די אָנהייב פון מיין לעבן
196 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5022
כ'וויל איך פארציילן כאטש צוויי עפיזאדן, און דערמיט יוצא זיין מיטן אפגעבן א בליק אויפן לעבן אין דארמעטארי.
ס'איז ביי אונז געווען גלוי וידוע, אז דער נאכט משגיח – הרב טערקלטויב, וואכט אויף אונז גוט! און יעדע שארך וואס ווערט געהערט אינמיטן נאכט, איז ער באלד דא..
און גענוג מאל האבן מיר עהם געטראפן ווען אונז האבן נישט געוואלט.. און מ'האט איידער פארפירן – געוואוסט אז די בעסטע הנאה וועט זיין זיך לייגן פיין שלאפן, וועט מען מער הנאה האבן און מצליח זיין, איידער וועלן איבערדרייען די נאכט צו טאג.
איינמאל האט מיר אליין פארשמעקט עהם אנצורייצן.. און איך בין געווען איינס פון פיר חברים וואס זענען געשלאפן אין א שטוב, פון וואו ס'האט זיך געהערט הויעכע שנארכעצען.. ווי פון לאסט וועגענער קוימענס..
איך פלעג פארברענגן אסאך נעכט, מיטן לייענען און לייענען, גאנצע ביכער און ספרים, הערן קאסעטעס און גאנצע סעריעס, און אין יענע יארן האב איך נאך דאס מערסטע צוזאמגעלייענט אין מיין לעבן, פון כאטשיג ווען אמאל.
מיר האט געשטערט די קוויטשען פון די פיס טריט פונעם משגיח, וואס האט זיך ארומגעדרייעט אין די האל, אהין און צוריק.. איך האב אפגעמאכט אז איך דארף עהם אנשטעלן א שפיצל!
אסאך האבן עהם שוין מסדר געווען מיט יונגע שארפע מוחות.. אבער איך האב געוואלט אז ס'זאל מיר געלונגען בשלימות, אז כ'זאל אפילו נישט זיין בתורת ספק, אז איך בין עס געווען..
איך הער ווי זיינע טריט דערווייטערן זיך די אנדערע זייט האל-וועי, און כ'הייב מיך אויף פון מיין בעט, שטיל ווי א מייזל, און לעש אויס די נאכט לעמפל מיינע, אזוי אז נאר מיין שכנ'ס איז געבליבן ברענען, ווען ער פאפט אוועק א שנת ישרים.. מיט אפענע מויל לאור הנר.
- און איך גיי צו עקב צד אגודל – צום אייזערנעם טיר, און געב עס א מאך אויף, און א קלאטש צו! מיט מיין גאנצע כח.. און פיץ צוריק אין א אויגן בליק אין מיין בעט, איינגעוויקעלט אין מיין דעקע איבערן נאז.
דער משגיח קומט ספאנטאניש צו לויפן, און כ'הער ווי ער קומט נענטער.. און זעט מיך שלאפן רואיג.. און מיין חבר ליגט ווי נח נאכן געטראנג אונטערן לעקטערל.. און דער משגיח געבט עהם א זעץ אין האנט!
'דו שלאפסט נאכנישט?'..
איך האב כמעט אראפגעביסן א שטיק ליפן, פאר געלעכטער.. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט כוחות, נישט אויסצופלאצן פאר געלעכטער, כ'זאל נישט פאלן א קרבן צו מיין שפיצל.. אבער יענער כאפט זיך אויף מיט שרעק און ווייסט באמת נישט וואס וויל דער משגיח פון עהם.. ווער האט גע'חלומ'ט שלעכט? ער, צו דער משגיח..
אקיצור ס'געלונגען!
ס'איז געלונגען בעסער ווי גוט, און בעסער ווי כאטשיג ווען און וועמען.. ווייל אסאך האבן געוואלט שפילן תמ'וואטע מיטן משגיח און האבן אפילו בתורת ספק געכאפט פון עהם א מכה רבה.
און כ'דערמאן זיך נאך א גוטע אנטענטאט וואס איז מיר געלונגען..
גראדע צווישן די ווענט פונעם ישיבה, ווען מ'האט פלוצלינג אנגעהויבן חוקר ודורש זיין, ווער האט געשריבן אויף די ווענט אין טוילעט..
איך האב אויסגעמאלעוועט אויף די ווענט, א האלב שושן הבירה.. און די עשרת בני המן.. און ויקצוף ההנהלה מאוד וחמתם בערה בם.
די זעלבע געשיכטע האט מיר געשפילט מזל, ווען כ'בין געווען א יונג קינד, ביי מיין טאטן אינדערהיים, האב איך אנגעקאלערט די ווענט, און מיין יונגערע שוועסטער האט זיך מודה געווען.. אויך יעצט! איז מען ארויף אויף די שפירן פונעם שולדיגער..
ווער?
עפעס א בחור פון די יונגערע כיתה, וואס איז אייביג געווען דער שעיר לעזאזל.. האט זיך מודה געווען! חחח, ער האט זיך מודה געווען אינעם גאנצן קאטשקעריי.. און האט אריינגעהויבן אחת למעלה ושבע למטה.. מיט א פאסיק פונעם לאנגען האנט פונעם הויעכער מנהל.
איך האב יענעם בחור איבערגעבעטן אין ישיבה גדולה.. אבער דארט האב איך נישט געלאכט! איך האב עהם אזוי געשוינט.. נישט גענוג מ'לייגט אלעס אויף זיין נאמען, איז ער זיך נאך אליינס מודה?.. גיי פארשטיי א שלימזל.
אבער נאך איין עפיזאד אין דארמעטארי, וואס האט פאסירט אמאל און האט געלאזט א מאדנע רושם פון זכרונות ביי אונז אלע.
א בחור האט געכאפט א לאך אין קאפ! עפעס יעדער אין יענע משפחה האט שוין געכאפט א לאך אין קאפ, און פרעג מיך נישט פארוואס.. אדער קומט זיי די וואנט אקעגן, אדער האבן זיי איבערגליטשיגע פוס.. אבער ס'גיסט זיך בלוט פון קאפ, און מ'האט שוין גערופן הצלה.
דער משגיח האט געהערט מ'האט גערופן הצלה, האט ער זיך זייער אויפגערעגט! דאס טייטש ס'גייט זיין יום טוב אין דארמעטארי היינט נאכט? און בכלל וואס מיינט דאס מ'רופט אן זיין רשות, און ער קען עפעס נישט באהאנדלען זיינע שעפעלעך אליין?..
ער נעמט ארויס פון זיין שאנק א 'גרינע קריעם', אט די קריעם האט ער געגעבן אנצושמירן פאר יעדע מיחוש.. סיי פאר בויך וויי, פאר קאפוויי, פאר ריקן וויי, פאר פוס וויי, אונז האבן דעם קריעם גוט געקענט, און נאך בעסער דעם נאכט משגיח – דער בעל המשחה.
די הצלה לייט קלאפן אויפן טיר מ'זאל זיי עפענען, און דער משגיח שרייעט צו זיי ביים פארשלאסענעם טיר, איי דאנט קאל יו..
ס'געווארן דאפעלט חאגע אין דארמעטארי.. איינער איז געלאפן צום אנדערן טיר און בשתיקה אריינגעלאזט די חברה לייט, און דער משגיח ביים זען די חברה קומען צום סצענע, און פאטשקענען און באנדאזשירן דעם בחור'ס בלוטיגע קאפ, האט ער זיך גענומען צערענען אויף די איבריגע שעפסעלעך..
ס'געפלויגן יענע נאכט פראסקעס פאר מחוצפים און כמו מחוצפים.. און ווי ער האט בחכמתו געזען אז כי כלתה עליו הרעה.. די בחורים האבן עהם צו שפאט! האט ער פלוצלינג אויסגעדרייעט דעם דאשיק, און ארויפגעברענגט אין דארמעטארי דריי באקסעס ארענדשעס.. איבערצובעטן דעם עולם..
האט זיך געטון א געכאפעכטס.. און אודך! האט ער אנגעהויבן טיילן פראסקעס.. א טייל האבן געוויינט א טייל האבן געלאכט.. אבער יענע נאכט וועלן מיר נישט פארגעסן.
און כ'מוז זאגן, דער נאכט משגיח איז געווען באמת געטריי אויף זיין אמט, ער האט מיך אליין אלץ געמוטיגט, ווען כ'בין געווען אין שלעכטע מוהט, האט ער געווישט אונזערע טרערן, און מסדר געווען פייטס צווישן בחורים און דארמעטארי שטיבער.
איינמאל האט ער מיך אפילו געגעבן א גאנצע מוסר דרשה, אז כ'טויש נישט מיין זאקן משבת לשבת.. איך האב עהם געזאגט אז ס'נישט ריכטיג, פשוט מיין פוס שוויצט.
ער האט מיר געזאגט אין קורצן, אז דו ווילסט נישט שלאפן אן חברים אין א שטוב, מוזטו טון עפעס אז ס'זאל נישט שמעקן, אפילו טוישן יעדע שעה אין טאג.. און ער האט מיך געלערנט מענטשליכקייט און התנהגות צווישן חברים, און וויאזוי מ'קלויבט זיך צוזאם, און כ'בין געווארן מער מענטשליך פון כאטשיג ווען.
וויפיל כ'זאל שרייבן, וועט נישט זיין גענוג צו ענדיגן אלע אלע סטאריס פון דארמעטארי לייף.
אין וויליאמסבורג בכלל, איז דא א שפע פון מייז למיניהם, ממש ווי תושבים.. און אין דארמעטארי האבן זיי כאטש געליטן מיתות משונות.. דורך די בחורים למיניהם.. דאך זענען מיר נישט פטור געווארן דערפון, און איין בחור האט נאר געדארפט מאכן א סקאנדאל, און די מערכה האט זיך אנגעהויבן..
פרעג איך אייך, איז לייכט צוזיין א משגיח אין אזא דארמעטארי? ער האט געדארפט ניצן סיי חכמה סיי שטרענגקייט און סיי ליבשאפט, אז די צענדליגע יונגע דארמעטארי תושבים, זאלן זיך אריינלייגן אין בעט רואיג, און איינשלאפן..
יעדע נאכט איז געווען א פרישע מלחמה!
אסאך מאל האט די הנהלה פארשוויגן אונזערע עבירות, אבער ווען ס'קומען צו דיסציפלין האט דער הויעכער מנהל זיך אפגעגעבן דערמיט, ווי זיין דזשאב אלץ מנהל.
איך בין דווקא נישט געווען פון די מחוצפים און שווערע תלמידים, אבער דאך האט ער פון מיר פארלאנגט מזמן לזמן מער און מער.
נישט אז ער האט מיר מסדר געווען, איך קען קלאר זאגן אז די קרעדיט פון תולדות איז פאר די איבערגעגעבענע משגיחים, אבער דאך האב איך זיינע פארלאנגען געמוזט מקיים זיין, און כ'האב מיך אזוי אויך אויסגעלערנט א פרק צוויי אין התמדה.
דער מנהל פלעגט מיך אלץ פארהאלטן, אויב איך זאג תהילים שבת אינדערפרי, ס'איז מיר געגאנגען אויפן נערווען זיינע נאז שטעקעריי, און כ'געדענק ווי איינמאל האט מיר איין מגיד שיעור געזאגט, אז כ'האב געזען ווי דו טשעפעסט דיין עלטערע שוועסטער חול המועד פסח! מ'טאר נישט אנרירן א פרוי אפילו א שוועסטער.
ס'האט מיך אזוי אויפגערעגט, ווי קומט ער אריין אין מיין פריוואטע לעבן ביי אונז אינדערהיים? און ממה נפשך, האט ער אליינס געזען, איז ער סתם א.. און טאמער האט מיין טאטע עהם פארציילט, איז נישט גענוג ווי איך בין מצליח אין ישיבה, מוז איך זיין קארעקט הונדערט פראצענט, שבת און יום טוב, ביינאכט בייטאג, ווי איך גיי ווי איך שטיי? אלץ קוקט מען מיך נאך?
איינמאל האט מיר דער מנהל אריינגערופן זונטאג אין אפיס, און זאגט מיר שטרענג!
מ'האט מיר פארציילט אז די טובל'סט קינדער אין מקוה ערב שבת..
איך האב עהם געזאגט, אז איך נעם מיין קליינע ברודער אין מקוה, און גיי מיט עהם אין וואסער און העלף עהם כאפן א טבילה.. יא!
עמממ עמממ.. הייבט ער אן קעקעצן.. זיך דיר בעסערע עסקים.. ווי האלטסטו מיטן תהילים שבת אינדערפרי..
כ'ווייס נישט וואס זיין כוונה איז געווען פון לייגן לחץ, אבער איך האב מיך גוט אויסגעלאכט, און זיין לחץ האט מיך נישט פארביטערט די יארן דארט, בכלל נישט!
וואס ער האט אבער יא אויפגעטון לגריעותא, איז געווען אז כ'האב געזוכט טאקע שבת צו אנטלויפן פונעם דאווענען און לייענען, און צו די טישן פלעג איך ממש נישט קומען, און אלץ געהאט מיינע טריקס אז מיין טאטע זאל נישט געוואור ווערן וואו איך בין.
ס'מיר געווען א קלארע וועג וואס כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט אליינס צו קאנטראלירן מיין לעבן, אז ווען מ'לייגט פרעשור בין איך נישטא!
איך האב געהאט נאך אסאך פאן דארט אין תולדות!
און ווי דערמאנט, איך בין נישט געווען דער איינציגער וואס מ'האט ארויפגעלייגט א נאסע שמאטע מזמן לזמן, ס'געווען באשטימטע מחוצפים, וואס דער מנהל האט מיט זיי געהאט היבשע הייסע באציאונגען און שווערע ארבעט.
אונז פלעגן אזוי לאכן ווען יענע מחוצפים האבן מסדר געווען דעם מנהל, אפילו נאכן כאפן פעטש.. און דער מנהל האט דאן באצאלט פאר זיינע אונטערדריקענישן, שוין פאר אונזערט וועגן אויך.
איינמאל רופט דער מנהל יענעם מחוצף אין א זייט, און פרעגט עהם, האסטו געזאגט 'פיגע' פאר דעם משגיח?
[דער בחור האט געהאט א לויזע מויל, און זאגן 'פיגי' פאר כאטשיג וועם, איז געווען פון די שיינע ווערטער..]
מער האט דעם מנהל נישט אויסגעפעלט.. דער בחור האט ארומגעפויקט יעדעס פאני ווארט וואס דער מנהל האט עהם נאר געזאגט, און ס'געווארן א געלעכטער אין ישיבה, צו דער מנהל האט געהערט צו נישט.. האסטו געזאגט פיגע..
און כ'מיין אז כ'וועל זיך אריבערקלייבן צום זומער סעזאן, ווי 'קעמפ' איז געווען א חלק פון דעם, און פארציילן אביסל פון יענע סצענעס.
אבער כ'האב נאכנישט פארציילט וועגן די ישיבה גראסערי, און וועגן די ישיבה מקוה..
נישט אז די ישיבה האט געהאט א מקוה און נישט א גראסערי.. ס'געווען א גראסערי ביים קארנער, וואס האט געהייסן שטערנס גראסערי, און בלשונינו – 'שמיקוס גראסערי'..
שמיקו איז געווען א רחמנות'דיגע עלטערע בחור, וואס זיין מאמע – ווארשיינליך א אלמנה, האט געפירט מיט עהם די געשעפט, און מיר פלעגן זיך ארויסכאפן פון ישיבה מיט רשות, צו יענע גראסערי צו קויפן אמאל נאש, צו א סענדוויטש.
אונז פלעגן מער הנאה האבן צו הערן די אלטע באבע מיט שמיקו ווי זיי רעדן, ווי די גאנצע מקח וממכר..
און אין ישיבה פלעגט מען עס נאכזינגען.. שמיקו ווי ביסטו.. בחור'ל וואס וויסטי..
דער סענטעוויש קאסט בלויז איין טאלער!
און דעיע??
דאס קאסט שוין צוויי טאלער.. בחור'ל
פארוואס קאסט דעיס צוויי? ווייל ס'האט א פעפערל..?
אזוי פלעגן מיר אלץ פיייניגן און פרעגן און זיך דינגען אויפן סענדוויטש פרייז.
און זי פלעגט זאגן:
ניין ניין! דאס קאסט א טאלער, ווייל ס'האט טונע פיש, און אויך טאמאטא, און אויך מייענעס, און אויך פיקל.. און דאס קאסט 'צוויי טאלער', ווייל ס'האט סיי טונע פיש, סיי טאמאטע, אויך מייענעס, אויך פיקל, און דערצו האט עס א פעפערל.. פארשטייסטע מיז איך בעטן צוויי טאלער!!
און אונזער מקוה איז געווענליך געווען דער 'פאפא מקוה', און ס'קומען מיט א סעט! מיטן פאפא שמש..
די גרעסטע געווינס איז געווען, ווען דער שמש האט אונז נישט געכאפט ביים האנט, ביים אריינלויפן אין מקוה אן באצאלן..
ס'נאכנישט געווען די מאשין וואס מ'לייגט אריין געלט אדער א קארטל, און יעדען טאג פלעגן מיר מיט איין שטורעם אריבערלויפן דעם שמש ביים טיר, און ארייפראלן אין מקוה..
ווען ער האט אונז געכאפט און פארגעהאלטן, היתכן מ'באצאלט נישט, פלעגן מיר האבן גרייט א זאק תירוצים.
איך האב געזאגט אז איך בין א פרעמדער.. איך קום נישט פון סקווער.. [וואס די פרעכע ליגענט האט געשיינט אויף מיינע רויטע באקן, ווי מ'האט קלאר געזען די געקניפטע סקווערע פיאות..]
א צווייטער האט געזאגט, כ'האב געלייגט אין פושקע, א דריטער כ'האב נישט.. א פערטער איז אנטלאפן, א פינפטער האט געמאכט מיט עהם א דין וחשבון, אז ער ניצט נישט קיין זייף און נישט קיין האנטוך און נישט קיין שויער, און נאר פארן זיך טובל'ן באצאלט ער נישט..
כ'מיין אז סוף כל סוף פלעגן מיר יא עפעס אריינווארפן אין פושקע דארט, אבער ס'געווען מער געווינס ווען מ'האט עהם אויסגעשפילט..
און ווען מ'איז אריין אין פאפא שול, האט מען כאטשיג ווען געקענט הערן 'קץ' און ברוך יאמרו.. ווייל אונז בחורים פלעגן דווקא פארשפעטיגן די דאווענען אין ישיבה, כדי צו קענען דאווענען פארן עמוד אין פאפא..
אין סקווער דאווענען דאך נישט קיין בחורים פארן עמוד, פלעגן אונז בחורים אפילו באצאלן קנס געלט פארן שפעטיגן, אבי צו קענען דאווענען פארן עמוד אין פאפא.
און כ'געדענק אז איינמאל ראש חודש, ס'דאך א לענגערע דאווענען, האב איך מיטגעהאלטן ווי 'אלע' מנינים זענען געווען סקווערע בחורים בעלי תפילות.. און כ'בין אריין אין גרויסן היכל, זע איך דער פאפא רבי אליינס שטייט און קוקט זיך צו, ווי נתי פריזל.. א נידריגע יונגע בחור'ל פון די ערשטע כיתה אין ישיבה קטנה, זינגט הלל!..
יא יא.. תולדות יארן..
המשך יבוא בעזרת השם ית'
כבוד הרב מנשה לוסטיג שיחיו
הגם לגבי אנדערע פון דיינע געשרייבעכטס דא אין קאווע שטיבל האב איך גאנץ א אנדערע מהלך המחשבה, דהיינו מער צום אמת'ע דרך התורה, אבער אז דיין מהלך ווירקט אויף דיר צו טוהן מער מצות ומעשים טובים בין אדם למקום ובין אדם לחבירו און ווייניגער לא תעשה'ס בגלוי ובסתר, הארט עס מיר בכלל נישט צו וועלעכע סעקטע די געהערסט אדער קוקס ארויף אויף.
עכ"פ דיינע מאמרים וואס רופט זיך "די אנהייב פון מיין לעבן", האט מיר שטארק איבערגענומען, איך טרעף דארט זייער אסאך מיטמאכענישן מיט וואס איך קען זיך קאנעקטן צו זיי, ווייל אויך איך בין דאס אדורכגעגאנגען פחות או יותר, דיין ווערק איז א גרויסער און דיין ארבעט זייער א ברייטער, ס'האט מיר אזוי געצויגען צום ליינען, אז כ'האב געמאכט קאפי פעיסט צו א ביכל וואס האלט היינט צו טאגס איבער 180 עמודים, געמאכט דא אין דארט קעפליך וכו', איך האב עס דוקא נישט געשטעלט דבר דבר על מקומו הנכון, צוליב ביים ליינען טרעפט דער ליינער נאך און נאך סופרייזעס, איך וויל פרעגן רשות צו איך קען דאס מאכען צו א PDF אין שיקן ווייטער, ארויף לייגען אויף סקריבט.
עס האט מיר אזוי געצויגען, אז איך אליינס בין נשפע געווארען אנצוהייבען אזאנס גלייכען, שרייבן מיין אייגענע לעבן, נאך אפאהר טאג האב איך געזעהן אז עס איז דוקא געזונט פטאר מיר דאס צו טוהן, היות איך קען זיך באמת ארויס געבן מיינע אינערליכע געפילן. איך פארשטיי אז וויבאלד איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך זיך נישט קענען צו-גוט ארויס ברענגן, אבער אי אפשר בלא כלום, איך ווארף אוועק דעם כלל וואס מיין רבי האט אונז געזאגט אין חדר "אז עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה" דאס איז א שקר לחלוטין מעיקרא ומיוסודו.
איך וויל נאר אנפרעגן ביי כבוד הדרתו, ווי אזוי געדענקסטו אזוי סאך? דהיינו די מאכסט ריסערטש אויף צו פרישן דיין זכרון? קוקסט נאך בילדער? פאפירען און אקטן? פרעגסט אויך מענטשן צו חברים? האסטו א געוויסע מהלך?
ביטע לאמיר וויסן,
צלח ורכב, מיר קענען קוים ווארטן צו ליינען די המשכים.
ממני הק' דולה ומשקה
דולה ומשקהכבוד הרב מנשה לוסטיג שיחיו
הגם לגבי אנדערע פון דיינע געשרייבעכטס דא אין קאווע שטיבל האב איך גאנץ א אנדערע מהלך המחשבה, דהיינו מער צום אמת'ע דרך התורה, אבער אז דיין מהלך ווירקט אויף דיר צו טוהן מער מצות ומעשים טובים בין אדם למקום ובין אדם לחבירו און ווייניגער לא תעשה'ס בגלוי ובסתר, הארט עס מיר בכלל נישט צו וועלעכע סעקטע די געהערסט אדער קוקס ארויף אויף.
עכ"פ דיינע מאמרים וואס רופט זיך "די אנהייב פון מיין לעבן", האט מיר שטארק איבערגענומען, איך טרעף דארט זייער אסאך מיטמאכענישן מיט וואס איך קען זיך קאנעקטן צו זיי, ווייל אויך איך בין דאס אדורכגעגאנגען פחות או יותר, דיין ווערק איז א גרויסער און דיין ארבעט זייער א ברייטער, ס'האט מיר אזוי געצויגען צום ליינען, אז כ'האב געמאכט קאפי פעיסט צו א ביכל וואס האלט היינט צו טאגס איבער 180 עמודים, געמאכט דא אין דארט קעפליך וכו', איך האב עס דוקא נישט געשטעלט דבר דבר על מקומו הנכון, צוליב ביים ליינען טרעפט דער ליינער נאך און נאך סופרייזעס, איך וויל פרעגן רשות צו איך קען דאס מאכען צו א PDF אין שיקן ווייטער, ארויף לייגען אויף סקריבט.
עס האט מיר אזוי געצויגען, אז איך אליינס בין נשפע געווארען אנצוהייבען אזאנס גלייכען, שרייבן מיין אייגענע לעבן, נאך אפאהר טאג האב איך געזעהן אז עס איז דוקא געזונט פטאר מיר דאס צו טוהן, היות איך קען זיך באמת ארויס געבן מיינע אינערליכע געפילן. איך פארשטיי אז וויבאלד איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך זיך נישט קענען צו-גוט ארויס ברענגן, אבער אי אפשר בלא כלום, איך ווארף אוועק דעם כלל וואס מיין רבי האט אונז געזאגט אין חדר "אז עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה" דאס איז א שקר לחלוטין מעיקרא ומיוסודו.
איך וויל נאר אנפרעגן ביי כבוד הדרתו, ווי אזוי געדענקסטו אזוי סאך? דהיינו די מאכסט ריסערטש אויף צו פרישן דיין זכרון? קוקסט נאך בילדער? פאפירען און אקטן? פרעגסט אויך מענטשן צו חברים? האסטו א געוויסע מהלך?
ביטע לאמיר וויסן,
צלח ורכב, מיר קענען קוים ווארטן צו ליינען די המשכים.
ממני הק' דולה ומשקה
קודם כל! איך בין נישט קיין 'הרב'.. איך האב נישט קיין הוראה און כ'בין נישט קיינעמס אופציעלע רבי.. און אפילו א פורים רב איז פאר מיר א פרעמדע טיטול, פורים יא, פאני יא, נאר נישט רבי צו רב.. איך בין א אייגנארטיגער שרייבער און אקטיאר מיט א דיפלאמע פון היבשע עקספירינס אין לעבן, און זהו.
לאמיר פראבירן ענפערן על ראשון ועל אחרון.
לגבי מיין מהלך, אויב דו מיינסט מיין האקן אויף סאטמאר וכדומה, דאס איז בלויז צו געבן די בילד וויאזוי עני סקווערע צו פאפענע צו בעלזע שפירט זיך ווען מ'שמירט זיי אויס מיט קאלט בלוט, און נאך מיט אמונה אז מ'טוט די ריכטיגע זאך. איך לעולם האב נישט קיין האס צו סאטמאר און כ'קום פון דארט האלב וועגס.
יעדע מקום האט מעלות וחסרונות, און ווילאנג ס'גייט מיט א וויכוח און מ'בלייבט יידישע חברים בסדר בסדר.. אבער ס'גייט מיט די ערגסטע לשונות, און ווען מנשה לוסטיג זעט דאס און פראבירט וויאזוי הערט זיך עס ווען מ'רעדט אויפן רבינו יואל ענליך אזא שפראך. דאמאלטס ווערט א וואלקן ווי דאס ערגסטע האט פאסירט. וקצרתי כבר.
וועגן מאכן א פידי עף, כ'קען נישט זאגן ניין, אזוי אויך אז דו זאלסט שרייבן פון דיין לעבן, וואלט איך אויך געזאגט אז יא~! די עיקר איז די פאקטן, וואס ווערן פאקטיש פארגעסן און ס'איז די בעסטע מתנה פאר די דורות הבאים, פאקטן פון אמאל.
איך פלאן אליינס צו מאכן א אפציעלע ביכל דערפון, נישט יעצט נאר עטליכע יאר ארום, און דאס איז לכתחילה געווען מיין פלאן, און כ'האב נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אויב נישט כ'זאל דא שרייבן און בעקומען פידבעק וואלט איך מער געפוילעצט מיטן שרייבן וויפיל איך פוילעץ אזוי אויך גענוג..
ארגינעל איז די געשמאקסטע זאך, אז מ'קען שרייבן איז נאך בעסער, אבער פאקטן און נאטיצן איז די פירות וואס מ'קען ארויס נעמען פון יעדע מצב טוב או ההיפוך.
איך האב זייער געוואלט שרייבן אפציעלע זאכן, און כ'האב איינגעזען אז כ'קום נישט אן דערצו, נישט מ'לאזט מיך צו, און נישט איך זע אז כ'זאל אנקומען דערצו, ממילא וואס כ'טו אליינס און פאר מיר איז געטון..
ספעציעל, די זאכן קען פארטויטש ווערן מיט חרטה געפילן אויפן צוואה בעטל, אויב זיי בלייבן אונטערן צונג און ווערן נישט פאראייביגט כאטש אויף א דבר קימא.
פרעגסט ווידער 'כבוד הדרתו'.. איך בין נישט גאט! און כבוד הדרתו וואלט איך גערופן א כלי קודש..
בנוגע דיין שאלה פון מיין זיכרון און שטייגער פון שרייבן.
איך האב נישט קיין שלעכטע זיכרון גראדע, אבער די שווערע צייטן געדענקט מען אלץ בעסער.. און כ'האב דערפון געהאט הויפענעס, נישט געפערליך.. אבער גוטע צייטן האב איך געהאט ווינציגער אמאל, און ס'לוינט זיך צו שרייבן טויזענט בלעטער און קומען צום אויספיר ווי ס'געווארן לעכטיג אויפן לאנגע וועג ווי מ'איז שוין געווען אויפן סף הייאוש פון אנקומען צו עפעס דערקוויקענד אין לעבן. דאס גאנצע לעבן איז אפס און דאוינס, און ס'איז אזא שפראך אויסדרוק, מיין לייוו סטארי.. די לעבנס ביכל, און כ'האב אפילו א אויסדרוק דערויף, ווען כ'האב נישט וואס צו לייענען, לייען איך מיין אייגענע לעבנס ביכל.. דהיינו כ'בין מפשפש בהעבר והעתיד אויף זיך איבערצומאכן למוטב.
ס'נישטא קיין סאך זאכן וואס כ'האב געדארפט הילף זיך צו דערמאנען, אבער די טאלאנט פון שרייבן, עקטן וכדומה, וואס די שורש דערפון איז מכח 'פאנטאזיע' גולמ'ן בלע''ז.. קומט צוזאמען א פעקעדזש מיטן אנקוקן זאכן בהווה אנדערש ווי סתם איינער, און ממילא געדענקן עס אנדערש. און פאר א דוגמה וועל איך דיר זאגן א פאקט, אז איך בין בכח צו צומאכן מיין אויגן און זיין סיי וואו אויפן וועלט און כאטש ווען, איך קען יעצט דמיונ'ן בפאנטאזיע מלא, ווי איך שטיי ביי נעילה יום כיפור, און א מינוט שפעטער ווי איך זיץ ביים סדר פסח, און כ'קען זיך ארויסטון פונעם מציאות. ס'איז א כח פון א טאלאנט וואס אין חדר האב איך געכאפט פעטש פארן גולמ'ן.. און היינט פארדין איך הנאה דערפון..
אז ענק האבן הנאה איז עס מיין הנאה. א דאנק פאר די חיזוק רייד ס'טוט נאר אויף צום גוטן.
כ'וואלט זיך געוואלט אוועקלאזן און באשרייבן מיינע 'קעמפ' יארן, אין יענע צוויי יאר וואס כ'האב געלערנט אין תולדות, תשנ''ד און תשנ''ה, און נאכער פארזעצן ווייטער, מיט די געשיכטע אין די צייט וואס כ'האב געלערנט אין וויליאמסבורג, אין תולדות, ביזן ענדע פונעם יאר תשנ''ה צום גוטן.
בעפאר איך זעץ פאר ווייטער, וויל איך אויפמערקן א זאך וואס כ'האב מיך נארוואס דערמאנט.
כ'האב געשריבן די געשיכטע וועגן מיין חבר אברהם ברוך סעקולע וואס האט זיך צעריסן די האנט אין די גלאזערנע פענסטער.
פשוט וואלט מען פארשטאנען, אז ס'האט פאסירט וועגן די אומפארזיכטיגקייט פון לויפן ווילד און ספעציעל אויפן דאך, און אין אזעלכע אומשטענדן.
אבער יעצט געדענק איך גוט, אז מיר האבן עס אנדערש אויסגעטייטש דעמאלטס.
ער איז דאך געשלאפן אין מיין שטוב, און כ'געדענק אז יעדע אינדערפרי, נאכן אפגיסן נעגל וואסער, פלעגט ער אויפעפענען די פענסטער צום דאך, און ארויסגיסן געיאגטערהייט, די נעגל וואסער.. און מ'האט זיך פארלאזט, אז די זינען שטראלן וועלן עס אויסטרוקענען, און ס'גארנישט אז מ'טרעט אויף דעם ארט שפעטער.
למעשה ווען דאס האט פאסירט, האבן מיר זיך איבערגעבליקט, און פה אחד צוגעשאקעלט, אז יא, דארט ווי ער האט אויסגעגאסן די נעגל וואסער איז א מקום סכנה, און דאס איז ווארשיינליך געשען, און מ'האט געדארפט זיין פארזיכטיג דערמיט.
מענין לענין שלא באותו ענין.. דערמאן איך זיך א מעשה וואס כ'וויל עס פאר אינטערעסאנטקייט פארצייכענען להנות בהם הקוראים, און דאס גייט צוריק מיט כאטש צען יאר בעפאר.
איך האב מיך ארויפגעשלעפט אין חדר אלץ קינד, די לאנגע וועג האט מיך געמאכט אינגאנצן אויפגעברויזט, אויף יעדע קאר וואס פארט אריבער און שטעלט זיך נישט אפ מיך ארויפנעמען דעם לאנגען בארג ארויף צום חדר.
פלוצלינג שטעלט זיך אפ א קאר, און כ'זע ווי דער דרייווער איז א טאטע פון איינער פון מיין קלאס, ער זאגט צו מיר כ'זאל אריינקומען אין קאר, און ער גייט מיך אויך מיטנעמען ווי ער נעמט יעצט זיין זון יענעם וועג – צום חדר.
ברוך השם.. טראכט איך פרייליך, און כ'האלט נאך אינמיטן טראכטן, ווען דער דרייווער רופט זיך אן צו מיר:
'באמת בין איך מיט דיין טאטן אויף מעסער שטעך, מיר זענען פארביסענע שונאים.. אבער דאך האב איך געטראכט, וואס ביסטו שולדיג דערין, און פארוואס זאל איך דיר נישט א טובה טון און ארויפנעמען אין חדר..'
ס'האט מיר גענומען א האלבע מינוט צו כאפן, אז ער האט געמאכט א דראמאטישער אנשטעל בתורת ווערטל, אבער ס'מיר געווען א גוטע דערפרעשמענד.. און כ'לאך נאך היינט ווען כ'זע יענעם אין שול.. יענער איז שוין א עלטער זיידע היינט..
צוריק צו די 'נ' יארן, מיר פארן אין קעמפ!
איי ווי לאנגע יארן אין חדר פלעג איך אלץ חלומ'ן זוכה צוזיין צו פארברענגען אמאל אין די 'סקווערע קעמפ', דארט ווי ספעציעלע מיוחסים קינדער פון שטעטל פלעגן צומאל גיין אהין, אמאל אויף א וואך צוויי, און איך וואס כ'האב נישט געהאט א טאטע א עסקן, האב געמוזט אויסגיין פאר קנאה..
היינט און יעצט איז עס א ווירקליכקייט, מיין חלום אוועקצופארן לערנען ערגעץ, צו גיין אין קעמפ.. א נייע וועלט, מ'גייט שווימען.. מ'גייט האקן א לעבן.. אט אט ס'איז דא פאר מיר, ס'איז א פאקט.
צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, און כ'האב מיך געציפט אליינס, צו ס'אמת אז כ'גיי טאקע שוין אין קעמפ, און כ'האב שוין ארויפגעלייגט מיינע אלע חפצים און פעקלעך, וואס כ'האב געוואלט אפשיקן קיין קעמפ, אויפן גרויסן לאסט וואגן טרעילער וואס פארט ארום אין שטעטל, און לאזט יעדן ארויפלייגן זיינע פעקלעך, און טראגט זיי אפ באצייטנס נאר פאר מיר גרייכן אהין אין קעמפ.
בעיקר איז די אינדזשוימענט אין קעמפ געאייגענט פאר די חדר קינדער, די חדרים פון ווילימסבורג און בארא פארק פארברענגען דארט אלע יארן, מיט אקטיוועטיס און קאלערווארס, און קעמפ פייערס און פארשטעלונגען, און אלע קינדערישע שוואוילונגען.
אבער מיר תלמידים פון די וויליאמסבורגע און אויעך בארא פארקע סקווערע ישיבות, טוהען אין איינוועגס אויך אמאל מיטהאלטן די צומאל אינטערעסאנטע שפילערייען און געלעכטערס, זומערדיגע פארברענגענס און זיך אויסלופטערן אויף די בערגיגע נאטור.
