☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אלטע חסידישע פאליטיק

אלטע חסידישע פאליטיק

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4585
בלאט: 1 2 3 4

מיר'ער בחור » פרייטאג יולי 28, 2017 11:30 am

· #380668
מיר'ער בחור
ימים ידברו

די מלאכים מיט תורה ודעת?

ס'איז דא א מעשה דאכצעך מיר מיט'ן גארליצ'ער רב אז ער האט לכתחילה נישט געלאזט פארן קיין אמעריקע וואוינען אין איינמאל איז געשטאנען אין די צייטונג אז אין ניו יארק האט מען ארויס געווארפן בחורים פון ישיבת תורה ודעת ווייל זיי זענען געגאנגען צו פרום אנגעטון, מיט לאנגע פיאות אין גרויסע ציצית וכו', אין ר' שרגא פייוול האט גע'טענה'עט אז זיי שיקן אוועק די אמעריקאנע חברה וואס פארדעם האט ער עס געבויעט, עכ"פ האט די גארליצ'ער רב געזאגט דעמאלטס אז אויב איז שוין דא אזעלכע אידן אין אמעריקע אז מ'וויל זיי שוין ארויסשיקן פון ישיבה פאר'ן זיין צו פרום מעג מען שוין אהין גיין....

סקרן
די גארליצער רב מיט ר' שרגא פייוויל און תורה ודעת זענען נישט געווען די זעלבע תקופה

אנשטולדיגט, די מעשה איז טאקע געווען מיט'ן קאלאשיצ'ער רב, אז ר' ברוך פרענקל פון קאשוי/וויליאמסבורג/בני ברק מחשובי חסידי קלויזנבורג, האט געהאט אפאר בחורים אין שטוב אין די קאלאשיצ'ער רב האט עם נישט געוואלט לאזן גיין מיט זיי אבער איינמאל האט ער עם געזאגט אז ער האט געזעהן אין די בלעטער אז מ'האט ארויס געשיקט בחורים פון ישיבה פאר'ן גיין מיט בערד, אין מיט גרויסע ציצית......

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 28, 2017 11:59 am

· #380670
איך ווייס אז קאלאשיץ\פשעווארסק האט מתנגדים דא אין שטיבעל, אבער עד כדי כך האב איך נישט געוואוסט. איינער מיינט טאקע אז דער קאלאשיצער רב איז געווען אזא פתי יאמין לכל דבר אז מ'האט ארויסגעווארפען בחורים פאר זייערע בערד? ער האט נישט געוואוסט דער מעשה פון דער מענטש וואס מ'האט ארויס געווארפען פון שטאט פאר'ן נישט וואשען מים אחרונים?
פליז, אביסל שכל מעג מען האבען.

מיר'ער בחור » פרייטאג יולי 28, 2017 12:20 pm

· #380676
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס אז קאלאשיץ\פשעווארסק האט מתנגדים דא אין שטיבעל, אבער עד כדי כך האב איך נישט געוואוסט. איינער מיינט טאקע אז דער קאלאשיצער רב איז געווען אזא פתי יאמין לכל דבר אז מ'האט ארויסגעווארפען בחורים פאר זייערע בערד? ער האט נישט געוואוסט דער מעשה פון דער מענטש וואס מ'האט ארויס געווארפען פון שטאט פאר'ן נישט וואשען מים אחרונים?
פליז, אביסל שכל מעג מען האבען.

פונקטליך וואס מאכט נישט קיין סענס דא?
יא, ר' שרגא פייוול האט נישט געוואלט איבערבלייבן מיט א ישיבה פון נאר די מלאכים, אין אז ער וואלט געלאזט דארטן אזעלכע שטארק פרומע חברה וואלטן די אלע אמעריקאנע חברה (פאר וועם די ישיבה איז גע'עפנט געווארן) נישט אהין געקומען מער.
btw פון וואסערע מעשה רעדסטו פון?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 28, 2017 12:32 pm

· #380678
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
א איד איז ארום געגאנגען מיט טענות, מ׳האט איהם ארויסגעווארפען פון שטעטל פאר׳ן ׳חטא׳ פון נישט וואשען מים אחרונים. א געפערליכע עוולה, א רב ווארפט ארויס א איד פאר׳ן נישט וואשען מים אחרונים?!

