סקווער לעומת אנדערע חסידות
111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4868
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו צו פארען קיין אומאן? ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן, און פאר זיי ווי זיי זענען איז בעסער מ'רעדט נישט און מ'פיהרט זיך נישט מיט מחלוקת.
ליטוואק פון בודאפעסטס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן.
ליטוואק פון בודאפעסטס'איז נישט לפי כבוד אבותיו צו פארען קיין אומאן? ס'איז נישט לפי כבוד אבותיו אנצוהאלטען אלטער מחלוקת'ן, און פאר זיי ווי זיי זענען איז בעסער מ'רעדט נישט און מ'פיהרט זיך נישט מיט מחלוקת.
ניין עס איז נישט לכבוד אבותיו ... אפשר וואלט געווען ריכטיג אז אלע סאטמערער אייניקלעך זאלען פארען קיין בעלזא ירושלים אויף ראש השנה ??? ער באלאנגט נישט דארט אין פארטיג ..א סקווירא אייניקעל דארף נישט גיין אויסשטעכען די אויגען פאר טוזנטער סקיוורא חסידים וואס זענען דערגעגען . פאר זיי וועלכע סיבה ...אגב רוב רעבישע קינדער וואס פארען אהין טוהען דאס להכעיס זייערע עלטערען .אין מבזה איינע פין די עשרת הדברות " כבד את אביך ואת אמך " ויצא שכרו בהפסידו ....איך פארשטיי אז די ברעסלעבער מיט זייערע מילתא דשטותא תירוצים וועלן אויפברענגען פילע סברות כרסיות מיט הבלים אז מען מעג יא .אבער צים פינטעל סאיז ווערטלאז זייער מיינונג
וואוו, און דאס איז
@אהבת ישראל.
יא, אז אן אייניקעל פונ'ם ברך משה וויל גייען קיין בעלזא אום ר"ה, זאל דער נידריגע מחלוקת נישט זיין וואס האלט איהם צוריק. דער גלויבונג אז אן אייניקעל מוז אנהאלטען זיין זיידע'ס זינד (פארשטייט זיך, נאר טאמער דער זיידע האט א צונאמען פון עפעס א שטאט אין בעסאראביע צו ווייס איך ווי) איז אזוי קעגען דער שכל, אזש מ'קען עס נאר תולה זיין אויף נגיעות.
און דאס אליינס אז 'טויזענטע סקווערער חסידים' האבען זיך דערקלערט בעלעבאס אויפ'ן קערפער פונ'ם אומשולדיגער אייניקעל פון רעבע איז אליינס א פארברעך. גונב איש ומכרו... אין דמים לבן חורין. ער באלאנגט צו קיינעם, און ער טוט וואס ס'שמעקט איהם. טאמער ס'איז נישט קיין איסור, האט קיינער נישט וואס אריינצוזאגען, און כאדם העושה בתוך שלו איז ער נישט שולדיג אז זיי האבען מחליט געווען אז זיין פאראכץ איז זייער געשעפט.
כיבוד אב ואם פאדערט אויך נישט צו זינדיגען מיט'ן טאטע אדער זיידע, און וואס ער טוט פאר זיין וואוילזיין דארף ער זיי נישט הארכען, כמבואר בשו"עץ
און דאס גופא וואס דו ווייסט פארוואס רוב רעביש'ע אייניקלאך וואס פאהרען קיין אומן איז דאס פאר די סבה. יא יא, מ'דרוקט איהם, מ'טרעט אויף איהם מיט זיין יחוס טאג און נאכט. ער מוז ארויסקריכען דערפון. ווערט ער גאר די שלעכטער פאר'ן טוהן אזא שריט ווי פאהרען קיין אומאן?! ס'קאסט קיינער גארנישט, ער טוט קיינעם ניט וויי, ער זוכט זיך א לייכטער ארט צו קענען לעבען.
איך גיי נישט קיין אומאן, איך זעי נישט קיין שום ערנסטע סבה פארוואס צו גייען. אבער רודפ'ן דער וואס גייט איז סתם שלעכט'ס.
