☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Footsteps צענטע יארטאג

Footsteps צענטע יארטאג

168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5172
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:10 pm

· #162320
ונבנתה האסט מיר אויסגעשאסן...
דער ווערטל (ענליך) קומט פון דא (כ'האב עס שוין אמאל מעתיק געוועהן)
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=646587#p646587">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 87#p646587</a>

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:16 pm

· #162321
מיין לייק איז אויך פארען אויספלאץ.

ימי קדם » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:54 am

· #162460
קעניינע הארע
איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי?

איך ווייס צו זיי הייסן ביי דיר תורה'דיג, אבער יא עס איז דא, אזא איינער ווי הרב יעקב הורוויץ פון מאנסי, ועוד.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:47 pm

· #162748
מיר ווארטען צו הערן וויאזוי דער מעמד איז אדורך, בעיקר די קבלות על העתיד.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:57 pm

· #162835
ימי קדם איז דאך יא גערעכט, שטיין זאגט דאך קלאר אז פוטסטעפט האט אים זייער שטארק געשטיפט יא צובליייבן אין די קאמיוניטי.

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:36 pm

· #162913
ימי קדם
קעניינע הארע
איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי?

איך ווייס צו זיי הייסן ביי דיר תורה'דיג, אבער יא עס איז דא, אזא איינער ווי הרב יעקב הורוויץ פון מאנסי, ועוד.

תורה'דיגע אויטאריטעט (whatever that means) צו נישט, הרב יששכר כ"ץ פונעם קאמפעטישן Frum and Stuck האט אויף פעיסבוק אנגערופן פוטסטעפס' פעולות "עבודת הקודש".

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:46 pm

· #162916
כיידל ועוד, איך האב שוין ערגעצעוו דא צוגעברענגט בשם א חשוב'ע רב און משפיע הרוצה בעילום שמו אז עס איז א מצווה צו שטיצען פוטסטעפס.

בעל הבית » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:07 pm

· #162924
ווער איז דער שרולי?

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:58 pm

· #162936
די וואס פאלען נעבעך ארויס זענען אויס צו ווערען אויסגעניצט דורך נידריגע עלעמענטען, היימישע מנוולים וואס לאקערען אויף די בחורים און מיידלעך זיי אויסצוניצען און דורך דעם לייגט מען זיי אין דער ערד אריין, און זיי ווערען נאך מער צובראכען ווי פריער, און קלערען נישט פין זיך סעטלען און זיין נארמאלע מענטשען, און פארשטייט זיך אידען לויט זייער הבנה און לימיטעישענס,

טאמער איינער גייט און פראבירט צו סעטלען די בחורים און מיידלעך, אז זיי זאלען וויסען זיי זענען א יש, א מענטש, וואס ווייל ער וויל צוריק פאטשען אויף דער סיסטעם וכו', מיינט עס נאך נישט אז ער-זי דארף גיין און זיך מדבק זיין מיט יעדעס מנוול וואס זאגט צו גאלדענע גליקען, און סעטעלט זיי אריין אין זייערע מדריגה צו עכ"פ זיין א מענטש, אזוי וועט ער לכה"פ קענען מאכען א ריינער החלטה וואס און ווען ער וויל טוהן און זיין, איז עס א גוטע זאך.

איך ווייס נישט אויב פוטסטעפס טוט דאס אדער נישט, אבער אויב טוהן זיי דאס, איז פשוט א שאד אז דאס ווערט געפירט דורך מענטשען וואס זענען נישט מער היימיש.

נצבד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:57 am

· #162965
דוד המלך שרייבט אין תהילים " וראה אם דרך עוצב בי ונחני בדרך עולם"

כזאג גארנישט, איך ברענג נאר א פסוק

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:06 pm

· #163009
שלמה המלך זאגט אין שיר השירים, אם לא תדעו לך היפה בנשים, צאו לך "בעקבי".

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:28 pm

· #163068
אפאר בילדער פון די מעמד!!
עס רייסט די הארץ אויף די פאלטישאנע אייניקעל!!

גוטע פינטעלך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:09 pm

· #163082
עס קוקט אויס ווי דער שרולי שטיין זינגט עפעם "אכסוף" די שאלה איז נאר וואס?

ווי אויך זעה איך אז (איך געדענק נישט פינקטעלך זיין נאמען) איז געווארען פון די יושבי אור.

