☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סקווער לעומת אנדערע חסידות

סקווער לעומת אנדערע חסידות

111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4868
בלאט: 1 2 3

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:01 am

· #153956
סקווער לעומת אנדערע חסידות
און דריי זיך ארום דא אין שטיבעל און איך אז די ליפט איז זייער קעגען סקווער חסידות און זייערע מענטשן, און רוב שרייבער מאכען זיכער צו ענדיגען די ווארט סקווער בנשימה אחת מיט די ווארט רשעות.

דער עולם האט א שטיקעל טעות און עס קימט מן הסתם פון זיך צוהערן צי נ״ר,

אז מען טראכט אריין וועט מען זען אז סקווער האט זיך גארנישט וואס צי שעמען פון אנדערע חסידות לגבי די פרט וואס דער עולם ריפט אן רשעות, די איינציגסטע חילוק איז אז אין סאטמער האט מען זיכער געמאכט אז יעדער איז אינדרויסען בעפאר מען האט געצינדען און אין סקווער איז יענער זיך געקימען שלאגען מיט א אנגעצינדענעם פאקעל און עס איז ״בטעות״ געשען וואס איז געשען.

אדרבה לאמיר צי נעמען די עטליכע גרויסע חסידות,

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן סאטמער חסידות און ווי אזוי זיי האבן באהאנדעלט זייער מורדים, האט זיך סקווער גארנישט פון וואס צו שעמען, און דארט איז געווען מער ווי איין פייער, די מערסטע באקאנט איז די ילד שעושים,

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן גור חסידות און ווי אזוי זיי באהאנדלען זייערע פראבלעמן, איז סקווער גאר דאס איידל קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט א הויעך ווארט למשל אזוי ווי באבוב האט אויסגעזען ווען מוהר״ש האט נאך געלעבט.

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן די ליטאים און ווי אזוי זיי באנהאנדלען זייערע מחלוקות און די וואס גייען נישט אין שפאן, איז סקווער גאר נישט אזא רשע, דארט גייט קלעפ פיל ערגער און שמיציגער ווי אין סקווער,

קעגן די בעלז/מחנובקה מחלוקה, שטייען ביידע חסידות אייניג, עס איז נאר א מזל פון בעלז אז דער עולם האט שוין פארגעסן וואס דארט האט זיך אפגעטיען.

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן וויזניץ ווי אזוי זיי האבן 18 יאר גע׳רודפ׳ט ר ישראל׳טשע, איז אויך א שאלה ווער עס האט געטיען מער סקווער אדער וויזניץ.

בקיצור, ווען מען זאל מעסט די ״רשעות״ פון סקווער לעומת די ״רשעות״ וואס איז געווען די סטאנדערד אלע יארען ביי די אנדערע חסידות׳ן איז סקווער גארנישט אזא שלעכט יונגעל, עס איז אלעס זאכען וואס מען האט שוין געטיען און מען טוט ערגעץ אנדערש.

לגבי אט״ד ארבעטען אלע קהילות אויפן זעלבן אויפן, סקווער באהאנדעלט עס נישט אנדערש ווי א צווייטען.

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:33 am

· #153973
א ריכטיגע צימעס טאפיק
אבער איין נקודה האט איר אויסגעלאזט, ס'נישט סקווירא, ס'איז שיכון סקווירא!
אלע תושבים זענען מחויב צו דאווענען אלע תפילות אין איין איינעם שוהל, שיקן די קינדער אין איין איינעם מוסדות
א מציאות וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:38 am

· #153975
עס זעט אז איר האט פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געוויסט) אז די עיקר טענה אין סאטמער ביי די בני יואל איז געווען אז עס מעג זיין נאר איין מוסד און איין קהלה אין שטאט,

דאס איז נישט א צימעס טאפיק, ווייל די קריטיק קעגען סקווער איז אויך נישט אין צימעס.

גורן האט''ד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:29 am

· #153989
ריכטיג, נישט סקווער דארף מען זאגען ברשימה אחת מיט רשעות, נאר חסידות/פארטיי. פונקט איז סקווער גאר א גוטער משל לכך.

גורן האט''ד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:31 am

· #153992
פאריז

לגבי אט״ד ארבעטען אלע קהילות אויפן זעלבן אויפן, סקווער באהאנדעלט עס נישט אנדערש ווי א צווייטען.

נישט אמת
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/153296">viewtopic.php?p=153296#p153296</a><!-- l -->

zurich » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:50 am

· #154002
פארקערט די סיקווירא חסודים פארשטייען עס,נישט מען קיקט אראפ אויף זיי מען האט פשוט רחמנות אויף זיי אז זיי זענען נעבעך פארכאפט דארט ביי די"טאטא"

גאנצל » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:10 pm

· #154058
קאווע טרינקער
א ריכטיגע צימעס טאפיק
אבער איין נקודה האט איר אויסגעלאזט, ס'נישט סקווירא, ס'איז שיכון סקווירא!
אלע תושבים זענען מחויב צו דאווענען אלע תפילות אין איין איינעם שוהל, שיקן די קינדער אין איין איינעם מוסדות
א מציאות וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט

שיכון סקווירא איז א שטעטל וואס באלאנגט צום סקווערן רבי'ן/הנהלת הקרי' זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען וואס זיי שמעקט אן און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט

אלמלי ווען די סקווערע רבי וואלט געהאט שכל וואלטן זיי אנעגהויבן צו טוישן אביסל די אלע גזירות וואלטן זיי זיך געשפארט אסאך פראבלעמען ועכשיו אם אין דעת און זיי האלטן זיך ביי זייערס ביסוא מן הנימום זיך מחויב צוצושטעלן דאס איז זייער שטאט זיי האבן עס אויפגעבויעט מיט זיינע 10 פינגער דארפסטו זיך צושטעלן צו זיינע משוגעת'ן

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:21 pm

· #154063
גאנצל? ביסט א גלגול פון באליבטן בדחן זי"ע??
אויב עס געפעלט דיר נישט "גיי דיר פון דארט". וואספארא מין שפראך איז דאס? ווער האט דיר דאס אויסגעלערנט? עס גייט נישט אזוי צופיסענס. זאלסט נישט געפריווט ווערן.

