☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבותי עס ברענט א פייער!!!

רבותי עס ברענט א פייער!!!

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4878
בלאט: 1 2

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:17 pm

· #154078
רבותי עס ברענט א פייער!!!
מיר הערן זיך אן יעדן טאג פון אידן וועלכע זענן נעביך געווארן או.טי.די., ווי אויך אנדערע וועלכע זענען למחצה לשליש לרביע גפארן אויף דעם דרום ריכטונג.
פרויען און מענער. פארהייראטע און ג'גט'ע. פון אלע שיכטן און בעקראונדס.
לאו דווקא מחמת תאוה און לאסט האבן זיי גנועמן דער גורל'דיגער שריט אין זייער לעבן. לויט ווי איך נעם אויף פון זייערע שרייבונגען איז דאס מער צוליב השקפה'דיגער מיינונגס פארשידנהייט. איך זאג נישט בדווקא אז זיי גלייבן נישט אין דאס אדער יענס, נאר בעיקר אז זיי קענען נישט מקבל זיין דעם חרדישער לעבנס שטייגער און חרדישן אויסקוק אויף דער וועלט און אויף דאס לעבן.
זיי אנטלויפן נישט פון אונז, זיי זענען דא בתוככי ירושלים בתוך עמי יושבת, און פראקלאמירן זייערע מיינונגען און אנשויאינגען.
ליידער זענען זיי מוסיף והולך, מיט די שיטה פון א פריינד ברענגט א פריינד.
און מיר שלאפן!!
מיר זענען פארנומען יא אינטערנעט נישט אינטערנעט. יא סעלפון נישט סעלפון.
אזא קלייד אזויפיל אינצעס אונטער די קני.
וואו זענען די רבנים? די אדמורי"ם? די ראשי ישיבה? האט מען צוזאמגעבראכט אן אסיפה צו טראכטן פון דעם פראבלעם?
אפשר דארף אונזער חינוך א גרויסן שייק-אפ? (עס דארף זיכער!)
אפשר זאל מען רעדן צו קינדער וועגן דער בינג בענג? איבער עווולושין? וואס איז אונזער פאזישן: שקר לגמרי די סאייענטיסט זענען קרופטירט אדער תורה איז שלא כפשוטה, אדער עפעס אנדערש?
פארוואס רעדן נישט רבנים עניני השקפה צו דעם עולם? האבן זיי אליינס א מיינונג אין די נושאים?
פארוואס זאל מענן נישט קאנסידרן און דיסקוסירן ביי אסיפות צו שטיפן און אנקוקן מיט א גינסטיג אויג דער עולם זאל נעמען בעסרע דשזאבס ווי לאיערס דאקטאר סייענטיסט פרופעסארס וכדומה? פארשטייט זיך אז לכבוד דעם דארף מען גיין - און לאזן גיין - שטודירן.
איך ווייס וואס אונזערע גדולים האבן גזאגט, גשריבן און געהאלטן פון שטודירן. איך בין אויך אווער פון די סכנה'ס דאמיט. אבער נאכאלץ, עס ברענט א פייער!! אפשר דארף מען טראכט דערפון?
און איך מיין טאקע סיי מענער און סיי פרויען זאלן גיין און ווערן פרופעשינעלס. אולי אזוי וועט נישט זיין אזא גרויסע לחץ אויף ארויסצופאלן פון יהדות בכלל.

רבותי מיר שלאפן און דערווייל ברענט!!

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:38 pm

· #154087
היימישער ליטוואק

ליידער זענען זיי מוסיף והולך, מיט די שיטה פון א פריינד ברענגט א פריינד.
---
מיר זענען פארנומען יא אינטערנעט נישט אינטערנעט. יא סעלפון נישט סעלפון.

וויאזוי זענען זיי מוסיף והולך אויב נישט דורך די אינטערנעט?

הקטן » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:51 pm

· #154090
היימישער ליטוואק
ליידער זענען זיי מוסיף והולך, מיט די שיטה פון א פריינד ברענגט א פריינד.
און מיר שלאפן!!

זיי לויפן נישט צי א בעסערע לעבען זיי אנטלויפן פון אידשקייט - as they perceive it
די אינטערנעט איז א Red herring.
אויב די בעל דבר האט געהאט א האנט און אהער שטעלן די אינטערנעט האט ער דאס נאר געטון כדי מיר זאלן האבען וועם צו בלעמען אין נישט זיך כאפען אז אינזער אידשקייט איז פארשלאפען.
אינזער חינוך איז outdated.

די ישעה וועט נישט קימען פין די רבנים, נישט ווייל זיי זענען שלעכט אדער wrong נאר פשוט ווייל זיי פארטרעטען old school

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:52 pm

· #154091
קאווע,
אבער דאס איז נישט דער שורש פון דעם פרובלעם, און נישט דער עיקר פון מיין אויסשריי.
איך שריי אם לא עכשיו - אימתי? אויב איז נישט אצינד דער זמן צו מאכן א כלליות'דיגער חשבון הנפש אויף אונזער גאנצער לעבנסשטייגר, דאן ווען יא?
אף פעם זענן מיר נישט גווען אזוי גBURDEN'ד מיט אונזער יידישקייט ווי היינט.
עס קען דאך נישט זיין אז יידישקייט זאל אונז נישט לאזן זיין פרייליכע פרודאקטיווע ערליכע ציווילע מענשטשען.
אדער בין איך אן אומאויפגצויגענער וואלדס-חיה, ווייס נישט בייסיק סעקיולערע חכמה און שטודיע, פיר זיך אויף ווי א פרא-אדם, מוז לעבן מיט שטאטישע פרוגראמען, מוז קונטראלירן דעם שידוך סיסטעם, ווייל אויב נישט וועט דיין קינד "גליטשן"...
WHY CAN'T WE BE JUST NORMAL.
שוין איך גיי נישט טוישן. אבער וואו זענען אונזער קעפ? איז דארטן דא עמיצער וואס טראכט יא??

אקיצור, איך מיין צו זאגן, צווישן די מיליונער דרשות ואסיפות הרבנים, האט איר איינמאל געזען אז מזאל זיך צוזאמזעצן דן צו זיין "בענין החשוב העומד על הפרק: אולי הגיע הזמן שצריך לשנות משהו בדרך החיים שלנו כדי למעט תופעת התדרדרות ילדינו מיהדות?"
אין די MO רעדט מען כסדר וואס מען קען טוהן. פארוואס איז ביי אונז שא און שטיל?

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:13 pm

· #154099
היימישער ליטוואק
אין די MO רעדט מען כסדר וואס מען קען טוהן. פארוואס איז ביי אונז שא און שטיל?

איך וויל פרעגן א נקודה למחשבה, די ווילסט דאך אז מיר זאל אנקימען עכ"פ דארט ווי די MO איז יעצט...

איז דארט בעסער לגבי די פראבלעם ווי ביי אונז?
די זאגסט אז דארט מען כסדר אויך וואס מען קען טיען, האבן זיי אויך אזוינע פראבלעמן אדער נישט??

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:17 pm

· #154101
פאריז - איך הער.
אבער דו האלטסט אז מיר קענען נישט טוהן ביידע? אנהאלטן שמירת תורה ומצוות בכל פרטיהן, און דאך טוישן - און זיין אפן פאר טויש - זייטיגע זאכן.
למשל:
דו האלטסט אז אויב מיר וועלן מאכן א ריכטיגע קאללידז סיסטעם אין צוזאמנהאנג מיט אונזערע ישיבות, וועלן מיר ווערן אויס חרדים און מיר - אדער אונזערע קינדער - וועלן אויסזעהן ווי די MO?

שושן פורים » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:24 pm

· #154102
דער בעלזער האט אמאל ביי א אסיפה געזאגט, פארוואס איז דא אזויפיל דראפאוטס, בשעת עס ווערן אזויפיל בעלי תשובה ?נאר וואדען , צו זיי רעדט מען אנדערש ווי צו אונז , מען דארף אנהייבן צו לערנען מיט קינדער עז איף ער איז א חילוני פון 30 יאר אלט וואס קומט יעצט אויסטשעקן יודישקייט , וויאזוי די וואלסט גערעדט צו איהם רעדט צום קינד

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:40 pm

· #154104
איך רעד נישט בלויז פון גיין שטודירן. עס איז דא א וועלט מתקן צו זיין, איך מיין דברים עקרוניים. מען מוז נישט מסכים זיין מיט אלעס, אבער לכל הפחות דן זיין בכובד ראש דעראיבער.

