☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די אָנהייב פון מיין לעבן

די אָנהייב פון מיין לעבן

196 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5022
בלאט: 1 2 3 4

שרייבער » זונטאג מערץ 2, 2014 3:15 pm

· #187868
אוי גיי מיר אונז שרייען, אז נישט האב איך מורא ווער ווייסט אין וועלכע פארום וועסט אונז פארשלעפן

למעשה האסטו שוין עפעס געשריבן מער נאר פשוט ארויפגעלייגט דא? אויב יא ווי קען מען עס באקומען?

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 2, 2014 4:30 pm

· #187899
ווילאנג ס'נאכנישט ממש אדר ב' קען איך נאך שנעל צוענדיגן אפאר שורות פון די אומעטיגע טעג בימים ההם.

איך האב מיך צוריקגעקערט קיין לאנדאן פון ניו יארק, זייענדיג דארט דריי חדשים, און קלערנדיג אז ס'איז יושר פאר מיין זון וואס איז אויפגעוואקסן אין לאנדאן, זיך צוריקצוזען מיט די זיידע באבע און משפחה ארום, וואס זענען אזוי געטריי געווען אלץ ביז היינט.
און כ'האב גארנישט געוואוסט ווי שווער ס'וועט מיר זיין ביים יעצט צוריקפארן אהין.
איך בין אנגעקומען אהין דאנערשטיג פרשת שלח, און בשום אופן נישט געוואלט גיין צו קיינעם, נאר צוריק צו מיר אהיים, און מיין זון וועט לכאורה זיין ביי די באבע דערווייל.
אבער ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין בעט די ערשטע נאכט ביים אהיימקומען, האט מיר באנומען א פחד, א טרייסל, א סארט עגזייערי, אז כ'האב נישט געקענט איינשלאפן, און נישט געקענט אנגיין ווייטער אינעם נאכט אפילו א מינוט.
ס'האט מיר צוריק ארויפגעברענגט די ביטערע טעם פון עטליכע יאר בעפאר, ווען די לעבן איז מיר געווארן ביטער און פראסקענדיג, און כ'האב מיך אנגעהויבן פרעגן דעם פראגע, וואס בין איך משוגע אינגאנצן? פארוואס בין איך דא צוריקגעקומען אז איך האב עטליכע יאר צוריק געוואלט פון דא אנטלויפן?..
אה, צוליב מיין זון..
אבער וועל איך אזוי לעבן דא אין צער ויסורי הנפש? ניין איך קען נישט אזוי..
אפשר איז עס נאר יעצט? איך דארף מיך כאפן די אטעם פון די איבערשלאפלאזיגקייט? אפשר!
אבער ויהי ערב ויהי בוקר און ס'נישט בעסער נאר ערגער געווארן די מיחושים, צערידערט'קייט, פחדים און יסורי הנפש, אז כ'האב געשפירט אז איך צעשפרונג אויב איך בלייב דא נאך איין טאג אפילו.
נו, ס'איז דאך ערב שבת שלח, וועל איך לאזן דעם שבת מיר בארואיגן די נפש, און מאכן שלום מיטן מצב, כאטש ביז אפאר חדשים, און דאן זיך צוריק'קערן קיין סקווירא, ווי מיין מאדנע תשוקה וואס האט מיר יעצט אזוי באנומען.
באמת קען מען נישט טראסטן א מענטש אין אזא מצב, ווייל די הרגשים פארפירן די שכל, און ס'קען זיין ווילד אקטיוויטעטן, און בכלל זיך אוועקציען פון א ארט נאך א טראגעדיע, איז זייער גאר נישט געוואונטשן.
אבער איך בין געווען זייער קלאר ביי מיר, אז מיין באשלוס וועט זיין אויף מיין אחריות, ווייל מיין אינסטינקטן האבן מיר געזאגט אין די אונטערבאוואוסטזיין, אז דא אין לאנדאן וועל איך נישט פארבלייבן, אפילו נישט קיין צוויי וואכן, קוים אפאר טעג!
אפאר טעג? ביסטו משוגע? קוים צוריקגעקומען, און שוין וויל איך צוריקגיין? וואס וועלן שווער און שוויגער זאגן, וואס וועלן אלע זאגן.. אבער מיינע שווערע געפילן וואס האט מיך ממש אטאקירט, האט מיך נישט געגעבן קיין צוויי ברירות, כאטש אלע וועלן לאכן, און כאטש אלע האבן טאקע זייער געקרימט מיטן נאז, ביים הערן מיינע גייסטישע ווייען.
אבער איך האב געזאגט, אז איך בין פול אין מיין הבנה, און כ'ווייס וואס איך טוה, מיין זון וועל איך טאקע נישט צוריקטראגן יעצט, אפשר נאך א צייט, אבער איך? איך וויל אפילו נישט בלייבן דא מער ווי געציילטע טעג.
און כ'האב אנגעהויבן מודיע זיין חברים און קרובים, אז איך בין באשלאסן שוין צו נעמען א פליגער אויף צוריק.
מיין שווער האט מיך געבעטן עס איבערצושלאפן כאטש נאך א וואך צו ווארטן..
איך האב עהם נישט געקענט צוריקווייזן אין פנים, האב איך פארגעשלאגן אז איך גיי ארויסגיין מיט א חבר זיך אויסלופטערן ביים ים, און נאך אפאר שעה וועל איך זען מיין מצב.
מיין חבר שלמה נחמן צימענט האט מיך ארויסגענומען נאנט צו 'סיטי עירפארט' ווי די וואסער גרעניצט זיך מיטן עירפארט, און מ'קען צוזען די פליגערס פארן און קומען, און אזוי האבן מיר געשמועסט אפאר שעה ביזן שקיעת החמה פונעם זונטאג'דיגן טאג.
און מיינע געדערים האבן זיך געווארפן פון אינערליכע פחדים און עגזייערי, אז כ'קען עס שווער מסביר זיין, ווייל איך אליינס האב נישט פארשטאנען וואס איז מיט מיר געשען, אבער כ'האב געשפירט אז איך באלאנג נישט דא.

איך האב מיך גענומען די אייגענע מיה, און אנגעקלאפט ביי מיינע געטרייע שכנים, משפחת שפרונג, און פשוט געבעטן מיט פארטרערטע אויגן, אז מ'פארשטייט מיך נישט, אז איך וויל זיך שוין זען מארגן צוריק אין ניו יארק, איך בעט זיי א טובה, מיך צו באשטעלן שוין אויף מארגן א טיקעט אויף צוריק, און כ'וועל עס זען צו באצאלן אין די ערשטע געלעגנהייט, ווייל יעצט בין איך לער פון אפילו איין מטבע.
און זיי האבן זיך פארבינדן מיט מיין שווער, און געהערט די מצב, און מסכים געווען עס צוטון פאר מיר, און כ'האב אנגעהויבן שפרונגען ביזן דאך פאר הכרת הטוב צוזיי, און כ'וועל עס נישט פארגעסן האפענטליך קיינמאל.
ס'געווען א ביטערע תקופה! איך האב געקלונגען צום רבי'ן שליט''א און אויך דער רבי האט געזאגט אז ס'וועט שווער זיין מיטן לאזן מיין זון אליינס, און אפשר וועל איך זיך מסדר זיין כאטש ביז די ימים טובים, און פראבירן בלייבן.
איך האב געזען אז ס'נישט קיין צייט צו דיסקוטירן אויף א זאך וואס איך בין באשלאסן דערויף אין להשיב.
איך האב געהאלטן די טיקעט אין האנט, גענומען א קאר צום עירפארט און אויפן וועג געמאכט א סטאפ אין ענפילד ביי מיין ווייב ע''ה הארט ביים קבר, און פשוט געזאגט אז איך מוז פארלאזן ענגלאנד, ס'רירט מיין געזונט, און כ'האף אז איך טוה נישט קיין אומרעכט פאר קיינעם אין משפחה דערמיט.
און כ'האב מיך געזען אין עירפארט שלעפנדיג מיינע קארגע חפצים, און דערלאנגענדיג מיין טיקעט צום איינטשעקער.
יענער האט געהויבן די אויגן מיט וואונדער, און מיר געזאגט אז מיין נאמען שטייט נישט פארצייכענט אויפן פליגער וואס איך וויל יעצט פארן.
אוי א בראך!
איך האב אפגעמאכט אז איך גיי אין ערגעץ נישט, היינט פאר איך צוריק פאר יעדן פרייז!
פליז טאלק טא די סופערווייזער... האב איך פראבירט מיין מזל, און זיך נישט גערירט פון דארט, ביז זיי האבן געקלאפט און גענישטערט, און געקומען צום מסקנה, אז קען זיין אז מיין באשטעלונג איז נישט אריין בטעות אינעם סיסטעם, זיי וועלן קוקן אויב כ'האב געצאלט.
יא, האסט באצאלט, זיי לייגן עס 'יעצט' אריין.. ברוך השם! ליבע גאט.. כאטש לאזטו מיר טון אט דאס וואס איך שפיר יעצט צו אנטלויפן פון מיינע קאשמארן.
און כ'בין אנגעקומען צוריק קיין סקווירא, מיט שווערע געפילן, אז וויאזוי האב איך געקענט אנטקעגן זאגן דעם רבין, די משפחה, די מחנכים ארום?
אבער ב''ה אז כ'האב נישט געוואלט טראכטן דאס פריער, ב'''ה איך בין צוריק, דאס האב איך געוואלט, לאמיר האבן אז כ'וועל אנהייבן 'דא' א נייע בלאט, און זיך כאפן די אטעם פונעם האלבן וואך ווילדע געפילן.

איך האב נישט אראפגעלייגט מיינע פעקלעך אין שטוב, פאר איך בין גלייך געגאנגען אין שול, גלייך צום רבינס הויז.
אינטערעסאנט, אבער די טיר איז געווען אפען, און דער גבאי זאגט מיר דער רבי ווארט אויף דיר.. מאדנע!
איך זע דער רבי שטייט מיט אויסגעשפרייטע הענט צו מיר און פרעגט 'מה זאת'? וואס האט פאסירט מיט אייך?..
רבי איך קען נישט, איך וויל שוין דא בלייבן..
אבער וואס וועט זיין מיטן יונגעל אייערע? וואס וועט זיין אז אפשר וואלט איר געקענט זיך דארט מסדר זיין א שידוך אפילו..
רבי איך קען נישט.. אז ס'באשערט זאל זיין די שידוך אהער דא.. כ'קען נישט דארט מער אפילו איין טאג.
דער רבי קלערט א וויילע און געבט מיר די האנט אויף שלום, און זאגט מיר, 'נו, אז איר זענט שוין דא, בלייבט שוין דא'.
דא האב איך זיך אנגערופן צום רבין, אז ס'שטערט מיר גענוג אז איך האב נישט געפאלגט און יא צוריקגעקומען..
זאגט דער רבי מיט א שמייכל, 'נו איר האט נאך א ברירה..'
ווי מ'זאגט, וואס מוטשעט'סטו?..

דארט בין איך געבליבן, און ב''ה מיין געמיט האט זיך טיילווייז בארואיגט, און דערווייל איז דער זומער אונטערגעקומען, דער רבי איז געפארן קיין פרעשבורג ווי יעדע יאר, און כ'האב מיך מתבונן געווען צוביסלעך וואס איך בין דא אריבער, און מיין בענקשאפט האט ווידער אנגעהויבן קאכן..
יעצט צו מיין זון..
איך בענק מיך צו עהם, אבער דעם ים גיי איך נישט אריבערגיין וועגן דעם.
אבער איך בענק מיך צו עהם..
צוויי וואכן האב איך זיך געוואלגערט ווידער אין בעט, און די שלאפ איז מיר נישט געגאנגען האלב וועגס, ביז כ'האב אינגאנצן אויפגעהערט צו קענען איינשלאפן, איך וויל מיין זון מיט מיר..
געהערט אזא זאך? ווי קען מען מיר לאזן אזוי פארפירן? איך האב געוואוסט אז מ'גייט זיך דא שטעלן לאורך ולרוחב און מיר נישט נאכגעבן דאס.
און דאס האט מיך נאכמער רואינירט, אז כ'וועל נישט אויספירן צו האבן מיין זון מיט מיר.

שוין צוויי דריי וואכן אריבער, און כ'האב מיך געוואנדן צו קרובים צו חברים, ווער ס'האט מיר געוואלט העלפן, אבער יעדער האט פה אחד געזאגט, אז איך טוה ווילדע זאכן, דיין זון קען מען נישט ברענגען, אז דו ווילסט, פאר דו צו עהם אהין..
כ'האב גערופן מיין שווער און שוויגער, און זיי האבן באלד געזאגט, אז ס'נישט קיין טובה פאר מיין געזונט, און פארן קינדס געזונט, אויב כ'וועל בלייבן אפגעהאקט פון עהם, און טאמער וויל איך 'דווקא' נישט קומען צוריק, זענען זיי מסכים עהם צו שיקן מיט איינעם צו מיר קיין סקווירא.
דא האב איך ווידער געשפירט ווי געטריי זיי זענען מיר געווען, און ווי זיי האבן פארשטאנען צום חולה בעסער ווי דער רופא. ווי די וועלט זאגט, פרעג נישט דעם רופא פרעג דעם חולה, און ס'האט זיך געשפירט ביי מיר, אז אט אט גיי איך אראפ פון זינען.
איך ווייס אז מ'קען מיך נישט פארשטיין, אבער איך ווייס אויך גוט אז איך ווייס וואס איך טוה.
מיין זון וועט צו זיך קומען אויב ס'וועט זיין שווער פאר עהם, אבער איך וועל משוגע ווערן אויב מ'וועט זיך עקשנ'ן מיט מיר אין דעם מצב.

אהער און אהין, ארויף און אראפ, ס'האט זיך געטון! אלע האבן געזאגט ניין, און נאר מיין שווער האט געזאגט אפשר יא?
מיין געטרייע שוואגער 'יצחק יואל ברויער' איז געווען דער שליח נאמן, און ער האט געזאגט אזוי, אז אויב מיין שווער און שוויגער זאגן יא, איז יא!
און זיי האבן געזאגט יא! כאטש אין הארצן האבן זיי געזאגט ניין.. און האבן געשיקט מיין שוואגער יעקב יוסף ברוין, מיט מיין זוהן אויפן פליגער אויפן וועג עהם צו ברענגען צו מיר.
והשיב לב אבות על בנים.. ווער קען זיך משל'ן די רגע ווען מיין זון האט מיך געזען און איך עהם, ארויסקומען פונעם עירפארט קעגן מיר.. אונז האבן ביידע געוויינט אויפן קול, און זיך נישט אפגעלאזט פאר פינעף מינוט, ביז מיין טאטע האט אונז צוגעיאגט אז ער וויל שוין גיין, און איך האב עהם אריינגעטראגן אין קאר אהיים.
און איך זע גלייך אז ער איז זייער פארקילט, לכאורה פון די גאנצע הוהא אהין און צוריק, און אויך מיין שוואגער וואס האט עהם געברענגט האט געהאט א שווער הארץ פארוואס כ'האב דאס געטון אבער ער האט חלילה מיר נישט געזאגט קיין ווארט.
און ווי נאר מיין שוואגער האט געכאפט די אטעם איז ער צוריקגעפארן, ווייל ער איז דאך געקומען ממש נאר צוליב מיר, צו ברענגען מיין זון צו מיר.
איך האב עהם די טובה אויך נישט פארגעסן קיינמאל, און כ'האב עהם צוגעזאגט אלע ברכות אין דעם זכות.

די מצב איז נישט בעסער געווארן..
די שווערע וואכן וואס איך בין אריבער, האט שטארק געשאדט צו מיין געזונט, און כ'בין געווארן אזוי צעשאקעלט, אז כ'בין געליגן ווי א צעבראכענע שארבן אונטערן זון, און פשוט געקרעכצט, וואס האב איך פון מיין לעבן..
ס'טאקע געווען אין די 'תמוז' טעג, און מיטן חורבן הכלל האב איך ביטער געקרעכטצט אויף מיין אייגענע חורבן.
ביז חודש מנחם אב איז אנגעקומען..
מיין שוואגער אלעזר ליפא שמעלצער האט מיך אנגעקלונגען נאך א וואך, אז ער וויל כ'זאל גיין צו א פסיכאלאג זיך אויסשמועסן, וויאזוי איך קריך ארויס פון דעם ביטערן מצב רוח.
ער האט מיר געזאגט, אז די קאסטן וועט ער צאלן, אבער איך 'מוז' אנהייבן גיין ערליך צו א קאנצלער וואס וועט מיר ארויפ'פירן אויפן נארמאלן לעבנס שטייגער צוריק, און גאנץ מעגליך שנעל טרעפן נאכאמאל א שידוך..
יא! נאכאמאל א שידוך.. הלוואי!!!
דעם ווערטל האב איך נישט אויפגעהערט צו הערן יעדע שטיק צייט, 'נאך ביז היינט'..
קוקט אויס ס'נאכנישט באשערט, אבער אחכה 'לה' בכל יום שתבוא..

מיין שוואגער ליפא האט מיר געטון א טובה, און אפשר נאך אויסגעכאפט אנדערע דערמיט, וואס אזא טובה איז נישט קיין קליינע זכות, און איך זאג אפשר אויסגעכאפט, ווייל די ביטערע מציאות איז געווען, אז ווען כ'האב געבעטן טובות פון אסאך, האב איך 'נישט' באקומען וואס כ'האב געדארפט, און פון עהם דווקא יא!
ארגאניזאציעס אויף ארגאניזאציעס.. ווייניג זענען מיר געווען גרייט צו הילף, ווייניג! אבער ס'באשערט ווער ס'זאל האבן די מצוה, און קוקט אויס אז מצוה גוררת מצוה, ווען כ'בין מיט די צייט געוואור געווארן אז ליפא האט א קאנטע ביי יענעם, און נאך אסאך אנדערע האט ער געצאלט פאר הילף, מ'זאל נישט דארפן.
אבער טייערע לייענער! טאמער האב איך געמיינט איך קען פירוש המילות, ביים זאגן 'והסר ממני יגון ואנחה', האב איך יעצט איינגעזען די עכטע טייטש פונעם אויספראבירטן פשט.
אוי והסר ממני יגון, אוי יגון ואנחה.. ומלוך עלינו במהרה, נעם אוועק די עצבות און געב אריין דיין לעכטיגע מלוכה אין מיין געוויסן, די אמונה און ביטחון אין מיינע מחשבות אז כ'וועל בקרוב צוריקווערן א מענטש צווישן מענטשן.
ס'האט געדויערט א משך זמן, אפאר חדשים האב איך אנגעהאלטן ערליך דעם באזוך ביים קאנצלער, און יענער האט מיך אויסגעשטעלט מחשבה טערעפי, און מיך געשטעלט אויף א מהלך, צוריק צוגיין צום מצב פון 'לעבן'.
לאנגע טעג און חדשים האט עס נאך געדויערט, ווייל די מוח פון א מענטש איז האקל און גאר עמפינדלעך, און אז ס'כאפט א קלאפ דארף עס א לאנגע צייט ערהוילונג, און כ'האב צוביסלעך אנגעהויבן באמערקן די זינען שיין, און די לעכטיגע זייט פונעם וועלט.
איך האב פאר א גוטע התחלה אנגענומען א שטיקל דזשאב אין זומער חדר פון באבוב'ער חדר אין מאנסי, אבער כ'בין געווען נאך ווייט פון דער פרייליכער מנשה, וואס אלע האבן ערווארטעט פון מיר דארט, און וואס מ'האט געקענט זען אויף מיר פארדעם, און ב''ה היינט.
אבער כ'בין עס אריבער.. און כ'זאג מיט א טרער פון פרייד כלפי שמיא.. הרופא לשבורי לב, גוטע באשעפער ומחבש לעצבותם..
איך האב ביי מיר אפגעמאכט אז איך האב א אייגענע ארגעניזאציע, אז יעדע גוט ווארט און שמייכל וואס איך בין מצליח ארויפצוברענגן אויף א יודישע נשמה, איז עס נכלל אין מיין נייע פראיעקט, מיטן אירגון 'הרופא לשבורי לב', ווייל איך ווייס גוט וואס דאס מיינט, שבורי לב, און דער מחבש לעצבותם דער ריכטיגער הייליגער היילער, איז עומד לימיני, און כ'בין מצליח דערמיט ווי די כוחות וואס ער האט אריינגעבלאזן אין מיר פון מיין געבורט ביז היינט, דורך אסאך שווערע מצבים.
יעזור השם הלאה!
איך האב ביי מיר אפגעמאכט, אז ווען עס קומט א נייע יאר, איז עס א נייע גוטע התחלה, און בלי ספק וועט זיך אלעס הייבן כלפי מעלה.
וכן הווא!
המשך הטוב יבוא בעזרת ה'.
מ.א.מ.ב.

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 2, 2014 4:34 pm

· #187900
איך האב נישט געשריבן דאס ווייטער ערגעץ אנדערש, ווייל כ'האב געוואלט מודיע זיין פאר ווער ס'וויל זיך אויפסיינען אויף מיין אימעיל.
מיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:shryber@googlemail.com">shryber@googlemail.com</a><!-- e -->

שרייבער » זונטאג מערץ 2, 2014 6:51 pm

· #187935
מנשה לוסטיג
איך האב נישט געשריבן דאס ווייטער ערגעץ אנדערש, ווייל כ'האב געוואלט מודיע זיין פאר ווער ס'וויל זיך אויפסיינען אויף מיין אימעיל.
מיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:shryber@googlemail.com">shryber@googlemail.com</a><!-- e -->

A U
האסט גע'גנב'ט מיין אימעיל אדרעס....

שרייבער » זונטאג מערץ 2, 2014 6:58 pm

· #187937
יוי מנשה, איך וויין מיט מיט דיינע ליידן
ס'איז שרעקעדיג, ס'איז נישט מעגליך צו פארשטיין, און קיין איד זאל דאס נישט פארשטיין

דער אייבערשטער זאל דיר בקרוב אויפרעכטן

יאיר » זונטאג מערץ 2, 2014 7:06 pm

· #187939
ר' מנשה, איך בין זייער איבערגענומען פון די שווערע צייטן וואס דו ביסט אדורך. דער אויבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בקרוב געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.

ביבער » זונטאג מערץ 2, 2014 8:34 pm

· #187963
מנשה, איך זאך פארשטיי איך נישט, דאס קינד איז דאך דיינס ווער האט דיר געקענט איינטיילן וואס צו טהון מיט אים?

סאו וואט » מאנטאג מערץ 10, 2014 1:41 pm

· #189839
מנשה ווי ביסטו?
ביסטו שוין ווידער געווארן אויסגעשפארט פאר א וואך?
וואס גייט פאר מיט דיר לעצטענס?

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:31 pm

· #189880
כ'זע אז דא איז נישט קיין מקום פאר מיר, וועל איך מוזן ממשיך זיין בעיקר אין אימייל אדער אין יידיש וועלט.

שרייבער » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:01 pm

· #189884
אוי וויי, קשה עלינו פרידתכם 😢 😢 😢 😢

אבער דוכט זיך אייוועלט האט דיך אויך נישט געלאזט מאכן א פלאטפארמע פאר די באשרייבונג, נישט אזוי<?

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:08 pm

· #189885
כ'האב נישט געזאגט אז איך גיי מער נישט שרייבן, נאר בדרך אפשר.
כ'זוך מער א פריינדליכערע סביבה, ממילא ווער ס'וויל פשוט לייענען קען עס באקומען אין אימייל

על המחיה » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:50 am

· #190020
אויף אימייל האב איך אויך שוין לאנג נישט באקומען

BLOOMINGBURG NY » דינסטאג מערץ 11, 2014 11:01 am

· #190021
Menasha I send you a email but didn't receive anything yet

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:07 pm

· #190029
מנשה די האסט מיר שטארק דיסעפוינטענט מיט דיינע אויפהערן שרייבען.
אלענפאלס שיק מיר א לינק צו דער המשכים אויף אייוועלט.

שרייבער » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:50 pm

· #190045
דולה ומשקה
מנשה די האסט מיר שטארק דיסעפוינטענט מיט דיינע אויפהערן שרייבען.
אלענפאלס שיק מיר א לינק צו דער המשכים אויף אייוועלט.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 11, 2014 3:09 pm

· #190081
כ'האב דערווייל נישט געשריבן ווייטער.
אבער כ'האב סתם מודיע געווען, אז די ליסטע פון אימעיל אדרעסן וועל איך זיכער נישט וועלן דיסאפוינטן,

מנשה לוסטיג » פרייטאג מערץ 14, 2014 4:42 pm

· #190758
די וואך ערב שבת זכור, איז דא אין די ארץ ישראליגן אויסגאבע 'בקהילה', א פולע אינטערוויו מיט מיר, מיין געשיכטע און אויך וועגן דעם סידי. קויפט און לייענט מיט הנאה.

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 23, 2014 2:27 pm

· #191993
אין די וואך פון פורים האב איך נישט געשפירט פאסיג ממשיך צוזיין מיט די אומעטיקע שילדערונג, אבער אצינד לאמיר ממשיך זיין בעסערע נייעס.
ס'געקומען א נייע יאר, תשס''ט, מוצאי יו''ט קומט צו, צו מיר א יונגערמאן ר' אליעזר ליטמאן שאנפעלד הי''ו, און זאגט מיר א גוטע וואך א גוט יאר מנשה.
וואס גייסטו טון דעם נייעם יאר, האסט עפעס פלענער?
ניין לייזער, שקויעך פארן פרעגן, אבער איך האב דערווייל גארנישט קיין חשבון אבער כ'האף ס'וועט עפעס זיין בעסער ווי ביז היינט.
ביסטו מסכים צו ארבעטן אין א גראסערי? ווייל אויב יא האב איך פאר דיר א גוטע דזשאב..
יא, איך בין מסכים..
גוט! איך קלונג דיך אן אין א שעה ארום, און מ'וועט רעדן..