אבער חוץ מזה, והוא העיקר: גיין פון סקווירא איז א גיהנם. מען לאזט נישט אזוי גרינג איינעם גיין פון דארטן.
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן 30 יאר צוריק: "אז עס געפעלט דיר נישט די קאמוניסטישע רעזשים, דאן נעם דעם וואנדער שטעקן און גיי". אוי, וויפיל וואלטן געוואלט גיין! אבער אז מען לאזט נישט, קען מען נישט.
סקווירא מאכט פראבלעמען מיטן פארקויפן די הייזער, מיטן געבן אינפארמאציע פאר נייע מוסדות, און נאך פילע אנדערע שטיקלעך, כידוע ליודעים.

גאנצל » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:48 pm

· #154067
שמעקעדיג

קארעקשן: כ'האב געמיינט צו זאגן
איך פארשטיי נישט פארוואס דער מענטש וואס איז נישט צופרידן וויל בכלל וואוינען דארטן

דעס אז זיי מאכן פראבלעמען ארויסצוגיין האב איך איך נאכנישט געהערט קיינמאל אבער טאמער ס'איז אמת (ס'שטעלט זיך נישט אויפ'ן שכל אבער אויב ס'איז אזוי)איז עס טאקע א געהעריגע רוסלאנד איך וועיס נישט ווי אזוי מ'לאזט עס צו

איך האב געהערט אז איינער איז אמאל אריין צום רבי'ן רעדן וועגן די אבנארמאלע תקנות און יענער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז די שטעטל איז נישט אנדערש ווי רוסלאנד

האט די רבי געאנטווארט ס'איז נישט פונקט ווייל דא איז דא א וועג ארויס...

הערשי » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:50 pm

· #154068
גאנצל

שיכון סקווירא איז א שטעטל וואס באלאנגט צום סקווערן רבי'ן/הנהלת הקרי' זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען וואס זיי שמעקט אן און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט

ענגלאנד איז א לאנד וואס באלאנגט פאר די ענגלישע לארדן און פריצים. זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען זיך צו טויפן ווי זיי שמעקט און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט.
Edict of Expulsion, 1290

גאנצל » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:58 pm

· #154073
הערשי
גאנצל

שיכון סקווירא איז א שטעטל וואס באלאנגט צום סקווערן רבי'ן/הנהלת הקרי' זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען וואס זיי שמעקט אן און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט

ענגלאנד איז א לאנד וואס באלאנגט פאר די ענגלישע לארדן און פריצים. זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען זיך צו טויפן ווי זיי שמעקט און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט.
Edict of Expulsion, 1290

ענגלאנד באלאנגט פאר די וועלט ס'באלאנגט פאר די איינוואוינער און זיי וועילן דיר אריין אז דו זאלסט זיי פירן לויט אונזער ווילן

די שטעטל באלאנגט פאר די מענטשן וואס האבן געמאכט דעם יישוב נאר בתנאי כפול קודם למעשה פאר די און די סארט מענטשן ס'איז אזוי ווי דו קויפסט א הויז

והבן דברים מובן מאיליו אז דו פארשטייסט נאך נישט און דו דארפסט מער הסברה זייט מיר מודיע איך וועל פראבירן דאס בעסטע וואס איך קען

הערשי » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:18 pm

· #154079

כ'ברויך מער הסברה. אייער ערשטע ליניע איז כספר החתום.

גאנצל » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:29 pm

· #154083

די לארדן און פריצים זענען שלוחים און איינוואוינער ס'באלאנגט נישט פאר זיי

הערשי » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:39 pm

· #154089
גאנצל

די לארדן און פריצים זענען שלוחים און איינוואוינער ס'באלאנגט נישט פאר זיי

איינס, נישט ריכטיג. דאס אז דאס לאנד געהער פאר דאס פאלק איז א מאדערנע געדאנק. צוויי, די פויערן האבן אויך אנטייל גענומען אין גירושים. דריי, פארוואס געהער שיכון סקיוורא מער פאר די מייסדים ווי יעדעס אנדער פלאץ?

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:51 pm

· #154107
און לאמיר שוין זאגען אז זיי זענען גערעכט מיט דער "גיי פין דא" מענטאליטי, איז אבער גענצליך פארשטענדליך פארוואס מען האט זיי פיינט.........

איינער וואס למשל פירט זיך אויף אין ביסמעדריש זייער פאני, און מען קען נישט שטיין לעבען אים, איז אויך גערעכט, געפעלט דיך נישט גיי פין דא און שטיי ערגעץ אנדרעש, אבער מען מעג לאכען פין אים, און עס מאכט אים נישט נארמאל.

הוא הדין כאן, אפילו אויב סקווירא זאל זיין גערעכט מיט זייער נישט לאזען אנדערע מנינים, מאכט עס זיי נישט נארמאל, עס מאכט דער חסידות פאר א פלאץ וואס וויל דא עפעס, און וואס זיי ווילען האט נישט מיט אידישקייט און נישט מיט דער בעש"ט און נישט מיט דער מאור ענים, עס האט מיט אני ואפסי פין כסא דוד.