האט מען אמאל גרעדט פון מאכן שיעורים פאר בעלה"ב און בני תורה בעניני השקפה?
גיבן רבנים אדער משפיעים/משפיעות שיעורים בעניני השקפה פאר פרויען און מיידלך?
זענען רבנים/ראשי ישיבה/אדמור"ים אפן צו שאלות בעניני אמונות ודעות פון זייערע קהילה/ישיבה מיטגלידער? (ווייסן זיי אליינס וואס צו ענטפערן??)
אפשר דארף מען אביסל משנה זיין דעם סדר פון שידוכים, ווי שוין ארומגשמועס אין אנדערע אשכולות?
אפשר דארפן יונגלך און מיידלך זיין א משהו ווייניגער אפגעטיילטווי שוין ארומגשמועס אין אנדערע אשכולות?

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:44 pm

· #154106
אפשר זאל מען רעדן צו קינדער וועגן דער בינג בענג? וואס איז אונזער פאזישן: שקר לגמרי די סאייענטיסט זענען קרופטירט אדער פ' בראשית איז שלא כפשוטה, אדער עפעס אנדערש?

היי יאר איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ווייל מען האט ממילא נישט געלערנט פרשת בראשית.

נעקסט יאר וועט מען אריין קלערען אי"ה.

דעת תורה » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:12 pm

· #154117
זינט די עמאנציפאציע עפאכע, איז דען געווען אמאל א תקופה אדער א מקום וואס דראפ אוט'ס זענען געווען ווייניגער - סטאטיסטיקלי - ווי היינט? עס איז גאנץ זיכער אז נישט. וואס איז בכלל די עקספעקטעישאנס, אויף וואס איז עס געבויט, מהיכי תיתי אז עס קען אפילו זיין בעסער? עס איז דאך באמת נישט שייך צו סוקסעסירן אויף הונדערט פראצענט.

דערפאר איז נישט אזוי מופרך אז מען גיט זיך ענדערש אפ מיט פראבלעמען וואס זענען נוגע יעדן יחיד באזונדער. (כאטש איך בין נישט זיכער אז דירבנים זענען מסכים צו מיין אויבנדערמאנטע אבזערוואציע).

מאידך גיסא, עס איז גאנץ זיכער אז דער חינוך ברויך ווערן מער תוכן'פול, מיט מער דגוש אויף אמונה און יסודות און סיפוק החיים און שמחה אין אידישקייט, כדי אונזער קומענדיגער דור זאל נישט אויף וואקסן אזוי ליידיג ווי דער איצטיגער דור.

diff » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:24 pm

· #154119
דעת תורה
מען גיט זיך ענדערש אפ מיט פראבלעמען וואס זענען נוגע יעדן יחיד באזונדער. .

Therefore the maskil gets right to take with him the ravs son

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:48 pm

· #154123
היימישער ליטוואק
צווישן די מיליונער דרשות ואסיפות הרבנים, האט איר איינמאל געזען אז מזאל זיך צוזאמזעצן דן צו זיין "בענין החשוב העומד על הפרק: אולי הגיע הזמן שצריך לשנות משהו בדרך החיים שלנו כדי למעט תופעת התדרדרות ילדינו מיהדות?"
אין די MO רעדט מען כסדר וואס מען קען טוהן. פארוואס איז ביי אונז שא און שטיל?

ביי אונז רעדט מען אויך כסדר. נאר פארקערט וואס דו ווילסט הערן. מען וועט נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא מדורות הקודמים.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:19 pm

· #154127
קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק

ליידער זענען זיי מוסיף והולך, מיט די שיטה פון א פריינד ברענגט א פריינד.
---
מיר זענען פארנומען יא אינטערנעט נישט אינטערנעט. יא סעלפון נישט סעלפון.

וויאזוי זענען זיי מוסיף והולך אויב נישט דורך די אינטערנעט?

וואסי? ס'נישט געווען קיין געוועזענע ישיבה בחורים וועלכע זענען געווארן פראפעסארן (אין מעדיצין) און גרויסע לאיערס און שרייבערס, איידער דער אינטערנעט איז נאך געבוירן געווארן?!

אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:59 pm

· #154132
אין די חרדישע וועלט וועט שטודירן אין קאלידזש אייביג פארבלייבן ביהרג ועל יעבור, גיי פרעג פארוואס. אויב זענט איר אומצפרידען, קענט איר אדאפטירען די לעבנסשטייגער פון די מאדערן-ארטעדאקס און גיין אין די וועגן פון דזעי בי ז"ל.

מאראנצןזאפט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:21 pm

· #154135
הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש פארפירט אומצוויידייטיג פאר אלע וואס זענען סרים למשמעתו (!).
גייט לערנען א פאך! אפילו אויפ'ן פרייז פון גיין אין קאלעזש.
היינט בזמנינו איז דער נסיון הדור נישט האבן א געהעריגע פרנסה. אן א פאך צו דער האנט נישט איז מען נישט קיין איד און נישט קיין גוי. מ'ארבעט ווי א כלב דרייוון א באס פאר מאנסי טרעילס 12 שעה א טאג, און מ'האט נישט קיין צייט אריינצוקוקן אין א ספר אדער דאווענען תפלת מנחה בציבור, ועניות מעברת על דעת קונו
די חכמי הדור דארפן מלחמה האלטן קעגן עניות מיט א מלחמת חרמה גארנישט ווייניגער ווי קעגן השכלה, ציונות און דער וויליאמסבורגער עירוב.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:27 pm

· #154136
מאראנצןזאפט

באמת?? דאס איז דער זעלבער רב לעבאוויץ דער קנאי??
איך בין באמת אימפרעסד מיט דאס.
קענסט אפשר ארויפלייגן זיינס א דרשה אדער בריוו בנוגע הנ"ל?

איך רעד נישט בלויז פון דאס. איך רעד פון א ברייטפארצווייגטע רע-ארגינעזאציא פון אונזער גאנצן לעבנסשטייגער.
עס איז א קריזיס של ממש!!

היימישער ליטוואק » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:27 pm

· #154137
אפטעמיסט
אין די חרדישע וועלט וועט שטודירן אין קאלידזש אייביג פארבלייבן ביהרג ועל יעבור, גיי פרעג פארוואס. אויב זענט איר אומצפרידען, קענט איר אדאפטירען די לעבנסשטייגער פון די מאדערן-ארטעדאקס און גיין אין די וועגן פון דזעי בי ז"ל.

פארוואס טקע?

אפטעמיסט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:59 pm

· #154149
שאלה יפה שאלת. אני הקטן האלט אז דער חרדישע שיטה איז אביסעלע לופטיג, און סאיז דא וואס מורא צו האבן אז ביים שטודירן אין קאלידזש וועט מען עקספאזט ווערן צו אנדערע מיינונגען, און מענטשן וועלן 'אביסעל' ארויס גיין פונעם באקס.

קעגן די נעט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:52 pm

· #154184
אויב האט ר' אלחנן ווסערמאן זצ״ל געזאגט אז שטודירן איז א מצוה נאר עס איז מתו אחיו מחמת מצוה זו, איז היינט דאס פארקערטע עס איז מתו אחיו פארן נישט גיין שטודירן און אפשר ווען יענער רב וואלט גרינגער מתיר געווען בירט קאנטארל וואלט נאך שלום דין דא געווען מיט אונז. איז אלזא א חוב קדוש פאר מי שיש לו מוח בקדקדו צו לערנען אן אומנות קלה נקיה וגדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים. וכידוע וואס רבי מאיר פרימישלאנער האט געטייטשט יאה ענייתא לישראל אידישע קינדער דארפן האבן א שיינע ארעמקייט, מיט א סאמער האום א דאג האוז , א טיווי דיש , און א דאבל גאראזש.

פאריז » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:59 pm

· #154192
היימישער ליטוואק
פאריז - איך הער.
אבער דו האלטסט אז מיר קענען נישט טוהן ביידע? אנהאלטן שמירת תורה ומצוות בכל פרטיהן, און דאך טוישן - און זיין אפן פאר טויש - זייטיגע זאכן.
למשל:
דו האלטסט אז אויב מיר וועלן מאכן א ריכטיגע קאללידז סיסטעם אין צוזאמנהאנג מיט אונזערע ישיבות, וועלן מיר ווערן אויס חרדים און מיר - אדער אונזערע קינדער - וועלן אויסזעהן ווי די MO?