אזוי שנעל זאל מיר די מזל שפילן? קלער איך, אבער באלד זע איך איין, אז נישט מזל, ס'איז השגחה פרטית פונעם גוטע פאטער אין הימל, וואס האט זיך זיינע גוטע שלוחים, און מיין גזירה טובה מר''ה עד ר''ה הייבט אן שפילן ווי באשערט פון אויבן.
ער קלונג מיר צוריק, און זאגט מיר, אז שוין מארגן קען איך אריינקומען אין גראסערי, און מ'וועט זען ווייטער אויב איך טויג דערצו.
איך האב פונקט געהאט געפרעגט א צווייטן דורכן יו''ט, יענער האט אויך א גראסערי, און יענער האט מיר געזאגט אז ער וועט פרעגן זיינע עלטערן וואס פירן דעם גראסערי, ממילא האב איך צומארגנס געקלונגען בטעות יענעם, און כ'פרעג ווען כ'קען קומען צום גראסערי.. מיינענדיג אז ס'איז די גראסערי וואס מיין גוטע שליח שאנפעלד האט מיר ערלעדיגט.
און יענער זאגט מיר, מיין מאמע זאגט אז דו זאלסט יעצט אריבערקומען.
און ווי כ'לייג אראפ דעם טעלעפאן, קלער איך מיר, זיין מאמע? ווי קומט זי אינעם בילד אריין.. אה! איך האב געמאכט א טעות!! כ'האב געקלונגען די צווייטע גראסערי..
איך קלונג אן דעם גראסערי וואס מיין חבר שאנפעלד האט מיר מציע געווען, און כ'זאג יענעם, אז די אנדערע גראסערי זוכט אויך א ארבעטער, זאל איך בעסער גיין דארט? [ווייל כ'האב געקלערט אז שאנפעלד האט מיר פשוט א טובה געטון, און אז כ'וועל מיך אנלייגן אויף יענעם וועט עס זיין שווער פאר מיר, און בעסער זאל איך גיין צו יענעם וואס כ'האב גערעדט פארדעם שוין.]
ניין ניין!! זאגט מיר דער צווייטער וואס שאנפעלד האט מיר מציע געווען, איך וויל דיך ביי אונז.. מיר דארפן זייער שטארק א צווייטע רעכענער, און קום יעצט אריבער, יעצט! איך ווארט אויף דיר!!
און אזוי האב איך געטון, און באלד אנגעהויבן אינעם 'כולל גראסערי אין סקווירא, צו ארבעטן אלץ א רעכענער, און אויך א העלפער מיט וואס נאך מ'דארף, צו אנפילן די פאליצעס און ברענגען און טראגן.
היינט איז עס שוין אסאך א גרעסערע פארנעם, און ס'פארמאגט אסאך קאסטומערס, ממילא בין איך נאר ביים קעשיער, אבער אנהייב איז נאך געווען ליידיג פון קונים, ממש רוב טאג איז געווען שטיל, ווייל ס'געווען קוים א האלבע יאר ווען ס'האט זיך אפציעל געעפנט פארן ציבור א גאנצע וואך.
און כ'האב אריינגעארבעט א טאג, און אנהייב האט אויסגעקוקט א טאג ווי א וואך און א וואך ווי א חודש, אבער נאכן ערשטן מאל ערהאלטן מיין געהאלט אויפן וואך, האב איך אנגעהויבן באקומען די אפעטיט פון ארבעטן און לעבן א טאג.
און ב''ה כ'האב אנגעהויבן שפירן א נייע גייסט אין מיר, ס'האט זיך אנגעהויבן דרייען דאס רעדל אויף ארויף, אז כ'האב באקומען א דזשאב אויף רוב טאג, און א נארמאלע געהאלט – כאטש נאך ווייניגער ווי היינט, אבער ווען האב איך אמאל געהאט אזאנס?
אמת טאקע ס'געווען סעזאנען, און ביז איך האב מיך צוגעוואוינט צו די כללים פון א גראסערי, און די שפראך צו קונים, און די גוסטע פונעם באלעבאס...
אבער דאנקן גאט ב''ה האב איך נישט אויפגעהערט שעפשן יעדע שעה פון טאג, שבח והודאה כלפי מעלה, אז איך שטיי אויפן רעדל וואס פירט ארויף..
און ווי נאר ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם, האב איך זיך געלערנט וויאזוי עס אויסצוניצן, צו פאברוצירן דערפון עפעס נוצליך.
ווי א שטייגער, איך האב אליינס אפגעשריבן אלעס וואס כ'דארף וויסן, אויף א פאפיר, וואס דאס פענע און פאפיר זענען מיר אלץ געווען גוטע באהעלפער, צו יעדע צייט, און יעצט האב איך פארצייכענט אלע קאוידס פון די גראסערי פראדוקטן, און א ליסטע פון א וואכנאכט ארדער, און א ליסטע פון גרעסערע קעיסעס, און מודעות און סדר אויף יעדע זאך וואס האט נאר אויסגעפעלט.
און דאס האט נאר געהאלפן און גרינגער געמאכט נאך יעדע טעות צו פראבלעם, און כ'האב זיך פיין א עצה געגעבן, ווען אין די ליידיגע צייט פון ווארטן בין קונה לקונה, האב איך נאך געהאט א קליינעם אור החיים הק' ביי מיר, און אריינגעכאפט א שטיקל נאך א שטיקל, ממילא האב איך געהאט א פולע טאג, און ווייניגער צייט צו טראכטן, וואס איז די געזונטנסטע זאך.
סוף כל סוף בין איך אלץ געווען א בעל מחשבה, און דאך בין איך נישט קיין אנגעשטעלטע מאשין, און די אלטע דאגות האבן מיר נישט אזוי שנעל געלאזט רואיג, אבער כ'האב כמעט נישט געהאט קיין צייט צו קלערן דערפון, און ווען כ'האב מיך פארקלערט א רגע, האט שוין דער און יענער מיך אויפגעוועקט פון מיינע טיפע מחשבות, וואס נישט אלעמאל איז עס מיר געשמאק געווען ווען מ'האט מיך פארגעהאלטן פארוואס איך גולם אוועק..
אבער גיי זיי מסביר פאר בני אדם וואס זענען נישט קיין יודע מחשבות, און ווייסן ניטאמאל משיג צוזיין אז מ'רעדט נישט פון קיין גולם להנאתו..
ס'האט זיך געטוישט צייטן, געקומען פרישע סעזאנען, און דערמיט האט זיך געטוישט מצבים, אבער אלץ איז בעסער געווען ווי זיצן ליידיג און קלאגן, און ב''ה כ'האב אנגעהויבן לעבן! אויך א גרויסע טייל דאגות זענען צוביסלעך פארהיילט געווארן, און ערפילט געווארן.
איך האב מיך משלים געווען מיט אנדערע זאכן אויך, מיטן ווידער שרייבן און מאכן לאכערייקעס [קורצע קליפס], און דווקא האט דאס אויפגעכאפט און געווארן א פאבליצירטע זאך אינעם וועלט נעץ, וואס האט מיר צוגעגעבן א גוטע געפיל, אין א וועלט פון איינזאמקייט און אייגענע לעבן אין מיין אייגענע שאטן.

צודעם האט מיין שווער זיך געגרייט חתונה צו מאכן א זון, וואס אט ער האט מיר געברענגט מיין זון א האלבע יאר פארדעם, און כ'האב געשפירט אזא הכרת הטוב, אז כ'האב געמוזט קומען צום חתונה כאטש כ'האב געשפירט א שטיקל פחד צוריקצופארן אהין קיין לאנדאן, און שפירן ווידעראמאל די ביטערע טעם פון אבילות.
האב איך חנוכה געפרעגט דעם רבי'ן זז''ג דערוועגן, און האט מיר געזאגט, אז אויב איך פרעג וועגן מיין זון, זאל איך פרעגן א קינדער דאקטאר, וואס ווי מ'קען פארשטיין מיינט עס א קינדער פסיכאלאג צו עס וועט נישט רואינירן דעם קינד דערמיט.
אבער א גוטע ידיד מיינע, א חסיד און בעל חסד נפלא און עובד ה', האט מיר געהערט מיין געשיכטע, און האט מיר געזאגט אנדערש, אז דער רבי זאגט א קינדער דאקטאר, פרעג דעם פשוטן פיזישער קינדער דאקטאר, און וואס ער זאגט אזוי זאלסטו טון.
און כ'האב יענע טאג געטראפן ביי מנחה א קינדער דאקטאר, און איך פרעג עהם קורץ, זאל איך נעמען מיין זון קיין לאנדאן צו א שמחה? זיין מאמע איז אוועק דארט, און זיין פעטער האט יעצט חתונה..
זיכער! זאגט ער מיר.. אויב דאס קינד האט דיר נישט געזאגט אז ער האט א פראבלעם דערמיט, זאלסטו זיכער פארן מיט עהם..
און כ'בין געפארן און ס'געווען פריילעך, און ס'האט זיך געהויבן די מצב אין משפחה אז ס'דא שמחה צו מזל, און אויך אז מיר זענען צוריקגעקומען, און ס'געווען א ריכטיגע דערפרישענדע מיטל פארן עתיד.
און טייל האבן רעאגירט צו מיין קומען צום שמחה, 'זייער שיין אז דו ווילסט ווייטער האלטן קשר און קומסט צום שמחה'.. אבער ווי קומט דא אריין 'שיין'.. ס'איז געווען א ענין פון צורך צו תכלית, נישט פאר איבריגע הנאה, פארוואס נישט.
נו, וויאזוי זאל עס א פרעמדער פארשטיין? האט יעדער וואס צו זאגן א מיינוג פון געפיל אין יעדע סיטואציע.
ווען איך בין צוריק אהיימגעקומען, האב איך זיך ווידער געדארפט צוריקכאפן צו א סדר היום, און אמאל פיבערדיגע טעג און קאנצעטראציע אין די ארבעט, אבער אלץ בעסער ווי זיצן פוסט מיטן נאז אראפ.
המשך יבוא בעזרת ה'

BLOOMINGBURG NY » זונטאג מערץ 23, 2014 3:24 pm

· #192009
THANKS Menasha I got it in my email

שרייבער » זונטאג מערץ 23, 2014 4:32 pm

· #192035
אה, מנשה איז צוריק דא

יישר כח
זיי ממשיך

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:09 pm

· #192701
באמת ווען א מענטש גייט אריבער א שווערע תקופה אין לעבן, איז יעדע פעולה וואס איז גוט, א שטארקע גורם צו פארגיטיגן דאס זעל, און דערפרייען און באפרייען פון די פריערדיגע שווארצע קאשמארן.
דאך איז שווער צו זאגן אז מ'ווערט פונעם עבר גענצליך פטור, ווייל ס'בלייבט א לאנגע צייט א הארבע קריץ אינעם נפש, וואס טוט וויי ביי יעדע קליינע פאל צוריק, כאטש עס איז נישט קיין בראך, אבער דאך מער ווייטאגליך ווי סתם כאטשיג ווען בעפאר.
אזוי איז עס נאך א קלאפ, אז עס בלייבט א מיחוש נאך לאנגע פעריאדן, דאך לערנט זיך דער מענטש אויס וויאזוי צו פארקוקן און שלונגען אויף קלענערע פראבלעמען וואס קומען ווייט נישט אן צו וואס מ'איז אין גרויסן אריבער.
אזוי אויך ביי מיר, האב איך טיילווייז טאקע פארגעסן וויאזוי עס שפירט דאס לעבן מיטן וואוינען מיט נאך איינעם אין שטוב, א שטייגער ווי מ'שטופט א וויגעלע יעדע פאר יאר, צו צומ'ווייניגסטנס – מ'פאראייניגט זיך מיט נאך איינעם אין יעדע פעולה אינעם טעגליכע געברויך און אקטיוויטעט.
איך בין אריין צוריק אין א מצב פון א בחור פאר זיך אין די פרעמד, וואס דארף זיך אליינס זארגן אויף די וויכטיגסטע, אבער דארף בכלל נישט דעקן אלעס איבריגע וואס איז נישט לעבנס וויכטיג, ווי צום ביישפיל ווען צו עסן מאלצייטן דורכן טאג, שבת, יו''ט, ערב און מוצאי, און ווען צו גיין און קומען טוישן צו לאזן, קויפן צו פארציכטן אויף וואס אלע קויפן.
פארקויפן חמץ, בויען א סוכה, באקן מצות, קאכן פאר שבת, מוציא זיין די שטוב, צוזאמלייגן די טלית, אפבייסן די פיטום, איבערבעטן יעדע שטיק צייט.. צו איינפירן א מנהג צו פארציילן א געשיכטע, פיצן די מנורה אדער שבת לייכטער, טראגן משלוח מנות פאר שוויגער, געם דין וחשבון ווילאנג צו עסן שלאפן דאווענען שפילן און לערנען.
דאס אלעס איז ביי א סינגל א איבריגע זאך, וואס נאר טאמער וויל ער באמת און האט גענוג איבריג צייט, און איז פונקט אין א גוטע גוסטע, וועט ער עס 'אפשר' טון..
אבער וואס פאר א סארט לעבן איז דאס? איר זאל נישט געפרואווט ווערן!
איר זאלט נישט וויסן וואס דאס מיינט ליידיגע צייט – ווען אלע פארברענגען מיט משפחה און זענען פארטון מיט ארבעט, און דער סינגל מאלט אפ א סעודה אין צען מינוט!
איר זאלט נישט פארשטיין וואס מיינט 'א פרייע פויגל' וואס טראכט פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט – וואס וועט פון מיר בלייבן, און ווי לאנג נאך וועל איך נישט וויסן קיין תכלית אין לעבן, און אזוי לעבן און מיטטאנצן מיטן לוח, ווייל קיינער האט מיך בטעות נישט געהארגעט..
ס'איז יענס לעבן, טאקע נישט געשטארבן אבער נישט געלעבט אויך נישט! עכ''פ ס'נישטא וואס מקנא צו זיין.
איך דערמאן זיך גראדע, אין איינע פון די לאנגווייליגע נעכט, ווען כ'בין שוין ב''ה געווען צוריק אינעם סדר החיים, און שוין יא געקענט אריבערשלאפן די נאכט אן קיין איבערהאלט, און ווייל קיינער האט מיך נישט געטריבן אהיימצוקומען, האב איך גע'פעניעט אין שול.
טרעפט מיר א נאנטע חבר, און מיר פארציען א שמועס אונטערן לבנה שיין, און יענער פרעגט מיר, וויאזוי שפירסטו לעצטענס?
זאג איך יענעם, אז דאנקן גאט גייט ב''ה אלעס צו בעסערונג, אבער דאך, 'איי עם לאנלי'..
זאגט מיר יענער אין די אויערן, 'עס איז דא נאך איינער, ערגעצוואו, וואס איז 'אויכעט' לאנלי..
כ'מוז מודה זיין, אז די טיפע ווערטער זענען מיר אריין טיף אין זיכרון! און האט מיר געגעבן א שיינעם קורטוב חיזוק, נאך ביז היינט.

אבער איך האב פון אייביג אן פראבירט צו פארטרייבן די שווערע מוהט, מיט עפעס קנאקעדיג, וואס זאל מאכן לעבעדיג, נישט נאר מיר, נאר נאך צענדליגע ארום און ארום..
און מיטן גאטס הילף, האב איך באקומען ביים ציבור, די גוטע נאמען פון א ספעציעל גוטע אקטיאר און קאמידיען, און מ'האט מיך אנגעהויבן רופן דא און דארט צו משמח זיין.
און די ליסטע איז געווארן א לאנגע, פון גיין באזוכן צעבראכענע יודן, ביז משמח זיין גרופעס וואס האבן געזוכט א אונטערהאלטער ביי זייער פארברענגן.
און ס'געווארן אויס סוד, אז ס'פארהאנען א 'מנשה לוסטיג' וואס שטעלט אהער סצענעס, וואס מאכט לאכן יונג און אלט, ארים און רייך, סיי אנשים חשובים און בעלי דעה, און סיי איינפאכע פלאכע שוואויל זוכער, אלע האבן מרגיש געווען די ארגינעלע חוש וואס ליגט דערין, מער ווי סתם עפעס א בדחן דאמירן בעלמא.
דאך האב איך מיר געהאלטן אין די כלים, און נישט געזוכט קיין הויכע שטעלעס, ווייל וויפיל ס'באשערט פרסום און כבוד, געלט און אויפמערקזאמקייט, אזופיל בין איך גרייט צו באקומען, אבער נישט מער.

גלייכצייטיג ווען ס'איז אנגעקומען די סעזאן פון די יודישע הומאריסטן – די ימי הפורים, איז מיר אונטערקומען א דאפעלטע פארציע געלעגנהייטן, וויאזוי אויסצוגעבן מיינע געלונגענע געלעכטער שטיקעס, און חפץ ה' בידי הצליח, און איין יאר רופט מיר 'די וואך' – היימישע בילדער מאגאזין, איינמאל 'די בליץ' מיט א פיקטיווע לעגענדע, וואס איך בין דער מחותן אינדערמיט.
און צווישן די פארשידענע מצבים, האט מען מיר אריינגענומען אינעם חבריא פורים שפילער, וואס מאכן יעדעס יאר א שיינעם פורים שפיל פארן רבין זאל זיין געזונט, די צווייטע נאכט פורים – ביים לחיים טיש.
די ערשטע יאר וואס איך האב געשפילט, איז געווען די געשיכטע פון 'די טאנץ פון בער', ווי ביים באל פונעם פריץ, בין איך געווען דער 'טראמבאון און פידל שפילער', וואס ס'האט זיך ארויסגעצייגט מיין אויטענטישע אקט, אלץ גאר געלונגען.
איבער'ס יאר האט מען מיר שוין געבעטן פארצושרייבן דעם סקריפט פארן שפיל, ווייל די עסקנים אינעם שפיל האבן געהערט אז איך האב שוין געשריבן און געשפילט אין לאנדאן, און ס'געווען מיט די זעלבע הצלחה, אזוי דעמאלטס אזוי פאריאר ביי מיין קורצן אקט אלץ קלעזמער.
איך האב פארגעשריבן דעם שפיל, פונעם הייליגן סיפור אין גמרא 'גם זו לטובה' ביי 'נחום איש גמזו', און פונעם צוויי שורה'דיגע גמרא, האב איך אהערגעשטעלט א סקיצע פון א גאנצע שטונדע, מלא תוכן און לאכעדיג צוגלייך, אז כ'האב אסאך צוריקגעהערט עד היום, ווי סיי ערליך און סיי געשמאק און ארגינעל עס איז געווען בכלל.
עס האט זיך פון דאן אריינגעכאפט א שטיקל קנאה, און מ'האט מער נישט גענומען מיינע פרישע סקיצעס, וואס כ'האב נאך פראבירט צו שרייבן, אבער מיין חלק אין די קומענדיגע יארן אינעם שפיל, איז אלץ געווען א ספעציעלע בולט'דיגע אקט, וואס אלע האבן אלץ געשעפט שמחה מיט פולע לונגען..
ווען א יאר דערויף איז געווען די שפיל פונעם לעבן פונעם הייליגן אור החיים הק', און א יאר שפעטער פונעם הייליגן געשיכטע פון דוד המלך ע''ה, ווי יענע יאר האב איך איבערצייגט דעם עולם אז איך קען מאכן – נישט נאר לאכן, נאר אויך וויינען.. אויף גאר א געלונגענע שטייגער! און א יאר דערויף, 'יוסף מוקיר שבת', ווי איך בין געווען דער שטערן זעער, און דאס יאר – תשע''ד – א פארשטעלונג פונעם דור פון אברהם אבינו ע''ה.
אלץ האב איך געשפירט א געוואלדיגע זכיה, אז איך בין געציילט צווישן די וואס זענען די פורים שפילער פארן רבין זז''ג און די טויזענטע צושויער חסידים ואנשי מעשה.
גראדע האב איך געהאט די זכיה זיך אויפצושטעלן שפילן אין נאך געלעגנהייטן, ווי ביי שבע ברכות'ן אין סקווערן הויף, ווי מיר האבן אמאל נאכגעמאכט א אמאליגער קאפעליע חזנים, און איך בין געווען דער 'אקארדיאן שפילער', און אמאל א געפעכט צווישן מתנגדים און חסידים, בין איך געווען דער מתנגד, אבער מיין קאלעגע האט דאן אנגעכאפט א פלוצלינגע בושה, און איך בין געבליבן היבש חוזק.
- דאן בין איך געבליבן אויסגעשפילט, און כ'בין באצייטנס אפגעטרעטן פון דארט, אבער דער רבי זז''ג האט מיך פונקט אזוי באדאנקט ווי כאילו ס'וואלט געווען געלונגען..
איך האב עטליכע יאר חול המועד, געשפילט ביי די 'חינוך פארשטעלונגען' פון ר' זושא שמעלצער פאר קינדער, ווי צוויי מאל האב איך אפילו פארגעשריבן די סקריפט, און ס'איז אויסגעקומען ב''ה גאר געלונגען, ספעציעל די שפיל מיטן נאמען 'מיין צוואה' וואס איז געווען א צוזאמארבעט מיט מיין גוטע ידיד חיים יצחק האכהייזער [ – זיין בינע נאמען: חיים אייזיקסאן] און ס'האט גוט אפגעקלונגען.

איך האב עטליכע מאל געשפילט אין א סלייד פרעזענטאציע, וואס איז אנגעגרייט געווארן לטובת די מגבית פון גמ''ח זכרון יעקב, און 'נפש', ווי מיינע בילדער אינעם פרעזענטאציע זענען גאנץ פיין ארויסגעקומען, ביז מיין שוואגער 'ליפא שמעלצער' האט מיך געלאדענט אנטייל צו נעמען אין זיין ספעציעלע 'הגדה של פסח' ביילאגע, ווי איך בין געווען דער מוזג הכוס ביים סדר נאכט.
און פון דארט האב איך שוין געשפילט ביים DVD פון מיכאל שניצלער – מיין קינד טרעף מיך, וואס איז אויך געווען לרצון און פארגעניגענס'פול, האב איך שוין באקומען די הזמנה צו אנטייל נעמען איין יאר מיטן פעסטער רעבע – יואלי לעבאוויטש, אינעם פורים אפטיילונג אין 'קול מבשר', וואס אלע געדענקן גוט דעם פראגע אן לייזונג – 'אוואו איז די קאווער פונעם גרעיפדזשוס'..
דאס אלעס איז נאר געווען חלקים אין די זייט, צו די עיקר געשעפט פון מיינע אייגענע לאכערייקעס, וואס יעדע קליפ פאר זיך איז אויסצוקושן ביים ציבור, און עטליכע ביי מיר גראדע אויך.. אבער נישט וואס דער ציבור האט ליב האב איך ליב.. אבער דאך, אז מ'בעט משקה – געב אהין.. כאטש דו ביסט אליינס נישט דארשטיג דערפאר.

צו פארציילן אביסעלע פרטים ווען און וויאזוי כ'האב געמאכט די אויסגערופענע לאכערייקעס, וועט שוין מוזן זיין אינעם קומענדיגע געלעגנהייט, א שאד ס'נישט אויסגעקומען פאר פורים, אבער א גאנץ יאר איז אויך די צייט..
המשך יבוא בעזרת ה'

חכם עתיק » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:42 pm

· #192901
יישר כח מנשה פארן ארויסגעבן אינסיידס פון דיין עקטעריי, און בכלל פאר דיינע הערליכע באשרייבונגען. (דאס איז למעשה איינער פון די סיבות וואס איך האב מיך דא איינגעגלידערט אינעם קאווע שטיבל).

די רבוש"ע זאל דיר באצאלן פאר אלעס וואס די מאכט שמייכלן אידן, און אפילו פארוואס די מאכסט זיי וויינען... ס'איז מיר געווען א ווי א מוסר ספר דיינע מיטמאכענישן.

אפשר לייגסטו ארויף דא א שטיקל קליפ ווי די עקטס ביים טיש?

