☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Footsteps צענטע יארטאג

Footsteps צענטע יארטאג

168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5172
בלאט: 1 2 3 4

ראש הישיבה » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 1:17 pm

· #216815
איך ליג ליידער אין די נושא צוליב א חבר וואס האלט אינמיטן די פראסעס פון גליטשען. די נאמבערס זענען זייער הויך. איך ווייס נישט צו 700, אבער זיכער מער ווי 400. איך רעד מיט איינער וואס גייט צו זייער צאמקומס. מיר דארפן א גרויסע ישועה אין דעם

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:38 pm

· #216827
berlbalaguleh
ימי קדם
נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?

ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮


ר׳ בערל טייערער פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך אין פוטסטעפס ??? וויפל מעמבערס זיי האבן און וואס זיי די ״אזויעגערופענע ארגאניזאציע ״ טוט אדער טוט נישט ?מקור??? אייגענס???
כ׳בין שטארק חושד אז אונזער בּעלעגעלה האט געליינט עפעס א ארטיקל פון סענדער דער דייטש אדער גאר י.מ. סופר המכונה מנשה פליפסטיג און דו ביסט אנגעשטעקט מיט דער ״איד סינדראם״ ל״ע השם ירחם....
😃 😃 🙂 😉 😞 😮 😃 😂 😠 😛 😁 🤓 😛 😮 😂 😮

ימי קדם » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:44 pm

· #216830
''דער איד סינדראם'' 👍 😂 🙄 😮
About time to get an official mental diagnose for this disease, it is sadly catchy, so it is good we should be able to identify the boy by it's name....

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:54 pm

· #216885
שבת אחים
berlbalaguleh
ימי קדם
נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?

ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮


ר׳ בערל טייערער פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך אין פוטסטעפס ??? וויפל מעמבערס זיי האבן און וואס זיי די ״אזויעגערופענע ארגאניזאציע ״ טוט אדער טוט נישט ?מקור??? אייגענס???
כ׳בין שטארק חושד אז אונזער בּעלעגעלה האט געליינט עפעס א ארטיקל פון סענדער דער דייטש אדער גאר י.מ. סופר המכונה מנשה פליפסטיג און דו ביסט אנגעשטעקט מיט דער ״איד סינדראם״ ל״ע השם ירחם....
😃 😃 🙂 😉 😞 😮 😃 😂 😠 😛 😁 🤓 😛 😮 😂 😮

טייערער ר' שבת אחים שליט"א: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן, ווי איך האב שוין נישט געלאכט פאר א לאנגע צייט.
ערשטנס. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל קול ישראל, איז שוין לאנג אין גן עדן פון די כאמאס און איז זיך משתעשע מיט זייערע שעשועים, צוזאמען מיט אראפאט, משה הירש וחבריהם. אין אט דעם גן עדן וואו אלע שונאי ישראל גייען אי"ה אנקומען. עכ"פ פאקטיש איז דיין חידוש נישט אויסגעהאלטן. ווייל ער איז געגאנגען למנוחתו נאך א סאך פאר פיל פון די מעמבערס פון "פוטסטעפס" זענען אפילו געבוירן. לגבי "הרב" י.מ. סופר, המכונה מנשה'לע פיליפ, איז יא דא א מעגליכקייט. נאר איך ווער נישט אזוי שנעל באאיינפלוסט פון מיינונגען און בויך גרימענישן פון היפאקריטן און סתם שונאי ישראל.
לענייננו: ס'איז קיינמאל נישט געוועהן מיין כונה אוועקצומאכן די אויפטוען פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "פוטסטעפס". איך טוה אפשאצן די וויכטיגקייט פון זייערע פעולות פאר די וואס קענען דאס נוצן. אבער מיין פוינט איז. אז זיי זענען אביסל מגזים (מע-גא-זעם, אויף די וויליאמסבורג'ער שפראך). ווייל, לויט ווי ס'זעהט אויס שטעלן זיי אייביג נאר ארויס די זעלבע עטליכע יחידים אדער יחידות אלס טעסטימאניאל פאר זייערע אויפטוען... 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😢 😞 😉 😮

דער שכן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:06 pm

· #222252
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7054">viewtopic.php?f=3&t=7054</a><!-- l -->

גאנצל » זונטאג אקטאבער 5, 2014 4:52 pm

· #227501
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:01 pm

· #227509
גאנצל
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

יא. אבער (א קשיא אויף מהר"א שליט"א) פוד סטעמפס/פוטסטעפס קומען דאך נישט קלאפן מיט זייער פושקע אין די בתי מדרשים. נאר ווער ס'גייט צו זיי העלפן זיי ארויס אויף זייער אופן. תיובתא... 😛 ...!

