ביטע מישט נישט הלכה מיט מאראל, א דאנק. דער רמ"א וואס זאגט ומ"מ העולם נמנעים, דער נוב"י וואס שרייבט שארף אז כאטש מ'מעג מעיקר הדין זאל מען נישט, דער גדר פון אבירי לב וואס דער שבט הלוי שרייבט, דאס איז אלעס די מאראל וואס כ'האב געשריבן. כ'זעה נישט וואס איר פרובירט דא אפצופרעגן.
די גמרא חולין רעדט טאקע לאחר שחיטה, פשוט ווייל ווען נישט איז עס אבר מן החי, אבער בעודה חיה, ווען ס'האט נאך צער
חוץ מזה, you are missing the point. דער נידון איז נישט (נאר) צו מ'מעג מצער זיין די עופות צוליב אזא צורך, נאר וויבאלד דער גאנצער איסור איז נישט צוליב רחמנות אויף די חיות נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין אכזרים (ועי' יוסף דעת יו"ד סי' שמח), איז בכלל נישט נוגע וויאזוי יענער ברענגט מיר די עופות, כל זמן מיר זענען זיך נישט מתאכזר. והגם ס'איז טאקע א מחלוקה צו מ'איז מחויב לסלק צער, און לויט רוב פוסקים איז מען מחויב (עכ"פ מדרבנן), איז דאס נאר אויב זעהט מען א בע"ח מתייסר וואס דאן איז אן אכזריות להעלים עין. אבער ווען איך וויל נוצן עופות, און גוי פלוני ברענגט דאס צו מיר, איז קיינעם'ס עסק צו ער האט מצער געווען די עופות ביים ברענגען, (ועי' ב"מ פח: דשור אינו מצווה להחיותו ובדרכי דוד שם, ועי' חת"ס ח"ב יו"ד סי' שיד. ועי' פמ"ג משב"ז או"ח סי' תסח ס"ק ב' ומהרש"ם ח"ג סי' שסד אז מ'מעג הייסן א גוי מצער זיין בידים, ואכ"מ). ועל אחת כמה וכמה אויב האבן די עופות סייווי אלעמאל די זעלבע צער, ווער איך עפעס א מחותן מיט זייער צער ווייל מ'ברענגט עס צו מיר אנשטאט צום קצב? ס'האט נישט קיין פשט.
מאראל מיט הלכה זענען געקניפט און געבינדן איינס מיטן צווייטן
א בהמה נאכן שעכטן פילט מער נישט קיין צער ווייל די נערווען אפילו זיי לעבן נאך זענען אפגעהאקט, קומען מער נישט אן צום מוח אז ס'זאל ברענגן צער
חוץ וואס דאס איז אסור מצד הלכה אזוי פריער שוין נאכגעברענגט און זייער קלארע ווערטער פונעם שבט הלוי, ווי אויך איז באקאנט אז הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצל האט זיך טאקע דערפאר מונע געווען פון מאכן כפרות מיט עופות סוף ימיו
מצד השני איז דאס טאקע אסור מצד מאראל וואס גאר א הויעכע פלאץ אין יודישקייט כידוע, מען קען זיין א שטארקע הלכה'כיסט און זיין און די זעלבע צייט א נבל ואכזר ברשות התורה
טעמי המצות מאכן נישט קיין חילוק און הלכה אויב איז אכזריות איז עס אכזריות, און להוי ידוע אז די גאנצע אכזריות קומט פאר נאר ווייל דער עולם גולם לויפט כאפן טשיקענס, ווען מ'זאל אויפהערן קויפן וואלט די גאנצע אפעראציע פון אכזריות זיך אויפגעהערט, רבינו הקדוש האט אויך געמעגט שיקן דעם קוה צו די שחיטה מצד הלכה, ער איז אבער געשטראפט געווארן מיט 13 יאר מחלות דערפאר ווי שוין אויבן ערווענט.
