אברך משיצוריק צום נושא:
מנהגים מעג יעדער האבן לויט ווי זיין זיידע, רבי, מנהיג, צדיק, מייסד, מחולל, נשיא, מדריך, מחנך, און עס איז גארנישט ראנג צו זאגן קאפיטלעך תהלים וואס א צדיק פון א געוויסע דארף, שטאט, שטעטל, כרך, עיר, כפר, קאנטרי, מקום, אתרא, האט געטון, איינגעפירט, מתקן געווען, געהייסן, באפוילן, געבעטן, געוואלט, פארלאנגט, וכהנה וכהנה (איך מיין איר כאפט די געדאנק)...
אגב, רבי מאטעלע טשערנאבלער איז נישט געווען עפעס א מרדכי אין דארף טשערנאביל, גענוי ווי רבי אהרן קאטלער זצ"ל איז נישט עפעס א אהרן פון ניו דזשורסי...
אבער אז מרעדט שוין יא פון סקווירא, הגם איך האב נישט באמת עפעס פערזנליך בעד אדער נגד, אבער כ'ווייס נישט פארוואס די חברה מאכן מיר מער נארוועז ווי אנדערע, לדוגמא, גור, וויזניץ, באבוב, בעלזא, וכו' וכו' עפעס א ספעציעלע 'ליבשאפט' האט זיך סקווירא פארמאגט ביי מיר, ואיני יודע למה
איין זאך פארשטיי איך נישט, די אלע מנהגים פון טשערנאביל היט נאר סקווער?
און שנית, וואס איז שייך מאכן נערוועז. אלץ מנהגים אדער שיטה