נעם אראפ די בילדער איך הייב אן טראכטען שלעכטע זאכן 😂
ענדליך! א צענזורירטע חומש פאר עהרליכע אידן! (נישט קיין וויץ)
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6707
זאגט די הייליגע משנה אין מסכת מגילה:
מעשה עגל הראשון, נקרא ומתרגם.
והשני, נקרא ולא מתרגם.
ברכת כהנים, מעשה דוד ואמנון , לא נקראין ולא מתרגמין.
אין מפטירין במרכבה.
ורבי יהודה מתיר.
רבי אליעזר אומר, אין מפטירין בהודע את ירושלים.

זייער א גוטע זאך. די גוים פארשטייען שוין לאנג אז אזעלכע זאכן לערנט מען נישט מיט קינדער, פארדעם האט מען מתקן געווען די פערענטל סעיפטי רעיטינגס אויף מאוויס און געימס, סאיז פשוט אז די תורה וואלט באקומען אן R רעיטינג, און קודאס פאר זיי אז זיי האבן געהאט די גאס עס צו צענזערירן פאר קינדער.
עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן לא נקרא ולא מתרגם און אינגאנצן ארויסשניידן פון חומש בבל יראה ובל ימצא.
אגב, איך זע דא אן אפענע באשטעטיגונג צום תורת התעודות 😂.
אין טויזענט יאר פון היינט וועלן בייבעל פארשער אויפקומען מיט א טעאריע אז די אלע נישט-אים-שבת-גערעדט לעגענדעס אין די בייבל איז שפעטער צוגעלייגט געווארן דורכאוס די ירידות הדורות, באזירט אויף ארכילאגישע געפינסן פון בייבל עקזעמפלארן פון אוטענטישע מסורה'דיגע געמיינדעס ווי די אלע דברי חשק איז בכלל נישט געווען צום געפינען. ושלטו בו ידי זרים.
ערענסט גערעדט, דאכט זיך די טריק מיט די פעלענדע ווערטער פעלט זיך אויס אלס א לופהאל צו הלכה. מ'טאר נישט דריקן א פעלערהאפטיגע ווערסיע פון די תורה. מיט צענוזור האבן זיי גאנץ ווייניג א פראבלעם.
ווארטן מיר יעצט אז איימיצער זאל האבן די קוראזש צו ערפינדן א לופהאל ווי תינוקת מיזן נישט גיין אין מרחץ ערום מיט ערוואקסענע, און מיר זענען אויפן וועג צו ווערן גאנץ לאטיש און ווייניגער פאראדאקסיש אין זהירות בצניעות פאר די אינגע אומאנטוויקעלטע צאן קדשים.

דאס ווייזט קלאר וויאזוי אכשר דרא'דיגע גארביזש האט א דירעקטע נעגאטיווע תוצאה. ה"י.
אז די רבי איז אבער גאט, קען ער מאכן לוחות שניות.

מ'זעהט בחוש אז די וואס האבן עובר געווען אויף די תקנות וועד ארבע ארצות וקאנאדא נישט צו לערנען תורה מיט נקיבות, כשהן יורדין יורדין, און צענזורען די תורה ווי כאילו געוויסע פרשיות זענען חלילה נישט געאייניגט צו לערנען מיט קינדער, כאילו די פרשיות זענען כפשוטן רח"ל, די ספרים הקדושים זענען פיל מיט סודות און רמזים אויף די פרשיות (עיין זוה"ק דף כ', אגרא דכלא, וחידושי תורה תשט"ז).
הגה"צ ר' נתן יוסף זצ"ל פארציילט בשם הגה"ק ר' עזריאל, אז ס'איז אמאל געקומען צום רבין זי"ע דער מנהל פון א בית יעקב, און געפרעגט צו מ'מעג ארויסנעמען פונעם חומש פרשת אדם וחוה לפני החטא, און דער רבי האט זיך שטארק געבייזערט.
העתק פון "דער איד" פרייטאג פרשת בלק
עס הייבט זיך אן מיט לערנען תורה מיט מיידלעך, נאכדעם הייבט מען אן לערנען תורה כפשוטו, און צום סוף זאגט מען נאך אז געוויסע פרשיות אין די תורה זענען נישט געאייגנט פאר קינדער.
און די נייע העמישע סקווירא חומש האט מען געטוישט פון ״דברי תורה כלשון בני אדם״ צו א נייע נוסח
״דברעי העימשע חומש כלשון בעהעימעס״
איי וואס איז מיט זאת התורה לא תהא מוחלפת ? איי געיס אין jew town איז דא אנדערע הלכות
זיי ווערן מיר שוין פרימער ווי גאט אליינס ! אוי רבש״ע וואס וועט דא זיין ??