סך הכל פון די גאנצע מעמד איז אז א איד בלייב א איד, די גמ' זאגט איינס פון די דריי סימנים פון א איד איז 'רחמנים', ישראל אעפ"י שחטא ישראל הוא, ווי מען זעט דארט אז עס בלייבט איינגעקריצט אין זיי דאס מדת הרחמנות פון העלפען פאר אנדערע.

עס איז צום האפען אז עס זאל זיין 'מצוה גוררת מצוה' און זיי זאלען רחמנות האבען אויף זיך אליינס, און זיך צוריקערן אל חיק אביהם שבשמים באמונה שלימה

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:20 pm

· #163085
וואס מעמד ווען מעמד, דאס בילד - וואס איז לכאורה נישט יושר'דיג ארויפגעשטעלט געווארן דא, איז - לויט די הונטעראויסקוק, פון בית קויפמאן, ראדני, ניו יארק.

הורמיז » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:00 pm

· #163092
שלום עליכם טייערע ברידער,
איך בין דא עומד כמשתאה וויאזוי מיכלאפערשט עהרליכע יונגעלייט קענען זינגן בשבח אותו ארגאנאזעציע וואס שמדט אפ אידישע נשמות, וויאזוי איז פוטסטעפס בעסער פון די מיסיאנערן? געוואלד! אידישע נשמות ווערן פארלוירן מחיק אמונתם,
כ'בין נישט דעי גרויסע פראטעסטירער, אבער דא טוט עס ממש וויי, אידישע טאטעס און מאמעס ענקערע שכינים קרובים און גוטע פריינט בלוטיגן אויף פארלוירענער קינדער, גייט מען און מען געט זיי גאר חיזוק? אתמהה? עס גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ,

דענקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:05 pm

· #163663
<a class="postlink" href="http://www.thejewishweek.com/news/new-york-news/those-seeking-new-life-safe-space">http://www.thejewishweek.com/news/new-y ... safe-space</a>

דענקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:08 pm

· #163683
הרב אליהו פינק ארטאדאקסישער רב אין פאסיפיק דזשואיש סענטער אין לאס אנדזשעלעס און מחבר פון די בלאג פינק אר סווים ווערט ציטירט אין די דזשואיש וויק
I’d prefer to see our community warmly support formerly ultra-Orthodox Jews, but right now, Footsteps is doing that work,” he says. “While we may express our dismay that there’s a need for Footsteps, we must also express our appreciation that it’s there.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:24 pm

· #163688
דענקער
http://www.thejewishweek.com/news/new-york-news/those-seeking-new-life-safe-space

הרב יששכר כ"ץ שרייבט וועגן דעם בספר פנים מאירות.
Nice article on the Footsteps gala Dinner. (Full disclosure: my amazing son is quoted in the essay.) It indeed was an incredible event.

As a life long student of yiddishkeit, I find the endless varieties of Judaism out there stimulating and challenging. If Judaism is a text then the different versions are it's commentary, each one offering a new take or a different interpretation. The Footstepers present us with an excitingly new version.

Leon Wieseltier thinks that the tragedy of modern Judaism is its Jewish illiteracy. The Footsteps greats, people like Shulem Deen, Leah Vincent, Ari Mandel and Frida Visel are a fascinating alternative. They're a new breed of Jewish secularism. They've all had a strong Jewish education and consequently bring to their journey a nuance and sophistication that's unique and distinct.

It's a thrill to watch them develop their own unique brand of yiddishkeit. Those of us who think that Judaism should play a prominent role in the public sphere, cherish the opportunity to engage these highly learned people in dialogue and conversation. Kol ha'kavod Footstepers!

ממרום שלח אש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 6:12 pm

· #163705
לעיקוואד

מען שפייט און ער זאגט אז ס'רעגנט
(ארי מאנדל זאגט ער גלייבט נאר אין די ספעגעטי מאנסטער, זיין "עמעזינג זון" זאגט אז אידישקייט איז שוא ושקר און דער דומהייט פרייט זיך אויף די "נייע אייגענארטיגע ברענדס פון אידישקייט")

יוחנן הסנדלר » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:01 pm

· #163716
וואס א שאנדע דער כ"ץ. דע פוטסטעפס גרעיטס ווי ער רופט זיי, אוכלי נו"ט מחללי שבתות בפרהסיא זענען אן אלטארנעטיוו אידישקייט און שמד ווערט אן עבודת הקודש. א מאדערנער רב וועט עס נישט זאגן נאר אונזער היימישער שנה ופירש. בושנו מכל דור.