גאנצל » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:10 pm

· #154116
הערשי
גאנצל

די לארדן און פריצים זענען שלוחים און איינוואוינער ס'באלאנגט נישט פאר זיי

איינס, נישט ריכטיג. דאס אז דאס לאנד געהער פאר דאס פאלק איז א מאדערנע געדאנק. צוויי, די פויערן האבן אויך אנטייל גענומען אין גירושים. דריי, פארוואס געהער שיכון סקיוורא מער פאר די מייסדים ווי יעדעס אנדער פלאץ?

טעות ס'באלאנגט אויסדריקליך נישט פאר'ן קעניג מיט וואס פאר א קנין האבן זיי דאס אפגעקויפט? זיי זענען אפשר געווען מאכטפול און זיי האבן זיך ארויפגעצווינגען אויף די מענטשן פויערן אין אידן צוגלייך אבער ס'האט בהחלט נישט באלאנגט פאר זיי אפשר זאגסטו מיר פארוועם באלאנגט אמעריקא? לאנד אויף די וועלט באלאנגט פאר די מענטשהייט

ואין לי פנאי להאריך בהוכחות ברורות על זה אפשר אין א אנדערע געלעגנהייט

שיכון סקווירא איז אזוי ווי דו קויפסט אפ א הויז אין דיין הויז ביסטו בעה"ב ר' יעקב יוסף האט געקויפט די פלאץ צו פארקויפן פאר אנדערע און נאר פאר אזא איינעם וואס אים שמעקט אן

גערעכט אדער נישט אז נישט צייג מיר אן where im rong

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:16 pm

· #154126
ווייל הן על פי תורה הן על פי דינא דמלכותא ווען מען פארקויפט א הויז קען מען נישט איינטיילען ווי יענער זאל דאווענען.

און אפילו מען זאל זאגען אז ער האט א רעכט צו זאגען אז אין דער שטעטעל טאר מען נישט מאכען א מנין (איך ווייס נאך נישט אין וועלכע לא תעשה דאס פאלט אריין), האט ער זיכער נישט א רעכט נישט צו לאזען איינער דאווענען אין א מנין מחוץ לעיר, און ווען ער צינד אינטער יענעמס הויז במישרין ובעקיפין ווייל יענער האט עובר געוועהן אויף זיינע לא תעשה'ס, אדער ווען ער ווארפט ארויס אומשילדיגע קינדער פין חדר ווייל זיין טאטע האט נישט קיין געדולט צו הערען ווי ער גרעבסט מוסף, איז ער א מענטש וואס איז ראוי מען זאל אים פיינט האבען.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:42 pm

· #154128
קאווע טרינקער
א ריכטיגע צימעס טאפיק
אבער איין נקודה האט איר אויסגעלאזט, ס'נישט סקווירא, ס'איז שיכון סקווירא!
אלע תושבים זענען מחויב צו דאווענען אלע תפילות אין איין איינעם שוהל, שיקן די קינדער אין איין איינעם מוסדות
א מציאות וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט

נאכמער. מ'לאזט אפילו נישט מאכן א מנין פאר מוסף אין פאליש פאר איינער וואס האט יארצייט די קומענדיגע וואך.א חוץ פון די אלע רשעות'דיגע שטיקלעך וועלכע ווערן אפגעטון אויפ'ן עקאנאמישן פראנט פאר מענטשן וועלכע ס'דאכטצעך צו פאר די הנהגה אז זיי זענען מהרהר בלב צו אפשר איז א צווייטער רבי אויכעט א רבי. צו דעים אלעם דארף מען נישט אנקומען צו נחום. א טייל פון די שטיק האב איך אליינס געזען (מוסף(. אנדערע זאכן ווייס איך וואס מ'האט געטון צו חבירים/משפחה. לפענ"ד. פארוואס דע רוילעם איז אזוי צוקאכט איז, ווייל די רבי שליט"א ענטפערט אויף א יעדע מעשי רשעות וואס מ'ברענגט צו זיין אטענשן, "כ'וועיס נישט. בא אינז אין שטעיטל"? לעומת, אין אנדערע חסידות'ן נעמען די "עסקנים" אחריות אויף די שטיקלעך וועלכע ווערן אפגעטון.

גאנצל » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:39 pm

· #154145
איחוד פעלד
ווייל הן על פי תורה הן על פי דינא דמלכותא ווען מען פארקויפט א הויז קען מען נישט איינטיילען ווי יענער זאל דאווענען.

און אפילו מען זאל זאגען אז ער האט א רעכט צו זאגען אז אין דער שטעטעל טאר מען נישט מאכען א מנין (איך ווייס נאך נישט אין וועלכע לא תעשה דאס פאלט אריין), האט ער זיכער נישט א רעכט נישט צו לאזען איינער דאווענען אין א מנין מחוץ לעיר, און ווען ער צינד אינטער יענעמס הויז במישרין ובעקיפין ווייל יענער האט עובר געוועהן אויף זיינע לא תעשה'ס, אדער ווען ער ווארפט ארויס אומשילדיגע קינדער פין חדר ווייל זיין טאטע האט נישט קיין געדולט צו הערען ווי ער גרעבסט מוסף, איז ער א מענטש וואס איז ראוי מען זאל אים פיינט האבען.