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:43 pm

· #227525
גאנצל
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:42 pm

· #227545
לעיקוואד
גאנצל
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.

ר' לעיקוואד: וואס פארשטייט א ליטוואק. (איך שטעל אויף די חזקה. ווייל איינער וואס וואוינט אין לעיקוואוד און האט א שייכות מיט בית מדרש גבוה, מוז בע"כ זיין א ליטוואק.) דער רבי שליט"א מוז א יעדע פאר וואכן ארויסלאזן אן אויסטערלישן סטעיטמענט וואס גייט נגד שכל הישר. פשוט. כדי מ'זאלל וויסן אז ער איז ב"ה חי וקיים. אויכעט אז דער צד שכנגד זאלל נישט האבן קיין פתחון פה אז ער איז ח"ו נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויך. ווייל ער וויל זיך אין א געוויסן זין פארגלייכן צו דעם מייסד פונ'ם חסידות/קהילה, וועלכער האט אויכעט געלאזט הערן מיינונגען וועלכע זענען נישט געוועהן אנגענימען אין די אידישע וועלט. ארויסווייזנדיג אז מ'ווערט נישט נתפעל פון די מיינונג אויף די גאס...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:35 am

· #227628
[ציטאט אראפגענומען]

ווער זאגט דיר אז ער (כ"ק מרן שליט"א) איז נישט יעצט אויף קאווע שטיבל. דו (און איך) ווייסט נישט אינטער וועלכן ניק ער שרייבט...!

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 3:08 am

· #227638
לעיקוואד
גאנצל
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.


ס'איז מיר גאר א קליינער נפקא מינא וועמען ער האט געמיינט, ווייל לויט ווי ס׳קוקט מיר אויס איז דער אטענטשעין־הונגעריגער אדמו״ר נאר דא צו שרייען בלעימען און אראפרייסען אלעמען ארום פאר אלע צרות און פראבלעמען פון כלל ישראל און אין איינוועגס איינקעישן מיט דעם אז אלע זיינע שווענצליך וועלן זיך גרויסן און שטאלצירן מיט זיין העלדישע ״קנאותשאפט״ וואס איז שטייטצעך לויטער ״כולו לשם שמים״ ...

אנשטאט אריינצוקוקן אביסל אין זיך און אין זיין אייגענע דורכגעפוילטע סוסטעם און פרעגן פארוואס האבן מיר אזויפיל דורכפעלער ? פארוואס איז דא אזויפיל ארויסגעפאלנע ? פארוואס מוטשעט זיך יעדע צווייטע טאטע מיט אריינשטעלן די קינדער אין די מוסדות ? פארוואס דרייען זיך הונדערטער יונגע בחורימלעך אויף די גאסן ישיבה׳לאז??? פארוואס דרייען זיך ארום אזויפיל יונגערלייט אן א קאפּ ווען זיי קענען נישט ענדיגן די חודש און דארפן אוועקגעבן ס׳רוב חודשליכע געהאלט און קענען נישט דערהייבן די טייערע ארויפגעשרויפטע ניו־יורק רענט ??? פארוואס א לעצטיגע איבערפלוס פון או טי די׳ס??? פארוואס אזויפיל טיי אווענטן???



נא פארוואס רעב אהרן ??? אלעס וועגן עפעס א ארגענזעישן אין מאנהעטן???????????????????????????????