יעצט ווען כ'קוק צוריק, זע איך דעם בילד קלאר פאר די אויגן, אז די בלעטער גמרא און שלחן ערוך, וואס מיר האבן דארט געלערנט, האבן מיר נאך די בעסטע קולט געווען און פארשטאנען און קונה געווען אויף אייביג, צוליב די ריינע לופט, און פרייע צייט אונטער שאטן פון ביימער און הימל, וואס האט אסאך צוגעגעבן צום השלמה אין קניני רוחניות.
ס'געווען תורה שיש עמה מלאכה, מ'האט זיך אסאך מער מסדר געווען פאר זיך, ווי כאטש ווען א גאנצע יאר.
מיר האבן זיך אליינס געוואשן די וועש, אויפגערייניגט און מסדר געווען די בעטן און שטוב, אויפגעוואשן און אויפגעטרוקענט א פלאר, צו א טוילעט וואס איז איבערגעלאפן צו צעבראכן געווארן, מיר זענען געווארן טיילווייזע עלעקטערישנס און פלאמבערס און בוי מייסטערס, אמאל האלץ האקערס און וואסער שעפער, און וועלכע נאר מלאכה ס'האט אויסגעפעלט, וואס 'אם אין אני לי מי לי'..
יא, די קעמפ מענידשער האט אסאך ארבעט געהאט אין די 'בחורים באנגעלוי'.. נישט געזארגט! אבער דאך ווען מ'פארלאזט זיך אלץ אויף יענעם, קען מען צו א באקוועמע לעבן נישט מאכן.
מיר האבן געהאט די נויטיגע געצייג, און מיר האבן עס גענוצט, לאו דווקא פאר א צורך.. מ'האט געהאקט ביימער און צווייגן, און געגראבן לעכער און געבויערט ווענט, נישט פאר א ספעציעלע געברויך, נאר פשוט אויסצוגעבן די היציגע און ווילדע געמיט..
יא, דארט אין קעמפ האסטו געקענט זיך אויסגעבן אויף א בוים, און אויספלאטשקענען א וואסער מיטן גאנצן געשמאק, אן איינעם זאל עס בכלל קימערן.. מ'האט געלעבט מיטן כאלאט'ל און באלי הוטל, ווי א דארפסמאן אויפן פעלד.. און ס'האט געהאט אלע טעמים..
לאמיר אביסל שילדערן א סדר היום.
מיר בחורים זענען אויפגעשטאנען היבש פרי, און זיך אוועקגעלאזט אין מקוה, וואס איז געווען מחוץ המחנה, מיטן האנטוך הגדול.. אויפן פלייצע, און יעדער מיט זיין קאלירטן האנטוך וואס ער נישט קיין צווייטער האט אויסגעוואשן און אכטונג געגעבן אויף איר עקזיסטענץ, האט זיך דערמיט מיט כבוד באנוצט..
קען זיין אז א צווייטער האט בגניבה עס אויך גענוצט אמאל, אבער אויסגעוואשן יענעמס זאכן האט קיינער נישט.. און אזוי אויך, געקויפט מאכלים און איבערבייס האסטו אליינס געדארפט, און העכסטענס געגעסן האט עס געקענט א צווייטער אויך..
אין מקוה איז געווען א היבשע געדראנג, מיר זענען נישט געווען דארט א קהילה פון איין צענדליג בחורים, און א גרויסע עולם מקוה טינקערס, מאכן אן א היץ, אויסער וואס די מקוה אליין איז געווען ניינציג פראצענט כלאר, און עפעס איין פראצענט מים חיים..
די פענסטערס זענען נישט געווען פארהאנען אין מקוה, און אזוי האט די היץ זיך ארויסגעלאזט פריי, און די פיינע גערוך פון די פרימארגן טוי, האט אריינגעדרינגען אין די אויסגעוואשענע נשמות, וואס האבן זיך פלינק גע'טובל'ט און געכאפט די ארבע בגדים, און טרעטנדיג אין די שטויביגע בלאטיגע זאמד'פולע פאדלאגע, האט מען זיך שנעל געזען אינדדרויסן פונעם שוויץ קאמער.
ביים ארויסגאנג איז געווען א קראן, ווי ס'איז געשטאנען די שעות ווען מ'שליסט יעדן טאג די מקוה, 'מטעם הכמוס'.. און איך האב זיך געמאטערט צו פארשטיין דעם גרויסן טעם הכמוס פאר לאנגע וואכן, ביז איינער האט מיר בשתיקה אלעס מגלה געווען.
די זינען שטראלן וואס האבן אויפגעשיינט צווישן די ביימער פון מזרח, האבן צוגעגעבן צום כמארע וואס האט זיך געשאפן פון די קלימאט אויף די בערג, און מיר האבן אריינגעאטעמט פיינע קלארע לופט, פונעם הייליגן באשעפערס נאטור, אזוי טייער און ריין.
מ'האט זיך געזעצט לערנען א שעה לפני התפילה, און געווענליך איז דאס געווארן געאייגענט פארן פארקוקן שיעור, ווי פלעגט זיך רוב מאל פארזאמלען אין איינע פון די בודקעס אין די ארומיגע שטח, און דארט פארלערנען די טעגליכע לימודים, און דורכן טאג האט מען בלויז גע'חזר'ט און צוגלייגט בחברותא, נאך לימודים אין גמרא, שו''ע און חסידות.
יענע בודקעלעך זענען באמת געווען געאייגענט פאר די חדר קינדער, אבער ווען מיר האבן עס גענוצט אין די פארטאגס שעות, זענען זיי נאך געשלאפן, און שפעטער ביינאכט, ווען מיר פלעגן צומאל זיך פארזאמלען דארט פאר א פלוצלינגע שיעור, אדער דאס גלייכן, זענען די קינדערלעך שוין לאנג געווען אין זייערע בעטן, נאך א אויסגעשעפטע נאכמיטאג, פון שפילערייען וכדומה.
נאר זיך צו דערמאנען די פארטאגס שיעורים אין די בודקעס, ברענגען מיר צוריק נאסטאלגישע געפילן.
דער מגיד שיעור האט זיך נעבעך געגארגעלט מיט זיינע מראי מקומות וואס ער האט צוזאמגעווארפן, און ארום אויף די צוגענאגעלטע בענק, זענען געווען אויסגעשטרעקט צוויי מנינים בחורים, וואס א טייל האבן געקלאצט, א טייל געשלאפן.. און א טייל אויך צוגעהערט..
ווען האבן מיר זיך פאר א אמת אויפגעוואכט.. ווען די הויכ'הילכער פונעם קעמפ, האט אנגעהויבן זינגען א לידל, אויפצואוועקן די קינדערלעך.. אודה לק-ל לבב חוקר.. ברן יחד כוכבי בוקר..
דער מגיד שיעור האט יענע הויכ'הילכער 'נישט' געקענט איבערשרייען.. און איך האב אזוי הנאה געהאט פון דעם געזאנג, ס'מיר געווען א שטיק נשמה, א שטיק גן עדן.. איי אודה לקל, לבב חוקר.. ברן יחד כוכבי בוקר..
הערשט דעמאלטס האבן מיר זיך ארומגעקראצט די זייטן, און אפגעציילט די מאסקיטאו ביסן, וואס מיר האבן באקומען, דורך די קורצע שלאף ביים פארטאגס שיעור.. אזא מאסקיטאו האט געקענט אנמאכן א געשווילעכץ פון א אינטש רינדעכיג.. זיך אנגעגעסן פרישטיג און אפגעפלויגן צו א צווייטן..
דורכן טאג האט מען אזוי פלייסיג געהארעוועט, אז ביז יעצט קען איך אינמיטן שלאפ אויסזאגן גאנצע שטיקער סוגיות, ספעציעל די סימנים אין שו''ע הלכות מוקצה שי''ח שי''ט, און הלכות בישול ש''ח ש''ט ש''י, איי איז דאס געווען א חיים של תורה.
מ'האט געקענט די בלוט צאפן און תורה איז געפלאסן.. די מאסקיטוס דארט זענען אויך געווען גאלע רוחני.. ווייל זיי זענען געווען פול מיט אונזער חיות, און די פייגלעך און שיפמאנקס, האבן געקענט אויסגיין פאר קנאה, ביים זען אז אונזער מלחמתה של תורה איז זיסער ווי זייער שפרונגעריי פון בוים צו בוים אן סיי וועלכע ציל..
יא, מיר האבן געהאט דארט צו עסן און פארגעניגן אויך, אבער ס'איז געווען זייער דערהויבן, גאנץ אנדערש ווי די שטיקעדיג לופט פונעם שטאט, און די גערודער פון די אטאמאבילן און באנען, זענען דא געווען נאטורליכע געזאנג פונעם באשאף.
און כ'האב געזאגט שווימען.. איך בין נישט געווען פון די פרומע סעקטע, וואס האט זיך מעולם געפירט זיך נישט אפצואוואשן משבת לשבת.. ניין, איך האב מיך יא געוואשן, און יא זיך געלאזט איבערן שווים באסיין.. און זיך אויסגעלערנט שווימען גאנץ כמעשה.
כאטש נישט בשלימות.. ווייל כ'קען עד היום נאכנישט די בעסטע שווימען, און אריינדייווען על אחת כמה וכמה נישט.. אבער יענע שווימעריי איז מיר נישט ווייניג צוניץ געקומען, און כ'קען נישט גענוג אפדאנקן די השגחה פאר יענע געשמאקע צייטן.
און אויך עסן האבן געהאט געשמאקע און נארהאפטיגע פרישטיג לאנטש סאפערס, נישט זיך צו באקלאגן, ווען דער הויפט קעכער איז געווען א ארץ ישראל'דיגער בעל משפחה, וואס איז אפשטאמיג פון יוצאי תימן, און זיינע עסן האבן געהאט אלע טעמים, ווי די מן..
האסטו געוואלט שארף איז געווען שארפע מאכלים, זאפטיג און נארהאפטיג איז געווען דאס אויך, ער איז ווערד געווען יעדע פרוטה.. און ער האט געשפייזט א ריזן ציבור דארט, און האט נישט באקומען קיין טענות נאר קאמפלימענטן, דאס געדענקן איך גוט.
איך געדענק אפילו, אז נאכן ענדיגן אפקאכן א טאג, פלעגט ער פארנאכטס זיך אוועקלאזן מיט א ציגארעטל צום סווימינג פול, און זיך אויסציען די ביינער, כ'האב געשפירט גוט פאר עהם.. ווייל ער איז ווערד געווען יעדע לויב.
ס'קומען דער שבת קודש, הייליג איז געווארן איבעראל, אויב ביז יעצט איז געווען א תענוג רוחני וגשמי גם יחד, זענען מיינע שבתים אין קעמפ, געווען ממש מעין עולם הבא, ימי שבתות במנוחה, און ס'האט מיר אסאך געהאלפן אויפן עתיד אויך, וויאזוי אליין צו מסדר זיין א שבת טיש און א וועלטל פון אייגנארטיגקייט, און כמעט אינגאנצן זעלבסשטענדיגקייט.
המשך יבוא בעזרת השם הטוב
דולה, אפשר לייגסטו ארויף דיין PDF דא, איך האב אנגעהויבן צו ליינען ווען מנשה האט אנגעהויבן שרייבן, אבער איך האב נישט געקלערט אז ס'געט זיין אזוי לאנג שלעפן דאס אנהייב פון זיין לעבן, איך בין היבש צוריקגעבליבן, ס'קוקט אבער אויס גאר אינטערעסאנט, א PDF וועט מען קענען ארויספרינטן און גוט איבערגיין
עס גייט נישט איך באקום דעם מודעה:
גודל הקובץ המצורף גדול מדי, הגודל המירבי להעלאה הוא 2 MB.
שים לב שהגודל נקבע בקובץ php.ini ואינו ניתן לשינוי.
אמת אז תולדות אין שטאט, און תולדות אין קעמפ, זענען געווען צוויי וועלטן, צוויי אנדערע לעבנס שטייגער, ווייל אין שטאט איז געווען מער א מסגרת און אטאמאטיש מער סדר, אבער דאך אין קעמפ, ווי ס'געווען אביסל הותרה הרצועה, דאך האט מען נאך גענוג געלערנט און גוט איינגע'חזר'ט די טיפע סימנים שו''ע הלכות בישול ומוקצה.
און מער פון דעם, אז אין קעמפ האב איך מיר טאקע אויסגעלערנט צו פירן א שבת סעודה פאר מיר.
איך בין געווען אכט וואכען אומגעפער אינעם אייגענעם רשות, ביים עסן און פארבערייטן דעם סעודות שבת געפראוועכטס, און כ'האב מיר אויסגעבילדעט מיין וואונטש און ווילן, וויאזוי איך וויל אליינס פירן א שבת סעודה, ווען ס'וועט קומען די טאג און כ'וועל פירן א שטוב.
און טאקע פונקט אזוי ווי מיין מהות, אזוי האב איך דאן געפראוועט, מיט סבלנות, און מיט א רואיגקייט אן לחץ פון רוטין צו התחייבות.
יעדער האט זיך געזינגען און געוואשן און געגעסן ווען ער האט געוואלט, און רוב ציבור איז אטאמאטיש געווען אנדערש פון מיר.. איך האב פונעם זמירות נישט געמאכט אזא עסק – ווי אלע.
צוליב מיין אייגעגעסענע פיינטשאפט פון זינגען זמירות מיט צוואנג, וואס כ'האב דערפון געליטן אינדערהיים.
און ביים עסן האב איך סתם אזוי גענומען מיין צייט פאר זיך, און ווען דער עולם האט געכאפט די צוויבל קוגל, האב איך נאך געטונקן חלה אין די פיש זאפט – א לענגערע צייט, און ווען מ'האט געכאפט מעלאנע נאכן טשולענט, האב איך קוים געזוכט לחם משנה..
כ'האב מיר אלץ גענומען א עק ווינקל, און רואיג געגעסן און אונטערגעזינגען וואס כ'האב ליב געהאט, און דער הייליגער שבת איז נישט אנטלאפן אזוי שנעל, ווי ס'האט אויסגעזען פון דעם ציבור'ס געיעג..
ווייל די פראוועריי נאכן סעודה, צו די לימודים, צו די שפאצירן, איז געווען גענוג צייט און נאך.. אז איך האב מיך טאקע אויסגעלערנט ווי כ'האב ליב געהאט, צו עסן רואיג און נישט נעמען קיין געיאגטע שריטן ביים רואיגן שבת יום מנוחה, און כ'האב מיר געטראפן מיין וועג און מיין קרעמל, מיט חברים מיינס גלייכן.
יעדע שבת נאכמיטאג, פלעגט מען שפאצירן אראפ דעם בארג, צום גרויסן 'סוואן לעיק', עטליכע מינוט שפאציר אויסערן מחנה.
איך פלעג אויך אהינשפאצירן, אן באטראכטן די שיינע וואסער פאנאראמע, וואס איך גלייך דאך זייער שטארק, און דערווייל זיך פארטיפן אין מיינע מחשבות און פאנטאזיעס, ביים זיך שפיגלען אין די אזערע וואסערן, און פון צייט צו צייט זעען א שלאנג צו א פישל, זיך אדורכשלייכן אונטערן בריקל ווי מיר זענען געשטאנען און אבאאכט דעם ווארעם לופטיגע סביבה.
אויסערן מחנה איז נישט געווען קיין עירוב, און כ'האב טאקע פארלוירן מיינע זאכן וואס כ'האב צומאל פארגעסן איבערצולאזן אין מחנה, ווייל עס אראפלייגן בצידי הדרך צום לעיק, איז געווען א קלארע מסקנה אז כ'קען זיך דערפון מייאש זיין, צו א זייגערל צו א מעסערל צו א קונטרס'ל.
און דעם שפאציר אראפ דעם בארג איז געווען א געשמאקע, כאטש מ'האט געוואוסט גוט, אז ארויף וועט זיין א שלעפ.. אבער דאס גיין צום וואסער איז געווען א עונג שבת מעין עולם הבא, די פרישע לופט און שיינע פאנאראמע, האט אויסגעלופטערט די געהירן, און צוגעגעבן דאפעלטע פרישקייט.
דארט נעבן דעם לעיק, האט עפעס א גוי געבויעט זיין הייזקע, אליינס מיט די אייגענע הענט, און מיר פלעגן אלץ ביים אנקומען, געבן א בליק אהין, ווי האלט ער דארט, דער בוימייסטער, מיט זיין הייזל, און יענער האט גראדע היבש פאכמאניש אהערגעשטעלט א געבוי, ווען די ווענט אינדערויסן האט ער נישט געוואלט פארבן, בלויז ווארנישען, צו באשיצן פון די רעגן און ווינטער קלימאט.
מיר פלעגן זיך טאקע שטעלן ביים בריקל, וואס האט געהייסן 'קעלי ברידזש', וואס האט קוים געקענט דערהאלטן א אנגעלאדענטע טרעקל זאל אריבער פארן אויף דעם, אבער נישט צופיל מער.
יעצט שבת קודש האבן מיר נישט געקענט אלץ הלכה אויס, גיין אסאך ווייטער, אבער אנדערע געלעגנהייטן זענען מיר געגאנגען נאך ווייטער, ווי כ'וועל באלד שילדערן.
יעצט וויל איך פארציילן א עפיזאד, וואס איך האב בייגעוואוינט, וואס איז פאר מיר געווען היבש היסטאריש, אט הערט.
ביים וואסער פלעגן אלץ זיך פארזאמלען 'פיש כאפער', וואס האבן מער פאר שוואויל טאג – איידער פאר נוצן, געכאפט די קאורעס פישלעך, וואס זענען דארט געשוואומען אסאך.
די חברה פיש כאפער, האבן זיך גענוג געראנגעלט מיטן ווינט, וואס האט פראבירט צו פארהאנקערן דאס פישינג גראד שנירל, אינעם ווייער וואס איז געלאפן איבערן טייכל, און ס'געווען א חלק פונעם מיטאג שפילעריי, צו שיסן דעם שנירל איבערן טייך, עס אוועקנייגן פון זיך פארקירעווען צום ווייער, און ביים כאפן א פישל עס איינפאך צוריקשליידערן אין טייכל.
פונעם צוריקווארפן אין טייך, האבן מיר קלאר געזען אז דאס איז א צייט שטופעריי שפיל..
אבער איינמאל האט פאסירט, אז איך שטיי מיט חברים ביים לעיק, נעבן א פאמיליע וואס איז געקומען כאפן פיש.. און האבן דעם זיידן אוועקגעזעצט ביים וואסער, מיט א פיש כאפער אין האנט, און זיי זענען עפעס געגאנגען ברענגען עפעס, אדער עסן אדער כלים, אבער זיי האבן עהם געלאזט דארט זיצן אליין אפאר מינוט.
דעמאלטס האט זיך דער זיידע געעפענט דער מויל, און רופט זיך אן:
טייערע יודען.. איי הייליגע ברודער! ווי שיין און לעכטיג זענט איר מיט אייערע חסידישע טראגע..
איך בין שוין דאן געווען א בר הכי מיט די סארט יודעלעך, און כ'האב מיך צוגעכאפט צו זיין דער ראש המדברים, און כ'פרעג עהם, פון ווי זענט איר ר' יוד?..
איר זעט? זאג ער.. זעי מיין עיידים און טאכטער האלטן מיר אין שטוב, ער האט מיך אהערגעברענגט צום וואסער כאפן פיש, און ער פירט זיך נישט יידיש, איך וואלט שוין היינט געוואלט זיין ערליך, אבער כ'בין ביי זיי, און כ'האב קיין ברירה נישט..
אזוי? פון ווי זענט איר פונדערהיים, פון ניו יארק? פון אייראפע?
איי איי איך קום פון קיעוו.. מיין זעידע און טאטע זענען געפארן צום רבין ר' דוד'ל..
פשיהא.. וועלכע ר' דוד'ל ר' דוד'ל סקווערער? באמת?? איר זענט אמאל אויך געווען דארט?
יע יע.. איינמאל.. נישט קיין סאך..
איר האט געזען דעם רבין ר' דוד'ל?..
יע יע איך האב געזען דעם רבין..
עטליכע חברים רופן זיך אן צו מיר שטילערהייט, גיי גלייב עהם.. ער האט געזען ר' דוד'ל סקווערער?? אונז גלייבן נישט..
האב איך עהם טאקע גענומען אויף א פארהער.
זאגט מיר ביטע, וויאזוי האט ער אויסגעזען דער רבי ר' דוד'ל, ביטע זאגט אונז פונקטליך וואס איר געדענקט, מיר ווילן זייער הערן.
'דער טאטע האט מיר גענומען אמאל אויף ראש השנה, און איך האב נישט געקענט אריינגיין אין שול, עס איז געווען זייער פול, אבער ווען דער רבי איז אהיים פון שול נאכן לאנגן דאווענען, האב איך עהם געזען..
דער רבי איז געגאנגען מיט אזא זיידענע דזשעביצע ווי איר קינדערלעך גייען.. אבער מ'האט געזען ווייסע זאקן פון אונטן..
און וואס האט ער געהאט צוקאפענס??
צוקאפענס? א געבויגענע הוט! יע א סאמעטענעם אראפגעבויגן הוטל.
וואס? ער מיינט מסתמא דער ליובאוויטשער רבי.. צעלאכן זיך חברים ארום.
אבער איך דערמאן זיי, אז אויפן בילד – דאס איינציגע בילד פון רבי ר' דוד'ל סקווערער זצוק''ל, גייט ער טאקע א סאמעטענע אראפגעבויגענע הוטל – פשוט אביסל אראפגעבויגן פון ווייעכקייט צום פארענט.
עס שטימט וואס ער זאגט – כמעט..
למעשה גייט מען דאך נישט ראש השנה מיט קיין הוט.. אבער ער זאגט קלארע דיבורים, ער האט געזען, ווען ער האט געזען, איז שוין מעגליך ס'געווען נישט אום יו''ט.
און מיר ווילן עהם ווייטער פרעגן, און ער ווייזט אונז צו זיין שטיל, זיין איידים איז צוריק געקומען.. און דא האט זיך עס געענדיגט!
דעם עפיזאד האט מיר געגעבן א לעבעדיג בילד צום אמאליגער היסטאריע אין וואס מיר האבן שוין דאן גוט געלעבט דערין, אז איך האב געזען א יודל, נעבעך א פארבליבענער פון דעם חורבן אייראפע, אבער איינער וואס האט געזען דעם הייליגן צדיק רבי ר' דוד'ל זי''ע.
יא, כ'האב געזאגט אז שבת זעמער געגאנגען נאר ביז אהין, ביזן קעלי ברידזש, אבער נאך א תענית, נאך שבעה עשר בתמוז און תשעה באב, וואס מ'פלעגט גיין ווי א מנהג אויף א הייק – א לאנגע שפאציר אין די נאכט, דעמאלס, ווען מ'איז געגאנגען די וועג, דורך די לעיק איז מען אריבער די בריקל און געגאנגען ארום און ארום דעם טייכל, ווי דאס אנדערע זייט איז געווען א האנט געמאכטע וואסער פאל.
סיי ביי יענעם וואסער פאל, און אויך ביי אנדערע שטראזן ווי מיר האבן געהייקט.. האבן זיך די הונט געלאזט הערן בשם די בעלי בתים זייערע.. און א טייל מאל האבן זיי אפילו גערופן פאליציי, אז מיר שטערן די נאכט רואיגקייט.
און ס'האט צוגעגעבן צום אינטערעסאנטקייט פונעם שפאציר, ווען מיר האבן זיך געטראפן אקעגן בליטשקענדיגע לעמפלען פון די פאליציי – נישט סתם שוואכינקע חברה לייט, זיי זענען געווען הויכ'געבויעטע ביינערדיגע סטעיט פאליציי, וואס דרייען זיך אויף די בערג..
מהיכי תיתי צוויי מאל א זומער האבן מיר זיך געשפירט פארברעכער, ווען די גאנצ'יעריגע פארביסענע בערג באזיצער – רוב פון זיי פון די ווייסע איירישע ראסע.. האבן געטראפן א ציל צו פארשיקן די יודעלעך פון זייער סביבה.
איינמאל אין א זוניגע נאכמיטאג, נאך א גרויסע פארהער, האט אונז איינע פון אונזערע מגידי שיעורים גענומען אויף א ווייטע שפאציר, און פארקירעוועט אונטער א הויז, האט ער אונז געוויזן אראפצוקריכן א שטיקל בארג, ווי ס'איז געפאלן וואסער פון א נאטורליכע בערגל אקעגן, און געפלאסן צו אונזער ריכטונג, קלאר ריינע קוואל וואסער..
ער האט אונז געזאגט קורץ און שארף.
בחורים, נאך פאר איינער מאכט א בהלה אויף אונז, לאמיר כאפן א געשיקטע טבילה אינעם קוואל..
מיר האבן זיך אויסגעטון אין רגעים, און 'כמעט' אלע האבן מצליח געווען אריינצוטאנצן אינעם קאלטע וואסער, ווי די שטיינער האבן פאר עטליכע איבערגעלאזט עטליכע שניטן אין די פוס פלאכן, אבער ס'האט געהאט אזא טבילה אלע טעמים..
אן א האנטוך אין א הייסע זומער טאג א טבילה אין א כשר'ע קוואל, און נאך בגניבה.. ווען מיר כאפן די זאכן און זעצן פאר אין וועג צוריק, אויפגעמונטערט און פריש.
און טאקע די סארט לעבן אין קעמפ, האט צוגעגעבן צום פראוועזארישער לעבנס שטייגער, אז ווען מ'איז מקיים דעם גולה למקום תורה, דארף מען נישט און מ'האט נישט אלץ, אלעס וואס מ'וויל, ווייל די קאווע יעדן צופרי האט מען ארויסגעזייעט פון צווישן בינען.. און די פרישטיג מיטאג נאכטמאל האט מען אלץ געמוזט גוט קוקן צו פליגן האבן זיך נישט באזעצט אינעם טעלער..
די געלעגערס זענען נישט געווען ווי אין א האטעל.. און די בתי כסאות און קראנען זענען געווען אזוי האנט געמאכט פאר א קורצע זמן.. און וויפיל דער געטרייע קעמפ מענידטשער – ר' נתן לויבער שליט''א, זאל נאר האבן אריינגעלייגט כוחי כוחות פון חדשים פאר קעמפ, האט מען דאך געלעבט בלויז אין א קעמפ!
אז א עירקאנדישן מיט א פען מיט א פרידשידער און א וואש מאשין, זענען געווען אריינגעשטעקט ביי איין פלאג, האט עס דאך אוודאי גורם געווען א עלעקטער קורצ'שלוס.. און נתן לויבער מוז! עס פיקסן, און שוין!..
האבן מיר זיך שוין צוגעוואוינט, אז מיר לעבן אין די ביימער.. ווייל קוים פענסטערס זענען געווען אינעם בחורים באנק, און די לעקטער ביי די בחורים האט געפלאצט יעדע ליאדע מינוט, און מאסקיטאס האבן באגלייט בחדר משכבך ובמשארותך.. און מ'האט זיך גע'טובל'ט די פוס פלאכן אין די וואסער פאדעלס וואס האט זיך געשלענגעלט פונעם סינק צום אלע שטיבער, פון אנהייב קעמפ ביז מ'האט געקושט די מזוזה אויף אהיימצוגיין, אויב ס'נאך געבליבן הענגן איין מזוזה אינעם גאנצן באנק..
מ'פארציילט אפילו, אז אונזער משגיח 'מרדכי דוב קטן' א רבי'ש קינד און שטיקל קרוב צום רבין שליט''א, האט דערוואגט, און געזאגט פארן רבין ביים באזוכן נעבן אונזער באנק יענע יאר.
דער רבי זאל וויסן אז די בחורים פאלגן נישט די משגיח.. און דער רבי במתק לשונו האט געשמייכעלט און ממליץ געווען, 'עה, יעדע בחור איז א משגיח פאר זיך, און איר זענט נאר צו דערמאנען אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זיך..'
אבער דער רבי זעט נישט, אז אפילו א מזוזה געפונט מען נישטא ביים טיר..
'עה, יעדע יוד איז א מזוזה פאר זיך..' אזוי האט דער רבי עהם נישט געלאזט אונז בארעדן.. און פארשטייט זיך אז דער משגיח האט באקומען זיין פארציע, נאך וואס דער רבי איז אהיימגעפארן.. ווי מ'זאגט: ס'האט עהם נישט געטויגט..
אבער עם כל זה, דאס לערנען אין קעמפ איז געווען לעכטיג און טיפזיניג, און גלייכצייטיג ריין און מיט קלארע מוחות, טאקע דערפאר, ווייל מ'האט געלעבט אנע איבריגע זארגן, און פארברענגט אינעם נאטור מיט רוחניות דורכאויס.
און טאקע דאס באזוך פונעם רבין שליט''א יעדע יאר סוף זומער, האט צוגעגעבן לעבהאפט, ווען דער רבי פלעגט געבן א צענטראלע לאנגע שמועס, אין עיקרי דרך העבודה, וואס יעדע יוד דארף וויסן, און יענע שמועסן האבן געהאט א שם דבר, אז ס'איז מיט די יארן געווארן דער שמועס פונעם יאר פארן שטעטל אויך, וואס זענען געקומען צו פארן ספעציעל צום שמועס.
און ווי דער קעמפ האט זיך דערנענטערט צום ענדע, אזוי וויל איך אויך שוין ענדיגן שרייבן וועגן קעמפ, און כ'וועל בלויז פארציילן די ענדע..
סוף קעמפ, פלעגט מען מאכן א קעמפ פייער.. און א גרויסע קעמפ פלעי.. און נאך אזעלכע קעמפ מנהגים.
ס'פלעגט געשען אז די הנהלה פלעגט ווערן פארפרומט אויף אונזער חשבון, און פארבאטן מיטצוהאלטן דאס צו יענס פון די קינדערישע אקטיוועטיס, און אזוי אויך די קעמפ פלעי..
פארוואס? ווייל בעסער קען מען לערנען אין די צייט.. און אז מ'מוז ווילן דאך די בחורים נישט..
הכלל, כ'געדענק אז מ'האט געמאכט א ספעציעלע 'מבצע' אום חמישה עשר באב ביינאכט, אז מ'גייט לערנען אין די נאכט אריין עטליכע שעה בלי הפסק, אנשטאט צו גיין זען די 'קעמפ פלעי'.. [ווי אויך די פרויען פלעגן קומען אהין אין די מאסן, און קען זיין וועגן דעם האבן זיי נישט געוואלט אונז לאזן גיין.]
איך בין דאך אלץ געווען א יוצא מן הכלל, און ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פלעי, בין איך מחותן און הויפט צוקוקער..
אלע האבן געפלייסיגט און געהארעוועט אין שול פון די קעמפ, און איך שטיי און קוק צו די גרויסע קינדער פלעי, וואס איז אויסגעשפילט געווארן אצינד דורך די מדריכים, און אינמיטן אזוי קוקן פארגאפט, באמערק איך ווי עטליכע פון די הנהלה שטייען ביים פענסטער ביי די זייט, און.. קוקן אויך די פלעי..
איך האב פארביסן די ליפן פאר געלעכטער.. נישט נאר זיי האבן מיר נישט באמערקט, נאר זיי האבן געלאזט די בחורים תמימות'דיג הארעווען אין שול, און זיך גענומען די כבוד און עונג און אליינס געקומען 'אומאפציעל' מיטהאלטן דעם שפיל..
א געלעכטער איז ווייניג געזאגט..
נאך איין עפיזאד מיט קעמפ, וואס איך האב געהאט דארט, און דערמיט וויל איך ווייטער בלעטערן מיין לעבנס ביכל..
ס'געווען טאקע שוין די לעצטע טאג פון קעמפ, און אויך די משפחות פאקן שוין די פעק און גרייטן זיך צום וועג אהיים צומארגענס, און די בחורים קענען נישט שלאפן אזא נאכט, און מ'פראבירט נאך ארייצוכאפן סחורה וויפיל מ'קען אריינאטעמען און שלונגען..
פונקט דעמאלטס ווען איך האב איך געזוכט צו שטופן די נאכט, באמערק איך נאך מעריב, אינעם גרויסן עס-זאל פונעם קעמפ, ר' יוסל הערשקאוויטש זיצן און.. גארנישט.. זיצן!
ביז יעצט האב איך מיך אייגעהאלטן פון שרייבן פון יוסל הערשקאוויטש ע''ה.
ער איז געווען א מאדנע געשטאלט, זיין היסטאריע וואס מיר האבן געוואוסט איז געווען, אז ער איז געווען א זעלנער אינעם אמעריקאנע מיליטער, און זיין משפחה – רייכע שוועסטערס זיינע, האבן עהם פארלאזט אינגאנצן, ווייל ער האט זיך אויסגעקליבן צו זיין ערליך און היטן שבת און ערליכקייט.
ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, און איז געווען א אלטע שלעפער, מיט צעלאזטע בגדים און אפענע שיך, א גרויע הוטל און בלויע אפגעריבענע הויזן און מאנטל, און דאס מיסטריעזקייט פון עהם האט געשריגן ביז טויב צו ווערן.. דרשינו!
אבער קיינער האט עהם נישט געקענט פארטייטשן לפי המציאות, ווייל א קלוגע מענטש איז ער געווען, א טיכטיגער אויך, ווייל ווי ער האט געוואלט אנקומען איז ער אנגעקומען, מ'פארציילט אז אפילו איבערן ים האט ער געטראפן א וועג, ווען דער רבי זז''ג האט חתונה געמאכט אין הייליג לאנד, און קיינער ווייסט נישט עד היום הזה וויאזוי..
איך געדענק פון אלץ קינד, ווי כ'פלעג עהם באטראכטן, און ער פלעגט אויף ענגליש מיר פארשיקן, מיט א שטילע געשריי, 'וויי יו לוקיג עט מי'..
כ'ווייס באמת נישט וואס דער יוד ר' יוסף בן אברהם הערשקאוויטש ע''ה – ווי ס'שטייט אויף זיין מציבה אין סקווערן ביה''ח, האט געצילט און זיך אויפגעהאלטן אויף אונזער ערד קוגל, אבער אלץ האט מען עהם געזען גיין! און גיין.. און גיין.. טאג און נאכט.
ער איז געזעצן שעות אין שול, שטיל איינגעבויגן און געקוקט! קוים גערעדט צו איינעם, ביים מערב זייט געשטאנען אדער געזיצן, און ביים שמות באקס אין ספרים שטוב זיך איינגעקארזשעט און איינגעדרימעלט אסאך.
אבער דא אין קעמפ האב איך עהם געזען עטליכע מאל זיך דרייען, און אפילו איינמאל האב איך עהם געטראפן שווימען אינמיטן טאג אין די שווים באסיין..
מ'פלעגט זאגן אז ער קען גוט שווימען, אבער איך האב עס קיינמאל נישט געגלייבט, ווייל ער האט פארמאגט א הויקער אזאנס, ממש ווי א האלבע לבנה! באמת. און אט דא אין סווימינג פול, האב איך געזען אז יא! ער שווימט ווי א מומחה, מיטן הויקער טאקע.. אבער ער שווימט שטייט און רואיג און זיינע הויט און ביינער שלאגן זיך מיטן וואסער און ער שטרעקט 'אביסל' אויס זיין פארפייניגטע קערפער, נעבעך.
לאמיר קומען צום פינטל.
די לעצטע טאג פון קעמפ, און איך זע יוסל הערשקאוויטש איינזאם און שטיל, גיי איך צו צו עהם, און מיט א פעסטע אפמאך אז איך גיי עהם מאכן רעדן..
איך זאג עהם, אז כ'וויל עהם געבן עפעס עסן.. איי דאנט ניד..! אפשר ווילט איר שלאפן? איך געב אייך מיין בעט!..
אהה יעס! איי עמ טייערד..
איך האב זיך ארויפגעכאפט אויפן מצוה הבא לידי, און כ'נעם עהם ביים האנט, וואס איז געווען היבש אלט און פארלאטעט, און איך ברענג עהם אריין צו מיר אין שטוב, ווי מיינע חברים האבן שוין ארויסגעפאקט זייערע חפצים און נאר איך שלעפער האב נאך געהאט די בעט אויסגעלייגט מיט קושן און דעקע.
