☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קרית יואל

קרית יואל

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4601
בלאט: 1 2

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:23 pm

· #145407
קרית יואל
דער אמת איז אז די ארטיקל איז געליגן פארפאקט ערגעץ פארווארפן אין די ברוינע קאטעגאריע, האב איך געקלערט עס אהערצושטעלן (און כ'בעט ענק לאזט עס דא, ווילסט דיך אויסגעבן כמנהג בית צימעס גיי אהין)

villager
איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל?

איידער איך וועל צוקומען צו דעם לאמיך אביסעלע היסטאריע דערציילן...
מאנרא איז ארויפגעקומען אויפן טיש נאכן דורכפאלן אין:

סטעטן איילענד (די געגענט האט געהייסן 'ארדען הייטס') ווי מ'האט שוין אראפגעלייגט 850 טויזענט דאלער דיפאזיט פאר 190 עיקער, ס'איז געווען זייער ביליג דעמאלטס צוליב די ווערעזאנא ברידזש איז נאכנישט געשטאנען, און מ'האט געדארפט פארן מיט א שיף צו ברוקלין. אבער נאכדעם איז די פרייז זייער ארויף ווען די ברידזש איז שוין געשטאנען.

פרענקלין, ניו דזשערסי, זייער שנעל אראפ פון טיש.

דאווער, ניו דזשערסי (בערך 45 מייל פונעם לינקאלן טאנעל) און דעס איז שוין געווען באריכטעט אין די פעפערס. בערך 400 מענטשן האבן שוין געגעבן בערך 700 דאלער פאר א דירה דארט. דארט איז עס געגאנגן שלאפן ווען די לויער פונעם מוכר איז געווען א פרייע איד וואס האט למעשה געארבייט קעגן די סאטמארע און די עיקר פראבלעם איז געווען ווער ס'דארף צושטעלן די ראודס און סוער וכו'. למעשה האט קהל צוריקגעגעבן כמעט די גאנצע געלט פאר יעדעם און מ'בלייבט אין וויליאמסבורג..

קאנארסי איז אויך שנעל אראפגעגאנגן פון טיש ווייל מ'האט כמעט נישט געקענט קויפן קיין שטחים, נאר געווען פערטיגע זעקס שטאקיגע בילדינגס.

מאונט קיסקא (נעבן נייטרא) אויך זיך נישט אויסגעארבייט

יארקטאון הייטס, האט זיך שוין ווייטער עפעס געריקט אבער געווארן אויס ביים סטראוק פונעם רבי'ן ז"ל תשכ"ח.

קאנגרעס לעיק, האט מען שוין געגעבן א דיפאזיט, דארט האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מערכה פון די שכינים צו פייטן און זיי האבן געשטימט אז די געגענט זאל בלייבן פוסט.

וואשינגטאן וויל (לעבן מאנרא, געהייסן 'לעיק ענד באנגעלא קאלאני') דארט איז שוין געווען 150 דירות/באנגעלאוס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט זעהענדיג אז מ'וועט צופיל געלט דארפן אריינלייגן

און פון דארט איז מען אנגעקומען קיין:
מאנרא, די לאטס האבן באלאנגט פאר דריי דאקטערס און לויערס, ר' חיים הערש ליימזידער איז אנגעקומען דערצו דורך א בראקער מיט די נאמען 'איגאר'
ס'האט געהאט א מעלה אז די טאון אף מאנרא איז געווען אינד'ערד און געווען אין גרויסע חובות. אויך האט אוועקגעקוקט אויף די ווייטקייט צוליב וואס ס'איז דעמאלטס באקאנט געווארן אז די ניובערג עירפארט גייט זיך פארברייטערן און מ'גייט בויען א טרעין פון מאנהעטן צו מאנרא וואס די וועג וועט נעמען שנעל.
villager
ווער האט עס אפגעקויפט?

ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, ראה"ק ומנהל המוסדות סאטמאר, וראש העיר דקר"י האט אינטערגעשריבן די מקח.
אפגעקויפט האט מען עס אין צוויי פאזעס, די גרויסע חלק האט מען אפגעקויפט פאר בערך 750 טויזענט דאלער. און נאך א קלענערע שטח פאר בערך 50 טויזענט. (דרך אגב, די פיפציג טויזענט האט געדארפט זיין קעש וואס שפעטער ווען די מוכרים זענען עפעס געוואר געווארן אז די קויפערס זענען עשירים האבן זיי געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז און די גאנצע מקח איז שיעור געווארן אויס, און מ'וואלט ווען פארלוירן די 50 אלפים ווייל קיין שטר איז דערויף נישט געווען) מ'האט קודם אפגעקויפט די לאט וואס איז באקאנט אלס סעקשאן איינס.

צוליב דעם וואס אין די פריערדיגע פראיעקטן איז מען דורכגעפאלן איז דעס געווען א טאפ סיקרעט! ווי היסטאריקער שרייבט
היסטאריקער
יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט

ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן

מ'האט איינגעשפאנט ר' ישעי' (אסקער) פישער, א שוואגער מיט ר' לייביש'ן, וואס איז נישט געגאנגן אנגעטוען ווי א חסיד, ער האט זיך געטראפן מיט די באהערדע אלץ דער אייגענטומער פון מען-וואד קאנסטראקשען, און אנגעהויבן צו ארבייטן מיט די לאקאלע רעגירונג צו באקומען די אפראוועלס. אינצווישן האט ער אריינגעדרייט ר' חיים הערש ליימזידער אז ער איז זיין רעכטע האנט אין ביזנעס און מיט אים זאל מען האנדלן,

ר' חיים הערש און ר' משה'לע גליק (ער האט אויך געסיינט אויפן 1.75 מיליאן קאנסטראקשען לאון מיט ר' לייביש און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער) האבן געקויפט נאך שטחים (וואס איז באקאנט אלס סעקשאן 3 און 4) און עס תיכף פארקויפט פאר קהל פאר קאסט פרייז. שפעטער ווען אלעס איז שוין געווען מער ווייניגער אפראווט האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט... מאן-וואד האט דעמאלטס פארקויפט פאר 18 טויזענט דאלער א לאט פאר א פריוואטע הויז.