"אבער פארוואס טאקע האסטו זיך נישט געוואשען קיין מים אחרונים?"

"איך ׳על דיר זאגען דער אמת, ס׳האט מיר נישט געפאסט צו וואשען מים אחרונים ווען איך האב נישט געבענטשט"

"אהא. די מעשה ווערט טיפער. אבער פאר׳ן נישט בענטשען ווארפט מען נישט פון שטעטעל. אבער פארוואס טאקע האסטו נישט געבענטשט?"

"דער אמת איז, ווייל איך האב נישט געוואשען"

"אוי וויי. פארוואס טאקע נישט?"

"ווייל די רעסטאראנט איז נישט געווען קיין כשר׳ע, האב איך זיך געשעמט."

"אהא, א טריפה׳נע רעסטאראנט. פארוואס ביסטו נישט געגאנגען צו א כשר׳ע רעסטאראנט?"

"אלע כשר׳ע רעסטאראנטען זענען געווען פארמאכט, ווייל ס׳איז געווען יוכ"פ"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יולי 28, 2017 6:56 pm

· #380716
berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים
מען דארף ארויף ברענגן דער מחלוקת פין כ'''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א מיט הגאון הגדול ר' עמרם טייטלבוים שליט''א

התם ומתמם עם תמימים: זייט ווען איז ר' עמרם טייטלבוים שליט"א באוואוסט אלס גאון און נאכדערצו..."גדול"...אלס סיקריק איז שמו הגדול והנורא הולך לפניו...איבערקערן א שטאט. דאס יא. אבער גאונות און לומדות. דאס איז נישט זיין דעפארטמענט...! לעומת ר' אהרן טייטלבוים שליט"א מ'מאנרא איז יא באוואוסט מיט זיין לומדות...!

אנטשולדיגט איך זעה אז איהר האט אנגענומען זעהר ערנסט מיין שרייבן....

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 31, 2017 1:23 am

· #380816
נו, איך שרייב דאך עפעס צו א איד א תם ומתמם עם תמימים. ביניך אויך אנגעשטעקט געווארן מיט תמימות'דיגקייט...!

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יולי 31, 2017 9:26 am

· #380824
אויב אזוי איז דאך זעהר גוט 😃

סקרן » מאנטאג יולי 31, 2017 11:52 am

· #380841
אויף ווי ווייט איך געדענק איז די קעפל "אלטע" חסידיש פאליטיק
ווי קומט אריין די נארישקייטן פון די דערנעבינדיגע אשכולות
ווי אפאר ניקס וואס דרייען א קאפ מיט משועגאס'ן וואס נאר סאטמאר און נאר א חלק פון זיי גלייבן אין און זענען אינטרעסירט אין
ממילא ע"פ בקשת הציבור לאטס די שטותים פאר דארט און דא לאמיר רעדן פון "אלטע" חסידיש פאליטיק

פאסטעך » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:48 pm

· #548912
סאדיגורא היסטאריע פון שיקן אין גלות די בכור. 😰
איך בין בעצם נישט גוט אין שרייבן, אבער אז מען מוז כדי צו קענען לעזן אביסעל היימישע קרעמפן דא, שטרענג איך מיך איבער. בנוסף בין איך זייער פארווייטאגט אויף די פאלגענדע עפיזאד, דאן: דַאגָה בְּלֵב אִיש יִכְתְּבֶנָה בְּחֵדָרִים.

איך האב מיר באגעגנט מיט אן אינטערעסאנטע פארהוילענע שטיקל היסטאריע פון די מלוכישע סאדיגורער גזע. איך בין אזוי צושאקלט, אז איך מוז עס שערן.

איז אזוי בקיצור נמרץ, וויאזוי איך האב עס געהערט.

תשע"ג איז אוועק די סאדיגורער רבי אברהם יעקב, דער דריטער, און דערנאך האט איבערגענומען דער לעצט פארשטארבענער רבי, דער טאטע פון די היינטיגע רבי'ס ווי מען האט צובלוטיגט דעם מש"י אויף אייביג, אן קיין פאבליק הסבר, ער האט אלץ געפירט נאך בחייו פונעם טאטן, און א וואוילער. שוין לאמיך נישט ארויף ברענגן מיינע בלוט דרוק. שוין.