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 31, 2014 7:04 pm

· #193849
באמת בין איך דאך געבוירן מיטן חוש פון קאמעדיע, וואס שטאמט פון מיין מאמעס זייט משפחת גאלדשטיין, וואס אלע – כמעט אלע, פארמאגן דעם חוש אין זיך, און נאך פונקט אזוי גוט ווי מיר..
נאר וואס דען, שטייט דאך שוין אינעם הייליגן מאור עינים דעם געטליכער כלל, אז זאל א מענטש האבן פוס און הענט און אלעס וואס מ'ברויך צוניץ קומען וואס מ'דארף נאר, וועט עס נישט דינען אן דעם דירעקטן באפעל פון הימל, אז עס זאל דינען יענעם ספעציפישן אקט וואס מ'וויל, נאר אויב פון הימל וועט מען דערלאזן און גאר ערמעגליכן צו טון.
פון די גאנצע פארצווייגטע משפחה, בין איך למעשה א יחיד בדור ובמשפחה וואס האט גענומען די דרייסט און ארויס פונעם בושה זאק, און זיך ארויפגעשטעלט אויפן באלעמער און אויסגעהילכט מיינע קענטעניסן לארבע רוחות העולם.
און כאטש אסאך מענטשן וואקסן אויס די סארט פאני זאכן מיט די צייט, אבער איינער וואס האט עס אין די נשמה, איז עס נישט קיין קטנות נאר א שליחות און אויפגאבע צו ניצן, לאמיר האפן אויף גוטע און געזונטע צוועקן.
און איך קלער, אז ווען נישט די גוטע פידבעק פון די ציבור וואס האט הנאה, וואלט איך אפשר יא איינגעצויגן אביסל, אבער סיי איך האב די רייץ פון ארויסגעבן מיינע חושים, און סיי דער ציבור דארשט אויף וואס מער מונטער צוזיין, בין איך אלץ ממשיך מיט נאך עפעס און נאך עפעס.
די ערשטע קליפס האט זיך אזוי געפירט ווי אסאך כאפן אפ, און די אפקלאנג האט אבער געצייגט אז ס'איז עפעס אנדערש דער וואס שפילט דערינען, און ס'זייער אויטענטיש און ארגינעל, ממילא איז נאכגעקומען נאך קליפס, און יעדע פאר זיך האט א שטיקל געשיכטע.
א טייל קליפס און בילדער זענען פון מיין אייגענע אפגעשריבענע סקריפט, און אייגענע מערכה וואס כ'האב אויסגעשטעלט דעם קאמערע עס אפצוכאפן ביני לבין קוני.. [און ס'דארף זיך אויסקוקן צומאל ווי נאך מענטשן זענען דערביי, אבער ס'זענען אין רעאליטעט נישט געווען קיינער דארט.]
א טייל זענען באצאלטע קליפס פון קאמפאניס וואס האבן מיר קונה געווען באותה תקופה פאר אפאר טאלער, גענוג א סיבה זיך צו לאזן נאריש מאכן, כאטש די תוכן און די קוואליטעט איז גראדע רוב מאל נישט לרוחי.
און טייל מאל זענען בילדער און אפילו קליפס, פשוט א פערצופאל, ווען איינער האט מיך אפגעכאפט משמח זיין, צו סתם אין א לאכעדיגע גוסטע, וואס ווען כ'בין דערביי איז עס הנאה להם והנאה לעולם..
אבער לאכן לאכט יעדער, אפילו ס'נישט צום זאך, אפילו ס'נישט צו קלוג, אבער ווען ס'איז א טיפע אקט, א גלאטע אקט לעיני בשר, אבער זייער ארגינעל אין די אויגן פון פארשטייער בעולם הקאמעדיע, וועלן אסאך פרעגן, וואס א מאדנע מעשה מאכט ער דא מנשה?
אבער פארפאלן, מ'קען נישט פיטערן חכמה פאר יעדן מויל מאכער, און ס'איז פארהאנען עפעס טיפערס אין דעם, ווי סתם זיך קיצלען לאכן אויף אויסגעשפיגענע נארישע מצבים.
בעיקר, די געפיל פון א אקטיאר ביים אקט, איז פונקט ווי א נאטורליכער שרייבער אינמיטן מאמר, וואס ער איז אינגאנצן אינעם מצב וואס ער שטעלט אהער, און ס'איז עהם א שטיק לעבן דאס עצם אויסנוצן דעם כח החוש, כאטש ס'קאסט אויך כוחות.
ממילא, די פראגע צו מ'מאכט געלט, איז נישט אייביג וויכטיג, ווייל באמת סוף הכסף לבוא, און ס'טאקע תכלית צו לייזן מיט די צייט עפעס געלט אויך, אבער די עיקר איז נישט געלט וואס קומט און גייט, נאר די עצם חכמה און קונציגע ארבעט.
און ווער ס'האט געלייענט ביז אהער מיין געשיכטע, פרעגט שוין צום וויפילטן מאל, איך ירק זה חי???
וויאזוי קענסטו נאך לאכן – מנשה? מ'גייט אריבער מצבים, פיזיש און גייסטיש, אמאל בזיונות אמאל חלומות, און דו קענסט נאך לאכן?
באמת אמרו, אז לויטן פשוטן חשבון פארשטיי איך עס אויך נישט.. נאר אז מן השמים געבט מען כח איבערצושלאפן די שווערע עבר, זיך אויסלאכן און שפאנען ווייטער, כאטש נישט אזוי שנעל, כאטש נישט אזוי גרינג..
אבער די מציאות איז באקאנט, אז קאמידיענס, אדער ווי מ'רופט עס די לעצטע יובל – בדחנים, זענען מענטשן מיט א איבערפלוס פון געפילן, און קענען זייער שנעל וויינען, און זייער שנעל לאכן, און ווערן שנעל דערהויבן און לעומת זה קען מען זיי זייער שנעל וויי טון.
זאלט איר נישט מיינען אז א בדחן מעג מען טשעפען ווייל ביי עהם איז אלעס א ווערטל, דווקא נישט! ער נעמט עס אסאך מער פערזענליך, און ווען מ'געבט עהם א גוטע קאמפלימענט איז עס אסאך מער ווי ער צייגט ארויס.
און איך בין טאקע אזוי, אז די געפילן טוהען מיר צעשפילן... חחח
איך קען טאנצן אן וויין, לאכן אן דראגס.. וויינען אליינס אן באגלייטער, און זיך מחזק זיין מיט זעלבסט פרישע געדאנקן.
און דאס איז באשיינפערליך די פעקעדש וואס קומט פון הימל, צו זיין ווייעך לטוב ולמוטב.

לאמיר ממשיך זיין על הסדר, ווי כ'האב געהאלטן מיטן שילדערן מיין סדר החיים, ווי איך האלט אין יאר תש''ע, יענעם יאר ווען מיין זיסער בן יחיד האט אריינגעטרויטן אינעם זעקסטן יאר צום גוטן, און ביי מיר איז דאס געווען פון די עיקרי נחמה, אז כ'זע ב''ה זיסע נחת און א גאנץ נאנטע משפחה מיטגליד אין מיין אייגענע עקסזיסטענץ.
און א שטייגער צעשפילן זיך ביי מיר – ווי ביי יעדן מענטש, רצונות פאר א טויש, יעדער זוכט עפעס התחדשות ביי זיך, און אז כ'האב געהאלטן שוין ביי צוויי יאר זיין אליינס, אפשר וואלט איך געדארפט אננעמען א דייעטע, און אפשר וועט דאס העלפן אין שידוכים, און אויך פאר מיר אליינס איז עס אפשר א געזונטע שריט.
אזוי האב איך געקלערט..
און אנגעהויבן טון למעשה, האב איך אנגעהויבן מיט פעלזן פעסטע מוט, נאכצוגיין די 'עטקין דייעט' לויט ווי מ'רופט עס היינט – מייזעלס דייעט, וואס איך האב איינגעזען אז ס'איז גאנץ ריכטיג.
אבער די עיקר חסרון ביי מיר איז געווען, אז מ'דארף איינער זאל העלפן אינעם עבודה קשה, און געווענליך איז עס די ווייב, אדער כאטש די משפחה ארום, און אוודאי נישט אז זיי זאלן שטערן אינעם פלאן.
און איך האב למעשה געארבעט קעגן די שטראם, ווייל כ'האב קיין חיזוק 'נישט' באקומען, און קיין געהעריגע הילף זיכער נישט, און נאך קריטיק אויך א שיין ביסל, און אליינס בין איך געבוירן נישט קיין דארער, און די מהלך איז מיר געווען ווי אייננעמען א בארג.
איך האב עס אנגעהאלטן פאר כמעט צוויי יאר, און נאכן אויספאלגן מער ווייניגער די תנאים, און צאלן א פרייז, און הערן לעקציעס, און זיך פייניגן אין די שווערע תקופות, האב איך געמוזט נאכלאזן דערפון, ווייל ס'נישט געווען קיין תכלית אנצוגיין אין א מהלך וואס האט נישט דערגרייכט קיין תכלית לגבי מיינע שאיפות.
כאטש איך האלט נאכאלץ זייער פון דעם מהלך, און איך עס נאכאלץ אין מיין דייעטע בערך די סארט עסן וואס איז געפאדערט לויט דעם, אבער בשלימות האב איך נישט געקענט אזוי אנגיין, שוין אפגערעדט ווען דאס אנהייבן די דייעטע לכתחילה האט מיר געקאסט אזעלכע כוחות, אז כ'האב דאן אין ווינטער תש''ע געהאט באקומען א שווערע וויירוס און צוזאמען מיטן נישט עסן נארמאל ברויט, האב איך מיטן שווערע וויירוס אוועקגע'חליש'ט, און אינעם שפיטאל זיך אויפגעוואכט, און ווידער באשלאסן, אז יעבור עלי מה, אבער איך וויל דעם דייעטע אויספירן, כאטש אפאר חדשים – וואס מיינט פונקט אזויפיל וויפיל איך האב טאקע אנגעיאגט ב''ה.
דאן נאכן נאכלאזן פונעם שטרענגן דייעטע, האב איך – ווי א בחורישע קאפ – ווייטער געשפינט ווילדע פלענער אין לעבן.. און כ'האב איינגעגעבן א פלאן צו מאכן א 'סליוו אפעראציע'.

איך האב גוט שטודירט דעם נושא, פאר איך האב גענומען די דאקומענטן פונעם דאקטאר, און עס איבערגעליינט און געטון שטארקע הכנות למעשה, מיטן זיך לאזן אויסזוכן ביי א רייהע דאקטורים און נוטרישענס.
למעשה איז געבליבן אז איך מאך נישט דעם אפעראציע, כאטש איך האב נישט געשפירט קיין שרעק אדער סיי וועלכע אפהאלט, פארקערט, מ'האט מיר נאך געגעבן שטיצע פון אלע זייטן, אז ווי נאר איך ווער ווי א שטעקן דאר, וועט זיך אנלויפן שידוכים, און איך וועל ווערן א נייע מענטש פאר זיך בכלל.
אבער איך האב געמאכט מיינע אייגענע חשבונות, אז א מענטש בין איך אזוי אויך.. און זיך לאזן אפערירן פאר א שידוך איז לדעתי נישט קיין סיבה, און כ'האב אנגעפרעגט מיינע צדדים ביים רבי'ן שליט''א, און ער האט מיר באפוילן פאלגן מיין דאקטאר.
וואס מיין דאקטאר – דר. תמיר קאטץ הי''ו, האט מיר געזאגט קלארע ווערטער, אז געזונט בין איך ב''ה, און טאמער וואלט איך חלילה געהאט עפעס א געזונט סיבה עס צו מאכן וואלט ער מיר געשטופט דערצו, דערפאר איז געבליבן מיין החלטה צוזאמען מיטן דאקטאר, אז איך לאז געמאכט אזוי.
אויסער דעם וואס מיין סקעדזשול איז דאן געווען שווער צו פאטשקענען מיט א אפעראציע – ווייל ס'שמעקט מיר..
ווען איך האב געדארפט פארן מעבר לים, און נאך אונטערנעמונגען, וואס האבן נאך צוגעגעבן צום החלטה אויף נישט.
אבער פאר איך גיי ווייטער, מוז איך פארציילן א שטארקע עפיזאד, וואס כ'געדענק נישט צו כ'האב עס אמאל פארשריבן פארן פאבליק, אבער כ'האב עס קיינמאל נישט פארגעסן.

דעמאלטס ווען כ'בין געזעצן אינעם ווארט צימער, ארייצוגיין צום ספעציעלע דאקטאר וואס מאכט די אפעראציעס, ער זאל מיט מיר רעדן צום ערשטע מאל וועגן דעם, האב איך באמערקט נאך פאציענטן ווארטן, אויף אנדערע דאקטוירים אין די דערבייאיגע שטיבלעך.
איין פאציענט איז אבער געווען מאדנע, ווען ס'וואקסט עהם אביסעלע ווייסע שטעכעדיגע האר אויפן מארדע, און די קאפ איז אויך גרייז גרוי, נישט פון עלטער נאר פון צרות – וואס כ'האב באלד באמערקט, ווייל ער זיצט אין א ווילטשער, און א יונגע פרוי באדינט עהם ממש יעדע פערטל מינוט, ווי כאילו ער איז געליימט אינגאנצן, אבער כ'הער דאך ווי רעדן קען ער אסאך...
און פון מיין זייטיגע קוק, איז געווארן א דירעקטע קוקן אויף עהם.. און כ'האב מיך צע'לוסטיג'ט.. און געהויבן א וואכע שטימע צו עהם.
העלא ראביי, איי עם קאריאז אבאוט יו..
און נאך פאר איך זעץ פאר מיינע נייגעריגע שאלות, ענטפערט ער מיר מיט א היימישע יידיש..
א גוט יאר א געזונט לעבן אויף דיר..
אה, איר רעדט יודיש?
איך? דו קענסט מיך יונגערמאן?
ניין..
און ער זאגט מיר זיין נאמען, און הייבט אן וויינען און פארציילן זיין געשיכטע פון אפאר צענדליגע יארן, אין געציילטע מינוטן!
ער האט גערעדט שנעל, און אן איך זאל שלעפן די ווערטער מיט פראגעס, האט איך שנעל אויפגעכאפט די גאנצע מגילת איכה.
ער שטאמט פון א גאנץ היימישע חסידישע משפחה, נאך פאר ער האט אריינגעטרעטן אין די תקופה פון לעבן א שוואול טאג, האט ער שוין באקומען א פארציע אויפן לעבן.. און זיין אשת מפחידי האט עהם פשוט געוואלט זען טויט! און זי האט עהם פאר'סמ'ט!!!
ער האט נישט געוואוינט אין ניו יארק דאן, און מ'האט די סם נישט נארמאל באהאנדעלט דארט, און ער איז אנטלאפן פון דארט, אנטלאפן פון די גאנצע משפחה, און געבליבן 'צעפראסקעט' ביזן נעקסטן סטאנציע, ווען ער האט בשלום געטראפן א צווייטע זיווג.
און – כ'געדענק נישט צו פארדעם צו נאכדעם – האט ער איינמאל אריבערגייענדיג די גאס, באקומען א פגישה פון א ווילדע דרייווער, און יענער האט עהם געווארפן ווייט! און ביז היינט איז ער פארליימט, אויסערליך פון די עקסידענט, און אינערליך – נאך פון די סם.
אט די פרוי – צייגט ער מיר, האט געוואלט מיט מיר חתונה האבן, און מיר לעבן זייער גוט, פארוואס זי האט מסכים געווען צו מיר, ווייס איך נישט.. אבער זי באדינט מיר זייער ערליך, און אן איר וואלט איך מסתמא נישט געווען בכלל דא.
זי געבט מיר מוט, און קוקסט מיך אן, איך בין נישט אזוי אלט, איך בין קוים פערציג יאר!!!
כ'האב געמיינט איך פאל אראפ פון בענקל ווען איך האב דאס אלעס צוגעהערט, און פלוצלינג רופט מען מיך שוין צום אפעראציע דאקטאר..
איך גיי אריין היבש פארקלערט צום דאקטאר, און ער פרעגט מיר גלייך צום ענין.
'פאר וועלכע סיבה ווילסטו מאכן די אפעראציע'? דו שפירסט עפעס ראנג פיזיש צו גייסטיש??
איך הייב אן לאכן..
איך שפיר געזונט אן שטארק ווי א פערד!!! זאג איך עהם.. איך ווייס שוין נישט צו כ'וויל עס מאכן אפילו..
דער דאקטאר קוקט מיר אן אביסל ערנסט, אבער איך בין עהם גלייך מסביר ממש בקיצור נמרץ, די באגעגעניש פון וואו איך קום יעצט.. פון א חולה מיוסר ביסורי נפש וגוף, און אסאך חולים זענען געזונט און שטארק קעגן עהם.. און איך אוודאי, חסדי השם אז ס'פעלט מיר נישט אפילו די כח צו בייגן די קלענסטע פינגער.
אבער לאמיר הערן וואס איר אפפערט מיר, האב איך דאך נישט געוואלט ענדיגן די אפוינטמענט מיט אנטוישונג, און כ'האב עהם אויסגעהערט מיט א האלבע אויער, אבער כ'בין געווען אינגאנצן פארטראכט, פון יענעמס לעבנס געשיכטע, וואס איך פארגעס נישט ביז יעצט.
נו פרעג איך אייך.. א בענד דארף איך? דאנקן גאט איך לעב!
המשך יבוא בעזרת ה'

דולה ומשקה » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:12 pm

· #194318
א הארציגע און פרעזענטליכע דאנק פאר'ן ממשיך זיין
איך שטיי און קוק פאראויס אויף די המשכים
דו ביסט מיר מחי' מיט יעדע המשך
דו דיסאפוינסט מיר מיט יעדער פאר טאג אן א המשך
ג-ט זאל דיר באגליקן מיט פיל שמחות, בשורות טובות, הרחוות הדעת און מנוחת הנפש
וימצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם

שרייבער » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:33 pm

· #194358
דולה ומשקה
א הארציגע און פרעזענטליכע דאנק פאר'ן ממשיך זיין
איך שטיי און קוק פאראויס אויף די המשכים
דו ביסט מיר מחי' מיט יעדע המשך
דו דיסאפוינסט מיר מיט יעדער פאר טאג אן א המשך
ג-ט זאל דיר באגליקן מיט פיל שמחות, בשורות טובות, הרחוות הדעת און מנוחת הנפש
וימצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם

מנשה לוסטיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 7:05 pm

· #195343
איך זע אז וויפיל איך שרייב, איז נישט גענוג, און אלץ האב איך נאך און נאך צו פארציילן, אבער פון שטיל שווייגן וועט קיינער נישט פארדינען, איז לאמיר ממשיך זיין שפינען מיטן פעדער, דאס לעבן געשיכטע מיינע, און הכל ריווח וויפיל עס ווערט פארצייכנט.

פון יאר תש''ע האב איך אנגעהויבן מיט א קייט פון רייזעס, אויף שבתים און ימים טובים, ווען יעדע פאר וואכן האב איך געפראוועט א שבת אין א צווייטע ווינקל פון ניו יארק און קאנאדע, און מיין ציל איז טאקע געווען, זיך צו באקענען אביסל מיט די גלילות ארום.
פון אייביג אן האב איך פיינט געהאט צו רייזן אויף א פליגער, און דאקעגן האב איך זייער ליב געהאט רייזן מיט א קאר אדער באס עלי דרך, אויף ווייטע שטראזן און וועגן.
איז ביז יעצט האב איך געהאט אסאך רייזעס מיטן פליגער, קיין לאנדאן און קיין ניו יארק, אבער וויבאלד כ'האב מיר צוריקגעזען אינדערהיים – אין סקווירא, האט מיר געפאלן אנצוהייבן שפעקולירן די סביבות ארום – אוואו מ'קען פארן מיט א קאר.
און פאר מיר צו פארברענגען א שבת אין די פרעמד, האט געקענט זיין ביי נייע חברים וואס כ'האב מיך ווירטואל באקענט, פון נאנט און ווייט, ביז וויילען אין שפיטעלער מיט קראנקע, ווי דארט ווערט מען שוין איינמאל חברים מיט אלע סארט טיפן יודן.
אז איך מאך א סיכום ווי איך האב שוין אלץ באזוכט אין די וועלט דורכאויס מיינע יונגע יארן, איז די ליסטע שוין א לענגערע, און נאך אלע מסעות האב איך באמערקט אז עפעס דווקא אין ארץ ישראל בין איך נאכנישט געווען, כאטש כ'האב שוין אסאך געקלערט פון מאכן א באזוך אין הייליג לאנד, איז דאס ווייט נישט צושטאנד געקומען ביז עטליכע יאר ארום.
כ'בין שוין געווען מערערע מאל אין ווייטע שטעט, אין מאנטריאל, אין טאראנטא, אין קליוולאנד, אין באפעלו, אין מאנטשעסטער, אין סלאוואקיי, אין אוקריינא, אין וויען, אין פוילען, אין שווייץ, און אינעם בליטשקענדיגע קרוין אין אזיע, דאס שיינקייט פון די וועלט – ארץ הקודש, האב איך עפעס דווקא נאכנישט זוכה געווען.
האב איך אסאך געקלערט און געקלערט, אז די אלע מחשבות זאלן מיר שטופן צו למעשה מאכן א רייזע ארויף אל הר ה', און איינמאל שוין זוכה זיין צו קושן די הייליג ערד און זען מיט די אויגן די אור-אלטע קברים איבער די אבות ואימהות אונזערע, און די היסטאריש הייליגע ערטער אויף וואו די נביאים האבן געזאגט די נחמות אויף די קוים אויסדערווארטעטע שעה.
דערווייל האב איך נאך ארומגעקלעטערט אין די גלילות אין חוץ לארץ..
כ'האב פארברענגט עטליכע מאל שבתים און עטליכע ימים טובים ביי חולי ישראל, אין אסאך שפיטעלער אין ניו יארק ווי מיין אנוועזנהייט איז געווען א ווירקליכע רפואה פאר די צעבראכענע נפשות ומשמשיהם, וואס כ'האב שוין דערפון באשריבן עטליכע מאמרים אין די עבר.
און ווען כ'האב זיך מיטגעכאפט אין א שיירה'לע וואס איז געפארן אויף א שבת קיין קליוולאנד צו קאנאדע צו ערגעץ אנדערש, האב איך אויך געקליבן א היבשע צאל נאטיצן מיט פארשידענע אינטערעסאנטע עפיזאדן, וואס איז אלץ פארהאנען אונטערוועגנס, ספעציעל ווען איך און חברים מיינס גלייכן – עלטערע בחורים צו סינגלס, לאזן זיך ארויס 'אן אחריות'.. אויף ווייטע וועגן.
נישט איינמאל האבן מיר זיך געכאפט אז די געז טאנק איז ממש ליידיג, און מיר זענען טיף אין די נאכט שעות, ווען אסאך געז סטאנציעס זענען געשלאסן אין די ווייטע וועגן, און אנצוקומען צום ארט ווי מ'קען שעפן פרישע געז, איז א היבשע צאל מייל ווייט, ווער ווייסט צו מיר וועלן נישט בלייבן שטעקן..
איינמאל – ווי מ'זאגט איינמאל פאר אלעמאל.. האבן מיר זיך טאקע געטראפן געשטראנדעט אינמיטן הייוועי, מיט א ווארענונג סיגנאל, אז נאך פינעף מייל קענען מיר פארן, ווייל די געז טאנק איז ליידיג שב'ליידיג גייער'.. און מיר האבן נישט געוואוסט צו מיר זאלן לאכן צו שלאפן.. אבער ווען מ'איז אין א פראבלעם פיבערט די קאפ אסאך בעסער..
און מיר האבן זיך אריינגעשלייכט אין די נעקסטע עקסיט, נישט וויסנדיג בכלל ווי מיר זענען און ווי אהין גענוי מיר ווילן בכלל יעצט אנקומען אין די פארווארפענע אומגעגענד, אבער אזוי ווייטער וואלטן מיר דאך נישט געוואלט בלייבן אויפן הויפט שטראז.
טאקע די לאקאלע גאז סטאנציע דארט איז פארשלאפן.. און מיר פארן צוריק ארויס צו 'נעקסטן' עקסיט.. פארוואס? א קשיא אויף בחורים.. מיר נעמען א ריסק און אולי ירחם וועט דארט זיין עפעס לעבעדיג.. און דארט איז שוין איינמאל געווען לעבעדיג.
מיר טרעפן זיך ארומגענומען מיט שטעכל דראטן, מיר זענען אריינגעפארן אין א פאליציי סטאנציע, וואס דינט פאר א קורצווייליגע תפיסה פאר פארברעכער אינמיטן זייער משפט, און מיר קלאפן אויף די טויערן, זאגט אונז די מאשין אויפן ספיקער דארט, אז אונז זענען נישט וועלקאם דא בכלל, און אויב מיר דארפן געז, קענען מיר ווארטן ביז מארגן אינדערפרי, אבער זיי שטעלן נישט צו קיין סערוויס פאר אומגעבעטענע געסט..
אבער ווי שלעכט זיי זענען געווען, האבן זיי דאך אונז געגעבן א נומער פון א שלעפער טראק דרייווער, און יענער איז שנעל געקומען אינמיטן נאכט אונז גוט אויסנוצן און צו פיקסן, וואס אזא געלונגענער מעכאניקער ווי יענער טויג גוט..
ער האט אונז אריינגעגאסן געז אין טאנק, און עפעס געבאבערט ביים פראנט מאטאר, און געבעטן הונדערט דאלער.. מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה, און פאר א קליינעם פלעשל געז אינמיטן נאכט אן קיין אויסוועג, האבן מיר בחוריש מפקיר געווען א גלאטע מאה אין זיין הענט.
יענער האט גענומען די געלט און אוועקגעפארן פופציג פוס פון אונז און זיך אפגעשטעלט קוקן ווי מיר גייען אוועקפארן מיט זיין הילף.. אבער מיר האבן פארדעכטיגט אז ער האט אונז אפשר נישט אריינגעגאסן גענוג געז, אפשר האט ער אריינגעגאסן א טאנק וואסער פאר די געלט..
ווער ווייסט, ער שטייט פון דערווייטנס און קוקט אויף אונז פון זיין טראק..
מיר פראבירן אנצינדן די מאטאר.. יא אמת.. ער האט אונז עפעס אנגעווערטשאפט! ס'גייט נישט..
'יענער' האט 'גלייך' באמערקט.. און קומט צוריקצופארן צו אונז, און פרעגט אויב מיר דארפן נאך הילף...
פאר נאך 'דריי הונדערט דאלער', גייט ער פיקסן די קאר זאל קענען פארן ווייטער..
מיר האבן געזען אז מיר זענען אין פעקל מיט א גנב, אבער קיין ברירה האבן מיר נישט, אבער וואס וועט זיין אין אפאר מינוט ארום? אפשר באלד וועט אונז פעלן די רעדער, און נאכדעם די פענסטער..
אבער יענער האט זיך צעלאכט, און זאגט, אז אויב מיר געבן עהם די געלט, וועט אלעס זיין געפיקסט!
איך האב זיי קאנווינסט עהם צו געבן די געלט, און ער האט מתקן געווען זיינע תיקונים.. און ראה זה פלא די קאר האט זיך גענומען פליען נאך בעסער ווי פריער.. אבער א געשיכטע איז דאס געווען, און אזא סארט שפיל וואס האט אונז אפגעקאסט א הון רב, און נאך זיבן איבריגע שעה שפעט.
אזעלכע ענליכע סיפורים זענען א חלק פון א יוגענטליכע רייזע בארץ לא להם.. און דאס איז צומאל נאך זיסע זכרונות אויך, אבער פאר מיר איז עס געווען נאך זיסער, ווייל זיצן אינדערהיים און חלומ'ן אויפן עתיד, איז נישט געווען געזונט פאר מיר, און וואס מער רייזעס כ'האב מיך מיטגעכאפט מזמן לזמן, איז עס געווען א גאר גוטע דיפרעשמענט.