ר' חיים הערש האט זיך יעדעס מאל געמוזט פארשטעלן אז מ'זאל נישט וויסן אז די חרדים קומען אהער, און מ'האט אויך געבעטן דעם עולם נישט ארויסצופארן קוקן ס'פלאץ. כ"א כסלו תשל"ד האט ר' לייביש אפיציעל געבראכן די נייעס אז אלעס איז שוין כמעט פערטיג!
villager
ווער איז משה מאנראוער

אזוי ר' חיים הערש איז געווען פארנומען מיטן בויען, האט מען געוואלט אויפנעמען א מענטש וואס זאל זיין אן-טאפ פון די געלט, האט מען געלאזט רופן צום רבי'ן ר' שלמה מעכל ראזנער, ר' שלמה מעכל האט זיך אינטערגענומען ס'ארבייט און אריינגענומען ר' משה פריעדמאן (באקאנט אלס משה מאנרא)

מאן-וואד האומס האט געטוישט נאמען צו "מאן-פילד האומס". מאן-פיעלד האט פארקויפט א פיר רומיגע דירה פאר 28 טויזענט דאלער (9 טויזענט דיפאזיט) און א פינף רומיגע דירה פאר 32 טויזענט (12,000 דיפאזיט). זיי האבן שפעטער געוואלט ארויפגיין מיט די דיפאזיט פרייזן און די רבי האט נישט געלאזט.

לאזט מיך נאך אביסעלע מער דערציילן...
די גרינדן די ווילעדזש איז א מסכת פאר זיך. נאכדעם וואס די טאון האט אויסגעטיילט צרות צרורות אויפן יעדן טריט און שריט, וואס מ'האט זיי געבעטן האבן זיי פרובירט אפצוווארפן, אפגערעדט פון טוישן געוויסע זאכן אין די הייזער, צו עפענען געשעפטן אין די בעיסמענטס.
קודם האט מען פרובירט צו מאכן פראפעגאנדע און מ'האט אויפגענומען א טייערע פאבליק רילעשאן'ס קאמפעני צו. פארשפרייטן אין די לאקאלע צייטונגן אז די חסידים זענען יא וואוילע מענטשן און געטריי צום לאנד וכו'. איז אויפגעקומען די עצה פון גרינדן אן אייגענע ווילידזש ווי מ'קען אליינס מאכן די זאונינג וכו'. פארשטייט זיך די טאון האט פרובירט צו פייטן. איינע פון זייערע עצות הרעים איז געווען אז מ'זאל צוזאמשטעלן די טאון אף מאנרא מיט די ווילידזש אף מאנרא (וואס דאס איז געווען א שלום מדין ומואב, נאך איבער הונדערט יאר וואס די צוויי זענען זיך נישט אויסגעקומען, ממילא קען קרית יואל נישט גרינדן א ווילידזש, ווייל א פון א טאון קען מען זיך אפטיילן און גרינדן א ווילידזש, אבער פון א ווילידזש צו א ווילידזש נישט. די אנעקסירן. למעשה איז מען געגאנגן אין קאורט פאר "דיסקרימינאציע" נאך מיטונגען מיט די טאון און געוויסע פירערס דארט האבן זיך זייער מיעוס אויסגעדריקט קעגן יודן איז די דיסקרימינאציע טענה שטערקער געווארן. און נאך גרויס פראטעקציע און פארבינדונגן מיט די אינסטאנצן איז די ווילידזש עפראווט געווארן אנפאנג ווינטער תשל"ז. דער דעמאלטסדיגער סעקרעטערי אף סטעיט ניו יארק, מאריא קאומא (שפעטער דער גאווערנער) האט עס באשטעטיגט אפאר וואכן שפעטער.

למעשה ווען מ'האט עס שוין געגרינדערט איז ר' לייביש געווארן מעיאר. און די טראסטי'ס זענען געווען ר' אליעזר וואלדמאן, ר' אליעזר ליימזידער, ר' ליפא בראך, און ר' גרשון פרץ וויינשטאק.

נאכדעם האט מען געשטעלט שבעה טובי העיר -וואס מ'האט געוואלט אז ע"פ הלכה זאל יעדער זיי מוזן פאלגן- ס'זענען געשטעלט געווארן, ר' לייביש, ר' יוסל אשכנזי - משב"ק, ר' עזריאל גליק - משב"ק, ר' סענד דייטש - ראה"ק ומנהל המוסדות, ר' שלמה מעכל, און ר' משה פריעדמאן. אלס די זיבעטער האט מען געוואלט אז די רבי זאל זיין, נאר הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, אנאנים רב, דעמאלטס דומ"ץ סאטמאר ב"פ האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ער שטעלט קען ער נישט זיין. און מ'האט געשטעלט ר' שלמה זלמן סאנדער.

זימער תשל"ד האט זיך די רבי ארויסגעצויגן קיין קרית יואל אין די דירה פון משפחת שלעזינגער שיחי'

villager
און ווען איז ער אראפ פון די מאכט? און וואס איז געשען מיט זיין ארגענזישען מיט אלע זיינע ריעל עסטעיט? ווער איז וועד הקריה? וויפיל פראפערטי האבן זיי נאך? נישט קיין פאליטיק פליז נאר בלויזע פאקטן.

שמואל הלוי
איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:33 pm

· #145409
שכויעך פאר די שיינע באשרייבונג, קיפ אפ

אגב
שעפטל
האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט...

ווער ס'האט געפאלגט האט געפאלגט, אסאך האבן נאכאלץ יא געקויפט אליין

בן ישי » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:50 pm

· #550993
Re: קרית יואל
שעפטל #
איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)
אפשר איז מען ממשיך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:34 pm

· #551018
Re: קרית יואל
שעפטל: איך ווייס אז דו ביסט שוין (נעבעך) נישט בין החיים אויף קאווע שטיבל. אפשר ביסטו גאר מגולגל געווארן אין דעם חשוב'ן ניק "שעפטאל". ס'קען זיין דיין טאטע האט ביי דיין ברית נישט גוט אונטערגעזאגט פאר דעם רב וואס האט געמאכט די ברכות. אדער האט ער שוין נישט געהערט גוט צוליעב זיין עלטער אדער אנדערע סיבות.