ביסט לכאורה גערעכט אז מען דארף עפעס אויסלערנן די יוגענט, אבער איך האלט אז כולל איז א גרעסערע שטער פאר׳ן עתיד ווי די ישיבות,

די פראבלעם מיט האבן ישיבות וואס זאלען לערנען צוויי דריי שעה לימודי חול איז די זעלבע פראבלעם וואס פלאגט גאנץ כלל ישראל. עס ריפט זיך: יעדער

אדרבה קוק זיך אום ביי דיר ביי דייינע שכנים קרובים און אין ביהמ״ד, און טרעף מיר צוואנציג אידן וואס וועלן שיקען זייערע בחורים צו א ערליכע היימישע ישיבה וואס לערענט צוויי דריי שעה א טאג לימודי חול, וועסט נישט טרעפן און אלעס צילוב די פרעשור וואס האט די נאמען:וואס וועט יענער זאגען

גורן האט''ד » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:01 pm

· #154193
פון וואו קומט דער הנחה אז עס איז דא עפעס צו טוהן?

ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. א מענטש האט א בחירה און ווילאנג דאס איז נישט בטל וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן בוחר זיין אנדערש ווי די ווילסט.

עוולות, פראבלעמען, און אומרעכטן, ברויך מען מתקן זיין אומאפהעניג צו עס וועט אפשטעלן או טי די אדער נישט.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:03 pm

· #154195
פאריז
היימישער ליטוואק
פאריז - איך הער.
אבער דו האלטסט אז מיר קענען נישט טוהן ביידע? אנהאלטן שמירת תורה ומצוות בכל פרטיהן, און דאך טוישן - און זיין אפן פאר טויש - זייטיגע זאכן.
למשל:
דו האלטסט אז אויב מיר וועלן מאכן א ריכטיגע קאללידז סיסטעם אין צוזאמנהאנג מיט אונזערע ישיבות, וועלן מיר ווערן אויס חרדים און מיר - אדער אונזערע קינדער - וועלן אויסזעהן ווי די MO?

ביסט לכאורה גערעכט אז מען דארף עפעס אויסלערנן די יוגענט, אבער איך האלט אז כולל איז א גרעסערע שטער פאר׳ן עתיד ווי די ישיבות,

די פראבלעם מיט האבן ישיבות וואס זאלען לערנען צוויי דריי שעה לימודי חול איז די זעלבע פראבלעם וואס פלאגט גאנץ כלל ישראל. עס ריפט זיך: יעדער

אדרבה קוק זיך אום ביי דיר ביי דייינע שכנים קרובים און אין ביהמ״ד, און טרעף מיר צוואנציג אידן וואס וועלן שיקען זייערע בחורים צו א ערליכע היימישע ישיבה וואס לערענט צוויי דריי שעה א טאג לימודי חול, וועסט נישט טרעפן און אלעס צילוב די פרעשור וואס האט די נאמען:וואס וועט יענער זאגען

הוא אשר דיברתי, פ"וו זעצן זיך די רבנים ורמי"ם אוועק און זעט איין אז נשתנו העתים מען דארף טוישן.

פאריז » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:39 pm

· #154208
עס איז גיטע שאלה, לאמיר פראבירען צי האבען א שמיעס דערוועגן און צוזאמען פראבירען עס צי פארשטיין - אויב מעגליך.

עס איז דא אסאך זאכען וואס מאכען חרוב אידשקייט, איינע פון די זאכען איז טאקע די נושא פון וואס די רעדסט, דאס איז די נושא פון חינוך,
אבער - די רבנים האלטען - עס איז דא נאך זאכען וואס מאכט חרוב אידשקייט ווי למשל אינטערנעט און קאמפיוטער׳ס, און נאך.

פאר די אלע וואס פארפירען אז רבנים זאלען מער טיען; זאג, דארט ווי זיי טיען פאלגסטע זיי?
האבן די רבנים א כח אויפן דור צי טיען? איז דער עולם גרייט צו נעמען זייער אויטעריטעט און פאלגען לויט ווי אזוי זיי פארשטייען?
אדער מען וויל נאר אז זיי זאלען טיען דאס וואס דו ווילסט, אבער דארט ווי זיי האלטען אז מען דארף טיען זענענן נישט רעליווענט און פארלירען די טיטעל רבנים?! און זיי ווערען פלוצליניג קארעפטירט!

וואס איך מיין צו פרעגן, ווער זענענן די רבנים וואס דארפן טיען? ווער איז די עולם וואס גרייט אויסציהערן? און דער עולם וואס הערט זיי אויס האט אויך טענות אז זיי טיען נישט גענוג - אדער זיי האבן נישט די אלע סארט טענות?

אויב עפעס דארף די טויש קימען פון בעה״ב, עס דארפן זיך צוזאם נעמען צוואנציג דרייסיג בעה״ב מיט עווריטש בחורים און זיכען טוישן איינע פון די קלענער ישיבות צו א א ישיבה וואס מען לערענט יעדן טאג צוויי דריי שעה לימודי חול, דאס וועט מאכען די נוטיגע טויש א בחור וואס דארף גייען ארבייטען תיכף נאך די חתונה זאל האבן עפעס ווי אנציהייבען.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:29 am

· #154222
אפטעמיסט
שאלה יפה שאלת. אני הקטן האלט אז דער חרדישע שיטה איז אביסעלע לופטיג, און סאיז דא וואס מורא צו האבן אז ביים שטודירן אין קאלידזש וועט מען עקספאזט ווערן צו אנדערע מיינונגען, און מענטשן וועלן 'אביסעל' ארויס גיין פונעם באקס.

ווייל ס'איז געווען עטליכע פעלער וועלכע זענען געווען בבחינת "הציץ ונפגע". און ס'איז געווען יצא שכרו בהפסידו. א סאך ישיבה בחורים וועלכע זענען געגאנגען שטודירן אין קאליד'זש זענען געווארן נפגע אין זייער אמונה ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג רוחניות'דיגע אמוניציע צו קעמפן אקעגן די אפיקורסישע דיעות פון זייערע פראפעסארס.

לבונה זכה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:58 am

· #154226
שטודירן קען זיכער העלפן ביז א געוויסע דיגרי. איך מיין אבער אז דער עולם האט צו הויכע ערווארטונגען. רוב גוים וועלכע גראדואירן פארדינען נישט קיין סאך מער פון א B&H ארבעטער. זעירין אינון וועלכע מאכן גרויס געלט. (דער New York Times האט נישט לאנג צוריק געהאט א לענגערע באשרייבונג דערוועגען.) איך האלט אז דא פארלאנגט זיך א קאמבינאציע פון עטליכע זאכן. דער הויפט פראבלעם איז אז חרידים וואוינען אויסגעמישט ארעמע מיט רייכע. דער ארימאן קראצט זיך אין די זעלבע מקוה ווי דער נגיד, און ער טראכט אז דער נגיד קען לעבען אויף א הויכן סטאנדארט, דאווענען נאך חצות, שטופן די צייט א האלבען טאג, פארוואס קען איך נישט. ער פארגעסט אז רוב מענטשן ברחבי תבל דארפן שווער הארעווען צו מאכן פרנסה, אפילו מיטן קאלעדזש דיגרי. די שאיפה און פאנטאזיע רייך צו ווערן טרייבט כמעט יעדען יחיד, און געט עם נישט מנוחה טאג און נאכט. ער מוז וואוינען אין א שיינע דירה, דרייוון א שיינע קאר, גיין אויף טייערע וואקאציעס, ווייל זיין שכן פלוני אלמוני לעבט אויף דעם שטייגער. אט די אלע זאכן איז שווער דורכצושטופען מיט א B&H סעלערי, ווי אויך מיט רוב דיגריס. אונזער עולם האט פארלוירן דעם work ethic וואס דער פריערדיגער דור האט געהאט. מ'וויל נישט ארבעטען אבער מען וויל אלעס האבן ווי דער גרעסטער גביר. לאמיר זאגן אז דער עולם וועט שטודירן. דער מערהייט פון דעם עולם וועלכע וועלן גראדואירן וועלן ווייטער נישט זיין קיין נגידים (אזוי ווי רוב קאלעדזש גראדואירער ביי די אלגעמיינע פאפיולעישאן). ביז ווילאנג ארים און רייך וועלען וואוינען אויסגעמישט און זיך ווייקען אין די זעלבע מקוה נאך חצות, און ביז ווי לאנג דער עולם וועט נישט פארשטיין אז מ'דארף צוריק אנהייבן הארעווען און כולא האי ואולי, וועט דא נישט זיין קיין תיקון.