פיינט האבן יא dont get me wrong איך האב אים בכלל נישט ליב ער דארף ווען האבן מער שכל

אבער אם אין דעת הבדלה מנין איך מיין אז ס'איז נישט דא נאך אזא קהלה וואס אזויפיל מענטשן גלייכן נישט כאשט ער איז נישט אזויפיל ערגער ווי אנדערע קהלות ווי דער פותח האשכול ווייזט גאנץ גוט אן

אבער ווי לאנג ער איז דארטן דארפסטו דיך צושטעלן איים סארי

לדוגמא ווען דו קויפסט אפ א באנגאלא קאלני און דו זוכסט נישט דוקא ינצט קיין קאסטומערס ביסט נישט יעצט געדרוקט אנצופילן יעדע באנגעלוי האסטו נישט קיין רעכט צו זאגן די און די סארט מענטשן וואס גייען מיר איינטיילן געוויסע זאכן פארדינג איך נישט איך דארף נישט זיי זאלן מיר גיין אויף די נערוון איך דארף נישט זיי זאלן מיר זאגן ווען איך מעג יא גרילן און ווען נישט אדער איך זאל האלטן אפען די מקוה שבת נאר ביז 8:30 וכדו'

די זעלבע די סקווערער ער האט ג'עפנט א באנגאלא קאלני נאר פאר אזאלכע סארט מענשטן

zurich » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:32 pm

· #154159
ער האט עס נישט ג'עפענט זיין טאטע האט און אן קיין תנאים ער האט זיך געפרייט אויף יעדע איינוואוינער וואס האט געוואלט קימען ממילה איז עס בכלל נישט גלייך צו א באנגלוי קאלעני.

אבי גערעדט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:40 pm

· #154162
די תירוץ פון "קענסטיך גיין" איז בכלל נישט קיין שכל'דיגע ווירקזאמע נארמאלע תירוץ, דאס האסטו געקענט זאגן פארן ערשטן דור תושבים וואס האבן אליינס געמאכט דעם דעסיזשען ארויסצוקומען בארץ לא זרועה להחיות נפש צדיק ונפש עצמם וכו', אבער ווי קענסטו דאס קומען זאגן פאר א קינד אדער גאר אייניקל פונעם ערשטן דור, וואס הורתו ולידתו איז געווען אינעם העיליגן שטעטל, און האט 'קיינמאל' געהאט א אפציע צו געבוירן און אויפגעצויגן ווערן אינדרויסן פון שטעטל, דא האט ער זיינע חברים זיין משפחה זיין דשאב זיין ווייב זיין ווייב'ס משפחה, וויאזוי קענסטו אים יעצט זאגן גיידער ווען ער האט קיינמאל געהאט די אפציע פון עפעס אנדערש, סא וואס איז ער יעצט שולדיג אז זיין ערליכע זיידי האט אויסגעקליבן דא צו וואינען? פארדעם מיז ער זיין די זעלבע מדרגה פון זיין זיידע? און ניין שעפעלע טייערע אוועקמאפן 'יעצט' איז שוין נישט קיין אפשען פאר אים ווען אלעס וואס ער פארמאגט דרייט זיך ארום סקווירא שטעיטל,

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:52 pm

· #154166
רוב שטעטל איז צופרידן, דער יחיד איז טאקע א נצרך, ער האט א פראבלעם זאל ער זיך קראצן קאפ

פאריז » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:37 pm

· #154171
די אשכול איז פארפארען, דעתי נוטה אז די פראפעטיס געהער נישט פאר דעם רבין, אויב געהערט עס פאר איינעם נישט ווי די בעה״ב פון די הייזער דאן געהערט עס פאר די באנק וואז איז די מארגיטיש האלדער, די ראודס געהערט פאר די אמעריקאנער רעגירנוג, און עס זייער אוט דעידעט די מאדענע תקנה אז ״יעדער״ מוז דאווענען מיט רבין׳ס מנין.

אבער נאך אלעמען און טראץ די מאדענע תקנה פון דאווענען מיטען איז סקווער נישט אויסגעצייכענט אז עס זאל זיך זיי ענדערש קימען דעם טיטעל ״רשעים״ מער ווי פאר א צווייטע חסידות.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:46 pm

· #154178
ס'אשאד זיך צו רעיגן, ס'גייט זיך נישט טוישן ממילא. ווער ס'מיינט עס ערנסט אז ער זיכט א רפואה פארן צורך זאל מקיים זיין דעם אמור מעט ועשה הרבה, א שאד אזויפיל וויינען, די מצב בלייבט די זעלבע, אזויפיל יודען זענען העפי און לעבן א שבת און א טיש, אז ס'גייט דיר צו די נערווען נעם דעם עקסיט

פאריז » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:49 pm

· #154181
פארקערט, יעדער האט א רעכט צו זאגען זיין מיינוג און דאווענען ווי און און ווי אזוי ער וויל, ווייל עס איז נישט מענטשליך און לעגאל צי קאנטראלירען קיין מענטשן ווי און ווי אזוי זיי זאלען דאווענען,

און פארוועם דאס גייט אויף די נערווען זאל נעמען דעם עקסיט און עפענען א נייע שטעטעל ווי מען באקימט דירות בחינם אדער פאר גאר ביליג רענט, און אזוי קאנטעלירען דאס שטעטעל ווער עס האט די רעכט דארט צו בלייבען - אויב עס איז לעגאל.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:55 pm

· #154186
יעך זאג, אז ווילסט בלייבן באמת גערעכט, וועסטו שטארבן א גערעכטער און אנקומען צום אמת'ן וועלט..
זיי נישט אזוי גערעכט, ווייל די פאקטן פאטשען אין פנים, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, און ס'האט זיך בלויז געטוישט מיטן רצון פון דעת תורה און נישט פון די אלע מפגינים למינים וזדים, דאס איז די מציאות.
און גראדע, אויב מ'קוקט מיטן יידישער בליק איז עס א מחיה אויסגעהאלטן אז מ'קוקט מיטן אמעריקאנער בליק איז עס פילייכט נישט אזוי ראנג און ערגער ווי אנדערע מוגבל'דיגע מקומות ווי אמיש טאון וכדומה.
און איך פערזענליך האלט, אז די מקום האט זיך נישט געבויעט מיט לאגיק און דרך הטבע, און אפילו היינט איז שווער צו עפענען א שטעטל ווי אלע ווייסן.
ממילא, אז ס'האט א רעפוטאציע ביז אהער פון קיום, וועלן די נישטיגע קלאגערייען עס נישט איבערמאכן.
אויב מ'גלייכט וויינען ווי א ביבער און אריינגיין ווידער אינעם געמויז, דאן זעצט פאר..