דאקעגן זייענדיג אין שפיטעלער דורכאויס שבתים צו סתם גאנצע וואכן נעכט, האב איך מיר אויסגעלערנט צום וויפילטן מאל, וויאזוי צו האלטן די קאפ גלייך, און הייבן די שטימונג אין די פיר איילן פונעם חולה, צו פארשטיין די געברויך פונעם חולה, כאטש יענער קען נישט רעדן, און מיט טיפע געפיל מאכן יענעם פארגעסן פון זיך און טראכטן אביסל פון מיר..
איך אליינס האב נישט געוואוסט ווי שטארק עס ווירקט, און לויט די שבחים נאכדעם, האב איך גוט פארשטאנען אז מיינע שלאפלאזע נעכט דארטן, זענען געווען א בעסערע מעדעצין פארן יונג קינד וואס איז אריבער א שווערע טראמא, צום אלטן זקן וואס ראנגעלט זיך מיטן די מינוטן פון זיין אריכות ימים.
א אורח ברענגט א רפואה? נישט סתם א היילונג נאר א נחמה, א היימישע פנים מיט א היימישע געפיל, איז בעסער ווי די מאדערנסטע און בעסטע מעדיצין.
וויפיל איך האב געוויילט יענע תקופות אין שפיטאל איבערנאכט צו אויף שבתים, האב איך אלץ בייגעוואוינט נישט אזעלכע געשמאקע סצענעס, ווי אמאל בין איך דער צענטער ביי יציאת נשמה, אמאל דער פונקט גוטע שליח, ווען איינער איז נישט אנגעקומען ביי א צווייטע אומבאהאלפענע חולה אינעם זעלבן שפיטאל איבער שבת.
א יונגערמאן וואס ווארט אויף קינדער שוין פינעף יאר, און קוים געהאט א מיידעלע, אבער ס'איז געבוירן.. טויט!
א יונגערמאן איז שוין מיד און ערשעפט, פון הערן די בשורות פונעם דאקטאר אויף זיין ווייבעלע וואס גייט אויס ווי א ליכט, און פונקט איך בין געווען דארט מיט יענעם איבער יום טוב, וואס איז געווען דריי טעג – מיט א שבת נאכדעם.. און זיי געמונטערט און געמאכט אזוי לאכן, אז איך אליינס האב נישט געגלייבט אז יענע פרוי וואס האט אזוי געלאכט, איז די זעלבע פרוי וואס מ'האט געטראגן אינעם ארון עטליכע וואכן שפעטער.
די געפילן, די נחמה וואס מ'שפירט מיט אין אזעלכע שווערע מצבים, איז ביי מיר היבש היסטאריע, אבער חסדי השם מיר גייען און שטייען און קענען זיך ארויסשרייבן נאך שבת פונעם שפיטאל און אהיימגיין, און אפקומען מיט מיטלייד, חסדי השם אז נישט ערגער.
טאקע דעם יאר, אום ו' שבט תש''ע, איז מיין זיידע ר' דוד בן ר' משה יודא גאלדשטיין ע''ה נפטר געווארן, און וויפיל צייט איך האב זוכה געווען צו פארברענגן נעבן זיין בעט, און עהם געבן גוטע ווערטער אין די אויערן, וואס נאר א אייניקל מיטן די זעלבע הומאריסטישע געדאנקן גאנג קאן געבן..
ס'געווען לעכטיגע זמנים פאר מיין נשמה, כאטש טאקע שווערע יסורים פאר מיין זיידן, אבער איך האב געזען זיין יודישע פלאם פייער פלאקערן מיט קדושת השם, ווען ער האט מיר יעדע נאכט געבעטן וואסער צו טונקן די הענט, און פארזאגן שמע ישראל פון א סידור, און ווי שוואך ער איז געווען, האט זיך די בעט געווארפן ווען איך האב געזאגט פאר עהם אין די אויערן, השם אחד!!!!!
איי איז דאס געווען פאר מיר א טרייסל אין נשמה, א חיזוק אין יודישקייט, א מסירות נפש געפיל פון זיך מקריב זיין יעדע רגע על קידוש ה' שמו יתברך.
נאך אזעלכע סצענעס, ווען כ'האב געכאפט א שפאציר אין פארענט פונעם שפיטאל אויפן גאס, און גארנישט באמערקט צומאל ווי הויפענס שניי האבן זיך אנגעזאמעלט פון ווען איך בין אריין נעכטן נאכט דא אהער, און ביז דעם יעצטיגן מאמענט, ווייל אינעווייניג אין שפיטאל איז נישטא קיין היצן צו קעלט, קיין שניי קיין זון, קיין וואסער פאלן און גלעטנדיגע ווינטעלעך.. ניין.
אין שפיטאל איז א אנגסט און א צער, יענס לעבן, יענס שבת, יענס טאג, יענס נאכט.
אין שפיטאל איז חנוכה און שבועות, שבת און אסרו חג, אלעס איינס! ס'איז א שטילקייט פארן שטורעם.. צו גאר נאך דעם.
אבער די זכיה איז נישט אינטערעסאנט וואס מ'זאגט פאר יענעם, האסט א זכות, ס'איז א זכיה פאר זיך, אן קיין שבחים און דאנקן, ס'איז א מצוה רבה פונקט ווי שמחת חתן וכלה, מחיה מתים זיין די טויטע מחשבות און טריבע מצבי רוח פון די יושבי חושך וצלמוות, און זיי אריינבלאזן מיט קונצליכע וועגן א רוח חיים, יעדער לויט זיין שטייגער.

טאקע יענע תקופה איז פארגעקומען מער ווי איין טראגעדיע אין די נייעס, ווען מ'האט איינגעשפארט ר' שלום מרדכי רובאשקין, און ווען אנדערע גרויסע האבן געליטן שווערע צייטן, און ווי איך האב אמאל געזאגט, אז אין תפיסה אין שפיטאל און אינדערהיים, איז איין זאך ווען מ'איז אינעם אומגעוואונטשענע זמן פון פורענות, און דער קען זיך נישט רירן, יענער לאזט מען זיך נישט רירן, און דער דריטער שעמט זיך צו רירן..
הצד השווה, אז א שמייכל אינעם ריכטיגע מינוט איז די תיקון אויף א שטעכווארט אינעם אומגעוואונטשענע ציל.

איך דערמאן זיך א עפיזאד וואס איז פארקומען ביום מן הימים, אין אט דעם יאר וואס איך שילדער אצינד.
ווען איך האב זיך געלופטערט יום הקדוש ביי הפסקה אינעם חצר פונעם ביהמ''ד, און קלערנדיג צו זיך וועגן די סיכום פונעם יאר און וואס קומט פאראויס, האב איך אנגעהויבן קלערן הויעך.. און פארציילט מיין מצב, פאר מיין חבר וואס איז געזעצן אויפן באנק וואס כ'האב ארויסגעשלעפט פון שול, זיך צו זעצן אין שאטן און כאפן א אטעם אינעם תענית.
פלוצלינג זעצט זיך אקעגן מיר א מיטל יעריגע יודל, מיט א וועלטליכע קיטל [אנדערש ווי מ'גייט אין סקווירא] אן די טלית, און קוקט מיר אן און הערט זיך צו..
נו זאל ער קוקן זאל ער הערן.. איך קלער גאר אז ער קען נישט קיין יודיש, לויט זיין מאדערנעם אויסזען.
אבער פלוצלינג הייבט ער אן רעדן א פליסיגע יודיש צו אונז, און פארציילט ווער ער איז, און טאקע אויסער יום הקדוש איז ער כמעט נישטא אויף שבתים, אבער זיין טאטע איז יענער באקאנטער חסיד געווען.
אה, ר' בנימין קלאץ ע''ה..
יא, כ'האב געהערט פון עהם, און זיין זון הייסט יעקב יוסף קלאץ.. אה! אויך פון די יונגע חסידים וואס קומען אהער מזמן לזמן.. ער פאר זיך געדענק צו פארציילן אסאך פון אמאל, אבער ער איז מער אריינגעטון אין זיך, אז ער הייסט טאקע קלאץ.. אבער טאמער זיין פוס כאפט א קלאץ, איז עס א גרויסע סכנה.
כ'האב געמיינט ער מאכט שפאס דא, פון ווייליגקייט פונעם תענית, אבער ניין, ער זאגט ערנסט, ער קען ליידן פון א בלוט שטורץ אין די פוס, ווי ס'הייסט אויף ענגליש א 'בלאד קלאט' רחמנא ליצלן, און ער טאר נישט לאזן זיין פוס צו לאנג איינגעבויגן, ווייל ס'קען עהם זיין א סכנת חיים.
וויפיל מ'דארף דאנקן דעם אייבירשטן, אז מ'האט נישט יענעמס פראבלעמען.. קלער איך צו מיר, און זעץ פאר ווייטער אינעם סדר השנה..
אבער דעם קומענדיגן יאר סוף ווינטער, הער איך א טראגעדיע, יענער איז נפטר געווארן..
וואס האט פאסירט? ער האט זיך געזעצט מיט א חומש אויפן ריקליינער שבת נאכמיטאג, און א בלוט שטורץ האט עהם באטראפן אין פוס, און ער איז שוין באהאלטן תחת כנפי השכינה..
א יודל פון א יאר פופציג, וואס א יאר יום הקודש פארציילט סיפורים, און א יאר שפעטער שוועבט איבער א נשמה לעכטל..
אבער אונז לעבן דאך אבער יא! איז לאמיר ווייטער לעבן 'זאל זיין געלעבט'..
המשך החיים יבוא בעזרת השם ית'.

דולה ומשקה » דינסטאג אפריל 8, 2014 7:44 pm

· #195352
מנשה איך פיל ווי די האסט מיר פרעזענטליך א טובה געטוהן, מיר מחי' צו זיין מיט דיינע המשכים,
איך ווייס נישט ווי שטארק דו אליין ווייסט ווי שטארק דו ביסט מיר מהנה יעדעס מאל עקסטרע.
זייער אינטרעסאנטע און קאלערפולע לעבן
ה' יהיה בעזרך, יתן לך עזר, מנוחת השלוה ומנוחת הנפש

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:19 pm

· #196831
ארויסגפרינט לכבוד יום טוב מנשה'ס ארטיקלן, פיין הנאה געהאט.

מנשה אהובי, דיין פענן איז לפי דעתי דיין בעסטע טאלאנט, און איך בעהט דיך ניץ עס ווייטער געזונטערהייט, (נישט ח"ו מיט ווילדע פראזן אין אנדערע אשכולות). די האסט מיר באמת פארשאפט אן עונג יו"ט, אוי די הכנות איז ב"ה געווען אסאך גרינגער אין אזא שווערע פסח סעזאן.

עס איז וואונדערבאר ווי די קענסט מיר מאכן לאכן (כהאף די שכן האט נישט געהערט) און וויינען אין א קורצע צייט אפשניט.

כגלייב נישט די וועסט לאזן די אלע נעמען אין א ביכל, דאס קען דיר קאסטן איסורין וקונמות און סתם פיינט לרחצה. אדרבה לאמיר הערן די פלאן??

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 27, 2014 5:43 pm

· #197502
א גוטן זומער אלע לייענער
איך האלט יעצט ביים שילדערן די יארן תש''ע – ע''א, און אויפן זכרונות בלעטל קומט ארויף א שווערע היסטארישע געשיכטע, וואס די גאנצע היימישע וועלט איז געווען באוואוסט דערמיט, דאס איז די פרשת ראטנבערג-שפיטצער.
א געראטשקע פון עזות וואס האט זיך אנגעהויבן אייר תש''ע און געקומען צום אויבערפלאך, אייר תשע''א.
ס'איז באמת שווער פאר מיר דאס אויסצולייגן און באשרייבן, צוליב מיין אפהאלט פון לכתחילה אויפברענגען שטורמ'דיגע געפילן אינעם געשיכטע, אבער וויבאלד איך האב געהאט זיך אריינגעמישט אינעם פרשה, און אזוי ארום געהאט א שייכות דערין, האב איך נישט קיין ברירה און כ'מוז עס שילדערן, לויט מיין כלל, אז כ'האלט מיך נישט צוריק פון שילדערן א זאך וואס איז אין מיין אייגענע לעבנס היסטאריע, ווי שווער עס זאל זיין.
דאך וועל איך שרייבן אויף ווייעך פאפיר, און מער קורצער – וויפיל ס'שייך מקצר צוזיין.
די געשיכטע האט זיך שוין אנגעהויבן ווי געזאגט א היבשע צייט פארן באוואוסטן געשיכטע. ווען ס'איז אנגעקומען א גרוס צום רבין זז''ג אז די שטארקע תקנה וואס דער רבי ז''ל האט מייסד געווען, אז שבת אינדערפרי זאל זיין נאר איין מנין שחרית אין שטעטל, איז פארלעצט געווארן ביודעים ובלא יודעים.
אינעם ערהוילונג היים 'פרידוואלד', וואס איז ממש א שפאן צוגיין פון די נייע גאסן צפון זייט פונעם שטעטל, האבן 'מאסן תושבים' געשפרייזט אהין דאווענען, און צומאל יום טוב צייט פלעג איך אויך אהינגיין, מיטן ציל משמח צוזיין די חולים ונצרכים דארט.
עס האט שוין געהאלטן ביי אפאר הונדערט יודען אינעם מנין, ווען פלוצלינג איז אנגעקומען א מעלדונג, אז ס'נישט ניחא דעם רבין אז די תושבים פון שטעטל זאלן בקביעות דארט גיין דאווענען, ווייל לדעתו איז עס אינעם תחום פונעם שטעטל.
איך פערזענליך האלט, אז די סיבה פארוואס מ'האט עס יעצט איבערגעגעבן פארן רבין, כאטש די מנין איז שוין געווען א לענגערע זמן אקטיוו, איז דערפאר, ווייל די קהילה האט געוואלט אפקויפן דעם בנין דארט, און וויבאלד מ'האט עס אויסגעקויפט פון אונז, האבן זיי געשפירט, אז נישט גענוג מיר האבן עס נישט – ווי דער דין פון בר מצרא, זאלן מיר נאך לאזן אהינגיין א שיינער ציבור פון דא? האבן זיי עס איבערגעגעבן דעם רבין, וואס האט אוודאי קיינמאל נישט מסכים געווען מ'זאל פארלעצן דעם אור אלטן תקנה, אפילו ווען נאר איינער גייט.
נאכן הערן דעם רבינס קלארע פארלאנג, האבן מיר אלע אויפגעהערט גיין אהין, און ס'געבליבן דארט א קארגע מנין פון דרויסנדיגע תושבים, וואס קומען צו זייערע קרובים אהין.
אבער דאן האבן זיך די אפ'פאל פונעם חינוך דא, ארויפגעכאפט אויפן מציאה, און אנגעהויבן אהינגיין דווקא ווייל מ'לאזט נישט.
מ'רעדט נישט דא פון קיין צען מענטשן, אינגאנצן יחידים ממש וואס האבן פונדאסניי אהינגעשלעפט א פרישע עולם מתפללים, צום האוים, וואס איז געווען קלאר מיטן ציל צוצוברעכן דעם שטארקן כח פונעם תקנה אין שטעטל.
די יחידים האבן זיך געקרוינט אלץ בעלי בתים פונעם נייעם מנין דארט, און האבן געארבעט פלייסיג אהינצושלעפן אפילו אזעלכע וואס האבן זיך נישט באוויזן אין קיין שול, פאר די לעצטע יארן בכלל.
און ס'געווארן א פרישע מנין און קהילה פון מורדים, א טייל פון זיי וואס האבן געלעבט אויפן שטעטלס מילעך, זיך געהאדעוועט אויפן עניי עירך קאסע, און חתונה געמאכט פונעם קהילה צדקה קאסע, און בלויז געוואלט אויפהייבן די קאפ און צייגן אז ככל העולם בית סקווירא, און ס'נישטא קיין כח בי''ד און קהילה, זיי צו איינטיילן וואס צוטון.
איך וויל דווקא נישט אריינגיין אין קיין נעמען און פרטים, אבער די פאקט איז געווען, אז די בי''ד האט געלאזט רופן די פורצי גדר, וואס האבן שוין באוויזן צו צעברעכן נאך גדרים אין שטעטל, און צומאל צעברעכן בפועל! מיטן אויפברעכן שלעסער ווי דער דיין שליט''א האט באפוילן צו פארשליסן שבת קודש, כדי נישט צוצולאזן קופקעס פון יענע סארט נושרים אין שטעטל, וואס האבן ליידער נישט מקפיד געווען אויף עיקרי תורה.
איינער פון די הויפט דיינים – הגאון האדיר ר' שלום פאללאק שליט''א, איז פערזענליך געגאנגען צום הויז פון איינע פון די הויפט פורצי גדר, און זיך געבעטן צו פאלגן בי''ד, אבער יענער האט עהם ארויסבאגלייט מיט געלעכטער.
נאכן נישט אויספאלגן דעם דיין שליט''א, האט דעם רבינ'ס עלטסטע זון ר' אהרן מענדל שליט''א געשיקט רופן איינע פון די פירער דארט, און געבעטן מיטן שיינעם נישט צו צעברעכן דעם תקנה.
אבער יענער האט אויסדרוקליך געמאלדן, אז זיי האבן זיך פארמירט א אייגענע קהילה, וואס איז געווארן מיטן באראטונג פון דער באקאנטער מסור יאסל וואלדמאן פון מאנראו.
אויב אזוי, האט די בי''ד פריי געלאזט זייער פארמעגן אויף הפקר, אז זיי האבן נישט קיין שטיצע פונעם קהילה בכלל, און זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, אלץ מסרבי בית דין, און מסרבים לדין.
זייער עזות קעגנערשאפט איז געווען מקודם אין אנדערע געביטן, און נאכדעם לויטן קלארן בקשה, נישט גורם צוזיין א פריצה אינעם תקנה וואס דער רבי ז''ל האט מייסד געווען עס נישט צו טוישן קיינמאל, און אויך דא האבן זיי זיך ארויסגעשטעלט מיט עזות, האבן די יונגע חסידים דאס נישט געוואלט פארשווייגן, און ארויסגעגאנגען אין פארענט פון די הייזער פון די מחוצפים, און אויסגעשריגן זייער ווייטאג.
די מסרבי לדין האבן גערופן נאכאנאנד די פאליציי, וואס האבן שנעל פארשטאנען אז ס'איז א געשלעג פון יחידים קעגן א ווילידזש, און האבן איגנארירט די רופן.
אזוי האט זיך עס געשלעפט לאנגע חדשים, יעדע פאר וואכן האט מען פראבירט נאכאמאל זיי אפשטעלן פון גיין אקעגן די תקנות, אמאל מיטן אויסשיסן א פענסטער, אמאל מיטן אויסלעכערן די רעדער זייערע, און זיי האבן נאר אנגעקליבן מער און מער שלעפערס מיט זיך, און ס'געווארן א אפציעלע געלעכטער פון בי''ד.
ביז איבער א יאר שפעטער, ל''ג בעומר תשע''א פארטאגס, האט א בחור שאול יחזקאל שפיטצער געוואלט אפטון א קנאות שטיקל, און איבערשרעקן זיי ווי עס געהער צוזיין, האט ער גענומען א האנטוך געטונקן אין געז, און עס געוואלט אנצינדן אויפן טאראסע פון ראטנבערג – דער הויפט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה קעגן דעם דיין שליט''א.
שאולי שפיצער איז א בחור א מתמיד, וואס איז קיינמאל נישט געווען צווישן די מפגינים, אבער יענע מוצאי שבת האט ער געהערט אין שוהל די גאנצע געשיכטע ווי מ'פייפט אויף בי''ד און יעדער האט מורא זיי צופארטרייבן פון שטעטל, אפילו די קהילה זוכט נישט קיין פרישע שונאים.
דער בחור שאולי שפיטצער פלעגט שלאפן נעבן די קאווע שטוב פונעם וואר'טזאל אין רבינס הויז, אלץ די אלטע מנהג, וואס מ'האט געמאכט לטובת דעם רבי'ן ז''ל, אז ס'זאל קיינמאל נישט זיין קיין חשש פון יחוד אינעם הויז.
וויבאלד דער ראטנבערג האט געוואוינט ממש א הויז אפגעריקט פונעם טישן זאל, וואס איז נעבן דעם רבינס הויז, איז ער אטאמאטיש געווען א גרינגערע ציל אויך, און אינמיטן זיך רעגן אויף די עזות פנימער, זעט מען דעם ראטנבערג אהיימקומען דריי אזייגער פארטאגס, האט דער בחור גלייך געזאגט פאר א חבר זיינע זיין פלאן, אז ער וויל מאכן א הדלקה אויף ראטנבערגס פארטש, און יענער זאל באלד רופן די ערשטע הילף און הצלה, ווען ער זעט אז עס פלאקערט..
א שעה שפעטער איז שוין דער בחור געווען אויפן ציל, און זיך געשלייכט אונטערן פארטש פון ראטנבערג מיטן שמאטע אין האנט, אבער ער האט זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו ברענגען פייער..
איז ער צוריקגעלאפן ברענגען מעטשעס, אבער קוקט אויס אז ראטנבערג האט באמערקט איינעם בארבערן אונטערן פארטש, איז ער ארויסגעלאפן און זיך פארשטעקט אונטער א בוים נעבן די טישן זאל, און ווען דער בחור איז צוריקגעקומען, מיט א פארדעקטע פנים מיטן בעקיטשע זיינע, איז ראטנבערג ארויפגעטאנצן אויף עהם און עהם דערשטיקט צו די ערד, ווילנדיג וויסן ווער ער איז.
דער בחור איז געווען א פלינקער, האט ער פראבירט זיך אויסרייסן פון עהם, און ראטנבערג האט ארויסגענומען א פייער צינדער און אנגעהויבן אפברענען דעם בחור'ס פינגערס, ער זאל נאכלאזן פון פארדעקן זיין פנים, האט דער בחור געגעבן א שפרונג און געשמיסן דעם האנטוך מיט געז פאר ראטנבערג אין פנים, און אין א רגע זענען ביידע געווען אין פלאמען.
אבער דער בחור האט זיך אנגעהויבן קוילערן אויפן ערד – אזוי דארף מען טון אין אזאל פאל, און האט זיך בלויז אפגעברענט די האנט, אבער ראטנבערג איז אהיימגעלאפן ארומגענומען מיט פלאמען, און האט געווארט מ'זאל עהם פארלעשן..
דער בחור איז פלינק געלאפן צום מקוה – וואס איז געווען פארשלאסן, און האט דורך א אונטערטירל, זיך אריינגעשטופט און אריינגעטאנצן אין קאלטע וואסער, אבער די געז האט געבאבעלט אויף זיין האנט, און דא איז קאלטע וואסער נישט געווען קיין הילף.
איז ער געלאפן מיט איין אטעם צו איינעם אין שטעטל וואס קען באהאנדלען א ברי, דורכן לייגן רויע קארטאפן אויפן וואונד, און ער איז דארט געבליבן אפאר שעה, ווען ראטנבערג איז געזיצן אויף זיין פארטש און געשאלטן די טאג ער איז געבוירן..
דער חבר וואס האט געווארט אויף די פלאמען, האט געוואלט שוין זינגען וכל קרני רשעים אגדע, אבער ער האט געזען אז דער עזות פנים פלאקערט, האט ער גערופן הצלה 'אן קיין געזאנג'.. און הצלה איז בליץ שנעל אנגעקומען, און געוואלט דעם ראטנבערג העלפן, אבער זיין משפחה ארום האט אנגעהויבן א היסטעריע, אז זיי דארפן נישט די סקווערע הצלה דא..