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:11 am

· #154230
@בערלבעלעגלה, און אנדערע ווערטער כהאב גוט געזאגט. ווען די בחורים זאלן זיין מער שטארק מיט זייער אמונה און מער זעכער אין זייער שיטה, וואלט מען נישט אזוי מורא געהאט אז קומען וועט עפעס א פראפעסאר און זיי מאכן פייגלעך אין קאפ.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:53 am

· #154249
אפטעמיסט
@בערלבעלעגלה, און אנדערע ווערטער כהאב גוט געזאגט. ווען די בחורים זאלן זיין מער שטארק מיט זייער אמונה און מער זעכער אין זייער שיטה, וואלט מען נישט אזוי מורא געהאט אז קומען וועט עפעס א פראפעסאר און זיי מאכן פייגלעך אין קאפ.

אשר על כן דארף מען מאכן א טויש און לערנען מער השקפה און אויך אידישע היסטאריע און די פאזיטיווקייט פון זיין א איד. די טעמים פארוואס מיר זענען מקיים מצוות און די שיינקייט פון ימים טובים. כ'ווייס נישט ווען ס'האטצעך אנגעהויבן. אבער ס'זעיט אויס כאילו ס'איז דא א שיטה אין חינוך צו האלטן דעם עולם איגנאראנט און אומוויסנד. ממילא וועט ער פרעיגן ווייניגער קשיות און זיין מער געהארכזאם.

הקטן » זונטאג אקטאבער 6, 2013 5:14 pm

· #154443
דעת תורה
זינט די עמאנציפאציע עפאכע, איז דען געווען אמאל א תקופה אדער א מקום וואס דראפ אוט'ס זענען געווען ווייניגער - סטאטיסטיקלי - ווי היינט? עס איז גאנץ זיכער אז נישט. וואס איז בכלל די עקספעקטעישאנס, אויף וואס איז עס געבויט, מהיכי תיתי אז עס קען אפילו זיין בעסער? עס איז דאך באמת נישט שייך צו סוקסעסירן אויף הונדערט פראצענט.

קען זיין אז די אאף-דו-דערעך פענאנעמע איז נידריגער היינט ווי סיי ווען אבער דו אן-דו-דערעך (על הדרך) איז אויך שרעקעדיק נידריג!

דאס ביסעל אידשקייט וואס איז דא איז נישט אדאנק אינזער חינוך סיסטעם נאר על אף אינזער חינוך סיסטעם

דעת תורה

מאידך גיסא, עס איז גאנץ זיכער אז דער חינוך ברויך ווערן מער תוכן'פול, מיט מער דגוש אויף אמונה און יסודות און סיפוק החיים און שמחה אין אידישקייט, כדי אונזער קומענדיגער דור זאל נישט אויף וואקסן אזוי ליידיג ווי דער איצטיגער דור.

👍

היימישער ליטוואק » זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:33 pm

· #154472
דעת תורה
זינט די עמאנציפאציע עפאכע, איז דען געווען אמאל א תקופה אדער א מקום וואס דראפ אוט'ס זענען געווען ווייניגער - סטאטיסטיקלי - ווי היינט? עס איז גאנץ זיכער אז נישט. וואס איז בכלל די עקספעקטעישאנס, אויף וואס איז עס געבויט, מהיכי תיתי אז עס קען אפילו זיין בעסער? עס איז דאך באמת נישט שייך צו סוקסעסירן אויף הונדערט פראצענט.

דערפאר איז נישט אזוי מופרך אז מען גיט זיך ענדערש אפ מיט פראבלעמען וואס זענען נוגע יעדן יחיד באזונדער. (כאטש איך בין נישט זיכער אז דירבנים זענען מסכים צו מיין אויבנדערמאנטע אבזערוואציע).

מאידך גיסא, עס איז גאנץ זיכער אז דער חינוך ברויך ווערן מער תוכן'פול, מיט מער דגוש אויף אמונה און יסודות און סיפוק החיים און שמחה אין אידישקייט, כדי אונזער קומענדיגער דור זאל נישט אויף וואקסן אזוי ליידיג ווי דער איצטיגער דור.

עטליכע ענטפערס.
1 יא, ביז בערך די מיטל תש"נ יארן, זענען געווען אסאך וויינציגער.
2. אמאל איז דאס גווען אלס רעזולטאט פון עניות/עמ-הארצות/השכלה. היינט רעדט מען פון קינדער פון נארמאלע היימען, באקומן א געווענטליכער חינוך און זענען בועט אין כל הקדוש לנו.
3. איך ווייס נישט וואס איז גווען אמאל, אבער היינט מאכן די רבנים/עסקנים אסיפות יעדן שני וחמישי, לאזן זיי אדרעססירן אזא הייסע און אקטועלע נושא.

הוגה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 10:48 pm

· #154519
@אנאנים, האסט א הערליכע חשבון והסבר, איך וויל אבער זיין מחולק אביסל מיט דיין לעצטע פאראגראף. אבער קודם איין קליינע הקדמה. אין אלע תקופות זענען געווען צייטן וואס עס זענען געפאלן שטיקער פון כלל ישראל, א יעדעס מאל פאר אן אנדערע סיבה און אויף אן אנדערע אופן. ממילא מוז מען זאגן ווי מו"ר הרב @לעיקוואד, ס'נישט אין פלאץ צו זאגן אז אמאל איז געווען בעסער, ווייל א יעדע דור האט געהאט מיט זיך אירע שווערעקייטן ווי אויך אירע אייגנארטיגע מעלות. וואס מען קען און דארף אבער יא טון איז קוקן אויף "היינט" און זעהן וואס מען קען "היינט" פארבעסערן.

דער עולם האט שוין ארויסגעברענגט עטליכע גוטע פונקטן, איך וויל אבער בארירן בקצה המזלג נאך א נושא.

אין דער צייט וואס אין די אידישע וועלט בכלליות איז דא א שטארקע אויפוואכונג אויף קירוב רחוקים, הערשט ביי אונז "היימישע" ארטאדאקסן א שטארקע פארמערונג אין ריחוק קרובים! איך ווייס אז איך האב דא געמאכט א שטארקע עקסטרעמע סטעיטמענט, אבער איך בעט אייך, הארכט מיר אויס וועט איר פארשטיין וואס איך מיין צו זאגן.

ס'איז למותר להאריך אז אין די וועלט איז דא אסאך קירוב רחוקים. חב"ד, בעלזא, קארלין, טוען עמטליך אין דער ליין. סאטמאר און באבוב האבן ביידע א שטיקעלע יד אין מקרב זיין אונזערע רוסישע ברודער. די ליטווישע האבן די ארגעניזאציע צו ראטעווען קינדער פון פובליק סקול, און יד לאחים. חסד לאברהם ועוד. אבער דאס איז נאר א מעין דמעין פון די פעולות וואס ווערן געטון אפצוהאלטן די מחלת ההתבוללות וואס דראעט אויסצומעקן רוב רובו פון כלל ישראל אין די קומענדע צענדליגע יארן. די פעולות ווערן געפירט פון די OU, די אגודה, די מזרחי, די דזשוינט, די יונג איזראעל און אפילו אביסל דורך די קאנסערוויטיווע געמיינדע. די קאמפיין איז אז די אידישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב זאלן כאטש האבן עפעס עפעס א פיצקילע קאנעקשאן צום עם ישראל, אזוי אז ס'זאל זיין עטוואס האפענונג פאר די טויזנטער יוצאי חלציהם צו בלייבן געבונדן צום שורש. זיי לייגן אריין געוואלדיגע כוחות און געלט מיט די האפענונג אפצוהאלטן אפילו איין געמישטע הייראט.

אין די זעלבע צייט קומט אבער פאר א פארקערטע מערכה אויסצורייסן די קוצים פון די כרם בית השם, צו dump'ן די גארבידזש און איבערלאזן נאר די מובחר. וויפיל מאל הערן מיר אזעלכע ווילדע סלאגאנען ווי "זאלן זיך די otd'ס אפטראגען קיין טעקסאס און אונז לאזן במנוחה"? מיר האבן שוין אפילו געהערט מענטשן וואונטשען זיי דעם טויט. ווען איינער הייבט נאר אן צו מאדערניזירט ווערן מיט שיינע ברילן, א דעגרי פון קאלעדזש, ווייב דרייוון וכדומה פארטרייבט מען זיי. אויב גליטשט ער אין אמונה פארשוקט מען אים מיט בושות און מ'האקט אפ קשר מיט אים. און אויב מאכט זיך א מערכה דערגייט מען זיי עד דיכדוכה של נפש ממש אויסצורייסן דאס לעצטע פונטעלע קשר למקור מחצבתה. מען זוכט אלץ עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון זיי און די "צרות" וואס מיר שטייען נעבעך נעבעך אויס פון זיי.