וועפערייזער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:22 pm

· #163726
נו נו, ווילאנג ס'איז גלה ממנו משוש, וויל איך אהינגיין טאנצן אביסל מיט די [בארע] 'פיס-פערשטן'.

כתר מלכות » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:57 pm

· #163729
וועפערייזער
נו נו, ווילאנג ס'איז גלה ממנו משוש, וויל איך אהינגיין טאנצן אביסל מיט די [בארע] 'פיס-פערשטן'.

דערנאך וועסטו אנקומען צו דוה לבינו בחטאינו.
וויאזוי סזאל נישט זיין, פארוואס טאקע גייסטו נישט אהין, ווער האלט דיך אפ ?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 8:59 pm

· #163741
יוחנן הסנדלר
וואס א שאנדע דער כ"ץ. דע פוטסטעפס גרעיטס ווי ער רופט זיי, אוכלי נו"ט מחללי שבתות בפרהסיא זענען אן אלטארנעטיוו אידישקייט און שמד ווערט אן עבודת הקודש. א מאדערנער רב וועט עס נישט זאגן נאר אונזער היימישער שנה ופירש. בושנו מכל דור.

איידער איר שעהמט זיך אזוי מכל דבר, אפשר זאל איר אנקוקען רב כץ'נס רייד ווי א קלוגער שריט צו צוריק מקרב זיין די דערמאנע צו זיין אידיש? איך גראדע זעה ממש דאס צווישען די שורות, כלומר "איר זענט אלע אידן..."

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 10:42 am

· #165499
ממש אזוי?!
אלץ צוליב דער מלמד. אוי, וואספארא אחריות א מלמד טראגט אלץ...

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 8:32 pm

· #166190
וואו!
אויב פוטסטעפט לערנט אויס אזא פליסיג ענגליש, חבר אני, איך שרייב מיך איין היינט..

מלא וגדוש » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 1:08 am

· #166210
שם רשעים ירקב

לכבוד שבת קודש » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:18 am

· #166245
די ווערטער פון שלום אויסלענדער זענען עקלדיג און געפערליך, אנצורופן אברהם, יצחק, יעקב און משה-רבינו, די גרינדער פון כלל-ישראל מיט אזעלכע מיסע לשונות, אן קיין שום רעספעקט. מאכט חוזק פון יעדן דבר שבקדושה, ואחרון חביב די שקר וואס ער ווארפט ארויף אויף די רבנים, מאכנדיג חוזק פון זיי... ווילסט זאגן אז די רבנים זענען נישט ווערד לצור על פי הצלוחית? - פיין! אבער פארוואס זאגן ליגנט כאילו זיי טוען אפ דאס ערגסטע, בשעת אלע ווייסן אז עס איז איבערגעטריבן.

ישראלי שטיין! ווי אזוי ביסטו געזעצן דארט און געהערט די דברי ניאוץ וכפירה און זיך נישט געריסן קריעה? - דו קומסט דאך יא פון א חסידי'שע שטוב, דו ווייסט דאך יא אביסל וואס אברהם אבינו מיינט. ווי אזוי האסטו געקענט שטיין גלייכגילטיק און זיך פארסמאקעווען דערמיט?! - איך ווייס אז בתוך תוך איז נאך פאראן ביי דיר א קלער, א הוה-אמינא אז אפשר איז דא א באשעפער אויף די וועלט, אפשר איז פאראן שכר ועונש. איך קען דיר אפילו אפשר פארשטיין און דערהערן, אבער צו הערן אזעלכע דיבורים און שטיין גלייכגילטיק? - ביז דארט ביסטו שוין אנגעקומען? - דאס איז דער ארגאניזאציע וועלכע דו דזשאוינסט??? - וויי איז פאר דיר אז אין דיין יעצטיגע מצב האסטו נישט קיין אנדערן וואס זאל דיר זיין אן אוזן קשבת, בלויז אט די דאזיגע ארגאניזאציע. א רחמנות אויף דיר מיין טייערע חבר. אבער אויב ביסטו טאקע א גבר בגוברין, ווייז ארויס אמת'ע גבורה, טוה וואס דו האסט באמת צו טון און גיב דיר אן עצה... דו זעסט דאך ווער זיי זענען... ישראלי, דו באלאנגסט נישט דארט, דו ביסט נישט ווי זיי, ביסט דאך א תלמיד-חכם, א הוגה דעות, א געלערנטער, א קלוגער... ביסט נישט ווי אלע אנדערע דארט וואס זענען פוסטע עמיראצים און נעבעך צובראכענע נפשות וואס מאיזה סיבה האבן זיי נישט מצליח געווען... קום ארויס פון דארט. ווילסט זיין א כופר? - פיין, אבער נישט דארט, ס'איז נישט דיין פלאץ, דו דעזערווסט בעסער דערפון.