ער האט זיך אנידערגעלייגט אויף מיין בעט! וויפיל ער האט געקענט.. ער האט באמת נישט געקענט ליגן נארמאל, ווייל זיין הויקער האט עהם געצוואונגען, אדער אויפהייבן זיין פוס אינדערהייעך און לייגן זיין קאפ אויפן קושן, אדער זיין קאפ אין די לופטן און זיין פוס אויפן בעט..
ביי האלבע נאכט, ווי איך האב געפעניעט און געכאפט א שנעלע בליק וואס ער מאכט.. און יא, ער שלאפט פיין..
איך האב מיך אזוי געפריידט! ממש א מצוה, ספעציעל פאר אזא איינער וואס נעמט 'קיינמאל' פון 'קיינעם' נישט קיין טובות.
צומארגענס האב איך געהערט ווי מ'מאכט חוזק פון מיר, דער אלטער יוסל איז געשלאפן אין דיין בעט? האסט דיך נישט געעקלט? וואס האסטו מיט עהם??
וואס הייסט? איך האב ממילא נישט געהאלטן ביים שלאפן נעכטן, וואס האט מיך געשטערט עהם צו געבן מיין בעט?
אבער מיין ענטפער איז זיי נישט אריין אין קאפ.. [אפשר יעצט שוין יא!]
איז לאמיר זיך צוריקקלייבן אין שטאט אריין, ווען ס'קומען די הייליגע טעג מיטן חודש אלול, און ס'שוין אזוי צומאל געווארן הערבסט, און די קילע ווינטן האבן זיך באוויזן נישט נאר אויף די בערג נאר אויך אין שטאט, און געטריבן די בלעטער אן רחמנות..
[המשך יבוא בעזרת השם הטוב]
פאר מיר מישן דאס יאר בלעטל, איז נאך דא איבערן יאר תשנ''ד, עטליכע זאצן צו שרייבן און פאראייביגן.
פאר אלעס, האב איך דעם יאר זיך אנגענאשט פון אסאך ליטעראטור – פון אסאך פעלדער.. און כ'האב זיך אנגעלייענט און אויסגעהערט קאסעטעס, טאג און נאכט, ביז איך האב מיר אויסגעקליבן ריכטיגע צילן אין לעבן, וואס האט אויפגעפלאמט מיין נשמה אין חסידות ביז גאר.
איך האב שוין דאן געהאט עטליכע געשוויסטער חתונה'געהאט, און איינער פון מיינע שוואגערס 'דעמאלטס'.. איז געווען שלום ארי' דין, וואס האט מיר אסאך צוגעגעבן אין מיין אנטוויקלונג און בליה, שוין פון דעמאלטס, ווען ער האט מיך פארבארגט זיינע געהיימע קאסעטן פון זיין 'דעמאלטסדיגע' ראש החברה – הרב החסיד המפורסם ר' יעקב יודא אפטער שליט''א, וואס איז האט געפייערט אין זיינע דרשות אינעם פולע מיין פון עבודה בחסידות ע''פ דרך טשערנאביל און סקווירא.
איך האב יענע טעיפס אנגעהויבן הערן אין דארמעטארי, און כ'פלעג אנקומען זונטאג מיט עטליכע פרישע טעיפס, וואס כ'האב געבארגט אויפאמאל פון שלום ארי', און כ'פלעג לכתחילה עס הערן פאר א געשמאקע געלעכטער.. און אונז בחורים פלעגן זיך אונטערהאלטן דערמיט, אבער מיט די צייט האב איך איינגעזען אין זיינע טיפע דרשות, ווי גערעכט און טיף ער רעדט, און ס'האט געפאנגען מיין הארץ און מוח, און כ'האב געלעכצט אויף נאך און נאך.
איך בין געווארן שלא בפניו פון ר' יעקב יודא, זיין תלמיד מובהק, און פאר די קומענדיגע יאר צענדליג איז דאס נישט ארויס פון מיין טעיפריקארדער..
יענע יאר איז פארגעקומען עטליכע היסטארישע פאסירונגען, ווען אום חודש תמוז, איז געווען די הסתלקות פונעם ליובאוויטשער רבי זצוק''ל, און פונעם קלויזנבורגער רב זצוק''ל, און אויך ביי אונז אין שטעטל האבן מיר פארלוירן אפאר גוטע יודען.
ר' דניאל גאלדשטיין ע''ה איז נפטר געווארן אום חודש סיוון, און אויך מיין צוקונפטיגער זיידע – מיין שווערס טאטע, ר' יצחק ברוין ע''ה [איצי באטשי], וואס איך האב עהם גוט געקענט און כ'געדענק גוט זיין שטימע ביים ענטפערן הויעך אין שול, אמ...ן אמ...ן און זיין עקשנות אויף מסורה און מנהגים איז א פאקטישע ירושה ביין זיינע חשובע דורות נאך עהם, וואס איך בין דאך עדות אליינס, ביי מיין יודענע ע''ה וואס איז געווען אזוי שטארק ביי זיך אויף יעדע מנהג און מצוה ביז מסירות נפש ממש.
אז כ'האב דערמאנט ר' דניאל, האב איך זיך דערמאנט נאך א שטיקל בילד פון די שחרית אונזערע אין די חדר יארן, ווי דניאל איז געווען א חלק פון די מנין טעגליך, אבער דער משגיח ביים דאווענען איז געווען ר' אנשיל לונגער לאורך ימים ושנים טובים, וואס פלעגט טיילן 'דזשעליס' פאר ווער ס'דאווענט הויעך, און ער פלעגט אזוי לאנג שטיין און ווארטן, ביז 'יעדער' האט געדאווענט הויעך, און געמאכט זיכער אז 'יעדער' באקומט א דזשעלי..
און דאס יאר מישט שוין א בלעטל, און מ'קומט צוריק אין שטאט לערנען, אויף נאך יאר – שנת תשנ''ה, א יאר פון הצלחה גדולה אין מיין אויפשטייג פון לערנען און ידיעת התורה, א יאר פון הנאה גשמי ורוחני, וואס כ'וואלט געזאגט אז ס'איז די צווייטע גליקליכע יאר פון די יארן פון 'די אנהייב פון מיין לעבן'.. כ'האב הערשט דאן אנגעהויבן פאר א אמת לעבן.
ס'זענען געווען אלע מגידי שיעורים דארט פיינע און ערפארענע מחנכים, אבער אט דעם יאר, האב איך זוכה געווען צו זיין אונטערן השפעה פון א מגיד שיעור א יחיד במינו.
דאס איז געווען דער נאכמיטאג מגיד שיעור – הרב ר' אברהם יושע איינהארן שליט''א, וואס עד היום הזה טייטל איך אן מיטן פינגער, אלץ איינס פון די געציילטע מחנכים, וואס האבן געמאכט א מהפיכה לטובה אין מיין לעבן, א מהפיכה צו אומגלויבליכע הצלחה, אומגעראכטענע הצלחה, א איבערטויש פון מיין פריערדיגע לעבנס שטייגער צו א נייע בריה ממש.
ער אליין ר' אברהם יושע האט אונז פארציילט א ווארט, פון א תלמיד פון דער סניגורן של ישראל – ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי''ע, אז יענער שרייבט, 'אלע קענען דעם נאמען פון אונזער רבי ר' לוי יצחק בן שרה סאשע אלץ א סגולה'דיגער סניגור אויף כלל ישראל, אבער מיר תלמידים האט ער אונז געטרייבערט די אדערן..
דאס הייסט אז זיי האט ער מחנך געווען מיט כח און נישט ווייניג שטרענגקייט, און דאס דאזיגע זאג איך כלפי מיין ליבע מגיד שיעור דעמאלטס, ר' אברהם יושע, ער האט מצליח געווען מיר מסדר צוזיין! מיך שטעלן אין פלאץ, מאכן פון מיר א מענטשעלע!
נישט ווייניג לחץ האט ער געלייגט, אבער מיט אויסגערעכענטע ציפערן, און מיט א פונקטליכע חשבון, און מיט א געוואלדיגע שטוינענדע 'ימין מקרבת' להפליא, אז יעדע שריט יענע יאר, איז געווען אויסצוקושן מיט הצלחה און דערגרייכונג.
כ'האב דערמאנט אונזער פלייס ביים לערנען אין קעמפ, אבער באמת די ריכטיגע פלייס איז געווען די המשך פונעם כח וואס ער ר' אברהם יושע האט אין אונז – ספעציעל אין מיר, און אזוי ספעציעל אין אלע תלמידים באזונדער אריינגעלייגט, אז קיינער איז נישט ארויסגעפאלן פון די לימודים אויפן העכסטן דרגה.
איך געדענק ווען מיר האבן געלערנט די סימנים אין שו''ע פון הלכות בישול און מוקצה, סיי אין שטאט סיי אין קעמפ, האסטו געקענט אויפוועקן אונז חברים און תלמידים זיינע, אינמיטן שלאף, און מיר האבן געקענט ישר והפוך יעדע קנייטש אין די סימנים, ספעציעל די סוגיא פון 'חריות של דקל' וואס גייט מיר עד היום הזה נישט ארויס פון קאפ...
אין שטאט איז געווען סוף ווינטער יענע יאר, ווען מ'האט ממש געפילעוועט אויפן גרויסן פארהער, און ער איז ארומגעגאנגען און מזרז געווען יעדן באזונדער, אז מ'וועט קענען.. און ער איז נישט מקנא ווער ס'וועט נישט קענען.. אבער ס'געווען א קנאה של אהבה, יעדער האט ביי זיך געשפירט אז מ'גייט קענען ווייל מ'קען שוין יעצט יעדע שורה און פינטל אינעם גאנצן מקצוע.
עד כדי כך איז געווען אנגעשפאנט די מצב, אז כ'געדענק אז מיין ערשטע 'ווייסע האר' אין מיין פיאות, האב איך געטראפן יענע טעג פארן פארהער.. איך האב עס אוועקגעלייגט אינעם לעצטען בלעטל פונעם שו''ע למזכרת.. אבער ס'געווען א נחת און א פרייד נאכן ענדיגן די זמן, וואס איז געווען אויסגעקאכט מיט תורה און יגיעה, מיט התמדה און דערגרייכונג אין ידיעת התורה, און אין מידות טובות להפליא.
אין קעמפ פלעגן מיר אויף די גראז, גייענדיג פון דאווענען פון נאכטמאל פון ווען אומער נאר, פשוט איבערכאפן די לימודים אויף אויסנווייניג, און ס'האט געהאט די בעסטע טעם אין מויל, אז מ'האט דערגרייכט און אראפגענומען סוף יאר גוטע פירות.
איינמאל אינמיטן יאר, האט ר' אברהם יושע גאר שטארק זיך פארלייגט אויף מיר, און זיך אפגעגעבן מיט מיר מיט גוטן און בייזן.. און ער האט פלוצלינג געשפירט אז אפשר טייטש איך עהם אויס שלעכט, האט ער מיר איין טאג גערופן אין א זייט, און געגעבן א מתנה, א ספר 'אור האמת' – תורות וואס דער הייליגער קדושת לוי האט געשריבן אין נאמען פון זיין רבי דער גרויסער מגיד פון מעזריטש נבג''מ זיעועכ''י.
די ספר איז געווען א יקר המציאות, ווייל ס'נישט געווען צום באקומען אין די געשעפטן, און פון די געציילטע וואס ס'געווען יענע יארן צום באקומען, וואס ער האט פארמאגט, האט ער מיר געשאנקן, און צוגעלייגט מיט א קלארע זאג אין מיינע אויערן.
דאס איז א צייכן אז די לחץ וואס איך לייג אויף דיר דעם יאר, איז בלויז דיר אויפצוהייבן און בויען, און זאלסט וויסן גוט אז דו שטייגסט און כ'וויל זאלסט שטייגן נאך אסאך מער..
איך געדענק נישט גענוי מיט וועלכע מעטאדן ער פלעגט אונז האבן אין די האנט, אבער מיר האבן געשפירט אז מיר גייען ריזן טרעפ! מיר האבן געקענט וואס מ'האט געלערנט, מ'האט אנגעהויבן א ערנסטערע לעבן און מער תכלית'דיגער.
כ'וועל דערמאנען צוויי פון זיינע פעולות.
ער פלעגט זאגן מזמן לזמן אין די נאכט סדר שעות, אז יעדער זאל זיך נעמען פאר זיך א לימוד 'מה שליבו חפץ', א ספר צו א מקצוע פונעם ים התלמיד, צו חסידות צו הלכה צו מוסר צו אגדה, און ער האט באשטימט מזמן לזמן ווען יענע סדר הלימוד איז אנגעגאנגען.
ער איז ארומגעגאנגען און אבזערווירט יעדן וואס ער האט אויסגעוועלט און האט אויסגעשלייפט די רצונות פון יעדן באזונדער לויט זיין נייגונג צו יענע נושא, און פלעגט קונצליך מזרז זיין אז מ'זאל עס טאקע לערנען מיט א ציל אויף ווייטער, עס ענדיגן און ארויסקומען יעדן מיט זיין לימוד אויף א דבר השלם.
כ'געדענק אז ווען ער האט באמערקט אז מ'שמועסט ביים חזר'ן, פלעגט ער אלץ ארבעטן אויף א שיטה פון בלינדקייט.. אז ער האט זיך געמאכט ווי ער רעדט אונז איין אז ער וויל אונז איינרעדן, אז ער באמערקט נישט און מ'זאל זען אז ער זאל נישט באמערקן ווען מ'וויל שמועסן.. און ער פלעגט צוקומען מיט א שמייכל, נאך א שטיק צייט שמועסן, און זאגן 'מ'האט זיך עפעס פארשמועסט די לעצטע פאר מינוט'..
ער איז געווען היבש טויגליך און כיטרע קלוג, און האט עס 'נישט' גענוצט אקעגן די תלמידים – ווי מאנכע אין די היסטאריע פון מחנכים למיניהם פלעגן טון, מיטן כאפן די קרבנות מיט שפיצלעך, ניין! ער האט גענוצט אלע כוחות און חכמות, וויאזוי ס'זאל זיין חנוך לנער על פי דרכו פונעם תלמיד.
אזא מחנך איז זעלטן באמת זעלטען צום געפונען, און איך האב ב''ה זוכה געווען יענע יאר צו א היסטארישע התעלות, און מיט די יארן נאכפאלגענדע הילף אין מיין לעבן, ווי כ'וועל בעזרת השם נאך שרייבן אויספירלעך, כל דבר בזמנו ובמקומו.
די יאר איז נישט געווען בלויז דאס! מיר האבן געהאט אסאך אסאך פאן אויך, יא אויך דעם יאר תשנ''ה.. און א שיין ביסל היסטאריע האט זיך אפגעשפילט יענע יאר, וואס איז געווען די התחלה פון א נייע עפאכע אין פארשידענע הינזיכטן.
דעם יאר איז פארגעקומען די גרויסע שמחת הנחת תפילין פונעם רבינס עלצטער אייניקל – הרב יעקב יוסף בהרה''צ ר' אהרן מענדל שליט''א, ווען אין יענע צייט איז פארגעקומען א הייסע קאך צווישן דער היינטיגער סאטמארע רבי – ר' אהרן, און דער מאנסי וויזשניצער רבי – ר' מאטעלע, און ס'האט געהאלטן אזוי הייס, אז ר' מאטעלע האט געזאגט קלאר, אז כאטש ער איז א זיידע פונעם בר מצוה בחור'ל, ווייל ר' אהרן מענדל איז דאך זיין איידים, אבער אויב ר' אהרן טייטלבוים – וואס איז א שוואגער פונעם רבין זז''ג, וועט ערשיינען ביים סעודה של שמחה, וועט ער 'נישט' קומען..
אלע וואס געדענקן יענע צייט, געדענקן אויך וויאזוי ס'האט זיך אויסגעקאכט למעשה.
אונזער רבי שליט''א דער אדון השלום, האט דווקא געוואלט אז ס'זאל ביי זיין שמחה נישט זיין קיין ברעקל מחלוקת און נאכשמעק פון אומגעוואונטשענע זכרונות, האט פארארבעט מעשים, און איז אליינס אראפגעפארן צום שוואגער אין מאנסי, און זיך געבעטן מיט 'טרערן', אז ער זאל עהם נישט צושטערן די שמחה, און פאר זיינעט וועגן פארן כבוד פונעם טאטן זצוק''ל זאל ער פארציכטן אויף זיין אפמאך, און יא ערשיינען בראש המסיבה.
מ'האט דאן געשמועסט אז דער סקווערער רבי אז ער האט באוויזען איבערצואוועגן ר' מאטעלע איבער זיינס א באשלוס, מוז זיין א געשילטער סעקייעטרעס.. ווייל ער האט עס באוויזן, און ער איז געקומען, כאטש זיי האבן זיך נישט געגעבן די האנט, ר' מאטעלע מיט ר' אהרן, אבער געזעצן זענען ביידע בראש השלחן, צו די אומגלויבליגע צוזעענדיגע אויגן פון די מאסן פארזאמעלטע, פון נאנט און ווייט.
דער רבי שליט''א, ווען ער איז אהיימגעקומען פון זיך איינבעטן און פוע'לן ביים שוואגער, האט באמערקט ביים אהיימקומען אז זיין שניר – ר' אהרן מענדלס רעבעצין שטייט אויפן גאניק און ווארט אויף א גוטע בשורה.. האט דער רבי אויפגעעפנט די טיר פונעם קאר – נאך האלב פארענדיג, און ארויסגעשריגן, יא! ער קומט ער קומט..
יענע יאר איז אויך געווען די היסטארישע מסע הקודש פונעם רבין זז''ג קיין ארץ ישראל, וואס יענע רייזע איז געווען די עפענונג פון א נייע עפאכע אינעם חסידות, וואס ביז דאן איז אלעס געווען פנימי, מ'האט נישט געלאזט ארויסגעבן גארנישט קיין תורות און קאסעטן און אנדערע אויסגאבעס – ווי אלע אנדערע הויפן האבן שוין לאנג געטון.
אבער פון דאן אן, האט זיך אנגעהויבן א ווענדונג אויף אדרבה, אז אלץ כבוד בית סקווירא געבט מען שוין יא ארויס, און ס'געקומען א צייט וואס ס'איז א צורך דווקא יא אנצוהייבן פארשפרייטן די אינעווייניגע לעכטיגקייט פונעם חסידות כלפי חוץ, און דאן האט זיך שוין אנגעהויבן אומאפציעל די קערנדלעך פון די 'שמועסן בחצר הקודש' אין א רובריק וואס איז ערשינען פונעם 'מאנטריאלע אויסגאבע' דורך ר' ברוך נתנאל האכהייזער שליט''א.
איך האב מיך צוגעכאפט צו די סחורה, און איך האב אלץ געלייגט א האנט צו באקומען די סחורה, וואס איז נאכנישט געווען פאבליצירט פארן ציבור, און ווער ס'האט געוואלט שעפן ידיעות מחצר פנימה, צו אלטע סחורה פון כתבי חסידים וואס איז קוים קוים באפריידט געווארן פון באהעלטעניש פון יארן, דער האט געקענט עס קריגן, און איך האב עס טאקע דערווישט און זיך דערקוויקט מיין יונג הערצעלע מיט דארשט פונעם ריינעם קוואל פון חסידישע סיפורים אין היסטאריע.
א דאנק דעם, האב איך מיר יענע יאר גאר שטארק משלים געווען אין זייטיגע לימודים אויך, סיי אין חומש רש''י, וואס כ'האב געענדיגט מיט א טייל מפרשים, אינעם ספעציעלן 'המאור' חומש, וואס איינע פון די מחנכים נאך אין שטעטל, האבן באוואויגן מיין טאטן שליט''א זאל עס מיר שענקן במתנה, און יעצט האב איך עס גוט גענוצט.
און אויך פלעג איך זיך צו כאפן צו די יחידים וואס זענען אויפגעשטאנען פארטאגס, און זיך גענומען א זייטיגע מסכתא פון ש''ס, און עס אויסגעהארעוועט און אדורכגעלערנט עד תומה.
ספעציעל מיין טייער ליבע לעבנס ספר, דער הייליגער ספר מאור עינים, איז געווען ביי מיין בעט ביי מיין זייט, ווי אומער איך בין געווען, און כ'האב דערין געלערנט על הסדר, אזוי אלע יארן, און ע''פ חשבון האב איך שוין געענדיגט דעם הייליגן ספר אן א שיעור מאל, און אפילו היינט ווען כ'שרייב די שורות, חצי טבת תשע''ד, האב איך יעצט געענדיגט די 'ליקוטים' אינעם ספר 'מאור עינים' און כ'האב אנגעהויבן די חלק 'ישמח לב' אויף ש''ס צום סוף פונעם ספר הקדוש.
פארוואס איך דערמאן עס יעצט, איז ווייל יענע יארן האב איך געהערט א געוואלדיגע זאך, אז חסידים אמאל אינדערהיים, וואס האבן געוואלט מזכיר זיין ביים רבין עפעס, און זענען געווען ווייט אוועק, האבן זיך געפירט אריינצולייגן א קוויטל אינעם מאור עינים ביי פרשת נשא, ווי דארט שרייבט דער מאור עינים געוואלדיגע ווערטער, אז 'ישועת השם כהרף עין' אז ער אליינס האט געהאט יסורים און איז כהרף עין געהאלפן געווארן פון הימל, און חסידים האבן עס גענוצט ווי א סגולה, וואס האט געהאלפן און עס פארציילט פאר די דורות ווייטער.
אויך איך, ביים הערן דעם הנהגה טובה ממש געציילטע חדשים פאר איך בין אנגעקומען קיין תולדות לערנען, האב איך דאן אויך געשריבן א צעטעלע, פונקטליך מיינע הארץ בקשות, און עס אריינגעלייגט אינעם באשטימטן בלאט, און ב''ה כ'קען זאגן ס'האט זיך אנגעהויבן ישועות און הצלחות להפליא.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
איז ווי האב איך געהאלטן מיט תולדות.
יא, אינדערפרי האבן מיר אויך געהאט א פיינע מגיד שיעור, ר' ראובן מרדכי גרין שליט''א, וואס איך האב גראדע ביי עהם געהאט א גוטן בלעטל.. ווען מיין חברותא פלעגט זיך באקלאגן אז איך שמועס, צו איך מאך עהם לאכן, האט מיין חברותא געכאפט דעם פסק, און מיר האט ער געדזשאלעוועט, ווייסעך נישט פארוואס.
אבער ווען ער איז געשטאנען פאר א דילעמא, איז געווען ווען מיין אנדערע חברותא – שמואל אהרן ברוין, וואס איז געווארן מיין שוואגער עטליכע יאר שפעטער, ווען כ'האב געטראפן מיין באשערטע בזיווג ראשון – זיין שוועסטער אין לאנדאן.
ער איז דאך געווען פון לאנדאן, און איז געקומען דא קיין ניו יארק לערנען, און מיטגעברענגט זיינע עקשנות'ן און סייד עפעקטס.. און אונז האבן זיך אזוי ליב געהאט אז מיר האבן זיך געריסן!.. ממש הריגות פלעגט זיין צווישן מיר און עהם, און מיט נאך אנדערע.
אבער אינטערעסאנט אז א חברותא ביים לערנען זעמער געווען פונקט פאסיג..
אבער מאכט זיך אמאל אז ער האט מיך דערצערענט, און איך האב גענומען א טעפל מיט מילעך און עהם אהינגעשאסן אין פנים אריין, ווען זיין 'נייע הוט' איז געווארן ווייס אין איין רגע, און דערויף האט ער מיר דערלאנגט א פראסק אין פנים, א פראסק פון זיינע ברייטע לאפעס וואס האט באמת געקענט מיך צוקנייטשן די פנים ווי א שטיקל פאפיר..
איך האב גע'בוכה'ט און געשליקערצט.. און ער האט געפלאקערט פאר אויפרעגעניש, און ר' ראובן מרדכי האט דא געהאט א דילעמא וויאזוי צו באהאנדלען דעם בליץ קריג..
א חברותא זעמער געווען פיינע, אבער ביי לאנטש זעמער געווען שלעגערס.. און דא גייט א הייס צושפילטע קריג, און ער וויל קיינעם נישט מחייב זיין, אבער מוז שנעל מסדר זיין אז דער חברותא שידוך זאל נישט צעפאלן, ווייל ס'געווען פונקט פאסיג..
ער האט אהערגעדרייעט און אהינ'גע'שתדל'ט.. און אונז צוזאמגעברענגט אויף א שלום אפמאך, אז ס'געווען א אויסבראך נישט קיין אמת'ע שונאים קריג, און מ'זאל זיך מוחל זיין, און זיך צוריק אריינווארפן אינעם לערנען, און דאס איז געווען פונקט א גוטע סעמפל, פון באהאנדלען א מצב אין תולדות, וואס האט גוט געפאסט פארן וואוילזיין פונעם חינוך און גוטע ערציאונג אין די ראמען פונעם גוט באקאנטן ישיבה וואס האט נושא פירות געווען לגאון ולתפארת.
איך געדענק גראדע, אז יענע יאר פורים צייט, פלעגט שמואל אהרן – מיין שטענדיגע בר פלוגתא אין די פרייע צייט, און וועמענס בר פלוגתא נישט.. זיך ראנגלען מיט אונזערע פארפירן, סיי ביים מאכן פורים אין דארמעטארי, סיי ביים מאכן קולות ווען ער האט געוואלט זיך אפרוען..
ער האט באזיצן א טעות גדול, אז מיר וועלן עהם דולדן ווי אין לאנדאן צו אינדערהיים.. מיר זעמער געווען די זעלבע בחורישע היציגע בלוט, און מ'האט קיינעם נישט געלאזט נעמען די מלוכה אין די אייגענע הענט.
אבער צוליב עהם, האבן מיר טאקע ווייניגער פארפירט, אבער ס'האט אויסגעשלאגן ביי אנדערע אומשטענדן, ווי פאלגענד.
דער משגיח פלעגט טרייבן שלאפן, אבער אונזער בר פלוגתא'ס תרעומת קעגן די שכנים און מחוצפים כלפי עהם, האט אנגעמאכט א גערודער ביים שלאפן גיין, און דער משגיח האט געהאט נאך א שווערערע אויפגאבע, פון מסדר זיין נאכט איין נאכט אויס, די שלעגערייען און אויך די היציגע יונגע בחורים, זאלן איינרוען און ענדליך איינשלאפן.
מאכט זיך איינמאל א נקמה אקציע, ווען ניישטאדט און פריזעל פון די יונגע כיתה, האבן ווי קליינע מייזעלעך אונטערגעציפט דעם חיה.. און דערצו האט נאך 'געציל אונגאר' זיין שטוב שכן, מסדר געווען זיין בעט מיט אפאר טעפלעך וואסער, ווייל ער האט אריינגעווישט זיינע פוס פלאכן אין געצילס בעט געוואנד..
געציל איז אויך נישט געווען קיין שוואכלינג, און ווען שמואל אהרן האט געוואלט אריינקומען אין זיין שטוב זיך נוקם זיין.. האט געציל געדזשוכעט דעם טיר מיט זיינע פוס, אז ווען שמואל אהרן האט זיך פראבירט אריינשלייכן אינעם אפענעם שפאלט ביים טיר, האט ער געברויכט כאפן אין פנים.
אבער למעשה, האט דער משגיח הרב טויבנפעלד באמערקט דעם געשלעג, און האט 'איבערגענומען' די זייט פון שמואל אהרן, און פראבירט אריינקומען אינעם שפאלט, ווען געציל – נישט וויסנדיג אז ס'איז דער משגיח, זעצט מיטן גאנצן קראפט, דעם טיר אין פנים אריין פונעם פיינטליכער אריינדרינגער..
און ווען דער משגיח האט באזיגט און אויפגעפראלט דעם טיר, האט זיך געציל אין א אויגנבליק ארויסגעכאפט פון דארט, און אנגעהויבן אנטלויפן..
דער משגיח האט פאר כעס אויס, געשוואוירן נקמה, און איז עהם נאכגעלאפן..
ווער ס'קען דאס אויסשטעל פונעם דארמעטארי דארט, וועט בעסער פארשטיין דעם סיטואציע, אבער לאמיר מסביר זיין די געשעעניש.
ווען מ'וויל אנטרינען פונעם דארמעטארי, קען מען דורך צוויי וועגן, אדער דורך טרעפן וואס פירן אראפ ביזן ביהמ''ד, און ווייטער אראפ צום גאס, אדער, גייט מען ארום ארום א געדרייעטע האלוועי, וואס פירט ארונטער צום לאנטשרום, און פון דארט ווייטער געדרייעט און געדרייעט ביזן ביהמ''ד און דארט קען מען ווייטער אנטלויפן צום גאס.
געציל איז געלאפן דורך די געדרייעטע וועג, וואס ביים קארנער איז דא די סוויטש באקס, און דער משגיח האט נאכלויפנדיג זיך געכאפט דעם אטעם ביים סוויטש באקס, און געספינט.. ביז ער האט געכאפט הענט און פוס און ווייטער געלאפן.. אבער געזען אז געציל איז שוין לאאאאנג אונטן.
איז ער צוריק געלאפן די אנדערע וועג, צו איבעראשן אונזער געציל, ביי זיין מעגליך ארויסלויפן פונעם ביהמ''ד טיר..
אבער געציל האט מיט אזא שטויסקראפט אויפגעשטויסן דעם ביהמ''ד טיר און אראפגעלאפן די שטיגן, אז דער משגיח האט זיך פארלוירן און געשריגן און פראבירט נאכלויפן.. אבער אן ערפאלג.
נו, ווי לויפט א בחור מיט פידזשאמעס און נאכט קאפל אינמיטן נאכט? האט דער משגיח געהאט ניצחון! און עהם אזוי אויסגעשפארט..
און וואס ס'האט זיך אויסגעקאכט נאכדעם, געדענק איך נישט, אבער די מעשה ביז אהער איז געבליבן אין מיין זיכרון מיט אומ'איינגעהאלטענע געלעכטער.
און כ'זאג אזוי אז ער איז געלאפן ווי א מייזל, אוי ווען איינער האט אויסגעשריגן אין דארמעטארי א מייז!!! איז געווארן וואכנאכט דארט.. און מייזלעך איז דארט געווען בלי מספר.
אינמיטן שיעור, ווען דער מגיד שיעור איז שטיל געווארן א וויילע, און א האלבע כיתה איז אויפגעשפרינגן, אז א מייזל האט זיך אריבערגעכאפט פון איין לעכל צום צווייטן, אריבערלויפנדיג די כיתה אינדערמיט.
אזוי פלעגט דער מגיד שיעור זאגן פאר א פארשלאפענע בחור, וואש דיר אפ די פנים, און לעב אויף, ס'איז א געשמאקע סוגיא, אבער ווען א מייזל האט איבעראשט דעם שיעור, האט מען נישט געדארפט וואשן די פנים..
כ'געדענק אז ר' יצחק שטיינער פלעגט קומען פארהערן יעדע וואך, און ער פלעגט זיך אריינזעצן אין כיתה און אנהייבן א שאלה דעם ערשטן בחור, און דעם צווייטן בחור, און א דריטע בחור, און נישט געווארט צו לאנג אויף קיינעמס ענטפער.
ווייל אויב מ'האט נישט געענטפערט גלייך וואס ער האט געפרעגט, האט ער געזאגט שארף, א האלבע כיתה קען נישט די סוגיא, נעקסטע וואך וועל איך ממשיך זיין פארהערן – ווען מ'וועט קענען!!!
אסאך מאל האט זיך אזוי געענדיגט די פארהער, און מיר פלעגן זיך ארומקוקן צווישן זיך, נישט וויסנדיג צו לאכן צו טרויערן.. ווייל ביי עהם האט געמיינט קענען, ווען מ'ענטפערט אין איין רגע, נישט קיין חילוק וועלכע שאלה פון וועלכע סוגיא אין די גמרא, און מ'האט געדארפט גרונטליך לערנען און שארף ענטפערן אז ער זאל זיין צעפרידן, אבער ס'האט אונז אזוי אויך אנגעשארפט, אז מיר האבן פראבירט כאטש.. דאס מאל יא צו קענען.
נישט יעדן האט ער אזוי שארף פארהערט, ער האט די שוואכערע קעפ געפרעגט דווקא גרינגע שאלות און זיי געלאזט טראכטן אויך, אבער טאמער יענס האבן זיי אויך נישט געענטפערט גוט, האט ער זיי אויך געזאגט דעם זעלבן פסק.
ס'געפארן א סיסטעם, און מ'האט געהאט שטארק רעספעקט פאר ר' יצחק שטיינער, ווייל זיין ווארט איז געווען דער מכה בפטיש, ווען ער האט מיט איין בליק גע'פסק'נט ווער ס'איז מצליח און ווער ס'פאנפערט.
און כ'געדענק גוט, אז איינמאל אינמיטן פארהער, האט מען געהערט קולות און געוויינען, פונעם דערנעבנדיגע סאטמארע ישיבה אויף ראטליטש, און נאכן פארהער בין איך געוואויר געווארן עפעס וואס כ'האב באמת נישט געוואוסט ביז יענעם טאג.
ה' אייר!!! דער טאג וואס סאטמאר מאכט תשעה באב אין די וואכן.. און אזעלכע קולות און געשרייען, האט מיר געמאכט טראכטן ווי ממש יעצט איז דער שונא אריין אין שטאט, און מ'רייסט הימלען אז ס'זאל כאטש בלייבן א מנין ביי כלל ישראל..
איך האב באמת נישט געהערט און געוואוסט פון די גאנצע געשיכטע פון ציונים און אלע חאזערייען און געשיכטעס פון אלע נושרים פון כלל ישראל, וואס באמת האט עס נישט אויסגעפעלט צו וויסן, ס'האט מיר נאר צוגעגעבן נאך שטותים אין קאפ, ביים הערן די אלע פלאפלערייען אין די דערנעבנדיגע סביבה, און קיין יראת שמים האט עס נישט מוסיף געווען ביי א יונג בחור'ל אין די ישיבה יארן.
און אויב כ'האב געמיינט אז דאס איז עס מיט די געשיכטעס אין תולדות, האב איך מיר פלוצלינג דערמאנט פון עטליכע געסט אין ישיבה.
מיר פלעגן האבן אין ישיבה א טעגליכער קדיש זאגער.. אויסער ר' מאיר טערקלטויב דער נאכט שומר, פלעגט ר' בנימין זאב ווינטערניץ – כ'ווייס נישט צו ער לעבט נאך.. אבער דעמאלטס איז ער שוין געווען א זקן מופלג, און פלעגט זאגן קדיש ווי מ'שפייעט פאפיטעס..
און בנשימה אחת האט ער געזאגט קדיש און אויסגערופן באלד דערנאך וואס ער דארף הילף..
עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו... ווי איז דער פושקע.. צייל מיר אפ די געלט דא..
אמאל האט ער אפילו געזאגט אין איין אטעם אויפן קול, עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן.. ווי איז דער בית הכבוד..
און נאך שענער פון דעם, פלעגט ער האבן יארצייט ווי אלע זיידעס, און איינמאל ביים ווארטן אנצוהייבן הויעך שמונה עשרה, רופט ער אויס צום מגיד שיעור.
ר' ראובן מרדכי, מ'קען שוין אנהייבן? און ער באקומט א צייכן אויף יא. הייבט ער אן.. ברוך אתה ה' מגן אברהם.. עממ עממ ניין.. אלוקי אברהם אלוקי יצחק אלוקי יעקב.. און דער עולם האט זיך געווארגן פאר געלעכטער..
נו, גייטס צו אביי ורבא.. פלעגט ער אונז אפ'פטר'ן יעדן טאג נאכן עהם באגלייטן ארויס צום גאס..
ער איז נאך געווען א תורה יוד, אבער מיר האבן געהאט א גאסט טעגליך, בעסער געזאגט, נאכט נאך נאכט.. 'יוסל ליבערמאן'.. א יוד אן א בארד, אויך נישט יונג – אין די הויעכע יארן, און פלעגט קומען אויסליידיגן די טעפ אין ישיבה, מיט די אייגענע מויל..
דער האט געקענט אויפעסן א גרוב מיט שפייז, ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת רצופות.