וואס גייט דא פאר? עס זעהט אויס ווי מיר שעפן וואסער מיט א לעכעריגע שעפער! מיר פולן אן פון איין זייט און מיר שטופן ארויס פון די צווייטע זייט! אפשר וואלט מען געדארפט קאנצעטרירן די כוחות ענדערש אויף נישט ארויסצושטופן די עקזיסטירנדע ווי איידער אריין צו שלעפן נייע! לאמיר פרובירן צו ראטעווען די התבוללות פראבלעם דורך האלטן די otd'ס ווי נענטער צו אונז. לאמיר זיי האלטן געבונדן למקור מחצבתם דורך עפענען אונזערע טירן און הערצער פאר זיי! פאלט קיינעם נישט ביי, הא? איך דו טענה'סט אז זיי פייניגען און באשמוצען אונז? וואס גייט דיר אן, דו מיינסט דאך לשם שמים, ניין? לאמיר אויפהערן בידים ארויס צו שטופן אונזערע אייגענע ברודער און שוועסטער בני קל חי!

נע, אנשטאט דעם נעמט מען די easy way out און מען שטופט אוועק די טראבעל מעיקערס, און מען פארגיטעגט די קאנטשענס דורך מנדב זיין א הונדערטער פאר למען אחי און שוין. דאס איז היפאקרעסי בתוקפו.

.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:49 pm

· #154532
שיטה זאגט אן אמת'ע פוינט, אז ס'נישט אז היינט איז ערגער ווי אמאל, נאר אז די immediate אמאל פון אפאר צענדליג יאר צוריק איז נישט געווען די נארמע, ווייל אלע שוואכע אידן זענען אוועקגעפאלן נאכן קריג, צו ווייל זיי זענען אנגעקומען צו פלעצער וואו ס'נישט געווען די קאמיוניטי זאל זיי האלטן, אדער ווייל זיי האבן געהאט א סיבה פארוואס צו זיין ברוגז אויף גאט, און דאס האט מכפר געווען אויף אלע זייער עבירות (מסתמא האט עס טאקע) און גילטי קאנשענס, אין די ל' מ' און נ' יארן זענען נאר געבליבן די ברכיים אשר לא כרעו, די קרים אוו די קראפ, די מערסטע תמימות'דיגע, און איינמאל מ'איז דורך דעם סעלעקציע האט עס אפגעהאלטן די נשירה אויף א דור צוויי.

אזוי אויך מיין איך אז אמאל ווען איינער איז געגאנגען צום אוט"ד איז מען געווענליך געגאנגען שטיל, נישט געווען קיין אינטערנעט און TV שאו'ס מ'זאל כסדר צוריק הערן פון זיי, זעט עס אויס ווי ס'געווען נאך ווייניגער ווי ס'טאקע געווען.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:23 am

· #154548
מיין שאלה איז נאך אלץ: פארוואס שלאפן אונזערע "מנהיגים"?
נאר ווייל דו זאגסט אז אמאל איז אויך אזוי גווען? זיי גלייבן דאך אין דעם אכשר-דרא'דיגע סיסמה. פרובירן זאל איינער גיין אנגעטוהן ווי זיין זיידע, אדער באקליידן זיין טאכטער ווי זיין עלטער באבי ווען זי איז גווען איר יארגאנג. זאל איינער נאר זיין אזוי היימיש מיט זיינע געשוויסטער-קינדער ווי זיין זיידע איז גווען.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:31 am

· #154553
און איך רעד נישט בלויז פון גיין שטודירן אדער די אנדערע אויבנדערמאנטע זאכן.
האו עבאוט צו ענקוראזשן צו מאכן איבונגען און עקסרסייז כו'? פארוואס ווען איינער פארט מיט א בייק איז דאס אוטומאטיש אראפגקוקט?

פארוואס זאל מען נישט מאכן קורסיס פאר עלטערן צו רעדן וויאזוי צו דילן מיט קינדער וועלכע האבן סימפטומס פון ל"ע די ערשטע סימנים פון ירידה?
פארוואס זאלן נישט אלע מוסדות מאכן אזוינע סימפוסיומס? פאר אלע גילים. פאר יונגלאך און פאר מיידלאך.

האבן די "מנהיגים" עט-ליעט גטראכט דערפון? האבן זיי אריינגלייגט אין דעם לכל הפחות אזויפיל מח ווי אין די אנטי אינטערנעט פראפגאנדע? אזויפיל כח ווי אין די קהילה-מיט-קהילה מחלוקת?

וויאזוי האבן די עבדי פרעה גשריגן? הטרם תדע כי אבדה מצרים!?

גורן האט''ד » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:53 am

· #154558
היימישער ליטוואק
מיין שאלה איז נאך אלץ: פארוואס שלאפן אונזערע "מנהיגים"?

זיי שלאפען נישט, זיי עקזסטירען נישט. אפשר זאגסטו פונקט אויף וועם דו פרעגסט? אויף ר' מלכיאל קוטלר? סקולענער רבי? מתתייהו סאלאמן ? באבובער רב [1&2]? סאטמער רבי [1&2]?
זעההסטו וואס איך מיין, עס איז נישטא אויף וועם זאל חל זיין די שאלה.

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 1:17 am

· #154562
היימישער ליטוואק
מיין שאלה איז נאך אלץ: פארוואס שלאפן אונזערע "מנהיגים"?

דו מיינסט די מנהיגים וואס זענען ערוועלט געווארן צוליב זייער אויסערגעווענליכע פעאיגקייטן? איך מיין דו עקספעקסט אביסל צו סאך פון אונזערע מנהיגים, זיי זענען יעצט אויף וואקאציע נאכן זיך אנארבעטן זייער שווער טאנצן אלע הקפות מיט זייער מיניאטור ספרי תורה.

פאריז » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:25 am

· #154654
אין די פארווערטס אזוי אויך דער אלגעמיינער זשונעראל אדער סתם אזוי ביי די אידן וואס זענענן נישט קיין שתו"צ טוט זיך א מאוומענט אנציהאלטען די יודישע שפראך, אנציהאלטען די טראדיציע פון יודשקייט און זיי ארבייטען דערמיט אז יודשקייט זאל בלייבען, עס האט זיך אריינגעכאפט אלץ א גאנג ביי א טייל וואס היטען יא די תורה, ווי למשל:
הוגה
אין די זעלבע צייט קומט אבער פאר א פארקערטע מערכה אויסצורייסן די קוצים פון די כרם בית השם, צו dump'ן די גארבידזש און איבערלאזן נאר די מובחר. וויפיל מאל הערן מיר אזעלכע ווילדע סלאגאנען ווי "זאלן זיך די otd'ס אפטראגען קיין טעקסאס און אונז לאזן במנוחה"? מיר האבן שוין אפילו געהערט מענטשן וואונטשען זיי דעם טויט. ווען איינער הייבט נאר אן צו מאדערניזירט ווערן מיט שיינע ברילן, א דעגרי פון קאלעדזש, ווייב דרייוון וכדומה פארטרייבט מען זיי. אויב גליטשט ער אין אמונה פארשוקט מען אים מיט בושות און מ'האקט אפ קשר מיט אים. און אויב מאכט זיך א מערכה דערגייט מען זיי עד דיכדוכה של נפש ממש אויסצורייסן דאס לעצטע פונטעלע קשר למקור מחצבתה. מען זוכט אלץ עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון זיי און די "צרות" וואס מיר שטייען נעבעך נעבעך אויס פון זיי.

