Re: קרית יואל
לאכעדיג: דא זענען מיר א ביסל מחולק. ווען איינער וואוינט אין קרית יואל מיינט אז ער באלאנגט צו קהילת סאטמאר. סיי וועלכן ביהמ"ד ער דאוונט. און אלע "סערוויסעס" פון די שטאט קרית יואל זענען אונטעגעווארפן אונטער דעם מרא דאתרא מהר"א שליט"א.
משא"כ ווען איינער וואוינט אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער מאנסי האט ער א ברירה יא צו האלטן פו מהרי"י (געוועזענע מהרז"ל) אדער נישט.
נאך איין נקודה: אין קרית יואל האט נישט געמיזט זיין קיין וואלן. ווייל דער סאטמאר'ע רבי, זי"ע דער בעל דברי יואל האט עס מייסד געווען. און זיין ממלא מקום דער ברך משה איז געווארן דער מרא דאתרא. און ער האט ממנה געווען זיין עלטערן זון ר' אהרן צו זיין דער מרא דאתרא. ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם האט א ברירה אוועק צו מופן. ס'איז ב"ה דא א סאך שיינע אידישע יישובים.