די יוחוס שטימט? לכאורה יא, אבער ניין. דער רבי אברהם יעקב האט געהאט אן עלטערע ברודער: רבי ישראל אהרן, א הויכער געלונגענער כאריזמאטישער פערזאן, ער איז געווען דער יורש מיט אלע טעמים. אבער אין די כ' יארן האט זיך אלעס איבערגעדרייט.

נאך דעם וואס ישראל אהרן'ס ווייב איז געווארן נישט געזונט, און עס האט איר גענאגעלט מענטלי, האט ער זיך ג'גט, און די קינדער, יואל, אביגיל, זענען געבליבן מיט אים, (דער עלסטער, דניאל, איז געוועהן מילא אינדרויסן) ביז איין טאג האט מען באפאלן די צוויי קליינע, יואל האט מען צושלאגן און אביגיל פארכאפט, און נישט געוועהן צו געפינען מער.

נאכן זיצן און אויסגעבן אסאך געלד פאר לויערס, איז אים נאכאלץ גארנישט געלונגען צו לייגן א האנט אויף איר. ווען ער האט געהערט אז זיין X איז אין ישראל מיט די קינדער ביים טאטן, איז ער געקומען צו פליען, אבער זיי זענען שוין נישט געוועהן אין ישראל. מיואש האט ער געבעטן דעם פאטער פאר געלד. און דער טאטע האט געגעבן $30,000.

איין טאג האט דער טאטע אריינגעגעבן א צו הרחקה אנטקעגן זיין זוהן און אייניקל יואל. אזוי איז געוואָרן א ריס צווישן די טאטע און זוהן פאר אייביג. ער פלעגט טענה'נען אז די טאטע און מאמע זענען געוועהן אויף איר זייט, און געשטאנען אונטער אלע זיינע צרות. און ער איז אוועק ביי די 70 בערך, צובראכן און צושאסן.

דאס איז אויף שפיץ לעפל, מיינע אויגן איז נאס פון טרערן וויפיל רשעות עס קען זיין פארשלייערט אין רעבישע העמדער: מַלְכוּת סַאדִיגוֹרָא. קען זיין אז רבי חיים האלבערשטאם האט געשמעקט דאן, וואס עס ליגט באהאלטן אין די גזע?

מיין הארץ איז צופשאלטן. 💘

איז איינער באקאנט מיט די מעשה?

📎 a650e0ccf7eef0e2580ecc6fc789a038d56da912-900x1600.jpg

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:15 pm

· #548915
ישראל אהרן'ס ווייב האט געהייסן גרעטא דינא פייגא קאכמאן, איר טאטע איז געוועהן א בורסקי ווי די גמרא רופט עס. דא גייט פיני דאננער דורך אלע רוז'ינע פאליטיק, אינצווישן שמועסט ער אויך אויס דעם ישראל אהרן. דא איז א לינק צו אן ארטיקל אין די מעריב וואס האט באריכטעט איבער דעם.

עמרם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:59 pm

· #548920
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
ווי ליגט ער ?

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 9, 2024 12:20 pm

· #549003
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
דאס איז לאו דוקא "חסיד'ישע" פאליטיק. אפשר פון איין זייט יא.

דער גרויסער צדיק דער חפץ חיים האט נישט געהאט קיין קינדער?! ספעציעל א זון א ממלא מקום?. מ'הערט עפעס גארנישט פון אזא מענטש. יש אומרים אז ער האט געהאט א זון. און ער איז געווארן א קאמוניסט. ואחרים אומרים. אז ער האט געהאט א זון און ער האט זיך גשמד'ט, רח"ל.

דער אמת איז, אזוי ווי הרב פיני דאננער ברענגט עס ארויס. דער זון פון חפץ חיים איז געווען א גדול בתורה און א רב אין א גרויסע קהילה. דאמאלס פארוואס הערט מען (אין אונזערע קרייזן) נישט פון איהם?. דער תירוץ איז,אז ער האט געהאט איין גרויסן פעילער, רח"ל. ער איז געווען א מזרחי'סט...רחמנא ליצלן מהאי דעתא....יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט...אלע פשטים שטימען שוין...!

ים רויבער » פרייטאג פעברואר 9, 2024 3:45 pm

· #549027
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
berlbalaguleh #

ר בערניו קום אריין מיט מער דיטעילס:

וויאזוי הייסט די זוהן? ווי האט ער געוואונט? ווער זענען זיינע קינדער?