מ'האט פארציילט, אז זיין ווייב פלעגט עהם אויסהונגערן, כדי אכטונג צו געבן ער זאל נישט עסן קיין סאך, צוליב זיין געזונט.. אבער ער פלעגט זיך אריבערכאפן צום ישיבה, און נאך נאכטמאל האט ער זיך מנדב געווען אויסצואוואשן די טעפ.. ער פלעגט ממש אויסלעקן די טעפ, און אראפשלונגען אלעס וואס איז געבליבן..
איינמאל האבן ווילדע בחורים עהם גענומען רודפ'ן, און מ'האט עהם באווארפן מיט געקאכטע צוויבל פון די זופ, ער האט זיך נישט געפוילט, נאר זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעגעסן..
ער האט זיך פארשטעקט אין א שטוב, אנגעהאלטן די טיר האלב אפען, און געווארט מ'זאל עהם ווארפן מייערן און צוויבל, און שנעל עס געכאפט און אויסגעגעסן.. נעבעך. איך האב עהם אזוי געשוינט, אבער גיי האלט אפ משוגענע בחורים וואס כאפן זיך צו צו א אומבאהאלפענע הונגעריגע זקן, וואס ווייסט נישט פון זעטע..
איך האב אין די דריטע כיתה דארט געמאכט א שטיקל פרנסה'לע פאר זיך, איך פלעג פארקויפן לעכט, צו צינדן פאר יארצייטן, און כ'פלעג ארויסלייגן טעגליך א רשימה פון אלע יארצייטן.. און א דאנק יעדע יארצייט האט מען 'יעדן טאג' פריש געקויפט לעכט פון מיר, און געצינדן.
איך האב מיט די צייט צוזאמגענומען די נישט אפגעברענטע לעכט, און עס פריש פארקויפט, די האלבע לעכט פאר האלב פרייז, מ'האט מיר פארגעהאלטן, אז ס'איז שוין פארקויפטע סחורה, אבער איך האב מיך נישט געלאזט, און געלייזט א פרוטה נאך א פרוטה, און זיך אנגעזאמעלט א סכום..
אנשטאט איך זאל שנארן עסן פון אנדערע, ווי מ'פלעגט אלץ קינד שנארן ריסעס ביי די חברים.. פלעג איך יעצט האבן אלץ קליין געלט צו שפענדן, און כ'האב מיר געמאכט א היבשע לעבן אין מיין וועלטל אין דארמעטארי, וואס כ'וועל נישט פארגעסן, די געבענטשע צוויי יאר אין תולדות.
גראדע איין מארגען פרי, בין איך אויפגעשטאנען און געשמעקט עפעס פייער.
איך פלעג לייענען אין די טיפע נאכט שעות, און רוב מאל אונטערן דעקע, אז דער משגיח זאל מיר נישט הייסן פארלעשן די לעקטער, און ס'געליגן די הייסע באלב אויף מיין קושן א גאנצע נאכט, האב איך געשמעקט אינדערפרי ווי די באלב האט שווארץ געמאכט און געלעכערט פון היץ, די קישן ציכל מיינע, און כ'האב שוין מער אכטונג געגעבן פון דאן אן.
די בעטן אין דארמעטארי איז זיכער געווען מער באקוועמער ווי די מאטראצן אין קעמפ, אבער געזונטער פארן רוקן איז געווען די קעמפ מאטראץ, צוליב די גלייכע ספאנטש, וואס האט זיך נישט געבויגן מיט ריקן, און געהאלפן אויף א פארקילטע רוקן, ווי באקאנט.
כ'געדענק נישט צו כ'האב פארציילט אין מיינע קינדער יארן, ווי כ'האב מיך אמאל אויסגעבויגן די רוקן ביים טאנצן אויפן בעט, און זייט דעמאלטס האב איך שוין ביז היינט אסאך מאל געכאפט א אטאקע פון א נערוו וואס האט זיך איבערגעצויגן ביים רוקן, איז א גוטע מאטראץ א גוטע רפואה.
יעדע זאך האט א ענדע.. די צוויי זאטע יארן אין תולדות איז געקומען צו א ענדע, ווען מ'האט זיך אנגעהויבן גרייטן אריינצוגיין אין 'ישיבה גדולה'.
דער מגיד שיעור האט געגעבן א דרשת הכנה צו ישיבה גדולה, און ווען כ'קוק היינט צוריק, זע איך אז זיינע ווערטער זענען געווען א שאד ממש, ווייל מיטן דרשה צו אנע דרשה זענען מיינע ישיבה גדולה יארן געווען די זעלבע פארלוסט אויף צייט.. ווי מ'זאגט, און ווי איר וועט לייענען.
איך בין דאך געווען באמת א יאר עלטער, און נאך אין תולדות בין איך געקומען צו פארן ביים מיין יום הולדת, קיין סקווירא צום רבין, צו הערן די 'זיבעצן שמועס' וואס איז אייגעפירט, אז דער רבי זז''ג זאגט עטליכע דיבורים פאר בחורים, ווען מ'גייט אריין אינעם יום הולדת אל הקודש פנימה, פון זיבעצן יאר און ארויף, ביז מ'האט חתונה.
געווענליך איז די שמועס ביי זיבעצן יאר, בענין טו''ב, ואין טוב אלא תורה, און אז איך ווער א יאר עלטער אינעם חודש פון אדר, דערמאנט דער רבי וועגן 'מחיית עמלק און קימו וקבלו, און פירט אויס ווי שטענדיג.
'אז מ'קוקט אינעם אור פונעם בעל שם ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, דאס גיבט אריין א לעכטיגקייט, א חיות אין א שבת און אין א יו''ט.. וכו'..
אבער א לאטישע שידוך וואונטשט דער רבי נאכנישט אזוי שנעל נאר דעמאלטס צום ערשטן מאל.
און מיין טאטע וואס האט זיך אייביג שוין אנגעהויבן זארגן פאר שידוכים, שוין פון זעכצן און א האלב, האט ביים געבן הושענא רבה א קוויטל, געזאגט דעם רבין זאל מיר וואונטשן, א לאטישע שידוך, ווייל איך ווער שוין זיבעצן אין א האלבע יאר..
דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט.. און האט בדיעבד שוין געוואונטשן דעמאלטס, עהם צוליב צוטון..
ישיבה גדולה!
המשך יבוא בעזהשי''ת
מ'גייט אריין אין ישיבה גדולה, די ווערטער וואס האבן זיך געהערט אזוי מאדנע, ווייל שוין אלץ קליין קינד האב איך גע'חלומ'ט פון דעם מאמענט, ווען כ'וועל זיין א גרויסע בחור, און קענען טון וואס איך וויל..
אין מיינע אויגן איז ישיבה גדולה געווען די ארט און צייט, וואו מ'קען לעבן אן קיין דאגות און לחץ פון כאטש וועם, 'אויב עס געלונגט דאס צו באווייזן'..
איך האב מיך נישט ווייט טועה געווען, ווייל מיינע ישיבה גדולה יארן זענען טאקע געווען ווי געקלערט אלץ, הפקר פעטרישקע.. און אויסער דא און דארט ווי מ'האט זיך אנגעשטויסן מיטן משגיח צו מנהל, און איינגעהערט אפאר דיבורים קשים, איז עס אין אלגעמיין געווען אויפן אייגענעם האנט, בעסער געזאגט – אויפן אייגענעם אחריות.
כ'וועל זאגן דעם אמת, נישט פאר יעדן איז עס אזוי געווען, ווייל די דארמעטארי בחורים – דהיינו די וואס האבן נישט געוואוינט אין סקווירא שטעטל, איז עס יא געווען מער אין קאנטראל, אבער אונז סקווירא תושבים, האט די הנהלה כמעט נישט געהאט די כח אונז צו קאנטראלירן.
ווען מ'איז אריינגעקומען אין ישיבה גדולה, אין די ערשטע פאר חדשים, איז אלעס אוודאי געווען אינעם מסגרת, און יעדער האט זיך ארומגעקוקט אויף די נייע חברים פון נאנט און ווייט, און מ'האט זיך נאטורליך געטראפן די פאסיגע חברותות.
דא ווידער איז די אחריות אז קיינער זאל נישט ארויספאלן פון די שיעורים און לימודים, געווען א געוויין.. איך האב ווידער מיך געזען אן חברותות און אן א תכלית.
אויף צו שמועסן איז געווען גענוג חברים, אבער אויף צו תכלית איז נישט געווען צו באקומען א חברותא ווי לאנג די יאר איז.. און אזוי לאנג איז טאקע געווען די יאר.. ווי כ'האב מיך אנגעקוקט אלץ צייט שפענדער להבל ולריק, און מיין מוח האט מיר באפוילן אליינס צו זוכן א תכלית.
כ'האב מיר אנגעהויבן לערנען אייגענע לימודים, אין די ישיבה גדולה יארן האב איך למעשה געהאט געענדיגט א שיין ביסל אייגענע לימודים, צווישן זיי חק לישראל מיט אלע פירושים, די זוהר'ס און אפילו די שווערע שטיקלעך האב איך נישט אויסגעלאזט, און כ'האב מצליח געווען איינצוקויפן ידיעות אין אסאך חלקי התורה.
אויסער מאור עינים, האב איך אויך צום ערשטן מאל אנגעהויבן לערנען אור החיים הקדוש אויפן סדר, וואס האט מיר למעשה גענומען צו ענדיגן אכט יאר שפעטער.. אבער כ'האב געלערנט א בלעטל נאך א בלעטל, און אזוי און נאר אזוי סוף כל סוף אנגעקומען צום אנדערן זייט דעקל.
מיין לערנען אוהחה''ק האט זיך אנגעהויבן אזוי, אז כ'האב אנגעהויבן א שטיקל, און געזען אז דאס איז נישט פאר מיר, און כ'האב פארמאכט דעם ספר מיט א קוש..
אבער באלד האב איך עס נאכאמאל געעפנט, און פראבירט נאכאמאל פארשטיין דעם ערשטן שטיקל אין פרשת ויקרא, וואס איז גראדע באוואוסט אלץ שווערע שטיקלעך, און אז כ'האב געזען אז ניין, ס'נישט פאר מיר, האב איך דאך מיט עקשנות אפגעמאכט, אז ס'טאקע נישט פאר מיר, אבער די ערשטע שטיקל 'מוז' איך פארשטיין.
און פונעם ערשטן שטיקל איז געגאנגען די צווייטע שטיקל – מיט היבש קאנצעטראציע, כדי צו פארשטיין און אליינס וויסן אז איך פארשטיי.. און כ'האב עס שוין נישט פארמאכט מער.. נאר געלערנט מזמן לזמן נאך א שטיקל און נאך א שטיקל, געמאכט א קנייטש, און ממשיך געווען אין די נעקסטע געלעגנהייט, ביז כ'האב עס מסיים געווען אכט יאר שפעטער בשלימות.
דעמאלטס האב איך 'נאכאמאל' אנגעהויבן דעם ספר הקדוש אור החיים, און ס'האט שוין גענומען כמעט פאר האלב צייט, פיר יאר! ווען כ'האב עס מסיים געווען צום צווייטן מאל, מיט גייסטישע פרייד.
על כל פנים, אין ישיבה גדולה האב איך קיין סאך נישט אויפגעטון אינעם מסגרת הישיבה, און נאר געמאכט זיכער אז כאטש מיינע אייגענע לימודים זאל איך דעקן טאג טעגליך, און דערמיט זיך געשפירט טיילווייז צופרידן.
ווי אלץ אין מיינע יונגע יארן, בין איך געווען זייער נישט פונקטליך מיט זמנים, און כ'פלעג טאקע אלץ קומען שפעט, און אין די שפעטערע חדשים פונעם יאר – בכלל נישט קומען צו גאנצע סדרים אין ישיבה, ואין פוצה פה ומצפצף..
נישט אלץ איז עס א גוטע זאך, צו זיין א פרייע פויגל, ווייל אן א עול איז אן א תכלית, און אזויווי מ'האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר צו איך לערן צו איך קען די בחינות, צו איך בין מצליח בכלל, אזוי האט מען נישט געוואוסט ווי איך בין וועלכע צייט אין טאג.
עד כדי כך, אז אמאל ווען כ'האב געזוכט פאן, ביים נאכט סדר שיעור, און דער מגיד שיעור פונעם אנדערן כיתה האט פארגעלערנט פסקי הלכות פאר זיינע תלמידים, האב איך אריינגעשטופט א לאנגע טישו דורכן לעכעריגן פלאג לעכל, און ס'האט זיך געטון א שטילע געלעכטער דארט אינעווייניג.
נאכן שיעור, קומט צו צו מיר דער מגיד שיעור אומגעראכטן, און געבט מיר א כאפ אן ביים האנט, און טרייבט מיך ארויס פון ישיבה, שרייענדיג, זאלסט נישט מער אריינקומען אין ישיבה דא, די מחוצף! א גאנצע שיעור האסטו מבטל געווען פון לערנען..
איך האב זיך טאקע נישט באוויזן א גאנצע וואך.. און איין טאג טרעפט מיר 'מיין' מגיד שיעור, און פרעגט מיר מיט וואונדער, ווי איך בין נעלם לעצטענס, ווייל ער כאפט יעצט אז ער האט מיר נישט געזען א לאנגע צייט..
איך האב עהם פארציילט אז יענע מגיד שיעור האט מיך געווארנט כ'זאל נישט אריבערטרעטן די ישיבה טיר, ווייל כ'האב עהם געשטערט די שיעור ביי נאכט סדר.
זאגט ער מיר.
גלייב מיר, איך וואלט דיר אויך ארויסגעווארפן.. אבער אז דו קומסט נישט קען איך דיר נישט ארויסווארפן..
ס'געווען א שפיציגע ווערטל, אבער אינגאנצן אמת! אז כ'בין נישט געקומען האט מען מיך נישט געקענט ארויסשיקן – פארן נישט קומען..
וואס כ'האב געטון יענע יארן? באמת גארנישט! פארקערט, ווען כ'בין ארויס פון ישיבה גדולה נאך דריי יאר גולמ'ן דארט, האב איך הערשט אנגעהויבן אויפטון, און אויך 'הארעווען' אבער באמת הארעווען.
די יארן פון ישיבה גדולה איז געווען איין גרויסע פארלוסט פון טעג, און די יארן נאך ישיבה גדולה א אוצר פון לעכטיגע זכרונות און גוטע טעג.. אז כאטש איך בין א חתן געווארן ביי 23 יאר אלט, איז עס געווען מער אז ס'האט מיר גארנישט געפעלט און געשטופט צו וועלן חתונה האבן..
דאך האב איך עפעס זכרונות גוטע, אויך פון די ישיבה גדולה יארן, און כאטש דאס איז מיר געבליבן עפעס תכלית'דיג מיט עפעס ממשות.
ווי דערמאנט איז נאכט סדר געווען א צייט ווען מ'האט זיך געקליבן זוכן פאן.. און כ'געדענק אז איינמאל זיצנדיג אין א ליידיגע כיתה מיט נאך א חבר צו שטופן די צייט.. איז פלוצלינג ערשינען דער משגיח, און ער האט מיך געכאפט מיט א טעיפריקארדער!
אבער דאס איז נאכנישט געווען עק וועלט, איך האב געהאט דארט א טעיפ פון 'מרדכי בן דוד'.. דאס איז בימים ההם שוין געווען א עוון פלילי.. וואס? מ'הערט א טעיפ אין ישיבה? און נאך עם.בי.די.??
ער האט אוועקגעכאפט פון מיר בלויז דעם טעיפ, און עס מיר הערשט צוריקגעגעבן סוף יאר, מיט א תנאי אז כ'זאל מער קיינמאל נישט ברענגען אזא טעיפ אין פאבליק!
מ'דארף פארשטיין, אז בימים ההם, ווען 'ביפערס' איז געווען די סעלפאן פון היינט, און טשענעל ראדיא פונקט ווי אינטערנעט היינט, איז מרדכי בן דוד געווען אזוי אסור אינעם חינוך קוק, נאך ערגער ווי א קול באישה, און ס'האט געהייסן א פירצה אין יודישקייט..
כ'רעדט שוין נישט פון א קעמרע, וואס קיינער האט נישט געהאט ביי זיך, ווייל ס'געווען כאילו מ'זינגט הארא ביי כל נדרי.. אזוי מאדנע! נישט אזוי אסור ווי נישט פאסיג.
און איך האב יא פארמאגט אין די טיפענישן פון מיין טאש, א 'דיספאזעבל קעמרע' וואס כ'פלעג ניצן אין צייטן וואס כ'האב פארשטאנען, אז אם לא עכשיו – אז כ'וועל יעצט נישט שיסן א בילד, וועל איך חרטה האבן דערויף שפעטער, און כ'האב טאקע נישט חרטה געהאט פארן קלויבן סצענעס, פון יענע יארן.
אבער מאכט זיך איינמאל ויהי היום, איך האב געכאפט א בילד ווי א גראבע בחור א בעל כח גראדע, ליגט אויסגעשטרעקט אויף א באנק אין ישיבה, און כ'האב באמת קונצליך באהאלטערנערהייט עס פאראייביגט.. און נישט געגלייבט אז איינער האט באמערקט.
למעשה האט איינער יא באמערקט, אט יענע איינער, איז געווען דער זעלביגער מסור קעצל אין חדר, דער זעלבע נאז שטעקער אין ישיבה, און עד היום איז ער דער זעלבע קנאי ווען מ'דארף נישט.. יענער האט פארציילט פארן גאבן בחור, און מער האט נישט אויסגעפעלט, מ'איז מיר באפאלן און צוגענומען די קעמרע און עס גע'ממית'ט..
און כ'האב נישט געהאט קיין טענות אויף דעם גראבן בחור, ווי אויפן מסור קעצל.
און דאס איז א שטארקע כלל, אז אזויווי מ'איז אלץ קינד, איז מען אלץ בחור, און אלץ יונגערמאן, און אלץ באלעבוס, און אלץ זיידע.. אויב מ'טוישט נישט די שלעכטע זיטן מיט שכל און באצייטנס.
יא, די זעלבע חברים אין כיתה, וואס כ'בין מיט זיי אויפגעוואקסן אין חדר, און דארט געדענק איך זיי אלץ מסור קעצלעך, שלעגערס, און כל מיני שגעונות – אויף א קינדישן פארנעם, די זעלבע האב איך געטראפן דא ווידער אין ישיבה גדולה, נאך אפאר יאר אפשניט, וואס זיי האבן געלערנט ערגעץ אנדערש ווי איך, אבער דא אין ישיבה גדולה האבן זיי קלאר געוויזן, אז זיי האבן זיך גארנישט געטוישט, נאר געווארן עלטערע און פארעלטערטע שלעכטע בעלי מידות.
וועלכע גוטע זאך איך יא געטון אין יענע יארן, איז געווען דאס אנהייב פון מיין 'אפציעלע' שרייבן קאריערע.
אמת אז איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן בזעיר אנפין עטליכע יאר בעפאר, אבער יענס איז נאר געווען 'אומאפציעל', און אומ'ערפארן אין די אויגן פון די פולע לייענער, ווי די אויסגאבעס וואס כ'האב געשריבן די לעבנס געשיכטע פון מיין זיידע ע''ה, און נאך עטליכע קורצע מאמרים.
אבער אין ישיבה גדולה האב איך אנגעהויבן שרייבן מיט זאפט! קודם סתם לאכעדיגע פאמפלעטן, וואס כ'האב גערופן 'חברה בולעטין', אוואו כ'האב באשריבן די געפעכטן צווישן חברים און חבורות אין ישיבה.
ס'געווען בלי תוכן, בלויז הומארישע פירקלערייען.
אבער נאכן שרייבן די צענטע בלעטל על הסדר, איז דאס גאנצע חבילה בלעטער פלוצלינג נעלם געווארן, און כ'האב עס עד היום הזה מער נישט געטראפן, אבער כ'בין געוואויר געווארן לאחר זמן, אז דער זעלבער קנאי וואס האט מיר גע'מסר'ט מיטן קעמערע, האט געהאט א יד אינעם פארשוואונדן ווערן פון מיינע כתבים, אלץ די פירצה פון ליצנות וואס האט געשפרידלט דערפון..
מיט די צייט האב איך אפגעלאזט די נארישקייטן, און אנגעהויבן שרייבן ערנסטע מאמרים פון מיינע איבערלעבונגען אינעם סקווערן הויף, א יום טוב, א יומא דפגרא, שמחות און שיינע היסטארישע זמנים, מימים ימימה פון יענע צייט.
יענע קונטרסים האב איך פארקויפט אין שטעטל פאר אפאר טאלער, און ס'האט געהייסן 'בצל סקווירא' אינעם חסידישן שאטן, און כ'פלעג הערן קריטיק מזמן לזמן איבער מיינע מאמרים, פשוט אז כ'האב נישט קיין רעכט ארויסצוגעבן זאכן אויף סקווער'ס נאמען, אבער לויט ווי כ'האב ממשיך געווען און זיך נישט צוטון געמאכט נאר ווייטער געשריבן, קוק איך צוריק, אז ס'גארנישט געשען..
מיין צוועק איז אלץ געווען, צו שרייבן וואס איך לעב מיט, אויב איז עס אין א הייליגע סביבה צו אין א היימישע אטמאספער, איז עס דאס. אויב איז עס אין פרעמדע טעריטאריע צו ענגע מצבים, איז עס ליידער דאס. ב''ה אז היינט מאך איך שוין א סיכום פון אסאך היסטארישע זכרונות, וואס איז גאנץ כמעשה אינטערעסאנט מיט א ניכטערן בליק אויף צוריק, ווי ביטער ס'געווען אבער זיסער צו האלטן נאכדעם..
כ'וועל דערציילן נאך א גוטע באשעפטיגונג וואס כ'פלעג דערמיט פארברענגען שעות, איז געווען מיין טאטנס 'אקארדיען', וואס מיין טאטע האט באקומען ביי זיין חתונה אלץ דרשה געשאנק, איז עד היום געבליבן א שפילצייג פאר זיינע קינדער, ואני בתוכם, צו שפילן און אויסשפרייטן די צוזאמלייג שפאלטן פונעם אקארדיען, און פראבירן שפילן דערמיט אלע סארט געזאנג, ביז מ'איז נמאס געווארן..
מיין טאטע שפילט דערמיט יעדע חול המועד סוכות אין די סוכה, אבער אונז פלעגן עס ניצן א גאנצע זומער, און פשוט שפילן דערמיט לידער, ווי שטארק מ'האט געשוויצט און ווי שווער ס'געווען עס צו האלטן מיט די סטראפן איבערן ריקן, אבער ס'געווען א טייל פון אונזערע הנאות אין די בחורישע יארן.
באמת אז כ'וויקעל אויף היסטאריע, איז 'חזנות' געווען א געבוירענע חוש ביי אונזער משפחה לבית לאפפלער, וואס דער זיידע ע''ה האט געברענגט מיט זיך אין זיינע דשינס, און עטליכע אייניקלעך האבן זיך דערמיט אויסגעצייכענט, און אויך מיין טאטע זז''ג איז אלץ קינד געווען דער איינציגער סולן אינעם סקווערן קאפעליע דורך ר' חיים פריד ע''ה ביים רבין ז''ל ביי די חנוכת הבית פונעם ישיבה און חנוכה מסיבות בימים ההם.
האב איך מיר אויך באנוצט מיט דעם חוש, און כאטש כ'קען גאנץ כמעשה דעם חוש, האב איך עס קיינמאל נישט אויסגעארבעט, און ס'געבליבן ליבערשט א אייגענע הנאה ביני לבין עצמי, און אפשר א קאמישע מעטאד פאר די וואס ליבן מיינע קאמעדיע שטיקעס..
[העמשעך Uבו..]
מיינע ליבע לעיזער, איר וועט מיר מוזן אנטשולדיגן, אבער איך האב מיך דערמאנט א טוץ מיט אלטע זכרונות פון די קינדער יארן, און כ'מיין כ'וועל עס יעצט אפשרייבן, פן תשכח.
ווי האב איך געקענט פארגעסן, פון יענע קינדער יארן ביים 'דענסטיס?.. מיין דענטיסט בימים ההם איז געווען א פרייע יוד – דאקטאר ברעטנער.
זיין אפיס איז געווען לכתחילה אינעם גרויסן 'יעלאו בילדינג' אויף ראוד 45 מעין סטריט, ווי חסד 7\24, איז היינט איינקווארטירט דארט, און שפעטער האט ער געהאט די ציין האקעריי.. ביי זיך אין בעיסמענד, אין פאמאנע מאנטייבי.
אונז קינדער האבן זייער נישט ליב געהאט צו גיין צום דענטיסט, סיי אלץ די אנדעקונג יעדעס מאל, ווי מ'דארף אלץ ארויסהאקן אפאר צאן.. און דרילן, און צומאל האט מען נאך געקענט כאפן אפאר פראסקעס פונעם דענטיסט, פארן וויינען, יא אזויווי איר הערט – און ווער ס'געדענקט איז עדות.
און דערפאר איז איינמאל אפילו איינער מוציא שם רע געווען אויף דעם דענטיסט ברעטנער, אז ער איז געשטארבן.. און ס'געווארן א פרייד און א יו''ט ביי די יוגענדטום.. דער פארהאסטער דענסטיסט איז געשטארבן, האט מען געמיינט וועט מען מער נישט דארפן אין די לעבן ליידן פון א דענטיסט, און אגב אויך מער נישט דארפן פיצן די ציין..
למעשה איז ער נישט געשטארבן.. און די פרייד איז שנעל נעלם געווארן, אבער מיט די יארן איז ער געווארן בעסער, און אוועקגעלייגט די חינוך פעטש אין א זייט, און געטיילט מתנות ווער ס'איז וואויל.. און נאך שפעטער האט ער בכלל איבערגעגעבן דעם ביזנעס פאר א צווייטן, און יענער – דר. סימקעס, איז געווען גאנץ א פיינער און דאכט זיך א ערליכער יוד אויך.
און אלץ קינדער דאקטאר פלעגן מיר פארן קיין 'פאדוניע' צו 'יאנג און רענסקי' און אויך א דריטער שותף דר. בערגער, וואס זענען לפי השמועה געווען נאנט צו ליובאוויטש, און פלעגן קענען א גוטע יודיש ווען מ'האט געדארפט, און אלץ פלעגן זיי פארן געבן א נידל, זינגען א מי שברך, און געזאגט 'יעמוד'..
און כ'האב שוין פארשטאנען אז אט אט גיי איך וויינען..
יענע שטעכעריי איז געווען עפעס שארפערע ווי די היינטיגע, אויב כ'האב קיין טעות, און ס'פלעגט בלייבן א צייכן פאר א לענגערע צייט, און ס'געווען פארוואס צו וויינען.. אבער מ'האט זיך אויסגעהיטן פון מחלות ה''י און פארמיטן צו קומען צום דאקטאר פאר ערנסטע סיבות ח''ו.
איך געדענק, אז איינע פון די מיחושים וואס כ'פלעג ליידן, איז געווען פונעם אריינגעוואקסענעם נאגל ביים טאטע פינגער פון די פוס.. און יעדער ווייסט דאך דעם שפיל, אז מ'באהאנדעלט עס נישט געהעריג, ווערט עס גארנישט בעסער.
און איך בין בימים ההם געגאנגען צו א פוס דאקטאר – 'בולדינגער', וואס איז געווען א ערליכער יוד גראדע, און פלעגט אפילו קומען לערנען מיט ר' יו''ט שטערן ע''ה אין שול.
אבער איך האב עהם פיינט באקומען, ווי קיינער נישט אזוי.. ווייל ווען ער האט איינמאל זיך גענומען צו מיינע ביינער, און ארויסגעשניטן איינס פון די נעגל פונעם גרויסן פינגער, האט ער לכתחילה איינגעשלעפט דעם פינגער טאקע און עס עוקר מן השורש געווען, אז ס'מער נישט געווען מעגליך – עד היום הזה, אז יענע נאגל זאל צוריק אריינוואקסן קרום צו די זייטן.
אבער ביים צווייטן באזוך ביי עהם, האט ער 'אן איינשלעפן' גענומען בארבערן אויף מיינע רויע נערווען, און געריסן שטיקער מיט א שערל, דערביי רעדנדיג אויפן טעלעפאן צו איינעם..
איך האב זיך געווארפן און געשריגן, און ער האט מיך אגעקוקט ווי מ'קוקט אן איינער וואס צעשרייעט זיך ביי שטילע שמונה עשרה.. כאילו וואס איז געשען מיט דיר? און ער האט אריינגעפלאנצן אין מיר א שנאה, אז כ'האב ממש געשוואוירן אז כ'וועל מער אין מיין לעבן נישט זען מער זיין פנים, פאר סיי וועלכע באדינגוג, וכך הווא..
שוין, דאס זענען מיינע זכרונות פון דאקטורים אין מיינע יונגע חדר יארן.
לאמיר פארצייכענען נאך אביסל זכרונות אויף מיין ליסטע.
מיין באבע האט געהאט א שוועסטער, מיטן נאמען גיטל לעווי, און אויף אונגאריש האט מען איר גערופן 'קאטאו'.
זי איז געווען פאר מלחמה זייער ערליך צוזאמען מיט איר מאן, וואס איז געווען א מתמיד אין ישיבה מיט א פלאכע ביבער הוט, אבער נאר ביזן מלחמה.. ווייל נאכן מלחמה – און וויאזוי איך געדענק איר, זענען זיי געווען אפגעפארן אינגאנצן.
איך געדענק אז זי פלעגט קומען צו מיין באבע – מיין טאטעס מאמע, אויף ווייטע באזוכן, עפעס יעדע יאר צו צוויי יאר, פון קאנאדע ווי זי האט געוואוינט, און מ'פלעגט אנגרייטן פאר זיי היימישע עסן און זיי פלעגן פארברענגן פאר זיך, ווי אונז קינדער האבן נישט געמעגט אנטייל נעמען, לכאורה אלץ די פרייע לעבן וואס זיי האבן געפירט.
זי איז געגאנגען הויזן, און ער אויך נישט בעסער, אבער זיי האבן געלאזט א שטרענגע צוואה מיט געלט, אז מ'זאל צאלן פאר א ישיבה, זאלן לערנען משניות לטובת נשמתם, דאס טייטש אז זיי האבן יא געהאט די אמונה אבער נישט די התחזקות.
וואס נאך האב איך פארגעסן צו שרייבן פון די יונגע יארן.
יא, מערמלשטיינס קעצעלעך..
נישט ווייט פון די חדר האט געוואוינט ר' שרגא פייוול מערמלשטיין ע''ה, ווי ער האט געהאט א גאנצע פעקטארי פון אייזן, און שווער געארבעט עד ערוב ימיו, און זיין יודענע פלעגט זייער רחמנות האבן אויף די גאסן קעץ, און פלעגט זיי טעגליך געבן עסן, און נאטורליך פלעגן זיי וואוינען בקביעות אונטער אירע שטיגן דארט, און מיר האבן אלץ זיך מתווכח געווען ווי קינדער, צו זי האדעוועט זיי לכתחילה אין איר הויז, אדער זי געבט זיי סתם עסן.
דאס איז זיכער, אז מיר פלעגן אלץ שיצן די קעץ דארט, און זי פלעגט אונז פארטרייבן ווי זי וואלט געווען זייער באבע..
אבער מיט די יארן האט יודל פראנק אויפגעבויעט דארט דערנעבן א שיינעם הויז פון שטיין מיט רייכע איינריכטונגען, און מיר פלעגן שמועסן, אז די קעצעלעך וועלן זיך ביי עהם אויך אריינכאפן אין הויז, און האבן א רייד מיט זיין עלעוועיטער, וואס ער האט געלאזט בויען פון איין שטאק צום צווייטן.
ווען איך טראכט צוריק מיינע פאנטאזיעס פון יענע יארן, קען איך נישט פארגעסן פון די מאדנע פייפן, וואס מ'פלעגט הערן יעדע שטיק צייט אין יעדע פלוצלינגע מינוט, עפעס א מאדנע פייפן עטליכע מאל, וואס כ'האב לאנגע יארן נישט געוואוסט די פשט דערפון.
שפעטער בין איך דערגאנגען די סוף פון די ברייט גראבע תקיעות.. דאס איז געווען פון די שיפן וואס האבן ארויסגעגעבן סיגנאלן ביים פארקירעווען אויפן האדסאן טייך, נעבן העוועסטראו, און די קולות האט זיך געהערט מיילן ווייט און פארפירט מיינע פאנטאזיעס צו ווייטע לענדער און הויעכע רוימען..
ביי אונזערע טריפס סוף יאר אין חדר, זעמער געפארן צו א יודישע פארק, מיטן נאמען 'פאן לענד' און זיי האבן פראבירט ס'זאל נישט זיין קיין סכנות'דיגע ריידס, און אפילו אזוי האט זיך געמאכט קליינליכע פאטאלן, און האט גורם געווען אפילו יענע געקליבע ריידס אפצושפארן לפי זמן.
געדענק איך, אז אונז האבן זיך נאר אריינגעזעצט אינעם גאלף קאר דארט, און מ'האט געהאנדעלט מיט יודישע גערע חסידים די בעלי בתים דארט, און ס'געווען אזא כאאס, ווען מ'האט געהייסן פארקירן די גאלף קארן, און רוב קינדער האבן אנשטאט פארקירן, גאר ארויפגעפליקט מיט פול קראפט אינעם גדר ארום..
אויך האב איך מיר דערמאנט, עטליכע עפיזאדן פון אנדערע קינדער אין חדר, וואס איך האב אין ציל זיי נישט צו באשרייבן, ווייל איך שרייב פון מיר, און זאלן זיי שרייבן אליינס פון זיך.
דאך איין אינטערעסאנטע בייוואוינונג, וואס איך קען מיך נישט איינהאלטן און כ'מוז עס פארציילן.
ס'פלעגט דאך זיין איינע פון די רשעות'דיגע קנסים אין חדר לאגער.. אז מ'האט געדארפט שרייבן הונדערטע מאל א פסוק צו א עפיזאד פון חינוך, און מ'האט זיך געבראכן די הענט און נערווען ביז עס איז פארטיג געווארן אין צייט, ווייל אז נישט איז עס געווען א שאלה פון פיקוח נפש..
געדענק איך, אז איין יונגעל פון מיין קלאס האט מען געהייסן שרייבן טויזענט מאל עפעס, האט ער זיך געבעטן אז ס'אומ'מעגליך פאר עהם.
אויב אומ'מעגעלעך איז קושקעס.. האט דער מלמד זיך גע'ווערטעלט אויף זיין חשבון, און עהם געהייסן שרייבן פינעף טויזענט מאל, און געווארנט, אז טאמער וועט ער מוטשענען אז ס'נישט מעגליך וועט ער מוזן שרייבן צען טויזענט מאל, און עס דאן צוריקברענגן מארגן צופרי, און טאמער נישט.. טאמער נישט??
די רשעות האט נישט געהאט קיין סוף.
אבער איינמאל האט א יונגעל גוט צוגעפיקסט דעם מנהל, ווען מ'האט עהם געהייסן שרייבן פינעף הונדערט מאל עפעס א פסוק, און ער האט עס 'אפגעטייפט'.. אויף א טייפרייטער – ווי בימים ההם איז געווען א האנט טייפרייטער אנע לעקטער..
דער יונגעל האט זיך אנגעשטרענגט מיט אסאך עקשנות, אבי ס'זאל געלונגען.. און ס'געלונגען.. אלע האבן געלאכט.
לאמיר זיך אריבער כאפן אין די ישיבה קטנה יארן.
דעמאלטס האט מען געבויעט די נייע שוהל, און ס'פלעגן קומען ריזן טראקס מיט שטאלענע בימס, און אן א מספר צעמענט טראקס פאר די פודאמענט שטעלן, און ס'געווען א בחור אין מיין כיתה, וואס האט אראפגעשריבן יעדע פרט ממש, יעדע טראק וואס איז געקומען און געגאנגען, און די נומער פונעם טראק, און די צייט פונעם קומען און גיין..
ער האט עס פארצייכענט לאנגע חדשים אין א צי, און עס געהאלטן פאר זיך, און איין טאג האט עהם געדוכטן אז מ'וויל עס ארויסבאקומען פון עהם, און לפי דבריו האט ער פארברענט אלע צעטלעך.. פארוואס ווייס איך נישט, און קען גאר זיין אז ער האט עס נישט פארברענט, אבער אזוי האט ער געזאגט, כדי מ'זאל מער נישט נישטערן נאך זיינע כתבים.