וואס גייט דא פאר? עס זעהט אויס ווי מיר שעפן וואסער מיט א לעכעריגע שעפער! מיר פולן אן פון איין זייט און מיר שטופן ארויס פון די צווייטע זייט! אפשר וואלט מען געדארפט קאנצעטרירן די כוחות ענדערש אויף נישט ארויסצושטופן די עקזיסטירנדע ווי איידער אריין צו שלעפן נייע! לאמיר פרובירן צו ראטעווען די התבוללות פראבלעם דורך האלטן די otd'ס ווי נענטער צו אונז. לאמיר זיי האלטן געבונדן למקור מחצבתם דורך עפענען אונזערע טירן און הערצער פאר זיי! פאלט קיינעם נישט ביי, הא? איך דו טענה'סט אז זיי פייניגען און באשמוצען אונז? וואס גייט דיר אן, דו מיינסט דאך לשם שמים, ניין? לאמיר אויפהערן בידים ארויס צו שטופן אונזערע אייגענע ברודער און שוועסטער בני קל חי!

עס איז נישט גערעכט פאר אפאר סיבות.
1} עס איז נישט אז מיר דערוואטערן זיך פון אט"ד, עס איז פארקערט אט"ד האט זיך דערווייטער פון אונז, זיי זענענן אנטלאפן און אונז איבער געלאזט, און זייזיכען צי לויפען און נישט צירוק קימען.
2} עס האט נישט פשט צו מחזק זיין באשטעטידגען און שטיפען די מאוומענט אז מען איז א יוד מיט רעדן יודיש און מען הייסט אנגעבינדען למקור מחצבתם אפילו אויב מען האלט נישט די תורה,
3} קיינער ביי אונז איז נישט מרחק קיין אט"ד, אלעס וואס מען טוט איז נאר אז זיי מען וואטשט אז זיי זאלען נישט קענענן פארדארבען אנדערע, אבער מען איז זיי מקרב איבעראל ווי עס איז נישט קין סכנה פאר יודשקייט, מען פראבירט זיי צוריק ציברענגן און האלטן נאנט כ"ז זיי זענענן גרייט דערצו און קימען, הלוואי זיי זאלען נאר מסכים צי קימען אפטער צווישען אידן אדער אין ביהמ"ד, והדברים ידועים.

מיט איין זאך איז יא דא א פלאץ פאר א תיקון אין די נושא קירוב קרובים, אז מען זאל נישט אזוי רודפ'ן א טייל פון די יוגענט, און מען זאל רעפארמירען די חינוך אז א אפילו א בחור אדער מיידל וואס גייט נישט 100% אין שפאן זאל זיך פילען פינקט אזוי חשוב ווי דער גרעסטער מתמיד און מצוין, אויב וועט מען אין די יוגענט אריינפלאנצן א שטאלץ אין יודישקייט אפילו מען איז נישט 100% איז דא בעסערע אויסזיכטען אויף שפעטער.

הוגה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 9:52 pm

· #154771
איך האב געהאט אביסל צייט איבער צו טראכטן מיין פריערדיגע תגובה וואס איך האב נעכטן געשריבן, און נאך אביסל חשבון הנפש בין איך געקומען צום הכרה אז איך בין נישט געווען אויפריכטיג מיט אלעס וואס איך האב געשריבן. עס איז אן עוולה מצידי וואס איך וויל מתקן זיין. איך רעד איבער די פאלגענדע שטיקל:

הוגה
די זעלבע צייט קומט אבער פאר א פארקערטע מערכה אויסצורייסן די קוצים פון די כרם בית השם, צו dump'ן די גארבידזש און איבערלאזן נאר די מובחר. וויפיל מאל הערן מיר אזעלכע ווילדע סלאגאנען ווי "זאלן זיך די otd'ס אפטראגען קיין טעקסאס און אונז לאזן במנוחה"? מיר האבן שוין אפילו געהערט מענטשן וואונטשען זיי דעם טויט. ווען איינער הייבט נאר אן צו מאדערניזירט ווערן מיט שיינע ברילן, א דעגרי פון קאלעדזש, ווייב דרייוון וכדומה פארטרייבט מען זיי. אויב גליטשט ער אין אמונה פארשוקט מען אים מיט בושות און מ'האקט אפ קשר מיט אים. און אויב מאכט זיך א מערכה דערגייט מען זיי עד דיכדוכה של נפש ממש אויסצורייסן דאס לעצטע פונטעלע קשר למקור מחצבתה. מען זוכט אלץ עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון זיי און די "צרות" וואס מיר שטייען נעבעך נעבעך אויס פון זיי.

וואס גייט דא פאר? עס זעהט אויס ווי מיר שעפן וואסער מיט א לעכעריגע שעפער! מיר פולן אן פון איין זייט און מיר שטופן ארויס פון די צווייטע זייט! אפשר וואלט מען געדארפט קאנצעטרירן די כוחות ענדערש אויף נישט ארויסצושטופן די עקזיסטירנדע ווי איידער אריין צו שלעפן נייע! לאמיר פרובירן צו ראטעווען די התבוללות פראבלעם דורך האלטן די otd'ס ווי נענטער צו אונז. לאמיר זיי האלטן געבונדן למקור מחצבתם דורך עפענען אונזערע טירן און הערצער פאר זיי!

עס קען זיך דאכטן פון מיין שרייבן דא אז מיינע געפילן און פארלאנגן פאר יושר און גוטסקייט קומט נאר פון אן ulterior מאטיוו, פשוט פאר די קיום און המשכה פון כלל ישראל. וויל איך דא מודה ומתוודה זיין, כאטש אפילו איך האלט אז דאס איז גענוג א גוטע חשבון וסיבה, און איז באמת א תביעה כלפי אונז, דאך איז דאס נישט מיין מאטיוו בכלל. די זאך וואס דרייווט מיין קוק און פארשטאנד פון דער נושא איז פראסט און פשוט מענטשליכע רחמנות'דיגע געפילן, מענטש צו מענטש. עס טוט מיר וויי, עס באדערט מיר און איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט שלום מאכן מיט א notion וואס זאגט אז די תורה פארלאנגט אונז צו רודפ'ן otd'ס און זיי מרחק זיין. קענסט מיר אויפווייזן קליפ און קלאר אז מ'מוז דאס טון, איך בין נישט מסוגל מקבל צו זיין.

איך האף אז איר פארשטייט מיר, און אז נישט איז אויך גוט.

.

diff » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 10:03 pm

· #154778
Would like to get your resume from your yeshiva years. What milchemes mitvah you and your family were busy with. Count all busted tires A911 calls ETC ETC. You Can't do it anymore, so why shall others.

פאריז » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:41 am

· #154822
הוגה
עס קען זיך דאכטן פון מיין שרייבן דא אז מיינע געפילן און פארלאנגן פאר יושר און גוטסקייט קומט נאר פון אן ulterior מאטיוו, פשוט פאר די קיום און המשכה פון כלל ישראל. וויל איך דא מודה ומתוודה זיין, כאטש אפילו איך האלט אז דאס איז גענוג א גוטע חשבון וסיבה, און איז באמת א תביעה כלפי אונז, דאך איז דאס נישט מיין מאטיוו בכלל. די זאך וואס דרייווט מיין קוק און פארשטאנד פון דער נושא איז פראסט און פשוט מענטשליכע רחמנות'דיגע געפילן, מענטש צו מענטש. עס טוט מיר וויי, עס באדערט מיר און איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט שלום מאכן מיט א notion וואס זאגט אז די תורה פארלאנגט אונז צו רודפ'ן otd'ס און זיי מרחק זיין. קענסט מיר אויפווייזן קליפ און קלאר אז מ'מוז דאס טון, איך בין נישט מסוגל מקבל צו זיין.

זייער גוט ארויסגעברענגט, און אויב איך מעג צולייגען א פוינט, עס איז דא א מעשה וואס ווערט געברענגט אין די ספרים אויף איינע פון די גרויסע תלמידי בעש״ט אז ער האט געהאט א זין וואס איז געווען סר מן הדרך, און די תלמידים האבן זיך געגרייט אריינצוגיין רעדין מיטען רבין דערוועגן, האבן זיי אינטער געהערט ווי ער בעט זיך ביי השי״ת אז פינקט ווי ער איז סובל זיין זיין זין ביי זיך אין שטוב כאטש זיינע שלעכטע מעשים זאל השי״ת סובל זיין זיינע קינדער, זעט מען פון דעם אז די תורה׳דיגע בליק דארף זיין אז אט״ד דארף מען אויך מקרב זיין.