בכל אופן. איך האב דיר געוואלט פרעגן, נאכדעים וואס איך האב געזעהן אז דו ביסט זייער שטארק בקי אין די היסטאריע פון קרית יואל. האביך געוואלט פרעגן ביי דיר אויב דו ווייסט ווער ס'האט געגעבן דעם ערשטן מארגעדזש אז מ'זאל קענען אנהייבן בויען הייזער און די אינפראסטרוקטשער אין קר"י.

דער מארגעדזש איז געווען אויף א ריזיגע סכום בימים ההם. 8 מיליאן דאללער.

yesiknow » פרייטאג פעברואר 23, 2024 9:12 am

· #551048
Re: קרית יואל
עפעס מיט די ציונים אויב געדענק איך גיט, שוין גיי פארשטיי

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:59 pm

· #551069
Re: קרית יואל
יא: די ציוניסטישע בנק לאומי. זיי האבן וויליגערהייט געגעבן א מארגעדזש פאר קהילת סאטמאר. ס'איז נישט קיין פעילער. ס'ווייזט נאר אז א איד בלייבט א איד. פארשטייצעך. זיי האבן נישט דערלייגט צום געשעפט. כ'בין זיכער ס'איז אויך געמאכט געווארן א שטר היתר עיסקא. א פרוזבול ביניך שוין נישט אזוי זיכער.

דער ווייס פרעזידענט פון בנק לאומי (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז נישט צוגעגאנגען צו 3 אידן אין ביהמ"ד אז זיי זאללן חתמ'נען דעם שטר פרוזבול.

yesiknow » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:16 pm

· #551071
Re: קרית יואל
כפי השמועה לבסוף לא שלמו את המשכנתא ועשו דיל שלא למחות נגד המדינה עד כלות שני המשכנתא

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:49 pm

· #551083
Re: קרית יואל
מעגליך: נאר איך האב עס קיינמאל נישט געהערט (די גמ' זאגט לא שמענו אינו ראיה.).

איך בין זיכער אז די קאנעקשן אז זיי זאללן געבן א מארגידזש בכלל איז געקומען דורך א איד פון די קהילה וואס האט געהאנדלט מיט זיי.

קהילת סאטמאר (אלע פראקציעס) און פריוואטע מענטשן אין די קהילה האבן א סאך פראפערטיס אין ארץ ישראל/מדינת ישראל. אויך אין אמעריקע האט א גרויסער עולם געטון ביזנעס מיט בנק לאומי.

שיטה לחוד. ו'ביזנעס לחוד.

עמרם » זונטאג פעברואר 25, 2024 1:56 am

· #551139
Re: קרית יואל
זייער אינטערעסאנט

דערמאנט מיך, אז כ'האב אמאל געהערט, אז פאר די גרויסע בנין פון תולדות אהרן, אין ירושלים, האט מען באקומען א שיינע נדבה פון די שלטון הכופרים,
גיי ווייס אויב ס'איז אמת ...

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 25, 2024 4:10 am

· #551148
Re: קרית יואל
עמרם: און וואס מיינסטו טוען די אלע ישיבות ומוסדות וועלכע נעמען געלט פון קרן הצלה? זיי זאגן ווי וואוילע יונגלעך אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון שלטון הכופרים. און מיט אנדערע נעמען און אדרעסן, ווי א פאוסט אפיס באקס אין א צווייטע שטאט נעמען זיי מיט ביידע הענט.

טירן » דינסטאג מאי 7, 2024 11:15 pm

· #561241
Re: קרית יואל
די וואך שבת מהר"א ביי פרקי אבות ס'האט געמאכט א שטורעם,

פרקי אבות, מער ווייניגער געזאגט תורה אויפן מדרש מה ראה ארונו של יוסף,
זאגענדיג דערביי אז עס איז נאך שריים פון יו''ט.
ביים סוף ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע מידות טובות פונעם בעל הילולא,

דער טאטע ז''ל האט אסאך געטוהן פאר אלע קהילות פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער פאר ק''י וכו'
זיינע פעולות זעהט זיך נאך אן עד היום הזה אין גאנץ ק''י, אין די עמטליכע גרעניצן און אין אלע גלילות ארום, מען האט זוכה געווען צו מרחיב זיין די גבולות הק', מען האט געגעבן נעמען פאר די שכונות, ב''ה די אידן פון מחנה אלוקים זענען זייער צופרידן, משא''כ די אידן פון די מחנה מגושמים טאקע נישט,

עס איז דא ב''ה בתי מדרשים פון די קהילה איבער די גאנצע שטאט, עס איז דא תקנות פאר די בתי מדרשים, כלליות'דיגע תקנות און פרטיות'דיגע תקנות, מען זאל זעהן עס צו מחזק זיין, מען קען אפליינען די תקנות, איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין אלע פרטים, אז דער בעל הילולא האט זייער מקפיד געווען אויף זמן תפלה, ווער עס פארשפעטיגט האט אויך א זמן ביז ווען מען קען דאווענען,
איך האב געהערט אז דא אין בהמ''ד איז דא מנינים נאך חצות, עס איז קעגן די הלכה!! פארוואס איז עס אזוי?! קיינער שטייט נישט דעמאלטס אויף, נאר מען האט היינט די כלים המכשירים וואס מען איז פארנומען מיט מסחר, מען ארבייט פארן דאווענען, דאס איז אויך קעגן שלחן ערוך!! מען טאר נישט דאווענען נאך חצות!!

