☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4630
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:30 pm

· #536509
מפיל קינד
דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.

די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
וואספארא חביבות המצוה וועסטו ארויסווייזן ביי כפרות. אז דו האסט ליעב דעם טשיקן? איך האב אויך ליעב דעם טשיקן ווען ער/זי איז אפגעקאכט און ליגט אויף מיין טעלער.

סקעפטיקער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:19 pm

· #536650
נתן סליפקין ברענגט גוט ארויס אז עס איז נישט די מנהג כפרות בעצם וואס איז א פראבלעם, נאר די וועג וויאזוי עס ארבעט היינט
https://www.rationalistjudaism.com/p/the-chicken-swing

כף הקלע » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:38 am

· #536653
מיין מאמע האט מיר פארציילט אז זי האט געטוהן כפרות ביי בינגאו פאר א סך הכל פון $5!
איך האב מורא געהאט צו פרעגן ווי אזוי עס האט אויסגעזען, ווייל פארשטייט זיך, זיך אפגעבן מיט די עופות ווי מען דארף איז נישט זייער טייער, אבער עס געדוירט אביסל צייט און צייט פון ארבייטער איז געלט.
דאס איז נאנט צו מיין הארץ ווייל איך האדעווע טשיקענס.
בלאט: 1 2 3 4