פאריז » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:01 am

· #154216
אויב פארשטיי איך גוט, דיי איינציגסטע זאך וואס האלט צוזאם די אלע מאדענע תקנות איז אז.. די פוחזים וריקם וועלן אונז נישט איינטיילען וואס צי טיען..?

אויב אזוי איז דאך דא א פשוט׳ע עצה, זאל די דעת תורה מאכען די שינוים און זאלען זיי פארעכטען וואס עס פעלט זיך אויס און מבטל זיין די אלע מאדענע תקנות, אויטעמאטיש וועט עס נישט הייסען אז די מינים וזדים האבן אויסגעפירט..! והעיר סקיווער צהלה ושמחה,

א גיטע עצה?!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:17 am

· #154221
מנשה לוסטיג
יעך זאג, אז ווילסט בלייבן באמת גערעכט, וועסטו שטארבן א גערעכטער און אנקומען צום אמת'ן וועלט..
זיי נישט אזוי גערעכט, ווייל די פאקטן פאטשען אין פנים, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, און ס'האט זיך בלויז געטוישט מיטן רצון פון דעת תורה און נישט פון די אלע מפגינים למינים וזדים, דאס איז די מציאות.
און גראדע, אויב מ'קוקט מיטן יידישער בליק איז עס א מחיה אויסגעהאלטן אז מ'קוקט מיטן אמעריקאנער בליק איז עס פילייכט נישט אזוי ראנג און ערגער ווי אנדערע מוגבל'דיגע מקומות ווי אמיש טאון וכדומה.
און איך פערזענליך האלט, אז די מקום האט זיך נישט געבויעט מיט לאגיק און דרך הטבע, און אפילו היינט איז שווער צו עפענען א שטעטל ווי אלע ווייסן.
ממילא, אז ס'האט א רעפוטאציע ביז אהער פון קיום, וועלן די נישטיגע קלאגערייען עס נישט איבערמאכן.
אויב מ'גלייכט וויינען ווי א ביבער און אריינגיין ווידער אינעם געמויז, דאן זעצט פאר..

ר' מנשה: אבער פאר מיר גייט נאכאלץ נישט אריין אין קאפ, וואספארא פחיתות הכבוד אדער בחינה פון מרידה איז, ווען א איד וועלכער האט די קומענדיגע וואך יארצייט, און ער מאכט א מנין שבת פאר דעם צו מוסף אין פאליש אדער א זייטן שטוב?! כ'האב אליינס מיטגעהאלטן א מצב ווען איינער פון די תושבים האט געמאכט א מנין, און מ'האט איהם געשטערט אין מיטן שמו"ע און נישט געלאזט ענדיגן.

דאקטער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 3:55 am

· #154264
גאנצל

שיכון סקווירא איז אזוי ווי דו קויפסט אפ א הויז אין דיין הויז ביסטו בעה"ב ר' יעקב יוסף האט געקויפט די פלאץ צו פארקויפן פאר אנדערע און נאר פאר אזא איינעם וואס אים שמעקט אן

גערעכט אדער נישט אז נישט צייג מיר אן where im rong

גאנצעל אז די בעטסט וועל איך דיר ווייזען ווי ביסט ראנג,

1) דער פריערדיגער סקווירא רבי האט געשנארעט געלט פין אידען ווייל ער האט געזאגט ער וויל בויען א שטעטל פאר ערליכע אידען,

דאס איז די ערשטע פוינט, ס'איז געבויעט מיט פאבליק געלט, ס'איז נישט קיין פריוואטע אינוועסטמענט, אין דאס מיינט נאכנישט אז ער אדער זיינע קינדער זענען די בעלי בתים אויף יעדער וואס וואוינט דארט צי מאכען תקנות אין משוגאסען וואס האט נישט קיין שייכות מיט תורת משה,

2) סקווער האט נישט דער פריערדיגער סקווירא רבי אליינס געבויעט, ס'געווען אידען וואס זענען ארויס געקומען דארט וואוינען מיט מסירות נפש, נאך א האלב יאר צי וויפעל פאר ער איז געקומען, אין זייערע קינדער זענען די וואס זיין זוהן אין איינקלעך פייניגען מיט קנעכטשאפט,

3) לערען דיר אויס עפעס, מענטשען זענען נישט קיין בהמות, ס'נישט דא קיין געזעץ אז ווייל איינער האט געבויעט אדער געהאלפען בויען א פלאץ אז די אלע מענטשען וואס וואוינען דארט זענען זיינע קנעכט, יא ער קען וואטשען פאר וועם ער פארקויפט אבער טאמער ס'געלונגט עים נישט דאן איז טובעד,

דאס פלאץ באלאנגט פאר די מענטשען וואס וואוינען דארט אין נישט פאר סקווירא רבי, אין זיי דארפען מאכען געהעריגע וואלען פאר מעיאר אין פארטיג, אין סקווירא רבי האט נישט קיין שום רעכט זיך צי אריין מישען אין יענעם פריוואטע לעבען,

