת רבותיי. ווי עס שיינט זענט עטס טאקע כופרים.
גראדע פון די יו טוב קליפס וואס איך האב געזען וועגן די פוטסטעפס איווענט איז נאך אויסלענדער'ס דרשה געווען די מערסטע צו די זאך, נאר איינגעטונקען אין צופיל שמוציגע חרוסת, כדרכו בקודש. עס איז על כל פנים געווען פיל בעסער ווי שלום דין'ס פאלעמיק. נאט אייך אן אויסצוג פון זיינע טיפזיניגע רייד - גענומען פון
דא:
One thing about this very loud crowd is that we put academics
to shame. Our polemics are so inflamed we make sophists look lame.
We’re badass nerds, roaring dorks, geeks kicking hard bookish butt.
Stick around a few years, watch and see
the ex-Satmar kid with the GED get his Ph.D.
and you too will wish you were OTD.
And yeah, we teach too. We’ll teach you to philosophize, to theorize
on how good your butt and thighs look in those jeans. Or, the means
with which to get friendly with a girl during your
advanced calculus class. Or lock eyes
with that cute guy in the lab.
איר הערט וואס דא טוט זיך? פוטסטעפס גייט זיי אויסלערנען ווי אזוי צו פילאזאפירן איבער די טיפזיניגע טעאריעס ווי אזוי אייערע פיס זעען אויס אין די נייע דזשינס. אלזא, ווי קופערניקוס האט שוין אנגעמערקט זעט נישט אויס ווי די פוטסטעפס מעמבערס באשטייען פון די גרעסטע חכמים ונבונים און זעלבסטשטענדיגע, מוח שליט על הלב'ניקעס שביניניו. ממילא איז א שאד אז בן תמליון נעמט זיך אזוי צום הארצן. כל זמן די חברה האבן א מקום ווי זיי קענען אראפלייגן דעם קאפ, זיך אויסרעדן איבער זייער עבר און הוה און פארברענגען אביסל, רעדן איבער זייערע דזשינס און די מיידלעך איבער וועלכע זיי חלומ'ן בשעת דעם שיעור אין מאטעמאטיק איז הכל ריוח. די איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
יאירדי איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
@הוגה נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט דיר עס אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז דו קענסט זיך נישט בארואיגען ביז דו חזר'סט זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נארמאל און גערעכט די פודסטעפס מעמבערס זענען. וואס שטערט דיר אזוי? איז מעגליך אז דו האסט עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט דעות כוזבות און אבק כפירה.
הוגהנאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
עס שטערט דיר אויף א פערזענליכע אופן? מיר שטערט עס נישט. דאס איז פשוט א טרוקענע אנאליז איבער זייער צוזאמקום, ווי אנשטאט מען זאל הערן אינהאלטסרייכע רעדעס אויף א נארמאלער פארנעם איבער עוואלוציע און בייבל קריטיק הערט מען אפאר צעיושעטע יונגען פארפירן און פארטיען.
און דו ווייסט וואס? אז איך טראכט אריין שטערט מיר דאס יא אויף א פערזענליכע אופן. איך וואלט געהאפט אז די פירות פון דעם חסידישן חינוך וואס האבן זיך שוין באפרייט עטליכע יאר פון אונזער סביבה און מקריב געווען אזויפיל קרבנות דערביי זאלן כאטש האבן דעם שכל און ווערן קלוגער און ברייטער. דערווייל זע איך אז זיי זענען געגאנגען פון חושך צו אפילה, פון איין סארט צמצום צו אן אנדער סארט צמצום. הזאת נעמי? אויף צו לעבן א חיים טובים און עסן בעקאן און האבן מיידלעך פאר אפאר דאלער קען מען דאך בלייבן א חסיד אויך.
אפטעמיסט, למאי נפקא מינה, איך שטער דען איינעם?
חוץ מזה, וואו האב איך אמאל געזאגט דא אויב פוטסטעפס איז נארמאל אדער נישט?
ביסט א קליגער חברה'מאן, איך האלט פון דיר זייער. אבער דו זעהסט אויס צו זיין א באצאלטע שרייבער, געדינגען דורך אויסלענדער ודעימי'.
[quote="יאיר"אויף צו לעבן א חיים טובים און עסן בעקאן און האבן מיידלעך פאר אפאר דאלער קען מען דאך בלייבן א חסיד אויך.[/quote]
אה יא, ביי וועלכע חסידות?