כ'האב פארציילט די געפעכטן אין ישיבה קטנה צווישן די כיתות, געדענק איך אז ס'געווען א אמשינובער יונגערמאן – ר' שלמה קופיץ ע''ה, ער איז נעבעך אוועק יונגערהייט, נאך א תקופה וואס זיין יודענע איז אויך אוועק, ער איז געווען א איידים ביי ר' דניאל גאלדשטיין ע''ה.
וויבאלד ער איז געווען א פוילישער חסיד, האט ער מיט זיין שארפקייט פראבירט צו מאכן סדר אין ישיבה קטנה אן די געפעכטן, כאטש קיינער האט עהם נישט געבעטן.. אבער ער האט עס געמיינט ערנסט, און האט טאקע מסדר געווען די עלטערע כיתה די בעלי גאוה, זאלן זיך האלטן אין די ראמען.
און אז מ'רעדט שוין פון טויטע.. יענע יאר איז אוועק ר' משה האלצלער, אום מוצאי חג הפסח, א טייערע יוד געווען, פון די פיאנער פונעם שטעטל און אסאך היסטאריע מיט זיך, וואס ער האט פארצייכענט אין זיין ביכל 'בודאפעסט'.
איך האב יא פארציילט ווי מ'האט מיר משוגע געמאכט וועגן מיין התנהגות אינדערהיים שבת, געדענק איך אז מיין מנהל האט געלאכט פון מיר, ווען כ'האב געזאגט אז איך האב געזאגט ביז קאפיטל מ' אין תהילים, און ס'האט מיר גענומען צוויי שעה, און יענע געלעכטער האט מיר געשטאכן ווי מיט שפיזן, און גורם געווען כ'זאל אפילו יענע קאפיטלען אויך נישט זאגן מער, ביז א לאנגע צייט.
פאר איך גיי צוריק צום רוטינער סדר פון מיין שרייבן פון די עלטערע בחורישע יארן, וויל איך נאר פארציילן איין עפיזאד, וואס האט ביי מיר געלאזט א מאדנע רושם.
ס'געווען טאקע ווען כ'בין געווארן בר מצוה, און כ'האב נאכנישט דערגרייכט די הויכע הענגערס ווי מ'פלעגט אויפהענגן די הוטן, און די מאנטלען, און כ'האב דאך געוואלט אויפהענגען מיין שיינע שווארצע לאנגע חסידישע מאנטל – וואס מ'האט מיר געקויפט ביים ווערן א 'בחור'..
ס'געווען שבת צונאכטס, אין שול, און ביים פראבירן אויפהענגן מיין מאנטל איז אראפגעפאלן א צווייטע 'וואלענע' מאנטל אויפן ערד, און געווארן ווייס שטויביג.
פלוצלינג באקום איך א שטארקע שטופ, און כ'דריי מיך אויס, שטייט א בכבוד'דיגע יוד, אין די מיטעלע יארן, און שרייעט מיר: דו שוטה! דו שוטה וואס דו ביסט..
כ'האב גלייך געכאפט אז ס'זיין מאנטל וואס איז אראפגעפאלן.. און ער איז ארויס פון גלייכגעוויכט, און אפגעקלאפט מיט כח זיין מאנטל, און שרייעט ווייטער – צום פינפטן מאל.. דו שוטה איינער! שוטה..
ווען ס'וואלט געווען איינער פון די יושבי קרנות, צו אפילו א בינוני יודל פון די ביזנעסלייט, וואלט איך עס פארשטאנען, אז מ'צעלאזט זיך אין א שווערע מינוט, און מ'שרייעט אויף א יונגע בחור'ל וואס האט לייכטיזיניג אראפגעשטופט דיין מאנטל אויפן שטויביגע פאדלאגע.
אבער א שיינע יוד? נישט דווקא א ספעציעלע תלמיד חכם, אבער ער זאגט אליינס אז ער איז א אדם חשוב מיט יחוס.. און? שוטה דו.. שעלט און כעס'ט אוועק ווי א קינד וואס זיין לאלי איז אריינגעפאלן אין א גרוב..
אט דער זעלביגער, האב איך שפעטער אמאל געזען ווי זיין קינד – א קליין קינד גראדע, שטעקט ארויס די צונג אינמיטן דאווענען צו עהם, און אויך צו נאך א עלטערע יוד דערנעבן, און ער האט ממש געקוואלן נחת און זיך געווארגן פאר געלעכטער.. אה! ער קען ארויסשטעקן די צונג.. ער איז זיס ווי צוקער..
שוין גענוג מיט יענע יארן, איך בין שוין עלטער דערפון.. איך בין שוין אכטצן יאר מיט א שמיץ אריבער..
אפילו הושענא רבא, ווען מיין טאטע טראגט אריין ווי זיין חזקה, פינעף און צוואנציג ריטלעך ערבות פארן רבין, דערמאנט ער יעצט ווידער, אז כ'בין שוין 'ממש' באלד ניינצן.. געוואלד און כ'בין נאך א בחור..
מ'קען מיינען כ'בין שוין הונדערט און אכטצן.. אבער מיין טאטע האט זיך זייער געזארגט.
דער רבי האט מיר געוויזן דעמאלטס, כ'זאל זיך צובייגן, ווייל ער וויל מיר עפעס זאגן, און ער זאגט מיר אין די אויערן.
'מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן..
כ'האב געזאגט אמן, און געטראכט, גוט בסדר גמור, כ'וועל ווייטער זיין בשמחה און זוכה זיין צו א שמחה..
ס'איז אריבער אפאר חדשים, און כ'גיי שוין אריין צום 'אכטצן שמועס' צום רבין זז''ג, און דער רבי הייבט אן דעם שמועס:
אכטצן איז ח''י, וחי בהם שטייט דאך.. און דער רבי זז''ג הייבט אן האקן אויפן טיש פיר מאל און חזר'ט איבער פיר מאל.. אבער מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה.. מ'דארף זיין בשמחה..
איך בין דעמאלטס געווען א בחור צווישן בחורים, און בכלל נישט קיין אנגעזעצטע בריאה.. פארקערט, אלע האבן מיר געקענט אלץ א פרייליכער בחור, א דזשאויקער.. און דער רבי זאגט מיר מ'דארף זיין בשמחה..
כ'מיין אז מיט די קומענדיגע יארן, האב איך למפרע פארשטאנען וואס די ווערטער האבן געטון באדייטן.. ס'געווען א ווייט זעעדיגע בליק, אז מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן..
המשך יבוא בעזהשי''ת
ווי געזאגט, אין ישיבה גדולה איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה, דאך האב איך אויפגעטון עטליכע גוטע זאכן אויך, אין די 'ליידיגע צייט' וואס כ'האב פארברענט אין יענע טעג, און אין צווייטע כיתה ישיבה גדולה, האב איך אנגעהויבן ארויסגעבן א חודש'ליכע בלעטל מיטן נאמען 'המאחד', וואס האט געזאלט מעלדן די הצלחה פון די חסידישע חבורות פון אונזער פארגרעסערטע כיתה, און רוב פונעם בלעטל איז געווען חסידישע ווערטער אויפן חודש, און דערצו זיסע קורצע מאמרים פונעם חסידישען היסטאריע.
גלייכצייטיג האב איך געשריבן א בלעטל מיטן נאמען 'בתוכינו', מיט די נייעס וואס האט זיך אפגעטון 'בתוכינו'.. און ווי נאר איך האב אנגעהויבן מיטן ארויסגעבן בלעטערלעך, האבן שוין אנדערע כיתות אויך נאכגעמאכט, און מיט די צייט מיר איבערגעשטיגן, און געפאנגען פון מיר די אינטערעסע.
דאס הייסט, אז פון מיין בלעטל איז געווארן א אפציעלע בלעטל וואס איז געשיקט געווארן פארן ברייטן יונגען ציבור פון נאנט און ווייט, און איז פארענדערט געווארן מיט די צייט, צום חודש'ליכע אויסגאבע 'אוצר' וואס איז שוין לאנג נישט געווען אין מיין באזיץ.
איך בין אלץ געווען אזא איינער וואס האט ליב צו ארבעטן אויף א פערהעלטמעסיגע שטייגער, און נישט אויפרייסן די וועלט פאר עס קומט די צייט פון זיך אליינס, דעריבער האב איך מיר ווייטער באשעפטיגט מיט וואס ס'מיר געווען אינטערעסאנט, אין זוכן אוצרות און גייסטיגע און היסטארישע ווארע, ווי אומער.
איך האב יענע טעג, אויך געמאכט א שטארקע און דורכדרינגליכע איבערבליק, איבער מיין זיידע לאפפלער'ס אוצרות, וואס איז געליגן אוועקגעפאקט אין בוידעם, און קיינעם נישט אינטערעסירט, אבער איך האב דערפון אויסגעזייעט גאר גוטע זאכן, וואס איז שפעטער גענוצט געווארן פארן נייעם ביכל 'שיכון סקווירא', און איז ביי מיר עד היום חשוב און טייער.
מיין זיידע ע''ה פלעגט אוועקלייגן יעדע איינציגע צעטל, און פאסט אפילו שנארער בריווען, און אפילו סתם פלייערס, און בכלל ווי ס'געשטאנען יודישע אותיות דערויף, האט ער נישט מקיל געווען עס אוועקצואווארפן אין מיסט, דעריבער איז אפגעהיטן געווארן גאנץ אינטערעסאנט דאקומענטן פון א יאר פערציג בעפאר, וואס איז היינט גאר וויכטיג אינטערעסאנט.
איך האב פון אלעמאל אן געהאט א געוואוינהייט, אויפצוהייבן יעדע צעטל פון גאס, וואס איז מיר געווען אויפ'פאלנד, און כמעט יעדע צעטל איז מיר רוב מאל רייצענד מיין נייגער, און עד היום הזה טוה איך אזוי, און כ'האב שוין געפונען אסאך וויכטיגע, און אינטערעסאנטע דאקומענטן, וואס א טייל זענען פארלוירן געווארן בטעות פונעם בעל האבידה, און א טייל זענען אוועקגעווארפן געווארן בלי דעת, און נישט טראכטנדיג אז איינער ווי איך קען עס געפונען און אוועקלייגן..
צווישן פאפירן וואס כ'האב געפונען די לעצטע צוואנציג יאר, איז געווען א קאפי וואס דערויף איז געווען אין קליין קאפירט יענעמס פאספארט און סאשל סעקיורעטי קארט, און פריוואטע נומערן פון באנק..
איך שרייב עס יעצט ביי די ישיבה גדולה יארן, ווייל כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז כ'האב אין ישיבה גדולה געטראפן אין די שניי, א באל פון צעריסענע שטיקלעך פאפירן, און כ'האב מיט אסאך געדולדט עס צוריק צוזאמגעקלעבט, און דארט איז געווען א סודות'פולע שליחות, אין א קורצע ווערטער אויסטויש, פון גאר א וויכטיגע פערזאן אין שטעטל, וואס אין אזעלכע פעלער האב איך עס יענעם צוריקגעגעבן און געצייגט ווי אומ'אחריות'דיג ס'געליגן תחת עיני ציפור השמים, וואס איז יוליך את הקול..
אין יענעם צעטיל איז געשטאנען, 'ביטע צערייסן און פאניכטן נאכן אויספירן דעם שליחות'.. האט יענער שליח געמיינט אז אין שניי קען מען נישט טרעפן א צעריסענע דאקומענט?..
ווען כ'שרייב די שורות, האב איך ממש לעצטע וואך געפונען א קאפי פון א דאקומענט, וואס איינער האט לכאורה געלאזט פליען מיט די ווינט, און דארט שטייט דאס פונקטליכע אינפארמאציע וואס דער דאקטאר האט צו זאגן וועגן זיין זונ'ס צושטאנד אין כראנישע געזונט..
מ'דארף זיין געווארענט, נישט איינפאך לאזן אוועקפליען אזעלכע פאפירן, נאר עס גונז זיין אדער צונישט מאכן ווען ס'נישט וויכטיג יעצט אין טאש.
אין יענע בחורישע יארן, פלעג איך זיך פירן מיט אסאך חסידישע משוגעת'ן אויך, כ'זאג משוגעת'ן, ווייל ס'נישט דווקא א מנהג, און אזעלכע משוגעת'ן זענען געווען באמת ווייט פון משוגע, אבער געווענליך אלץ בחור האט מען ליב די פרומע שטיק.
איך פלעג אוועקלייגן יעדע צווייגל פון א עפל וואס כ'האב באקומען פונעם רבי'ן זז''ג, און כ'מיין כ'האב עס נאך ערגעץ.. און כ'פלעג אוועקלייגן יעדע קלייניקע זאך וואס האט מיר געדוכטן אז ס'איז א זכי' צו האלטן, און מ'קען נישט וויסן, אז אין יארן ארום וועט עס זיין א אנטיק..
היינט ווארף איך מער אוועק ווי איך האלט, אבער דעמאלס האב איך מער געקליבן.. און שלמה המלך זאגט שוין, ס'דא א צייט צו קלויבן און א צייט אוועקצואווארפן..
א טייל פון מיינע שוואנצאנעס פלעגט אונזער באקאנטע משגיח אין ישיבה – ר' אנשיל שטיינער, מאכן דערפון א טרוקענע געלעכטער, מיט זיין אייביגע אויסרוף: הבלי הבלים.. הכל הבל.. און טאקע זאכן וואס ר' אנשיל האט געהאלטן ס'יא ריכטיג, האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער אז ער איז 'כמעט' מיט אלעס געווען גערעכט..
און כ'וועל נישט אויסרעכענען פרטים, ווען ס'קען זיך גרענעצין מיט פריוואטקייט פון אנדערע, אבער עד היום הזה שטייט ער נאך אויפן וואך, און דינט אין זיין אמט אלץ משגיח בנאמנות, און ווייטאגט די ירידה פון א בחור און פריידט זיך מיט די הצלחה פון יעדן תלמיד מיט א אמת.
מ'זאגט אז די יארן לויפן, נאר די טעג קריכן.. ביי מיר זענען די בחורישע יארן נישט אזוי געלאפן.. און נישט נאר אז ס'האט שפאצירט גאר שטייט, נאר שפעטער איז עס נאך צוריקגעקומען..
אבער דאך האט זיך געטוישט א יאר, און אויפן קאלענדער האט זיך באוויזן שנת תשנ''ח, וואס איז געווען היבש היסטאריש אין מיין זיכרון קעמערל, אבער ביים ענדיגן דעם געוועזענעם יאר, האב איך געמאכט א סיכום, און זיך פארגענומען אז די קומענדיגע יאר מוז זיין ווייניגער געפאטשקעט.
אינעם געוועזענעם יאר בין איך געווארן ניינצן יאר, און אויך דאן ווען ס'שוין ביי מיין טאטן געווען כלו כל הקיצין, און האט געפרעגט מיט זארג דעם רבין זז''ג, וועלכע סגולה ער זאל אנווענדן פאר מיינעט וועגן, האט דער רבי עהם קלאר געזאגט.
מ'דארף נישט קיין סגולות, דער אייבירשטער וועט העלפן..
ס'באוואוסט אז דער רבי זז''ג איז נישט קיין שטיצער פון די אלע היינטיגע סגולות למיניהם, און דעמאלס איז געווען א רוח פון פארן קיין ווילעדניק צו ווערן א חתן, און אויך דאס האט דער רבי צוריקגעוויזן, און געזאגט די צייט וועט קומען אי''ה.
אגב, צום גוטן אפדענק פון א גוטע יוד וואס איז נעבעך פריצייטיג אוועק אין יענע יארן, ר' ארי' ווייס ע''ה, וואס איז געווען א לאנגיעריגע באס דרייווער און א וואוילע יוד, וואס איז געפאלן אין די גליטשיגע שניי פון א לייטער, און האט עס נישט איבערגעלעבט, זיין אנדענק איז איינגעקריצט געווארן ביי מיר אין זכרונות ביכל.
הכלל ס'קומט א יאר א פרישע, ווען איך ווער שוין צו מזל 20 יאר, וואס ביי מיין טאטן איז עס געווען אין די אויגן ווי כ'וואלט געווען א זקן מופלג..
און מיין יונגערע שוועסטער איז שוין געווארן ניינצן.. מיין טאטע האט קיינמאל נישט געהאט ביז דאן, שוין פינעף קינדער אין די רייהע, אז א קינד זאל נישט זיין חתונה געהאט ביי די אכטצן, און דא שטייען שוין צוויי אין די צוואנציגער יאר, און מ'מוטשעט פארן טאכטער מער ווי פארן זון..
און ער האט אנגעהויבן קלערן מיך צו איבערהיפערן, ווי מ'זאגט אין ענגליש, 'סקיפן', איינפאך א כלה מאכן מיין יונגערע שוועסטער פאר מיר, און אזוי ארום נאכלאזן די דרוק וואס האט געהערשט, אז חלילה וחס זי ווערט עלטער און עלטער..
כ'וועל זאגן דעם אמת, מ'האט מיר גראדע געפרעגט רשות, און כ'האב מסכים געווען, אבער די רשות פרעגן איז געווען אבי יוצא צוזיין, און מיין מסכים זיין איז געווען פשוט מ'זאל נאכלאזן די דרוק אויף מיר צייטווייליג.. אויסער דעם וואס כ'האב דעמאלס נישט משיג געווען וואס דאס מיינט סקיפן, און ווי שטארק ס'וועט מיך נאך וויי טון שפעטער.
פונקטליך וויאזוי ס'צוגעגאנגן, אז ס'געווען נאך א משפחה חתונה, ווען טאטע מאמע האבן געוואלט רעדן מיט מיר פריוואט, און מיינע געפילן האבן שוין געזאגט אז עפעס אויסטערליש ווילן זיי פון מיר, און זיי האבן מיר געפרעגט צו כ'בין מסכים צו לאזן מיין יונגערע שוועסטער א כלה ווערן – אויב מ'וועט עפעס אנטראגן..
זיי האבן מיר בכלל נישט געזאגט, אז מארגן גייט זיין א שידוך.. און איך האב מיר גענומען די דרייסט און געזאגט, אז כ'בין מסכים, אבי נישט צו זיין א אפהאלט פאר איר.
ס'געווען דעמאלטס ממש א טאג פאר מיין געבורטס טאג, און כ'האב מיך איינגעשריבן אריינצוגיין צו מיין 'צוואנציג שמועס' ביים רבין, און מיין טאטע האט געוואלט מיטקומען, און כ'האב אוודאי נישט געקענט זאגן ניין..
און ווי כ'גיי אריין צום רבין, הייבט דער רבי אן אויספרעגן מיין טאטן וועגן דעם שידוך וואס ער האט שוין געוואלט מאכן מיט מיין יונגערע שוועסטער, און מיין טאטע זאגט אז איך בין מסכים, הער איך ווי דער רבי רופט זיך אן, 'איך וויל עהם אליינס פרעגן צו ער איז מסכים'.. און הייסט מיין טאטן ארויסגיין פון שטוב.
און דער רבי האט מיר אנגעהויבן זייער פאטערליך מסביר זיין וואס מיין טאטע וויל טון, און אפילו כ'זאג מסכים, ווייסט ער אז ס'נישט קיין לייכטע געפיל, ממילא האט ער געזאגט אז אויב ס'מאכט זיך א שידוך פאר מיין שוועסטער יעצט, זאל עס כאטש זיין א סוד פאר דריי חדשים, ווייל ער האפט אז אינגיכן זאל איך ביני לביני ווערן א חתן, און אזוי ארום וועלן ביידע זיין געהאלפענע.
דער רבי איז באקאנט אלץ א שומר סוד, און א זאך וואס מ'האט עהם נישט געזאגט איבערצוזאגן, זאגט ער קיינמאל נישט, און האט מיר אויך נאר געזאגט וואס ס'איז געווען אפגעשמועסט, אז 'אויב' ס'וועט זיין א שידוך, זאל איך וויסן אז ס'איז דערווייל א סוד. טאקע, ביים שטילע שידוך צומארגענס, האט דער רבי זיך אנגערופן קלאר און שטרענג, יעצט איז אדר, ביז נאך שבועות זאל די שידוך זיין א סוד! כ'זאל נישט דארפן זאגן נאכאמאל.. ס'זאל זיין א סוד ביז נאך שבועות.
און כ'בין געווען שאקירט צו הערן מארגן, אז 'ליפא שמעלצער' ווערט א חתן מיט מיין שוועסטער.
ליפא איז געווען 'איין' טאג יונגער פון מיר, און פלוצלינג בין איך געווארן א אלטע בחור.. וואס מ'האט געסקיפט, און עפעס מוז זיין אונטער דעם וואס איך בין געווארן א בריקל פאר א צווייטן, און באמת איז גארנישט געווען ראנג, פשוט מ'האט זיך געאיילט פאר מיין שוועסטער.
און עטליכע 'גוטע' פריינד, האבן נאך געשאטן זאלץ אויף מיינע געפילן, און מיר געפרעגט און געמוטשעט אויף א ענטפער, פארוואס האט מען דיך געסקיפט? פארוואס איז ליפא בעסער ווי דיר? וואס גייט פאר?.. אן קיין שום בושה האבן זיי געצאפט שאלות פון וואנט..
זיי האבן פארגעסן א רגע שפעטער וואס זיי האבן געפרעגט, אבער איך האב גאנצע טעג און נעכט געהערט קלונגן די פראגעס, וואס איז דא פארגעגאנגן? פארוואס האסטו דיך געלאזט?
און מיין שוועסטער האט עס מרגיש געווען, און זי האט ממש געוויינט צו מיר כ'זאל איר מוחל זיין, אז מ'האט איר געצוואונגען דערצו, און איך האב איר געזאגט, חס ושלום, איך קען ליפא ער איז מיין חבר, און דיר וועט גוט זיין, און אויך מיר וועט זיין גוט ממש בקרוב.
ליפא האט אויך מיר אסאך מאל געזאגט, אז ער שפירט זיך מאדנע אין מיין געגענווארט, און ער וואלט זייער געוואלט אלעס טון וואס ער קען פאר מיינעט וועגן, און ער האט מיר צוגעזאגט, אז ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן וואס כ'האב געטון פאר זיינעט וועגן.
כ'קען זאגן קלאר, ליפא האט אין די עתיד טאקע קיינמאל נישט פארגעסן, און האט מיך אסאך מאל פארגיטיגט!
כ'געדענק, אז איינמאל פון די פולע פריוואטע פארברענגן וואס כ'האב געהאט מיט ליפא נאכן א חתן ווערן, האב איך עהם געזאגט, אז באמת נעם איך ארויס א גוטע זאך פון דעם וואס כ'בין נאכנישט א חתן, ווייל די פולע אלטע בחורים וועלן קוקן, אז איך וואס ס'הייסט אז כ'זיץ נאך אין ישיבה בין נאכנישט חתונה געהאט, וועלן זיי זיך נישט פילן 'אזוי' שלעכט..
ליפא האט מיר געזאגט מיט אייפער, אזא געדאנק?.. כ'זאג דיר צו, אז כ'וועל מיך אויפשטעלן גראמען ביי דיין מצוה טאנץ, און איבערזאגן דאס וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט..
איך האב געדענקט זיין זאג, און האב נעבעך געווארט ביי מיין מצוה טאנץ ער זאל עס איבערזאגן.. אבער ווער קען נישט ליפא.. ער האט שוין לאאאאאנג פארגעסן..
המשך יבוא בעזהשי''ת
יעדעס מאל וואס איך קלער אז כ'האלט שוין פאראויס, און אז כ'האב גארנישט אויסגעלאזט, כאפ איך זיך ביים קאפ, אז דאך האב איך פארפאסט דא דארט עפעס גוטס.
אויך יעצט האב איך געכאפט, אז כ'האב אויסגעלאזט א היסטארישע קאפיטל פון די פריערדיגע 'נ' יארן אינעם שטעטל סקווירא.
דאס איז די שווערע תקופה, ווען מ'האט פון די רעגירונג אנגעהויבן אריינקוקן אין די ארכיווען פון די מוסדות פראגראמען, און מ'האט געכאפט געוויסע פעלטשונגען וואס מ'האט רעפארטעט אלץ אקטיווע פראגראמען און ס'געווען נישט מער ווי שפיל.
איך גלייך אלץ צו פארצייכענען מיינע זכרונות, לויט ווי איך האב עס מיטגעהאלטן און געוואוסט, נישט לויט אנדערע שאצונגען, און זאל קיינער מיר נישט פארהאלטן אויף קיין איין זייט, ווייל ווי געזאגט, א זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן, שרייב איך וואס כ'האב מיטגעלעבט, וויפיל כ'האב מיטגעלעבט און וויפיל כ'האב געוואוסט, און נישט געוואוסט..
למעשה האט מען אנגעדייטעט אויף א קנאפע האלבע מנין באשולדיגטע, ווען באמת איז רוב שטעטל געווען איינגעשריבן אינעם פראגראם, און זייערע נעמען איז געווען גע'חתמ'ט אויף דאקומענטן, אבער דאס גאנצע דריידל איז טאקע געווען אנגעפירט דורך יחידים.
און די פאקט איז, אז אט די יחידים וואס זענען אנגעלייגט געווארן שולדיג דורך די רעגירונגס טריבונאל, זענען נישט געווען מיט אנגעפאקטע טאשן, און זענען ממש ארויס פונעם עסק מיט נזק שלם, ווייל דאס געלט איז געווען געצילט אלץ הכנסה פאר די בודזשעט פון די מוסדות, און מ'האט עס אינוועסטירט אין ריעל-עסטעיט וכדומה, וואס האט געשיינט בימים הראשונים ווי גאלדענע רווחים, און איז צום סוף געגאנגען קראכן..
דאס אינוועסטירטע געלט איז געווען באגראבן, און אט די עסקנים וואס האבן באקומען דעם אורטייל, זענען געווען באמת געטרייע ארבייטער וואס זענען נישט ארויסגעקומען מיט שכר אפילו כדי מלאכתם, און זענען בכלל נישט געווען קיין גרויסע פארמעגן באזיצער.
ווי דאס משל, געגעסן פארדארבענע פיש, פעטש געכאפט און פון שטאט ארויסגעווארפן..
איך פערזענליך האב דאך געקענט דעמאלטס די באשולדיגטע, און נישט הויעכ'גערעדט אויך די 'נישט באשולדיגטע'.. וואס האבן אפשר יא לויט א השערה געלייסטעט א מטבע, אבער די פאקטן האבן געפייניגט און געטריבן די געהירן, וויאזוי מ'זעט זיך ארויס פונעם פלאנטער, און ס'נישט געגאנגען קיין פשרה וואס וואלט געווען צופרידנשטעלנד.
אין לויף פון די שווערע זמנים וואס איך האב מיטגעלעבט אין פארשידענע תקופות אין סקווירא, איז אט די פרשה געווען צום באמערקן אויפן רבין זז''ג אלץ גאר ערענסטע מצב, וואס כ'האב נישט געזען אפילו נאכדעם, און פארדעם אליין האב איך רחמנות געהאט אויף די באשולדיגטע, כאטש ס'וואלט ווען געווען א טענה, אז זיי האבן צומאל געארבעט אויף די אייגענע האנט אן רשות פון די הונדערטע תושבים, וואס זענען געווען די כלומר'שטע איינגעשריבענע סטודענטן אינעם פראגראם.
אין די פריע חדשים פון יאר תשנ''ג, האט שוין געשמעקט די לופט מיט פחד פונעם יום הדין, און ס'זענען געווען מער ווי איין אנטלאפענער אויס פחד אז עהם מיינט מען.. ונסתם ואין רודף, דווקא די אנטלאפענע פון אנהייב האט מען גארנישט געזוכט..
די יארן האבן זיך געריקט מיט שטארקע לחץ, און וויפיל מ'האט געטון אינעם נושא איז עס נישט בעסער געווארן, און פארקערט ס'נאך געווען אקעגן יעדע לאגיק און יושר, וואס אנדערע האבן אין אזעלכע און אפילו ערגערע פארברעכנס באקומען.
ס'איז געווען קלאר, אז די שולד איז נישט די עוולה, נאר די מציאות פון א שטעטל וואס געבט נישט צו פארן רעגירונג, נאר הן עם לבדד ישכון, ובגוים לא יתחשב, מ'לעבט אין ציל פון א אנדערע וועלטל, און דאס האט געקרענקט אין הארצן פאר די קטיגורים למיניהם, מער ווי דאס עצם פארברעכן.
און ס'געווארן קלארער, אז די ישועה דארף זיין עפעס וואס איז מצד וועמען זיי ווילן צעברעכן און שלאגן זיך אקעגן, נישט מצד די מציאות הדברים, און מ'האט שוין יעדע עצה פראבירט לטובתינו, און מ'האט געהויבן הענט.
איך געדענק ממש ווי היינט, געוויסע צייטן ווען די לחץ אין הויף איז געווען אויפן העכסטן אלערט, נאך שעות פון מיטונגען, און ווען דאס גאנצע סקעדשול ביים רבין איז געווען איבערגעדרייעט אינגאנצן, עד כדי כך, אז דער רבי וואס האט א שטארקע כח המעצור, האט געוויסע מאל אהיימגייענדיג נאך א שווערע מיטינג אין שטוב זיינע אין שול, געהאט פארביסענע ליפן און קנייטשן אויפן שטערן, וואס מ'זעט קיינמאל נישט.
פארקערט, ביי רוב מצבים איז דער רבי מצליח צו פארשטעלן יעדע זארג מיט זיין אייביגע לעכטיגע שמייכל, און דעמאלטס איז נישט געווען קיין פארשטעלעכטס, און ס'האט געגליעט די מצב השעה ממש צום לעבן.
אין די חנוכה סעזאן, איז אין יענע יארן אמאל אויסגעקומען גאר א שווערע תקופה בתוך המצב, און דער רבי איז ארויסגעקומען פאר מעריב, ווי ר' יושע כהן פלעגט אנצינדן די שול מנורה, און ס'שוין געווען זייער שפעט, און איינער האט געווארפן א שווערע האנטוך אויפן מנורה, און פארלאשן אלעס אויף איינמאל, נאכדעם וואס דער רבי איז געשטאנען אויף שפילקעס און זיך געוואלט ארייניאגן אין שטוב, צו כאפן די צייט.
דער רבי האט דאס געזען ווי מ'האט פארלאשן פלוצלינג די מנורה, און ס'נישט געווען די צייט פאר די קינדישקייטן, האט דער רבי זיך אנגערופן שטרענג, 'ווען מ'וועט לאזן.. וועט מען אויסווארטן, און האט נישט אויסגעווארט ביז מ'צינד נאכאמאל אן די מנורה, נאר אריין אין שטוב אין א געיעג.
די ארומיגע האבן דאס געהערט, האבן זיך דערשראקן, און געראטן דעם בחור הלעשער איבערבעטן דעם רבין אויף די עגמת נפש.
דער רבי האט דעם בחור געזאגט מיט א שמייכל שפעטער, כ'בין נישט בייז חלילה, אבער אויף די זאכן ווערט נישט געזאגט די מאמר כל המרבה הרי זה משובח, אויף גוטע זאכן בעט מען דאך נישט איבער.. זעט פון היינט מאל אן, צו טון גוטע זאכן.
באמת האב איך נישט מיטגעהאלטן אלעס אין יענע יארן, ס'געווען גענוג אז ס'האט געהערשט א פחד אין די שטעטעלישע גאסן, און מ'האט נישט געוואוסט ווען די רדיפות וועלן זיך אויפהערן, ממילא שפעטער ווען מ'האט שוין ענדליך געהערט די רעזולטאטן, ווי מ'זאגט דאס ענדגילטיגע שווערע פסק דין, האט מען כאטש געכאפט דעם אטעם, אראפשלונגענדיג די שווערע אכט יאר פון נאכאנאנדע אנגעצויגנקייט אין די סביבה.
אין יענע יארן, יעדע זאך וואס האט זיך באוואויגן אביסל אנדערש מאדנע פון געהעריג, האט מען חושד געווען אין שפיאנאזש, אין א נאכפאלגער.. מ'האט יעדע פרעמדע קאר חושד געווען, און טיילמאל איז געווען פארוואס אויכעט חושד צוזיין, ווייל ס'טאקע געווען שמעקערס דא און דארט.
איינמאל בין איך געשטאנען אין פאליש פונעם ישיבה, און כ'זע עס קומען ארויף עטליכע מארשעלס מיט 'בעדזשעס' און צייגן פאר מיר און פאר די קומענדיגע בחורים אין זייער וועג, אז זיי האבן רשות צו מאכן יעצט דא א אבלאווע אויפן בנין.
זיי האבן גענישטערט און געזוכט אין יעדן ווינקל, אבער אין ישיבה האבן זיי געפונען בלויז אלטע בחינות.. אבער ס'געווען ווייט פון געלעכטער, ווייל אויסער וואס זיי האבן נישט געהאט און נישט געפונען, האבן זיי דאך געהאט גענוג שטאף צו גיין צום טיש.
די איינלאדענונג צו קארט און ענדגילטיגע אורטיילן האבן אנגעמאכט היבש שווערע ווייטאגן אינעם וואוילזיין פונעם שטעטל לעבן, און ס'האט זיך געטוישט די רואיגקייט אין יענע יארן, צו אומבאשרייבליכע שווערע צוקלאפטע געפילן ביי יעדן יחיד.
יא, מיר האבן מיטגעשפירט דאס צער, טראצדעם וואס מיר זענען פיזיש נישט געווען אינעם פעקל, און וואלטן געקענט זיך אפשאקלן פון די אחריות וואס האט באמת נישט געהאט צוטון מיט יעדן, דאך איז געווען א פאקט דאס מיטגעפיל ווי מ'האט אין איין אטעם מיטגעהאלטן יעדע שווערע אנטוויקלונג.
די צייט איז געקומען, און קץ שם לחושך, יענע פרייליכע ענדע ווען מ'האט באפרייעט די ארעסטאנטן, נאך די שווערע רדיפות פון אכט יאר בלי הפסק, און אויך דאן האבן אלע זוכה געווען אין שטעטל, צום אפטייטש פון כל המצטער עם הצער זוכה ורואה בנחמתן.
איך דערמאן זיך אז אין יאר תשנ''ה, האט ישראל משה שפיטצער – דער מעיאר פון שיכון סקווירא אנגעהויבן שפילן אויף א פורים פארשטעלונג, אויפן רבינס טיש, ביים צווייטן פורים טיש, און דאן האט ער אויסגע'עקט א יודל ר' תנחום, וואס איז פארשטעלט און גייט גלות ליידן.
פלוצלינג פונעם געבויגן היטל און קורצע רעקל, ווערט ער נתגלה מיט א גאלדענעם לבוש און ווייסע זאקן, און קומט מבשר זיין די גוטע בשורה אז נישט לאנג וועט מען נאך ליידן, און ס'קומט שוין די אנהייב פונעם ישועה.
איך האב טאקע פארגעסן צו שילדערן וועגן די פורים שפילן אויפן רבינס טיש, אין די פריערדיגע יארן, ווען ס'נאכנישט געווען א לענגערע פארשטעלונג ווי א שטייגער היינט צוטאגס, און פאר צען פופצן מינוט דאס מאקסימום, האט זיך איינער ארויפגעשטעלט זאגן אפאר ווערטער, צו אויסלייגן א אקט וואס האט זיך נאטורליך געענדיגט מיטן אפנעמען דעם רבינס הסכמה אז די צייט איז רייף אויף זוכה זיין צו א גאולה פארן כלל ווי פארן פרט.
עטליכע יאר האט ר' משה גרובער פון וויליאמסבורג אויפגעטרעטן אלץ פורים רב, און פארגעשטעלט גאנץ שיינע זאכן, נאר צוליב זיין איבערגעטריבענעם שטייגער ווי ער האט באליידיגט עטליכע מקורבים, איז ער גע'פסל'ט געווארן מיט די צייט.
ווי באקאנט איז די דגוש ביים רבין, מיט א תנאי כפול, אז נאר אויב מ'מאכט נישט חוזק פון אנדערע, און מ'היט די דיבור, נאר אזעלכע פארשטעלונגען זענען מרוצה, און דאס איז די שיינקייט פון בדחנות ביי יודען בפרט ביי חסידים וואס זענען ווי איין משפחה.