לסיכום מען קען נישט מעורר זיין רחמנות מיט אכזריות ס'איז דבר והפוכו, איבערהויפט נישט ווען ס'איז א איסור דאורייתא, איך פארשטיי אז ס'איז זייער שווער זיך ארויסצורייסן פונעם אלט באזעצטען באקס און וואס מ'האט זיך אזוי באקוועם געמאכט, נאך דערצו ווען מ'איז אנגעצויגן אז אויב דריי איך נישט דעם טשיקען גייט מיך דער שרעקעוודיגער באגי-מען פון אויבן הרגענען און צופליקען דערפאר וועט מען פארענטפערן כל מיני שטויות וואס מען איז צוגעוואוינט צו טוען, אבער למעשה זרע אברהם ויצחק זענען רחמנים, און ס'איז צום האפען אז צוביסלעך וועט זיך דער הייליג פאלק אויפוועקן און טוען די ריכטיגע זאך
ר' נכד'ל דאס וואס די זאגסט אז נאכן שחיטה איז די nervous system אפגעשאלטערט פון מח איז נישט ריכטיג ווייל דאס לויפט אין די חוט השדרה וואס ווערט אינגאנצן נישט דורכגעהאקט און איז נישט אויסגעהאלטן לויט די הלכה שובר זיין מפרקתה למען האמת איז שחיטה אפשר בזמן התנ"ך געווען די מערסט הומאניסטיש וועג פון קוילן א בעל חי אבער היינט אז סאיז דא פיל בעסערע מיטלן איז עס פון די היבש פיינפולסטע וועגן וויבאלד די נערוואס סיסטעם איז נאך מחובר און ס'נעמט ביז דער מח פארלירט אינגאנצן די אקסיגען ( די מח קריגט שוין נישט קיין פרישע אקסיגען וויבאלד זי הייבט אן פארלירן דאס בלוט וואס דאס טראגט די אקסיגען צום מח) אז די מח זאל אפשטארבן
איך האב געקויפט א טיקעט פאר ערב יוה"כ, כ'פלאן צו שלאגען מיטן טיקעט כפרות. וכמה מעלות טובות, לא די אז איך בין נישט מצער א בעל חי, דער טשיקען וואס זיי לייגען אוועק פאר מיר וועט לעבן בלייבן!
איך האב געקויפט א טיקעט פאר ערב יוה"כ, כ'פלאן צו שלאגען מיטן טיקעט כפרות. וכמה מעלות טובות, לא די אז איך בין נישט מצער א בעל חי, דער טשיקען וואס זיי לייגען אוועק פאר מיר וועט לעבן בלייבן!
א בהמה נאכן שעכטן פילט מער נישט קיין צער ווייל די נערווען אפילו זיי לעבן נאך זענען אפגעהאקט, קומען מער נישט אן צום מוח אז ס'זאל ברענגן צער
איר ווילט דוקא נישט נאכקוקן וואס מ'צייכנט צו כדי חלילה נישט צו פארלירן אייער 'אמת'? דאס איז מיין איינציגסטע לימוד זכות וויאזוי איר קענט שרייבן מיט אזא טראציגע פשטות נגד גדולי האחרונים בלי להתייחס כלל לדבריהם. וכן הלאה בכל דבריך.
אייניקעל
חוץ וואס דאס איז אסור מצד הלכה אזוי פריער שוין נאכגעברענגט און זייער קלארע ווערטער פונעם שבט הלוי
נניח אז דער שבט הלוי מיינט הלכה (הגם אין זיינע ווערטער זעהט אויס פארקערט), ונניח אז הלכה כדבריו נגד המנחת יצחק וואס שרייבט פארקערט (א זאך וואס איז נישט מסתבר, במחכ"ת), כבר כתבנו א ריזן חילוק, וואס איז מוכרח אויב ווילן מיר נישט דער שבה"ל זאל זיין מופרך פון אפענע חז"ל והלכה פסוקה.
אייניקעל
טעמי המצות מאכן נישט קיין חילוק און הלכה
טעמי המצוות נישט, גדרי המצוות יא, וכאשר כבר ציינתי. (איר ווילט זיך קריגן -לדוגמא- מיטן לעמבערגער רב ר' יוסף שאול? בכבוד גדול, אבער האט נישט קיין טענות אויב נעמט איינער אהן כדבריו).