עפעס זעהט אויס איר כאפט נישט, אבער דאס איז געווען א פארטי, נישט קיין קורס אפיקורסות 101.
אפטעמיסטביסט א קליגער חברה'מאן, איך האלט פון דיר זייער. אבער דו זעהסט אויס צו זיין א באצאלטע שרייבער, געדינגען דורך אויסלענדער ודעימי'.
לעצטנס איז דער עולם דא אויף וועידזשעס, יאכנע ווייסט קלאר אז באריסטא איז אויף פעיראל ביי ניקלשבורג, און אפטעמיסט האט אינערליכע אינפארמאציע אז הוגה קריגט זיין געהאלט ביי אויסלענדער.
זאג, ווייסט איינער וואו מ'קען עפלייען? פארוואס בין איך נישט ענראללד דא אין די פארטי. איך בין גרייט צו שרייבן איבער סיי וואס און אהערשטעלן סיי וועלכע מיינונג ווילאנג איך קריג אויך מיין טשעקל יעדן וויקענד.
יאיר, ווי קומט אריין ביבל אקעדעמיא אדער סייענס ביי א פארטי? אפשר פרעגסטו די זעלבע קושיות אויף די גרויסע אווארד שאוס? פארוואס זאגט קריס ראק נער'ישע ווערטלעך וועגן פרעזידענט אבאמא, זאל ער ענדערש נאכזאגן איינשטיינס thesis. פארוואס רעדט ראבין וויליאמס איבער מיידלעך און ציצקעלעך, זאל ער ענדערש נאכזאגן א שטיקל העמינגוועי? ווילסט וויסן פארוואס? ווייל ס'איז א פארטי, און ביי א פארטי זינגט מען און מען טאנצט און מ'שטעלט אויף קאמידיענס צו מאכן די עולם לאכן. אויסלענדער איז א genius אין א געוויסע סטייל פון קאמעדי, ווער עס פארשטייט דערצו האט געוואלדיג הנאה פון אים. און יא אפטעמיסט, איך בין א גרויסע פען פון אויסלענדער, איך בין מודה, כ'האב געליינט אלעס וואס ער האט נאר אמאל געשריבן. אבער וואו האב איך "אים" דא דיפענדעד? קאם אן!
יאיר, וואס פונקטליך טוט דיר אזוי וויי אז אפאר אידעלעך האבן א געשמאקע פארטי און א good laugh? ביטע ערקלערט.
@הוגה דו פרעגסט וואס ס'גייט אזוי אן אז אפאר (אמאל געוועזענע) אידעלעך האבן א גוטע לאך? משל למה הדבר דומה, לאמיר זאגן דו זעהסט א ווידיאו ווי דיין אייגן זון מאכט א פארטי, האלט א דרשה און רעדט אזוי וועגן דיר. וואס וואלסטו געזאגט? וואלסטו אים אויך פארטיידיגט אז ביי א פארטי רעדט מען אזוי און "ער האט סך הכל א גוטע לאך"?
איים סארי, באט יו דאנט מעיק עני סענס.
הוגהיאיר, ווי קומט אריין ביבל אקעדעמיא אדער סייענס ביי א פארטי? אפשר פרעגסטו די זעלבע קושיות אויף די גרויסע אווארד שאוס? פארוואס זאגט קריס ראק נער'ישע ווערטלעך וועגן פרעזידענט אבאמא, זאל ער ענדערש נאכזאגן איינשטיינס thesis. פארוואס רעדט ראבין וויליאמס איבער מיידלעך און ציצקעלעך, זאל ער ענדערש נאכזאגן א שטיקל העמינגוועי? ווילסט וויסן פארוואס? ווייל ס'איז א פארטי, און ביי א פארטי זינגט מען און מען טאנצט און מ'שטעלט אויף קאמידיענס צו מאכן די עולם לאכן. אויסלענדער איז א genius אין א געוויסע סטייל פון קאמעדי, ווער עס פארשטייט דערצו האט געוואלדיג הנאה פון אים. און יא אפטעמיסט, איך בין א גרויסע פען פון אויסלענדער, איך בין מודה, כ'האב געליינט אלעס וואס ער האט נאר אמאל געשריבן. אבער וואו האב איך "אים" דא דיפענדעד? קאם אן!