ס'שוין געווען יארן וואס איז גארנישט פארגעקומען באזונדערס, און איין יאר ווען פורים איז געווען פרייטיג, און מ'האט ממשיך געווען די טיש מוצאי שבת, געדענק אז ר' משה יעקב סיגלער ע''ה, האט צוזאמען מיט זיין זון ר' אברהם צו לאנגע גוטע יארן, זיך ארויפגעשטעלט טאנצן א ארץ ישראל'דיגן טאנץ פארן רבין זז''ג, און דאס איז יענע יאר געווען 'דאס פארשטעלונג'.
האב איך געהאלטן ביים שילדערן דעם יאר תשנ''ח, ווען מ'האט מיך געסקיפט, און מיין יונגערע שוועסטער איז א כלה געווארן, און מ'האט טאקע געהאלטן דעם סוד ביז מוצאי שבועות, א נס וואס איז לכאורה אויך געווען בזכות דעם רבין, אז די מחותנת'טע האט זיך איינגעהאלטן אזוי לאנג, כאטש זי האט יא געוואלט ערב שבועות שוין אויספויקן די נייעס, און זי האט גערופן ר' ישעי' גבאי פרעגן.
ר' ישעי' האט איר געגעבן א פסוק אויפן טעלעפאן אז זי איז געווען געפרוירן ביז מוצאי יום טוב..
אגב, יענע יאר פורים, האט ליפא אויפגעטרעטן אלץ אקטיאר אויפן רבינס טיש, ווי א דארפס בחור מיט פראסטע קליידער און גראבע גרויסע ארבעטס שיך.
יענע שיך האב איך עהם געבארגט.. דאס האב איך גענומען פון מיין טאטעס קלאזעט.. און אויסער איך און מיין טאטע האבן נישט געוואוסט קיינער אז אט די שיך וואס ליפא – דער סוד חתן – טראגט יעצט, איז גע'גנב'ט פון אונזער הויז..
און ה' אלול תשנ''ח, איז פארגעקומען די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און פאר ליפא האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה אין לעבן, וואס ער האט נאר וואס געפראוועט פופצן יאר וואס האט זיך אנגעהויבן צו ציילן פון דאן.
אויך פאר מיר האט זיך דאן אנגעהויבן א נייע תקופה, וואס כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן, אבער זיי זענען פאר'רעכענט צווישן מיינע גוטע יארן, וואס כ'האב אויסגענוצט די נעכט מער ווי די טעג.. און געמאכט א בחורישע לעבן.
כ'האב מיך דאן ארומגעזען, אז אלע מיינע חברים זענען אדער חתונה געהאט אדער סתם ארויס אויפן גאס ארבעטן צו שווינדלען.. און איך האב מיך אריינגעזעצט אינעם כאפטע חסידישע פעניאקעס, צווישן נאך עטליכע אלטע בחורים, און מ'האט כאניאקיש פארברענגט טאג און נאכט אין הויף.
אה! וואס פארא חסידישע געשמאקע צייט האב איך געהאט אין די קורצע אבער רייכע תקופה, ממש חירות ממלאך המוות, חירות ממשגיחי ישיבה, חירות פון עני עול מלכות ודרך ארץ.. איך האב אין יענע תקופה זיך משלים געווען אין מסיים זיין עטליכע חשובע ספרי קודש, מסכתות שלימות, און ס'געווען געלעבט!
אבער אזא לעבן.. אן א ווייב, איז דאך קיין תכלית נישט געווען, אבער דאך פאר יענע תקופה אויפדערווייל, האב איך געהאט יעדע התנצלות פארוואס צו פראווענען אין די נעכט אריין, ווייל א אלטע בחור וואס איז נאך א שוואנץ וואס לויפט נאך דעם רבין און אויסער דעם רבין וויל ער נישט וויסן פון די גאס, איז געווען א יקר המציאות, וואס מ'דארף זיין משוגע זיך צו באקלאגן אויף אזא איינעם.
אבער מיינט נישט.
מ'האט זיך אויף מיר מיינע עלטערן זייער באקלאגט, ווי א שטייגער כ'וואלט געווען א אויסגערופענער גאסן יונג..
כ'געדענק אז עטליכע אישי חינוך האבן געזאגט מיין טאטן, אז ער זאל נאר קוקן וואס אנדערע בחורים אין מיין מצב טוען אן אין די פרעמד, און דא ב''ה איך בין צווישן די פיר ווענט פונעם שטעטל און כ'פארפיר נישט, נאר שלעפ מיך ארום ווי א פעניאק.
אויך מיין מאמע האט נישט אראפגעשלונגען די מצב, וואס הייסט מ'שלאפט אדורך זמן קריאת שמע, און מ'דאווענט דריי אזייגער נאכמיטאג, און ווען דער עולם עסט נאכטמאל עס איך פרישטיג, און ווען יעדער שלאפט בין איך אויף, א פארדרייעטע סדר.
פאר מיר איז אט די סדר געווען די לעכטיגע סדר, ווען אלע זענען געשלאפן און איך האב זיך אנגעשפארט אויף א גרויסע גמרא, און געבלעטערט הייליגע ספרים נאכאנאנד, און זיך אנגעשעפט הייליגע רעיונות און רוחניות'דיגע טיפע ענינים, פון א אויסוואל פון ספרים קדושים וואס איז מיר געקומען אונטערן האנט.
איי יענע לעכטיגע נעכט..
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די השראה וואס האט געהערשט דאן, ווען צוויי אזייגער ביינאכט, די שטעטל שלאפט שטיל, און נאר עטליכע שלעפערס דא און דארט צעשאקלען די נאכט אינעם שול הויף, און די עלטערע יודן, די זקנים לומדי תורה בהשכמה, קומען זיך צו שלעפן.
איך הער נאך יעצט זייערע טריט מיט נישט צוגעמאכטע שיך בענדלען.. איך געדענק ר' מרדכי שווארץ האט זיך געהאט זיין חברותא און מסכתא און מיטן האנטוך אויפן האלדז האט ער זיך געווארעמט און געלערנט אין א ווינקל, אזוי ר' בערל לעווין וואס מ'האט געזאגט אז ער האט ממש עולם הזה, ווי ער לערנט אזוי געשמאק ווי איינער וואס קייעט א גוטע לעיקעך אויף ביידע באקן..
יא א טייל לעבן נאך, און לערנען נאך דארט יעדע חצות לילה ביזן נץ, נאר איך שלאף שוין היינט.. און שטיי אויף ווי א פאלנער באלעבוס..
יא איינער א מתמיד א יחיד במינו, איז יעצט אוועק צום לעכטיגע ג''ע, ר' משה גראזינגער ע''ה, וואס ער דווקא ער איז דאס קערנדעל וואס לאזט מיך נישט פארגעסן פון יענע נעכט.
ר' משה פלעגט זיך אונטערברימען ביים לערנען אזא סארט תנועה, ער פלעגט זיך צומאל אפשטעלן ביים לערנען און זיך פארטיפן אין די מפרשים, דאן האט ער זיך אונטערגעזינגען עפעס אזא מין מעלאדיע, א ספעציעל תנועה ווי עפעס א 'תיקון חצות מעלאדיע'.
כ'געדענק עס נישט אקוראט דעם תנועה, אבער בערך עפעס א תנועה ארויף, ווי די נשמה בענקט זיך צום לעכטיגקייט אינעם האריזאנט וואס שוועבט איבער די גלות נאכט און שטראלן זעט מען ווי עס שיינט שוין ווי דער אור חדש על ציון תאיר..
עפעס אזא געפיל פלעג איך שפירן ביים הערן זיינס א תנועה'לע.. אוי אוי, אוי אוי אוי...............
מ'האט געקענט אויסגיין פאר מתיקות, ביז ער האט זיך אפגעשטעלט און פארגעזעצט דאס לערנען ווייטער..
איך פלעג אפילו קענען איינדרימלען פון דעם תנועה, כ'האב מיך ארויסגעשפרייט די הענט איבערן גמרא, און פלוצלינג זיך געטראפן א דריי שעה פארשלאפן.. ווען די גמרא איז מיר נאס געווארן פון שלאף שפייעכטס, און אסאך גמרות און ספרים האב איך אזוי אדורכגעווייקט.. פון יענע זאפטיגע נעכט לאורו של לילה כיום יאיר.
המשך יבוא בעזהשי''ת
באמת בין איך נישט געזיצן מיט פארלייגטע הענט, און בלויז געטריבן די נעכט, און אדורכגעשלאפן טעג.
איך האב אסאך אויפגעטון יענע פאר יאר, וואס כ'בין געווען אויסגעוואקסן פון ישיבה, און נאכנישט חתונה געהאט.
בעסער געזאגט, הערשט דאן האב איך אנגעהויבן אויפטון פאר א אמת, וואס כ'האב פארדעם גארנישט געקענט רעכענען פאר א אויפטו ממש.
מיינע חושים צו שרייבן און שילדערן די מצבים אין הויף, האט זיך גאר פארטיפט און געאקערט לאנגע שורות און דיקע חיבורים, און כ'האב פארצייכענט בימים ההם אסאך פאקטישע היסטאריע אינעם היימישער אטמאספער ווי אייך האב מיך געפונען.
ווען דער רבי זז''ג האט צו מזל א שידוך געשלאסן מיט זיין בן זקונים – דער אלעמען באליבטער 'חיים מאיר', האבן אויך מיינע הרגשים געקאכט און פראבירט עס אפמאלן אויף פאפיר מיט טינט, און ס'האט זיך מיר שווער איינגעגעבן, כאטש וואס די לייענער האבן גאר גוט הנאה געהאט.
ביי מיר זענען געבליבן אסאך הרגשים אין הארצן, אין יענע לעכטיגע טעג, וואס כ'האב נישט געהאט גענוג שפראך און אויסדרוקן זיי אויסצוליידיגן פון הארצן און מחשבה.
איך בין געזעצן לאנגע שעות און געשריבן, און זיך געטונקען אינעם הויפ'ס נייעס, און ממש געלעבט בבית חיינו מיט נשמה און לעבהאפט.
וואס האט אנבאלאנגט סקווירא בין איך געווען אינפארמירט, און יעדע קליינע מסיבה צו ערשיינונג ווי דער רבי איז ארויסגעקומען פון שטוב, בין איך געווען אונטער די פוס.. און זיך אנגעשמעקט אהין.. און אוודאי ווען ס'געקומען פסח אין הויף, בין איך אוודאי געווען בתוך הענינים, און נישט פארפאסט גארנישט, אוודאי ווען ס'זענען פארגעקומען די ערשיינונגען אינמיטן נאכט, ווען מיין משמורה איז געווען טאג לעכטיג..
סיי יעדע לעיקעך און לחיים האב איך געהאט טועם צוזיין, עד כדי כך, אז אמאל איז צו מיר צוגעקומען דעם רבינס עלטערע גבאי ר' ישעי אונגער זז''ג, וואס איז באקאנט מיט זיינע גלייך ווערטלעך, און האט מיר געזען מיט די נאסע פיאות פון מקוה, ווען מ'האט קוים אנגעגרייט נאך שחרית פאר א סעודת מצוה.
זאגט ער מיר מיט ערנסטע אויגן, 'געב דיך שנעל א וואש! אז נישט וועט אלעס איבערבלייבן'..
ווען כ'זאל שרייבן א טוץ אויסדרוקן און עפיזאדן פון ר' ישעי, וועל איך נישט ענדיגן.. ממילא לאמיר גיין ווייטער מיט מיין יארגאנג.
איך האב מיך צוגעשארט צום עסק פון קלויבן דעם רבינס ווייץ – פאר מצה שמורה.
דאס איז א חכמה מער ווי א מלאכה!
איך האב אלץ געהאט געניטע אויגן, צו באמערקן און אויפ'פאסן קלייניקע זאכן, און דעמאלטס איז מיין זעה קראפט געווען גאר גוט געאייגענט, אויפצוכאפן רוב 'אויסגעוואקסענע ווייצלעך' וואס די מחמירים זענען מוסיף אויפן ושמרתם את המצות, און אויך דער רבי פאר זיך און די קינדער, עסן בלויז פון געקליבענע ווייץ.
א משך פון דריי יאר, בין איך געווען דער 'קלויבער', און מצליח געווען אדורכצוזייען אונטער מיין השגחה, איבער הונדערט פונט ווייץ יעדע יאר, וואס דאס איז געווען היבש ווייניג אבער גענוג פאר דעם רבין און קינדער – דהיינו נאר די מענער, וואס האבן דאס געבאקן ערב פסח, און עס האט געסטייעט כאטש ביז נאך די צווייטע טעג יו''ט.
בקיצור וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, ווען מ'האט גענומען די זעק ווייץ וואס זענען געליגן צו טרוקענען אין א בוידעם, פון תמוז צייט, ווען מ'האט אויסגעקאפעט די קערנדלעך פון די זאנגן, און געווינט'שאופעלד, און יעצט האט מען עס אריבערגעברענט איינגעהילט אין א 'פעלצל' – אזא מנהג, און עס הויפענסווייז אויסגעשפרייט אונטער א לעקטערל, און עס ווייטער געשארט, אלץ נבדק און ריין כאטש ניינציג פראצענט פון מצומחים און מובקעות.
דעם רבינס ווייץ איז געווען לייכטער בודק צוזיין, ווייל ס'געווען געריסן על פי מנהג – ביי האנט, אבער די אנדערע וואס די מאשין שנייד, ווערט אסאך צעהאקט, און ס'שווערער מבחין צוזיין וואס איז אויסגעוואקסן, און אוודאי ווען מ'וויל קלויבן 'ספעלט קערנדלעך' איז דאפעלט שווערער, ווייל דארט זענען טאקע דא אסאך מצומחים.
מתחילה איז די מקום ווי כ'האב געקליבן, געווען איינקווארטירט אינעם אלטן מצה בעקעריי אינעם קעלער פונעם אלטן שול, אבער ביים איבערבויען דעם שול, האב איך געקליבן אינעם הויז פון ר' יצחק שפיטצער, וואס היינט שטייט אויף יענע ארט, די גרויס עלעגאנטע בנין 'היכל רנה ותפילה' – די טישן זאל.
פאר מ'האט צעווארפן יענע הויז, ווי כ'געדענק נאך זיין זיידע – ר' בנימין זאב שפיטצער ע''ה דארט וואוינען, איז דערנעבן געווען נאך די 'סקרין הייזלעך' וואס איז נאך געווען פון די צייטן פונעם רבי'ן ז''ל, איינס איז שוין געווען האלב איינגעווארפן, און מ'פלעגט שמועסן אז ס'איז דארט באגראבן אסאך שמות און אלטע תשמישי קדושה.
שפעטער ביים בויען דעם טישן זאל, האב איך געקליבן אינעם הויז פונעם אלטן רעבעצין ע''ה, וואס האט געהייסן דעמאלטס 'בית טראנא', אדער בית פנחס – צוליב א קליינע ישיבה וואס איז געווען דארט א משך זמן מיט דעם נאמען.
אלץ באלוינונג פארן קלויבן דעם רבינס ווייץ, האב איך נישט ערווארטעט קיין געלט צו לויב, נאר אזויפיל, אז איך האב באקומען די דזאבס פון קלויבן די ווייץ פון אנדערע מחמירים אין שטעטל, פאר גוט געלט! וואס דער אויפזעער און בעל אחריות פון דעם רבינס מצות – באלד צוואנציג יאר – ר' יעקב יוסף פעלבערבוים בן הרה''ח ר' מענדל שליט''א, האט מיר דאס מסדר געווען.
יא, איך וועל נישט פארהאלטן מיין דאנק צו עהם, אז נאך דריי יאר קלויבן דעם רבינס ווייץ, און נאך אסאך מוטשען, האט ער מיר געשאנקן איינס פון דעם רבינס אייגענע העמדער, וואס געווענליך באקומען די קנעטער און נאנטע עובדים מיט די מצות ערב פסח.
איך האב זיך זייער געפרייט מיט זיין געשאנק צו מיר, און דאס איינציגע מאל וואס כ'האב גענוצט דעם העמד עד היום הזה, איז געווען ביי מיין חופה, וואס האט מיר געגעבן די געפיל פון נאנטשאפט צום הויף, כאטש כ'האב חתונה געהאט מעבר לים – אין לאנדאן.
דאס אמנות פון קלויבן ווייץ, איז אביסל שווער מסביר זיין אויף פאפיר, דערפאר וועל איך דאס נישט ערקלערן דא, ווייל ס'א שאד די מיה.
אבער אויסער דעם, האב איך אין די ערב פסח טעג, אסאך פארברענגט אין רבינס פסח קאך, ווי עס פעלט אויס אסאך הילף צו שיילן די ריזן קוואנטום ירקות און פרוכט, לצורך די גרויסע ציבור וואס עסט פון דעם קאך דורכאויס דעם יו''ט, און ספעציעל ביי די פסח סדרים.
איך בין געזעצן דארט ווי א ראש החבורה.. און שעות אויף שעות פריילעך געמאכט דעם עולם, און דערביי אפגעשיילט זעק און קעסטלעך קארטאפל פאסטערנאק עפל און אויך מרור, און כ'וויל נישט מאריך זיין אין פרטים וויאזוי ס'דארט צוגעגאנגען אלע מנהגים, אבער איך האב זוכה געווען שוין ביז היינט צו עסן ביים רבין זז''ג – בערך 'דרייסיג סדרים'.
אנגעהויבן פון ווען כ'בין געווען קוים זיבעצן יאר, און געציילטע אין מיין עלטער האבן דארט דעמאלטס געגעסן ביים רבין, אבער איך האב זיך צוגעכאפט צום זכיה, און אזוי ממשיך געווען ווען נאר כ'האב געקענט, עד היום הזה ויעזור ה' הלאה.
די סדר איז געווען מיין חיות פון א גאנצע יאר, ווען די יו''ט פסח איז בכלל געווען מיין יו''ט איבער אלע אנדערע הייליגע ימים טובים בישראל.
און כ'ווייס נישט צו ס'געווען עפעס וואס איז פארגעקומען אין הויף בימים ההם, וואס דריי מענטשן צווישן חסידים האבן געקענט פרייוויליג מיטהאלטן און איך בין נישט דארט געווען..
טאקע פסח צייט, ווען רוב מאל איז דער רבי ארונטערגעקומען אינמיטן נאכט נאכן ענדיגן פראווען, ביים כשר'ן אלע כלים, ביים מאכן די 'צוקער-וואסער', ביים בודק זיין די לעבעדיגע פיש, ביי אלעס בין איך געווען אויפגעוואכט און דערביי, אויסער ביים באזוכן די 'ירושה זאכן', וואס דאס דארט האט נאר געקענט ווער ס'האט זיך פארהערט אין ישיבה טויזענטע בלאט גמרא, און איך בין קיינמאל נישט געווען אויסגעשטעלט אויף קיין פארהער..
ביים לייגן סכך אינעם 'גלאזערנע סוכה', ביים פארברענען די קנויטן מוצאי חנוכה באישון ליל, אין די שארפע פרעסטן, געדענק איך ווי דער רבי האט זיך דערשראקן ווען א שטיקל ברענענדיגע פאפיר איז געפלויגן מיט די ווינט און געלאנדעט אויף א פארשנייעטע ביימל, און ר' ישעי' מיט זיין הומאר רופט זיך אן אין די שטילע מעמד, 'עה, די בוים וועט זיך נישט אנכאפן'.. חח
כאטש איך האב מיך געדרייעט דארט ארום, בין איך אבער גראדע אינעם חמצ'דיגע קאך נישט געווען קיין תושב, און נאר זייטיגע זאכן האב איך גענומען א חלק, אבער די שווערע זאכן האב איך געלאזט פאר די אנדערע יוצר משרתים, און איך האב בלויז צוגעקוקט פון די זייט, ווי אלע שוויצערס מאכן סדר..
גראדע פלעג איך העלפן מאכן די וואקסענע לעכט צו נאכט צו ערב יו''כ, וואס מיינס א קרוב ר' משה לעפלער ע''ה פעלגט בחזקה עס אנגרייטן, אויך אמאל האב איך געהאלפן ר' יושע פרידמאן ע''ה – דעם רבינס שטוב גבאי, צו באצוקערן די וויין, אום חודש מרחשוון, ווען די וויין גייט דעמאלטס ארויס פון פרעס, האב איך זיך פארפלעקט מיין טלית קטן, און אריינגעגאסן די וויין אין די פרישע פעסלעך וואס זענען געווארן איינגעשפארט אינעם שאנק, אינעם סוכה שטוב, ווי דער עולם שאקלט לולב ביים רבין אום סוכות.
מ'האט דאך יענע יארן איבערגעבויעט דעם שול, און דערפאר זענען אסאך זאכן אריבער וואנדערונגען, פונעם סעלער צום ווייבער שול, און פון דארט צו א אנדערע ווינקל, ביז מ'האט פריש קונה שביתה געווען אינעם נייעם שול, יעדע זאך אוואו עס געהערט צוזיין.
למשל די כולל איז אמאל געווען אין ווייבער שול, ווען מ'האט געבויעט די גרויסע בנין הכולל, איז די ווייבער שול געבליבן א גאנצע וואך פאר די מקום ווי מ'גייט ווען מ'דארף א פראוואזארישע ארט, און די 'כולל אגודה' פאר פרישע יונגעלייט אין ישיבה, געמישט מיט עלטערע בחורים אין די לאנגע יארן.. איז אויך דארט געווען פלאצירט.
און דארט האט די מלוה מלכה וואס קומט פאר אין שול וועכענטליך, זיך געטראפן א נעסט, אין די גלות טעג פון איבערבויען דעם שול אונטן.
דעמאלטס זענען נאך אסאך זקנים געווען א חלק פונעם מלוה מלכה, און בחורים האבן זיך נישט געטראפן די פלאץ דארט, אבער איך מיט מיין נאנטע חבר – לוי יצחק גרינוואלד, האבן זיך גענומען די חוצפה, און זיך אריינגעזעצט איין וואך צווישן די זקנים און אלט געזעצענע.. און בוצע געווען אויף א בארכע, און אן בושה זיך אריינגעשטעקט די נאז אין אלע שטיל הויעכע שמועסן..
ס'איז אריבער א קורצע תקופה, ווען נאך בחורים האבן זיך מיטגעכאפט מיט אונז, און ס'געווארן א געזעמל פאר בחורים אויך, אבער דאן האבן עטליכע אנשים וואס האבן זיך געהאלטן חשובים.. אפגעפיצט פון דארט, אלץ ירידת הכבוד פאר זיי, אז ס'איז געווארן א בחורים טישל.
איך האב אין יענע יארן באגלייט מיין חבר לוי יצחק, אין גענוג און נאך פארברענגען און חסידישע אקציעס, און ווייל ער איז געווען נאנט און בייהילפיג פאר החסיד התמים ר' חיים איינהארן ע''ה – א גאר נאנטע איבערגעגעבענע שטוב מענטש ביים רבי'ן אין הויף, האב איך אזוי ארום אויך גענאסן פון זייער פראטעקציע ווען כ'האב געוואלט.
זיי האבן געמאכט דעם רבינ'ס דאווענע שטוב א מקום סגור, וואס ביז דאן האט יעדער געקענט זיך אריינשפאצירן אהין און אפילו דרייען יוצרות מיט דעם רבינ'ס פריוואטע חפצים, אבער זיי האבן געמאכט סדר דארט.
וועגן ר' חיים איינהארן וועל איך נאר שרייבן וואס איך האב געהאט מיט עהם, אז זייענדיג א עלטערע בחור וואס האט זיך געדרייעט אונטער די פוס זיינע.. האט ער מיר אמאל גערופן אויף א מיטינג.. איך מיט עהם.. און ער זאגט מיר מיט א ערנסטע שטימע.
ס'האבן זיך געזעצט נעכטן א קאמיטע פון די קהילה, און ס'געבליבן א מסקנה, אז ס'נישט קיין תכלית אז דו דרייעסט דיך ארום דא און דארט ליידיג.
זייער פיין און וואויל מיט דיין כאניאקישקייט, אבער מ'דארף עפעס טון מיטן טאג אויך.. דערפאר האב איך מיט ר' שרגא פייבל מערמלשטיין אפגעמאכט, [- האב איך שוין געזען וועלכע קאמיטע און קהילה איך האנדעל דא..] אז ער וועט דיך אריינ'נעמען אין זיין אייזן פאבריק, און ער וועט דיר שיין באצאלן, און אויך דיין טאטע וועט מסכים זיין, און דו וועסט זיין באשעפטיגט, ס'וועט זיין גוט פאר דיר.
איך האב ממש אראפגעביסן א שטיק ליפן, ווען ער האט געענדיגט רעדן, און באקומען מיין צוזאג, אז יא, איך וועל מיך צושטעלן..
איך האב שנעל אפגעפיצט פון דארט, נישט אויסצופלאצן פאר געלעכטער אין זיין פנים, אבער ער האט זיך אדער געמאכט א תמים, אדער באמת נישט געוואוסט, אז מיסטער מערמלשטיין האט קיין פאבריק מער נישט פארמאגט דאן, און א יאר נאך מיין חתונה איז ער אוועק לחיי עולם הבא, שוין זייענדיג אויף פענסיע א שיינע ביסל יארן..
אבער עסקנים זענען זיי ביידע געווען.. און געוואלט מיר העלפן.. פון אזעלכע עסקנים האט זיך קיינער נישט באליידיגט און נאר געשמייכעלט.
[כ'מיין אז המשך יבוא..]
משה מרדכי,
הערליך שיין ממש טרערן אין די אויגן, איין זאך פארשטיי איך נישט פאר וואס האסטוך אזוי געלאזט פאר וואס האסטו נישט געפייט פאר דיין רייטס
אזא מעקעלע איך קען דאס נישט פארשטיין
יענע יארן בין איך נאך נישט געווען אזא אקטיוויסט.. ווי דו זעסט מיך היינט דא דארט.. איך האב זיך גענומען די דרייסט מיט יארן שפעטער
ווי אזוי ביסטו א שוואגער מיט ליפא
אלעס שטייט דא באשריבן, מיין שוועסטער איז זיין ווייב
ווי אזוי איז שלום דין געווען דיין שוואגער
אויך געווען חתונה געהאט מיט מיין שוועסטער
אין איין שיינעם טאג איז אים אריין (אדער ארויס) א דזשוק אין קאפ?
ער האט אויך געהאט שוערע קינדער יארן?
דו כאפסט אליינס וואס דו פרעגסט?
ער איז א יתום
הרב איך אויך,
איך האב דא א באקוועמע שמועס מיט משה מרדכי, וואס מיש דיך אריין אין מיטן מיין שמועס
נחזור לעינינו, סאו וואס איז מיט דעים שלום געשען
פרעג עהם אליין, ער איז א מעמבער דא
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב שוין געליינט זיינע זאכן נאך פאר איך בין דא געווען א מעמבער, איך זעי נישט זיינע טאלאנט חוץ זיין גוטע פעדער.
סארי פאר אריין לייגן מיין נאז. ווי הייסט שלום דין דא? וואס איז זיין ניק?
בד''וו שקויח פארן נישט גיין אישי, די עולם האט הנאה
ער הייסט שלום דין ער ניצט זיין געהעריגע נאמען
יא, ס'פאסט נישט פרעגן די פראגעס אין פאבליק, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם. ער הייסט שלום דין דא און דארט און איבעראל
מנשה,
גאנץ באטעם׳ט געווען נעכטען צופארברענגן צוזאמען, ווילסט היינט אויך?
איך געדענק שוין אליינס נישט ווי כ'האב געהאלטן, ווייל אלץ דערמאן איך זיך נאך און נאך אלטע זאכן, אבער למעשה וועט מען מוזן די השלמות לאזן צום ענדע.
און מ'וועט ווייטער ממשיך זיין על הסדר.
יאר תש''ס, איז געווען די גליקליכע היסטארישע טאג, ז' כסליו, ווען דער רבי זז''ג האט אונטערגעפירט אונטערן חופה זיין בן זקונים ר' חיים מאיר שליט''א וואס איז געווארן א איידים ביי ר' הערש מיילעך האלבערשטאם שליט''א א עובד ה' וותיק פון די חשובע יושבים אין שטעטל, א איידים פונעם ראכמסטריווקער רבי שליט''א און זון פונעם אלטן קיוויאשדער רב זצ''ל.
ס'איז געווען א חתונה לשעה ולדורות, און כ'האב שפעטער ארויסגעגעבן מיינע הרגשים און מיטלעבן פון יענע טעג, אין א באזונדערע חיבור, מיט בילדער באגלייט, און דאס איז געווען איינע פון מיינע פעולות דאן, וואס האט מיר געהאלטן טעטיג און לעבעדיג.
כ'וועל אויב מעגליך אין א געלעגנהייט ציטירן אינטערעסאנטע שורות פון יענע היסטארישע מעמדים, אבער יעצט וועל איך ווייטער ממשיך זיין.
איך האב לכבוד די גרויסע חתונה, געלאזט אויפנייען א באזונדער שיינעם 'עמברוידערי' ארבעט אויף א ווייס ציכטיגע טישטוך, וואס איז געווארן אויסגעשפרייט פארן רבין לכבוד די שמחה אין הויף.
דאס מאכן די טישטוך האט מיר געקאסט א היבשע מאס געזונט, די עגמת נפש וואס כ'בין אריבער, ווען אסאך דעטאלן זענען נישט געמאכט געווארן פונקט ווי איך האב געוואלט, און כאטש כ'האב שוין געארבעט און באשטעלט דעם טישטוך חדשים לאנג בעפאר, איז אבער אויף מיין עגמת נפש די טישטוך הערשט פארטיג געווארן ווי מ'זאגט צום זמן..
אבער ממש צום זמן, ממש ערב שבת אויפרוף, האט ליפא מיין שוואגער מיך א טובה געטון און געפארן מיט מיר אויפ'פיקן די טישטוך פון מאנרא, וואס יענער שפילמאן עמברודערי האט עס געמאכט, און אויך געמאכט זיכער אז אויך פאר זיין רבי וועט ער מאכן עפעס מער קנאקעדיג.. וואס פון דאן איז געווארן אזא טישטוך א חפצה אין די הויפן.
אינמיטן די שמחה האט איינער א לייכטזיניגער בחור, פון די הויפס געהילף, אריינגלייגט דעם טישטוך אין א ביליגע האנטוך וואש מאשין, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף עס 'שוין' אויסוואשן.. נאכן ערשטע מאל ניצן.
די טישטוך איז ארויסגעקומען פון דארט א שמאטע! איך האב געשפירט ווי דאס בלוט לויפט מיר ארויס פון קאפ און ווארפט מיך אום.
א גוטע חבר מיינע, יעקב יוסף סופר, האט מיר שפעטער געהאלפן פאר'רעכטן וואס יענער האט קליא געמאכט, און מ'האט צוריק אויסגעצויגן די פעדימער, און עד היום דינט די מפה של כבוד א שיינקייט פאר די שמחות אין הויף, שוין באלד פופצן יאר, ב''ה.
ווי געהויבן די שמחה איז געווען אין הויף, און ווי דערהויבן איך בין געווען, אזוי להיפוך האב איך אנגעהויבן שפירן, עטליכע חדשים נאך דעם שמחה סעזאן, ווי מ'זאגט, אלע האבן חתונה, און איך בלייב שפאצירן..
ס'האט מיר באפאלן דאס ערשטע מאל א סארט עצבות, יענע זומער תש''ס, אז כ'האב אנגעהויבן טון מאדנע זאכן, און כ'האב געשפירט אז כ'ווער דערמיט הייליגער אבער כ'בין געווארן נאר מער צעקלאפט.
כ'האב מיך עטליכע חדשים נישט געלייגט אין קיין בעט, איך האב אויספראבירט אלע סארט סגולות, תפילות, מחשבות, השתדלות, אבער כ'בין געבליבן פשוט אפגעזונדערט פונעם לעבנס געלויף, אלע לעבן אין א משפחה פאר זיך, און איך בין א שטיין אליין.
איך האב מיך טאקע משלים געווען אין אסאך לימודים, אבער מיין מצב נפשי איז געווארן זייער פארביטערט, און כ'האב נישט געזען קיין עצה, נאר ממשיך זיין אין דעם מצב און שטופן דעם וואגן א טאג נאך א טאג.
אבער די טאג איז אנגעקומען, און איבערס א יאר בין איך א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.
ביים סעודת עניים פארן חתונה פונעם רבינס זון, האט א חבר מיינע מיך צוגעשלעפט צום רבין און געזאגט, אז דער רבי זאל מיר געבן א גאנצע דאלער ווי א יונגערמאן, און וויבאלד כ'האב מנדב געווען דעם שיינעם טישטוך זאל איך האבן א שידוך שוין.
דער רבי האט רעאגירט, אז פועל'ן קען מען מיט א קוואדער אויכעט, און אז איך האב נישט געקויפט דעם טישטוך פאר דעם, און דער אייבירשטער וועט מיך נאך העלפן..
[און כ'האב זייער הנאה געהאט צו הערן, אז דער רבי ווייסט אז איך האב נישט געקויפט דעם טישטוך אלץ א סיבה צו באקומען א ברכה פאר א שידוך, נאר פשוט צו באשיינען דעם רבינס שמחה, וואס לדעתי זענען אלע אנדערע טאוולען וכדומה, נישט קיין ברי קיימא, און דאס איז עפעס מער זאכליך און דויערהאפטיג.]
כ'ווייס נישט גענוי וויאזוי צו שילדערן יענע שווערע חדשים, פונעם זומער תש''ס ביז איבערן ווינטער תשס''א, אבער ס'נישט געווען געשמאק..
איין מיין פאמיליע האט מען מיך אנגעקוקט מאדנע פון מאדנע לאנד.. די זאכן וואס כ'האב מיך אנגענומען בפרישות, איך האב נישט אנגערירט קיין בעט, נישט געווען אין שויער, נאר געגאנגען אין גאר הייסע און קאלטע וואסער וואס רייניגט אויך, ווייל איך בין אלץ געווען א ריינע טיפ.
אבער לגבי די הויף האב איך מיטגעהאלטן אלעס און מיטגעפארן יעדע רייזע און זיך נישט געלאזט נארן, אבער דאך איז עס שוין געווען מיט א צעקוועטשטקייט, און כ'האב לכולי עלמא שוין געדארפט זוכה זיין צו ווערן אויפגעראכטן פארן תכלית פון לעבן.
אום חודש חשוון תשס''א, איז געווען א אומגליק, ווען מיין ברודער יעקב יוסף האט פארלוירן א דריי יעריג קינד, ווען דאס קינד 'יואלי' האט געכאפט א בלוט שטורץ און אויסגעהויכט זיין נשמה'לע אין די מאמעס הענט, ווי אויף זיין פרישע קבר האבן מיר געלאזט טרערן, און איז געבליבן די לעצטע קרעכץ מיינע פון יענע תקופה בעפאר איך האב חתונה געהאט.
פון דאן האט זיך אנגעהויבן שמעקן פרישע בשורות, מ'האט פלייסיג אנגעטראגן שידוכים, אבער.. ס'איז פון אלעס גארנישט געווארן, און דער רבי האט אלץ געזאגט, אז מיין ישועה איז נאנט, און אדרבה דער רבי האט באוואונדערט ווי איך בין שומר על הכלים, און לויף נישט ארויס פון די הויט, און האט מיך מחזק געווען אז אט אט וועט זיין סוף כל סוף עפעס פאר מיר.
חנוכה תשס''א, איז פארגעקומען די היסטארישע נס, וואס דער אייבירשטער האט געמאכט בזכות השתדלות וואס דער רבי זז''ג האט אנגעארבעט, מיטן זיך טרעפן מיטן דעמאלטסדיגן ארויסגייענדע פרעזידענט 'קלינטאן', און איך האב מיטגעהאלטן יענע רגעים ווען דער רבי איז אהיימגעקומען פון וואשינגטאן, און כ'בין געווען פון די מנין וואס האט ממשיך געווען דאס דאווענען יענע טאג חנוכה אין רבינס הויז.
שפעטער שבת שמות, האב איך מיטגעלעבט די הארציגע סצענע ווען סקווירא האט געטאנצן צום הימל פאר פרייד און טרערן, פאר די גרויסע נס און ישועה וואס דער אייבירשטער האט באוויזן לדוד עבדו ולישראל עמו.