און להוי ידוע אז די גאנצע אכזריות קומט פאר נאר ווייל דער עולם גולם לויפט כאפן טשיקענס, ווען מ'זאל אויפהערן קויפן וואלט די גאנצע אפעראציע פון אכזריות זיך אויפגעהערט
די געקוילעטע עופות ווארפט מען דערנאך אריין אין מיסט? כפי ידיעתי פארנוצט מען זיי, ואם כן וואלטן די עופות סייווי געברענגט געווארן און גע'שחט'ן געווארן אויף כמעט דעם זעלבן אופן, נאר נישט געדרייט געווארן איבערן קאפ, ווי מ'האט אייך שוין אויבן כמה פעמים מסביר געווען.
אייניקעל
איך פארשטיי אז ס'איז זייער שווער זיך ארויסצורייסן פונעם אלט באזעצטען באקס און וואס מ'האט זיך אזוי באקוועם געמאכט, נאך דערצו ווען מ'איז אנגעצויגן אז אויב דריי איך נישט דעם טשיקען גייט מיך דער שרעקעוודיגער באגי-מען פון אויבן הרגענען און צופליקען דערפאר וועט מען פארענטפערן כל מיני שטויות וואס מען איז צוגעוואוינט צו טוען
אויב איז איינער נייגעריג, כ'האב שוין יארן נישט געשלאגן מיט קיין עופות, מחמת כמה סיבות. אלזא, די "באקוועמע באקס" און "שרעקעוודיגער באגי-מען" טעאריעס שטימען נישט. בסה"כ האב איך געשריבן אז די שיקולים זענען נישט גענוג שטארק (אויף קיין איין צד) אויף צו קענען אראפרייסן יענעם, און אז געוויסע טענות וואס מ'פרובירט דא אריינצודרייען הייבן זיך נישט אן.
לסיכום, בכל דבריך אין כל חדש, נישט קיינע ענטפערס אויף וואס מ'פרעגט אייך און נישט קיינע פראגעס אויף וואס מ'ענטפערט אייך, נאר חוזר חזרה אויף טענות מופרכות. כנראה זענט איר נישט אפען פאר דעבאטע, וועל איך אייך מער נישט באדערן. אנטשולדיגט אויב שרייב איך צו שארף, אבער ס'פאסט נישט אז דער נושא דגל המאראל זאל טענה'ן אומאויפריכטיג, פארדרייען יענעם'ס ווערטער, צו גאר טוישן די אייגענע ווערטער און טענה'ן אז יענער פארדרייט. אויב ווילט איר מכריע זיין ווי אייער צד וועט דאס אייך גיין גרינגער אויב וועט איר ברענגען איין ריכטיגע און אויפריכטיגע טענה אנשטאט פינף האלבע, וכבר אמרו כל המוסיף גורע. ---
מנהג כפרות בעי"ה מנהג של שטות הוא אינו מדברי רבי' ז"ל, אלא המדפיס שם אותו מדעתו, כי כך קבלנו מבנו של המדפיס עצמו הראשון שהדפיס הש"ע. ובריך רחמניה דשקליה למטרפסיה מיניה בהאי עלמא, דבן בנו היה שוטה (לחם הפנים למהר"י וואלי תלמיד מהר"ש אבוהב, סימן תר"ד). וכ"כ בשו"ת שמש צדקה ח"א סי' כג.