יאיר, וואס פונקטליך טוט דיר אזוי וויי אז אפאר אידעלעך האבן א געשמאקע פארטי און א good laugh? ביטע ערקלערט.
אז אידעלעך לאכן טוט מיר בכלל נישט וויי, אדרבה, כ'האב זייער הנאה דערפון. עס טוט מיר נאר וויי אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אויב דו וועסט אויסהערן די קליפס פארזיכטיג וועסטו זען אז אפילו צו די דרשות/קאמעדיס פון דין און אויסלענדער האט רוב עולם נישט אויסגעהערט נאר געשמועסט און געלאכט הויך.
און ניין, דאס איז נישט געווען סתם א פארטי פורים נאכמיטאג. עס איז געווען אן איווענט וואס האט אפגעצייכנט א היסטארישע מאמענט. צען יאר זינט די או טי די האבן זיך צוזאמגענומען צו פארעמען אן אייגענע גרופע. איך וואלט ערווארטעט אביסל מער תוכן און רעספעקט פון די באטייליגטע. אדרבה, טרעף מיר איין לעגיטימע איווענט פון א נארמאלע ארגאניזאציע וואו מען רעדט אזויפיל מיאוס'ע ווערטער.
אז דו דערמאנסט די אווארד שאוס, וועל איך דיר זאגן אז אין הכי נמי. דאס איז טאקע א גוטע צוגלייך. להערה בעלמא, די האליוואד אקטיארן וואס באקומען די אווארדס זענען לאו דוקא די מערסט מאראלישע און תוכנ'דיגע מענטשן אויף דעם פלאנעט, כידוע לכל בר בי ענטערטעינמענט דחד יומא.
אין די צענדליגער יארן היסטאריע פון די אקעדאמי אווארדס איז אינגאנצן איינמאל דערמאנט געווארן דעם שם המפורש אין יאר 10' למספרם דורך
מעליסע ליוא אויף וואס זי האט זיך שארף אנטשולדיגט דערויף נאך וואס עס האט געשאפן א שווערע קאנטראווערסיע. ווי אויך איז עס ווי פארשטענדליך אויסגעשניטן געווארן דורך אלע מידיא קאנאלן.
הוגה
חוץ מזה, וואו האב איך אמאל געזאגט דא אויב פוטסטעפס איז נארמאל אדער נישט?
הוגהוואו האב איך "אים" דא דיפענדעד?
אפטעמיסט, דו האלטסט אין איין מאכן allegations אקעגן מיר אבער דו האלטסט נישט ביים ענטפערן ווען מען האלט דיר אפיר. ביטע זייזשע גוט, ענטפער קודם אויף די צוויי שאלות וואס איך האב דיר פריער געפרעגט (אדער צו צוריק פון דיינע אלעגעישאנס) און דערנאך וועט מען אריינגיין אין א נייע שמועס בנוגע אויב מען מעג זיך ווערטלען מיט א טאטע אדער נישט. און אפילו אויב נישט אויב עס איז עק וועלט.
יאירעס טוט מיר נאר וויי אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אויב דו וועסט אויסהערן די קליפס פארזיכטיג וועסטו זען אז אפילו צו די דרשות/קאמעדיס פון דין און אויסלענדער האט רוב עולם נישט אויסגעהערט נאר געשמועסט און געלאכט הויך.
אהא, הייסט דו ביזט פון די וואס שישקענען אלעמאל ביים ליינען, אדער ביי די שבע ברכות דרשות?.. ס'שטערט דיר ס"ה די כבוד פון אויסלענדער און דין? איך וויל נישט sound'ן ווי כאילו איך זיך דא צו דיפענדן די otd'ס אויף א יעדע פאל, אבער דיין טענה סאונדט זייער petty.
יאירלהערה בעלמא, די האליוואד אקטיארן וואס באקומען די אווארדס זענען לאו דוקא די מערסט מאראלישע און תוכנ'דיגע מענטשן אויף דעם פלאנעט
וממילא?
און איך וועל דיר זאגן סתם להערה בעלמא, אויף פעיסבוק פארציילן די חברה אז ס'געווען צוויי חלקים. קודם איז געווען א "פארטי" פאר אלע געסט, און דארט האבן גערעדט אויסלענדער און דין. שפעטער איז געווען אן ערענסטע פענסי gala וואס דארט האבן אויפגעטרעטן די מייסדים און אנדערע רעדנער מיט ערענסטע דרשות. (כ'גלייב נישט אז מען האט גערעדט פון בייבל אקעדעמיא דארט, אבער יאיר, גיב אריין א ריקוועסט פאר די צוואנציגסטע יארטאג, כ'בין זיכער אז זיי וועלן דיר נאכגעבן, זיי זענען פיינע מענטשן.)
