כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4630
ירא שמיםאפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.
אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.
בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך
בעל מדותירא שמיםאפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.
אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.
פארוואס ווילען מיר תמימים זאלן זיך דרייען דא?...
Kool manבר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך
איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
לו יצויר סדא א פוסק יחידאי וואס האלט אז יש בו משום דרכי האמורי אבער כל שאר הפוסקים פון די גאונים ביז כל פוסקי וגדולי זמננו האלטן נישט אזוי , איז אזא קעפל און אזא תגובה פון בר דעת א גידוף קעגן כל גדולי ישראל וכל בית ישראל וואס איז ביי זיי אנגענומען די מנהג אלס א מנהג קדוש , און אזא קעפל טרייבט אוועק יעדער איינער וואס האט נאר אביסל סענסעטיווקייט און כבוד גדולי ישראל און כבוד בית ישראל יקר בעיניו.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
די פראבלעם איז אז די מעשה איז פארקערט.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
תסביר
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ס'איז א גרויסע מבוכה אין די פוסקים, און רוב פוסקים זענען נישט קיין גרויסע חסידים דערפון סתם אזוי, אפילו ווער ס'איז נישט חושש צו דרכי האמורי, בעיקר מטעם המנהג וואס איז שוין געווען אזוי איינגעפירט. די דעה דערקעגן איז נישט קיין דעה יחידאה בכלל נאר האט אזש געמאכט איר וועג פראמינענט אין שו"ע אריין.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ס'טרייבט אוועק מענטשען וואס האבען מורא פון א פרעמדע דעה. איך בין נישט איינשטימיג דערמיט, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם מיט ליינען אן אשכול וועגען א נושא מיט וואס איך האלט נישט דערמיט.
אגב, ווי שוין אויסגעשמועסט, איך מאך נישט קיין כפרות מיט א הונדל.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
לאמיר טוישען דעם נוסח אביסל : א מנהג ותיקון וואס האט שטארקע מקורות בדברי הפוסקים והמקובלים , גיין העצן דערגעגען איז א שטארקע פגיעה , סאיז אזוי וואו די וואס שרייען שבת אויף די וואס פארלאזן זיך אויפן עירוב פון ברוקלין , והבל יפצה פיהם של שני כתות הנזכרות , ושלום על ישראל.
יארן לאנג האבן תמימידיגע יודן פארקנאקט דעם שולחן ערוך ווען זיי האבן געזעהן ווי דער מחבר שרייבט אויף די כפרות מנהג "ומנהג שטות הוא"
ביז די נייערע דרוקן האבן עס ארויסגענומען.
זו דרכה של תורה, מ'שרייבט וואס מ'האלט, נישטא קיין הלכות פאליטיקעל קארעקטנאס, ווער עס קען עס נישט סובל זיין זאל פארלאזן די קיך (אדער די קאווע שטיבל) והכל על מקומו יבוא בשלום.
ס'איז כדי נאכאמאל צו ערווענען אז מיין כוונה מיטן עפענן דעם אשכול איז נאר איין זאך אויפצועפענן די אויגן אז מיר זאלן זעהן און פארשטיין אז מען קען נישט מקיים זיין א מנהג מפוקפק דורך עובר זיין א איסור דאורייתא, נישט פארהאן אזא מין זאך אז א מנהג און נאך דערצו א מנהג מיט הארבע פראגע צייכענעס זאל דוחה זיין א איסור מן התורה.
די עיקר פראבלעם באציעט זיך קלאר צו "קאמערשיאל טשיקען-כפרות" ס'איז קלאר אז די מייסדי המנהג וואלטן דאס מבטל געווען (ומשם ווערט שוין נרחב דער שמועס אודות "טשיקען כפרות" בעצם) אבער חס ושלום נישט מבטל זיין די מנהג פון כפרות אויף געלט ס'איז א הייליגע מנהג וואס מיר גייען טאקע אט אט מקיים זיין
ובזכות זה וואס מיר פארמיידן צער פון בעלי חיים, וואס איז א גרויסע ענין ספעציעל ערב יום כפור כמבואר בחיי אדם וועלן מיר אלע האבן א ליכטיג יאר אזוי ווי רבינו הקדוש בשעתו.
אייניקעל,
כ'האב דיר געלייקט נישט ווייל איך בין ח"ו מסכים אז מ'דארף אפשטעלן די מנהג, ווייל אפילו אויב ס'איז דא פראבלעמען דארף מען עס פשוט מתקן זיין. מ'קען גיין צו א טשיקן פארם אין שלאגן דארט. אבער מיט דיין נקודה אז מ'דארף קענען אויסשמועסן מיינונגען אפילו אויב ס'איז קאנטרעווירשעל, דאס בין איך מסכים.