שוין ווידעראמאל איז עס די סוף פונעם יאר, עס פאנגט זיך אן א פרישע יאר מיט די עשרת ימי תשובה, יעדער יוד זיכט איינצוזאמלען נאך זכותים ומעשים טובים צום יום הדין
לאמיר נישטאמאל אריינגיין דא א שמועס פון די נערוועזיטעט, דעפרעשאן, אנגעצויגענקייט, און ישראלי'שע פארמאליטעט וואס כאפט ארום די טעג קינד און קייט, דאס פאדערט זיך א באזונדערע חליפת המוחין צו פארשטיין געבן אז מיר האבן א זיסע באשעפער וואס האט אונז ליב, דערפאר געט ער אונז די געהויבענע געשמאקע האניג-זיסע טעג וואס מיר קענען גרינגערהייט נאנטער ווערן מיט אים, תשובה טוען מיט שמחה וגילו ברעדה וכו'
לאמיר זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מנהג פון "שעיר לעזאזל" וואס יודן קוקן דערויף ארויס יעדע יאר, אז די עבירות זאלן דורכדעם נתכפר ווערן, די אנגעצויגנקייט פון די קינדער באגלייט מיט געוויינעריי ווייל זיי האבן מורא פון "דע חיה" וואס לויפט דורך די גאסן פון ירושלים, צו פשוט ווייל זיי ווילן נישט ווערן צוקוועטשט פון די מאסן וואס לויפן נאך דעם איש עתי מיטן שעיר, דאס געדרענג וואס דאס ברענגט אן איבער די סיטי גאסן, איבערהויפט ווען די גאסן זענען אנגעשטויסן מיט טרעפיק, סוכות, פארקויפער טישלעך וכו' וכו' ואין מקום להאריך
כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע מנהג, ווי איוב ע"ה זאגט שוין "ש-ד-י, לא מצאנוהו שגיא כח" אז השי"ת געט אונז נישט קיין מצות וואס וועגט אונז אראפ ביז אונטן, און פארשטייט זיך די פועל יוצא דערפון וואס די יונגערע דור באקומט א נעגאטיווען בליק אויף יודישקייט אלץ א רעזולטאט, פונדעסטוועגן דאך וויל איך ערווענען גאר א אנדערע ערעור אדער טענות אויף די מנהג און דאס איז
צער בעלי חיים
די פאקטן זענען באוואוסט פאר איעדן וואס "וויל" נאר זעהן, בקיצור נמרץ ווערן דער שעיר ווערט ארומגעשלעפט פאר שעות לאנג אין די הייסע מדבריות, ער באקומט נישט צועסן און צוטרינקען במשך די נסיעה, מען לויפט אים נאך אויף די גאסן. אחרי ככלות הכל נאך די גאנצע אושוויץ נסיעה כאפט מען אים אן, ליתר שאת כאפט ער א גוטן שטויס, און היידא - אראפגעטראסקעט דעם בארג, ער זאל ווערן צושמעטערט. אויב איז ער גליקליך, ווערט ער גע'הרג'עט אויפן פלאץ און א עק צו די יסורים, די רעדע איז פון א גאנץ קליינע יונגע און אויסגעדארטע שעפעלע וואס איז בכלל נישט "פיט" פאר די יסורים לכתחילה.
די אנגענומענע הלכה אין די פוסקים איז אז צער בעלי חיים איז א איסור דאורייתא.
זאת ועוד: האט איר שוין אריינגעטראכט? - די תורה זאגט אז מען טאר נישט מקריב זיין א בהמה שלא לשם ה'. וואס טוט מען אצינד? - מען נעמט א שעיר, מען ווארפט עס אראפ צום עזאזל, דוקא נישט אין בית-המקדש און דוקא נישט אלס קרבן להשם. וואס איז דאס?
שאלה #1 וויאזוי קען דער עזאזל אוועקשטופן א איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים און דעם איסור פון נישט מקריב זיין לשדים?
שאלה #2 וויאזוי קען אכזריות צו בעלי חיים מעורר זיין רחמנות אויף אונז אין הימעל?
שאלה #4 ר' יוד שוין אמאל געהערט פון מצוה הבאה בעבירה?
ס'איז שוין העכסט צייט אויפצושטייען פון שלאף, גענוג געווען מיט די אכזריות, לאמיר זוכן זכותים פון רחמנות האבן אויף בעלי חיים, איעדער איינער זאל נעמען א דאללאר פאר זיך און די בני בית אדער מער כפי שידו מגעת, עס לייגן אין צדקה אנשטאט דעם שעיר, און די זכות פון צדקה און רחמנות וועט אונז ברענגן א יאר ווי השי"ת וועט אונז באוואשן מיט צדקה און רחמנות און א גאולה שלימה.
מר. @לכבוד שבת קודש, אין הכי נמי, ס'איז צום האפן אז לעתיד לבא וועט מען נישט דארפן מקיים זיין די מצוה פון שעיר לעזאזל, ווייל כפי הנראה איז דאס נצטוה געווארן נאר וויבאלד עס איז געווען אזוי דער סדר אין בבל, כמו שביאר המורה בענין קרבנות, ועי' אבן עזרא פר' אחרי.