פאריזסקווער לעומת אנדערע חסידות
דו ביזסט גערעכט מיט דעם אז אנדערע חסידות'ר פראווען אויך רשעות אבער סקווער האט גענומען רשעות צו א נייע LEVEL.
ס׳גאנצע מעשה מיטן האבן אן אייגענעם שטעטל אפגעזודערט פון סיוויליזאציע איז פרי יצירתם פון נארישע קליינקעפיגע אידלעך. מאז חרבה עירנו איז נאך נישט געוועהן אזא דערהער אז מ׳מוז וואוינען אפגעזונדערט און דאווענען נאר אין ביסמעדריש פונעם אז״ג רבי. ר׳ יעקב יוסף איז געוועהן א נארישע און שטארק איינגערעדטע מענש מיט א דארפס מענטאליטעט. כ״ק הויואל משה האט עם גוט גוט ארויסגעהאט און געוואוסט סארא אויבערפלעכליכע פארשוין דער איז געוועהן. דער היינטיגע איז גראדע יא עטוואס קלוג אבער ״חכמים הם להרע״. כ׳ווארט אויף א ווידערשטאנד; ס׳גייט קומען ווייל די יונגווארג איז שטארק אנגעגעסן און איז נישט סובל דאס וואס דער עלטערע דור האט בלית ברירה משלים געוועהן דערמיט.
יחיאל יעקבזוןס׳גאנצע מעשה מיטן האבן אן אייגענעם שטעטל אפגעזודערט פון סיוויליזאציע איז פרי יצירתם פון נארישע קליינקעפיגע אידלעך. מאז חרבה עירנו איז נאך נישט געוועהן אזא דערהער אז מ׳מוז וואוינען אפגעזונדערט און דאווענען נאר אין ביסמעדריש פונעם אז״ג רבי. ר׳ יעקב יוסף איז געוועהן א נארישע און שטארק איינגערעדטע מענש מיט א דארפס מענטאליטעט. כ״ק הויואל משה האט עם גוט גוט ארויסגעהאט און געוואוסט סארא אויבערפלעכליכע פארשוין דער איז געוועהן. דער היינטיגע איז גראדע יא עטוואס קלוג אבער ״חכמים הם להרע״. כ׳ווארט אויף א ווידערשטאנד; ס׳גייט קומען ווייל די יונגווארג איז שטארק אנגעגעסן און איז נישט סובל דאס וואס דער עלטערע דור האט בלית ברירה משלים געוועהן דערמיט.
רח"ל עפרא לפומך !!! א בושה אין א חרפה אזוילכע מיסע ווערטער צי שרייבן אויף צדיק וקדוש וואס דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט געשריבן צי אים א קוויטעל אין זיך אינטערגעשריבען אויף די בריווען צי אים אהרן בן רוחמה
אין לייגסט נאך אריין רביה"ק זי"ע אויך אין פעקעל ??? כאילו ער האט אויך פארשטאנען מיט וועמען ער האט דא ציטהון ..שעים אנ יוא
פיינט האבען די היינטיגע סקיוורא הנהגה מיינט נאך נישט אז מען מעג פוער זיין פיו קעגען קדושי עליון מעגסט נעמען א מנין אין אראפ גיין אויף זיין ציון לבקשת מחילה כמבואר בשו"ע הלכות יום הכיפורים שפילסט דיך מיט פייער
האסט אים מבזה געווען אין א פורום וואס טויזנטער יודישע קינדער ליינען אגב איך בין א סאטמערער חסיד
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
קענסט זיך רעגן און שרייען אבער ווי באוויסט פלעגט סאטמער רב איהם כסדר טשעפענען און חוזק מאכן פון איהם
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
[ציטאט אראפגענומען]
א- באוואוסט ביי ווער עס ווייסט
ב-ריכטיג
ג- אהבת ישראל האט זיך אזוי צופייערט און לייגט צו אז ער איז א סאטמער חסיד האב איך נאר מעיר געווען בשם זיין רבי
ד-קען איך נישט ענטפערען ווייל עס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אולי טעיתי
I can't believe I just said that...