דאן ביים לייענען איז אנגעקומען די בשורה טובה אז מ'האט געמאכט קורצער די צייט פון תפיסה פאר די וואס זענען נעבעך געזיצן שוין א צייט, און גאנץ שבת איז געווען א יום טוב שחל באמצע שבת און ממש ס'געווארן פורים אין די גאסן.
ביי גוט שבת זאגן האט דער רבי געזאגט מיין טאטן, אז יעצט איז די צייט אויסצופירן א שידוך פאר מיר..
דער רבי האט ממש בידיים און בפה מלא געזאגט, אז 'יעצט' דארף עס זיין..
אום זונטאג וארא, האט מיין טאטע מיר געזאגט אז מ'טראגט אן א שידוך פאר מיר פון לאנדאן, און איך האב גוט געוואוסט אז די זאכן זענען נישט קיין גרינגע החלטות, און כ'וועל ממילא נישט קענען מאכן די החלטה, האב איך געזאגט איין ווארט, אז אויב דער רבי וועט הייסן גיין דערמיט, גיי איך.
און צונאכטס זעמער שוין געווען ביים רבין אין צימער, ווי דער רבי האט געזאגט פאר מיין טאטן אז ס'איז א גוטע זאך, און האט זיך אויסגעוואנדן צו מיר דירעקט, 'וואס וואקעלט איר זיך?'
האב איך צוריקגעפרעגט דעם רבין, אז דאס מיינט אז מ'קען זיך שוין געזעגענען און אהינפארן?
יא! זאגט מיר דער רבי, און שטרעקט אויס די האנט זיך צו געזעגענען..
דערביי האט דער רבי געזאגט, ס'קומט יעצט חודש שב''ט, און לדעתו איז דאנערשטיג די פאסיגע צייט צו מאכן שוין א לחיים, וויבאלד ס'איז דאן די יארצייט פון רבי ר' זושא מאניפאלי זי''ע, אום ב' שב''ט, און אויך דער טאטע ז''ל האט חתונה געהאט ב' לחודש.. [אום ב' אדר].
אזוי האט דער רבי מרמז געווען אז ס'איז א פארטיגע זאך.. אויב איך וויל.. און איך וויל נאר אויב דער רבי וויל... אזוי שטארק האב איך נישט געקלערט אז כ'וועל נעמען אליינס די החלטה, ווייל טאמער וואלט איך גענומען די אייגענע החלטה האב איך מורא אז ס'וואלט נישט געווען..
מיר האבן געפאקט פעק שטילערהייט, און אנגעקומען קיין לאנדאן אום דינסטיג ווען צונאכטס דארף זיין מיין ערשטע פגישה מיט מיין באשערטע וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט געזען, און אפילו נישט געוואלט זען אויף א בילד, בעפאר איך זע איך מיט די אייגענע אויגן ביים פגישה, אינעם ריכטיגע מינוט וואס איז באשערט פון הימל.
דאס איז נישט געווען מיין ערשטע רייזע קיין לאנדאן, א יאר בעפאר בין איך געפארן מיטן רבין און חסידים אויף לאנדאן אויף א שבת, און דאן איז געווען מיין ערשטע רייזע אויף א פליגער בכלל און לאנדאן בפרט, און כ'האב יענס אויך פארצייכענט אין א קונטרס, וואס כ'וועל מסתמא אויך ציטירן אין א געלעגנהייט פון יענע רייזע.
איך געדענק ווי מרת דיימענט – געוועזען א שפיצער פון סקווער, האט אונז גלייך געברענגט עפעס א לעיקעך, אינעם קדימה האטעל ווי אונז זענען איינגעשטאנען, דאס אליינס האט אונז געמאכט ווארעם אויפן הארצן..
איך האב נישט ארויסגעלאזט די פעדער פון האנט.. און אויך דאן פראבירט שרייבן מיינע נאטיצן, אבער ס'נישט געגאנגען..
ביים זיך טרעפן מיט מיין מחותן האב איך פארציילט א סיפור פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע, אז ווען ער איז ארויס פון טורמע איז ער צוריק א טריט, ווייל די וועלט זאגט, אז מ'איז אויף א פלאץ איינמאל קומט מען נאכאמאל, האט ער שוין יוצא געווען מיטן טריט צוריק..
איך בין געווען אין לאנדאן א יאר בעפאר, און יעצט קום איך צוריק..
איך האב זיך געטראפן זיצן קעגן מיין באשערטע, וואס איז צו מיין וואונדער נישט געווען אנגעטון ווי מ'גייט צו א חתונה, נאר זייער איינפאך און צניעות'דיג, וואס האט ווידער געמאכט ביי מיר א רושם פון אמת'קייט, וואס האט מיר געעפענט די מויל צו פארציילן אפאר סיפורי צדיקים, וואס כ'האב געשפירט אז אט זי וועט זיין די ריכטיגע כלי לקבל די סארט השקפה.
און כ'האב מיך נישט גע'נארט, ווי זי האט מיך נישט אנטוישט נאכן חתונה, און אזוי אויפגעלעבט אויף יעדע חסידישע סיפור און הייליגע עובדא, אז כ'פלעג ממש שפירן ווי די קדושה פונעם צדיק פון וואס איך פארצייל, רוהט אין אירע געוויסן, און לעבט אויף איר נשמה.
ס'איז מיר שווער צו שרייבן די קומענדיגע שורות, אבער איך בין געווען זייער צומישט אין יענע מאמענט, ווען מ'האט געשלאסן דעם שידוך, איך האב געשפירט ווי מ'האט מיך פון איין רגע צום צווייטן געטוישט די שכל, און כ'בין פארטיג!
עד כדי כך, אז ביים קידוש שבת נאכן שידוך, האב איך פשוט אפגעפיצט פון דארט, און נישט געקענט אויסהאלטן די מזל טוב שאקלעריי, ווען איך בין אזוי צעמישט און ווייט פון מסודר.
ס'מיר נישט געווען באשערט צו זיין אזוי פרייליך ווי מ'וואלט זיך פארגעשטעלט, ווייל איך בין געווען זייער צעמישט, וואס ס'האט דא פאסירט אין געציילטע טעג ממש.
און ביז מיין חתונה האב איך אסאך חיזוק און בארואיגונגס ווערטער געבעטן ביי מיינע באקאנטע משפיעים וואס כ'פלעג זיי נאכלויפן און בעטן א גוט ווארט.
בעיקר פלעגט מיך העלפן אין יענע צייטן, ר' יעקב יוסף פראמאוויטש, וואס האט זיך זייער איבערגעגעבן פאר מיר, און מיך געדולדעט און אויסגעהערט, און ממש צוגעזאגט אז כ'טוה די ריכטיגע שריט, און כ'זאל אוועקווארפן אלע פחדים און שווערע געפילן.
צוביסלעך האב איך זיך אנגעהויבן גרייטן צו מיין חתונה טאג, מיט בעסערע געפילן, און מיט גאר געהויבענע הכנה, צו עפעס וואס כ'האב געווארט עטוואס לענגער ווי אסאך אנדערע..
מ'קען זיין זיכער, אז דאס וואס קרובים און אפילו די נאנטסטע האבן געהאט אין מחשבה, אסאך אנדערע סארט מחשבות האבן געווירבעלט ביי מיר אין מח, צו אט די דאזיגע כלה וואס איך גיי איר מקדש זיין אין עטליכע חדשים ארום, וועט משיג זיין מיינע טיפע רעיונות? וועט שפירן מיינע געפילן? וועלן מיר האבן א מיינזאמע לעבן?
איין זאך האב איך אבער באשלאסן ווי א פעלזן פעסטע אפמאך, אז 'איך וועל איר קיינמאל נישט פארלאזן'.. יהיה מה שיהיה, אויב כ'בין שוין א חתן, און מיט איר.. וועל איך מיט איר לעבן און זען צו לעבן, און טאקע לעבן..
זיך אריבערציען קיין לאנדאן, איז באמת נישט געווען פון מיינע טיפסטע רצונות, אבער מהשם מצעדי גבר, און מיר האבן זיך געפונען מיט פעק און זעק, ערב מיין חתונה בעיר הבירה לאנדאן, און זיך גרייט געמאכט צום לעכטיגע טאג ווען כ'האב געהאט מיט מיר אסאך שעות און טעג הכנה און עבודה.
פארן חתונה בין איך אפילו געווען אין א קוואל מקוה, קודם אין שטעטל בעפאר איך בין ארויסגעפארן, וואס לויטן עצה פון רבין אז טאמער ס'וועט נישט זיין מעגליך אין לאנדאן קען איך גיין פארדעם אין שטעטל, אבער כ'האב מיטן השתדלות פון מיין גוטע חבר – אהרן הערש אפטער פון שטיבל, געקענט ביום החופה אויך כאפן א טבילה שלא ברשות, אין א מעיין מקוה אין לאנדאן, א זאך וואס איז כמעט נישט מעגליך.
המשך יבוא בעזרת ה' ית'
איך האב שוין געמיינט די האסט 'פארגעסן' פון דיינע 'זכרונות',
איך האב געמיינט די גייסט שרייבען אביסל פון ר' זיידעלע קרעטשנעפער און ר' הערשעלע ספינקער, ס'וואלט מיר אויך געוועהן אינטרעסאנט צו ליינען וואס די האסט צו שרייבען איבער זיי.
אוי אנטשולדיג איך האב הנאה פון אלעמען זיי ממשיך ווי זוי די ווילסט נאר.
די עיקר סיבה פארוואס איך שרייב ברבים, איז כדי די גוטע תגובות זאלן מיר געבן א שטופ, און אטאמאטיש ווען ס'דא ווייניג דערפון, שרייבט זיך ווייניגער. איך דארף מיך מזרז זיין
היות איך האלט מיך אינאיין דערמאנען נאך זאכן ארום און ארום, וועל איך אלעס ארום איבערלאזן אויף שפעטער, יעצט וועל איך פארזעצן גראד מיט מיין אייגענע לעבן.
מיינע געפילן אינעם יום החופה איז געווען גאנץ אנדערע ווי וואס כ'האב גע'חלומ'ט אלע מיינע יארן ביז אהער, איך בין בכלל נישט געווען אינעם סביבה פונעם שטעטל, ווי ס'זאל זיין די מנהגים און גאנצע וועזן, ווי א היימישע חתונה ווי מיין חלום.
פנים חדשות באו לכאן, ס'זענען טאקע געקומען געסט און חברים פון שטעטל, מיטהאלטן מיין שמחה, אבער ס'דאך געווען א אנדערע סארט חתונה ווי כ'האב געהאט אין טרוים.
כ'רעדט שוין נישט פון מיין ערשטע אנטוישונג, אז כ'האב נישט געהאט קיין צוויי געטרייע חברים, וואס זאלן זיך זארגן פאר מיינע גאר פריוואטע ענינים, וואס א געווענליכע חתן האט זיין מדריך, און איך בין דא געווען אויפן וואסער, אן א ערפארענע מדריך, וואס זאל זיין גרייט צו הערן מיינע שאלות און ספיקות.
האב איך אנגעהויבן מצד מה מיטן לינקן פוס, און זיך אליין פושט געווען מיינע שאלות וספיקות, געווענליך אויף א שטייגער וואס האט נאר געמאכט גרעסער די שאלה.
אוודאי איז די חתונה געווען זייער א לעבעדיגע, און משפה ולחוץ האבן מיר געשמייכעלט און געטאנצן, און די שבע ברכות'ן האבן זיך געריקט על הסדר, און מ'איז אריין אינעם גרויסן וועג אין לעבן. אבער ס'איז געווען אינעווייניג צווישן אונז – מיך מיט מיין נייע לעבנס שותף, א סארט טשעלענטש אין זיך ספראווען אליינס מיט פראבלעמען וואס האבן זיך אנגעהויבן מאכן, און ס'נישט געווען ריכטיג קיין מדריך פרטי וואס זאל אונז פירן.
איך האב געברענגט מיינע ידיעות פון סקווירא, וואס איז געווען ווייט פון פרטיות'דיג און פאסיג פאר א נייע יונגערמאן, און ווייט פון נארמאלע הדרכה וואס מישטיינס היינט באקומט א פרישער יונגערמאן, און זי האט ווידער געהאט עפעס א זקינה פאר א מדריכה, וואס האט אוודאי אויסגעלערנט די ערסטקייט פון לעבן, אבער נישט דאס געשמאק דערפון..
מיינע שוויגער עלטערן האב איך בשום אופן נישט געוואלט צופיל אריינמישן, כאטש זיי וואלטן זייער געהאלפן, האב איך געשפירט אז ס'קעגן צניעות און פריוואטקייט, און ס'האט גענומען אסאך עגמת נפש און שטרויכלונגען ביז מיר האבן זיך געלערנט די וועג צו ספראווען אונטערגעקומענע שאלות אויף די אייגענע הויט.
דאקעגן דאס שלום בית, איז ביי אונז געווען שוין פון אנהייב גאר א געהויבענע אטמאספערע, און אז כ'קוק צוריק, קען זיין אז דווקא וועגן דעם, ווייל מיר האבן זיך אליינס געלערנט צו סעטלען פארצווייגטע מצבים אינעם לעבן, סיי לגבי פרנסה סיי לגבי הלכות, סיי לגבי ארומיגע נסיונות, אז דאס אליינס האט אונז צוזאמגעברענגט, אזויווי צוויי וואס גייען צוזאמען אין א וואנדער וועג..
ס'געווען גלייך פון אנהייב 'גוטע' לייט, וואס האבן געוואלט 'העלפן'.. אזעלכע הילף וואס האט נאר געקענט מאכן פראבלעמען, אבער נישט וואס כ'האב געבעטן, ווי מ'רופט עס, אומגעבעטענע טובות, ווי צום ביישפיל, וויאזוי איך אדער מיין ווייב זאל זיך אויפ'פירן, קליידן, רעדן צווישן זיך, אבער מיר האבן צווישן זיך אפגעמאכט, אז די סארט הילף זענען נאר א וועג פון נאז שטעקעריי, און מיר האבן מחרים געווען אזעלכע פארשוינען פון אונזער לעבנס אגענדע.
ס'מיר שווער צו שרייבן גענוי וועלכע סארט פראבלעמען מיר האבן אלץ געהאט אויסצושטיין, גלייך פון אנהייב, און אויך וואס האט זיך געצויגן עטליכע יאר, אבער דאס איז זיכער, אז מיר האבן נישט געלעקט קיין האניג, און דאס האט אונז נאר מער צוזאמגעברענגט, און צוזאמען פלעגן מיר כאפן די אטעם אין שווערע מצבים, און צוזאמען זיך מחזק געווען אין טעג פון חושך און דורכפאל.
איך האב חתונה געהאט ט''ז סיון תשס''א, און די ערשטע פאר יאר איז אלעס גראדע געפארן אויף קליינע בערגעלעך, נישט קיין שווערע ירידות ועליות, קעגן וואס איז געקומען נאכדעם..
איך האב אנגענומען דאס נייע לעבנס שטייגער כפי נוסח לאנדאן, און מיר האבן געפראוועט האלידעי און קלאצעריי, און אלע מנהגי לאנדאן אינעם יאר רונדע, און אויך די גוטע בענעפיטן האבן מיר באקומען, וואס איז געווען גאנץ א גוטע באלזאם אין שווערע פרנסה טעג.
דאס ערשטע יאר זומער, זעמער געפארן מיט מיין שווער זז''ג צוזאמען, צו א שיינע פלאץ אין 'וועילס', מיטן נאמען 'קארדיף', דאס איז א שטאט וואס געדויערט צו פארן דריי שעה פון אונזער געגענד דארט, און פאר צוויי וואכן האבן מיר זיך דארט אויפגעהאלטן, און אריינגעאטעמט די פרישע לופט און זיך ארומגעזען די הערליכע פאנאראמע וואס וועילס געבט פאר, די וואונדערליכע בריאה און וואוקס פונעם בורא עולם.
איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אזעלכע הערליכע פאנאראמעס, און זייענדיג א מומחה אין כאפן בילדער, האב איך געכאפט דארט גוטע סצענעס וואס ליגן אין מיינע ארכיוון אוועקגעלייגט, און דערביי האב איך מיט געשמאק דארט זוכה געווען פארצוזעצן מיינע שיעורי תורה מיט גאר געשמאק.
יענע יאר איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער רבי זז''ג האט געפראוועט א שבת אין פרעשבורג סלאוואקיי, ביים וויילען דארט פאר צרכי רפואה פון די נאטורליכע בעדער וואס זענען גוט פאר די פוס, און איך אלץ שנה ראשונה און סמוך על שלחן אחרים האב נישט געקענט בעטן מיין שווער זאל מיר באצאלן טיקעטס אהין, און כ'בין געבליבן אין ענגלאנד, און דערביי זיך א עצה געגעבן אין יענע אומשטענדן אויך אויף נישט די גרינגסטע אופנים.
מיר זענען געפארן שעות לאנג פאר א טבילת מצוה, שבת זענען מיר געגאנגען כאפן א טבילה איבער צוויי שעה גאנג, ס'האט ארויסגענומען די כוחות, אבער כ'בין געווען אין די פרומע גוסטע..
ווי געזאגט, רוב זאכן האב איך געטון אויף די אייגענע האנט, ווייל כ'האב נישט געהאט קיין רעכטע מדריך, אויף זאכן וואס א מדריך וואלט מיר אזוי שטארק צוניץ געקומען נישט מחמיר צוזיין ווען מ'דארף נישט.
די קומענדיגע יארן, זעמער געגאנגען זומער צו לאקאלע אויספלוג פלעצער, איין יאר מיט 'טעשערס אויטינגס', איין יאר בין איך געווען א האלידעי רבי אין סאטמארע חדר אין לאנדאן, וואס איז מיר אויך געווען באגלייט מיט אכזבות צו די זייט, ווי כ'האב געשלונגען בזיונות פון מיינע דורכפעלער, ווייל כ'בין נישט געווען געוואוינט צו די אחריות וואס ס'האט זיך פארלאנגט פון מיר, און יעדע קליינע דורכפאל האט מיר צוריקגעברענגט די בושה פון זיין אין די פרעמד און נישט וויסן ווי זיך אהין צו טון פאר פארלוירנקייט.
ס'גלייבט זיך מיר נישט, אז דער פעסטע מנשה לוסטיג, האט אמאל געשפילט דעם כאראקטער פון א פארשעמטע פרישע פרומע יונגערמאן, וואס אלעס גייט עהם מיטן פיטום אראפ, און יעדער איז דא נאר מיר מבייש צוזיין.
אבער כ'האב זיך נישט געהאלטן משה גרויס, ממילא האב איך נישט באקומען די פראסקעס אין פנים אויף אזא שווערע פארנעם.
איך האב ווי נאטורליך געלערנט אין סקווערע כולל, דורך די יאר, אבער די הנהלת הכולל האט נישט געוואלט פארשטיין אז ס'דא א אויסנאם פון לומדי הכולל, איך וואס כ'בין קיינמאל נישט געווען געוואוינט צו לערנען מיט א חברותא, און מיט די סדר ואופן הלימוד פון בחינות, בין באלד ארויסגעפלאן פונעם סיסטעם.
איך בין ווייטער געבליבן אין כולל, אבער קיין געהאלט האב איך נאך א צייט מער נישט באקומען.. דאס האט נישט צוגעגעבן צו די געשמאק פון וואוינען אין די מרחקים, וואס אנשטאט מ'זאל העלפן יונגעלייט וואס קומען פון די אנדערע זייט ים, זיך מסדר זיין, און נישט אזוי מדייק זיין, האט מען גאר געטון פארקערט.
וויפיל איך האב פראבירט צו טרעפן עפעס א זייטיגע פארדינסט, איז מיר עס נישט געקומען אונטערן האנט, בפרט וואס אין לאנדאן זענען די קליינע סייד דזשאבס בכלל נישט קיין דבר הנמצא.
איך האב פראבירט זיך מאכן צופרידן מיט וואס כ'האב געקענט, ווייל סוף כל סוף, די עיקר פארדינסט האבן מיר דאך באקומען פון די שטאט בענעפיטן, דאך פאר טאשן געלט האבן מיר געשפירט גענוג גע'ענגט און שפארזאם.
איך האב זייער נישט ליב צו שרייבן שווערע זאכן, ספעציעל זאכן וואס זענען וועגן אנדערע מענטשן, אבער בקיצור איז נישט גענוג געווען אז איך האב זיך געפונען אין א פארעם פון א לא יצלח, האט מען מיין ווייב ע''ה אויך נישט געגעבן די בעסטע געפיל ווי זי האט לכתחילה געהאט עפעס א שטיקל ארבעט, און ס'האט אונז ביידע גורם געווען עגמת נפש, אבער צוזאמענארבעט אין זיך א עצה געבן צוזאמען.
מיר האבן זיך טאג און נאכט פארנומען צו זוכן עצות און חיזוק פאר זיך אליינס, און דאס אליינס אז מיר האבן צוזאמען געשפאנט האנט ביי האנט אין אסאך עגמת נפש'ן, האט אונז נאר נענטער געברענגט און פארשלאסן די טיר פאר דרויסנדיגע פראבלעמען.
איך האב זיך אויסגעלערנט געוואלדיגע כללים אין שלום בית בפרט, וואס די ערשטע כלל איז געבן און געבן, דאן נעמט נישט לאנג און מ'באקומט און מ'באקומט..
ווען יעדער לייגט צו א האנט, ווערט אלעס מסודר, איך האב מיך אליינס געלערנט די ריכטיגע מעטאדן פון שלום בית, און מיט א ריכטיגע רצון זיך צו לעבן גוט, און פארגיטיגן יעדע מצב, דערלאנגט מען זיך אן צו א הצלחה, כאטש א טיילווייזע הצלחה, כאטש א צייטווייליגע הצלחה, אבער דאך הצלחה.
יעדע יאר האט זיך זיינע היסטארישע פאקטן, אבער דאס יאר וואס איך האב חתונה געהאט, תשס''א, איז געבליבן א היסטארישע יאר לדורי דורות.
היינט הייסט עס 911, יענע סוף זומער – שוין אין די סליחות טעג, ווען דער ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדען, האט אויסגעפירט א נעץ פון טעראר איבער ניו יארק, און זינט דאן איז צעשאקלעט געווארן דאס רואיגע לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן בפרט, אויס ציטער פאר זייערע ווילדע און לעבנסקאמפ אקטיווע מארדן אין די וועלט ארום.
איך בין אויפגעשטאנען יענע אינדערפרי, שוין א שעה א האלב נאכן ערשטען אינצידענט, און כאטש זייענדיג א שעה וועג פון מאנהעטן ווייט, האב איך דאך נישט געוואוסט און נישט געהערט גארנישט, ביז כ'האב איינעם באגריסט נאטורליך גייענדיג אין שול.
ס'געווען אזא שאק, אז דער עולם אליינס האט נישט געכאפט ביז סוף טאג, אין וועלכע פאניק מען איז אריינגעפאלן, און ווען די נעץ פון טעראר אקציעס איז פארגעקומען אינדערפרי, איז הערשט געקומען די ריכטיגע באווארענישן איבער די נוקלעארע פלענט – נישט ווייט פון אונזער געגענד, הערשט זעקס אזייגער נאכמיטאג.
דעמאלט האבן מיר געזען איבערן הימל עטליכע מיליטער פליגער'ס פונעם F16 סארט, וואס האבן אנגעמאכט א גערויש און באוואכט דעם הימל ביזן נאכט.
איך בין דאן געווען אין אמעריקא, צוליב די שמחה פון מיין שוועסטערס חתונה, בין איך שוין געקומען צום חתונה און געבליבן ביז נאך די ימים טובים, און מיר האט געשטערט די פאקט אז באלד נאך מיין חתן ווערן האט מען זיך שוין געיאגט.. און איר געוואלט באלד חתונה מאכן, ווען זי איז קוים געווען זיבעצן.
און דערצו, האט מיין וועג צוריק קיין לאנדאן שוין געהאט די פחד פון טעראר, און צוריקקומענדיג קיין לאנדאן בין איך געוואויר געווארן אז מיין ווייב האט פארלוירן איר דזשאב, און אויך איך האב נישט געהאט קיין אינקאם פאר חיי יום יום.
ס'געווען א סעזאן ווען כ'האב מיר אריינגעלייגט אינעם דזשאב פון זיין א ממלא מקום, און עטליכע חדרים אין שטאט, האבן מיר גענוצט ווען מ'האט געדארפט, אינצווישן זיי איז געווען 'געטערס חדר', און בעלז 99, און וויזשניץ, און נאך א תקופה האב איך אנגעהויבן אריינגעבן א רעזעמעי, צו ווערן אנגענומען אלץ א בעהעלפער אין איינע פון די חדרים.
איך האב געשפירט א שטארקע ליבשאפט זיך אפצוגעבן מיט די קליינע קינדערלעך, זיי משמח זיין מיט מיינע שטיקעס, וואס דאס איז א געבוירענע חוש וואס איך פארמאג, צוצוטרעפן יעדע קינד וואס מ'קען עהם משמח זיין, ווי איך פארשטיי די מהלך המחשבה פון פארשידענע סארט קינדער.
למעשה האב איך נישט באקומען קיין אקעי, פון קיין איין חדר, ס'האט מיר אויסגעקוקט מאדנע, ווייל איך האב דווקא יא געמאכט א גוטע איינדרוק ביים דינען אלץ ממלא מקום, אבער מיט די צייט האב איך שוין געוואוסט גוט, אז איך האב 'גוטע פריינד' וואס האקן מיר אונטער די פוס.
איך בין געווען צו פרום און פאר'סקווער'ט, אין זייערע אויגן, און זיי האבן געהאט די מבינות אויף מיר, אז כ'וועל נישט טויגן צו זיין א מלמד, און אויך א באהעלפער אויך נישט, ווי כ'האב נאכגעהערט אמאל א אויסדרוק אויף מיר: מיר האבן באקומען א מעלדונג פון איינע פון די מחנכים אין שטאט, אז איר פארמאגט א שטיקל מרא שחורה אין זיך וואס איז נישט גוט פאר די יונגע קינדער..
איך מרה שחורה?.. אין סקווירא האבן אלע מיר געקענט אלץ א העפי גאו לאקי.. דא אין שטיבל בין איך טאקע נישט איינשטימיג מיט יעדע הפקר יונג, איך גיי טאקע אויפן גאס [בימים ההם..] מיט אראפגעלאזטע אויגן, אבער איך בין מרה שחורה?..
אבער כ'האב שוין געהאט די תירוץ אויף מיין וואונדער, אז קיינער שפירט נישט וויכטיג מיר אנצונעמען פאר סיי וועלכע חדר שטעלע.
פאר אייך לייענער וויך איך סתם אויפווייזן, אויב איר וואלט מיר נישט געגלייבט, פרעגט סיי וועלכע פון מיינע תלמידים בימים ההם, סיי פון בעלז פון וויזשניץ פון געטערס, אויב זיי האבן נישט הנאה געהאט פון מיינע שטיקעס ווען איך בין געווען א סובסעטוט דארט.
אפשר גאר צווישן די לייענער זענען גאר דא אפאר תלמידים מיינע מימים ההם, און דאס איז געווען מיין טייל און הנאה אין יענע תקופה, אין יענע יארן אין לאנדאן, ווי די קבלת פנים יארן וואס כ'האב אנגעהויבן לעבן דארטן.
למעשה האט די השגחה עליונה געפירט, און דער דעמאלטסדיגער מנכ''ל המוסדות סקווירא אין אייראפע – העסקן הנודע ר' מעכיל סורקיס הי''ו, האט אויף מיר רחמנות באקומען, און מיר אויפגענומען אלץ באהעלפער אין די סקווירא תלמוד תורה, אין די ערשטע קלאסן, ווי איך האב פשוט געדארפט העלפן טראגן די קינדער אין טוילעט, זיי העלפן קאלערן און זינגען מיט זיי..
איך האב נישט ליב געהאט די פוילע פירערשאפט פונעם אלטן מלמד דארט, און כ'האב געמאכט לעבעדיג דארט, און יענער האט נישט איינגעשטימט מיט מיר, אבער מיר האבן זיך נישט באמת געשלאגן, ס'געווען גאנץ פיין דארט, און כ'האב געמאכט אביסל מער פרנסה.
אונז האבן געהאט דארט א גוטע חבר, ר' אהרן משה עלפער הי''ו, וואס האט פרייוויליג אויסגעפארבט ריזיגע טאוולען און אויך אויף די ווענט, די עיקר נושאים פון די פרשיות, פון די ז' ימי בראשית, פון די מצוות בין אדם לחבירו, און נאך.
בכלל האט זיך געמאכט א 'טים', ווען ס'זענען צוגעקומען פרישע יונגעלייט, און מיר האבן צוזאמען געארבעט אויף צו קריעיטן זאכן, נישט נאר פאר די חדר, נאר אויף פאר פורים אין שטיבל, פאר אנדערע צוועקן, וואס מיר האבן געמאכט לעבעדיג אין שטאט און אין שטיבל.
דאס יאר און דאס אטמאספער איז לחלוטין נישט געווען ווי אינעם שטעטל ווי איך בין אויפגעוואקסן, אבער כ'האב מיך צוגעוואוינט צום לאנדאנער לעבנס שטייגער, און כ'האב אפילו טיילווייז מער נישט מיטגעהאלטן וואס גייט פאר אין שטעטל, אזוי ווייט אנדערש איז געווארן די לעבן דארט.
א שבת א יו''ט איז בכלל נישט געווען דאס וואס כ'האב געקענט פון אלע יארן, ווען איך האב מיר אנגעטון די טלית און שטיוול, האב איך געמאכט שבת אויפן סביבה, נישט ווי אין שטעטל ווי די הייליגע טעג זענען מקודש וגומר.. נאר אויב איך האב נישט געמאכט שבת, איז קיין שבת נישט געווען אנצוזען.
פאר א אמת, האב איך מיר אלץ געבענקט אויף אלע ימים טובים קיין סקווירא, אויסער ר''ה יום כיפור האב איך יא געגליכן אין לאנדאן, ווייל מ'איז למעשה געזיצן רוב טאג אין שול, און כ'האב געהאט מיין רואיגע זיץ פלאץ, וואס דאס האט מיר געמאכט שפירן עפעס מער קדושה אינעם קאלטן לאנדאן, איידער די איבריגע חדשים פון יאר, ווען א דאווענען שבת האט נישט געמעגט דויערן מער ווי צוויי א האלב שעה – די לענגסטע..
המשך יבוא בעזרת ה' ית'
ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך באקומען א דירה'לע בלויז פאר די שבע ברכות, וואס איז באמת געווען איינעמ'ס דירה וואס יענער איז אוועקגעפארן אויף ניו יארק צו א שמחה.
באלד נאך די שבע ברכות האבן מיר געפאקט די פעק און זיך אריבערגעצויגן צו א דירה אויף פארטלענד עווניו, ביז מ'מאכט גרייט פאר אונז א פאסיגע דירה אין 'קעימבריטש קארט', וואס איז א ריזן קאמפלעקס פון דירות, כ'וואלט עס גערופן א ריזן שטייג..
מייזלעך און וואסער איבערלויף, איז די קרוין פון די טענות, און בכלל איז עס נישט קיין פארגלייך געווען צו א דירה וואס א שטייגער מיינע פריינד און משפחה האבן באקומען אין שטעטל, אין די סעזאן ווען מ'הייבט אן א נייע לעבן, און מ'קומט אריין אין א נייע דירה, אויסגעשטאטעט מיט נייע פירניטשער, בעטן, קלאזעטס, שפיגלען, דיינינגרום בענקלעך און רייכע טיש, קאך בענקלעך און טיש, און נאך.
וואס פירניטשער ווען דירה..
א לעכל פון א שטוב א האלב איז מען גליקלעך געווען אין לאנדאן, סתם מחותנים האבן געקויפט צוויי נייע מאטראצן און א פרעים אויף רעדער, און א שענקל צו האלטן די בגדים, זעמער געווען מסודר ווי א גאסט..
די רייכערע האבן געקויפט מער זאכן פאר די יוצאי חלציהם, אבער סתם עמך לאנדאן? אז די האסט א ווינקל ווי אנצושפארן דעם קאפ, מה יתאונן גבר חי?..
און אויך דאס האב איך נישט באלד באקומען, נאר נאכן זיך באזעצן בקביעות אינעם אויסדערווארטעטע דירה נאך עטליכע חדשים נאכן חתונה, ווען די אפעטיט איז מיר שוין פארשוואונדן פון א נייע לעבן, פון א נייע בלעטל, נאכן וואנדערן און שלעפן רענצלעך מיט אלעס וואס מיר האבן זיך אנגעקליבן פארן נייעם לעבן..
איך בפרט, האב פארלוירן דעם געשמאק פונעם קאנטרי סייט וועטערס, אז מ'האט געעפענט א פענסטער אויפן פערטן שטאק, האב איך באקומען רויעך און שטויב, פון די שטאטישע פארקער און געלעבעכטס, כ'וואלט געזאגט געקלעבעכטס..
אין ווינטער מי יתן הייצונג – די איבערגעפעינטע אייוועלע וואס ליגט שוין דארט אריינגעמויערט פון דעם ערשטן ענגלישער קעניג.. און אין זומער האב איך געהאט א גרויסע ווינטעלאטור, א פען, וואס האט געהאלפן די ווינטעלע וואס האט זיך געצויגן פון מזרח פענסטער זאל אריבערלויפן צום צפון זייט, און דערביי אויסלופטערן אונזער דירה פונעם שטיקענדע אטמאספער פון נעכטן, און ברענגען פרישע שטויב, וואס האט זיך גוט אנגעזען אויף די פורהאנגען וואס האבן טיילווייז אדורכגעזייעט די לופט וואס האט אריינגעדרינגען פון די שמאלע שויבן.
א נחת געווען זיך ארויסצוזעצן אויפן פירקאנטיגע טאראסע, אוןן אראפשפייען פונעם פערטן שטאק, אין א קילע נאכט, און זיך ארומקוקן אויף די הוהא וואס ווערט נישט העכער צו שטילער, אינעם שלאפענדיגע לאנדאן, זומער ווינטער, טאג און נאכט, גלייך.
און אז ס'איז אריבער א תקופה פון צוויי יאר, זייט מיר האבן חתונה געהאט, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קיין קינדער, האט עס אנגעהויבן שוין אביסעלע זארגן, ווייל מיר האבן באלד געזען אז ס'עפעס נישט בסדר.
מיר זענען פונקט געפארן אויפן יו''ט פסח און יאר תשס''ג קיין סקווירא, ווי איך האב אלץ געבענקט צו זיין ביים רבין אויף די סדרים, וואס איז א שיינקייט און געשמאק פאר מיין נשמה, און ווי די שטייגער אז מ'קומט צו פארן, גייט מען אריין צום רבין מיט א קוויטל זיך פראווענען.
און אז דער רבי נעמט דאס קוויטל און זעט אלעס קלארזיכטיג, שטעלט ער א פראגע, מ'הערט נאכנישט קיין נייעס?..
און וויפיל כ'בין געווען שוין באזארגט, אבער קיין צען יאר נאכן חתונה האבן מיר נישט געהאלטן.. ממילא האב איך געזאגט פארן רבין, עה! דערווייל איז נאך גארנישט קיין נייעס.
דער רבי זז''ג האט עס זייער ערנסט גענומען, און האט זיך פארקלערט א וויילע, און באלד אנגעהויבן וואונטשן א ברכה, צולייגענדיג 'איר זאלט זוכה זיין צו קענען מקיים זיין דעם והיגדת לבנך'..
דאס איז שוין געווען א חידוש פון א ברכה, ווייל דער רבי האט געווענליכע לשונות פון ברכות וואס דער רבי וואונטש, און דא האט ער צוגעלייגט א באזונדערע ברכה, וואס האט מיר איבערגעלאזט מיט א ספעציעלע איינדרוק, וואס כ'האב אליינס נישט געוואוסט וואס ס'זאל באדייטן.
אבער באלד נאכן רבינס ברכה איז געווארן א שינוי, און אחרון של פסח איז געווען די זמן פקידה ווען ס'האט גערוט דאס יו''ט מיט אלע אירע קדושות, און מיר האבן זיכער געהאפט אז מיטן רבינס ברכה וועט דאס מאל שוין זיין נייעס.