שלום אויסלערנדער'ס ווערטער דארף יעדן צושטורעמען. די איינציגסטע לימוד זכות פארוואס מען הערט נישט קיין קול מחאה איז, ווייל אפשר איז ער נישט ווערד אז מען זאל זיך אפילו קומערן מיט אים.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:38 am

· #166248
ער רעדט אפשר נישט די איידלסטע שפראך, אבער די עיקר ווארט וואס ער זאגט איז אמת ויציב און מען האט דאס דורכגעשמועסט אין שטיבל כמה פעמים, ולאחרונה אין הרב ונבנתה'ס אשכול ''א רוהיג ווינקל פאר כופרים '', דאס וואס אברהם אבינו איז בעצם געווען א כופר וואס איז אראפ פון זיין טאטע'ס דרך און בוגד געווען אין זיין משפחה קהילה און לעבנסשטייגער.

חנניה זרח שטיגליץ » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:39 am

· #166249
לכבוד שבת קודש
די ווערטער פון שלום אויסלענדער זענען עקלדיג און געפערליך, אנצורופן אברהם, יצחק, יעקב און משה-רבינו, די גרינדער פון כלל-ישראל מיט אזעלכע מיסע לשונות, אן קיין שום רעספעקט. מאכט חוזק פון יעדן דבר שבקדושה, ואחרון חביב די שקר וואס ער ווארפט ארויף אויף די רבנים, מאכנדיג חוזק פון זיי... ווילסט זאגן אז די רבנים זענען נישט ווערד לצור על פי הצלוחית? - פיין! אבער פארוואס זאגן ליגנט כאילו זיי טוען אפ דאס ערגסטע, בשעת אלע ווייסן אז עס איז איבערגעטריבן.

ישראלי שטיין! ווי אזוי ביסטו געזעצן דארט און געהערט די דברי ניאוץ וכפירה און זיך נישט געריסן קריעה? - דו קומסט דאך יא פון א חסידי'שע שטוב, דו ווייסט דאך יא אביסל וואס אברהם אבינו מיינט. ווי אזוי האסטו געקענט שטיין גלייכגילטיק און זיך פארסמאקעווען דערמיט?! - איך ווייס אז בתוך תוך איז נאך פאראן ביי דיר א קלער, א הוה-אמינא אז אפשר איז דא א באשעפער אויף די וועלט, אפשר איז פאראן שכר ועונש. איך קען דיר אפילו אפשר פארשטיין און דערהערן, אבער צו הערן אזעלכע דיבורים און שטיין גלייכגילטיק? - ביז דארט ביסטו שוין אנגעקומען? - דאס איז דער ארגאניזאציע וועלכע דו דזשאוינסט??? - וויי איז פאר דיר אז אין דיין יעצטיגע מצב האסטו נישט קיין אנדערן וואס זאל דיר זיין אן אוזן קשבת, בלויז אט די דאזיגע ארגאניזאציע. א רחמנות אויף דיר מיין טייערע חבר. אבער אויב ביסטו טאקע א גבר בגוברין, ווייז ארויס אמת'ע גבורה, טוה וואס דו האסט באמת צו טון און גיב דיר אן עצה... דו זעסט דאך ווער זיי זענען... ישראלי, דו באלאנגסט נישט דארט, דו ביסט נישט ווי זיי, ביסט דאך א תלמיד-חכם, א הוגה דעות, א געלערנטער, א קלוגער... ביסט נישט ווי אלע אנדערע דארט וואס זענען פוסטע עמיראצים און נעבעך צובראכענע נפשות וואס מאיזה סיבה האבן זיי נישט מצליח געווען... קום ארויס פון דארט. ווילסט זיין א כופר? - פיין, אבער נישט דארט, ס'איז נישט דיין פלאץ, דו דעזערווסט בעסער דערפון.