- נישט צי איינטיילען אז מאן אין ווייב טארען נישט גיין ציזאמען אויפען גאס,

- נישט צי איינטיילען אז יעדער מיז דאווענען אין זיין שול אין קיינער טאר אפילו נישט מאכען א מנין פרייטיג צי נאכט'ס אין א לאנגער זוממער פרייטיג,

- נישט צי שיקען זיינע פראפעגאנדיסטען צי אנשרעקען די אינגעלייט אז אלע צרות קומען ווייל מ'מאכט חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה, וואס איז אין סקווירא נישט פאר חצות הלילה,

- נישט צי איינטיילען אז קיינער טאר נישט שיקען אין קיין שום אנדערע מוסדות, נאר דארט ווי מען פראפעגאנדירט די קינדער פין קליינווייז אן ווי א גרויסע צדיק ער איז, אין דארט ווי ווען מען זיכט א מלמד קוקט מען צי ער קומט צים טיש ....

- נישט צי אריינגעבען פסקים פאר מענטשען וואס נעמען איידעמער נישט פין סקווירא, (וואס לעצטענס טיילט ער פסקים רעכטס אין לינקס)

- נישט צי איינטיילען פאר מענטשען אז טאמער ווילען זיי אוועקפארען אויף א יו"ט מיזען זיי איבערלאזען זייערע בחורים, ווייל לפי דעתם טאר א בחור נישט אוועק פארען פאר א יו"ט פין "רבי'ן", כאילו די בחורים זענען עפעס זייערע פראפערטי .... אומגלויבליך הא ? אבער ליידער א פאקט,

בקיצור המעשה, ווען די אלע מענטשען מיט וועם דער אלטער סקווערער רבי האט געבויעט דעם דאזיגען שטעטעל וואלטען געוועסט וואס מען גייט טוהן מיט זיי, וואלטען זיי מסתם קיינמאל נישט מסכים געווען,

איז קודם איז די גאנצע זאך א מקח טעות, אין צווייטענס מענטשען זענען נישט קיין בהמות אין נישט קיין קנעכט, זיי זענען פארען היינטיגען סקווערער גארנישט שולדיג אין ס'נישטא קיין שום געזעץ אז ער קען זיי טיילען דעות מיט כל מיני חוקי סדום ועמורה,

אין די קומסט נאך בארעכטיגען די גאנצע זאך מיט אזא אומשילדיגע טענה, כאילו די פארשטייסט גארנישט וואסי שלעכט .....

יעדער דעוועלאפער קען דען איינטיילען פאר די טענענטס ווען זיי קענען יא אדער נישט קישען זייער ווייב, כ'מיין קאמאן וואס מישטע א קאשע, זיי קענען זיך אויסנעמען געוויסע נארמאלע זאכען ביים פארקויפען וזה הוא,

דאס וואס סקווירא טוט איז א עון פלילי, אין מארק מיי ווארדס, סקווירא גייט אינטערגיין עכ"פ די טווערסקי רביסטווע, ס'איז אזוי ווי ביי סדום אין דער באשעפער זאגט טאקע די וואך פר' לך לך : זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאד, די טווערסקי'ס מיינען אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען, זיי האבען פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט,

אין דער באשעפער איז מאריך אף, אבער צום סוף איז וגבה דיליה, אין דער באשעפער קען קעיר נעמען אפילו פין אזא רבי וואס זיינע נאיווע חסידים שעמען זיך נישט צי שרייבען אין זייער שונד בלאט "בחצר הקודש" אז מלאכים אין שרפים ווארטען צי הערען א ווארט פין זייער רבי......, דער באשעפער האט שוין קעיר גענומען פין גרעסערע .....

די חורבן וואס סקווירא האט אנגעמאכט איז אין לשער אין נישט אזוי באוויסט צי די ברייטע מאסען, אויף סקווירא רבי קען מען זאגען אז גדול עונו מנשוא, אבער די טאג פין PAYBACK איז שוין נישט ווייט,

לעצטענס האט ער שוין נישט קיין הצלחה, ער האט געוואלט בויען א נייע שטעטל אין ער האט געמאכט א ריזיגדע פראפעגאנדע מיטען הרחבת גבולי הקדושה, אין ס'האצעך ב"ה אויסגעלאזט א בוידעם,

נאכדעם איז געווען די מעשה מיט די שריפה וואס האט אויך זייער געקלאפט סקווירא, אין אזוי ווייטער,

אין מען קען ענדיגען מיטען פסוק פין די מגילה כאשר החילות לנפול.... נפול תפול.... אמן וכן יהי רצון.

שרייבער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:13 am

· #154316
פאריז
עס זעט אז איר האט פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געוויסט) אז די עיקר טענה אין סאטמער ביי די בני יואל איז געווען אז עס מעג זיין נאר איין מוסד און איין קהלה אין שטאט,

דאס איז נישט א צימעס טאפיק, ווייל די קריטיק קעגען סקווער איז אויך נישט אין צימעס.