איך וויל מקצר זיין די גאנצע געשיכטע, און אנקומען צום נקודה, וויאזוי איך קום אריין אינעם בילד דא.
איך בין לעולם אלץ געווען א סקווערער, אלץ דעם אליינס אז איך בין געבוירן און געהאדעוועט דארט אין שטעטל אלע יארן.
איך האב געלערנט אין תולדות, אין וויליאמסבורג, און זיך שנעל געעפענט די אויגן און געזען אז נישט נאר איך דארף זיין שטאלץ מיט סקווירא, נאר די בושה און צוריקגעצויגנקייט וואס אפילו מאנכע אישי ציבור אין שטעטל פארמאגן, איז באמת א טעות.
די וואס שפעטן פון סקווירא, זענען נישט קיין ערליכע, און טאמער איינער האט טענות אויפן קהילה, נו איז עס א נארמאלע זאך אז ס'מאכט זיך טענות, אבער גיין אקעגן די קהילה בזדון, און ספעציעל קעגן דעם רבין שליט''א, איז נישט נאר א קרומע אקט, נאר איז אפילו אלץ געווען א דורכפאל, לויט ווי איך האב שוין געוואוסט פונעם היסטאריע.
איך האב חתונה געהאט קיין לאנדאן, און זיך נאכמער מאדערניזירט.. און גוט פארשטאנען די סיטואציע פון די שפעטערס און פון די מתנגדים למיניהם, אבער ווילאנג זיי רעדן נאר, און העצן נישט אין שטעטל, איז א האלבע צרה.
איך פלעג טאקע נישט זיין דער גרויסע לערנער, און דער פלייסיגער טיש קומער אלע יארן, אבער א גלויביגער בין איך אלץ געווען, און צוליב מיין דארשט אויף סחורה, פלעג איך אסאך אפזיצן און פארברענגען מיט אלע סארטן.
אויך מיט ראטנבערג האב איך 'אסאך' פארברענגט, אויך מיט אנדערע וואס האבן מיר נישט ווייניג טובות געטון גראדע, האב איך געגעסן סעודות שבת און ימים טובים, אבער אלץ האב איך זיי אויפגעמערקט, אז מיין אמונה אינעם רבין וועט איר נישט פארלעשן, אבער טאמער וועט עטץ גיין אפען אקעגן, בין איך אטאמאטיש אויף סקווערס זייט.
איך האב עס טאקע געזאגט, אבער ס'מיר נישט געווען לייכט, ווען ס'געקומען למעשה.
ווען מ'האט צושטערט די קופקעס ווי מ'האט געשמועסט אלע שטותים און ערגער פון שטותים.. האט מיר אויך געשטערט אז מ'שטערט אונזער שמועס, אבער כ'האב געוואוסט די אמת, אז אויך איך באלאנג נישט דארט..
כ'וויל נישט פארציילן וואס דארט איז פארגעקומען.. פשוט איך שעם זיך!
אבער ווען ס'קומען די שעת המבחן האב געלויבט גאט זיך דערהאלטן!
משקילקלו המינים.. ווען די גרופע מחוצפים און נאכשלעפערס, האבן זיך געוואלט אננעמען אויף ראטנבערגס איבערפאל, און גערופן א אויסגעשפראכענער קעגנער פון חרדישע יודען, 'סאסמאן' – דער לויער פון יאסל וואלדמאן, וואס האט ליידער מצליח געווען צו באשמיצן דעם קרוין פון יהדות החרדית און חסידות, לעיני כל הגוים, דאן האב איך שארף באשלאסן, אז טאמער שטעל איך מיר נישט ארויס קעגן ראטנבערג וסיעתו, וועל איך חלילה גיין מיט זיי, און ווער ווייסט וויפיל זיך בא'נארישן, קעגן סקווער וואס כ'וועל מיר נישט קענען מוחל זיין.
וכך הווא, איך האב געעפנט א מויל! און גענומען דעם שרייבפעדער ביד ימיני, און געפירקעלט לאנגע מגילות מיט טאלאנטפולע שורות, וואס האט געמאכט א טומעל מימין ומשמאל, אז אפילו די פארעווע עסקנים אין שטעטל האבן מיר געוואלט שטיל מאכן – און ס'זיי נישט געלונגען..
פון דעם געשיכטע האט זיך אטאמאטיש אנגעהויבן א שארפע בייג אין א טייל פון מיין לעבנס פירונג, און כ'בין פלוצלינג געווארן א אפציעלע קנאי, אויף אלעס וואס איז געווען נוגע דעם פרשה, און אטאמאטיש געווארן אפגעהאקט פון אלע – ממש אלע חברים וואס האבן געהערט צו יענע זייט.
איך האב נישט איינגעריהט, נאר געפארשט דעם געשיכטע פון אלע זייטן, ביז איך האב מיך אריינבאקומען צו די געהיימסטע סודות פון חדר.. וואס האבן מיר אינפארמירט מי ומי ההולכים, ווער ס'איז אויף סקווערס זייט, און וועמען איך דארף שטיין ווייט, ווייל ער איז פון די יעניגע, נאר מיט א שלייער אויפן פנים.
אין א פריוואטן לענגערן שמועס מיט אונזער בחור דער העלד – שאולי שפיטצער הי''ו, האט ער מיר פארציילט אסאך וואס ער האט נישט געמעגט מבחינת די ארומיגע עסקנים פארציילן, און כ'האב געזען אז איך האב נישט געגרייזט און גוט צוגעטראפן אין מיינע שארפע מאמרים קעגן די ריכטיגע גורמים.
זייט דעמאלטס, ביז היינט, דריי יאר שפעטער, האב איך נאך געשפירט די נקמה שפיזן פון זיי, פארן זיך ארויסשטעלן קעגן זיי, און כ'מיין כ'קען זאגן קלאר אז איך האב נישט קיין חרטה, כאטש איך זוך נישט די סארט אקטיוויטעטן, ווייל מיין ארבעט איז שמחה, דאך ווייס איך אז במקום שאין איש, ווען כ'וואלט געקענט בלייבן א אין איש, האב איך געמוזט אויספירן, להשתדל להיות איש מלחמה.

איך וויל דווקא נישט שרייבן אלעס אלעס פון דעם געשיכטע אין פרטים, נאר ממש וואס איז נוגע צו מיר, אז איינער פון די באהאלטענע שונאים צו סקווער, האב איך במו ידי מסדר געווען, און כ'וועל זיך מודה זיין אז כ'האב געהאט דערביי א פריוואטע נגיעה, אבער טאמער זאל יענער נישט פארפאטשקענען מיט סקווער, וואלט איך עהם קיינמאל נישט אזוי אפגעטון.
און יענער און זיינע באהעלפער האבן מיר פראבירט אונטערהאקן די פוס, אין אסאך וועגן אין אסאך סיטואציעס און געהאפט אויף מיין דורכפאל, און יש אומרים געפלאנט באקאנטע אטענטאטן קעגן מיר, וואס איך בין בחסדי השם אלץ ארויס שלם בגופי ובכבודי.
מער ווייניגער האב איך געענדיגט מבחינתי פון דעם פרשה, און קליינע דעטאלן וואס פעלן נאך אויס וועל איך משלים זיין עם הזמן.
המשך החיים יבוא בעזרת השם הטוב.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:05 pm

· #197860
זייער אסאך פריינד פון יענע סארט, און ספעציעלע ווירטואלע חרדישע פריינד – ווי צום ביישפיל פון פייסבוק און דאס גלייכן, האבן מיר געווארענט און געבעטן און געסטראשעט, און נבואה געזאגט, אז טאמער בין איך ממשיך זיך ארויסצושטעלן מיטן סקווערן שטאלץ, וועל איך איבערנאכט פארלירן מיין קאריערע.
זיי האבן געמיינט צו זאגן, אז זייענדיג באקאנט אינעם היימישן וועלט, אלץ אויפגייענדע שטערן אין קאמעדיע, וועל איך עס פארלירן, אויב מ'וועט איינזען אז איך בין א סקווערער, וואס איז לפי דעתם א שאנדע פלעק, און ספעציעל אויב איך טוה שטרייטן לכבודו פונעם הייליג סקווערן נאמען.
און איך פרעג:
וועלכע קאריערע האב איך דען? און איך זיך דען א קאריערע? און וואס קאסט א קאריערע..
איך בין א געבוירענער קאמידיען, וואס דאס קען מען נישט אוועקנעמען, נאר דער בורא כל עולמים, און וויפיל קאריערע איך האב איז עס גענוג און נאך פאר מיר, ווייל די עיקר חיות און סיפוק מיינע איז מער תורה וחסידות, איידער פוסטע אינטענטשען פון מאסן בויך גלעטערס.
און אויב די פרייז פאר א קאריערע, איז אויפצוגעבן מיין יסוד און עיקר בנשמה, וואס דארף איך עס דען? וואס לוינט זיך עס מיר דען?
און דאס בעסטע בשורה איז נאך געווען, אז כ'האב סך הכול פארלוירן א צענטל ווירטואלע חברים, און צובאקומען שנעל 'צען מאל' אזוי סאך!
אויב פארן מערכה האב איך געהאט זעקס הונדערט חברים אין פייסבוק, האב איך היינט – צוויי א האלב יאר שפעטער – פיר א האלב טויזענט ווירטואלע מעריצים, אויסער די פולע פאלאוערס איבערן וועלט וואס האבן נישט קיין עקסעס.
און דארף איך דען איינער זאל מיר א טובה טון און לאכן אויף מיינע זאכן? אויב ס'קומט עהם נישט צו לאכן, זאל ער נישט טון קיין טובות, און טאמער וויל ער יא לאכן, זאל ער לאכן, און פארגעסן פון די חלקים וואס שמעקן עהם נישט וועגן מיינע שיטות אין לעבן.
סך הכול האב איך, נישט נאר, נישט דערלייגט, נאר גאנץ גוט פארדינט, ווייל אזוי ווייס איך כאטש, אז ווער ס'נעמט מיך אזויווי איך בין, ווי מ'זאגט אין ענגליש 'עז איי עם', איז א פריינד וואס וועט נישט אוועקפאלן נאך יעדע לייכטע ווינטל, און מעגליך אמאל צוניץ קומען אויך.

מיין עיקר חיות פון משמח זיין, איז וועמען עס איז א צורך משמח צוזיין, און טאקע נאך די מערכה האט זיך געשטארקט און פארמערט א היימישע גרופע, וואס איך בין געווען זייער אקטיוו דערין, מיטן נאמען ''שמייכל''.
די ארגאניזאציע האט זיך צוזאמגעקליבן פון א גרופע יונגעלייט נאכן חתונה, מיט מיין יונגע ברודער ברוך אברהם אין שפיץ, וואס האבן זיך גענומען די מיה און טאג טעגליך ארויסגעלאזט איבער שפיטעלער, און פריוואטע הייזער פון חולים, און משמח געווען מיט וואס ס'נאר געווען מעגליך.
איך האב דאך מיר אלץ געהאלטן יונג, און אז כ'בין שוין געווען פארדעם אקטיוו מיט חסד דשיכון סקווירא – אדער ווי ס'הייסט היינט – חסד 24\7, און אט די גרופע האט געארבעט אונטערן פליגל פון די ריזן נעץ פון חסד 24\7, האב איך אסאך אנטייל גענומען.
און אדרבה, דורך די פולע מצוות פן ביקור חולים, האבן אסאך איינגעזען די גוטע און זיסע מידות פון די סקווערע יונגעלייט, און ס'האט נאר געברענגט א קידוש השם.
אבער איך האב זיך אלץ צוגעשטעלט צו יעדע חסד גרופע, און סתם געלעגנהייט ווי מ'האט מיך גערופן.
און כ'דערמאן זיך א מעשה פון יענע טעג.
איך הייב אויף די טעלעפאן צו א רוף, צו פארן באזוכן א צעבראכענע בחור וואס איז אריבער א רייהע אפעראציעס, און ער איז גאר א חתן אין די חדשים.
ווער גייט אלץ? און ווער נעמט מיך אהין?
איינער וועט דיך אויפפיקן, און מ'וועט זיך שוין דארט טרעפן מיט נאך עטליכע יונגעלייט וואס וועלן זיך משתתף זיין אינעם מצוה.
ערלעדיגט! ויסעו.. מ'פארט.. אויפן וועג ארויס פון סקווער, פאר יענער קיין מאנסי, און נעמט אויף נאך צוויי חברה, און אויפן וועג קיין מאנהעטן, רופט מען אן, אז אין וויליאמסבורג זענען דא נאך צוויי חברה וואס האבן אויך באקומען א רוף אויב זיי קענען גיין..
וואס גייט דא פאר? מ'האט גערופן איינס צוויי, ווייל ס'נישטא ווער ס'זאל גיין, און דא פלוצלינג א חברה פון צוואנציג וואלענטירן? ווער פירט אן דעם פראיעקט דא?
אנקומענדיג אהין צום שפיטאל איינגאנג, האבן מיר שנעל פארשטאנען די פאזל.
די טאמע מאמע פונעם חתן האבן זיך אויסגערעדט דאס הארץ צו איינעם א עסקן, און יענער האט גערופן א צווייטן און דער צווייטער א דריטער, און מ'האלט דא ביי צוואנציג באזונדערע רופערס..
מיר צעשמייכלען זיך, און איינער רופט זיך אן, מיר זענען א נייע גרופע, אפשר הייסן מיר 'טובים מאורות'.. פארוואס נישט..
מיר האבן יענע חתן – וואס ס'האט עהם געפעלט צוויי געזונטע פוס, אזוי געמאכט לאכן, אז די פראנט דעסק וואס האט פריער נישט געלאזט לכתחילה אריינגיין נאכן שפעטע נאכט שעה, אונז נאך באדאנקט און זיך פאטאגראפירט מיט אונז.
און טאקע דארט האב איך דאס ערשטע מאל געטראפן חברים וואס כ'האב זיי קיינמאל פארדעם נישט געזען, ובתוכם, אונזער באקאנטער 'ריווערדעיל'.. א ענערגישער יונגערמאן 'מתתיהו סווערדלאף', וואס אלע קענען עהם, אלץ 'יעדעם איינעמ'ס חבר - וועלט ווייט.
איך האב זיך צוגעכאפט צו נאך א גרופע אין יענע טעג, פשוט א 'עקסערסייז גרופע'.. וואס איז אויך געווען היבש א לעבעדיגע געשעפט, און ביז איך האב נישט איינגעזען אז וויפיל עקסערסייז איך ברויך מאכן, איז יענס שוין איבער די מאס, ווייל איינמאל האב איך זיך שטארק אויסגעצויגן אפאר מוסקלען, וואס האבן מיר געמאכט אויפהערן מיט די עקסטרעמע איבונגען.
ביז דאן האב איך דארט זיך געבויגן און געקוילערט, לפי רצונו פונעם עלטערן עקסערסייז טיטשער, זאל זיין צום געזונט.
המשך יבוא בעזהשי''ת

שרייבער » דינסטאג אפריל 29, 2014 4:44 pm

· #198014
יישר כח, מיר ווארטן אויפן המשך

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:05 pm

· #198533
אזויווי יעדע לעבנס שטייגער, איז דא מצבים און תקופות וואס זענען בעסער, און נאך בעסער, און אמאל גייט אלעס מיטן פוטער..
אין די דאזיגע יארן וואס איז פון דאן ווען כ'האב מיך אוועקגעצויגן פון לאנדאן און אנגעהויבן א נייעם בלעטל אין מיין היימשטאט, איז אויך אזוי [- ווען אייגענטליך בין איך נאך אין דעם תקופה, ווילאנג כ'האב נאכנישט חתונה נאכאמאל -] און אמאל איז מען אויפן לייטער ארויף, און אמאל גליטשט מען.
אבער איינמאל מ'האט זיך אויסגעלערנט א מאסיווע לעקציע אין לעבן, ווי א שטייגער נאך א שווערע טראגעדיע, און מ'האט זיך גאנץ גוט ערהוילט בחסדי שמים, ווייסט מען שוין וויאזוי זיך נישט צו פארלירן אפילו אין שווערע מצבים און תקופות וואס קומען מיט א שטורעם און גייען זיך ווייטער אוועק מיט די צייט, מיט די ווינטן וואס פירן דעם רעדל על פי חוקי שמים.
אט נאך וואס איך האב באקומען א ספעציעלע נאמען אין די וועלט, מנשה לוסטיג דער הומאריסט! האבן זיך עטליכע היימישע קאמפאניס צוגעכאפט צום מציאה, אז מ'קען מיך נוצן פאר אדווערטייזמענט.
איך האב באקומען יענעם יאר, תשע''א, עטליכע רופן פון געלעגנהייטן צו לייזן אפאר גרייצער, פארן זיך פשוט אהערשטעלן און מאכן פענימער..
פאר מיר איז עס פשוט מאכן פענימער, אבער די צושויער קוקט עס נישט אן פשוט – לויט ווי איך הער אלץ צוריק, און עס ציט אויפמערקזאמקייט ביים אלוועלטליכער ציבור, און אוודאי ווער ס'איז א מבין אויף א גוטן אקט אויפן טאקט, קוועלט ספעציעל א הנאה געפיל, ביים וויסן צו קאטעגאזירן אין וועלכע טאלאנט איך געהער, און טויג.
ס'קומען חודש אדר, וואס איז דאך מיין סעזאן לכל הדיעות, ווען איך בין געבוירן, און ווען איך בין ווי דער פוקס אויפן קעניג שטול, און דעם יאר האט מיך צו ערשט די וועכענטליכע בילדער מאגאזין – דער וואך, מיך גענומען אויף בילדער, און דערמיט מחיה געווען ווער ווייסט די צאל טויזענטע היימישע משפחות אינעם שבת זכור.
די מאנאטליכע אויסגאבע – דער בליץ, האט מיך אויך געבעטן צו מאכן עפעס באזונדערס, און מיר זענען אראפגעפארן צום וואקס מוזעאום אין טיימס סקווער, ווי איך האב זיך פאטאגראפירט מיט אסאך סטעטשוס דארט, און מ'האט נאכדעם געוועלט וועלכע איז דאס בעסטע, דערויף אויסצושטעלן א געלעכטער געשיכטע לכבוד פורים, להנות בהם בני אדם.
דער באקאנטער ערשטער היימישער זינגער ביי שמחות – מיכאל שניצלער, האט מיך פארבעטן צו נעמען אנטייל אין זיין די.ווי.די. צוזאמשטעל, און אויך דארט האב איך גוט אריינגעפאסט און געוואונען אויפמערקזאמקייט פון די ארגינעלקייט פון מיין טאלאנטפולע אקט.
און אזוי ארום בין איך שוין אנגעקומען דאן אויף 'קול מבשר' אינעם פורים אפטיילונג, ווי דער שטענדיגער בדחן – יואלי לעבאוויטש, האט מיך פארבעטן אנטייל צו נעמען אין זיין יערליכע ארבעט, און ס'איז געווען א געשמאקע צוזאמארבעט, ווי מיר האבן שפעטער א חודש ווידער געדינט צוזאמען פאר די קומענדיגע פראיעקטן.
דאן א חודש שפעטער איז געווען די פסח אדווערטייזעמענט פאר 'שטריימל סענטער' און אויך פאר 'פראנטא-קאר-וואש', ווי איך האב זיך געלאזט פאטאגראפירן און רעקארדירן פאר א גאנץ גוטע פרייז, און דערמיט געדינט פארן יערליכע אדווערטייזמעט [וואס זיי האבן עס נאך גענוצט פאר די נעקסטע פאר יאר..]
מיינע העוויות און פרצופים איז געווארן א שם דבר, אלץ די ארגינעלקייט, און אסאך האבן זיך צוגעכאפט דערצו, אבער נישט יעדער איז גרייט צו באצאלן, דערפאר האלט עס אזוי שטייט ווי עס האלט, אז ווען ס'וועט זיין באשערט נאך וועט אונטערקומען נאך קונים און אפערערס.
אין יענע סעזאן האב איך אויך באקומען א זעלטענעם קרוין, ווען די סקווערע חדר אין מאנסי האט מיך ערוועלט אלץ 'מקבל פרס – משמח אלוקים ואנשים', וואס האט געזאלט שלעפן גרויסע געלטער, פון די פולע עדס, און כ'האב זיי טאקע נישט אנטוישט, ווען איך האב אנגעיאגט צו זאמלען א ריזן צאל עדס, וואס אסאך מעריצים האבן אריינגעשריבן אינעם דינער דזשורנאל לכבודי, וואס איז געווען מער לשם מצוה פאר די מוסד ווי איידער פאר מיין נארישע כבוד..
איך האב דאן אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע רעדע, וועגן מיין ניסיון בחיים אינעם עבר, וואס האט עלעקטרעזירט דעם ציבור, און אלע זענען געזיצן פארכאפט די אטעם ביי מיין דרשה.
דאס אלעס איז גוט און ווערד ווי א שמעק טאביק.. טאקע בעסער ווי א פאטש, און בעסער ווי בושות, אבער נישט בעסער ווי א בלאט גמרא און א חסידיש שטיקל מאור עינים.
וואס האב איך יא פון די אלע קאמעדיע שטיקעס? אז מ'קען ארויפציען א שמייכל ביים גלות יוד, באשר הוא שם, צו א חולה, צו א נצרך, צו א קשי יום, און ווער קען דען נישט נוצן א שמייכל, איז עס והיה זה שכרי והנאתי.

איך אליין פאר זיך, זאלט איר נישט קלערן האט זיך דורכאויס די אלע פאמפעראציע סעזאנען זיך מיר געשמייכעלט, ניין! נישט אלץ ווען יענער לאכט פון מיר לאך איך אויך אינעווייניג.
אויך דער בדחן דארף א בדחן זאל עהם משמח זיין, ווי דאס באקאנטע סיפור – ווער ס'האט עס נאכנישט געהערט.
אז אמאל איז א יוד א באקאנטע שטאטס בדחן געפארן אונטערוועגנס, און דערפאר טאקע צו זוכן סיפוק און א עצה וישועה, וויאזוי ארויסצוקריכן פון שווערע געפילן און גלות פעטש.
הכלל, איז ער אנגעקומען אין א צווייטע שטאט ווי מ'האט עס בכלל נישט געקענט אויפן פנים, און הערנדיג אז דארט איז פארהאנען א יוד א חכם, וואס האט אלץ גוטע פאסיגע עצות פאר יעדן וואס האט א שווערע טאג, האט ער געמאכט א באזוך ביי יענעם גוטן יוד.
ווען יענער הערט זיין פראבלעם, זאגט ער עהם, איר קומט דאך פון יענע שטאט? אין אייער שטאט איז דאך דא א באקאנטע בדחן וואס איז משמח יעדן און קען אפילו א קאלטע שטיין מאכן לאכן.. יענער וועט דיך אויך אויפהייבן פון דיין שווערע געמיט.
יא יא!! ר' יוד.. יענע בדחן פון מיין שטאט.. דאס בין איך אליינס..
און ווייל מ'קען נישט ווארטן אין די רייהע אז די מזל און גוטע מוהט זאל קומען ווי א גלעטעדיגער ווינטל, האב איך זיך מיטגעכאפט דא און דארט אויף נסיעות'לעך אויף שבתים, און געפארן צומאל אין האטעלן, און זיך באקאנט געמאכט מיט פרישע חברים.
און ווען מיין שווער [כביכול..] האט חתונה געמאכט די קינדער אין די רייהע, האב איך אוודאי גענומען די מיה און מיט מיין זיס קינד אהינגעפארן איבערן ים קיין לאנדאן, מיטצוהאלטן זייער שמחה פונקט ווי מיינע, ווי איך בין אלץ געווען איבערצייגט, זייער געטריישאפט צו מיר אן קיין גבולים.
דורך די עטליכע יאר, האט ער חתונה געמאכט דריי קינדער, און צו יעדן פון זיי באזונדער האב איך געשפירט א פליכט פון הכרת הטוב, אויף טובות און טובות אן א שיעור, וואס זיי האבן דאס גאנצע הארץ געגעבן אלץ, צו העלפן און געבן און געבן, גענוי ווי מיין יודענע ע''ה, מיט א געוואלדיגע ברודערשאפט, און דערפאר האב איך געשפירט אט די רייזעס צו זייערע – מיין – שמחות, ווי דאס בעסטע דערפרעשמענד, אויף אנציציען ווייטער דעם וואגן אין גלות..
איך ווייס גוט, אז זייענדיג דארט, נאר אריבער'גייענדיג דעם שוועל פון זייער דירה, דארף איך מער גארנישט זארגן, ווייל עסן, קליידער, שפעזן, געלט, געהילף, איז אלץ גרייט אן קיין געפיל פון בושה חלילה, נאר ווי נאטורליך אז יעדער זאל זיך שפירן גוט.
און כ'וואלט אפען געזאגט, אז דארט שפיר איך זיך נאך באקוועמער ווי מיין אייגענע משפחה, און ווען נישט זיי וואוינען איבערן ים וואלט איך אוודאי נישט אנטלאפן פון זיי.
ס'דאך מהשם מצעדי גבר, דארף מען זיך נאר לאזן פירן. און יא, דער אייבירשטער פירט גוט!

ווען איך שטיי ביים שוועל פונעם סוף יאר תשע''א, א יאר וואס איז געווען א רייך מיט מיין אייגענע היסטאריע דערין, אבער ס'נאכנישט געווען געענדיגט, ווען – מיט א בליק אויף צוריק זע איך אז – איך האב נאך געהאט מיטצולעבן עטליכע געשעענישן וואס זענען היינט אין מיינע אויגן גאר היסטאריש.
מקודם, ווען שבת פרשת שופטים, האב איך פארוויילט אינעם ברך משה קאלאניע, וואס איז אייגענטליך געווען אויפן זייט וואס געהערט פאר משפחת בענעדיקט שיחיו, וואס האבן מיר אזוי ווארעם מארח געווען, און כ'וועל עס נישט פארגעסן אזוי שנעל.
און היינט צוטאגס דערמאן איך זיך גוט, אז טאקע יענע לב טוב, וואס האט מיר אנגעגרייט א נארהאפטיגע פרישע סעודה, מוצאי שבת ווייט נאך חצות הלילה, און זונטאג אינדערפרי מיט פרישע געקעכצן און גאנצע טעצער פריש געשניטענע ירקות, און מיט אזא פשטות כאילו איך וואלט באצאלט פאר א פינעף שטערנדיגע האטעל פלאס עסן..
טאקע ער, מנחם שטארק הי''ד, ער און יבדל לחיים טובים זיינע טייערע שוואגערס און משפחה ארום, וואס האבן מיר – און אלע באטייליגטע פון די שכנות'דיגע זומער הייזער – געגעבן די עונג שבת און גוטע טעם וואס גייט נישט אוועק פון צונג.
און איבערהויפט בין איך נתפעל געווארן פון נאך אייגענארטיגע הנהגות דארט, און ס'געווען א שבת אזאנס צום געדענקן!
איך האב דארט אינעם ברך משה שול, זיך באגעגענט מיט מיין יוגענד פריינד נאך פון חדר אין שיכון סקווירא, היינט א חשובער יונגער רב – הרב ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א – איידים פונעם קרית יואל'ער דיין, ר' געציל בערקאוויטש שליט''א, און ווי זיינע מעריצים רופן עהם ר' יוסף מרדכי – טאטע העלף!.. צוליב זיינע שטענדיגע אויסדרוק כלפי מעלה און וואונדערליכע הילף פאר יעדע מבקש.
יענע שבת האט געהאט אלע טעמים, ווי איך בין איינגשטאנען ביי משה.. כ'געדענק נישט יעצט זיין נאמען.. און אלעס האט געלעבט א שבת א געשמאקע, ווען אינעם זייט אראפ ביים טייכל, דזשומען אסאך מאסקיטאס, דארט האב איך געשריבן מיין ארטיקל וועגן די מאסקיטאס.. און יענע טייכל האט נאך געפלאסן אלץ שיירים פונעם מבול וואס האט באטראפן די אפסטייט יענע יאר.