שלום אויסלערנדער'ס ווערטער דארף יעדן צושטורעמען. די איינציגסטע לימוד זכות פארוואס מען הערט נישט קיין קול מחאה איז, ווייל אפשר איז ער נישט ווערד אז מען זאל זיך אפילו קומערן מיט אים.

וואס? @אנאנים זאגט אז דא איז א עהרליכע פלאץ!

הוגה » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:39 am

· #166260
לכבוד שבת קודש
די איינציגסטע לימוד זכות פארוואס מען הערט נישט קיין קול מחאה איז, ווייל אפשר איז ער נישט ווערד אז מען זאל זיך אפילו קומערן מיט אים.

איך טראכט אזוי בדרך אפשר, קען זיין אז די סיבה איז ווייל די עולם דא האט א סענס אוו יומער, און אולי האלטן זיי אז דאס איז אויסלאנדער'ס וועג פון ארויסברענגן א נקודה.

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:48 am

· #166262
ווען דער עולם וואלט געהאט א סענס אף יומער וואלט קאווע שטיבל נישט געווען אפ אין דע ארמס ווען איינער סאדזשעסטעט אז א בארד אן א יוד איז א פארסרחטע בארד.

אייסלענדערס פוינט איז א ריכטיגע פוינט און וואס עס באדערט דא פאר דעם עולם אז ער רופא אברהם אבינו מיט די פיי ווארט, אקעי, ס'קען זיין אז ס'טוט דיר וויי באט די לארדזשער פוינט איז ער כשר גערעכט...

רעדענדיג פון גוטע פוינטס, שלום דינ'ס פוינט איז נישט ווייניגער גוט און אמת!

א שוויצער » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 12:50 pm

· #166280
עס איז א פלא ווי די אלע וואס דערהייבען נישט קיין איבערגעטריבענע ערליכקייט וואס ווערן געווענליך צו ווילדעוועט דא אין שטיבעל מיט גאר שווערע אויסברוכען

וויזוי זיי זיצען דא גלייכגילטיג ווען אפיקורסים און עטליכע אויבער קליגע ניקים זענען מחזק די אידישע פארפארענע אפיקורסים, שעם און יו

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 1:54 pm

· #166299
לכבוד שבת איך שטים צו 100%. וואס איז געשען מיט אונזער באליבטן שטיבל רבונו של עולם? א איד וואס איז הולך בדרכי אבות איז פארשטינקען און דאס ערגסטע, אבער אזא חתיכת צואה ווי אויסלענדער מיט אזא מיאוס שפראך וואס איז אומלעגאל אפילו אויף טעלעוויזיע, איז אמת ויציב בלשון לעיקוואוד און א סענס אוו יומער בלשון הוגה? צו זעה איך גוט?

בן-זומא » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 3:54 pm

· #166338
בן תמליון
לכבוד שבת איך שטים צו 100%. וואס איז געשען מיט אונזער באליבטן שטיבל רבונו של עולם? א איד וואס איז הולך בדרכי אבות איז פארשטינקען און דאס ערגסטע, אבער אזא חתיכת צואה ווי אויסלענדער מיט אזא מיאוס שפראך וואס איז אומלעגאל אפילו אויף טעלעוויזיע, איז אמת ויציב בלשון לעיקוואוד און א סענס אוו יומער בלשון הוגה? צו זעה איך גוט?

די רעגסט דיך פאר גארנישט, די מוזט נישט מסכים זיין מיט אלעס וואס לעיקווד זאגט אבער פאקטיש איז ער קלוג און ער איז אסאך קלוגער ווי יעדען ניק אין קאווע שטיבל!! שטילערהייט ווייסט די אליינס אז לעיקוואד פארשטייט בעסער צו די זאכן ווייל ער האט געליינט אלע פילאזאפיע ספרים נאך פאר יעדער האט עס געקענט ליינען אויף די אינטערנעט.

אלע ניק'ס וואס פארן אריין פאר לעיקוואד ווייסען עס גאנץ גוט און זיי רעדען פאר קנאה!!!!!