א מצות עשה דאורייתא וואס קוב"ה האט באפוילען איז מיר גענוג גוט אפילו ס'איז דוקא יא צער בעלי חיים גראדע מוז נישט זיין אז ס'איז געווען צער בעלי חיים אזויווי חז"ל זאגן "ולא היה מגיע לאמצע ההר עד שהיה נעשה איברים איברים" קען גאר זיין אז די בארג איז געווען אזוי שארף אז די בהמה איז געווען צופיצעלט אין אן אויגןבליק אפילו ווען יא גייט מיך אויך נישט אן
ווערט זאגט דיר אז די בהמה האט נישט געקריגן גוט עסן און טרינקען, גראדע האט ער יא באקומען, און יום כפור איז נישט אזוי הייס וכו'
טאקע דאס איז וואס איך שריי, אז מען פארפירט נישט אויף שחיטה, בעלי חיים זענען בעלי חיים א גאנץ יאר נישט נאר ערב יום כיפור ביי כפרות, מען דארף לערנען מיט די קינדער די חזון הצמחונות והשלום פון הרב כהן. וועגן זיך אומגיין, נכונים הדברים אז מען דארף זיין נזהר, אבער וואס האט דאס דווקא נאר ערב יום כיפור, שטעל דיך ביי יעדן פארם און מאך געוואלדעס אז מען זאל זיך אומגיין מיט זיי בעדינות
@אחד העם (א הייליג פייער קומט אויף ביים דערמאנען דעם נאמען!), ס'איז זיכער אז ס'וואלט געווען א שטארקער מקום נישט צו עסן פראצעסירט פלייש פון די פאבריקן וואס קוילן אויס הינער אין די מאסן, נאכ'ן ערציען זיי אין אוממענטשליכע אופנים. אין פארמ'ס, וואו די הינער קענען לעבן נאטירליך אויף דער פרייער לופט ביז ס'קומט זייער לעצטער טאג, איז דער מצב זיכער בעסער. דאך מיין איך אז ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז אויב מיר עסן סיי ווי פלייש, זאלן מיר נישט צוליב דעם פילן אז ס'איז א פראבלעם ווען מיר אליין נעמען ארויס טויזנטער הינער אויף א וואך לאנג פון יסורים און פיין. דער לימוד זכות בנוגע א גאנץ יאר איז אז מיר ווייסן נישט גענוי וואס ס'קומט פאר אין די פאבריקן, אבער בנוגע ערב יום כיפור זענען מיר אליין די פארברעכער, און דאס קומט פאר פאר אלעמען אין די אויגן.
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה
מאידך גיסא בספר אשרי האיש מביא שהגרי''ש אלישיב הקפיד לקיים המנהג בעופות דוקא ושכן המנהג הרווח, ושאין להקל לקיימו בממון, וכן מובא בשם הגר''יי קנייבסקי ולבלחט''א הגר''נ קורליץ ועוד
ילמדינו רבינו מה המנהג הרווח בעולם הליטא ובפרט בעירכם לייקוואד והאם הגר''א קוטלר נהג בזה
חלק מהדברים הם שקרים, וחלקם מוטעים. בליקוואוד רוב בני אדם עושים בתרנגולים, והת''ת של ישיבת ב.מ.ג. מוכרים אותם עבור הציבור בצום גדליה. בעיתונות כל שנה יש תמונות. חוץ מזה יש כפרות 'מרדכי שווארץ' תחת השגחת הרמ''ב קליין, ועוד כמה. המילים האחרונים של הגרי''ז מבריסק בערב יוכ''פ תש''כ היו לבתו רבקה 'נעמט אפ דעם הון'. אני אישית איני עושה, כמו האבא והסבא, אמנם מסתמא היתה בהשפעת העיכובים אשר מחמת הגוים, באשר אצלינו בענגלאנד אין עושים אותו כמו בב''פ, בשווקים וברחובות, ואדרבא, ההשגחות מקפידים שאין שוחטים אלא בבית השחיטה. עכשיו כבר קל לעשות בענגלאנד, ומשנה לא זזה ממקומה. איך ווייס אז אין געיטסהעד האט מען געברענגט פאר'ן רב זצ''ל ע הון, אבער חוץ דעם איז נישט געווען פאר'ן עולם. אפשר זענען די פאר חסידישע אידען זיך מטריח דערפאר, אבער סתם אזוי נישט. דער רב איז א פולקאמער ליטוואק געווען, אבער זיין זון דארט אין געיטסהעד האט זיך נישט אזוי באמיט. זעט מיר אויס אז מ'האט עס געטוהן ווען ס'איז געווען לייכט. מ'האט זיך נישט משוגע געמאכט ווען ס'איז שווער.