וואס איז נעגעטיוו? מ'לערענט עס ממילא נישט, איז וואס פעלט אויס די נייגער. רוב קינדער באקומען זייער אינפארמאציע איבער כלה למה נכנסה לחופה פון חומש, רש"י, חז"ל און ספרי שו"ת. איז נישט צייט אז א ספרים שראנק אן א פילטער נעבן קינדער זאל זיין חזיר טריף?
יואלישוואס איז נעגעטיוו? מ'לערענט עס ממילא נישט, איז וואס פעלט אויס די נייגער. רוב קינדער באקומען זייער אינפארמאציע איבער כלה למה נכנסה לחופה פון חומש, רש"י, חז"ל און ספרי שו"ת. איז נישט צייט אז א ספרים שראנק אן א פילטער נעבן קינדער זאל זיין חזיר טריף?
איך בין זיכער אז אנדערע בתי חינוך לאזן אויך אויס געוויסע פרשיות פון די סטענצעל וואס מ'פארטיילט פאר די תלמידות, אבער דאס צו דרוקען אין א געהעריגע חומש פארמאט, איז א מוח-דחוק'דיגע איידיע.
אלעס שיינע תירוצים זיסע טעאריעס
אבער סוף פסוק איז דאס נישט די תורה וואס משה רבינו האט אינז איבער געגעבען פון גאט אויף בארג סיני
עס איז א דעמאקראטישע וועלט יעדער האט רעכט צי גלויבען וועלען גלויבען ער וויל גלייבען און וועלכע רעליגיע ער וויל האלטען
סקווירא איז א נייע גלויבנג א רעליגיע וואס ענדעלט שטארק צי אידישקייט און איבסעל צי די איסלאמישע רעליגיע אויך האט עס גרויסע סימנים פון די קאמיניסטישע אידעלאגיע
עס איז א סארט גלויבען וואס גייט אין א דרך וואס די וועלט האט שוין געזען, א גלויבען וואס טיילט זיך אפ פון אידישקייט און נעמט מיט מיט זיך א געוויסע חלק פון די אידישע תורה וואס זיי שמעקט יא, אבער די חלקים וואס זיי האלטען אז עס איז נישט רעלעוואנט פאר זיי דאס מעקט מען אויס
אגב פאר ווער עס ווייסט נישט, די קריסטען האבען דאס געטין די צדוקים בייתוסים ועוד
זיי שרייען טאקע אז זיי זענען די ריכטיגע אידען (אזוי ווי די קריסטען שרייען) אבער ווי קען מען זיך ריפען אידען אויב מען האלט נישט די גאנצע תורה?
א ספר תורה וואס פעלט נאר איין אות איז די תורה שוין פסול! מיט די תורה קען מען נישט ארימשפילען און נישט אראפ ציפען חלקים! די תורה איז א שלימות וואס מען קען נישט עס אויסשטעלען לויט די אייגענע נגיעות
אלע דורות (כולל דער העיליגער טשנאבעלער מגיד) האבען געלערנט די תורה הקדושה אן קיין ציפערייען (צענזארען) פאר זיי איז די תורה געווען גיט אזוי ווי עס איז געגעבען געווארען דארעך משה רבינו, אבער פאר דער העיליגער סקווערער איז עס נישט גיט! 😈 😈
ער איז נישט דער איינציגסטער
עס איז היינט א וועלט וואס אסאך רעליגיעס וואס שטאמען פון אידען וואס "היטען נישט געוויסע חלקים פון די תורה" אבער זיי ריפען זיך אידען און גאר די ריכטיגע אידען
עס זעט אויס פינקט ווי עס האט אויסגעזען בזמן ווען די קריסטען האבען זיך געשטארקט אין די חורבען איז געווען גרויס ווייל זיי האבען געשריגען אז זיי זענען די ריכטיגע אידען און האבען זיך געקליידעט מיט אידישע קליידער און דאס האט געמאכט א גרויסע בילבול המוחות ביי אידען
און דערפאר האבען די חכמים געטין געוויסע שטיקלעך און טריקס וואס האט אפגעטיילט די נוצרים אינגאנצען פון כלל ישראל, אויף דעם זענען מיר מתפלל "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה והסר ממנו יגון ואנחה"