בן-זומא » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:02 pm

· #166341
מלא וגדוש
שם רשעים ירקב

פארוואס?? ווייל די קענסט נישט גראמען אזוי שיין ווי אים וועגן דעם איז ער שוין אויף איינמאל געווארן א שם רשעים ירקב?? וואס האט הודי מיט כוש???? פאר וואס מאכסטו א קוגעל פון א אינטילענגטן מענטש וואס קען מאכן גוטע גראמען מיט רשעים?????

matovu » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:18 pm

· #166351
געוואלט זאגעןדי זעלבע זאך אז עס איז נאר א גראם. סאו וואט...
איך האב אפילו געוואלט זאגען אז קאם אן עס איז א סטופיד גראם אבער האב איך מורא אז... איך ריף עם נעבעך סטופיד..

יא דאס זענען זייערע עקעדעמיקס !!!!

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:24 pm

· #166353
א שאד צו ענטפערן בן זומא. איך גלייב נישט אז איינער איז דא מקנא איינעם.

רבותי אויב האט זיך איינער ג'ספק'ט וואס איז פוטסטעסט און דאס גאנצע OTD שמוץ. הערט זייטזשע מוחל די שלום'ס אויף די קליפס אויבן איין מאל און נאכאמאל. יבואו הם ויעידו על עצמם.

הוגה » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:26 pm

· #166354
בן תמליון
רבותי אויב האט זיך איינער ג'ספק'ט וואס איז פוטסטעסט און דאס גאנצע OTD שמוץ. הערט זייטזשע מוחל די שלום'ס אויף די קליפס אויבן איין מאל און נאכאמאל. יבואו הם ויעידו על עצמם.

נאך א תירוץ טאקע אויף די הארבע קשיא פון לש"ק...

בן-זומא » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:33 pm

· #166356
בן תמליון
א שאד צו ענטפערן בן זומא. איך גלייב נישט אז איינער איז דא מקנא איינעם.

רבותי אויב האט זיך איינער ג'ספק'ט וואס איז פוטסטעסט און דאס גאנצע OTD שמוץ. הערט זייטזשע מוחל די שלום'ס אויף די קליפס אויבן איין מאל און נאכאמאל. יבואו הם ויעידו על עצמם.

נישט דא ווער סזאל לאכן... די מוזט האבן א בארד און פיאות און די קענסט נישט האבן צי גרויסע האר!! ביי אונז וועסט דו "קיינמאל" אין דיין לעבן נישט טרעפען א מענטש מיט גרויסע גרעי האר!!! ווען האסט דו די לעצטע מאל געהערט א דרשה וואס זאגט די F ווארט אזוי אפט??? הא????? די ווייסט גאנץ גיט אז אז ביי אונז וואלט קיין שום רבי נישט געהאט די גאטס עס צו טוען! וואס מאכסט דו דיך טאמוואטע?

מורינו הרב » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:36 pm

· #166361
וואס?

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:42 pm

· #166364
מורינו הרב
וואס?

עס רופט זיך OTD PRIDE. נעבעך זאל זיך ג-ט מרחם זיין.

א שוויצער » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:58 pm

· #166371
בן תמליון
א שאד צו ענטפערן בן זומא. איך גלייב נישט אז איינער איז דא מקנא איינעם.

רבותי אויב האט זיך איינער ג'ספק'ט וואס איז פוטסטעסט און דאס גאנצע OTD שמוץ. הערט זייטזשע מוחל די שלום'ס אויף די קליפס אויבן איין מאל און נאכאמאל. יבואו הם ויעידו על עצמם.

ווען איינער איז ווען מקנא דעי שקצים ברויכען זיי דען מאכען אזויפיל שאו'ס אז זיי זענען צופרידען און צאמרעדן אזויפיל ניוול וכפירה??

דאס אלעס איז א סימפטעם פון דעפרעסיע און דורכפאל און פרובירען נעבעך דעם בן זומא איינצורעדן אז ס'איז עפעס דא אין זייער חיי בהמה

און דער לעיקוואוד נעבעך פרובירט דא צו קויפען ליטווישע חסידים מיט זיינע דברי חיזוק לאפיקורסים ומורדים בד'

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:41 pm

· #166405
קען מיר איינער זאגן פונקטליך וועלכע ווארט אין אויסלענדער'ס דרשה איז כפירה? איך פארשטיי די ניבול פה, שקצות, ליצנות, פיין אבער וועלכע ליין איז כפירה?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:13 pm

· #166409
א שוויצער

ווען איינער איז ווען מקנא דעי שקצים ברויכען זיי דען מאכען אזויפיל שאו'ס אז זיי זענען צופרידען און צאמרעדן אזויפיל ניוול וכפירה??