און באמת איז דאס די פאלאסי ביי רוב רובם היימישע שטיבער, ע״פ רוב צוקריגט מען זיך נישט מיט די אט״ד, חוץ ווען עס קימט אז זיי לויפן אוועק און ווילען נישט צירוקקיקען אדער צירוקקימען, און דערנאך לויפן זיי צי די מידיא מיט טענות אז זיי האבן פארלוירען זייער סעפטי נעט, אבער די אלע וואס האבן שכל צי נאשען פון ביידע וועלטען און קלאפען נישט צי די טיר מיט א פעסטקייט די אלע דרייען זיך געהעריג אין די שטיבער און אין די געגענט.

וועסט באמערקן אז אלע אפענע פייטס און מחלוקות מיט אט״ד איז נאר געקימען פאר איינע פון די צוויי סיבות, 1) דיי פייט פון די צד השני איבער אז די קינדער אז זיי זאלען בלייבען ערליך, 2) די אט״ד שרייבט ביכער און העצט לשם העצען און לשם צי מאכען אפאר דאלער,

בנוגע די צוויי סיבות, לאמיר אנהייבען מיט א הקדמה, איך האב מיר דא איינגעשריבען נאך די טאמבער פרשה פאר די איינציגסטע סיבה האבענדיג א רייץ אויסצישמיעסן און פארשטיין און מסביר זיין די ערשטע נושא דא האב איך עטליכע מאל פראבירט ביים אנהייב פון מיין שרייבען עס אויסצישמיעסן און פארשטיין, און חוץ נעם קאליניג און שיקען זיכען ערגעץ אנדערש אינעם שטיבעל א הסבר דערויף - כ׳האב געזיכט און נישט געטראפן - בין איך און ערגעץ נישט אנגעקימען, איין ניק @אנאנים האט אנגעהויבן שמיעסן דערוועגן פראבענדיג אראפצולייגען א מהלך אבער ער האט געסטאפט אינדערמיט זעענדיג אז עס איז נישט דא קיין מהלך,

באמת ווען עס קימט צי די נושא פון ווער עס זאל באקימען די קינדער איז נישט דא קיין נערמאלע מהלך אן קיין מחלוקות, דער וואס איז געבליבען יוד וועט אייביג וועלן אז זיי זאלן בלייבען יודען, און דער אט״ד וועט אפשר וועלן אז זיי זאלען קענענן יודיש און אז די בת מצווה זאל עולה זיין לתורה, עס איז לענ״ד כמעט נישט מעגליך צוזאם ציברענגן די צוויי זייטען, דאס הייסט אדער אז דער אט״ד זאל מסכים זיין אז די קינדער זאלען באקימען א געהעריגע יודישע חינוך אדער אז דער וואס איז געבליבען יוד זאל מסכים זיין אז זיינע קינדער זאלען אויך ווערן אט״ד, און דאס מאכט אלע מחלוקות, דאס ברענגט די שמיץ אין די צייטונגען, די העצע, די ביטערנישט, מיט אלעס ארום, און די מחלוקה איז א בארכטיגטע מחלוקה מצד די עלטערן וואס ווילען נישט אז זיינע קינדער זאלן נאכגיין און ווערן אפגעפארען.

די צוויי סיבות און נאר די צוויי סיבות דערווייטערעט עלטערן פון קינדער און שפייט זיי אויס פטן די קאמניוטי, זאלען זיי נישט זיכען זיך צי דערווייטערן, זאלן נישט זיכען צי מאכען דעלט אויף העצע און זיך ווייטער דערווייטערן, זאלן זיי נישט זיכען צי מצער זיין זייער געוועזענע מאן/ווייב וואס איז געבליבען ערליך און האבן שכל און דארט לאזען די קינדער וואלט אלעס בעסער געווען טראץ מיט די פראבלעם פון אט״ד.

יא, איר זענט 100% פערצענט גערעכט אז מיר דארפן האבן א הארץ.. אבער די אמת איז אז דער אט״ד דארף אויך האבן א הארץ.. און אויב דער אט״ד האט א הארץ דעמלאטס איז נישט קיין מחלוקות ווייל רוב רובם זיכט באמת נישט אפצוהאקען מיט די קינדער טראץ די פעלערן.

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 2:04 am

· #154842
פרויען שטודירן באספקלריית הגאון רבי עבדיה יוסף זצ"ל
הרב עובדיה שלי/ שגית דרעי

חברות, אני רוצה לספר לכן על פגישתי האחת והיחידה עם מרן הגר"ע יוסף.

כשהייתי בת 19 משפחתי עברה משבר קשה מאוד מאוד שבעקבותיו אימי דרשה שנעבור דירה.

אלא שבמשפחה שלי "לעבור דירה" היה אירוע לא פשוט בכלל - מיום שהורי נישאו, הם התגוררו יחד סבא וסבתא מצד אבי, והוריי היו "בנים ממשיכים" במשק.

בנוסף, במשפחתנו המרוקאית השורשית, יש לאבי, כבן בכור וכבבת עינו של סבי, את הזכות והחובה להיות צמוד להוריו ולטפל בהם במסירות (כפי שהוא עושה עד היום) ובכלל זה - לגור לידם.

בכל מצב רגיל הכף הייתה מוכרעת באופן מיידי לצידו של סבי שיחיה, אבל במקרה הזה המשבר היה כל כך גדול (דיני נפשות כפשוטו), שעמדתה של אימי קיבלה משקל אמיתי.

וכך, לאחר דיונים ארוכים, הוחלט שבמשבר גדול צריך שופט גדול והדמות שנבחרה, כגדולה מספיק על מנת להכריע, הייתה הרב עובדיה יוסף. נקבעה פגישה ופמליה שלימה נסעה אל הרב עובדיה - סבי שיחיה, אבי, רב חשוב ממשפחת אבוחצירא המעטירה, רב ספרדי חשוב נוסף ו... אני. ולמה אני? כי אימי העדינה והשקטה לא הייתה מסוגלת אפילו לחשוב על כך שהיא תצטרך לעמוד ולייצג את עמדתה, אז היא שלחה אותי.

נכנסה הפמליה כולה לחדרו של הרב עובדיה שישב מאחורי מכתבה כבדה ועליה ערימות של ספרים. סבי האהוב, איש נשוא פנים, פרש את הסיפור וסיכם ש"עכשיו הכל בסדר, חזרנו לשגרה ואין כל סיבה שיעברו דירה". הרבנים נשואי הפנים תמכו בעמדתו וסיכמו - נשארים במקומם. אבי ישב ושתק ולא העיז לדבר. הדוברים יצרו אווירה של "הכל טוב, עסקים כרגיל".

עמדתי שם לבדי. ידעתי שעלי לדבר עכשיו או לשתוק לעולם. אמרתי "אבל הרב, זה לא ככה". סיפרתי על הפחד הנורא. על אימי שהתעלפה, על משפחה של 7 נפשות שישנה בחדר אחד מפחד בלילות, על אחי בן ה -11 שצריך ליווי כשהוא הולך לשירותים כי הוא פוחד ללכת לבד, על החשש לצאת מהבית, על החשש להישאר בבית.

דיברתי ובכיתי, דיברתי ובכיתי.

הרב עובדיה קרא לי אליו אל מעבר למכתבה. הוא משך הדום ואמר לי לשבת לידו, בצד שלו של המכתבה. כל הגברים המזוקנים ונשואי הפנים היו בצד אחד והרב עובדיה ואני היינו בצד השני. הוא הרגיע אותי ואמר "יהיה בסדר, יהיה בסדר. עכשיו תספרי לי הכל". סיפרתי וסיפרתי.

כשסיימתי, הוא הסתובב אליהם ופסק - "עוברים דירה!"

אבא שלי אמר: "אבל הרב, מה יהיה עם אבא שלי? נפשו קשורה בנפשי..." והרב עובדיה אמר: "קודם תדאג למשפחה שלך ואחר כך להורים שלך".

ההכרעה הייתה נחרצת. ואז הרב ממשפחת אבוחצירא קרא ואמר: "הרב! היא לומדת משפטים!" (כלומר אני... ואולי תוכיח אותה על כך כי בנות ישראל כשרות לא לומדות משפטים, ואולי היא לא כל כך תמימה כמו שהיא נראית... ניסיון אדיר להטות את ההחלטה ולהשחיר פנים של ילדה בת 19 בארבע מילים קצרות...)

שתיקה.

אני עדיין ישבתי לצידו. ואז הרב עובדיה הסתובב אלי ואמר: "שיהיה לך בהצלחה. רק תמיד תזכרי של מי החוקים האמיתיים".