עס איז דא נאך א זאך דא אין ק''י וואס איך האב היינט געהערט, איך האב נישט געוויסט,
עס קומען דא אין קרית יואל אלע משפיעים, אבער עס האט זיך געגרינדעט א ביהמ''ד פון עפעס א משפיע בונקער, זיינע מענטשן האבן געעפנט א בהמ''ד, אין אלע בתי מדרשים דאווענט מען שבת 9:30, מען האט שוין געהערט אפילו 10:00, אבער דארטן דאווענט מען איין מנין 11:00 12:00 1:00.. איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!! אונז זעמער זייער ליבעראל אין ק''י אבער אזא בהמ''ד קען נישט זיין דא!! איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!!!

דער אייבערשטער זאל העלפן וכו'.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:04 am

· #561243
Re: קרית יואל
דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!

yatzmachp » מיטוואך מאי 8, 2024 12:21 am

· #561244
Re: קרית יואל
האט מען עס פארשפארט?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:30 am

· #561247
Re: קרית יואל
נאכנישט: אחרי ככלות הכול דא איז נאכנישט סקווער. (ב"ה).

שיינע איד » מיטוואך מאי 8, 2024 1:44 am

· #561253
Re: קרית יואל
yatzmachp #
האט מען עס פארשפארט?
קענסט זיין זיכער עס וועט זיין פארשפארט עס איז טאקע נישט סקווירא אבער עס איז פארט סאטמאר מען גייט נישטפארברענען דער משפיע אבער דער בנין גייט ברענען

אלפא » מיטוואך מאי 8, 2024 11:51 am

· #561271
Re: קרית יואל
תלוי, אויב אמעריקע איז ממש ווי רוסלאנד דאן איז ק"י ממש ווי סקווער...

לגופו של ענין, עס איז א ריכטיגע נקודה, (הגם לויטן תשובות מהר"ם שיק סי' צא וואלט מען געקענט מקיל זיין לגבי דאווענען נאך חצות אויך - ווער רעדט נאך אינעם ב"ח'ס האלבע שעה, והדברים עתיקין..) אבער וואו קומט דער ברך משה אריין אין בילד פארשטיי איך נישט?! אויב מעג מען נישט דאן טאר מען נישט אין ערגעץ, און אויב ער וויל סתם אזוי נישט לאזן זאל ער עס זאגן קלאר. (ואולי נקט כהמג"א בסי' קנו)..

היימלינד » מיטוואך מאי 8, 2024 12:46 pm

· #561282
Re: קרית יואל
berlbalaguleh #
דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
די לייק איז פשוט ווייל אז זיידי בעהט גיבט מען

אינטרעסאנט אז ער רעדט פון די הלכה פון נאך חצות, זמן תפילה איז אויכעט הלכה, קען זיין אויף שבת איז דא א מסורה אדער נישט, אבער אינדערוואכען איז לכו"ע נישט קיין לכתחילה, איי סאטמאר רב? ער האט געדאווענט נאך חצות אויך וממנו אין ראיה.

אגב וועלעכע שול איז די מדובר ?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2024 9:36 am

· #561413
Re: קרית יואל
אלפא #
תלוי, אויב אמעריקע איז ממש ווי רוסלאנד דאן איז ק"י ממש ווי סקווער...

לגופו של ענין, עס איז א ריכטיגע נקודה, (הגם לויטן תשובות מהר"ם שיק סי' צא וואלט מען געקענט מקיל זיין לגבי דאווענען נאך חצות אויך - ווער רעדט נאך אינעם ב"ח'ס האלבע שעה, והדברים עתיקין..) אבער וואו קומט דער ברך משה אריין אין בילד פארשטיי איך נישט?! אויב מעג מען נישט דאן טאר מען נישט אין ערגעץ, און אויב ער וויל סתם אזוי נישט לאזן זאל ער עס זאגן קלאר. (ואולי נקט כהמג"א בסי' קנו)..
ער האט נישט געוואלט סאונדן ווי א דיקטאטאר. ער האט אויף אן איידעלן אופן דערמאנט אז ס'איז קעגן די הלכה. און זיין רצון איז אז מ'זאל זיך צו שטעללן.

טירן » דאנערשטאג מאי 9, 2024 8:26 pm

· #561522
Re: קרית יואל
יעצט הער איך אז די אינגעלייט פון יענעם שול זענען אריין צו ר'אהרן אין מ'האט זיך פארגליכענט, די שול בלייבט אפן. איך בין נישט באקאנט וואס די הסכם איז געווען

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2024 10:48 am

· #561604
Re: קרית יואל
berlbalaguleh #
דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!

סארי, אין דרכי בכך, אבער האמת ניתן להיאמר...

אויב מען פרעגט מיר, איז די דרשה ממש א עקל, מען רעדט נישט אזוי!!! "איך וויל פארשפארן דעם ביהמ"ד"...
"איך"
"איך"
"איך"
"פארשפארן א ביהמ"ד"!!

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון! איך וואונדער מיך אויב דער איד האט איין פאזיטיווע צעל אין זיך. קען איינער אנצייגן א דרשה פון דעם רשכבה"ג וואס האט אין זיך אהבה און שמחה?

יעצט לאמיר זעהן וויפיל לייקס איך וועל באקומען פאר מיינע אמת'ע דיבורים....

היימלינד » פרייטאג מאי 10, 2024 11:08 am

· #561608
Re: קרית יואל
שמעקעדיג #

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון!
ווער זאגט אז ער האט נישט פראבירט? just asking

איך האב דייקא נאר צוטירט די חלק ווייל אויף דאס פרעג איך, נישט קיין סתירה מיט די איבריגע וואס דו האסט געשריבען

חֶנְוָנִי » פרייטאג מאי 10, 2024 11:56 am

· #561615
Re: קרית יואל
היימלינד #
שמעקעדיג #

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון!
ווער זאגט אז ער האט נישט פראבירט? just asking

איך האב דייקא נאר צוטירט די חלק ווייל אויף דאס פרעג איך, נישט קיין סתירה מיט די איבריגע וואס דו האסט געשריבען
ווייל נאכן אריינגיין צו אים האט ער טאקע צוריקגעצויגן. אזוי האב איך געליינט

היימלינד » פרייטאג מאי 10, 2024 12:23 pm

· #561616
Re: קרית יואל
חֶנְוָנִי #
היימלינד #
שמעקעדיג #

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון!
ווער זאגט אז ער האט נישט פראבירט? just asking

איך האב דייקא נאר צוטירט די חלק ווייל אויף דאס פרעג איך, נישט קיין סתירה מיט די איבריגע וואס דו האסט געשריבען
ווייל נאכן אריינגיין צו אים האט ער טאקע צוריקגעצויגן. אזוי האב איך געליינט
אפשר זענען זיי אריין און עפעס מקבל געווען אבער ביז יעצט האבען זיי געפיפען, האט די דרשה אויפגעטוען
אפשר נישט?