אגב טויש די נאמען פון די אשכול
ענדליך! א צענזורירטע חומש פאר "נייע אידן"! (נישט קיין וויץ)
ס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."
איך זע דאס יא אלס א "סטעפ אין דע רייט דירעקשאן" מיט די צייט גייען זיי אפלערנען מעטאפאריש די פסוקים וואס זאגן א 6 טאגיגע וועלט באשאף, אויפן סמך פון איבערוויגענדע סייענטיפישע באווייזן. אלע פסוקים וואס שלאגן פאר א "זון אונטערגאנג" וועלן פארטייטשט ווערן לויטן מאדערנעם קאנטעקסט. און דער הייליגער רמב"ם וועט זיך מיטפרייען אויפן וועג צו א העכערן היכל.
איך פיהל ווי מ'מאכט נאך קאליע אידישקייט דורכדעם. פאר קינדער צו לערנען די דאזיגע געשיכטעס אין די תורה לערנט זיי אז אמאל זענען ווירקליך די דורות שטארקער געווען. בבחינת כל הגדול מח'.
דערווייל האב איך נאך נישט געזען קיין "צענזור". סך הכל אין די בילדער זעט מען אויסגעלאזטע מינדערוויכטיגע(?) ווערטער כדי להכשיר לימוד החומש לילדות (נקיבות בלשון הדער איד). טעכניש איז עס צענזור, אבער נישט דאס מיינט מען ווען מען רעדט פון צענזור.
און אגב, די מעטאד פון אויסשניידן א ווארט פון יעדן פסוק גייט שוין צוריק יארן צו די צייט ווען מען האט אריגינעל מתיר געווען לימוד החומש לילדות, אין פאריגן דור. די איינציגסטע חידוש דא איז אז זיי זענען גענוג מחשיב די "נקיבות" צו אפיציעל דרוקן א חומש פאר זיי, אנשטאט נוצן קאפיס פון פרינט-אוטס.

יידל, דו האסט געליינט דעם ארטיקל? מ'רעדט נישט דא פון די אויסגעלאזטע ווערטער, נאר די אויסגעלאזטע פרשיות, בראשית, נח, לוט מיט די טעכטער אין מערה, ער ועונן, יהודה ותמר, אשת פוטיפר. נישט ווערטער, נאר גאנצע פסוקים אויסגעלאזט.
אנאנים: ייש"כ פאר ברענגען די דערפרישענדע נייעס: קוקנדיג אויפ'ן בילד פונ'ם צענזורירטן חומש וואס די העיליגע מוסדות סקווירא האבן ארויסגעגעבן זעהט מען די פאלגענדע ווערטער פיגורירן פראמינענט אופ'ן קאווער. "בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א". מ'קען נאך מיינען אז דער העיליגער רעבע שליט"ע האט געגעבן די תורה.
דער אידישער שרייבער חיים גראדע ברענגט אזא מעשה'לע אין איינס פון זיינע ביכער. אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א צודרייט איד'ל, א טישלער, וועלכער האט זיך, אין די מיטעלע יארן פון זיין לעבן איינגערעדט אז ער גייט ווערן א סקולפטאר. א שניצער. ער האט נאכגעלאזט זיין נארמאלע ארבעט פון וועלכע ער האט געברענגט פרנסה פאר זיין משפחה און גענומען אהערשטעלן "ארט". איינס פון די ערשטע זאכן וואס ער האט געמאכט איז געוועין א "לוחות" טאוול, מיט צוויי אויסגעשניצטע לייבן ביי די זייט. אונטן (אונטער די עשרת הדברות) האט ער אונטערגעשריבן זיין נאמען. ווען ער איז געקומען אין א בית המדרש פארקויפן זיין "סחורה" האט דער גבאי, א לץ, גענומען מאכן חוזק פון איהם בפני קהל ועדה. ר'האט אים געפרעגט "ר' איד. אייער נאמען שטייט דא אונטערגעשריבן. איהר האט געגעבן די תורה"?!...
דאס זעלבע קענמען זאגן אויפ'ן העיליגן רעבין שליט"ע. זיין העיליגער נאמען שטייט אויפ'ן דעקל... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 🙄 😠 😛 😳 😉 😞 😮

געפילטע, כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל נאר געקוקט די בילדער.
אבער אפילו אזוי, וואס איז די ביג דיעל? סך הכל האבן זיי צאמגענומען אלע פרינטאוטס פאר די מיידלעך און עס שיין געבונדן מיט א הארטן דעקל. כ'זע נישט מה כל הרעש.