יצאנו מחדרו. יצאתי לא כמו שנכנסתי. יצאתי עם תמיכה אדירה לדרך בה בחרתי. יצאתי עם חיזוק לאורח חיי כאישה דתית שרוצה מקצוע וקריירה. שרוצה שיהיה לה קול בעולם של גברים מזוקנים ונשואי פנים. עם תמיכה מגדול הדור שבעצם אמר לגברים המזוקנים - אל תפקפקו בתום ליבה, ביושרה ובכנות כוונותיה, גם אם היא בוחרת בבחירות שאינן מקובלות עליכם, שאינן על דעתכם, ובלבד שבליבך, שבדרכך זו, על כל פיתוליה וקשייה, תהיי נאמנה לאמת, לתורה, לריבונו של עולם.

ומאז אני אוהבת אותו כל-כך. אבי, אבי, רכב ישראל ופרשיו.

diff » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:58 pm

· #155318
הקטן
די ישעה וועט נישט קימען פין די רבנים, נישט ווייל זיי זענען שלעכט אדער wrong נאר פשוט ווייל זיי פארטרעטען old school

Not true, the old rabbanim were much more lenient and understanding

עמוס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:51 am

· #155481
פארוואס טראכט איינער אז אויב מען וועט שטודירן וועלן ווייניגער אראפ פון וועג? די סברא זאגט פונקט פארקערט, מען וועט נאר ווערן מער אפן צו פרעמדע שיטות און קשיות. די מאדערן ארטאדאקס וואס גייען אין סעקולערע קאלעזשעס קומען על פי רוב ארויס נחמץ למחצה לשליש ולרביע. די מערסט סוקסעספול וועג צו האלטן מענטשן אין סיי וועלכע ראמען איז די חדש אסור מן התורא וועג. און אויב מען לייגט נאך צו זיבן היכלות פון גיהנם איז נישטא קיין שום שאנסן אז איינער זאל זיך אמאל ארויסזען דערפון, אויסער די אחד בעיר ושנים ממשפחה וואס האבן די קוראזש צו טראכטן און פילן זעלבסטשטענדיג, און די רעגולער דראפ אוטס וואס טרעפט זיך אין יעדן קולטור און מחנה.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:49 pm

· #155653
עמוס טייערער, איך בין פון די וואס זענען געגאנגען "שטודירן", און, געס וואט, נישט נאר בין איך נישט "נחמץ געווארן למחצה לשליש ולרביע", נאר דאס האט געשטארקט מיין אמונה. נישט אין אמונות טפילות נאר אמונה אענם ברוך שאמר והיה העולם.

די פחד וואס איז דא אין אונזערע מחנות פון "גיין שטודירן" איז געבויעט אן טאפ פון די גאר ארימע חינוך וואס מ'גיבט פאר אונזערע קינדער. און ווען איך זאג ארעם מיין איך נישט ארעם אין סעקולארע עדיוקעישען, איך מיין אין יודישע חינוך. וויפיל 12-13 יעריגע קינדער ווייסען פון "עמוס" דער נביא? וויפיל האבן א ידיעה אין נ"ך אדער אין הלכה פון חיי יום יום? עס איז דא א פחד אין אונזער מחנה צו אויסלערנען בעיסיקס פאר אונזער קינדער, אויס מורא אז זיי וועלן ווערן צו אפען און פארלירן די אמונה. דער אמת איז אבער אז דער וואס גלייבט טאקע באמונה שלימה ווערט זיין אמונה נאר שטערקער ווען ער שטודירט און זעט קלאר אז יעדע קושיא האט א תירוץ.

נאך א טעם פארוואס רבנים וועלןקיינמאל נישיט פראמאטען זיך לערנען אין קאלידזש איז ווייל "נאלידזש איז פאוער"... ואידך פירושא

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:05 pm

· #155658
און פארוואס זאלן מיר נישט איינפירן פרי-נופ אגרימענטס? וועלן זיין ווייניגער עגונות. ווייניגער ר' מנדל עפשטיין'ס. ווייניגיר קארופציע אין בתי דין לעניני אבן העזר.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:07 am

· #155742
וואס מיינט דאס פרי נופ?

יואליש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:01 am

· #155746
היימישער ליטוואק
און פארוואס זאלן מיר נישט איינפירן פרי-נופ אגרימענטס? וועלן זיין ווייניגער עגונות. ווייניגער ר' מנדל עפשטיין'ס. ווייניגיר קארופציע אין בתי דין לעניני אבן העזר.

וואס האט פרי נאפ מיט צוועלעף שורות? פרי נאפ איז איבער פינאנציעלע ענינים.

זאת התורה לא תהא מוחלפת. אז די תורה גיט די אויסשליסליכע כוח פאר א מאן מיט מידות מגונת צו מעגן זיין א פרוי, ווער זענען די אויפגעקלערטע מתחדשים דאס צו משנה זיין?

diff » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 8:43 am

· #155757
Its the FBI that doesn’t let

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:43 pm

· #155839
שמעקעדיג
וואס מיינט דאס פרי נופ?

דא האט איר אן אקזעמפל.

איך לייג צו נאך צוויי פיילס. איך נעם נישט ריספאנסיבעליטי אויף די הלכה'שע וואלידיטי פון זיי. ביטע טשעקט מיט אייער רב אדער מורה הוראה. (כמדומה אז איינער פון די פיילס קומט פון א קונסערוואטיבע קהילה)
📎 הסכם ממון שיוויוני.pdf 📎 prenup english version 2012.docx 📎 Halachic Prenuptial Arbitration Agreement.pdf

עמוס » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:57 pm

· #155842
יואליש

זאת התורה לא תהא מוחלפת. אז די תורה גיט די אויסשליסליכע כוח פאר א מאן מיט מידות מגונת צו מעגן זיין א פרוי, ווער זענען די אויפגעקלערטע מתחדשים דאס צו משנה זיין?

די זעלבע אויפגעקלערטע מתחדשים וואס האבן מתקן געווען תקנת פרוזבול, עירובי חצרות, און חרם דרבינו גרשום.

עמוס » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:01 pm

· #155844
אויסדריקלעך
עמוס טייערער, איך בין פון די וואס זענען געגאנגען "שטודירן", און, געס וואט, נישט נאר בין איך נישט "נחמץ געווארן למחצה לשליש ולרביע", נאר דאס האט געשטארקט מיין אמונה. נישט אין אמונות טפילות נאר אמונה אענם ברוך שאמר והיה העולם.

די פחד וואס איז דא אין אונזערע מחנות פון "גיין שטודירן" איז געבויעט אן טאפ פון די גאר ארימע חינוך וואס מ'גיבט פאר אונזערע קינדער. און ווען איך זאג ארעם מיין איך נישט ארעם אין סעקולארע עדיוקעישען, איך מיין אין יודישע חינוך. וויפיל 12-13 יעריגע קינדער ווייסען פון "עמוס" דער נביא? וויפיל האבן א ידיעה אין נ"ך אדער אין הלכה פון חיי יום יום? עס איז דא א פחד אין אונזער מחנה צו אויסלערנען בעיסיקס פאר אונזער קינדער, אויס מורא אז זיי וועלן ווערן צו אפען און פארלירן די אמונה. דער אמת איז אבער אז דער וואס גלייבט טאקע באמונה שלימה ווערט זיין אמונה נאר שטערקער ווען ער שטודירט און זעט קלאר אז יעדע קושיא האט א תירוץ.

נאך א טעם פארוואס רבנים וועלןקיינמאל נישיט פראמאטען זיך לערנען אין קאלידזש איז ווייל "נאלידזש איז פאוער"... ואידך פירושא

וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, אבער זעט אויס אז נישט אלע מענטשן זענען אזוי שטארק ווי אייך. והא ראיה, גיב א קוק ביי די מאדערנע וועלט, דארט איז גארנישט אזוי פויגלדיג ביי די וואס שטודירן, אודאי מיינט דאס נישט אז אלע גייען אראפ פון וועג, אבער א חלק הניכר יא.
אזוי אויך איז א חילוק וואס מען שטודירט, אויב מען לערנט זיך למשל אקאונטינג וכדו', דארף דאס נישט צופיל שאטן (און דאס קען מען אויך יעצט טון) אבער אויב מען רעדט פון גיין געהעריג אין אוניווערזיטעט און לערנען פילאזאפיע, היסטאריע, ביאלאגיע וכדו', איז דא שטארקע שאנסן אז דאס וועט בלויז ברענגען מער יוצאים בשאלה.
בלאט: 1 2