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 9, 2024 4:21 pm

· #549030
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
ים רויבער #

https://olam-katan.co.il/archives/3878

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 9, 2024 5:02 pm

· #549040
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
קהל'ס נער: יישר כח פאר צו לינקן.

דאס איז נישט דער איינציגער פאל וואו ס'איז אריינגעקומען א סאך דעמאגאגעריי און פעלשונגען פון היסטאריע.

די וועלכע זענען געזיצן ביי די פראפאגאנדע מאשין (אונז ווייסן ווער זיי זענען) האבן אויך געפעלשט און פארדרייט פאקטן אין די עניינים פון הצלה פון די סלאוואקישע און אונגארישע אידן. און פארלייקנט אנדערע זאכן וועלכע זענען געשעהן.

אט פאר דעים האבן די דעמאגאגן און היסטאריע פעלשערס מורא געהאט. מהאי טעמא האבן זיי געשריגן בקול רם אקעגן די אינטערנעט און די אינפארמאציע רעוואלושן בכלל. ווייל היינט, נישט אזוי ווי אמאל, קענמען נאכקוקן און אויסקלארן פאקטן.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 18, 2024 3:17 pm

· #550096
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
ליינענדיג האב איך מיך דערמאנט פון א מעשה וואס איז (בערך) 20 יאר אלט.

איך האב אין יענע צייט געדרייווט א באס פאר א מוסד אין בארא פארק. זיי האבן אויך געהאט תלמידים אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג. וועים איך האב אויפגעפיקט א יעדן פרייטאג פארטאגס. ספעציעל אין די וואכן פון שובבי"ם.

אדורכפארנדיג די גאסן האב איך באמערקט א ריזיגן סיין וואס פלאטערט העכער א געשעפט וואו מ'פארקויפט בגדי נשים. מיט בילדער. אויך א נאמען פון אן אישה אויף ענגליש (רח"ל).

איז מיר בייגעפאללן א שטארקע תמיהה (קאשע. פאר אסטראלאג). פארוואס הערט מען קיינמאל נישט פון קיין מחאה ביי דעם געשעפט. און פארוואס קומט די הייליגע ארגאניזאציע התאחדות הרע-בנים נישט ארויס בקול רעש גדול אקעגן דעם געשעפט אין הארץ פון וויליאמסבורג. אזוי ווי זיי זענען אייביג ארויסגעקומען אקעגן געשעפטן וועלכע האבן געהאט בגדי נשים און לאנגע שייטלעך אין זייער דיספלעי ווינדאו.

די קשיא איז מיר פארענטפערט געווארן ווען איך האב געהערט אז די פרוי וועלכע פארפיגט אויף דעם געשעפט איז א גרויסע מיוחסת. זי האט שטארקע פראטעקשן. זי איז די טאכטער פון דעם גרויסן לוחם מלחמות ה' ר' יאסל וואלדמאן שליט"א.

Nanach » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:26 am

· #550518
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
berlbalaguleh #
דאס איז לאו דוקא "חסיד'ישע" פאליטיק. אפשר פון איין זייט יא.

דער גרויסער צדיק דער חפץ חיים האט נישט געהאט קיין קינדער?! ספעציעל א זון א ממלא מקום?. מ'הערט עפעס גארנישט פון אזא מענטש. יש אומרים אז ער האט געהאט א זון. און ער איז געווארן א קאמוניסט. ואחרים אומרים. אז ער האט געהאט א זון און ער האט זיך גשמד'ט, רח"ל.

דער אמת איז, אזוי ווי הרב פיני דאננער ברענגט עס ארויס. דער זון פון חפץ חיים איז געווען א גדול בתורה און א רב אין א גרויסע קהילה. דאמאלס פארוואס הערט מען (אין אונזערע קרייזן) נישט פון איהם?. דער תירוץ איז,אז ער האט געהאט איין גרויסן פעילער, רח"ל. ער איז געווען א מזרחי'סט...רחמנא ליצלן מהאי דעתא....יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט...אלע פשטים שטימען שוין...!
קיינמאל געהערט אז ער עז געווארן א קאמאניסט וכו׳
און ער איז נישט געווען קיין בן יחיד
און די סיבה וואס ער איז נישט באקאנט געווארן על אף זיין גרויסקייט האט ער אנגעהאנגן צוליב די מעשה ביי זיין בר מצווה מיטן תירוץ אויפן שאגת אריה

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:06 am

· #550524
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
איך ווייס נישט וואס די מעשה מיט'ן תירוץ אויפ'ן שאגת אריה איז געווען. (דו ווילסט אפשר ערקלערן?). איך קען נישט קיין הימלישע חשבונות. אונז. אדער לכה"פ איך בין א פשוט'ער מענטש. איך פרוביר צוערשט צו זוכן א דרך הטבע'דיגע סיבה פארוואס עפעס געשעהט.