ס'איז אינטערגעוואקסן א דור אשר לא ידע את יוסף, וואס געדענקן נישט די גייסט פון קאווע שטיבל לויט ווי עס איז אוועק געשטעלט געווארן דורך די מיסדים אין די בראשית יארן. מי יתננו ירחי קדם ווען אזעלכע סוגיות עמוקות זענען אויסגעשמועסט געווארן בטוב טעם ודעת לארכה ולרחבה.
איך שרייב שוין לאנג אז פאר מ'שרייבט דארף מען גוט דורך לערנען אשכולות פון די בראשית יארן צו באקומען א געפיל וויאזוי צוצוגיין צו אן אשכול. דער וואס שפירט אז זיין אידישקייט ווערט אםגעשוואכט פון ליינען אזעלכע "העצערישע" קעפלעך, האט בכלל נישט וואס צו זיכן אויפ'ן אינטערנעט ווי בלי ספק זעהט ער זיך אן מיט פול ערגערס.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
קאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.
די מחבר ברענגט אויך נישט קיין צווייטע צד.
ירא שמיםקאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.
די קעפל ברענגט ארויס א מיינונג, האסט א פראבלעם דערמיט? דעבאטיר עס. ביזט צו סענסעטיוו? לייען עס נישט.
קיינער שרייט נישט, ס'איז א בחינה ווי אין טאטע קויף מיר הויזן, לייען עס מיט א רואיגקייט וועסטו זעהן אז די וואליום איז גאנץ נידריג און געלאסן.
א זיס יאר הייליגע ברידער!
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
איך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
פליקעראיך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה
מאנכע פירן זיך עס צי געבן פאר צדקה וויבאלד צים סוף קימט די געלד סייווי צוריק...
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ווי אזוי גייט די געלט ציריק,
אה מסתם מיט די קל וחומר[emoji1]
שלום על ישראלKool manבר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך
איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?
איך האב בסך הכל גענומען די [גרויליקע] רייד - אויסדריק וואס בר דעת האט געשריבען אויף אומצאהליקע פוסקים, און אויף א אור אלטע מנהג וואס צענדליקער טויזענטער יודען זענען מקיים יעדעס יאהר, און די זעלביקע רייד - אויסדריק געשריבען [נישט אויף איהם, נאר] אויף זיין קאמענט. פעיר ענאף?
בכלל נישט. יעדער קען ניצן די טענה פאר זיך, אז די צד שכנגד האקט אויף דעם ממילא האק איך צוריק מיט די זעלבע שפראך. ווען מען דעבאטירט א נושא טאר עס נישט זיין פערזענליך. איך רעד שוין נישט פון די תקנות של הק"ש, נאר ס'איז פשוט נישט געשמאק זיך צו עסן מיט יענעמ'ס שיטה.
א שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .
א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.
טאקע א שאד צו טעהנען מיט עקשנים
Kool manא שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .
א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.
די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף דיר: "דו האסט די חוצפה צו רופן
א הייליגער מנהג אויף עפעס וואס די גרעסטע גדולים האבן גערופן
מנהג האמורי...
<a class="postlink" href="http://gothamist.com/2015/09/23/kaporos_chicken_videos.php#photo-4">http://gothamist.com/2015/09/23/kaporos ... hp#photo-4</a>
האלב לעבעדיגע טשיקענס אריין אין גארביטש טראק, נישט קיין גיטע פּי אַר פאר אונז, שרעקליכע נייעס!, כ׳האב געליינט די comments אינטען
נישט גיט, זייער מיאוס!
#כפרותהאָליקאָוסט #צער בעלי חיים #בל תשחית
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
דאס איז יעדעמ'ס פליכט. פרעגט'ס אייך נאך ביי דיין כפרות צענטער. ווי גייען די טשיקענ'ס נאך כיסוי הדם? ווער כשר'ט עס און ווער איז בודק? וויאזוי האלט מען עס ביז ס'קומט אן צום ארימאן ? ווער טיילט עס? וויאזוי האט מען געהאלטען דער טשיקען ביז צום שחיטה?
הער אויף מיט לאזונגען וועגען הייליגע מנהגים און אדווערטייזמענט'ס אז מ'איז אפגעהיטען. זאג אונז וואס איז דיינע אפיהטונג.
מנהג פון כפרות
Print version
📎 מנהג פון כפרות.pdf
רביה''ק זי''ע
ולא קרב זה אל זה כל הלילה
אייניקעלרביה''ק זי''ע
ולא קרב זה אל זה כל הלילה
לא ראי זה כראי זה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.
אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.
ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.
נאך א מזל עס איז דא קארס, ווען נישט, וואלט פארען מיט א פערד געוועהן צער בעלי חיים. און מען וואלט נישט געטארט פארן אין ערגעץ.
ווי אויך, ניצען א קוה צו אקערעןַ און אנדערע זאכן, וואלט מען אויך נישט געטארט, צער בעלי חיים. ברוך השם עס איז דא מאשינען.
ס'דא וואס טענה'ן אז די גאנצע ענין פון מקפיד זיין אויף דרכי האמורי איז אויך מדרכי האמורי.
חתן בחורלא ראי זה כראי זה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.
אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.
ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.
אויף דער פונקט אז בהמות שפירן נישט קיין אנגסט אז מען פירט זיי צום טויט בין איך נישט זיכער. קודם כל די באוויסטע מעשה מיט רבי און די קאלב און די מייז וכו' וואס מען זעהט דארט. צווייטענס אויב דו גייסט אויף יו טוב קען מען טרעפן ווידאו פון בע''ח וואס ציטערן פון דעם טויט. אפשר קענסטו זאגן כי לכך נוצרת אבער אנגסט מיינעך איז עס אלץ.
חתן בחורא חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט
אמממ... וואס מיינט צימוק הריאה?
"מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר. (רמב"ם הלכות תפילה ט, ז)
די פריעסטע מקור פאר די "מנהג האמורי" פון כפרות שלאגן איז א תשובה פון ארום 1,400 יאר צוריק פון איינער פון די ערשטע גאונים, געדרוקט אין ספר תשובות הגאונים שערי תשובה סימן רצ"ט, די מערערים האבן זיך אויפגעוועקט הערשט 500 יאר שפעטער...

מען רעדט וועגן שחט'ן טשיקענס, כאילו עס איז צער בעלי חיים, באמת?
אין אמעריקא ווערען גע'הרג'ט ניין ביליאן טשיקענס א יאר.
.
עס באדערט מיך שוין לאנג וואס איז פשט פון דער מנהג פון לייגן הבדלה וויין אויף די אויגן (וכדו' כל אחד לפי מנהגו...),פארוואס גייט עס נישט אריין בגדר דרכי אמורי??
דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.
די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
מפיל קינדדער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.
די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
אבער מען האט אינזין עס זאל זיין א סגולה פאר די אויגן און געלט וכדו' וואס דאס איז ממש מעשה אמורי צו גלייבען אז געוויסע מעשים וואס איך טוה גייט מאכן אז דאס און דאס זאל געשעהן..... וצע"ג.
פארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
רביה''ק זי''עפארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
ווייל יענץ איז נישט די סיבה עס איז נאר א סגולה, משא"כ דא איז דאס דער טעם פארוואס מען טוט עס....
רביה"ק זי"ע: אין דעם גלייב איך יא. אז די נענועים פון די ד' מינים העלפט אפשטעללן די רוחות רעות. ווייל דאמאלס איז די האריקעין סיזן...!
איך מיין אז דא קען מען זאגן די זעלבע תורה, די סיבה פארוואס מ'טוט עס איז אלס חביבות המצווה, די אויגן מיט די געלט איז נאר א סגולה.
ר' בערל, נעוואדע אזוי, פארדעם טאקע איז סוכות סוף זוממער כדי אפצושטעלן (כאטש טיילווייז..) די אלע בייזע ווינטן...
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
רביה''ק זי''עאיך מיין אז דא קען מען זאגן די זעלבע תורה, די סיבה פארוואס מ'טוט עס איז אלס חביבות המצווה, די אויגן מיט די געלט איז נאר א סגולה.
וואס איז די חביבות פון עס לייגען פינקט אויף די אויגען??
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
רביה''ק זי''עפארוואס זאל עס זיין ערגער פון שאקלען לולב כדי אפצושטעלן שלעכטע ווינטן און רעגנס? (סוכה לז:)
עס איז טאקע נישט ערגער, נאר דאס איז א דאורייתא און יענץ איז נאר א מנהג. דאס שטערט קיינעם און יענץ איז גורם איבעריגע צער בעלי חיים.
דרכי האמורי מיינט נישט אז די אמורים זענען ווייניגער ראציאנאל ווי אידן, עס איז נאר פשוט נישט אונזער גלויבונג.
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
@פארוואס? רביה"ק באציעט זיך צו לולב vs שמירן הבדלה וויין נישט צו כפרות.
ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך לכבוד עניני דיומא