מיין פוינט איז געווען צו פרעגען אויב ער האט מברר געווען אדער סתם געשאסן א מחאה אויף די מחאה

שיינע איד » פרייטאג מאי 10, 2024 1:30 pm

· #561629
Re: קרית יואל
איך האב נישט געוויסט אז פארברענען קארס אין בנינים פון שונאים איז אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?

ייעעקקבב » פרייטאג מאי 10, 2024 1:46 pm

· #561632
Re: קרית יואל
היימלינד #
אפשר זענען זיי אריין און עפעס מקבל געווען אבער ביז יעצט האבן זיי געפיפן, האט די דרשה אויפגעטוען,
אפשר נישט?

מיין פוינט איז געווען צו פרעגן אויב ער האט מברר געווען אדער סתם געשאסן א מחאה אויף די מחאה

לויט וויאזוי מען שמועסט איז ער געוואר געווארן פון די בית המדרש יענע וואך שבת,
און ער האט תיכף מוחה געווען אויף די שרעקליכע פירצה פון דאווענען 11:00 אנשטאט 10:30 ר''ל, לב מי לא יחרד
און ער האט מורא'דיג וויכטיג געדארפט מבזה זיין די משפיע ברבים

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2024 2:54 pm

· #561640
Re: קרית יואל
עמרם #
זייער אינטערעסאנט

דערמאנט מיך, אז כ'האב אמאל געהערט, אז פאר די גרויסע בנין פון תולדות אהרן, אין ירושלים, האט מען באקומען א שיינע נדבה פון די שלטון הכופרים,
גיי ווייס אויב ס'איז אמת ...
און פון דעם אמעריקאנער שלטון הכופרים איז שלעכט? גיי קוק דעם תולדות אהרן בילדינג אין מאנסי, בליעה"ר.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2024 3:03 pm

· #561641
Re: קרית יואל
אלפא #
תלוי, אויב אמעריקע איז ממש ווי רוסלאנד דאן איז ק"י ממש ווי סקווער...

לגופו של ענין, עס איז א ריכטיגע נקודה, (הגם לויטן תשובות מהר"ם שיק סי' צא וואלט מען געקענט מקיל זיין לגבי דאווענען נאך חצות אויך - ווער רעדט נאך אינעם ב"ח'ס האלבע שעה, והדברים עתיקין..) אבער וואו קומט דער ברך משה אריין אין בילד פארשטיי איך נישט?! אויב מעג מען נישט דאן טאר מען נישט אין ערגעץ, און אויב ער וויל סתם אזוי נישט לאזן זאל ער עס זאגן קלאר. (ואולי נקט כהמג"א בסי' קנו)..
אלפא: אין העיליגן שטעיטל סקווירא גייט מען נישט נאכקוקן אין שו"ע אדער אין די שו"ת מהר"ם שי"ק פאר מ'גייט נעמען עקשן אקעגן א יחיד אדער א גרופ.

מ'פרעגט אפילו נישט דעם רעבי'ן. והא ראיה ער "וועיסט" קיינמאל נישט ...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2024 3:09 pm

· #561642
Re: קרית יואל
היימלינד #
berlbalaguleh #
דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
די לייק איז פשוט ווייל אז זיידי בעהט גיבט מען

אינטרעסאנט אז ער רעדט פון די הלכה פון נאך חצות, זמן תפילה איז אויכעט הלכה, קען זיין אויף שבת איז דא א מסורה אדער נישט, אבער אינדערוואכען איז לכו"ע נישט קיין לכתחילה, איי סאטמאר רב? ער האט געדאווענט נאך חצות אויך וממנו אין ראיה.

אגב וועלעכע שול איז די מדובר ?
היימלינד: ייש"כ פאר דיין אויפמערקזאמקייט. נאר איין נקודה. סאטמאר'ע רב האט געהאט זייער א קלארע בירור עפ"י שו"ע פארוואס ער האט געדאוונט שפעט. ואכמ"ל. דו זאגסט אליין. .. אז פון איהם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. די הלכה בלייבט ווייטער. נאר ער האט געהאט א (ספעציעלן) היתר.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2024 3:17 pm

· #561643
Re: קרית יואל
שמעקעדיג #
berlbalaguleh #
דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!

סארי, אין דרכי בכך, אבער האמת ניתן להיאמר...

אויב מען פרעגט מיר, איז די דרשה ממש א עקל, מען רעדט נישט אזוי!!! "איך וויל פארשפארן דעם ביהמ"ד"...
"איך"
"איך"
"איך"
"פארשפארן א ביהמ"ד"!!

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון! איך וואונדער מיך אויב דער איד האט איין פאזיטיווע צעל אין זיך. קען איינער אנצייגן א דרשה פון דעם רשכבה"ג וואס האט אין זיך אהבה און שמחה?

יעצט לאמיר זעהן וויפיל לייקס איך וועל באקומען פאר מיינע אמת'ע דיבורים....
הרב שמעקעדיג: לפענ"ד האט ער נישט גערעדט אזוי שלעכט. א רב מוז דאך זאגן זיין חוות דעת. וואדען זאל ער זאגן ...יענער האט געזאגט?...!