געוואהר געווארען אז אויסער רבי חיים קניעבסקי וואס קען גאנץ ש"ס איז אויך דא עטליכע יונגעלייט [בעלי סיני ובעלי עוקר הרים] וואס קענען אויך גאנץ ש"ס. - לכאורה א פאקט וואס מ'טרעפט נישט אין קיין שום אנדערע חסידות.
אלע אנדערע ווען זיי הייבען אן ש"ס מסכת ברכות ב' ע"א, ווערען שוין 'למדים - היות זיי האבען א 'רצון"...
טוה מיר א טובה!
.
📎 סקווירא שידוך תקנות.jpg
!Wow פון יעדן שורה קען מען מאכן א ספר
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
You can't make this stuff up
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ר' הלל וויינבערגער וואלט געהאט דארט וואס צו זאגן א גאנץ ווינטער
פאריזסקווער לעומת אנדערע חסידות
דער קעפל זאגט אלעס, סקווער (איז נישט נאר) לעומת אנדערע חסידות נאר לעומת אידישקייט
ווען מ'וואלט נאר זוכה געווען צו... זעהן די ריזיגע שיירא פון 34 באסעס...
(דריקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)אשרנו מה טוב חלקנו אז מיר האבן זוכה געווען צו דער מעמד הרקידה במשך 10 מינוט בהאטס גע'פועל'ט אלס גוטס...
אה.... אה...... אזוי פיל אידן געבן לחיים פארן רבי'ן
און נאך זוכה געווען צו ווארטן אויפן רבי'ן ביי די ציון פון רמבענ"ס
מי ידמה ומי ישווה
און נאך עפעס, מען האט זוכה געווען צו מקדש זיין דעם שם הק' סקווירא........
וואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?
ווער זאגט אז זיי רעדן בכלל פון תהילים?
וואס די טשערנאבלער אוהל איז ווייס איך אויך נישט, וויפיל איך ווייס איז בכלל נישט דא אזא זאך דארט (כ'בין שוין אסאך מאל דארט געווען).
בן אדם
וואס די טשערנאבלער אוהל איז ווייס איך אויך נישט, וויפיל איך ווייס איז בכלל נישט דא אזא זאך דארט (כ'בין שוין אסאך מאל דארט געווען).
לכאורה מיינט דאס די ראכמסטריווקע אוהל
ליטוואק פון בודאפעסטוואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?
איך מיין אז די קאפיטלעך האט מען זיך געפירט צו זאגן אין טשערנאביל.
איך האף דו כאפסט דער פראבלעם?
מיט?
מיין מיינונג אויף סקווירא
וואס א חילוק אלע שטותים
איך האב זייער ליב סקווירא חסידות און אידישקייט איז עס אסאך בעסער ווי רוב חסידות
איך בין נישט קיין סקווירא חסיד אבער א סקווירא תלמוד
איך האב גערעדט מיט אסאך פון מיינע חברים נישט סקווירא'ס אלע זאגן אז זיי האבן זייער ליב סקווירא
אבער, אדער אדער?
בת קולליטוואק פון בודאפעסטוואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?
איך מיין אז די קאפיטלעך האט מען זיך געפירט צו זאגן אין טשערנאביל.
וואס הייסט "מען האט זיך געפירט צו זאגן אין טשארנאביל"?
אין א שטעטעלע אין רוסלאנד מיטן נאמען טשארנאביל האט געוואוינט א איד מיטן ערשטן נאמען רבי מרדכי, דער רבי מרדכי האט געזאגט די עטליכע קפיטלך ווען ער פלעגט שטיין אויף דער רוא ארט פון א געשטארבענעם גוטע-איד. נו, ווייל איין רבי מרדכי האט פאר זיך אפגעמאכט צו זאגען די קפיטלעך מיינט דאס אז דער גאנצע שטעטל האט דאס געזאגט. אין יענעם שטעטעלע האט אויך געוואוינט א רבי משה יעקב וואס ער האט נישט געזאגט יענע קפיטלעך נאר גאר אנדערע, דאס מיינט אז 'אין' טשארנאביל האט מען נישט געזאגט.