שבת אחים » זונטאג אפריל 26, 2015 5:53 pm

· #269803
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/269733">viewtopic.php?p=269733#p269733</a><!-- l -->


למען ידעו דור אחרון אויב טראכט איינער פון גיין או טי די און ער נעמט אין חשבון אז פוטסטעפס וועט אים ארויסהעלפן זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט ווי @חיים נחום שרייבט זאל ער וויסן אז ס׳איז א גראבער ״שקר״ קיינער וואַרט אייך נישט אָפּ אויף די אנדערע זייט און קיינער וועט דיך ניטאַמאָל אנקוקן, איז אלזא טייערער בחור אדער אינגערמאן אז רעדט איר זיך איין פאר איין סעקונדע אז איינער אין פוטסטעפּס וועט אייך העלפן טרעפן א דזשאַב, א דירה אדער העלפן מיט לאויערס אין קאורט האט איר גאָר א גרויסן טעות און ס׳איז אַ שאד אייער צייט איר וועט אסאך מעהר אויפטוהן אז איר וועט גיין אין די מעדיקעיט אפיס ווי גיין צו פוטסטעפס!!!

שמערל » זונטאג אפריל 26, 2015 9:57 pm

· #269887
Re: Footsteps צענטע יארטאג
הרב שבת אחים וואס איז פשט פון אייער אויסברוך? איר האט שוין געשריבן אייער מעשה, גראדע שלום דין האט שוין געענטפערט, און יעצט בלייבט ביי יעדן צו מכריע זיין ווי וועם אנצונעמען.
די איינציגסטע זאך וואס איר פארדינט פון איבערשרייבן אייער העצע מיט באלד אותיות, איז אייך א נעמען צו געבן פאר א משוגענער וואס איז דא ארויפצוצווינגען זיין בויך ווייטאג אויף א צווייטן, און מיר קענען פון דעם אפלערנען אז אייערע כסדר'דיגע אויסברוכן אויפ'ן קאסעווער איז אויך נישט אזוי איינפאך.
(עס דערמאנט אביסל פון די וואויס נאוטס וועגן דעם ווערטסמערדער... )

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 10:03 pm

· #269888
שמערל
הרב שבת אחים וואס איז פשט פון אייער אויסברוך? איר האט שוין געשריבן אייער מעשה, גראדע שלום דין האט שוין געענטפערט, און יעצט בלייבט ביי יעדן צו מכריע זיין ווי וועם אנצונעמען.
די איינציגסטע זאך וואס איר פארדינט פון איבערשרייבן אייער העצע מיט באלד אותיות, איז אייך א נעמען צו געבן פאר א משוגענער וואס איז דא ארויפצוצווינגען זיין בויך ווייטאג אויף א צווייטן, און מיר קענען פון דעם אפלערנען אז אייערע כסדר'דיגע אויסברוכן אויפ'ן קאסעווער איז אויך נישט אזוי איינפאך.
(עס דערמאנט אביסל פון די וואויס נאוטס וועגן דעם ווערטסמערדער... )

ביי אונז אין סטאלין האט מען אויסגעלערנט אז אויב ס'טוט וויי שרייט מען, וד"ל

שמערל » זונטאג אפריל 26, 2015 10:04 pm

· #269889
Re: Footsteps צענטע יארטאג
און ביי אונז לערנט מען, אויב איר האט נישט וואס צו טוהן, טוט עס נישט דא

ישראל קאפקע » זונטאג אפריל 26, 2015 11:11 pm

· #269901
@שמערל, וואס איז פשט פון אייער איינבראך?

איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2015 4:10 am

· #269991
ישראל קאפקע
@שמערל, וואס איז פשט פון אייער איינבראך?

איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.

ענדערש נעם קעיר פון דער יעניגער וואס האט זיך אנגערוקט לעצטע סוף וואך און שפייט אויס זיין בויכוויי און האס יעדע פופצן סקונדעס.


@ישראל קאפקע
דאַנקע שיינע פארן זיך אָנעמען פאר מיר , עס איז באמת שיין פון אייער זייט , אבער אויב מעג איך פרעגן ילמדנו רבינו וואס מיינט איר צו זאגן מיט : (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אפשר טוט איר אביסל עלעבערעיטן וואס איר מיינט מיט דעם און וואס מאכט אייך טראכטן אז איך האב נישט קיין רעכט ?

ישראל קאפקע » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:12 am

· #270032
@ שבת אחים,
טעמע: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
אז עס איז נישט 'גענוג' גוט ווערט עס נאכנישט אינגאנצן אפגעפרעגט.
בלאט: 1 2 3 4