מיר זענען אהיימגעפארן נאך יו''ט היבש פארמאטערט, מ'גייט אריין אינעם זומער, און קיין פלענער האבן מיר גארנישט פארן עתיד, און מיין חשובע יודענע ע''ה האט דעמאלטס שוין נישט גערוהט, נאר אלץ געלאפן צום דאקטאר, זיך אינטערעסירן אפשר דאך איז דא נייעס.
ס'געווען ל''ג בעומר, ווען איך האב פונקט געהאט א סובסעטוט דזשאב אין באבובער חדר, נאך פאר איך בין געווארן אנגענומען אין סקווערע חדר אלץ העלפער, און כ'באקום א טעלפאן קאל פון מיין ווייב, אז יא! דער דאקטאר האט יעצט באשטעטיגט אז ס'ברוך השם דא נייעס!
וויפיל מאל האט ער שוין געמיינט אז ס'דא עפעס נייעס? האב איך איר געפרעגט מיט א געלעכטער, ויפג ליבי כי לא האמנתי, און זיי האט נישט נאכגעלאזט, ניין! ער זאגט הונדערט פראצענט זיכער, אז איך ווארט.
צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, כאטש כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס אראפצושלונגען.. און כ'האב באלד געקלונגען מיינע עלטערן קיין ניו יארק, ווי מיין מאמע זאגט מיר באלד, אז יא, זי האט זיך פארגעשטעלט שוין א וואך צוריק..
וואס? איך בין יעצט געוואויר געווארן – מאמי!
ניין, טאטי איז געפארן אויף ל''ג בעומר קיין מירון, פארדעם האט ער זיך געזעגענט פונעם רבין, און דיך מזכיר געווען פאר א ישועה, און דער רבי האט געזאגט, 'דער אייבירשטער זאל העלפן ס'זאל טאקע זיין אן קיין שום מכשול'.. דאס מיינט אז די האסט שוין געמאלדן פארן רבין א וואך צוריק, און פאר אונז נישט..
ניין מאמי, איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט מיין ווייב, וואס האט עס יעצט געהערט פון די דאקטאר דא..
ויהי לפלא..
ס'קומט אויס, אז דער רבי האט מיר געגעבן דעם ברכה, טאקע נישט ווייט פון ב' ניסן פונעם הייליגן יארטאג פונעם רבי'ן זצוק''ל, ווען ס'איז א זמן מסוגל ביים רבין צו פועל'ן אין זכות פון די אבות, און קוקט אויס בזכותו האט דער רבי געפועל'ט פאר אונז, און יעצט ל''ג בעומר איז שוין א חודש אריבער..
די קומענדיגע חדשים זענען נישט געווען קיין לייכטע, אזא טייערע אוצר האט זיך געלאזט קאסטן שוועריגקייטן דורכאויס די ניין חדשים, און ענדליך האט מען געהאלטן טבת א יאר אריבער, ווען ס'נאך געווען צו גיין לויטן חשבון צוויי וואכן.
אבער מיין יודענע האט אלץ געהאט א געפיל אויף זאכן וואס מ'דארף זיין געווארנט פון א סכנה, און זי האט אנגעהויבן מיט א טענה, אז עפעס איז נישט בסדר, זי פלעגט שפירן דאס קינד ווי ער באוועגט זיך, און יעצט הערט מען גארנישט..
זי האט געוואלט שוין יעצט ערב שבת פ' ויחי אריינגיין אין שפיטאל, עס מברר זיין.
ערב שבת א צוויי שעה פארן זמן?.. ביז מ'האט זיך אויסגע'טענה'ט איז שוין געווען א האלבע שעה פארן זמן, ווען זי פארט..
ווען זי האט געוואלט עפעס איז עס געשען.. זי איז געפארן.. און געבליבן דארט מיטן אויסרייד, כ'זאל מיך נישט זארגן, און אפילו נישט מיטקומען.. נאר כ'זאל בלייבן שבת אינדערהיים, און אריינוואקן מארגן שבת אינדערפרי.
כ'בין אויפגעשטאנען גאנץ פריה, און נאכן מקוה זיך אנגעגרייט אויפן וועג, ווען מ'קומט מיר אקעגן מיט א בשורה, אז איינער איז יעצט געקומען פון שפיטאל און געמאלדן אז כ'האב געהאט א יונגעלע למזל טוב, און מ'האט געראטעוועט די יולדת אויך מיט אסאך מיה.
אוי בין איך געווארן צומישט.
געראטעוועט? געבוירן?.. ווער זאגט.. ווער איז יענע זאגער..
איך בין געגאנגען צו מיין שוויגערס הויז, און שוין געהערט די גאנצע געשיכטע, אז פרייטיג צונאכטס האבן זיי געזען אז דאס קינד איז מסוכן, און מ'האט שנעל ארויסגענומען דאס קינד, און די יולדת האט פארלוירן אסאך בלוט, און זיך שווער צוריקגעכאפט, און יעצט שלאפט זי מיט מאשינען, ווייל זי איז נאכאלץ בגדר סכנה.
נאכן סעודה האבן מיר זיך ארויסגעלאזט א טייל משפחה, צום שפיטאל וואס איז א מהלך פון צוויי שעה גיין, און פארשוויצט און פארסאפעט האבן מיר געוואלט אריינקומען צום יולדת אין שטוב, און דאס אליינס איז נישט ערלויבט געווארן אזוי שנעל.
נאך נאכאנאנדע בקשות, צו איבערצייגן אז מיר זענען קרובים, כאטש מיר האבן נישט מיט זיך קיין 'איידי קארט', האבן זיי אונז בחסד אריינגעלאזט, אבער ס'נאכנישט געווען מיט וועמען צו רעדן.. הערשט מוצאי שבת האבן מיר באקומען א לעבעדיגע רעספאנד, אז די יולדת ווערט בעסער, און מ'האט איר צום ערשטן מאל אין פארענט פון אונז געגעבן צו האלטן איר נייע אוצר.
איך האב געמאכט הבדלה דארט, און ארויפגעלייגט אביסל וויין אויף דאס קינדס ליפן.. עפעס אנדערש האט מען נישט געקענט טראכטן אויף מיר.. און באלד האב איך געקלונגען קיין סקווירא, כאטש ס'נאך געווען טיף שבת קודש דארט, אבער צו מעלדן כאטש אויפן ענסערינג מאשין, אזא פרייליכע בשורה טובה, און כ'האב נאר פארציילט די גוטע חלק, און נישט די מצב פונעם יולדת.
מיין טאטע האט פארציילט, אז ער איז געגאנגען צום רבין מודיע זיין די בשורה טובה, נאך וואס ער האט געהערט דעם מעסידטש, און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט, און איז געווארן באזארגט, צו מ'האט געהערט אז אלעס איז בסדר..
האב איך ווידער פארשטאנען אז דער רבי האלט מיט דעם גאנצן מערכה, און ס'גארנישט פשוט.
צום אכטן טאג איז מיין טאטע געקומען צו פארן צום שמחת ברית מילה, און אזוי אויך מיין געטרייע שוואגער אלעזר ליפא שמעלצער און זיין ווייב, וואס האבן שוין אזוי געשפירט אומגעדולדיג צו הערן ביי מיר א שמחה.
איך האב ווי פאסיג זיי ביידע מכבד געווען ביים ברית, מיין טאטן מיט סנדקאות, און ליפא מיט חיקה ראשונה.
איך האב דאך געדארפט צייגןן אז איך בין אנדערש פון יעדן.. און ביז דאן זענען אלע וואכנאכטס פארגעקומען אין שטיבל, און איך האב געבראכן דעם טיפשות, און געמאכט וואכנאכט ביי מיין שווער אין דיינינגרום, און ס'געווען לעבעדיג, ווען ליפא האט געזינגען און גע'בדחנ'ט..
איך האב געפרעגט מיין ווייב, וואס זי האלט וועגן א נאמען, זי האט מיר געזאגט, אז בלי ספק איז עס די זכות צו געבן פאר ווער ס'האט אונז געגעבן דעם ברכה פון זרע של קימא.. און כ'האב טאקע געקלונגען דעם גבאי ר' ישעי' אונגער, וואס האט מיר געהייסן צוריק רופן אין עטליכע שעה, ווען ער וועט האבן תשובה.
איך האב אומגעדולדיג געווארט אפאר שעה, ווען איך האב דאן געקלונגען אהין, און דער גבאי זאגט מיר, דער רבי האט געהייסן איר זאלט געבן א נאמען 'יעקב יוסף'.
ביי אונז איז עס שוין נישט געווען א חידוש, אז דער רבי האט בזכות פונעם טאטן ממשיך געווען פאר אונז א ישועה, און מיר האט נאר גע'חידוש'ט אז דער רבי האט נישט געפרעגט ווי געווענליך, וועלכע נאמען מיר קלערן, און צו אלע זענען מסכים אז ער זאל געבן די נאמען.
ס'נישט קיין חידוש, ווייל מיר האבן געהאלטן קלאר, אז דער רבי איז דער וואס האט די זכות אויפן נאמען.
איך האב אונטערגעלייגט אונטערן קינדס קעפל, עטליכע חסידישע ספרים וסיפורים, און כ'האב געשפירט א זכיה, אדורכצובלעטערן שנעל דעם ספר 'בקדושה של מעלה' סיפורים פונעם רבין זצוק''ל, נאך פאר די ברית מילה.
טאקע א לעכטיגע תקופה געווען, ווען כ'האב זוכה געווען צו שפירן א אור אין שטוב, אינעם גלות לאנדאן וואס האט מיך ארומגענומען, אבער דא האב איך א ברכה אין שטוב, א המשכה פון קדושה.
ס'איז אריבער א תקופה, אינעם יאר תשס''ד, און מ'האט מיר אפגעזאגט פונעם דזשאב אין חדר, און ווידער האב איך זיך געפונען ליידיג, און גוט צעפראסקעט.. וואס כ'האב קיינעם נישט געוואלט באשולדיגן, אבער די צער און עגמת נפש איז געשטיגן ביי מיר ווי קיינמאל בעפאר.
הכלל, אז מ'האט קוים א באשעפטיגונג, האט מען מער צייט צו קלערן אויך, און די אומעטיגקייט קומט אפיר, צו מ'וויל צו נישט.
אזוי איז די לעבן, בערג ארויף און אראפ, מ'דארף זיך האלטן ביים גארטל נישט אוועקפליען און אראפפאלן אין שווערע מצבים פון אויפשאקלעריי, און דאס מאל איז עס געווען פאר מיר זייער א שווערע שאקל, ווייל ענדליך האב איך שוין געהאט א דזשאב, וואס כ'האב אלץ גע'חלומ'ט צו בלייבן מיט די צייט אין מוסדות אלץ מלמד און אפשר אין העכערע כיתות, און דא בין איך באזייטיגט געווארן ביושר צו שלא ביושר.
איך בין באמת נישט געווען דער איינציגער וואס האט באקומען דעם ברכת פרידה פונעם פאסטן, נאך חברים מיינע, וואס האבן געהאט ענליכע פאסטנס, און אויך מיט א זעקל עגמת נפש פון בעפאר אויפן רוקן, האבן געטראפן עפעס אנדערש, אבער איך נישט..
איך האב ווידער פראבירט מיין מזל, מיט כח.. און ס'האט געפלאצט, מיינע נערווען האבן נישט מער אויסגעהאלטן, זיך שלאגן קעגן די ווינט, און די מציאות וואס האט מיר געפאטשט אין פנים, אז דא אין לאנדאן טויגסטו אויף גארנישט!
איך בין אמאל אויפגעשטאנען גאנץ פארטאגס, קעגן מיין געוואוינהייט, און אנגעהויבן ארבעטן ביי א פעקטארי, אבער כ'האב נישט געקענט אנציען דארט, פשוט מיינע כוחות האבן נאכגעלאזט, און כ'האב געשפירט אז ס'נישט פאר מיר.
און כ'האב מיך געשעמט אפילו עס צוזאגן פאר מיין יודענע, און זי וועט נאך קלערן פשוט אז איך בין פויל, און האלט נישט ביים ארבעטן, און אריינברענגען עפעס פרנסה אין שטוב.
וויאזוי בין איך איר מסביר מיין צעבראכענע נפש?
אבער איזהו אישה כשרה העושה רצון בעלה, זי האט שוין שנעלער פון שנעל פארשטאנען מיינע אינעווענדיגע געפילן, איך האב אויפגעהויבן די טעלפאן און איר געמאלדן מיט געוויין, זיי נישט אויפגערעגט, אבער איך בין אינדערהיים, איך גיי נישט מער צו יענע פעקטארי מער..
איך קען נישט מער.. מיינע נערווען פלאצן.. איך מיין איך פיץ אפ פון לאנדאן..
זי האט גוט פארשטאנען דעם רמז, און זי האט מיר געבעטן זיך בארואיגן, און צואווארטן ביז זי קומט אהיים פון איר צייטווייליגע דזשאב.
אט דעם נחמה אין די שווערע תקופה האב איך געהאט, אז ווען כ'האב געזען מיין קליין אוצר'ל, האט עס מיר באגאסן מיט טרייסט, אז כ'בין נישט אליינס, אלעס איז מן השמים, און ס'באשערט נחת פון איין זייט, נעמט מען אפ א ביסעלע עגמת נפש מיטן לינקן זייט..
מיין יודענע קומט אהיים, און זאגט מיר באלד, הער מיך גוט אויס, איך וויל זייער נישט אוועקמופן פון לאנדאן, אבער איך ווייס גוט דיין מצב און יסורי הנפש דא, דו שפירסט אז ס'נישט פאר דיר לאנדאן, וויל איך דיר זאגן, איך בין דא פאר דיר..
ווי דו וועסט נאר וועלן גיין, אפילו ביז אוסטראליע, וועל איך זיין אונטער דיר.. איך וועל דיך נישט לאזן פאלן..
אויב אזוי! בין איך אויפגעשפרונגען און איר צוגעזאגט, איך בלייב דא, נאר פאר דיינעט וועגן.. אונז וועלן דעם מצב אדורכגיין און ס'וועט שוין זיין גוט.. ס'וועט שוין מוזן זיין גוט.
המשך יבוא בעזרת ה' ית'
יוי מנשה, כ'האף וועסט נאך טרעפן א גוטע דזשאב
אויף א אמת געזאגט, איך האב נישט צופיל געליינט גאנץ אנהייב, איך בין פשוט נישט אנגעקומען, איך האב נאר אזוי געבליקט, אבער האלטנדיג ערגעץ אין דיינע עלטערע בחור'ישע יארן האב איך אנגעהויבן ערנסט מיטהאלטן, איך בין ערגעץ אין די זעלבע יארגאנג איז מיר עס געווען אינטערעסאנט אביסל.
קיפ אפ
מנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.
משולם
LUSTIG I LOVE reading your history never knew you had such a lebediga childhood
KEEP IT UP CANT WAIT FOR THE NEXT PART
משולם שטיינפעלדמנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.
משולם
מוחל טובות! לא מעוקצך ולא מדובשך
מנשה לוסטיגמשולם שטיינפעלדמנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.
משולם
מוחל טובות! לא מעוקצך ולא מדובשך
פארוואס אזוי שארף?
איך בין נישט קיין טא פעיסער, ער שרייבט א גאנצע צייט מיאוס קעגן, און יעצט וויל ער זיך חנפנ'ן.. ניין
וואו קומט אריין חנפ'ענען?
איך בין נישט קיין טו פעיסער, פונקט פארקערט, איך בין אפן, און איך זאג וואס איך האלט.
ווען איך זאג ווען נישט קיין דאנק פארן שרייבן וואלט איך געווען א טו פעיסער.
איך זאג אאיבערעל מיין מיינונג, טעיק איט אר ליוו איט
מנשה, דיינע לעצטע צוויי פארזעצונגען זענען געוועהן צו עמאשינעל פאר מיר.
זיך אנצו ווארימען ליל שבת קודש אין לאנדאן צו וועלעכע רבי ביסטו געגאנגען?
אה, וועגן די רביס וואס זענען געקומען דארף איך נאך טאקע שרייבן, כ'האב עס יעצט פארצייכענט אין מיינע נאטיצן, און כ'האף פארצוזעצן ווען כ'שפיר ראוי.
[איך שרייב מיינע ערנסטע מאמרים נאר ווען כ'שפיר ראוי, און דאס דארף זיין א גוטע צייט, ווען כ'בין נישט הונדערט פראצענט גרייט, הייב איך נישט דעם פעדער איבערן פאפיר, אבער כ'האף אנצויאגן נאך אסאך]
איך האב אלץ געשפירט אז איך קען זיין א מח שליט על הלב, און נישט ווערן אונטערדריקט אונטער לחץ, אבער דא האב איך אנגעהויבן שפירן אז ס'רירט מיר אן די געזונט, קוקט אויס אז כ'בין שוין געווען אזוי אנגעגעסן, פון עטליכע יאר זיין אין די פרעמד, און אלעס גייט מיטן פיטום אראפ.
און כ'וויל דווקא שילדערן אין דעטאלן יענע טעג, כדי צו שפירן אז כ'קען דערפון שוין פארגעסן, איינמאל ס'איז אויפן פאפיר.
כ'האב טאקע געהאט אין שטוב א לעכטיג זיידענע נחת, מיין זיס קינד שיחי', אבער די ר''ה נאך וואס ער איז געבוירן, דאס הייסט ראש השנה תשס''ה, האב איך געשפירט עטליכע סימנים אז ס'קומט שווערע צייטן.
ס'מיר עטליכע מאל צעבראכן געווארן כלים, און ר''ה ביינאכט האט זיך ארויסגעגליטשט פון מיין האנט א טייערע גלאז, און עטליכע טעג שפעטער האט זיך געמאכט א פייער אין מיין קאך, עפעס זאכן וואס זענען נישט געווען פארשטענדליך, איך האב אלץ געהאט א געוויסע הרגשה אויף זאכן וואס פאסירט, וואס דאס מיינט אויפן עתיד.
אט די הרגשה האב איך מיט די יארן פראבירט צו איגנארירן, ווייל ס'בעסער נישט קלערן פון עתידות, בעסער גיין מיט תמימות, ווייל דער אייבירשטער טוט אלץ זיין משנה עיתים ומחליף את הזמנים, און מיט תפילה קען מען מבטל זיין און דווקא ממשיך זיין גוטע באצילן.
למעשה האט פאסירט וואס כ'האב געשפירט, ווי ס'שטייט, אשר יגורתי בא.. און ס'האט מיר ממש ריאינירט דאס לעבן, ווייל כ'האב אנגעהויבן ליידן פון שלאפלאזע נעכט, ממילא זענען די טעג שוין אויך געווען נעכט.. מיט קאפוויי און אויסצושטיין צו יעדע ווירוס וואס האט מיר באגעגענט.
מיין יודענע האט געזען ווי איך ליג אין בעט און שפיר זיך ווי א צעבראכענע שארבן, אן א תכלית, אן א אויסזיכט אויף איבערקומען די שווערע מצב אין דעם דאזיגן תקופה קשה, האט זיך מיר געאפפערט אז מיר זאלן אוועקפארן אויף שבת פרשת ויחי קיין בורנמוס, אין א האטעל, וואס איז נעבן די וואסער.
אין די זומער איז יענע ביטש ממש נישט פאר א יוד צו באזוכן, ווייל ס'זייער א שיינע גלאטע ברעק, און פארשטייט זיך איז עס אנגעלייגט דאן מיט אויסגעלאסענקייט, אבער אין די ווינטער – אין די קאלטע טבת, איז עס גאר גוט געפאסט פאר א לעבענס אויפ'פרישונג.
כ'געדענק, אז ר' דוד – דער ראכמיסטריווקער רבי פון ירושלים שליט''א, איז אויך אמאל געקומען אהין אין די פריזיג קאלטע טבת, און כ'האב געהערט אז ער האט שפאצירט ביים וואסער, פון פיער צום צווייטן, וואס איז א מרחק פון א האלבע שעה גאנג.
ער איז געגאנגען אהין און צוריק, עטליכע מאל! און די גבאים האבן זיך פשוט פארשטעקט אין די קאר פאר פרעסט, און ער האט זיך נישט באגענוגענט נאר אראפגעכאפט די מלבושים און געכאפט א טבילה אין וואסער.. זאגענדיג, ס'געזונט!
און ס'טאקע געזונט, איך האב עס געשפירט, ווען איך האב קוים מצליח געווען צו גיין פון איין פיער צום צווייטן איין מאל אהין און צוריק, און ס'האט מיר ממש אויפגעלעבט די נשמה! כ'בין געווארן מונטער און איבערגעטוישט ביז גאר.
איך האב שוין אמאל באשריבן יענע שבת אין די פרעמד, אין מיינע מעמוארן פון יענע יארן, וואס איז געדרוקט אין מיין ביכל 'זאל זיין געלעבט'.
אקיצור, ס'האט מיר גורם געווען ממש א תחיית המתים אין יענע שרעקעדיג קאלמוטנע צייטן.
ס'שטייט דאך אז מ'דארף מתפלל זיין, ותצילנו משעות רעות המתרגשות לבוא לעולם, ס'איז באמת א אדורכגאנג, אבער אויך דעם אדורכגאנג דארף מען זוכה זיין אריבערצוגיין מיט גאנצע גלידער און געזונטע געהירן.
ס'טאקע געווען א אויפ'פרישונג דאן, אבער די יאר האט זיך קוים אנגעהויבן.. און ס'מיר געווען באשערט מער עגמת נפש יענע יאר, און פונקט יענע יאר איז דער רבי געקומען קיין לאנדאן אויף א באזוך, און מיין קאפ איז מיר נישט געווען דערביי אין יענע פרייליכע סביבה ווען דער רבי איז געקומען אונז באזוכן.
איך האב געשפירט אז איך בלייב דא אין גלות, מאי אהני רבנן בתקנתיה, וואס זוך איך דא בכלל..
איך האב געשטופט א חודש נאך א חודש, און אין חודש ניסן האב איך באקומען א מעלדונג פון א חבר מיינע, אז מ'זוכט א העלפער אין ישיבה קטנה דארט, איינער זאל טיילן די נאכטמאל פאר די בחורים, און ס'קען זיין א שטיקל הכנסה פאר מיר.
איך האב מיך צוגעכאפט דערצו, ווייל עפעס אנדערש האב איך ממילא נישט געהאט..
און ווען כ'האב דאס אנגענומען, איז פלוצלינג צוגעקומען צו מיר די הנהלה פון בית טראני – די סקווערע מיידל שולע אין לאנדאן, אז אפשר וויל איך זיין א משולח פאר זיי, פשוט ארומצוגיין יעדן טאג איין שעה פארנאכטס, נאך געלט.
איך האב דאס אויך אנגענומען.
דערצו, האב איך שוין געהאט פאר א יאר, א שטיקל ארבעט ביי א יוד א נצרך, ר' יצחק קרויס, וואס איז פריצייטיג אריינגעפאלן אין קראנקן שטול-ראד, און מ'האט געדארפט עהם אויפלעבן, צו מיט לערנען צו מיט שמועסן.
איך האב געדארפט פשוט עהם ארויסנעמען פון הויז פאר איין שעה, און דערפאר האב איך באקומען א קארגע צען פונט באצאלט, אבער יענע משפחה האט דעסיידעד יעדע שטיק צייט, אז זיי דארפן מער נישט.. אפשר יעדע וואך צוויי מאל, און דאס אויך נישט יעדע וואך..
שפעטער האבן זיי מיר יא צוריקגערופן, און כ'האב א יאר שפעטער ממשיך געווען מיט יענעם יוד, וואס כ'האב גראדע אסאך ידיעות אין היסטאריע קונה געווען פון יענעם, און כ'ווייס נישט צו ער לעבט נאך, אבער א וואוילע יוד האט זיך פאר מיר אנפלעקט, און אסאך וויסנשאפט האב איך דארט איינגעזאפט.
איך וויל נישט יעצט אויפן מינוט פארציילן באריכות וויאזוי כ'האב דארט פארברענגט מיט עהם, און וואס כ'האב אלץ געהערט, אבער בקיצור נמרץ, איז ער געווען א תלמיד פון ישיבת תומכי תמימים אין קראוינהייטס, און געזען אמאל דעם מהריי''ץ זצוק''ל, און שפעטער געלערנט אין צעלים אין וויליאמסבורג, ווי זיין טאטע איז געווען א מתפלל קבוע, און דארט האט ער זיך געווייקט ביי די גדולי ישראל אין יענע תקופה אין שטאט.
ער איז אין ישיבה געווען אין נייטרא, ווי ער איז געווען דער 'טייפער' פון ר' מיכאל בער זצ''ל, וואס האט עהם באשטימט אפצוקלאפן די שיעורי תורה און שמועסן זיינע, און כ'האב פון עהם געהערט ערשט האנטיגע פאקטן פון יענע צייטן איבער שיטות און מיינונגען וואס האבן פאסירט דאן, און פון פיגורן און זייער הלוך ילך.
זייענדיג היבש ליידיג מיטן טאג, האט מיין יודענע מיר אנהויבן מוטשען, אז כ'זאל מיטפארן מיט איר אויף צורקע צו גרויסע שאפינג סטארס, און איינמאל האט עס פאסירט, אז זייענדיג אין א געשעפט פון קינדער קליידער, ווייט אוועק פון אונזער געגענד, האט א אראבער מיט די פארקניפטע בגדים, זיך אנגעטשעפעט אין מיר.
ס'דעמאלטס געווען א שווערע מצב אין ארץ הקודש, און די מדינה האט מצליח געווען צו האקן שטיקער פון די געכאפטע מחבלים, און יענער אראבער האט מיר אנגעהויבן טשעפענען, אז איך וועל באלד שפירן וואס דאס מיינט די כח פון מוסלעמעינער.
איך האב זיך אוועקגעדערייעט, און געמאכט ווי כ'ווייס נישט וואס ער רעדט, האט איך פלוצים געזען ווי א אראבקע – זיין ווייב, האט זיך צוגעשארט צו מיין ווייב און אנגעהויבן מיט די זעלבע שפיל.
איך האב זיך אנגערופן צו מיין ווייב, שפאציר אוועק, זיי זענען שעדליך! און מיין ווייב האט געהאט די קאפ אויפן פלאץ, און דווקא זיי אנגעהויבן נאכגיין..
זיי האבן באמערקט אז זי איז שטארק ביי זיך זיי צו ריפארטן, האבן זיי ארויסגעוואקט פון געשעפט און אוועקגעפארן מיט א שיינעם קאר.. און מיין ווייב האט פלינקערהייט מצליח געווען צו פארצייכענען די פלעיט נאמבערס..
אונז האבן ריפארטערד די נומערן, און גארנישט צוריקגעהערט פאר א לאנגע צייט, ביז עטליכע חדשים שפעטער באקומען מיר א רוף, און די פאליציי אינפארמירט אונז, אז מ'האט געכאפט א גאנצע גרופע אין לאנדאן וואס האבן שייכות מיט מחבלים, און אונזער אינפארמאציע האט געהאלפן.
אבער ס'האט זיך פאר לאנדאן נישט גוט אויסגעמאכט, ווייל דאן האט פאסירט די באקאנטע טעראר אטאקע אין די אנדערגראוינד, ווי פינעף פלאטפארמעס זענען געווארן פארגליווערט, ווען די אקציע וואס האט באקומען די נאמען לויטן דאטום 777, האט פאראליזירט לאנדאן מיט איר מעכטיגע קלאפ.
יענע טאג ווען ס'האט פאסירט, איז געווען ר''ח תמוז, און יענע שווערע טאג אין לאנדאן, האב איך פלוצים אויך באקומען א אטאקע! מ'האט מיר אפגעזאגט פון מיין דזשאב אין ישיבה..
פארוואס? פארווען? האב איך נישט באקומען קיין ענטפער, נאר גלייכגילטיג באקומען א מעלדונג, אז מ'דארף מיך נישט דארט מער.
איך האב פארלוירן די אפעטיט פון גיין נאך געלט, און די דזשאב פון דעם נצרך האב איך אויך דעמאלטס שוין נישט געהאט דערוויייל, און דא האב איך פארלוירן דעם פאסטן אין ישיבה אויך! איך האב זיך מער נישט געלאזט פונעם מצב הרוח, און אפגעמאכט אז ניין! איך גיי נישט ווערן געפאלן, דאס איז עס, איך גיי קעמפפן פאר מיינע רעכטן, און גיין ווייטער מיט א פלאן פאר פרייהייט פון דעם שווערן אנזעץ.
ווען דער רבי זז''ג איז געקומען זומער קיין פרעשבורג אויף שבת, בין איך שוין אויך דארט געווען, און איך האב ביים זיך פראווענען מוצאי שבת, פשוט און גלייך מודיע געווען דעם רבין, אז דאס איז עס, איך קען מער נישט וואוינען אין לאנדאן, די מצב מאכט מיך קראנק.
געווענליך אז מ'פרעגט, ענטפערט דער רבי א תשובה, אז מ'זאגט, האט דער רבי א אנדערע סטראטעגיע, וואס איז געווענליך נישט קיין גלייכע תשובה, אבער איך האב אלץ געהאט ביים רבין א אנדערע הלכה, און אלץ האט ער מיר געגעבן צו שפירן א נאנטקייט, אז ער זאגט מיר אקעגן!
אפילו כ'האב געזאגט אז כ'בין שוין באשלאסן אז איך גיי בקרוב אוועקמופן, האט דער רבי מיר געגעבן א לייכטע שטופ, און געזאגט מיט א שמייכל, מאכטס אייך נישט נאריש, איך זאג אייך אז ס'איז נישט קיין טובה אז איר זאלט אוועקמופן, און פארציילט מיר עפעס גוטס..
אז דער רבי האט אפאר מאל פארדרייעט די שמועס, און האט נאך גוט געהערט מיינע טענות, האב איך געזען אז כ'האב נישט קיין ברירה, און ס'האט נישט קיין פנים צוזיין א חסיד און נישט פאלגן, וואוינען נעבן רבין און פייפן.. האב איך בלית ברירה מבטל געווען מיין פלאן, און געווארט אויף בעסערע צייטן.
איך האב איין טאג געזען א צעטל אין א ביהמ''ד אין שטאט, אז עפעס א האנט קוקער איז דא אין שטאט, און מ'קען קלונגען צו מאכן א אפוינטמענט..
איך האב מיך צוגעכאפט דערצו.. ווייל א סקווערע חסיד וועט מיר זאגן, וואס דער רבי זאגט איז הייליג, ואין לנו רשות להרהר, א פרעמדער וועט זאגן, וואס הייסט דיין רבי פירט דיך ביים נאז? ממילא אויב יענער איז נישט קיין סקווערער, נישט קיין פשוטע פרעמדער, וועל איך פאר עהם פארציילן מיינע קוועטשענישן.
וכך הווא, איך האב מיך געפונען זיצן קעגן יענעם יוד, וואס איז גראדע נישט קיין קליינע ת''ח, און זאגט דווקא נישט קיין עתידות בגלוי, ער קען דעם פאך פון א הייליגע מקור, און ער האט מיך טאקע משכנע געווען, אז די בעסטע זאך וועט זיין, צו בלייבן אין לאנדאן דערווייל, ווייל מיין רבי האט נישט גערעדט צו מיר פון אייגענע נגיעות ווייל ער דארף מיך נישט נעבן זיך, נאר ער האט געמיינט א חשבון וואס איז נישט פאר מיר 'יעצט' צו פארשטיין.
איך קוק היינט צוריק, אין די פרטיות'דיגע ווערטער וואס יענער מקובל האט מיר געזאגט, טייערע לייענער, יעדע ווארט איז מקוים געווארן..
עד כדי כך, כ'מיין אז יענער מקובל האט אויך נישט געוואוסט וואס ער האט מיר אלץ מגלה געווען, ווייל כ'האב יענעם לעצטענס נאכאמאל געטראפן, און ער געדענקט מיך נישט, און האט נישט צוזאמגעשטעלט גארנישט מיט מיין פריערדיגע באזוך, פשוט ער האט דעמאלטס געזען אויף מיין הענט זאכן, און ס'האט זיך וואונדערליך אויסגעשטעלט מיט א הימלישער חשבון, אנדערש ווי איך האב מרגיש געווען.
איך וויל נישט יעצט פארציילן אלעס, אבער צווישן זייינע ווערטער האט ער מיך געזאגט, אז איך בין עתיד ארויסצוגיין אין די וועלט און משמח זיין אויף א שטייגער וואס א קליינע פראצענט קומען אן דערצו!!!
ער האט געזען אז איך וועל נישט לאנג וואוינען מיט מיין ווייב, און ער האט געמיינט אז אונז שלאגן זיך.. דערווייל איז עס געווען די גזירה מן השמים, אז זי האט געדארפט פריצייטיג נפטר ווערן ה''י.
בכל אופן, יענע יאר – יענע שווערע יאר, תשס''ה, האט זיך געענדיגט, איך האב מיט א פולע מויל אויסגעשריגן 'תכלה שנה וקיללותיה'... און תחל שנה וברכותיה!!!
און וואונדערליך, ווי נאר די יאר האט געמישט א בלעטל, האט זיך אנגעהויבן מיין הצלחה שיינען, ווי קיינמאל בעפאר!
באלד מוצאי יו''ט, איז מיר איינגעפאלן א פלאן, אז אפשר זאלן מיר מאכן א נסיעה די גאנצע שטיבל, קיין אוקריינא, און מתפלל זיין אויף קברי אבות פאר הצלחה אינעם שטיבל און פאר אונזער עתיד, א פלאן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צוזיין א גאלדענע פלאן, און א פאקטישע נסיעה וואס כ'האב שוין קיינמאל נישט פארגעסן.
אום חודש שב''ט איז פארגעקומען יענע נסיעה, ווען כ'האב שוין ביז דאן מצליח געווען אנצוזאמלען גרויסע סכומים ביים ווידער גיין נאך געלט פאר די מיידל שולע, [וואס דאס איז א פרק פאר זיך] און כ'בין געווען אין די כלים, און כ'האב אנגעהויבן שפינען א שייכות מיטן גאנצן שטאט, מיט מענטשן, פון אלע סארטן, און מ'האט מיר אנגעהויבן קענען אלץ א בדחן..
פארוואס פארדעם נישט? איי העוו נאו איידיע!..
יא, כ'ווייס יא פארוואס, ס'נישט געווען באשערט.. אבער זייענדיג אין אוקריינא אין די שב''ט שנייען, האט א חבר מיינע אפגעכאפט פון מיר אפאר ווידיאו קליפס, ווי איך גיי אין די שניי מיט א לילקע, און איך האב אויסגעשפילט עטליכע סצענעס, וואס איז שפעטער פארשפרייט געווארן, און איז געווען פאקטיש די ערשטע ווידיאו קליפ פון מיר וואס האט געפירט ווייטער צו מיין אויסגערופענע בינע נאמען 'מנשה לוסטיג' וואס האט שוין משמח געווען אן א צאל נפשות.
אויך יענע נסיעה האב איך פארצייכענט און ארויסגעגעבן מיט קאלירטע בילדער, ועוד חזון למועד ארויסצוגעבן די הויפט גוטע שורות פון יענע רייזע זכרונות.
המשך יבוא בעזרת ה'
געוואלדיג 👍
ידעתיך ולא אכנך, אבל מכותלי כתיבתך נראה אז דו ביזט נישט דער צעפלויגענער, אומ'מסודר'יגער פארשוין וואס דו שטעלסט דיך פאר.
דיין ארטיקולאטיווער מסודר'דיגער און געזעצטער שרייבן מיט א מייסטערהאפטן זכרון, לעבעדיגע אויטא-ביאגראפישע קאפיטלען געשילדערט מיט אזא געשמאק און אזויפיל הרגשים אמיתיים איז צום באוואונדערן. - דו קענסט די פאך פון ארויסבקרענגען טרערן נאך בעסער ווי מאכן לאכן!
צלח ורכב און גיב נישט אויף!
ווער זאגט איך בין צעפלויגן? איך בין זייער א מסודר'דיגע טיפ גראדע, קום צו מיין רעדזשיסטער אין גראסערי, וועסטו זען וואס מיינט מסודר.