אנאנים: מ'דארף ארויסגעיבן א קאלל קוירעה אקעיגן דעים חומש. ווייל ר'האט נאך איבערגעלאזט א פאר פסוקים וועלכע פאסן נישט פאר די תלמידות פון די העיליגע מויסדעס. פסוק "יט", וואו ס'שטייט "ויוסף היה יפה תואר ויפה מראה". .. 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😮
רויטע וואנצעסדאס ווייזט קלאר וויאזוי אכשר דרא'דיגע גארביזש האט א דירעקטע נעגאטיווע תוצאה. ה"י.
אז די רבי איז אבער גאט, קען ער מאכן לוחות שניות.
ס'הייסט. דו שרייבסט אפיקורסות. "אויב, די רעבע איז גאט"? איז דען א הוה אמינא. קענמען דען האבן ספעיקעס אין די אמונה?!... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😮
רבותי: דער חומש איז נאר דער אנהעיב: ס'נאך דא זייער א סאך ארבעט. וואס טוט זיך מיט מגילת אסתר?, קוהלת, שיר השירים, משלי, וכו' ועוד ידם נטויה... 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😮
די חומש דארף נאך אסאך ארבעט. ווילאנג נאך וועלן אונזערע יונגלעך זיך דארפן באגעגענען מיט נעמען פון נקבות?
איך בין נייגעריג ווי אזוי די סנהדרין הגדול שבירושלים וואלט רעאגירט צי א משוגעת ווי דאס
עס איז גארנישט קיין וויץ, דאס איז א עפישעלי אנהייב אין עמטליך משנה זיין די תורה
היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך
באלד וועלען די סאטמורים ארויס נעמען האלבע בענטשען ווייל עס רעדט צי ציונות'דיג
נישט פשוט
איך פרעג נאר עפעס אנדערש,
אויב מעג דוד'ל טווערסקי ארויס נעמען וואס ער וויל פארוואס מעגען נישט די otd ארויס נעמען וואס זיי ווילען (עריות שבת ועוד) אויב איז די תורה א שטח הפקר איז פארוואס האט מען זיך געמיזט מוסר נפש זיין און זיך לאזען שעכטען אזויפיל יאר פאר א קוצו של י'? טווערסקי האט דאך אסאך א שענערע וועג
וויפיל אידיש בליט וואלט מען געקענט שפארען? 😢 😐 🙄
אבער נישט אימזיסט האלטען מיר בעקבתא דמשיחא א מצב אז אויב וועט גאט אינז נישט אויסלייזען גאר שנעל ווער ווייסט צי ער וועט נאך טרעפען "ריכטיגע" אידען 🙄

איז דא ע"פ הלכה א פראבלעם צו מאכן אזא חומש,? איך ווייס אפשר וועגן כל פסוק דלא פסקיה משה לא פסקינן אדער משום אל תשכן באהליך עולה צו האלטן א ספר שאינו מוגה וכ"ש ספר שלקה בחסר ויתר, אדער אפשר וויבאלד די ספר איז נועד ללימוד איז דא די היתר פון להתלמד?
אגב אנצומערקן אז נקרא ולא מיתרגם איז נישט די סיבה משום עריות נאר וועגן פגם וחטא וואס חז"ל האבן נישט געוואלט אז די עמי הארץ וואס ברויכן צוקומען צום תרגום זאלן דאס פארשטיין, די טעם איז אבער נישט נוגע להלכה פאר קינדער וואס לערנען אין א בית חינוך, הגם ס'איז יא פארשטענדליך אז ס'איז נישט אלס פאסיק צו לערנען מיט קינדער, פונדעסטוועגן דאס ארויסשניידן גאנצעטע ווערטער שיינט צו זיין אביסל א מאדנע שריט.