ס'איז א חילוק פון איין מוסד ביז איין ביהמ"ד, אויב פארשטייסטו נישט האב איך מורא אז דו ביסט א סקווירא'ר

שרייבער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:16 am

· #154317
הערשי
גאנצל

שיכון סקווירא איז א שטעטל וואס באלאנגט צום סקווערן רבי'ן/הנהלת הקרי' זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען וואס זיי שמעקט אן און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט

ענגלאנד איז א לאנד וואס באלאנגט פאר די ענגלישע לארדן און פריצים. זיי מעגן פאדערן פון די תושבים וואס ווילן דארט וואוינען זיך צו טויפן ווי זיי שמעקט און וועם ס'געפעלט נישט קען נעמען דעם וואנדער שטעקן און גיין פון דארט.
Edict of Expulsion, 1290

איך קען נישט די מציאות'ן פון סקווירא ממילא איך בין נישט דא בעד אדער כנגדם, אבער דוכט זיך ס'איז א שטיקל חילוק
ווען סקווירא זאל מתחלה לאזן פרייהייט, זיבן מנינים און צוואנציג מוסדות און דערנאך מאכן זיי א גזירה, איז דער משל דומה צום נמשל, אבער אויב איז מתחלה אדעתא דהכי נתייסד געווארן איז דער משל נישט דומה צום נמשל כמדומה

יעצט זע איך גאנצל האט שוין געענטפערט שפעטער כעין זה

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:47 pm

· #154337
גראדע, אין ענגלאנד אין יענע צייטן האט די גאנצע לאנד באלאנגט פארן קרוין.

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 2:51 pm

· #272700
מנשה לוסטיג
רוב שטעטל איז צופרידן, דער יחיד איז טאקע א נצרך, ער האט א פראבלעם זאל ער זיך קראצן קאפ

מ'זארגט זיך נאר פאר דער אמעדזש, דער יחיד זאל זיך גיין הענגן...

ירח בן יומו » דינסטאג מאי 5, 2015 3:00 pm

· #272702
מ'האט היינט ארויסגענומען סקווירא פון די זאק. ס'גוסט זיך. איך וועל שוין נישט לאכן פון פאפא.

בן אדם » מאנטאג יולי 6, 2015 1:12 pm

· #287362
נא להתפלל לרפואת משולם זוסיא בן חנה יענטא לרפו"ש

m.bhol.co.il/Article.aspx?id=85600

בן אדם » מאנטאג יולי 6, 2015 1:43 pm

· #287366
יא, א זון פון בנו השלישי יעקב יוסף. ער וואוינט און ארץ ישראל. (ע"כ אויף די סקווערער שפראך)

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 6, 2015 1:44 pm

· #287367
ירח בן יומו
מ'האט היינט ארויסגענומען סקווירא פון די זאק. ס'גוסט זיך. איך וועל שוין נישט לאכן פון פאפא.

ס'איז נישט קיין סתירה, אויב לאכסטו שוין, קענסטו לאכען פון ביידע.

(אבער לאכען אויף א צווייטע איד בכלל נישט רעקאמאנדירט)

אהבת ישראל » מאנטאג יולי 6, 2015 7:47 pm

· #287417
איינקעל
אוי ווי וואס דער רבי יעקב יוסף מאכט מיט השם ירחם א צדיק פון א יוד ונהנין ממנו עצה ותושיה אלע נשברי לב אין סקיוורא שטעטעל ער אליינס איז יארען געווען קראנק ל"ע ול"ע אין אזא צרה רח"ל דער בוכ"ע זאל רחמנות האבען אויף דע משפחה אין משולם זוסיא בן חנה יענטא זאל האבען א רפואה שלימה בכל רמ"ח איבריו ושס"ה גידיו..דרך אגב דאכט זיך אז ער הייסט נאך זיין זיידען הרה"ק ר זושע"לע פין טשערנוביל

בן אדם » מאנטאג יולי 6, 2015 7:52 pm

· #287418
פאר דער וואס ווייסט נישט, דער אייניקל פירט זיך צו פארן יאר יערליך קיין אומאן. זאל דער זכות פון ר' נחמן מבין זיין אויף עם פאר א גאנצע רפואה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 6, 2015 8:11 pm

· #287424
@דאקטער דו זאגסט גוט, אבער הלכה'דיג איז נישט אינגאנצען אזוי. ס'איז דא הלכות בני העיר, וואס די בני העיר צוזאמען קענען מאכען א תקנה אין א שטאט, אבער דאס מוז זיין אויסגעהאלטען עפ"י שלחן ערוך. דאס מאכען א מנין אין פאליש פאר מוסף פאר א יארצייט האט סתם אזוי שוואכער פיס להלכה, און מסתמא איז בעסער פאר'ן נפטר אז מ'זאל דאווענען ברוב עם. אין אלע אשכנז שולען פאסירט עס נישט, און טאמער אזוי איז דער מנהג, מעג מען עס אנהאלטען. אוודאי נישט מיט געוואלד, אבער בעיקר הדבר איז דאס מדרכי התורה. דאס קען אויך זיין לגבי מאכען נאך א מנין וכדו', אבער דאס מוז געמאכט ווערען עפ"י די איינוואוינער פונ'ם שטאט, און ס'טאר נישט זיין שלא לשם שמים (לשם קדושת סקווער צו אנדערע מגושמ'דיגער חשבונות) כמבואר כ"ז בשו"ע סי' קס"ג אין חו"מ, ווי אויך אין סי' ב' ועוד.
דער עיקר טענה איז דאס אז די אלע זאכען זענען די 'רעכטען' פון די רעבע. א רב אין א שטאט, אפילו ער ירשנ'ט זיין רבנות, האט פליכטען נישט רעכטען. ער איז אן עבד לעבדי ה'. און טאמער ער קען נישט זיין קיין רב ווייל ער 'וועיסט נישט' מוז ער אוועק געבען די מאכט פאר דער וואס קען עס טוהן. און דאס איז די שלעכט'ס פון סקווער.
אוודאי זענען אלע פארטייען שלעכט, דאס מציאות פון פארטיי איז שלעכט. אבער סקווער איז בראש אלע פון די שלעכטען, און אפילו די וואוילער מענטשען דארט האבען עס ליב. אין סאטמאר שעמט מען זיך רוב ערוואקסענער מענטשען פון די שלעכטס, נאר זיי זאגען די אנדערע איז שלעכטער. ביי אונז ליטאים אין חו"ל פילט מען אינגאנצען מרוחק פון אונזער ברידער אין מיטל מזרח, טאקע וועגען די מעשים דארט. און אפילו דארט שעמען זיי זיך גאנץ פיין. אוודאי טויג עס נישט, אבער ביז סקווער איז דאס נאך נישט. און מ'דארף מורא האבען אז זייער בארעכטונג וועט זיך איבערגיסען צו אנדערע פלעצער. איך האב שוין געהערט דער נידריגע עלעמענט פון בית המלכות אין לעיקוואוד בארעכטיגען סקווער פאר די מעשה, אוודאי קען ער עס נישט זאגען צו הויך ווייל מ'וועט לאכען פון איהם, אבער ס'האט א השפעה אויף אונז אלע.