.
הוגה דו טרייסט מיר צו כאפן ביים ווארט. איך ווייס נישט צו דו האסט ערגעץ קלאר דיפענדיד די אט"ד. אבער אפילו א בלינדער זעהט עס צווישען דיינע שורות.
דו אליינס פארשטייסט אז מען זעהט אזוי אין דיינע תגובות:
איך וויל נישט sound'ן ווי כאילו איך זיך דא צו דיפענדן די otd'ס אויף א יעדע פאל
איינער קען מיר ערקלערן פארוואס יעדן מאל וואס מען רעדט איבער די או טי די'ס שיסן זיך בייסיגע און שטעכעדיגע לשונות פון רעכטס און לינקס? פארוואס קען מען נישט נארמאל דן זיין אין דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן אן זיך פליקן אויף אלע זייטן.
מאראנצןזאפטאפטעמיסטביסט א קליגער חברה'מאן, איך האלט פון דיר זייער. אבער דו זעהסט אויס צו זיין א באצאלטע שרייבער, געדינגען דורך אויסלענדער ודעימי'.
לעצטנס איז דער עולם דא אויף וועידזשעס, יאכנע ווייסט קלאר אז באריסטא איז אויף פעיראל ביי ניקלשבורג, און אפטעמיסט האט אינערליכע אינפארמאציע אז הוגה קריגט זיין געהאלט ביי אויסלענדער.
זאג, ווייסט איינער וואו מ'קען עפלייען? פארוואס בין איך נישט ענראללד דא אין די פארטי. איך בין גרייט צו שרייבן איבער סיי וואס און אהערשטעלן סיי וועלכע מיינונג ווילאנג איך קריג אויך מיין טשעקל יעדן וויקענד.
מאך דיך נישט אזוי תמ'וואטע. מיר ווייסן גאנץ גוט אז דו זיצט אויף א פעטע פעיראל פון דער שטערן, די סאטמארע קהילה אין אנטווערפן, און די סטיטשינער מבקשים. אויף קאווע שטיבל וועסטו שרייבן בחינם.
יאיראיינער קען מיר ערקלערן פארוואס יעדן מאל וואס מען רעדט איבער די או טי די'ס שיסן זיך בייסיגע און שטעכעדיגע לשונות פון רעכטס און לינקס? פארוואס קען מען נישט נארמאל דן זיין אין דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן אן זיך פליקן אויף אלע זייטן.
יאיר, כמעט אלע דיינע קשיות איבער מענטשן ווערן געדעקט מיט דיין(ע) חתימה (ות).
הוגהיאירדי איינציגסטע ברענענדיגע שאלה בלייבט, וואס האט זיי געפעלט ביי אונז, די מאטעמאטיק קלאס אדער די מיידלעך.
נאך איין ברענעדיגע שאלה איז, וואס שטערט עס אונז אזוי שטארק אויף אזא "פערזענליכע" אויפן, עד כדי כך אז מיר קענען זיך נישט בארואיגען ביז מיר חזר'ן זיך איין, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי נאריש און משוגע זיי זענען. וואס שטערט אונז אזוי? איז מעגליך אז מיר האבן עפעס א גילטי קאנטשענס? אדער איז עס פראסט און פשוט מידות משחתות.
אן אריינגיין צו גערעכט צו נישט, לבי אומר לי אז ס'איז דא א סיבה. דער אוי.טי.די האט נישט בלויז באשלאסן מה לי ולצרה הזאת, גענוג געוועזן, איך קלעב זיך צוריק דעם שטיקל, און א כתיבה וסיסטימע טובה. דאס ברויך זיין יעדעמס פריוואטע בחירה, און קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן; וועדער מיט די קריעה רייסעריי פון די עלטערן אינקלודעט, צו נישט.