איך מיין אז ס'זענען דא מענטש וועלכע האבן אן אלערגיע (עלערדזש"י בלע"ז) צו ר' אהרן. וואס ער זאגט און וואס ער טוט טויג נישט. איך וואלט נישט געוואלט אז דער רב פון מיין קהילה זאל נאר געבן קידוש שבת אינדערפריה און עולה זיין ששי. און די איבריגע צייט זאל ער גארנישט זאגן און גארנישט טון.

וואס זאל ער זאגן? אז דער לאקשן קוגל איז זייער גוט געלונגען. כ'האב מורא אז אפילו ער וועט נאר דאס זאגן וועט דער עולם האבן צו קריטיקירן..

מענדל » פרייטאג מאי 10, 2024 3:36 pm

· #561644
Re: קרית יואל
טירן #

איך האב געהערט אז דא אין בהמ''ד איז דא מנינים נאך חצות, עס איז קעגן די הלכה!! פארוואס איז עס אזוי?! קיינער שטייט נישט דעמאלטס אויף, נאר מען האט היינט די כלים המכשירים וואס מען איז פארנומען מיט מסחר, מען ארבייט פארן דאווענען, דאס איז אויך קעגן שלחן ערוך!! מען טאר נישט דאווענען נאך חצות!!

עס איז דא נאך א זאך דא אין ק''י וואס איך האב היינט געהערט, איך האב נישט געוויסט,
עס קומען דא אין קרית יואל אלע משפיעים, אבער עס האט זיך געגרינדעט א ביהמ''ד פון עפעס א משפיע בונקער, זיינע מענטשן האבן געעפנט א בהמ''ד, אין אלע בתי מדרשים דאווענט מען שבת 9:30, מען האט שוין געהערט אפילו 10:00, אבער דארטן דאווענט מען איין מנין 11:00 12:00 1:00.. איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!! אונז זעמער זייער ליבעראל אין ק''י אבער אזא בהמ''ד קען נישט זיין דא!! איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!!!

דער אייבערשטער זאל העלפן וכו'.
פארוואס די ערשטע וויל ער נישט פארשפארען אין די צווייטע יא אויב איינער קען מיר מסבר זיין

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 2:17 am

· #561686
Re: קרית יואל
מענדל #

ווייל ס'קען נאך ווערן א מנהג אז אין דעם ביהמ"ד וועט מען דאווענען דינסטאג נאכמיטאג שחרית של שבת. און פרייטאג נאכמיטאג א שעה פאר'ן זמן פון שב"ק וועט מען זאגן היום יום רביעי של שבת. און ל"ג בעומר וועט מען פארברענען דעם חמץ. און פורים 'עט מען צינדן חנוכה לעכט.

מ'קען נישט מאכן קיין פורים שפיעל פון אידישקייט און פון שולחן ערוך.

מענדל » זונטאג מאי 12, 2024 2:33 am

· #561690
Re: קרית יואל
הרב ר' בערל שליט"א איר האט נישט פארשטאנען די קשיא

לאכעדיג » זונטאג מאי 12, 2024 2:37 am

· #561691
Re: קרית יואל
רבי בערל בעל עגלה, איך האף אז נאכן אריינקומען אזוי פאטריאטיש פאר די מהר"א פארטיי דא אויף ק"ש באקומט איר כאטשיג א שיינעם געהאלט דערפאר פון שמואל שלמה טעללער - הויפט באאמטער אינעם פארטיידיגונגס מיניסטעריום ביי מהר"א.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 3:02 am

· #561697
Re: קרית יואל
מענדל #
הרב ר' בערל שליט"א איר האט נישט פארשטאנען די קשיא

הרב ר' מענדל: איך האב גאנץ גוט פארשטאנען די כוונה פון די קשיא.
בכל אופן, איהר ווילט עס אפשר איבער חזר'ן מיט א קלארקייט?

מענדל » זונטאג מאי 12, 2024 3:07 am

· #561698
Re: קרית יואל
אקעי:
פארוואס אין די גרויסע בהמ"ד ווי ס'איז דא מנינים יעדן טאג נאך חצות וויל ער נישט פארשפארן???

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 3:12 am

· #561699
Re: קרית יואל
לאכעדיג #
רבי בערל בעל עגלה, איך האף אז נאכן אריינקומען אזוי פאטריאטיש פאר די מהר"א פארטיי דא אויף ק"ש באקומט איר כאטשיג א שיינעם געהאלט דערפאר פון שמואל שלמה טעללער - הויפט באאמטער אינעם פארטיידיגונגס מיניסטעריום ביי מהר"א.
לאכעדיג: יא. זיכער. קומט לאמיר זיך צו טיילן מיט די געלט.

הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל המכונה שמואל שלמה טעללער שליט"א איז נישט , בלשון המעטה.

נאר איך, אלס נייטראלער מענטש זעה די גערעכטיגקייט פון א מרא דאתרא אין א שטאט ווי קרית יואל ארויזאגן זיין מיינונג איבער אן עניין וואס מ'דארף מתקן זיין.

איך האב שוין כמה פעמים געזאגט. בארא פארק, וויליאמסבורג? און מאנסי זענען שטעט וואס באלאנגען נישט ספעציפיש צו איין קהילה. ממילא קען א יעדער יחיד און קהילה טון לפי אומד דעתם. און קיינער קען זיי נישט זאגן קיין דיעות וואס צו טון. משא"כ קרית יואל אדער סקווירא וואו ס'איז דא א מרא דאתרא (אין סקווירא איז דא א קאמפעטענטער בי"ד) מוז א יעדער וואס וואוינט דארט און א יעדע ביהמ"ד זיך אונטערווארפן אונטער דעם מרא דאתרא. זעלבסטפארשטענדליך ווילאנג מ'פארלאנגט נישט קיין אויסטערלישע, "אומ-נארמאלע" זאכן.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 3:17 am

· #561700
Re: קרית יואל
ר' מנדל: שבת איז, לפי ידיעתי נישט דא קיין שפעטע מניינים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.