דאס אלעס איז א סימפטעם פון דעפרעסיע און דורכפאל און פרובירען נעבעך דעם בן זומא איינצורעדן אז ס'איז עפעס דא אין זייער חיי בהמה

און כ"א כסליו איז א סימפטום פון וואס?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 11:16 pm

· #166410
כא כא כא כא געפילטע!! אייגענס? דעם אמת זאג! כ'האב דאס נישט געזען קומען....!!! פארפאלען , אז מ'קען קען מען! גאר גוט!

אזא גוטס ???!!! 😂 😂

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:09 am

· #166420
סטאפ! מאכסט מיך בלאש'ן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:16 am

· #166421
😃 And the love (like) fest continues

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:19 am

· #166423
בן-זומא
בן תמליון
לכבוד שבת איך שטים צו 100%. וואס איז געשען מיט אונזער באליבטן שטיבל רבונו של עולם? א איד וואס איז הולך בדרכי אבות איז פארשטינקען און דאס ערגסטע, אבער אזא חתיכת צואה ווי אויסלענדער מיט אזא מיאוס שפראך וואס איז אומלעגאל אפילו אויף טעלעוויזיע, איז אמת ויציב בלשון לעיקוואוד און א סענס אוו יומער בלשון הוגה? צו זעה איך גוט?

די רעגסט דיך פאר גארנישט, די מוזט נישט מסכים זיין מיט אלעס וואס לעיקווד זאגט אבער פאקטיש איז ער קלוג און ער איז אסאך קלוגער ווי יעדען ניק אין קאווע שטיבל!! שטילערהייט ווייסט די אליינס אז לעיקוואד פארשטייט בעסער צו די זאכן ווייל ער האט געליינט אלע פילאזאפיע ספרים נאך פאר יעדער האט עס געקענט ליינען אויף די אינטערנעט.

אלע ניק'ס וואס פארן אריין פאר לעיקוואד ווייסען עס גאנץ גוט און זיי רעדען פאר קנאה!!!!!

שיין אז דו האלטסט אזוי פון מיר, אבער עס איז נישט שיין אזוי צו ענטפערן א טענה, דער גאנצער שמועס ווערט דא נאריש אזוי.

אלנפאלס, איז דער ענין וואס ליגט דא אויפ'ן טיש האט גארנישט צוטוהן מיט פילאסאפיע צו אנדערע טיפע חכמות. עס האט פשוט צוטוהן מיט הבנת הנקרא, ובלע''ז reading comprehension. איך פארשטיי אז פאר אזא ניק ווי בן תמליון שטערט יעדער שבח פאר א אט'''ד , אבער ווען מ'טענה' ט עפעס דארף עס כאטש האבען ווערטער. צו שרייען כפירה אויף איינער וואס זאגט נאך א קלארע יסוד שאין עליה חולק, אדער זיך אנכאפען אויף עפעס א ביטוי און נישט פארשטיין די פוינט, איז נישט גערעדט צו דער זאך בכלל. שלום אויסלענדער איז א לץ און ער רעדט בלשון ליצנות, אבער דער פוינט זיינע איז אמת ויציב אפילו אז מיט דעם שטיצט ער אט''ד. קטן זיין אז מען דארף נישט אויסנוצען די מידה פון אברהם אבינו פון לך לך וכו ' אויף אפפארען, אבער פאקטיש איז דאס דער מידה. קאווע שטיבל דארף צו זיין א פלאץ ווי א טענה ענפערט מען מיט א קעגנדער טענה. דאס איז די עיקר יסוד פון אונזער כפירה דא. שטיבלעך ווי מען שרייט שייגעץ ארויס אן קיין קשר ווייל איך האב יענער נישט ליב איז שוין דא גענוג.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:22 am

· #166424
דאס איז ווי צוזאגן אז מ'דארף עפענען היימישע סטריפ קלאבס ווייל שטיבלעך ווי מ'דאווענט און לערנט איז שוין דא גענוג

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:24 am

· #166425
דאס האב איך געמיינט. דאס איז א טענה דאס? עס ענפערט באיזה אופן אויף עפעס וואס איך האב געשריבען?
בלאט: 1 2 3 4