ער/זי/זיי קוקן די גאנצע צייט אויף צוריק. פארנומען בעשען דעם סיסטעם צו אידישקייט (דאס פארשטייסטו אוודאי, ווייל זיי זענען וויקטעמס). זייער עצם נאמען אף דע דרך רעדט פאר זיך, פילע פון זייערע ארטיקלעך, און אנדערע אקטיוויטעטן איז איבער זייערע "היימישע" ברודער, און פארמאגן אן אנגייענדע פראפעגאנדע מאשין אנטקעגן די יעניגע אויף וועמען דו האסט דעם "ברענעדיגע" קשיא. איך גיי בכלל נישט יעצט אריין אין א דעבאטע צו זיי האבן רעכט, צו מ'קען זיי פארשטיין אא"וו. דער פאקט אבער אז זיי מאכן פרומע אידן ביודעים ובלא יודעים אלס זייער קאנקורענט, דאס ברענגט זייערע אקטיוויטעטן צו ווערן שטרענג אבזערווירט ביי מענטשן אינערהאלב די ראמען פונעם סיסטעם, וועלעכע כמים פנים אל שמנים שפירן זיי זענען א קאנקורענט. און אויב האלטן זיי הזאת נעמי, סארא ליצנות דו פארקויפסט אין נאמען פון אינטעליגענציע, זאגט מיין שכל אז דאס קען פירן צו היציגע דיני ודברים. אלזא, אן אריינגיין אינעם עצם דעבאטע, ווייס איך נישט מר. הוגה צו דאס איז אזא שטארקע "ברענעדיגע" קשיא.
עס איז ממש אנבעליוועבל וואס דא איז געשען, קאווע שטיבל איז געווארן א צווייטער גייסט פון footsteps אויפן געוועב, באמת, יעדער פוסטער יונגעלע וואס וויל זיך זעלבסט קאמפלענטירען און זיך מחזק זיין, האט געטראפן א פלאץ דא אויפן (געוועזענעם) נארמאל שטיבל, ווי ער גיט א פראסק דעם אייבירשטען אדער רייסט ער אביסעלע אראפ דאס וועג וואס זיינע ״פאנאטישע״ זיידעס און באבעס האבן געלעבט דערמיט, און ער קען זיך קלאפן אויף די פלייצע ווי ״גיט״ ער האט געזאגט, אזש אז ער שפירט זיך ווי אן אקעדעמישער סטודענט און די הארווערד אינווירזיטעט וואס זיינע לערער און פראפעסארן שטיינן ממש און שטוינען פון זיין טופזיניגע חכמה, אבער דאס גיט געפיל פון די ״קאווע שטיבל זעלבסט ווירדע מעדעצינישע דאזע״ גייט גאנץ שנעל פאריבער, ווען ער טרעפט זיך און דעם בית מדרש בית הכסה מיט צווי איטשיגע פאפיר זיך צו פארווישן און מיט שכינים וואס רייכערן אים אריין פון ביידע זייטן ווען און די בעקראוינד הערט מען ווי מען רופט אויס די מנינים איינס נאכן צווייטן.
דער פסוק זאגט, נח איש צדיק תמים היה בדורותיו. שטייט אין רש"י, אילו היה בדורות של צדיקים לא היה נחשב לכלום. שטעלן זיך די מפרשים, ווי קען דאס זיין, אויב נח איז א צדיק איז ער דאך א צדיק אין סיי וועלכן דור ער זאל זיך נאר געפינען. האב איך אמאל געזאגט דא ביי אונז, נח איז געווען א צדיק מיט דעם וואס ער איז געווען פארנומען האקן אויף אנדערע וואס זענען ערגער ווי אים. ווען מען שטעלט אים אריין אין א דור פון צדיקים וואלט ער דאך נישט געהאט אויף וועמען צו האקן, וואלט ער אויטאמאטיש געווארן אויס צדיק.
יאיר טייערע, קוק ארום און יעדע איינציגע פון מיינע תגובות, טרעף מיר איין פלאץ ווי איך האק פערזענליך אויף עני ניק... עס איז נאך קיינמאל נישט געשען, אנדערש ווי רוב חכמים דא..
דו קענסט חוזק מאכן, אוועקמאכן, אפלאכן, פון מיינע ווערטער, אבער ווען די איי וועלט ספליט איז געשען, און איך פונקט ווי די האמיר זיך געפרייט צו קאווע שטיבל ווי צו א יקר המציאות וואס דארט גייט מען זיך אביסעלע קענען פארברייטערן און דורכגיין דעם רוסישן צענזור, האסטו אבער נישט גע'חלומ'ט אז איין טאג גייט מען דא ברענגען דרשות ווי איינער זאגט "פ... אויף אברהם אבינו, און עס זאל זיין איינער דא וואס זאל אים פארענטפערן אז עס איז נאר א דזשויק...