אויף דאווענען אינדערוואכן שפעט שחרית האט קיינער נישט קיין טענות. כאטש דאמאלס דארף דאך אויך צו זיין תפילה בזמנו. לדוגמא מונקאטש ביהמ"ד אין בארא פארק. אדער וויזשניץ. זיי האבן שפעטע מניינים. אפילו סאטמאר 53 האט שפעטע מניינים פאר שחרית אינדערוואכן.

מענדל » זונטאג מאי 12, 2024 3:25 am

· #561701
Re: קרית יואל
איך וועל אייך געבן א בעסערע תירוץ: הא לן והא להו.

חס ושלום » זונטאג מאי 12, 2024 2:35 pm

· #561755
Re: קרית יואל
berlbalaguleh #
עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
זעקס בסך הכל, און איך מיין אז ס'איז צו סך.

אודאי זענט איר בארעכטיגט צו שרייבן אייער מיינונג און איר זאלט עס טאקע ווייטער שרייבן מיט א פעסטקייט; אבער ווען איר נעמט זיך אן אזוי קאנסיסטענטלי פאר א היינטיגע רבי וואס איז ניטאמאל אייער רבי, נאר ווייל ער האט אסאך מתנגדים, גייט עס אביסל פון די נאז.

חס ושלום » זונטאג מאי 12, 2024 2:39 pm

· #561756
Re: קרית יואל
[ציטאט אראפגענומען]
די רעביצינ'ס ביהמ"ד האט ער נישט צוגעמאכט מיט'ן כח פון מרא דאתרא, נאר מיט'ן כח פון געריכט (וואס אנערקענט אים נישט אלס מא דאתרא).

ער ווייס אז ער קען פארלאנגען בפה, ווייל דא קען יעדער, ער ווייסט אבער אויך דאס איז די ווייטסטע וואס זיין כח גייט.

היימלינד » זונטאג מאי 12, 2024 2:40 pm

· #561757
Re: קרית יואל
חס ושלום #
berlbalaguleh #
עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
זעקס בסך הכל, און איך מיין אז ס'איז צו סך.

אודאי זענט איר בארעכטיגט צו שרייבן אייער מיינונג און איר זאלט עס טאקע ווייטער שרייבן מיט א פעסטקייט; אבער ווען איר נעמט זיך אן אזוי קאנסיסטענטלי פאר א היינטיגע רבי וואס איז ניטאמאל אייער רבי, נאר ווייל ער האט אסאך מתנגדים, גייט עס אביסל פון די נאז.
כולנו מוחים על כבוד הסבא קדישא בעל עגלה

חס ושלום » זונטאג מאי 12, 2024 2:45 pm

· #561758
Re: קרית יואל
איך האב אודאי נישט געמיינט פרעזענליך, נאר די געדאנק.

מיר אלע באלעקן זיך די פינגערס פון ר' בערל'ס טעם של פעם וואס געבט צו אזא חן צו דעם גאנצן שטיבל.

לייבעלע » זונטאג מאי 12, 2024 4:29 pm

· #561775
Re: קרית יואל
berlbalaguleh #
עמרם #
זייער אינטערעסאנט

דערמאנט מיך, אז כ'האב אמאל געהערט, אז פאר די גרויסע בנין פון תולדות אהרן, אין ירושלים, האט מען באקומען א שיינע נדבה פון די שלטון הכופרים,
גיי ווייס אויב ס'איז אמת ...
און פון דעם אמעריקאנער שלטון הכופרים איז שלעכט? גיי קוק דעם תולדות אהרן בילדינג אין מאנסי, בליעה"ר.
האלאווו?????
איך בין געווען א טראפעלע אינוואלווד (דורך א זייטיגע ביזנעס) אין די אופבוי פונעם תולדות אהרן שול אין מאנסי, אלעס!!!!!!! איז היימישע געלטער געשנארט און געשנארט פון היימישע אידן!!!

ביטע רעדט נישט וואס די ווייסט נישט!! אקעי????

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 8:53 pm

· #561803
Re: קרית יואל
חס ושלום #
berlbalaguleh #
עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
זעקס בסך הכל, און איך מיין אז ס'איז צו סך.

אודאי זענט איר בארעכטיגט צו שרייבן אייער מיינונג און איר זאלט עס טאקע ווייטער שרייבן מיט א פעסטקייט; אבער ווען איר נעמט זיך אן אזוי קאנסיסטענטלי פאר א היינטיגע רבי וואס איז ניטאמאל אייער רבי, נאר ווייל ער האט אסאך מתנגדים, גייט עס אביסל פון די נאז.
איך האלט נישט פון ר' אהרן ווייל ער האט מתנגדים. נאר טראץ דעם וואס ער האט מתנגדים. ווייל ער האט אויפגעטון א סאך זאכן פאר אידישקייט. נאר זיינע מתנגדים מאכן אלעס אוועק מיט ליצנות. ואין צריך לפורטם. און ווען ער זאגט ארויס א מיינונג אלס מרא דאתרא הייסט ער א דיקטאטאר. וואס האסטי געוואלט? א רב וואס געט נאר א גוטן געשמאקן קידוש שבת נאכ'ן דאווענען און ער דרשנ'ט ווי גוט די לאקשן קוגל איז געלונגען די וואך?! דאס איז אויך גוט. נאר א רב דארף טון א סאך מער פון דעם . ער דארף זיין א מנהיג. און ר' אהרן איז א מנהיג. אויב ער זעהט אז מ'דארף עפעס מתקן צו זיין דארף ער עס ארויסזאגן קלאר.

איך קען מיך נישט אפשטעללן אויסטענה'ן איבער א יעדע זאך וואס ר' אהרן האט געזאגט און ער איז געווען גערעכט.

ער זאגט דאך פאר קיינעם נישט קיין דיעות וועלכע מילך מ'זאל קויפן. גאלדן פלאו אדער דבש. אדער צי מ'זאל גיין א טיש בעקישע אדער א זיידענע בעקישע ביי שלוש סעודות.

