עמוסאויסדריקלעךעמוס טייערער, איך בין פון די וואס זענען געגאנגען "שטודירן", און, געס וואט, נישט נאר בין איך נישט "נחמץ געווארן למחצה לשליש ולרביע", נאר דאס האט געשטארקט מיין אמונה. נישט אין אמונות טפילות נאר אמונה אענם ברוך שאמר והיה העולם.
די פחד וואס איז דא אין אונזערע מחנות פון "גיין שטודירן" איז געבויעט אן טאפ פון די גאר ארימע חינוך וואס מ'גיבט פאר אונזערע קינדער. און ווען איך זאג ארעם מיין איך נישט ארעם אין סעקולארע עדיוקעישען, איך מיין אין יודישע חינוך. וויפיל 12-13 יעריגע קינדער ווייסען פון "עמוס" דער נביא? וויפיל האבן א ידיעה אין נ"ך אדער אין הלכה פון חיי יום יום? עס איז דא א פחד אין אונזער מחנה צו אויסלערנען בעיסיקס פאר אונזער קינדער, אויס מורא אז זיי וועלן ווערן צו אפען און פארלירן די אמונה. דער אמת איז אבער אז דער וואס גלייבט טאקע באמונה שלימה ווערט זיין אמונה נאר שטערקער ווען ער שטודירט און זעט קלאר אז יעדע קושיא האט א תירוץ.
נאך א טעם פארוואס רבנים וועלןקיינמאל נישיט פראמאטען זיך לערנען אין קאלידזש איז ווייל "נאלידזש איז פאוער"... ואידך פירושא
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, אבער זעט אויס אז נישט אלע מענטשן זענען אזוי שטארק ווי אייך. והא ראיה, גיב א קוק ביי די מאדערנע וועלט, דארט איז גארנישט אזוי פויגלדיג ביי די וואס שטודירן, אודאי מיינט דאס נישט אז אלע גייען אראפ פון וועג, אבער א חלק הניכר יא.
אזוי אויך איז א חילוק וואס מען שטודירט, אויב מען לערנט זיך למשל אקאונטינג וכדו', דארף דאס נישט צופיל שאטן (און דאס קען מען אויך יעצט טון) אבער אויב מען רעדט פון גיין געהעריג אין אוניווערזיטעט און לערנען פילאזאפיע, היסטאריע, ביאלאגיע וכדו', איז דא שטארקע שאנסן אז דאס וועט בלויז ברענגען מער יוצאים בשאלה.
זכור מה שאמרת אתמול אשר דברת. דו ווייסט אליינס נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. שטעל דיך נאר פאר דו הערסט אז ביי עפעס אן אנדערעם רעיליגיע, לאמיר זאגן איסלאם, גייט מען נישט אין קאלידזש אויס מורא אז שטודירן כעמיע, פיזיקס, פיליזאפיע אדער ביאלאגיע וועט אריין ברענגן פייגלעך אין קאפ און וועט פירן צו א מאסן אויפשטאנד פון דער יוגנט קעגן זייער גאט און קאראן. וואס וואלסטו דאן געזאגט? "הע, קוק וואספארא פאלשע לעבן די חברה לעבן אין. אויב פאנגט מען נאר אן טראכטן זעט מען גלייך דער אמת".
ידידי אהובי, אט די מענטשן זענען מיר. מיר האבן מורא פון אביסעלע טראכטן. אוי מה היה לנו, די פאלק וואס איז אמאל געוועהן באקאנט אלס עם הספר, איז פארוויינדעלט געווארן אין אן עם הטיפשים.