ראוונע » מאנטאג יולי 6, 2015 11:47 pm

· #287530
בן אדם
פאר דער וואס ווייסט נישט, דער אייניקל פירט זיך צו פארן יאר יערליך קיין אומאן. זאל דער זכות פון ר' נחמן מבין זיין אויף עם פאר א גאנצע רפואה.

איז דעס די אייניקעל וואס זיין חתונה איז נישט געווען אין שיכון סקווירא? ביים זעידען

אהבת ישראל » דינסטאג יולי 7, 2015 4:32 am

· #287564
בן אדם שרייבט
פאר דער וואס ווייסט נישט, דער אייניקל פירט זיך צו פארן יאר יערליך קיין אומאן. זאל דער זכות פון ר' נחמן מבין זיין אויף עם פאר א גאנצע רפואה.

שקר וכזב !!! לא דובים ולא יער !!! קיינמאל נאך נישט געווען אין אומאן !!! דע ברסלעבער האבען ליב ארינצישטיפען זייער אומאן אין יעדענס צרות...דע זכות פין ר נחמן זאהל מגין זיין אויף אלע יודישע קינדער ...אגב עס איז דא מיליאנען יודען וואס פארען נישט קיין אומאן אין עס פעלט זיי גארנישט ב"ה

בן אדם » דינסטאג יולי 7, 2015 8:33 am

· #287568
אה. סקווירא בתפארתה!
ער שרייט שקר וכזב אינדערצייט וואס ס'איז נישט קיין סוד אז גאנץ סקווירא האט זיךהיינט צוטאגס אויפגעבויט אויף הוילע שקרים וכזבים, שקר אין לו רגליים. ווי טרעפט מען היינט אייניקלעך פון א רבי זאלן טון פונקט פארקערט פונעם זיידן'ס דרך?

diff » דינסטאג יולי 7, 2015 9:36 am

· #287571
ליטואק, איינער וואס איז שלעכט זעט אין אלס שלעכט

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 10:42 am

· #287578
בן אדם
אה. סקווירא בתפארתה!
ער שרייט שקר וכזב אינדערצייט וואס ס'איז נישט קיין סוד אז גאנץ סקווירא האט זיךהיינט צוטאגס אויפגעבויט אויף הוילע שקרים וכזבים, שקר אין לו רגליים. ווי טרעפט מען היינט אייניקלעך פון א רבי זאלן טון פונקט פארקערט פונעם זיידן'ס דרך?

יתכן יענער אייניקעל וואס דינט אין אין דער ציוניסטישע צה"ל,
וואס הגם אין סקווירא איז דאס גיין קיין אומאן פיל ערגער ווי א א סאטמארע זאל דינען אין צה"ל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 7, 2015 10:45 am

· #287579
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
ס'האט איינער אמאל פארשטאנען וואס זיי ווילען פון ברסלב? ט'איז אלס געבויט אויף א מעשה מיט א שוחט ערגעץ אונטער די הרי החושך?

בן אדם » דינסטאג יולי 7, 2015 11:05 am

· #287585
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט איינער אמאל פארשטאנען וואס זיי ווילען פון ברסלב? ט'איז אלס געבויט אויף א מעשה מיט א שוחט ערגעץ אונטער די הרי החושך?

די זעלבע זאך וואס די ווילסט פון ברסלב...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 7, 2015 11:08 am

· #287586
Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות
איך האב גארנישט קעגען ברסלב וואס איז נישט פונקט אזוי גילטיג אויף סקווער.

אהבת ישראל » דינסטאג יולי 7, 2015 11:38 am

· #287596
בן אדם
אה. סקווירא בתפארתה!
ער שרייט שקר וכזב אינדערצייט וואס ס'איז נישט קיין סוד אז גאנץ סקווירא האט זיךהיינט צוטאגס אויפגעבויט אויף הוילע שקרים וכזבים, שקר אין לו רגליים. ווי טרעפט מען היינט אייניקלעך פון א רבי זאלן טון פונקט פארקערט פונעם זיידן'ס דרך?

מיט דעם האט איר נאך נישט מוכיח געווען דעם שקר וואס איר האט געשריבען אז ער איז אמאל געווען אין אומאן !!! אדרבה ברענגט איין הוכחה !!! המוציא מחבירו עליו הראיה !!! איך וועל ארויס לאזען א נאמען אז בן אדם איז געווען אויף א פלאץ וואס עס איז נישט לפי כבוד אבותיו דארף איך ברענגען קלארע ראיות . נישט נאר שרייבען דער בן אדם איז א באקאנטער שקרן אזויווי זיינע סקווירא קאלעגערס גענוג קלאר ?

diff » דינסטאג יולי 7, 2015 11:42 am

· #287599
נאר ברסלב מעגן האבן מעשיות?י
בלאט: 1 2 3