[ציטאט אראפגענומען]
אדרבא, עס איז נישט קיין סטעפ אין א מער עקסטרעמע דירעקציע, נאר א סטעפ אין די דירעקציע אויף לינקס, עס שפיגלט אפ דאס ווילן צו אקאמאדירן די פרויען ווי מער און פארוואנדלן דאס פרעוואזארישער געלערנאכטס פון חומש ביי מיידלעך צו אן אפיציעלער און נארמאלער לימוד.
[quote="טיטאניק"]
איך פרעג נאר עפעס אנדערש,
אויב מעג דוד'ל טווערסקי ארויס נעמען וואס ער וויל פארוואס מעגען נישט די otd ארויס נעמען וואס זיי ווילען (עריות שבת ועוד) אויב איז די תורה א שטח הפקר איז פארוואס האט מען זיך געמיזט מוסר נפש זיין און זיך לאזען שעכטען אזויפיל יאר פאר א קוצו שלי'? טווערסקי האט דאך אסאך א שענערע וועג
וויפיל אידיש בליט וואלט מען געקענט שפארען? 🙄[/quote
זיי האלטן נאר יעצט ביי בראשית, ווארט נאר ווען ס'וועט זיין סדר שמות און ויקרא האלב פרשת אחרי וועט פעלען

בן בג בג
דער טווערסקי דארט הייבט מיר אן צי געפעלען........
אבער איך מיין אז ער האט א שוואכע טעיסט, קיק וואס ער טיט מיט די פיס פון זיינע חסידים, באפאנצערט דאס מיט שטיוועל אין די הייסטע שבתים....
איך זיך איינער וואס קען מאכען א בעסערע דשאב

ווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול
ס'איז מיך זייער אינטערעסאנט אז א סקווירא מוסד זאל אזאנס טוהן, כ'האב געהערט אז די אלטע סקווירא רבי האט דוקא יא געוואלט אז; מ'זאל לערנען מסכת כתובות פון אנהייב, בחורים זאלן מיט האלטן מצווה טענץ, וכו'. נאר די סאטמערע רב איז ארויס שטארק קעגן דעם, וועגן דעם האט ער געמאכט א פשרה, און מ'הייבט אן דף יב: און נישט הערשט ביי יח.
טאמבל סאסס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."
גראדע מיט דען איז סקווירא גערעכט, ווייל עס קען נישט זיין אז דער טעם פין א גארטעל איז לחלק בין לבו לערוה, ווייל אויב אזוי פארוואס האט דער רבי א גארטעל, ער האט דאך כלל נישט קיין ערוה?
אלא מאי....
טיימס אף איזרעיל ריפארט דערוועגן.
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/hasidim-censor-torahs-naughty-bits/">http://www.timesofisrael.com/hasidim-ce ... ghty-bits/</a>

דריידלווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול
מיט'ן לא תגנב האט די רעבע לכאורה נישט קיין פראבלעים. ווייל ס'איז נאר א דרבנן. אסמכתא בעלמא. ווייל די פאפירן פאר די פראגראמען פילט מען דאך אויס אויף ענגליש. און דאס הייסט דאך נישט קיין "כתב" אפילו ביי שבת העיסט עס נישט "כתב שתי אותיות" נאר ביטע זאגטץ עס נישט אויס פאר'ן רעבין. וויבאלד ס'איז אין די גמרא און שולחן ערוך וועיסט ער מסתמא נישט דערפון. אזוי ווי ער וועיסט נישט פון די אלע שייגעץ שטיק וואס ווערן אפגעטון אין זיין העיליגן נאמען. אבער די דיינים ווייסן זיכער יא. און מיט די אנדערע דיברות האט ער אויכעט נישט קיין פראבלעים. עיין נחום ראזנבערג... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😞 😞 😮
דריידלווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול
ער דארף דאס נישט ארויסנעמען, ער וועט נאר לייגן די קאמע (,) אויף א אנדערע פלאץ... למשל...
אנשטאט לא תגנוב, לא תרצח, לא תנאף, וועט שטיין... לא, תגנוב... לא, תרצח... לא, תנאף... אזוי וועט ער דאס קענען אויסטייטשען... "לא" אויב דו האסט נישט "תגנוב" זאלסטו גנבנען... "לא" אויב יענער געפעלט דיר נישט "תרצח" מעגסט איהם הרגענן