איך בין נישט קיין פרומער, איך האלט נישט אז די רבנים זענען דאס סמעטענע פונעם דור, אבער ווי ווייט דאס פלאץ האט זיך דערקייקלט איז א פאקט וואס יעדער מיט אפענע אויגן איז מודה!
איש צדיק תמים אבער ווי ווייט דאס פלאץ האט זיך דערקייקלט איז א פאקט וואס יעדער מיט אפענע אויגן איז מודה!
און אויב ער איז נישט מודה איז א סימן אז ער האט נישט קיין אפענע אויגן, רייט?
איש צדיק תמיםעס איז ממש אנבעליוועבל וואס דא איז געשען, קאווע שטיבל איז געווארן א צווייטער גייסט פון footsteps אויפן געוועב, באמת, יעדער פוסטער יונגעלע וואס וויל זיך זעלבסט קאמפלענטירען און זיך מחזק זיין, האט געטראפן א פלאץ דא אויפן (געוועזענעם) נארמאל שטיבל, ווי ער גיט א פראסק דעם אייבירשטען אדער רייסט ער אביסעלע אראפ דאס וועג וואס זיינע ״פאנאטישע״ זיידעס און באבעס האבן געלעבט דערמיט, און ער קען זיך קלאפן אויף די פלייצע ווי ״גיט״ ער האט געזאגט, אזש אז ער שפירט זיך ווי אן אקעדעמישער סטודענט און די הארווערד אינווירזיטעט וואס זיינע לערער און פראפעסארן שטיינן ממש און שטוינען פון זיין טופזיניגע חכמה, אבער דאס גיט געפיל פון די ״קאווע שטיבל זעלבסט ווירדע מעדעצינישע דאזע״ גייט גאנץ שנעל פאריבער, ווען ער טרעפט זיך און דעם בית מדרש בית הכסה מיט צווי איטשיגע פאפיר זיך צו פארווישן און מיט שכינים וואס רייכערן אים אריין פון ביידע זייטן ווען און די בעקראוינד הערט מען ווי מען רופט אויס די מנינים איינס נאכן צווייטן.
👍 👍 👍
@יאיר מען זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים אויף דעם וואס רש"י זאגט "יש מרבותינו שדורשין אותו לשבח ויש שדורשין אותו לגנאי", פארוואס שטייט נישט "יש מרבותינו שדורשין אותו לגנאי"? איז די תירוץ אזוי: ווילסט אים דורש זיין לגנאי? יור טשויס. אבער מען זאל זיך ח"ו נישט אפלערנען פון זיי צו דורש זיין לגנאי. דערפאר שטייט נישט "רבותינו".
יאיראיינער קען מיר ערקלערן פארוואס יעדן מאל וואס מען רעדט איבער די או טי די'ס שיסן זיך בייסיגע און שטעכעדיגע לשונות פון רעכטס און לינקס? פארוואס קען מען נישט נארמאל דן זיין אין דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן אן זיך פליקן אויף אלע זייטן.
די סיבה איז פשוט לפענ"ד. די פוטסטעפס איז ביי נעיטשער א זאך וואס אונזער געמיינדע איז זייער פעשעניט דערוועגן. יעדער איינער, המיימינים והמשמאילים, זענען זייער שטארק ביי זייער מיינונג.
וויבאלד שאלות און קשיות זענען, אין אונזער יודישקייט, אסור בתכלית, איז יעדער וואס פאוסט א קושיא וועט ער אויפרעגן און שטעכן די וואס האבן קיינמאל פון די קושיא נישט געטראכט און דעריבער האבן שיי דערויף נישט קין ענטפער. ווידעראום די וואס האבן יא געטראכט איז די אלע קשיות, מיינונגען און אויסדריקן נישט קיין נייעס און וועלן זיך קענען איידענטעפייען מיט די קושיא צום מינימום, און אפילו האבן א תירוץ דערויף.
קיינער האט נישט פארטיידיקט זיין ניצן פון ווערטער, עס איז בלויז די וועג ווויאזוי ער קוקט אן זאכן וואס עטליכע האבו דא פארטיידיקט.