אויך דאס אויסגאנג פונעם יאר צום נייעם יאר – תשע''ב, איז געווען אין מיינע זכרונות היבש היסטאריש, מקודם ווען מיין שוואגער ליפא שמעלצער האט געלייגט דאס גרונדשטיין פון זיין שול'כל, אין עירמאנט, און אויך איך האב געווארפן א שטיין א גרויסע אינעם גרונד פונעם פודאמענט, מיט א תפילה אז נאר גוטע און זויבערע בקשות יודישע זאלן דא דערהויבן ווערן לשמים און פועל'ן נאר גוטע השפעות און ערליכע.
מ'האט געבעטן תחל שנה וברכותיה.. און יעדער האט זיך באקומען זיין פארזיגעלטן יאר.
און וויפיל איך קלער צוריק, פון יענעם סעזאן אנהייב תשרי תשע''ב, באנעמט מיר א קעלט, ווען איך קלער גוט אריין, אז טאקע פאר מיר איז עס געווען גוט פארזיגעלט אז כאטש בעסערע צייטן ווי פארדעם האב איך דערלעבט, אבער נישט אלע אזוי ווי מיר זענען געווען פארזיגלט לחיים טובים.
און כ'האב דאס אסאך געזען דורכאויס די יארן, אז ווען אי האב געוויינט און אנדערע האבן געלאכט, ווען איך האב געלאכט און אנדערע געוויינט, איז וואס טייטש ס'געווען א גוטע יאר צו נישט? ווענד זיך פאר וועמען..
טאקע דאן האב איך שוין געהאלטן נאך אסאך מאל זיך טרעפן מיט גרושות, וואס מ'האט מיך אלץ אנגעטראגן אן א אפהאלט.
אלץ מיט אנדערע תוצאות, אבער ווי דער רבי שליט''א זאגט, אלעס איז נאר א הווא מינא, מ'דארף א מסקנה..
אינמיטן איין אזא דייטינג, הער איך היסטערישע פייערלעשער רופן, וואס האט פאסירט? כ'האב דאך נישט געקענט אנטלויפן אינמיטן זיצן מיטן שיינעם אנצוג אקעגן איבער א מדוברת.. אבער למעשה איז יענער אנטלאפן אלץ נייגער.. און כ'האב שוין גלייך געזען אז איך קען איר לאזן לויפן..
איך וואלט געקענט שרייבן א וועלט מיט עקספיריענס פון מיינע פגישות.. אבער עוד חזון למועד, קודם לאמיר שוין זוכה זיין צו א מסקנה.
אבער יענע פייער, אוי יענע פייער..
טויבענפעלדס הויז! ר' משה מנחם טויבנפעלד'ס הויז האט אראפגעפלאקערט ביזן גרונד!
אויב האט ער נאכנישט גענוג מיטגעמאכט ביז דאן, נאכן פארלירן זיין ערשטן ווייב און פיצל קינד אינעם אויפרייס אין ירושלים אויף באס קו שתיים, און שפעטער מיט נאך ענליכע צרות, ווי ער האט פארלוירן מער ווי איין אייניקל אין אזא טראגעדיע, און ענליכע טראגעדיעס ה' ישמרנו.
און שוין נאכן פייער – גאנץ לעצטענס וויפיל קאפ וויי די רשעי ישראל, מוסרים עוכרי ישראל האבן אויף עהם ארויפגעקלעבט בזדון ושאט נפש, אבער ווער איז נאך אזא בעל הרחמים ווי דער ליבער פאטער אין הימל, וואס זיין השגחה איז אומעטום און מיר האבן נישט וואס צו טייטשן און זאגן פירושים אויף קיין שום זייט.
אבער פאר מיר איז עס געווען און איז נאכאלץ – ווען אומער איך שפרייז אריבער דעם אפגעברענטן הויז, א ווייטאג און פחד צוזאמען, ווייל אין מיינע פולע עקספירינס די לעצטע יארן, איז ר' משה מנחם א גרויסע חלק אין די ערהוילונג מיינע, און דערצו הויפענעס חיזוק און פאקטישע הילף וואס איך טוה נאך היינט גענאסן פון עהם.
אבער מיר פאר זיך איז יענע יאר דווקא געווען זיסלעך ווען נישט די שווערע בשורות פון אנדערע.
איך האב מיר אלץ געשטופט אויפן יונגערע און פרייליך לוסטיגע זייט, און כ'האב שוין געזען אז מסיח דעת זיין פון פחדים פון דאגות איז די איינציגע וועג ארויסצוקריכן – כאטש נישט אריינפאלן אין שווערע מצבים אינעם עתיד.
מ'דארף זיך האלטן אין גלייכגעוויכט, און גיין פאראויס א טריט נאך א טריט, אראפ'פלאשן די עגמת נפש, און אויסלעקן דעם טאפ פון שמחה ווען עס מאכט זיך נאר, ביזן לעצטן לעק.
דערפאר אז איך האלט מיך אלץ יונגער ווי עלטער, איז געווען א חידוש, ווען אין סקווירא האט מען געמאכט א 'שבת האספו' פאר די עלטערע קלאסן פון 35 יאר און ארויף, און איך בין זיך אנגעקומען אויפן שבת, ווייל איך געהער צום עלטער פון 35!
א יאר שפעטער האט מען געמאכט א 'שבת האספו' פאר די יונגערע קלאסן יונגעלייט, און ר' אהרן מענדל דעם רבינס בכור, וואונדערט זיך מיר צו טרעפן דארט אויכעט..
און איך זאג עהם, אז איך טאנץ אויף ביידע חתונות.. ווי מ'קען טאנצן אויף שמחות בין איך א מחותן..
און אזוי און נאר אזוי האלט מען דעם קאפ גראד און געזונט.
המשך יבוא בעזהשי''ת

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 11, 2014 5:10 pm

· #199995
איך האלט דא שוין ביים יאר תשע''ב צו מזל, און ווי כ'געב א קוק אז איך האלט שוין ביי א היבשע צאל בלעטער פון שילדערונגען, איז עס א בחינה פון 'בא בימים' אז מ'קען מאכן א סיכום פון די יארן, און כאטש עפעס ארויסנעמען דערפון א לעקציע.
ווי געשריבן, אז ווען ס'שמייכעלט פאר איינעם איז צומאל נישט אזוי פאר אנדערע, און אזוי אויך דעם יאר איז מיר געווען היבש שמייכלדיג וויפיל ס'שייך אין יעדע מצב באשר אנחנו שם, אבער איך בין נישט דא אויסן צו שילדערן געשיכטעס פון אנדערע, ווען יעדער האט אליינס די מעגליכקייט צו פארצייכענען און צוגעבן זייער ניסיון בחיים פאר די קומענדיגע דורות.
אבער פונקט דאס יאר איז אוועק פון די וועלט א יוד – ר' אברהם רובינשטיין ע''ה, וואס איז געווען אליינס אויפן וועלט, נאכן זיך אפטיילן פון זיין ווייב אנע קינדער, אן קיין קדיש זאגער, און אן קיין ספעציעלע אנדענק.
איך האב געשריבן א מאמר אין מיין ערשטע ביכל 'זאל זיין געלעבט' וועגן עהם, און דערמיט פאראייביגט מיינע געפילן, אויפן מאמענט ווען כ'האב אויסגעמעקט זיין קאנטע אין גראסערי נאכן פטירה זיינע, ווען ער איז גראדע נישט געווען שולדיג קיין פרוטה.
און טאקע אין גראסערי ווי איך שטיי און טו באדינען דעם ציבור, האט אויך דאס יאר נישט איבערגעהיפערט דאס כאאס פון ערבי פסחים, ווי אלע ווילן ווי שנעלער האבן ערלעדיגט אלעס, און צו מיינע אנגעצויגענע קרעפטן און נערווען, וואס אויך די אויבערהארן לאזן נישט נאך.
אז ווען עס קומט שוין די מאמענט פון חירות, איז עס נישט כאילו יצאתי ממצרים, נאר ממש באפרייט און דערפרייד.
ס'קומען און גייען מינדערוויכטיגע פראבלעמען, אבער ווען כ'קוק צוריק קעגן די גרויסע בערג פון אמאל, איז עס נישט מער ווי א שאקל, וואס מ'כאפט זיך אן ביי די לייצעס און מ'לאזט די צייט אריבערגיין.
און טאקע ביים הייבן די כוס ביי 'והיא שעמדה', זאג איך מיט כלל ישראל צוזאמען, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו.. נישט איין פראבלעם, נישט איין שווערע מצב, נישט איין ריזן שטיין האט זיך געשטעלט איבערן קאפ, און געוואלט פון אונז מאכן א דומם.
און נאר אונזער איינציגער אייביגער האפענונג, אז והקדוש ב''ה מצילנו, הוא יצילנו מידם, דאס דערהאלט און געבט צו דערלעבן די אפענע חסדים ורחמים.
און ווי מ'זאגט שפעטער אין די הגדה, שלא את אבותינו בלבד גאל, אלא אף אותנו..
און מ'בעט און מ'האפט נאר, אז שמחנו כימות עיניתנו, כאטש אזויפיל וויפיל מיר זענען געפרואווט געווארן, זאלן מיר זוכה זיין צו פרייליכע מאמענטן און געזונט יודישע נחת לרוב.
אבער דערווייל זעמער נאך אינעם בור הגלות, און וויפיל מיר קענען זיך דערפרייען און לייכטער מאכן, אין קליינע און גרויסע מצבים, איז הכל ריווח.

וואס איך מיין צו זאגן וועגן קליינע און גרויסע מצבים, איז כאטש מ'קען נישט זאגן אפילו אויף איין טאג אין גלות אז עס איז גלאט געשמאק, דאך איז דאנקן גאט נישט אזוי אין גרוב די מצב, ווי כאטשיג ווען אנדערש.
און איך דערמאן זיך שוין אפילו שווער צוריק, די מצבים פון וואך צו חודש אין קוים עטליכע יארן צוריק, וואס אסאך פון זיי זענען געווען מער פחדים ווי דאס קלאפ אליינס, און מער בושה און אנטוישונג ווי איידער פאקטישע פעטש אין פנים.
סיי ווען מ'האט צוטון מיט קאסטומערס אין געשעפט, סיי ווען מ'האט צוטון מיט סתם קלעבערס וואס זוכן צו רייטן אויף יענעם אויפן גאס, און סיי ווען מ'דערשלאגט זיך אין פיזישע צו גייסטישע ווייטאגן, וואס זיך צו ערהוילן דערפון קען נעמען לאנגע חדשים, ב''ה נישט יארן.
אין די פאר יאר, האב איך באקומען א מאדנע ווארצל אויפן פוס פלאך, וואס איך געב שטארק אכטונג פון דזשערמס, און דאך האט זיך געמאכט עפעס אזאנס, וואס די פחדים הייבן אן שפילן אין די מחשבות אויף די ערגסטע ר''ל.
און אנגעהויבן פונעם פוס דאקטאר, און געענדיגט ביים פוס ספעציאליסט – נאך לאנגע חדשים שפעטער פון באהאנדלונג, דערזעט מען זיך פטור פונעם ווארצל, און פטור פון פחד און אויך פיזישע יסורים פון די היילונג אינסטרומענטן.
און דאס איז קיין סוד נישט געווען, ווען ס'איז ארויס אינעם ווירטואלישע וועלט, א ווידיאון קליפ, ווי איך טאנץ מיט א אויסגעלאסענע פרוי, וואס באמת איז עס געווען א אקט פון יענע פרוצה קעגן מיר לתיאבון, אין די צייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט דערפון, בשעת עס איז געווארן אפגעכאפט.
אבער פאר יענס האט פאסירט, האט פארדעם פאסירט עפעס אסאך שווערער, וואס איז פאר מיר געווען ביטער שווער איבערצוטראגן.

געווען איז עס אינעם זומער פון יאר תשע''ג, ווען איך האב געוואוינט ביין מיין טאטן אין הויז.
דאס גאנצע אהינקומען וואוינען, איז געווען א בדיעבד'דיגע, דעמאלטס ווען איך בין צוריקגעקומען פון לאנדאן מיט מיין פיר יעריגע יונגעלע, נאך וואס מיין יודענע איז פלוצלינג נפטר געווארן, און כ'האב זייער געוואלט האבן א אייגענע דירה פאר זיך, אבער ווער וועט קאכן און וואשן פאר מיר און פאר מיין קינד?
האב איך דעמאלטס געקלערט אויסצוניצן דאס גוטסקייט פון געשוויסטער, וואס האבן מיר היבש אנטוישט און צוריקגעוויזן יעדע בקשה, מיטן אויסרייד, גיי צו טאטי מאמי, זיי ווילן גערן דיר אריינ'נעמען און העלפן.
איך האב דווקא נישט געוואלט אהינגיין, ווייל איך האב געוואוסט אז מיין לעבנסגאנג און זייערס איז זייער ווייט, און גאר קאמפליצירט צו וואוינען אין איין הויז, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין קינד, לויט ווי איך האב עהם געוואלט מחנך זיין.
אבער ההכרח לא יגונה, קיין ברירה האב איך נישט געהאט! און געמוזט צוקומען צו די טובות פון וועמען כ'האב נישט געוואלט, און געגעסן די קומענדיגע יארן, טובות מיט לעפלעך טרערן..
איך האב אריינגעברענגט מיין קאמפיוטער ביי מיין שלאף שטוב, וואס איז געווען מיין ארבעט געצייג צו ערצייגן מאמרים און נאטורליכע ערצייגונגען, ווי איר אלע ווייסט און לייענט היינט מיינע סחורה, אבער זיי מיינע עלטערן האבן געקוקט דערויף מיטן א גאר קרומע אויג, און גאר פראבירט עס ארויסצושארן פון שטוב, אפילו מיט מיר צוזאמען, אויב ס'וועט אויספעלן.
איך האב זיך נישט געהאט ווי צו רירן, ווייל ממילא איך פאר מיר אליינס, וואלט איך שוין אנטלאפן ערגעץ, אבער איך האב נישט געקענט איבערלאזן מיין זון הפקר אין זייער הויז אן מיין באשיצונג אין יעדע מצב.
זיי האבן אוודאי געקלערט שטארק, אז ווען נישט זיי, וואלט מיין זון געהונגערט און אפילו אויסגעוואקסן ווילד און פראסט, אבער איך האב דאך געהאלטן פונקט דאס פארקערטע, אז ער עסט נישט געהעריג, און וואקסט אויף מיט פחד פון זייערע קאפריזן לרוב.
אבער אזוי האב איך געשטופט די פאר יארן, פול מיט צער און הארץ ציפעניש, ווען איך האב קיינמאל נישט געגעסן דארט קיין שום סעודה, נישט שבת און נישט אין די וואכן טעג, ממילא בין איך אטאמאטיש געווען אפגעטיילט פון מיין זון רוב טאג, אויסער ביינאכט ווען מיר זענען געשלאפן צוגעקלעבט צוזאמען, אלץ אפצאל פון נישט זיין צוזאמען רוב טאג צו וואך..
עטליכע יאר האב איך נישט געגעסן מיט מיין זון צוזאמען.. און אלעס ווייל כ'האב מיר נישט געקענט נעמען די קוראזש, צו פאקן פעק און ארויסמופן פון דארט – מיט מיין זון.
אליינס האב איך נישט געוואלט גיין, און מיט עהם צוזאמען איז דאך אויך שווער, ווייל כ'בין דאך נישט קיין קעכער און קיין פולקאמע מאמע, און קיין וועשער לכתחילה וואס ער דארף.
מיינע עסן און מיינע וועש, בין איך געווען צופרידן וויאזוי עס איז געווען, אבער פאר עהם האב איך זיך נישט געקענט ערלויבן מוותר צוזיין.

ויהי היום, און די קייט איז געווארן שמאלער ארום מיין האלדז, די קהילה און מוסדות פארלאנגען נישט צו האלטן קיין קאמפיוטער אין שטוב – און אלע מיינען זיי נאר מיין טאטן קעגן מיר..
מיין יונגעל קומט אהיים שפעט, ווייל ער זוכט ווי ער קען שפילן פריי, ווייל ביי די זיידע באבע טאר מען נישט שפילן אויפן פלאר, אויך נישט אויפן טיש, אויך נישט אין האל און אויך נישט אויף די שטיגן, ממילא אז ער קומט אהיים שפעט צו סתם ווערט פארשוואונדען פאר לאנגע שעות, מיינט עס אז זיי מוזן נעמען די זאך אין די אייגענע הענט.
כאטש איך האב קלאר געזאגט, אז איך ווייס די מצב, און 'איך לאז עהם', אבער 'זיי' לאזן דאך אבער נישט..
און ווען מ'רעדט פון חינוך, איז מיין דעה גארנישט ווערד, און נאך ערגער פון ווערד.. ווייל איך בין דאך א פארפאלענער.. לאמיר כאטש ראטעווען דאס קינד, ממש מצוה הבא לידך..
איך פראביר מקצר צוזיין במקום שאין יכולים להאריך, אבער די נקודה דא איז, אז ס'האט אנגעהויבן פלאקערן א קאלטע קריג פון שטיל צו גאר הויעכע טענער!
איין טאג באקום איך א דירעקטער באפעל, אז מיין קומפיוטער מוז נעלם ווערן פון דארט, ביז עטליכע שעה!
איך האב זיך אויסגעלאכט, און געקלערט, אז א צווייטער אין אזא מצב, וואלט גענומען אין חשבון, אז א זון א אלמן, האט א אנדערע הלכה ווי סתם איינער מיט א קומפיוטער, ספעצילע אז ס'געווען פארשלאסן די טיר ווען איך פלעג עס ניצן, ממילא איז עס געווען סתם א נערווערן קריכעריי אויף מיין חשבון.
און נאכמער פון דעם! ווייל וויפיל זאכן, ביכער, סידיס, חפצים, וואס זענען נישט געווען פולקאם לרוחם, איז פארשוואונדען געווארן פון מיר לאורך הימים, ווען זיי פלעגן כאטשיג ווען מאכן בדיקת חמץ אין מיינע שופלאדן.
די מצב האט אין מיר געפלאקערט, אבער כ'האב זיך נישט געקענט פועל'ן צו אנטלויפן – אן מיין זון מיט מיר.

נאך א שטיק צייט, איז געקומען די אבלאווע איבער מיר גאנץ אומגערישט! ווען מיין טאטע איז מיר באפאלן מיט קולות, כ'האב דיר געזאגט זאלסט ארויסנעמען דעם קללה פון שטוב, און ס'זאל יעצט די רגע געשען! און קענסט עס טראגן ווי דו ווילסט אבער נישט דא.. [שקויעך פאר די עצה..]
וויפיל כ'האב געהייסן א מחוצף, בין איך אבער אין א נארמאלע שכל בן אדם קיין מחוצף נישט געווען, אז איך האב עהם נישט צוריקגעפראסקעט און בכלל געפאלגט!
כ'האב געשלונגען, און אפגעזוכט א אפיס, און זיך איינגעארדענט דארט פאר געלט, און ווי שווער עס איז געווען צוזיין נאך ווייטער פון מיין זון, זייענדיג דארט אין אפיס א גאנצע צייט [ווייל אין מיין שטוב האב איך נישט געהאט וואס צוטון אויסער שלאפן און גיין] האב איך כאטש אנגענומען די הצלה פורתא, אז מ'מוטשעט שוין אסאך ווייניגער, און כ'שטיי שוין נישט פאר די אויגן פון די מלשינים פון די אייגענע געשוויסטער.
- וואס ווי כ'בין געוואור געווארן דורך מיינע נייע שפיאנען.. זענען זיי געווען די העצער קעגן מיר, און האבן געמאכט א גוטען ארבעט מיטן מיר פארטרייבן. זאלן זיי נאר אנהאלטן און שטיין טאקע ווייט פון מיר אויך ביים עסן קוגל..
ממש די תוכחה, אויבי איש אנשי ביתו, אז די אייגענע שעמען זיך מיט מיינע קליפס, מיט מיין באקאנטשאפט אין די וועלט, מיט מיינע טאלאנטפולע יצירות, און זעלבסשטענדיגקייט, וואס איז מיר א פלאס איז ביי זיי א מינוס.

די צייט האט זיך געריקט, און ווידער האלט מען ביי א הייסע זומער סעזאן, און איך האב זיך געטראפן וואס צו טון פאר הנאה צוועקן, און מער ווי איינמאל זיך אוועקגעלאזט צו א ציגן פארעם, וואס איך האב אזוי ליב געהאט די שמעק פון די נאטור, די זיסע בריאה, די איידעלע ווילדע ציגעלעך און זייער געזונטע מילעך.
דאס מאל האב איך זיך באקלערט אהיימצונעמען איין קליינע – קוים געבוירענע ציגעלע, צו מיר אהיים..
מ'האט מיר געזאגט דארט, אז מיינע עלטערן וועלן מיר לכאורה ארויסווארפן מיטן ציגעלע אינאיינעם.. אבער איך האב געוואוסט, אז סיי איך סיי מיין טאטע האבן אמאל זיך אפגעגעבן מיט ציגעלעך, מיט א דרייסיג יאר צוריק, איז פארוואס זאל זיי עס קימערן אז איך האב א קליינע ציגעלע אין די זומער חדשים, אונטער מיין שוץ.
אזוי האב איך געקלערט! אבער אנדערש איז געווען..
ווי נאר כ'האב זיך אנגעריקט אינדערהיים מיט א ציגעלע, האט זיך אנגעהויבן די חינוך לעקציעס אין די רייהע..
מיינע עלטערן האבן אנגעהויבן מוטשענען: כ'ווייס נישט צו כ'וואלט געלאזט דא די ציגעלע אזוי.. מ'דארף עס געבן צו עסן און טרונקן..
איך וועל עס געבן וואס ס'דארף, זארגטס ענק נישט.
אבער די גאנצע שטעטל, אלע קינדער בחורים און עלטערע וועלן זיך אנלויפן דא..
איך וועל עס האלטן באהאלטן, אין א שטילע זייטיגע ארט.
אבער די ווילדע חיות קענען עס אויפעסן ביינאכט!
איך וועל בויען א שטארקע גדר.
ס'וועט שטונקען..
אקעי, איך האלט עס דא נאר אויפן זומער, און א קליינע ציגעלע וועט נישט אזוי שמעקן.

ס'איז אריבער קוים דריי טעג, פון ווען די ציגעלע איז געווען צו גאסט, און מיין טאטע האט געשפירט זייער וויכטיג עס מחנך צוזיין, און נגד רצוני האט ער עס ארויסגעלייגט אויפן גאס, און דארט עס געשטאפט מיט מילעך – נאכדעם וואס איך האב עס שוין געהאט געגעבן א האלבע שעה פארדעם, און צוליב גרויס זארג האט ער ווידער אנגעהויבן קלערן הויעך, אז ס'נישט קיין תכלית פארן ציגעלע, כ'מוז עס זען צוריקצוגעבן.
מיינע נערווען האבן מיר אנגעהויבן שפילן! וואס וויל ער פון מיין לעבן וואס וויל ער פון די ציגעלע, ס'נישט קיין קאמפיוטער און איך בין נישט מערדער, און כ'בין נישט קיין תינוק בן יומו – וואס ווייסט נישט וויאזוי זיך אומצוגיין בחיי יום יום.
ביים דריטן טאג, בהיותי כואב, איז אנגעקומען די אויספלאץ, ווען איך הער מיינע וואויס-מיילס, און כ'הער א שארפע דרשה.
'הער מיך גוט אויס, ביז ביינאכט זאל די ציגעלע מער נישט זיין אין מיין הויז! נעם עס דיר אין דיין אפיס, צו ווי דו ווילסט, אבער איך דארף נישט מער דיינע העדיקס דא.. איך וויל עס נישט זען פאר מיינע אויגן נאך איין איינציגע מינוט..'
איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, און געשפאנט צום הויז, געכאפט דעם ציגעלע און עס אוועקגעטראגן פון הויז, טאקע צו מיין אפיס, ווי דארט זענען שוין געווען גענוג און נאך קינדערלעך ארום וואס האבן זיך מחיה געווען צו שפילן דערמיט, אבער איך האב נישט געקענט אזוי האלטן אחריות דערויף, און עס צוריק אפגעשיקט צום פארמער.
אבער איך האב ביי מיר אפגעמאכט שארף, אז עד כאן!! איך וויל ארויספיצן פון דעם הויז, נאך אונטער א וואך!
כ'האב אנגעהויבן זוכן א דירה, און ווי נאר כ'האב געקלונגען דעם יענעם, האב איך געטאפט א וואנט, יעדער מוז וויסן וואס כ'וועל טון מיט מיין זון, ווען כ'וועל עהם נעמען מיט מיר אינעם נייעם דירה.
און די קשיא איז געווען א גרויסע, ווייל כ'האב טאקע געשפירט צעמישט, וועל איך טאקע קענען קער נעמען פון עהם טאג און נאכט אליינס?
אבער רצון ברעכט אייזן! איך וויל ארויספיצן פון דארט פאר יעדן פרייז.
כ'האב געזוכט און געזוכט, און שוין געוואויר געווארן אז אויך דא איז מען דערגאנגען מיינע פלענער, און מ'האט פראבירט צו שטערן, מיטן קלונגען די מחנכים אקעגן מיר, מיר צו שטערן פון אוועקנעמען מיין זון פון מיין טאטנס הויז.
ממילא איך, זאל זיך גיין ווי איך וויל, אבער מיין זון זאל איך לאזן..