מיין תמיהה איז אייביג געווען. אזא גרויסער צדיק און מזכה את הרבים ווי דער חפץ חיים האט נישט געהאט קיין זון א גדול בתורה? ס'איז קיינמאל נישט געווען באשריבן אפילו בדרך אגב עפעס א ידיעה איבער דעם זון פון ח"ח. האב איך אנגעהויבן נאכצופארשן. אלס טייל פון די אינפארמאציע (טאקע נישט ריכטיגע) וואס איך האב באקומען איז אז ער איז רח"ל געווארן א קאמוניסט. אדער נאך ערגער. ער האט זיך געשמד'ט, רח"ל.

דאס האט מיר זייער שטארק געשטערט. אז אזא צדיק ומזכה הרבים זאלל באקומען אזא עונש, ח"ו. ווייל דאס וואלט דאך (לכאורה) געוויזן אז ער האט נישט געגעבן א גוטן חינוך פאר זיינע קינדער.

ביז איך האב אויסגעפינען די אמת'ע סיבה פארוואס זיין נאמען ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום פלאץ וואו ערליכע חסיד'ישע אידן דרייען זיך איז נישט מער ווי פאליטיק און אגענדאס.

היינו טעמא ד'הבן של ה חפץ חיים. והיינו טעמא ד'הרב ארון לייב שטיינמאן זצ"ל.

Nanach » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:12 am

· #550534

עיין כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=4894#p39140

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:50 am

· #550589
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
ער האט געהאט עטליכע קינדער פון אלע סארטען
זיין איידעם ראש ישיבת חפץ חיים איז געווען זייער באקאנט אויך דא נאך די מלחמה, וצאצאיו משפחת זאקס
זיין לעצטע [#2 ?] רעביצען ליגט דא אין ניו יורק
ער האט געהאט דא א זון שכחתי שמו וואס האט געדרוקט זיינע ספרים, ווי אויך תולדות חייו, דא אין אמעריקא שוין נאכן קריג
זיינע עלטערע קענדער האבן שוין לאנג נישט געלעבט אין די מלחמה יארע, פארגעס נישט די ח"ח איז אוועק איבער די 90
גראדע איז אמת אז ער האט געהאט שוואכערע אויך, שוין בחייו איז געווען א נאמען הערצעל צווישען זיינע אייניקלעך

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:48 pm

· #550673
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
איך קען א חסיד'ישן איד (כ'זאג נישט וועלכע חסידות. ניין. נישט סאטמאר) ער הייסט אויך הערצל. איך האב מיך א סאך מאל געווינדערט וואספארא חסיד זיין טאטע איז געווען.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:50 pm

· #550674
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
berlbalaguleh #
איך קען א חסיד'ישן איד (כ'זאג נישט וועלכע חסידות. ניין. נישט סאטמאר) ער הייסט אויך הערצל. איך האב מיך א סאך מאל געווינדערט וואספארא חסיד זיין טאטע איז געווען.
ערשטע נאמען?
משפחה נאמען קען איך אסאך
הרב הנקין זצ"ל האט אן אייניקל הרב יהודה הרצל די טאטע פון איתם הי"ד

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:54 pm

· #550678
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
די ערשטע נאמען. שטעל דיך פאר. א יונגל וואס הייסט הערצל אדער בן גוריון און לערנט אין סאטמאר'ע חדר.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:36 pm

· #550869
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
[ציטאט אראפגענומען]
ניין: אין א חסיד'ישע ת"ת. ער איז היינט (אויב ער לעבט נאך) א שטארק חסיד'יש/בעלבאת'ישער איד.

אין תורה ויראה טאקע נישט. נאר אין א חסיד'ישע ת"ת וואו מ'איז נישט אבסעסס'ד מיט ציונים און ציוניזם א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט.
בלאט: 1 2 3 4