פאדסטעפס איז געגרינדעט קעגן דעם דרך החיים פון אונזער געמיינדע, עס איז נגד יודושקייט, עס איז פארנומען אגאנצן טאג מיט אינז, רעדן קעגן אינז, שרייבן קעגן אינז, אבער מאנכע פארשטייען נישט פארוואס געוויסע ווערן אויפגערעגט ווען מען רעדט פון זיי....
לעיקוואד טייערע, א קושיא איך האב צו דיר.
דו הויבסט אן דיינע ווערטער:
לעיקוואדער רעדט אפשר נישט די איידלסטע שפראך, אבער די עיקר ווארט וואס ער זאגט איז אמת ויציב... וכו'
שפעטער זאגסטו:
לעיקוואד
דער ענין וואס ליגט דא אויפ'ן טיש האט גארנישט צוטוהן מיט פילאסאפיע צו אנדערע טיפע חכמות... שלום אויסלענדער איז א לץ און ער רעדט בלשון ליצנות, אבער דער פוינט זיינע איז אמת ויציב אפילו אז מיט דעם שטיצט ער אט''ד. קטן זיין אז מען דארף נישט אויסנוצען די מידה פון אברהם אבינו פון לך לך וכו ' אויף אפפארען, אבער פאקטיש איז דאס דער מידה...
האלטן מיר דערווייל נאכאלס אז יעדע ווארט איז אמת, אבער ער איז א געזונטע לץ און מען דארף נישט לייגן געוויכט דערויף (די זעלבע ווי פריער, אבער מער פארוואסערט אביסל).
דערנאך שרייבסטו:
לעיקוואד
איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא אין דעם עפעס אויסטערלישע גאונות צו תוכן. בסך הכל געזאגט עפעס א ווערטל אויף א ליצונישער אופן... כאילו א ווערטל דרשה וואס איינער האט געמאכט ביי א פארטי און אפאר האלב-אדער גאנץ- שיכור'ע קינדער וואס לאכען צו דעם אויפ'ן קול...
האלטן מיר שוין אז עס ליגט נישט קיין תוכן, נאר סתם א ווערטלדיגע דרשה.
דער טויש אין שטימע פון דעם ערשטן תגובה ביז די לעצטע, איז צום שטוינען.
ווען איינער איז פיל מיט נגיעות צו פארטיידיגן עפעס , וועט נישט שרייבן דער אמת ווייל זיין מיסיע איז נישט דא דער אמת... דערפאר איז בכלל נישט צום שטוינען וויאזוי זאכן טוישן זיך ביי זיי פון איין תגובה ביזן צווייטן. אבער צו לעיקוואוד'ס קרעדיט ער רעגט מיר בכלל נישט אויף ווייסט פארוואס? ווייל ער שרייבט וואס ער האלט באמת ער טוט עס נישט פאר א לייק, און דאס איז צו אפרישיעטען.
דער חפץ חיים און משנה ברורה זענען איין מענטש, דאס ווייסט יעדער. ווער האלט אז פינטעלע און איש צדיק זענען איינס?! 🙄
איך דיסאגרי מיט פינטעלע אויף 80% פון די נושאים דא.
ווער האלט אז הוגה און לעקוואד זענען איינס?
אבער ווען עס קומט צו כופרים בה׳ ובתורתו איז ביי אידן וואס האבן א טראפעלע אמונה בה׳ ובתורתו, האלטן מיר אלע ווי איינס, און ווער עס קען שטיין גלייכגילטיג און זיך נאך אננעמען פאר איינעם א כופר בה׳ וואס שטעלט זיך אויף ברבים און זאגט פ... עפ״ל אויף אברהם אבינו ע״ה קען נישט פאסעבלי האבן קיין טראפ אמונה בה׳.
[ציטאט אראפגענומען]
אר וועבסייט איז שמוציג?
רגזנותא לא עלתה בידו.. יעצט ממש האב איך אפגעליינט דעם גאנצן אשכול און ארויס מיט א זייפן בלאז. צווישן פשוט קאמפליצירט, יאיר, הוגה, לעיקוואד און בן תמליון האב איך ערווארטעט עפעס היבש בעסער ווי א ס"ה פון צעיושעוועטע שרייערייען איבער וואס איינער האט יא אדער נישט א רעכט צו זאגן. גיי פארשטיי פארוואס פוטסטעפס ברענגט ארויס אזעלכע צוהיצטע הרגשים אז א נארמאלע שמועס איז נישט ערמעגליכט.
איי גיוו אפ.