א פייג! האב איך געטראכט.. איך וועל זיך איבער'רייסן און קאכן און וואשן, און אלעס טון, אבער דארט וועט מיין זון נישט איבערבלייבן אליינס. ניין!
איין נאכט ווען כ'האב מיר ארומגעזען ווי איך טאפ א וואנט, האב איך ארומשפאצירט א האלבע שטעטל, און פשוט זיך גענומען וויינען אין די טונקל.. כ'האב שוין לאנג נישט געוויינט רבונו של עולם! האב איך געקוקט צום הימל..
איך האב זיך גענומען רעדן צום טאטן אין הימל.
רבונו של עולם עד מתי! איך פלאץ אוועק פונעם מצב, איך וויל נישט בלייבן דארט, און כ'וויל דווקא אויך מיין זון נעמען מיט מיר, ווי איך גיי, אבער ווי אהין? קיינער נעמט מיך נישט אפילו פאר געלט.
כ'האב זיך גוט אויסגעוויינט, און אהיימגעגאנגען, ווען ס'שוין זייער שפעט, און געווענליך אזא שעה פלעג איך שוין מוזן קלאפן אויפן טיר, אז מ'זאל מיר עפענען די פארשפארטע טיר [פארוואס דארף מען פארשפארן פאר איך קום אהיים.. אויך א הענגעדיגע פראגע אין די לופט.]
איך ווארף אראפ די בגדים, און שליידער אריין מיין צעבראכענע גייסט אין בעט אריין..
פלוצלינג שפיר איך א ענוועלאפ אויפן קושן, עפעס פאסט האב איך באקומען היינט..
איך עפען די נאכט לאמפ, און יא! עפעס א ארגאניזאציע פאר חיזוק, האט מיר געשיקט א גאנצע פעקל צעטלעך, משלים און דברי חיזוק אויף שווערע מצבים אין לעבן.
[איך געדענק נישט יעצט אויפן רגע די נאמען פונעם ארגאניזאציע, אבער איך האב ביז דאן קיינמאל נישט געהערט פון דעם]
הכלל שטייט דארט, אז כאטש איך בין טאקע אריבער שווערע מצבים, אבער ווי אלע זעען, האסטו זיך געשטארקט, און נאכמער, האסט אנגעהויבן מאכן פרייליך אנדערע, ממילא איז עס א גרויסע זאך.
איך קוק און קוק, ווער איז דאס יענער וואס האט עס געשיקט פונקט אין צייט? אבער יענער ווייסט דאך נישט אלעס, איך האב מיך געשטארקט? אזוי!?
איך בין א צעבראכענע שארבן! איך בין פארלוירן, אבער איך זע אז דאס בריוועלע איז אנגעקומען דזשאסט אין טיים, אויב אזוי איז עס שוין א שטראל פון האפענונג פון ערגעץ וואו.
איך האב אפגעווישט די פארבליבענע טרערן, און נישט צוגעמאכט קיין אויג, ביז איך האב אפגעליינט אלע חיזוק צעטלעך, אינעם דיקן ענוועלאפ, און צומארגנס האב איך געקלונגען יענעם נומער וואס שטייט אויפן קאווערט, און עס הייבט אויף איינער די אנדערע זייט טרייבל, מיט א מויל מלא שבחים צו מיר, אבער איך קען נישט יענעם.
אבער ער זאגט ער קען מיר יא, אויב נישט פערזענליך אבער פון מיינע יצירות קען ער מיר גוט.
די חיזוק האט געטון זיינס, און כ'האב זיך גענומען איבער'רופן די אלטע נומערן, אפשר דאך וויל יענער מיר אויפהערן פרעגן איבריגע פראגעס, און נעמען רענט און ארויסגעבן א דירה'לע..

דא איז די לשון הרע אויף מיר צו די מחנכים, געווען פונקט די רעטונגס ברעט, זיי האבן מיר אונטער א טאג שפעטער געקלונגען אויף א זיצונג.
וואס ווילן זיי פון מיר, איז מיר שוין נישט אנגעגאנגען, ווייל איך גיי מיר נישט רירן, איך צי מיך ארויס פון דארט 'מיט מיין זון' פאר יעדן פרייז.
זיי אפפערן מיר, אז כ'זאל מיין זון אריינגעבן צו א צווייטע משפחה – דורכן וואך, און יעדע שבת וועט ער קומען צו מיר אינגאנצן.
מסכים!
ווער ס'זאל עהם נעמען, און וואס ווען וואו, זאל איך לאזן פאר זיי! אוודאי מסכים..
זאלסט וויסן! זאגן זיי מיר - נאך וואס זיי האבן אלעס ערלעדיגט, און געפונען א גוטע אכסניא פאר מיין זון דורכן וואך – דו האסט נישט געקענט טון קיין בעסערע זאך ווי זיך ארויספיצן פון דיין טאטנס הויז!
אויב אזוי פארוואס האט עטץ מיר נישט געהאלפן ביז היינט?
ווייל מיר האבן נישט געהאט די קוראזש זיך איינצוהאנדלען שונאים – דיינע עלטערן, אבער אז דו האסט עס געטון, קענען מיר דיר העלפן, ספעציעל ווען זיי און ארומיגע האבן זיך צו אונז געוואנדן פאר הילף..
חסדי השם כי לא תמנו..
המשך יבוא בעזרת ה' הטוב

BLOOMINGBURG NY » זונטאג מאי 11, 2014 10:26 pm

· #200060
,! And ones again you made me cry ! Oh Hashem every person is schlepping a whole pekel Gevald

שרייבער » מאנטאג מאי 12, 2014 11:48 am

· #200121
BLOOMINGBURG NY
,! And ones again you made me cry ! Oh Hashem every person is schlepping a whole pekel Gevald

yatzmachp » מאנטאג מאי 12, 2014 12:47 pm

· #200130
נישט צו קלענער מאכן דיין צער, אדער פארדרייען דעם שמועס, איך וואלט געהאלטן אז לטובת קאנטעקסט וואלט געווען כדאי צוצילייגן אז פון דיין משפחה'ס פערספעקטיוו האבן זיי שווער געליטן פון די קאמפיוטער און פאבליסיטי. דיין געוועזענע שוואגער שלום דין און דיין שוואגער ליפא שמעלצער. איך האף אז מען זאל נישט יעצט אנהייבן רעדן איבער זיי און פארדרייען דעם אשכול.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 15, 2014 3:05 pm

· #200684
געשמאק צום ליינען 👍

BLOOMINGBURG NY » זונטאג יוני 8, 2014 11:21 pm

· #204917
Menasha we are waiting !! Is everything ok with you ?

Chuchem » דינסטאג יוני 10, 2014 2:11 pm

· #205200
Does any one have a PDF of the material up to here?

שרייבער » דינסטאג יוני 10, 2014 3:03 pm

· #205236
BLOOMINGBURG NY
Menasha we are waiting !! Is everything ok with you ?

מנשה לוסטיג » דינסטאג יוני 10, 2014 4:39 pm

· #205297
איך פאר ברצות ה' קיין אויסלאנד אין די טעג, ממילא וועל איך מוזן פארזעצן וויפיל ס'געבליבן צו שילדערן ביז היינט, אי''ה נאכן רייזע, און דאן האף איך ווידער צו שרייבן די צייטליכע מאמרים אויך, וואס כ'האב פארפעלט צוליב די דאזיגע פארזעצונגען.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:20 pm

· #205307
Chuchem
Does any one have a PDF of the material up to here?


יא, איך האב א PDF פון דער ערשטע ביז דער לעצטע פארזעצונג.
כ'ווייס נישט ווי אזוי דא ארויף צו לייגען דעם PDF, איינער קען העלפן?

מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 7, 2014 6:28 pm

· #210607
כ'וועל איבערהיפערן א דרייפערטל יאר פון וואו כ'האב געהאלטן אינמיטן שילדערן מיין לעבנס קייט, ווייל אצינד וויל איך שילדערן ווילאנס ס'נאך ווארעם, מיין ממש יעצט געוועזענע רייזע קיין ארץ הקודש, פון וואו כ'בין צוריק געקומען אונטער א וואך.
ובכן.
איך האב געהאט אין פלאן ווידעראמאל מאכן א רייזע צום הייליג לאנד, נאך וואס כ'בין דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן געווען דארט פאר א יאר חודש חשוון, און די נשמה האט זיך מיר געבעטן פאר נאך א רייזע, ווידעראמאל בעטרעטן די הייליגע מקומות, און נאס מאכן מיט טרערן די הייליגע שטיינער איבער די ציונים קדושים פון דאס הייליגסטע ביים עם הנבחר.
אין מיין פלאן צו מאכן דעם רייזע אום חודש שב''ט אין די ווינטער, האט געהאט א טעם פון גרייכן דארט ווען ס'נאך קיל, ווייל איך בין דאך זייער עמפינדלעך צו היצן, אבער למעשה האט די השגחה עליונה באשערט אז מיין שווער זז''ג [מיין יודענע ע''ה'ס עלטערן] האט געפלאנט צו מאכן חתונה אום סיוון, און איך האב זייער א שטארקע נאנטשאפט צו זיי, און בעיקר אלץ מיין זון ני''ו וואס וואלט זייער געוואלט זיין דארט אין לאנדאן, האב איך געמוזט טוישן מיינע פלענער, און וויפיל ס'זאל קאסטן מער אין די זומער, האב איך זיך געלאזט קאסטן און באשטעלן רייזע בילעטן קיין לאנדאן און ישראל.
פלענער ארויף און אראפ, האבן זיך געדרייעט אין מיין קאלענדער, צו כ'זאל זיין שוין דארט אויף שבועות, און פארפאסן א אייגענע משפחה שמחה, צו זאל איך פארן פאר לאנדאן קיין ישראל מיט מיין זון, צו זאל איך פארן פארן חתונה אדער נאכן חתונה.
איין גרינעם טאג, נישט צו שפעט, געפון איך א קאנווערט ביי מיין שטוב, ווי עס שרייבט מיין ליבע נעפיו – דער חתן ברוך אברהם ברויער הי''ו, א זון פון מיין עלצטע שוועסטער, און א געטרייע רעכטע האנט פאר מיר צו יעדע צייט און אין יעדע מצב. ער בעט זיך ביי מיר אין א לענגערע בריוועל, אז וויאזוי וועט אויסקוקן זיין שמחה אז איך וועל נישט זיין דארט, און אין זיין חלום זעט ער מיך אפזאגן מיין פלאן, און טוישן די טיקעטס אויף א וואך נאך זיין חתונה.
נו וויאזוי האב איך עהם געקענט אפזאגן, האב איך טאקע געטוישט אלע פלענער, און געלייגט אין א זייט אלע חשבונות, צו מיין באלעבוס וועט זיך נישט בייזערן אז איך פאר אוועק אין די זומער קעמפ וואכן, ווען ס'האט געזאלט זיין א שטיקל פראבלעם.
ספעציעל אז כ'האב געפלאנט צו פארן פאר כמעט דריי וואכן, אז מיין זון זאל גענוג פיין פארברענגען אין לאנדאן ביי זיין משפחה, און אין די צייט וועל איך כאפן א וואך אין הייליג לאנד.
למעשה איז מיין פחד געווען אומזינסט, און מיין באלעבוס האט מיר פארגינען די אויספלוג לכתחילה, און פון דא הייבט זיך אן די רייזע..

מיין ציל איז געווען אהין קיין ארץ ישראל, אבער פארדעם קומט א חתונה אין לאנדאן, און מיטן זיין אין לאנדאן טרעפט מען ווידער אן אלטע ליבע ידידים וואס זענען מיר געווען געטריי אלע יארן אויס, און אויך זייט די לעצטע פאר מאל וואס איך טו פארוויילן אין לאנדאן, פארברענג איך מיט די מבינים אינעם יודישער ארט גאלאריע אין לאנדאן – דודי בראון און זיין טאטע מאמע, וואס זענען גרויסע מבינים אויף מיינע קענטעניסן, און חלש'ן איך זאל זיך פאר זיי לאזן פאטאגראפירן, און פונעם עבר איז שוין ארויסגעקומען גאר געלונגענע סחורה, און אויך דאס מאל האב איך זיי – און זיי מיר – נישט אנטוישט, מיט גוטע ווארע.
עטליכע פרישע קאמישע קליפס, און א רייהע אויסגערופן גוטע שיס בילדער, וואס נאר איך מיט זיי צוזאמען איז א שותפות פון א געלונגענע ספעקטאקל.
און ב''ה כ'האב מיטגעהאלטן דעם חתונה נאכט, שוין די פערטע שמחה וואס איך קום צו פליען, און מיין זון איז מלא שמחה און דאנק, ווי א הויפן נחמה, ווען ער פריידט זיך מיט זיין אלטע משפחה דארט, און אז איך זע ווי ער פריידט זיך דערפריידט עס מיר נאך מער.
און נאך א טאג דערויף, האב איך צוזאמגעפאקט די נויטיגע פעקלעך און מ'לאזט זיך עולה זיין בשנית, אל הר המוריה, להשתחוות לפני השם בהר הקודש בירושלים.

יא איך בין אנגעקומען אהין, און דאס מאל שוין מיט א היבשע ביסל ערפארונג פון לעצטע מאל, אז ווי הייליג דאס לאנד איז, איז עס דאך אין א פנים פון שכינתא בגלותא, און כ'האב עס ביי מיר אין קאפ גענומען, אויסצוניצן וואס קען מיר יא דערפרייען דארט.
און קישנדיג דאס ערד ביים ארויסקומען צום אווירא דארץ ישראל, האב איך געוואנדן מיינע טריט קיין ירושלים, אוואו מיין אכסניא אין א 'בחורים דירה' איז געווען 'כמעט' גרייט פאר מיר..
איך בין געקומען אליינס, און דארט שלאפן אלע אויך יעדער פאר זיך אליינס.. און נאך ווי געשלאפן!..
עטליכע דארט האט עס געלונגען געוויסע טעג אריינצוטרייבן א בייגל אויפן זייגער כמעט דריי און צוואנציג שעה.. און פלוצלינג זע איך אז דער יענער איז מער נישט אין בעט. אויף מיין פראגע באקום איך א ענטפער, אז נאכן שלאפן איבער צוואנציג שעה, כאפט מען א שפאציר זיך אויסצולופטערן די כוחות..
אבער מיר האט דאך געברענט די מינוטן, כ'וויל דאך אריינכאפן וואס מער אין דעם קארגע וואך צייט, און שוין גאנץ פריה האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן מיין געטרייע באגלייטער, אויפן וועג קיין דרום, ווי מיר האבן געמאכט א פלאן צו זיין שבת פרשת קורח אינעם עיר האבות – חברון.
ווי שרעקעדיג עס הערט זיך, האב איך געזאגט פאר די פולע פרעגערס, אז לדעתי איז דארט געווען מער רואיגער און אונטער שמירה, ווי אין די וויליאמסבורגער גאסן שבת נאכמיטאג, ווען איינער וויל טראגן מיטן עירוב..
נאך פאר מיר האבן דערגרייכט קיין חברון, האבן מיר פארקירעוועט צו די זייטיגע יישובים אויפן וועג, און לויטן פלאן זיך געטראפן מיט א היימישער חסידישער יונגערמאן, אברהם דאווידאוויטש, וואס וואוינט היינט אינעם מושב 'מעון' און איז געווארן א גאנצער מושב'ניק, מיטן אפגעברענטן פנים, און מיט די פוס פארטונקן אין ארגאנישע עבודה.
ער האט אונז אפגעפירט צו זיין שטוב, א שטילע יישוב, וואס איז נישט נאנט צו די אראבישע דערפער, אבער די פולע פליגען וואס מאכט זיך פון די מיסט וואס די אראבער גיסן אויס אין די וועלדער ארום, גרייכן אין די מאסן ביז אהין אויך..
אברהם האט אונז קודם צוגעפירט צום פארעם פון קיען, אוואו ער ארבעט א האלבע וואך, און מ'מעלקט דארט מילעך און דערנעבן די אנדערע פארעמס ווי מ'האדעוועט הינדלעך און מ'באקומט ארגאנישע אייער און אלעס וואס מ'דארף צו א געזונט לעבן.
צווישן אונז בחורים האבן מיר געהאט א שוחט, בערעלע בלייך, וואס האט באקומען סמיכה אויפן מעסער, און אברהמ'לע האט עהם געברעגט צום פארעם און איך האב געכאפט א פעטן הינדל, און בערעלע האט עס געשאכטן כהלכה, און אברהמ'עלע האט געמאכט כיסוי הדם.
און האט אונז אריינגעברענגט צו זיין באשיידענע הייזקע, ווי זיין בני בית האט אונז אנגעגרייט א הייסע טעלער ירקות קוגל, וואס דווקא אברה'מעלע אליינס האט געבאקען ממש פריער, מתנובות הארץ הקדושה.

מיר ווענדן שוין די טריט צו פארן קיין חברון, אבער פלוצלינג טרעפן מיר זיך אינעם הייסן אוטא געשטראנדעט.. די מאשין וויל זיך נישט אנצינדן, און מיר ווייסן אפילו נישט די סיבה פארוואס, סיי געז און סיי בעטערי, אלעס איז בסדר, און עס רוהט זיך אפ..
ווילאנג אברה'מעלע דאווידאוויטש איז געגאנגען רופן הילף, האבן מיר דערווייל זיך בעסער געזעצט אונטערן שאטן פון די ביימער, איידער אין די היצן, און מיר זעען דארט אינטערעסאנטע געוואוקסן און מאדנע ביימער, ווען אברהמ'לע קומט צוריק מיט העלפערס, און קיינער קען נישט אנטשיידן די פראבלעם.
און בערעלע בלייך זאגט מיר, געב א קוק, כ'מיין אז אט דער בוים האט א גוטע שמעק, לאמיר אפברעכן א צווייגל און מאכן א ברכה 'בורא מיני עצי בשמים'.. און איך מאך צו די אויגן און מאך הויעך א ברכה! און ראה זה פלא, ווען בערעלע זאגט אמן, און איך אמן אויף זיין ברכה, און די מאשין צינדט זיך אן..
קוקט אויס ס'געווען באשערט צו מאכן דא א ברכה אויף דעם בוים, און ויסעו.. מ'פארט קיין חברון!
ס'זאגט זיך גרינג, מ'פארט קיין חברון.. אבער וואס דאס מיינט צו זיין שבת קודש ביים מערת המכפלה, צו זאגן א נשמת ביי די הייליגע מקום ווי עס ליגן די אבות העולם, און נאך ברוב עם אין באגלייטונג פון יודען פון אלע סארטן און שיכטן.

מיר קומען אן קיין חברון, גייען מיר צום אכסניא אונזערע, אין 'גבעת האבות' ביי ר' בנצי גופשטיין הי''ו, איינער פון די הויפט אנפירער פונעם יישוב אין חברון, און פירער פונעם להב''ה ארגאניזאציע, וואס ראטעוועט ארויס יודישע טעכטער פון צווישן די אראבער.
מיר שטאטן אפ א באזוך ביי א באקאנטע פיגור דארט, דער עורך דין – איתמר בן גביר, וואס טראץ זיין יונגע עלטער, האט ער זיך ערווארבן א גאר הויעכע שטעלע אין די רעגירונגס געזעץ בענקלעך, און זייענדיג א געשמאקער מענטש, האבן מיר ביי עהם זיך גאר גוט געפונען דורכן שבת.
מיר גייען נאך יעצט פאר שבת אויף א באזוך אביסל ארויס פון דעם היימישער געגענד, צו מער א מסוכנ'דיגער געגענד, מיטן נאמען 'תל רומידה' דארט וואוינט ר' ברוך מרזל שליט''א, א באקאנטער עסקן פארן גאנצן יישוב פון חברון, און ספעציעל אינעם מערת המכפלה וואס ער באגלייט אלע אורחים מיט היימישקייט.
ר' ברוך וואוינט אויפן בארג, צווישן פולע אראבער, און מיר קלעטערן ארויף צו זיין הויז, און ער נעמט אונז אויף מיט א פנים געמישט פון פרייד און ערנסטקייט, זאגנדיג, מיר האלטן יעצט אינמיטן א מערכה קעגן די שונאים..
ער נעמט אונז צו די טאראסע, ווי מיר זעען ווייט אקעגן איבער, ריזן וואלקענעס מיט רויעך, דארט – זאגט ער אונז, טוהט זיך יעצט א מערכה, ווען די יונגע אראבער אין יענע גאר מסוכנ'דיגע גאס, ווארפן פלאש באמבערס אויף די סאלדאטן, און נאך אביסל וועט עטץ הערן אז ס'דא דארט אפאר טויטע אראבערס..
וכך הווא, נאך א האלבע שעה פון פייער אויסטויש, איז געמאלדן געווארן אין די נייעס, אז אין חברון האט מען געשאסן א יונגע אראבער צו טויט און אנדערע פארוואונדעט און פולע אוועקגעפירט אין ארעסט.
ר' ברוך מרזל בייסט די ציין און זידט ארויס בייזקייט קעגן די אראבער, און מיר קענען עהם נישט מאכן אזוי שנעל פרייליך, אבער איך זאג עהם, אז ס'איז בנפשינו, ווי קענען מיר באזיגן די ווילדע אראבער, זאגט ער, געב מיר נאר א אפענע רשות, און איך מאך פון זיי א גל של עצמות.. און זיין פעסטקייט און דיקע ארעמעס צייגט, אז ער איז נישט מגזם..
זיין יודענע געבט אויך צו נקמה סטעיטמענטס, ווען זי בא'וואסערט די ביימעלעך פאר שבת קודש, און פארציילט אונז, אז נאכן ענדיגן באוואסערן די ביימער, גייט פארקומען א האגל אויף אלע שכנים.. און דעמאלטס האבן מיר געזען וואס מיינט גלייכגילטיגקייט, און אז מ'שרעקט זיך נישט, שרעקן זיך אנדערע יא!
ר' ברוך וואלט זייער געוואלט מיר זאלן בלייבן ביי עהם אויף שבת, אבער מיר זענען נישט גרייט צו זיצן קעגן רויעך און געפילדער א גאנץ שבת, זאגן מיר עהם, אז אין גבעת האבות איז מער היימישער, און בלית ברירה לאזט ער אונז גיין, אנזאגנדיג, אז קבלת שבת אינעם מערה, זאלן מיר זיכער גיין, אן קיין תירוצים.
מיר האבן מקבל שבת געווען אבער נישט אינעם מערה, ווייל דאך האבן מיר נאכנישט געהאט די דרייסט צו גיין ביינאכט אויפן לאנגע וועג ביזן מערה, און די תושבים האבן געלאכט פון אונז, די אמעריקאנע פחדנים..
דערווייל האבן געדאווענט אינעם קליינעם געצעלט וואס דינט אלץ שול, אונטערן בארג פונעם גבעת האבות געגענד, און כ'האב געפונען דארט ר' אהרן גרנות שי' – א באקאנטע שרייבער און ריפארטער פאר די 'משפחה', וואס איז לעצטענס צוריק געקליידעט געווארן ווי א מזרחי, פארווער ס'האלט מיט זיין געשיכטע, און דארט אין חברון, איז ער א גאנצע מגיד מישרים..
ביי די סעודות שבת, האבן מיר זיך געזעצט ביי א גרויסן טיש, ווי אסאך געסט זענען געווען דערביי, אלע אויסער אונז חרדישע, און זיין משפחה, זענען נעבעך נשמות'לעך וואס ער האט באוויזן ארויסצונעמען פונעם אראבישן נעץ, עטליכע מיידלעך וואס זענען שוין אויפן וועג צוריק ב''ה.
און אויפן וואנט הענגט די בילדער פון די קדושים, הרב מאיר כהנא הי''ד זצוק''ל, און ר' ברוך גאלדשטיין הי''ד, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען קעגן די אראבער, פארן יישוב הארץ פארן נקמה פון יידיש בלוט, און האבן אליינס געהייליגט דעם אייבירשטנס נאמען מיטן שרייען שמע ישראל אויף די בלויע ליפן פון גסיסה, נאכן געשאסן ווערן, און געשטארבן על קידוש השם.