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה
שוב ראיתי בלוח עזרת תורה הנפוץ בארה''ב להפוסק המובהק הגרי''א הענקין זצ''ל -וכתב שם- שמקיימין לכתחלה מנהג הכפרות בממון
איך האב געזען דער ספר פון הרב ד. ק. (שנכתבה ע"ש הרב ש.ק.) און איך זעה נישט ווי ער שרייבט אז מ'טוט עס נישט. ער שרייבט גאנץ שטארק אז מ'דארף נישט, און מ'איז יוצא מיט געלט לכתחלה, עכ"פ אזוי ווייזט אויס פון זיין גאנג, אבער וואס מ'טוט האב איך נישט געזען דארט.
איך האב געזען דער ספר פון הרב ד. ק. (שנכתבה ע"ש הרב ש.ק.) און איך זעה נישט ווי ער שרייבט אז מ'טוט עס נישט. ער שרייבט גאנץ שטארק אז מ'דארף נישט, און מ'איז יוצא מיט געלט לכתחלה, עכ"פ אזוי ווייזט אויס פון זיין גאנג, אבער וואס מ'טוט האב איך נישט געזען דארט.
אין לי כעת הספר תחת ידי ויתכן שלא דקדקתי ביותר, אבל את זה אני זוכר שבהערות שם מביא ששוחח עם הגר''ש קמינצקי בענין זה ואמר הרב בערך בזה''ל: "ונוהגים לעשות לכתחלה במעות ואין בזה פקפוק כלל שהעיקר שיתעורר לשוב ושיתן צדקה לעניים ע''כ ועכ''פ זה וודאי שבישיבתו וקהילתו בפילידעלפיא (כמרחק שעה ומחצה מברוקלין) אין נוהגין בזה
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה
שוב ראיתי בלוח עזרת תורה הנפוץ בארה''ב להפוסק המובהק הגרי''א הענקין זצ''ל -וכתב שם- שמקיימין לכתחלה מנהג הכפרות בממון
אני משער שאם מנהיג מפלגת דגל התורה הליטאית נוהג לעשות מנהג הכפרות בממון שחלק ניכר מליטאי ב''ב נוהגים כמותו
הכפרות של הגראי"ל: צדקה לילדים הגראי"ל שטיינמן ערך את מנהג הכפרות על כספי צדקה, אותו העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי משה כהן יום שני ח' תשרי תשע"ו 00:29 21/09/2015
הגראי"ל שטיינמן ערך היום (א') את מנהג הכפרות על כסף.
את כסף הפדיון של הכפרות העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי, כשהוא אומר: "מי שדואג לילדים של הקב"ה אז הקב"ה ידאג לילדים שלו".
אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.
גם אני מצטרף
עס איז פארפירעריש אבער מען קען עס נישט אנרופען דברי ניאוץ עס איז סך הכל א לשון וואס ווערט דערמאנט אין די פוסקים
די כוונה פון דעם פותח האשכול איז אויסדריקליך נישט די זעלבע ווי דעם הייליגן בית יוסף וועלכער שרייבט דרכי האמורי, (און דיר רמ"א פסק'ט אעפ"כ אז מ'זאל יא מקיים זין מנהג כפרות), די פוסקים זענען מבאר אז מענטשן פלעגן ארום קלעטערן זוכן דייקא ווייסע הינדלעך, און גע'פסל'ט שווארצע, דאס איז דרכי האמורי, און דער מטה אפרים און משנה ברורה ווארענען טאקע מ'זאל נישט נאכגיין דייקא ווייסע וועגן דרכי האמורי, וואס די כוונה פון דעם פותח האשכול איז דארף איך נישט מסביר זיין, (איך האלט שוין נאך מפייס זיין..).
דאס איז פאלש. דער בית יוסף זאגט אז כפרות אויף א תרנגול איז דרכי אמורי, די יצר הרע פון דרכי האמורי איז מעכטיג, זי וועט פארדרייען א קאפ מיט שווארץ און ווייס און משוגעתן' אבי צו אנהאלטן די גרויליגע מנהג