מורינו הרב, רוף צאם אן אסיפה פון אלע חכמים ונבונים אפשר קען איינער אייך מסביר זיין ווי די כלומ'רשטע סתירה וחזרה וואס איר פרעגט הייסט אז איר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך האב געשריבען. איך האב זיך שוין מייאש געווען פון זיך מסביר זיין פאר מענטשען וואס ווייזען נישט קיין הבנת הנקרא.
איש צדיק תמיםאיך דיסאגרי מיט פינטעלע אויף 80% פון די נושאים דא.
ווער האלט אז הוגה און לעקוואד זענען איינס?
אבער ווען עס קומט צו כופרים בה׳ ובתורתו איז ביי אידן וואס האבן א טראפעלע אמונה בה׳ ובתורתו, האלטן מיר אלע ווי איינס, און ווער עס קען שטיין גלייכגילטיג און זיך נאך אננעמען פאר איינעם א כופר בה׳ וואס שטעלט זיך אויף ברבים און זאגט פ... עפ״ל אויף אברהם אבינו ע״ה קען נישט פאסעבלי האבן קיין טראפ אמונה בה׳.
און צופיל שכל אי.טי.סי. פארמאגט אויך ניש אזא לייק הונגעריגער פארשוין וואס זיכט עגא און שטאלץ אויפען חשבון פון די אמונה טהורה
צו שוואכע ארטיקל.
<a class="postlink" href="http://m.us.wsj.com/articles/formerly-orthodox-and-struggling-for-parental-rights-1407810872?mobile=y">http://m.us.wsj.com/articles/formerly-o ... 2?mobile=y</a>
[ציטאט אראפגענומען]
דער אמת (לפענ"ד) איז, אז א יעדער פאל פון די או.טי. די. מעמבערס איז אנדערש ולא על הכלל כולו יצא. למשל שלום דיען האט זיך געהאט זיינע מאטיוון פאר איבערלאזן ארטאדאקס אידישקייט. אבער ער האט נישט קיין שנאה און פאראכטונג צו דעים. ער האט געהאלטן (אפשר איז ער גערעכט?) אז דער ארטאדאקסישער חינוך סיסטעם האט איהם צוריקגעהאלטן פון באקומען א וועלטליכע עדיוקעישן. און ער האט געטון למעשה. ער האט זיך אויסגעלערנט א גוטן ענגליש און ער איז געווארן א שרייבער. אבער ער גייט אן שנאה. דעברא פעלדמאן (שרה'לע ברקוביק), לאידך גיסא, האט געהאט אינגאנצן אנדערע מאטיוואציעס. זי איז געטריבן געווארן דורך א געפיל פון נקמה. ווייל זי איז געקומען פון א צובראכענע און צושטערטע שטוב, האט זי זיך געוואלט נוקם זיין אין אידישקייט בכלל. פאר פרידא וויזעל (בת הרב מאיר ווערטהיימער שליט"א) איז פשוט נמאס געווארן דאס אויסגעליידיגטע און באשרענקטע אידישקייט וואס מ'האט פראקטיצירט אין איר פאטער'ס הויז. האט זי געטון למעשה. און אלעס אראפגעווארפן (מיר האבן געזעהן וויאזוי זי האט אויסגעזעהן אלס שפיצל לעידי. וואוילע מאמעלע.). און ברענדא טוירטל , המכונה בריינדי ראזנבערג איז פשוט א שוי גוירל. לפענ"ד האט זי באקומען איר אינספיראציע פון הרב הצאדיק ליפא שמעלצער. וועלכער איז געוועהן דער נחשון ( בלשון המעטה) פון מזלזל זיין אין אידישע ערכים און קדשי בני ישראל. אז ער מעיג זיך אפפיקטשער'ן מיט צוזאמגעדרייטע רצועות פון תפילין און א צוקנייטשטע גמרא מעיג זי אנטון תפילין אויף אירע טמא'נע פיס. און אנטון א טלית של מצוה נאקעטערהייט. אלעס פאר די שאו עפעקט. אויך די זעלבע ווייל אין איהר טאטנ'ס הויז און אין איר סקול האט מען נישט געלערנט די שמחה און די טעמים פון מקיים זיין מצוות. נאר נעגאטיוו... 😕 😂 🙄 😳 😳 😳 😢 😞 😮
נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פאר נעמען... וואו זענען די 700 פוסטריט מעמבערס?
נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?
ימי קדםנישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?
ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