נעם למשל דעם מצב וואס מ'האט געמאכט איבער האלטן די זמנים אין שכינות'דיגן שטעטל בלומינג/גראוו/בורג (זאל זיין) פאר מוצאי שבת. וואו רוב איינוואוינערס און די ערשטע איינוואוינערס זענען סאטמאר'ע חסידים וואס האלטן דעם זמן מוצ"ש ר"ת. די נייע איינוואוינערס זענען וויזשניצער חסידים וואס האלטן א פריער'דיגן זמן. האט ר' אהרן געוואלט אז אלע איינוואוינערס זאללן האלטן דעם ר"ת זמן. איז ער געווארן א דיקטאטאר.

וואספארא פנים וואלט עס געהאט ווען אין איין ביהמ"ד זיצט מען נאך ביי שלוש סעודות און אנדערע אידן פארן שוין מיט קארס און רייכערן ציגארעטלעך. און ס'טוט זיך א פייפעריי אימיטן שלוש"ס.

קל לזכור » זונטאג מאי 12, 2024 11:25 pm

· #561820
Re: קרית יואל
עס וואלט געהאט די פנים פון אלע שטעט אין די וועלט חוץ ווילאמסבורג און קרית יואל....

לאכעדיג » מאנטאג מאי 13, 2024 12:02 am

· #561828
Re: קרית יואל
רבי בערל טייערע, די וועלט האט נישט אנגענומען מהר"א אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל, און איר ווייסט דאס גאנץ גוט...

אין די חרדישע וועלט איז מהר"א געקרוינט אלץ סאטמאר רבי פון קרית יואל אזוי ווי רבי יצחק יוחנן האגער איז ווישניץ רבי פון וויליאמסבורג וזה הוא.

אין דער בלאט איז מהר"א מרא דאתרא פון קרית יואל און רבי משה שטערנבוך גאב"ד פון ירושלים.

דאס אליין אז איר שרייבט איינמאל און נאכאמאל אויף מהר"א אז ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל און אויף דעם ארויף טוט איר אויף בויען גאנצעטע געביידעס אים צו פארענטפערן איז א ליצנות מעיקרא.

אגב, מרא דאתרא איז טייטש פארביטערט די פלאץ.

(יעצט הייב נישט אן אז די ברך משה האט אויפגענומען מהר"א פאר מרא דאתרא אין קרית יואל און אז רבי אליקים שלעזינגער האט אויפגענומען רבי משה שטערנבוך פאר גאב"ד אין ירושלים... דו ביסט קלוגער פון דעם...)

עמרם » מאנטאג מאי 13, 2024 12:16 am

· #561830
Re: קרית יואל
לאכעדיג, איך בין א גרעסערע שונא צו מהר''א ווי דיך, אבער למעשה איז ער מרא דאתרא
גערעכט אז נישט די גאנצע שטאט איז אונטער געווארפן אונטער אים, און זיין פירערשאפט,
אבער אז מער ווי האלב איינוואוינער האלטן אים פאר די רב פון שטאט, איז ער א מרא דאתרא
ניין ?

ארגענטינע » מאנטאג מאי 13, 2024 12:20 am

· #561833
Re: קרית יואל
לאכעדיג #
רבי בערל טייערע, די וועלט האט נישט אנגענומען מהר"א אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל, און איר ווייסט דאס גאנץ גוט...

אין די חרדישע וועלט איז מהר"א געקרוינט אלץ סאטמאר רבי פון קרית יואל אזוי ווי רבי יצחק יוחנן האגער איז ווישניץ רבי פון וויליאמסבורג וזה הוא.

אין דער בלאט איז מהר"א מרא דאתרא פןן קרית יואל און רבי משה שטערנבוך גאב"ד פון ירושלים.

דאס אליין איר שרייבט איינמאל און נאכאמאל אויף מהר"א אז ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל און אויף דעם ארויף בויט איר אויף גאנצעטע געביידעס אים צו פארענטפערן איז א ליצנות מעיקרא.

אגב, מרא דאתרא איז טייטש פארביטערט די פלאץ.

(יעצט הייב נישט אן אז די ברך משה האט אויפגענומען מהר"א פאר מרא דאתרא אין קרית יואל און אז רבי אליקים שלעזינגער האט אויפגענומען רבי משה שטערנבוך פאר גאב"ד אין ירושלים... דו ביסט קלוגער פון דעם...)
עס קוקט נישט אויס ווי די ביסט צו אלט

אין רוב וועלט איז נאך אפילו היינט צוטאגס ר אהרן אלטס קרית יואלע רב ווי אלטס סאטמאר רבי

שיינע איד » מאנטאג מאי 13, 2024 12:31 am

· #561839
Re: קרית יואל
אפשר איז ער מרא דאתרא אבער ער איז נישט מרא דאינשא די מענטשען וואס וואיונען דארט ווילען עם נישט

לאכעדיג » מאנטאג מאי 13, 2024 12:58 am

· #561840
Re: קרית יואל
1) איך בין בכלל נישט קיין שונא פאר מהר"א אבער איך האב ליב אויסצושמועסן זיינע גרייזן וואס האבן אים צוגעברענגט זיינע שונאים, וממני ילמדו.

2) אז מער ווי האלב וויליאמסבורג האלט אז מהר"יי איז זייער מרא דאתרא ווערט ער די מרא דאתרא פון וויליאמסבורג? ניין.

א מרא דאתרא מיינט אז ס'איז געווען וואלן און די שטאט און רוב איינוואוינער האט אריינגעוועלט איין קאנדידאט פאר רב דעמאלסט האט די רב א דין ווי א מרא דאתרא.

און קרית יואל איז קיין וואלן קיינמאל נישט געווען ממילא האט מהר"א נישט קיין דין פון א מרא דאתרא.

די ברך משה האט אויפגענומען זיין עלטערע זוהן מהר"א פאר רב אין זיין קהילה אין קרית יואל, די אלע אידן וואס וואוינען אין קרית יואל אין באלאנגען נישט אין די קהילה פון מהר"א און נוצן נישט די סערוויסעס וואס זיין קהילה שטעלט צו ברויכן זיך נישט צושטעלן צו אים קיין כי הוא זה.
בלאט: 1 2