נאר וואס דען דער אויבערדערמאנטער רבי מרדכי האט געהאט א פארפלייצונג פון קינדער אין איינקלעך וועלעכע האבן געמיינט, אדער זיך עכ"פ געוואלט אזוי איינרעדן, אז א שוכן עפר הערט נאר די אפגעגעבענע קפיטלעך אין עפעס אנערש הערען זיי נישט. די געוועזענע אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן אוועק געשענגט זייערע מוחות צום היינטיגן קולט פירער זאגן אויך דוקא די קפיטלעך וואס זייער פירער הייסט זיי זאגן, ניטל הבחירה ניטל האמונה.
און אזויווי דו האסט יעצט אוועק געמאכט א מנהג, קענסטו אויפהערן עסן המן טאשן, אויפהענגען נוי סוכה, און שפילן דריידל חנוכה.
סתם ווייל א אונגערישע באבע האט אזוי געטוהן, דארפסטו אויך?
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
ביז מ'שניידט נישט אין קליינע שטיקלעך, גייט עס נישט אריין.
ר' מרדכי וואס האט געוואוינט אין טשערנאבעל האט געטוהן די בעסטע פאר זיך, לויט זיין פארשטאנד. א מנהג איז ווען א שטאט איז עפעס נוהג צוליעב א פסק הלכה צו אן אנדערע סבה.
טאמער דער אונגארישער אפשטאמיגע איז מחליט אוועק צו געבען זיין מנהגים און אננעמען א צווייטענ'ס, האט עס גארנישט מיט וועלכע קאפיטלעך תהלים רעדען צו זיין הארץ.
און טאמער דאס פאלגען א 'צדיק' מיינט אז ער האט שוין נישט קיין הארץ, קיין מח, ברענג דא נישט אריין מנהגי הראשונים אשר מקורם מתלמידי חכמים יודעי דעת ודת כאילו ס'האט א שייכות מיט איינעמ'ס פערזענליכע געפיהל.
אגב, טאמער דו טרעפסט מנשה ערגעץ, שיק איהם א גרוס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אנטשולדיגט, אבער איך וויל נישט אריבערגיין די געלע ליניע...
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
כפול בטעות
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
דער ליניע שטייט צווישען דיר און מנשה, צו צווישען דיר און דיין הארץ געפיהלען וואס לעכצען נאך אן אנדערע קאפיטעל ווי דעם וואס דער ויבחר בדוד עבדו האט געוויילט מאחר עלות
וויאזוי קענסטו מחליט זיין וואס איך וויל?
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
איך בין נישט מחליט, ווי אויך נישט ר' מרדכי פון דער דארף טשערנאבעל
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
און דו האסט נישט קיין שום מסורה?
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
איך האב נישט קיין מסורה וויאזוי איך דארף פיהלען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ווער רעדט דא פון געפילן?
אויב עס איז דא א מסורה אין סקווירא צו זאגן די קאפיטלעך, גלייב איך אז עס איז דא עפעס צו דעם, און איך וויל עס זאגן.
ווען עס געפעלט מיר צו זאגן אנדערע, זאג איך אנדערע.
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא.
און ווי לאנג נעמט דיר צו ענטפערן די יא/ניין שאלה, וואס איך האב דיר געשיקט?
יא. דער הייליגער צדיק רבי מרדכי פון דער דארף טשערנאביל האט 'איינגעפירט' צו זאגן דוקא די קאפיטלעך! עטס קענטס מוחה זיין דא אין קאווע שטיבל ביז איבער מארגן it's too late...
אלעס האט געלוינט צו אויפוועקן
@מבקר פון זיין טיפן חלום.