שבת אינעם באגינען, ווען די זונען שטראלן האבן זיך באוויזן אויפן הימל אין חברון, און ס'האט מיר דערמאנט די הייליגע משנה, ווען מ'האט אויסגערופן 'ברקאי' האיר פני כל המזרח עד חברון.. לעורר זכות ישיני חברון.
און מיר מאכן די הכנה זיך ארויסצולאזן אויפן וועג אהין צום הייליגן מערה, ווען די זון באקט א היץ אבער א געשמאקע ווינטל גלעט אויפן פנים, און מיר שפרייזן אראפ דעם בארג, אויפן לאנגע געדרייעטע וועג, וואס האט גראדע א גוטע עירוב, ביזן מערה.
אויפן וועג באגעגענען מיר ביי יעדע שטיקל וועג, עטליכע חיילים, און מיר געבן זיי פון טאש א הויפן פאפיטעס לכבוד שבת.. און מ'באגריסט זיך ברודערליך און מ'זעצט פאר, פונעם לאנגע שאסיי אריין צווישן אראבישע הייזקעלעך, וואס טאמער זאל ווער פון דארט ארויסשטעקן א האנט צו זען אויב ס'שנייעט צו ס'רעגענט אויפן וועלט, באלד איז שוין אויסגעשטרעקט אפאר ביקסן צו יענע ריכטונג..
אבער עפעס א רואיגקייט האט אונז באהערשט, אז טאקע ס'דא שמירה, אבער אויך א אינערליכע שטארקייט פונעם רצון צו זיין אין חברון מתפלל צוזיין ביי די הייליגע אבות ואימהות אינעם געדאפעלטן מערה וואס פירט צום גן עדן אליינס.

אביסל ווייטער פונעם מערה איז פארהאנען א מקוה אינעם חב''ד שול, און נאך ווארימע מקוה האבן מיר זיך אריינגעקליבן אינעם בנין המערה, און די קולות פון די מתפללים מיט התלהבות, מזמור שיר ליום השבת, פון איין מנין, און קריאת התורה און מוסף פון די אנדערע מנינים, געבן אזא לעכטיגע געפיל, אז מיר שטעלן זיך אפ ביי יעדע פאר טריט און האלטן אביסל מיט ביי יעדע קבוצה.
דא ביי אברהם אבינו, ביי שרה אימנו, ביי לאה און יעקב, און יצחק און רבקה, איבעראל איז דא באזונדערע גרויסע מנינים, און איך האב פשוט גענומען א סידור'ל און זיך געזעצט אינדערמיט, און אנגעהויבן זאגן קאפיטלעך תהילים בלי הפסק.
זיך דראפענענדיג זיך אויף די הייליגע ווענט פון די אבות העולם, דערשפירט מען א געשמאק פארן שבת'דיגע נשמה וואס נאגט און ציט אויף העכערס, און ווען כ'האב אנגעהויבן זאגן נשמת מיטן ציבור, און אמן יהא שמיה רבה ווי אין א קאפעליע, האט זיך געשפירט לעכטיג אויפן הארצן, נישט קיין היצן נישט קיין ווינטן, נישט קיין מורא נישט קיין ארציות, אלעס איז חברון, תפילה, קודש קדשים, יודיש מיטן באשעפער פונעם וועלט, מיט א אחדות פון זיין הייליג פאלק, אז ס'גארנישט פארהאנען עפעס אנדערש.
די וועג צוריק איז געווען בארג ארויף, און גארנישט לייכט, אבער ווען מיר זענען צוריק אנגעקומען צום אכסניא אין גבעת האבות, האט אונז 'בן גביר' מכבד געווען מיט א ברייטע קידוש, ווי גאר אסאך אורחים זענען געווען דערביי, און מ'האט זיך משמח געווען אויפן מפלה פון יעדע איינציגע טויטע אראבער אין די לעצטע פאר טעג..
די שמחה וואס זיי האבן געהוליעט, א נקמה אין ישמעאל.. האב איך מיך כמעט געשפירט ווי א פרעמדער, ווייל זיי האבן אלץ מיר פארגעהאלטן, ענק זיצן דארט אין חוץ לארץ און ציטערן פאר אונזערט וועגן.. קומטס אהער און דערלעבטס די נקמה..

דורכן שבת קודש, האבן מיר גענוג געהערט די נאכקלאנגען פון די ווייטע תיפלות זייערע ווי זיי פרעפלען און קרייען אין יעדע שטילע צייט, אבער טראץ די נאכאנאנדע זוכן נאך די דריי חטופים בימים האלו, איז למעשה געווען גאנץ רעגלמעסיג שטיל, כאטש עטליכע רייבערייען צווישן מתנחלים און אראבער אין די אומגעגענד, דורכן שבת.
מוצאי שבת האב איך נישט געהאט וואס צו וויילן דארט איבריג צייט, און מיר האבן גענומען א וועג צוריק קיין ירושלים, און שוין געגעסן מלוה דמלכה אין עיר הקודש ירושלים, און זיך ווידער אנגעטראפן מיט היימישע און באקאנטע, א טייל באקאנטע וואס קענען מיר, אבער איך ביז דאן נאכנישט..
צומארגענס אינעם פריע באגינען האב איך נישט געקענט מער שלאפן, וואס הייסט היינט גייט מען אין הייליגע צילן, און כ'האב נישט געקענט גענוג טרייבן די צייט און מיין באגלייטער, אז איך וויל שוין גיין, און אין מיר האט געקאכט מאדענע אינערליכע געפילן, וואס האבן נישט געוואוסט פון קיין מנוחה, עפעס נאגט אין מיר אינעווייניג, און כ'בין נישט צופרידן צו שמייכלען אין אט דעם מקום אוואו אמאל האט געווירבלט מיט עולי רגלים, און היינט..
מישטיינס געזאגט עפעס טוריסטן.. באזוכער.. מ'כאפט בילדער.. אוי דער זיסע חומה און הייליג שטאט ירושלים..
ווי איך שפרייז אריבער די געסלעך אינעם אלטן שטאט ירושלים, רייסט זיך ארויס א שטיק קינות, א פרק מגילת איכה.
ס'הייבט מיר אן קאכן במחשבה און ממש איך ציטער פאר געפילן פון אינערליכע עקזייעטי, דא בין איך אינעם עיר הקודש והמקדש.. אוי געוואלד!
איכה ישבה בדד, אליינס איינגעהילט אין צער, העיר רבתי עם, וואס האט אמאל געהאט א אויסזען פון ירושלים של מעלה, מיט הייליגע צורות וואס האבן זיך דא געדרייעט, ווען יעדע שטיינדל האט געהאט א העכערקייט הלכות און אגדות זענען געזאגט געווארן איבער זיי און וועגן זיי, אוי תשתפכנה אבני קודש..
אוי היתה כאלמנה, ווי א עגונה, וואס ווארט שוין אזוי לאנג מ'זאל זיך צוריק פאראייניגן ביום מן הימים צום ענדע פונעם לאנגע גלות.. אוי דרכי ציון אבילות, ויצא מבת ציון כל הדרה.. ווען מ'זאגט ציון וירושלים פון אמאל אוי נישט דאס מיינט די פסוק, מיר לעכצן אויף עפעס אנדערש ווי דאס.
אוי זכרה ירושלים מימי קדם כל מחמדיה, און היינט געב א קוק ארום דא, אוי גוים באו מקדשה, על אלה אני בוכיה עיני עיני יורדה מים, כי רחק ממני מנחם משיב נפשי.
הזאת העיר שיאמרו כלילת יופי משוש לכל הארץ, נחלתינו נהפכה לזרים..
וואס פילט זיך גליקליך היינט, אז מ'קען סתם גיין שפאצירן אין די ווינטיגע געסעלעך? אז מ'קען פאכענען מיט א פלעג? אז מ'קען איינבייסן אין א שטיק מוציא ברויט און טרונקן א טורקישע קאפע אינעם הייסן טאג אריין?
ווי קען מען פארגעסן די צרות בכל יום, וואס ווילאנג מ'איז אין גלות, און ספעציעל די דאפעלטע גלות, און אצינד נאך 'ובחורי הלכו בשבי'.. ווי קלעבן זיך נישט צוזאמען די גוימען און די ציינער פארביסן פאר ווייטאג און טרערן..
אוי ראה השם כי צר לי, מעי חמרמרי, נהפך ליבי בקרבי, כי רבות אנחותי וליבי דוי.
און ווען כ'קום צום הויכפונקט פונעם אלט שטאט ירושלים, אוי די מקום המקדש! על זה דוה ליבנו על הר ציון ששמם, שועלים הלכו בו, אויפן סאמע שענסטע רייכסטע הייליגסטע מקום אויפן וועלט, שטייט א ווארצל מיט א קניפ! א קניפ אין הארצן געבט עס, און צעברעכט יעדע טויער וואס האלט אפ א שטראם טרערן..
און דא שטיי איך איבערן כותל, און שעפשע א תפילה ביי די היסטארישע שטיינער די הייליגע, איבערגעלאזנדיג בקשות ותחנונים פאר דעם און יענעם, און בעיקר פאר גלות השכינה, אוי אתה השם לעולם תשב, דא רוהט אלץ די שכינה הקדושה בלי הפסק, כסאך לדור ודור, נאר מיר ווארטן ס'זאל שוין זיין די גאולה און השארת השכינה בפרהסיא.
השיבנו השם אליך ונשובה, ווי די הייליגע אבות החסידות האבן געטייטשט און געפאדערט, דו קום צו אונז, וועלן מיר באלד קומען צו דיר ליבע הייליגע פאטער אין הימל, אוי חדש ימינו כקדם.

איך האב נאך אין ציל היינט אנצוקומען אסאך, אבער ווער ווייסט וויפיל ס'מיר באשערט אנצוקומען, און איך יאג זיך נישט, ווייל יעדע איינציגע מקום אוואו איך דערגרייך, איז גענוג זכיה פאר זיך, און איך שעם זיך פשוט צו באווייזן מיין גלות פנים אין אזא הייליג מקום.
אבער דאך.. בלייב איך נישט שטיין אויף איין מקום, און מ'גייט שוין ווייטער אין וועג.
אצינד וויל איך אנקומען צו קברי מלכי בית דוד, און כאטש ס'איז אנגעלייגט מיט שמוציגע נוצרים די גאנצע וועג, האט מיין תשוקה אנצוקומען אהין דערגרייכט די ציל, און די בארג ארויף, און די שווערע היצן און שווייס וואס גיסט זיך פון מיר ווי אמפערס, האלטן מיר נישט אפ.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]

מנשה לוסטיג » מיטוואך יולי 9, 2014 4:39 pm

· #211093
אצינד וויל איך אנקומען צו קברי מלכי בית דוד, און כאטש ס'איז אנגעלייגט מיט שמוציגע נוצרים די גאנצע וועג, האט מיין תשוקה אנצוקומען אהין דערגרייכט די ציל, און די בארג ארויף, און די שווערע היצן און שווייס וואס גיסט זיך פון מיר ווי אמפערס, האלטן מיר נישט אפ.
די זון באקט איבערן קאפ במלוא עוצמה, און מיר גייען א טריט נאך א טריט, נענטער צום הייליגן מקום אין 'עיר דוד', און ווען מ'זעט שוין ענדליך א שילד 'ציון דוד המלך', דערפרייעט זיך די נשמה, און מיר קלייבן זיך אריין אינעווייניג, און האפן אז דארט זענען נישט שולט די פרעמדע רוחות רעות פון די מוסלמים און פון די נוצרים, און טאקע ווירקליך בקודש פנימה איז הייליג געשטימט.
איך טרעף מיך אן מיט עטליכע מנינים היימישע חרדישע מתפללים וואס פארפירן א תפילה אויפן הויכן קול, און איך ווער מיטגעכאפט מיטן התלהבות, נישט פון די היצן.. נאר פון די אינעווייניגע ברען, ווי איך שטיי צופוסנס פון די ציון, און שעפשע ארויס אייניגע זאטע קאפיטלען – אזוי פאסיג – ביים מחבר אליין, און די ריזן ווינטעלאטור וואס געבט צו כח פאר די אויסגענאגטע כוחות פון די היצן, בלאזן אריין פרישע חיות מיט די רייע קאפיטלען וואס איך זאג מיט הארץ און מוח.
אט האט זיך איינער א היימישער צוזינגען 'וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק', און דער גאנצער ציבור מתפללים ווערן מיטגעכאפט מיט א אחדות און עס גייט א געזאנג צוזאמען, אז די אייניגע פרעמדע טוריסטן, שלעפן שנעל ארויס די קאמערעס און פאראייביגן עס דאס וואס זיי זעען קוים דא ארום אינדרויסן.
דערנעבן איז פארהאנען א ישיבה על קברו, א פריוואטע נחלה, וואס איך האב מיך דארט גוט געפונען באלד נאכן השתטחות, און אינעם הויף איז פארהאנען אייז קאלטע וואסער, און תוך די פלאקערדיגע היצן, האב איך דערכאפט די נשמה איבער עטליכע פלעשער וואסער.

אצינד בין איך אויפן וועג אהיים, צו כאפן א שטיקל אטעם, און האפענטליך פארזעצן וואס ווייטער, און שפעטער נאכמיטאג האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צום 'הר המנוחות' און מיר זעען דארט א גאנצע הוהא, ביז מ'ווערט געוואויר אז ס'איז היינט די הילולא פון הרה''צ ר' מרדכי אליהו זצוק''ל, פון די גאר גרויסע ביי די ספרדים, וואס ליגט ממש א מעטער אפגעריקט פונעם הייליגן מנוחת קודש פונעם חיד''א זי''ע ועכ''י.
דאס איז ממש ביים עק פונעם בארג, ווי עס איז גלייכצייטיג פארגעקומען א עצרת תפילה פאר די צרות הזמן, און מיר גייען ארויף אויפן בארג העכער, מיטן ציל צו מתפלל זיין ביי עטליכע גוטע מקומות, ווי מ'קען פועל'ן גוטע זאכן.
מיר באגעגענען זיך באלד מיטן ציון פון ר' שלמה קארליבאך ז''ל, וואס מ'קען גארנישט פארפאסן, און איך שטעל מיך אוועק מיטן תהילים אין האנט, און פארגיי מיט א הארציגע טרערן לידל, פון זיינע לידער, אויפן פסוק 'ומחה השם דמעה מעל כל פנים', און מיר בעטן אז בזכות אזא גרויסע עסקן להחזיר נשמות ישראל לאביהם שבשמים, זאל אונז אוודאי זיין גע'פועל'ט בזכותו הגדול, א ענדגילטיגע ישועה פארן כלל ווי פארן פרט.
מיינע באגלייטער האבן נישט געקענט ר' שלמה בחיים חיותו, אבער איך יא! ממילא רעדט זיך עס אנדערש און היבש היימיש, און פון דארט שפאנען מיר ארויף בעליה לציון הקדוש פונעם הייליגער בעלזער רב זצוק''ל, און דא עפענט זיך מיר א קוואל טרערן וואס איז געווען אזוי איינגעהאלטן ביז יעצט.
און איך שלעפ ארויס מיין לאנגע קוויטל מיט בקשות פאר אלע ידידים און מעריצים, און קוים וואס כ'קען ארויסרעדן א ווארט, ווי איך שפיר אז ס'דא ווער ס'הערט מיך אויס.. און איך קלער ווידער, אז פארדעם אליין, האט זיך געלוינט די שווערע גלות געפילן ארום, די רייזע פיבער ביז אהער, און די גאולה שמעקט דא אזוי נאנט און טאפענדיג.
איך באמערק דאס ציון פון ר' שלמה מערזל ע''ה, א אלטע בעלזער חסיד וואס האט געקויפט דעם חלקא הארט נעבן בעלזער רב זצוק''ל, און איך האב דאך ר' שלמה מערזל גוט געקענט פון שטעטל, ווי ער האט געוואוינט אין מיינע יונגע יארן.
און נאך הייליגע און גרויסע דערנעבן, טוהען מיר איבערלאזן עטליכע קאפיטלען אז זיי אלע זאלן זיך מיען פאר אונזערט וועגן און ברענגען נענטער די גאולה כללי ופרטי.
און מיר גייען שוין צוריק ארונטער דעם בארג, ווען מיר האבן חשק צו געפונען דאס ציון פון הקדוש הרב ר' מאיר כהנא ז''ל, וואס איז געשאסן געווארן דורך אראבער מיטן נאמען יוד! און פארדעם אליין האב איך געהאט חשק פוקד צוזיין זיין מקום מנוחה, אבער ווילאנג כ'האב עס געזוכט, און גענוג לאנג, איז שוין צוגעפאלן די אווענט, און בלית ברירה האבן מיר זיך געקערט צום ציון החיד''א און פונעם בעל הילולא ר''ר מרדכי אליהו זצ''ל.
דארט האבן מיר זיך אריינגעשטופט און אויסגעשריגן עטליכע קאפיטלען, זאלן מיר האבן געפועל'ט אלעס גוטס.

צומארגענס גאנץ פרי, האב איך זיך פארשטענדיגט מיט א גוטע חבר, מושי קויפמאן, וואס זיין חתונה איז פארגעקומען אין צוויי טעג ארום, און ער האט מיט מיר זיך ארויסגעלאזט מיט נאך חברים צום הייליגן קבר פונעם מאמע רחל, דארט אויפן וועג צווישן חברון און בית לחם..
אויב האב איך געמיינט אז איך האב מיך נעכטן אויסגעוויינט, האב איך אונטערגעשאצט די כח פונעם מאמע רחל, און ווען כ'האב נאר געעפענט א תהילים, און דערמאנט נעמען פון מיין קוויטל, און ארויסזאגנדיג די נאמען פון מיין ליבע בן יחיד'ל – יעקב יוסף בן פראדל בילא להצלחה בחינוך, האט א קוואל זיך געעפענט מיט כח, און מיין הארץ איז געשפרונגען פון התרגשות.
די הייליגע מאמע רחל, די ווייסט גוט וואס מיינט א בן יחיד'ל, די ווייסט גוט וואס הייסט מ'לאזט איבער א קינד אן א מאמע, דיין יוסף'ל דיין קינד, מיין יעקב יוסף'ל מיין קינד דיין קינד.. בעט איך דעם הייליגן גאט, דער איינציגער פאטער אין הימל דער אבי היתומים, דערבארעם זיך ווידעראמאל און שיק אונז אלע גוטע השפעות מיט אלעס וואס מיר וואונטשן זיך, בזכות די מאמע רחל.
מיר זענען אויך געפארן צום ציון פון 'שמעון הצדיק' ווי איבעראל טרעפן מיר גוטע יודען, און דערפרייען זיך מיט א גלעזל משקה און א טוץ גוטע ווערטער.

מיר האבן נאך געוואלט אריינכאפן צו גיין אויפן הר הזיתים, אויפן ציון פונעם אור החיים הקדוש, און נאך.
אבער ס'גארנישט לייכט אנצוקומען אהין, ס'איז א שטיקל סכנה אויך, אבער דאס וואלטן מיר אוועקגעמאכט צוליבן זכיה פון זיין אויף דיי הייליגע מקומות, אבער פשוט מיר האבן נישט געפונען די ריכטיגע איינגאנג ווי מ'דארף גיין, און אין אזעלכע היצן איז נישט קיין קונץ זיך צו שלעפן אונטערן זון און זוכן וועגן.
האבן מיר זיך קודם געשטעלט העכערן בארג, ווי מ'זעט דאס מקום המקדש, אוי! און מיינע געפילן רייסן מיר ווידער.. דער הר הבית.. שועלים הלכו בו.. עד מתי אשתומם על חורבן פעמיים, עד מתי לא תרחם את ירושלים..
מיין חבר האט געכאפט א רייד מיטן קעמל דערנעבן, און מיר האבן דערווייל געזונגען א הארציגע ליד לזכרון ההבטחה אז ביום מן הימים וועלן מיר דערצו זוכה זיין און זיך צוריקזען אינעם נייעם לעכטיגקייט בתוככי ירושלים, אור חדש על ציון תאיר ונזכה כולנו במהרה לאורו.

מיינע באגלייטער האבן מיר צוריקגעפירט צום אכסניא, און פון אלע ידידים און זייערע הבטחות אז דו וועסט קומען אין לאנד וועלן מיר דיר טראגן און ברענגען, איז געבליבן געזאגט.. און איך אנטוישט, האב זיך אליין געמאכט א פלאן, לאמיר אריינכאפן די פאר טאג וואס איז מיר געבליבן דאהי צו וויילן, און עפעס אויפטון כאטש.
מיין פלאן איז געווען זיך ארויסצולאזן קיין 'עין בוקק' דאס איז די געגענד פונעם 'ים המלח' און נהנה זיין פון די געזונטע מינעראלן וואס מ'זאגט אז עס היילט און געבט געזונט פאר די קערפער.
איך האב זיך געלאזט קאסטן צו גיין אין א האטעל איבערנאכט, און צומארגענס – נאך א געשמאקע סעודה, האב איך פארזוכט די וואסערן, און כ'מיין אז עפעס האב איך אויפגעטון..
מיין פלאן איז געווען, אריינצוכאפן נאך עטליכע הייליגע מקומות אין גליל, און דערמיט אפזעטיגן מיין דארשט וואס האט מיר אהערגעצויגן אויף א באזוך אינעם לאנד פון גאט, וואס עיני השם בה מראשית השנה עד אחרית שנה.

פון עין בוקק – וואס איז די נידריגסטע מקום אויפן וועלט, פונעם וואסער לעוול, איז ממילא די היצן גאר גאר שטארק, ווען קוים א ווינטל גאנבעט זיך אהין זעלטן, און אהין צו גליל אוואו געשמאקע ווינטן איז א נחלה בלי מצרים, איז דאס געווען א דראסטישע טויש אינעם אטמאספער, אוואו איך האב מיך א טאג דערויף געפונען.
מיר גרייכן קיין צפת, און די אויגן קענען זיך נישט גענוג אפזעטיגן פון די שיינע גליל בערג די הייליגע, וואס איז אנגעזייעט מיט היסטאריע און קדושה.
מיר כאפן א טעימה אינעם מסעדת 'מענדיס' א היימישער רעסטוראנט, וואס שוין לעצטע מאל האב איך דארט טועם געווען מלא לוגמא, דאס ווייסען אלע חוץ לארץ'דיגע געסט.. און נאכן כאפן די אטעם, און זיך אויפ'פרישן די כוחות, גרייט איך זיך צו די ריכטיגע ציל זיך אויפצופרישן די נשמה.
ביים הייליגן קוואל מקוה פונעם אריז''ל זיעועכ''י, דארט לעכצטע איך שוין אלע טעג פון יאר, צו גרייכן אהין און זיך אונטערטונקן אין די מים טהורים, און א טריט נאך א טריט קומען מיר אן אהין, און שיילן אראפ פון זיך די בגדים, און טאנצן אריין אינעם אייז קאלטן מקוה.
כל חפצים לא ישוו בה, ס'ווערט אלע געלטער, די הייליגע וואסער רייניגט ממילא, און נעמט ארום דורכאויס מיט הייליג ריינע געפילן, וואס פון דארט שפרייזן מיר אריין צו די פולע ציונים קדושים אויפן בארג, ביי די פולע צדיקים קדושים וטהרים שרפי מעלה.
וואו א הייל, ווי א שטיין, לאזן מיר איבער אפאר הארציגע קאפיטלען, און די געשמאקע ריינע לופט פון צפת גלעט אין פנים מיט ליבשאפט, און טרערן לאזן זיך רינען אויף די הייליגע שטיינער, און מיר האפן זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס, אבער טאקע מיט אלע טעמים און פירושים.

איך זע מיר ארום, אז איך האב נאך ווייניגער ווי א טאג געבליבן דא אין לאנד, מוז איך זען אריינצוכאפן יעצט וואס איך האב ביי די האנט, און זיך צוריקזען אין ירושלים וואס שנעלער, כדי צוזיין מארגן רואיג און צייטליך.
איז מיר געבליבן נאך איין מקום וואס וועגן דעם, און אפשר בלויז וועגן דעם, וואלט איך געקומען צו פארן אהער, דאס איז דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס, וואס איך זע אזויפיל ישועות טאג טעגליך, פון מינוט צו מינוט, יעדע ליאדע צייט, און כ'וויל מיך פון געפיל אויס אויסבעטן צוקאפענס פונעם הייליגן ציון אין טבריה.
איך באגעגען זיך מיט א היימישער יונגערמאן, וואס פארט פונקט אויף ארום אויף די הייליגע מקומות, און ער איז וויליג מיר אפצופירן אהין קיין טבריה און נאך צוגיין צו נאך עטליכע מקומות וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

איך האב זוכה געווען זיך משתטח צוזיין אויפן הייליגן ציון פונעם תנא רבי עקיבא, און דערנעבן די ציון פון רבי משה חיים לוצטו זיעועכ''י, און אויך ביים הייליגן רמב''ם און די תנאים און די ראשונים וואס ליגן דערנעבן, און פון דארט פארן מיר צום ענדע ציל.
צום לעכטיגע געצעלט, ביהמ''ד כתנות אור, המאיר ובא, דער הייליגער תנא וואס האט פארשפראכן, אז מיטן ארויסזאגן 'אלקא דמאיר ענני', ווי איך טייטש מיר אלץ אינזינען, אז דער גאט וואס מאכט לעכטיג, דער גאט פון ר' מאיר, ענני ענטפער אונז אלע שוין.
און ער ענטפערט אונז.. מיר טוהן בעטן, און וויינען, און תהילים זאגן, און זיך אויסשמועסן אין יעדע מצב און פאל, א מטבע לצדקת רבי מאיר, און אפאר שנירלעך טרערן מאכן נאס דעם ספעציעלע רונדיגע פוירפעל-לעכטיגע שטיין, צוקאפנס פונעם ציון, און מיר זאגן מיט אמן יהש''ר מיט די מנין וואס דאווענט דארט אינעם שול על קברו הקדוש, און פועל'ן גאר שנעל אלעס ווי געוואונטשן.
און לאמיר האפן אז אלעס זאל טאקע גיין בעתיד אזוי געשמירט און געפארן..
גע'פועל'ט אלעס גוטס.

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 15, 2014 12:04 pm

· #211833
וועלקאם בעק, ענדליך מ'זעהט זיך דא נאכאמאהל.

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:36 pm

· #217732
MENASHA ????????
בלאט: 1 2 3 4