אין אישי האט
@בת קול געוואלט וויסען צו איך קען סקווער פון דער נאנט
איך האב כמעט נישט געהערט פון סקווער צו זאגען אלס אינגל, און ווען איך בין אנגעקומען קיין אמעריקא, האב איך אביסל געהערט, אבער קיין עכטע מיינונג נישט געהאט, נישט זייענדיג צו באהאווענט אין די מענטשען און דער גלויבונג דארט. ס'איז געווען איין בחור אין ישיבה א שטיקל א מקורב אין סקווער און גאנץ א גרויסע שוואנץ, אבער איך האב נישט געמיינט אז סקווער איז שולדיג, נאר דער בחור איז אזוי.
ווען איך בין אנגעקומען קיין לעיקוואוד, האב איך געוואוינט הארט לעבען דער סקווערער שטיבעל, און איך האב אסאך געדאווענט דארט. מ'האט דארט פארשפרייט דער חצר הקודש זייערע מיט הנעשה והנשמע אינ'ם העיליגען הויף. זייענדיג אין לעיקוואוד, האבען רוב מתפללים קיין סאך אידיש נישט געליינט און איך האב אייביג דארט אריינגעקוקט און געזען וואס דער רבי זאגט אלס.
וואס זאל איך ענק זאגען? דער מאס קטנות הדעת ווייסט דאך יעדער איינער. אבער איך האב אנדערע זאכן אויך באמערקט, ובפרט ווען איך האב געליינט דער בקדושה של מעלה אויף זייער רבי. יעדער זאך וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט אלס איידעל און אומ-איידעל, אויסגעהאלטען און אומ-אויסגעהאלטען, האבען זיי פארדרייט אויפ'ן קאפ. בפרט אין איין הינזיכט; דער חילוק צווישן עיקר און טפל. מיין טאטע האט אריינגעבאכעט אין אונז אז מ'דארף וויסען דער חילוק, נישט מוותר זיין אויף א דאורייתא פאר א הנהגה'לע, נישט ארויסגייען פון די גדרי ההלכה. ווען זיי באשרייבען זייער רבי ז''ל, באשרייבען זיי א תמימות'דיגע בעל עגלה, איינער מיט א קליינער השגה אין אידישקייט, א קליינע השגה אין דער מענטשהייט און א שוואכער מסורה פון א יתום. פארשטייט זיך, ווען מ'האט נישט קיין עמטליכע מסורה צו רבי, דארף מען זיך פאבריצירן א מסורה און א שושלת, און אזוי בויט מען זיך אויף הנהגה'לעך און רעצעפטען, מעשה'לעך און קפעידעס. דאס איז אלץ וואס מ'זעט אין די כתבים פון סקווער זעלבסט, נישט פון מתנגדים.
ס'איז מעגליך אז דער ר' יעקב יוסף איז געווען א צדיק און א וואוילער איד, און אלס וואס זיי שרייבען אויף איהם איז פאלש, אבער דער סקווערער 'התקשרות צדיקים' וואס זיי האבען מיט איהם איז באמת א מתעסק ווייל זיי זענען מתקשר צו די פאלשקייט און זענען מתעסק אויף די צדיק שבו. (ווען איינער טוט מצוות נישט גלויבענדיג אין א באשעפער איז ער די זעלבע מתעסק אויף די מצוה שבו). און דער פעלער פון דעם איז קלאר. דער שטרעבונג איינצוראטען א צדיק, ווען זיין צדקות איז גאר דער חלק וואס דו זעסט נישט, מיינט אז מ'שטרעבט צו גייען וואס נידריגער!
אונז וואס האבען א מסורה פונ'ם הייליגען שטאט גירונדי, און דער רבי ר' יונה, ווייסען אז דער חילוק צווישען א דאורייתא און א דרבנן, א מנהג און א הנהגה'לע, זענען גאר וויכטיג. דער מנהג פון קלאפען הושענות איז נישט דומה צו דער פיהראכץ פון עסען קרעפלעך, דער מנהג פון מהדר זיין אויף מהדרין מן המהדרין אויף נרות חנוכה איז נישט דומה צו דער מנהג פון פסקנ'ן ווי דער רמ"א און נישט דער מחבר לגבי הלכות בשר שנתעלם מן העין. און דער מצוה פון שמעקען בשמים מוצ"ש איז נישט מער ווי די גדרי הלכה מאנען, און אז מ'האט עס נישט דארף מען נישט גייען זוכען, וכמו"ש בשו"ע. דער גרעסטע חלק פון זיין ספר איז געבויט אויף דעם אז מ'דארף וויסען דער חילוק.
די לימודים פעלען זייער שטארק אינ'ם סקווערער חינוך, און דעריבער קענען זיי אנקוקען זייער הנהגה'לעך און פיהראכצען כאילו זיי האבען מיט'ן ווארט 'מסורה' וואס דער משנה רופט אן א סייג לתורה.
דאס איז אלעס די דרך החתם סופר וואס א טייל חסידים האבן אדאפטירט.
איהר קענט עס אויפווייזען אין דברי החת"ס? ביי מיר אין תשובות איז ער אלס, כולל זיין מלחמה אויף רעפארם, מסביר פון הלכה.
נישט ממש פון זיין תשובות, נאר פון זיין השקפה. (וידועים דברי המהר"ם שי"ק בסוף תשובתו בענין המנהגים).
אינטרעסאנט, דער חתם סופר האט אונז געלאזט א מושב פון תלמידים מיט אייניקלעך, וואס יעדער האלט זיך זיין פארטרעטער, און זיי רעדען נישט אזא שפראך. דער חת"ס האט גאר מהדר געווען אויף מאשין מצות, אז דער חומרא פון חמץ איז געווען וויכטיגער ווי א טראדיציע פון האנט מצות
צוריק צום נושא:
מנהגים מעג יעדער האבן לויט ווי זיין זיידע, רבי, מנהיג, צדיק, מייסד, מחולל, נשיא, מדריך, מחנך, און עס איז גארנישט ראנג צו זאגן קאפיטלעך תהלים וואס א צדיק פון א געוויסע דארף, שטאט, שטעטל, כרך, עיר, כפר, קאנטרי, מקום, אתרא, האט געטון, איינגעפירט, מתקן געווען, געהייסן, באפוילן, געבעטן, געוואלט, פארלאנגט, וכהנה וכהנה (איך מיין איר כאפט די געדאנק)...
אגב, רבי מאטעלע טשערנאבלער איז נישט געווען עפעס א מרדכי אין דארף טשערנאביל, גענוי ווי רבי אהרן קאטלער זצ"ל איז נישט עפעס א אהרן פון ניו דזשורסי...
אבער אז מרעדט שוין יא פון סקווירא, הגם איך האב נישט באמת עפעס פערזנליך בעד אדער נגד, אבער כ'ווייס נישט פארוואס די חברה מאכן מיר מער נארוועז ווי אנדערע, לדוגמא, גור, וויזניץ, באבוב, בעלזא, וכו' וכו' עפעס א ספעציעלע 'ליבשאפט' האט זיך סקווירא פארמאגט ביי מיר, ואיני יודע למה
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
יא, גערעכט. אבער מאכען פון א 'מעג' א 'מוז' איז נישט אויסגעהאלטען.
און וואס מיר האבען געשריבען אויף ר' מרדכי פון טשערנאבעל האט געמיינט לגבי זיין געפיהל. ווען ר' אהרן פון סענטרעל דזשערסי האט ליעב א געוויסע ליד/מאכל/בענקעל וכדו', איז ער סתם ר' אהרן פון דזשערסי. ווען ער פסקנ'ט איז עס א פסק פון א תלמיד לכם. וכן לענין דידן
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
והוא עמוק.
ווי ספאסט פאר א איד פון ליטווישן חדר!
ליטוואק פון בודאפעסטאינטרעסאנט, דער חתם סופר האט אונז געלאזט א מושב פון תלמידים מיט אייניקלעך, וואס יעדער האלט זיך זיין פארטרעטער, און זיי רעדען נישט אזא שפראך. דער חת"ס האט גאר מהדר געווען אויף מאשין מצות, אז דער חומרא פון חמץ איז געווען וויכטיגער ווי א טראדיציע פון האנט מצות
סתם אמאראצעס, ביים חתם סופר'ס צייטן איז נאכנישט געווען בכלל קיין מאשין מצות