☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אלטע חסידישע פאליטיק

אלטע חסידישע פאליטיק

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4585
בלאט: 1 2 3 4

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:59 am

· #144851
אלטע חסידישע פאליטיק
מחלוקת קאצק ואיזביץ

אין יאר תקע"ה איז דער חוזה נפטר געווארן, און זיינע חסידים האבן זיך צוטיילט ביי זיינע ממשיכים, צווישען די חסידים איז געווען ר' מרדכי יוסף ליינער זצ"ל. ר' מרדכי יוסף איז געפארן צו ר' מנחם מענדל מארגענשטערן זצ"ל, דער קאצקער רבי, זיי זענען געווען נאנטע חברים נאך פון טאמאשאוו, כאטש ר' מרדכי יוסף איז געווען צוואנציג יאר יונגער ווי ר' מענדל. (ר' מרדכי יוסף איז געווען א טאמאשאווער, און ר' מענדל האט חתונה געהאט קיין טאמאשאוו). אבער יעצט איז ר' מרדכי יוסף געקומען ווערן א חסיד. ער פלעגט אפזיצען דארט פאר וואכן אין א ציה, און פארן אויף אלע ימים טובים, אע"פ וואס ער איז געווען א עני ואביון.

דער קאצקער רבי האט שטארק געהאלטן פון ר' מרדכי יוסף'ן, ער פלעגט שיקן יונגעלייט זיך לערנען חסידות ביי אים, ווען ער איז געווען פארנומען. ווי למשל ווען ר' לייבעלי אייגער (א זוהן פון ר' שלמה) איז געקומען קיין קאצק דאס ערשטע מאהל האט אים דער רבי געשיקט צו ר' מרדכי יוסף'ן. און ווי מער דער קאצקער האט זיך אנגעהויבן פירן מיט התבודדות און פרישות, אלץ מער האט זיך פארגרעסערט די השפעה פון ר' מרדכי יוסף. עס איז שוין אנגעקומען צום מצב אז חסידים האבן אים געגעבן קוויטלעך מיט פדיונות.

אט די התנהגות האט געבאדערט די הייסע חסידים, מ'האט שוין געזען בעשיינפערליך אז ר' מרדכי יוסף גרייט זיך צו פירן א רבי'סטעווע אליינס. אבער קיינער האט אים נישט גע'רודפ'ט אדער אפילו מעורר געווען איבער דעם. (די קאצקער פאליטיקאנטן האט געזאגט אז אויב מ'וועט אים רודפ'ן וועט ער ווערן גרעסער און שטערקער).

שמיני עצרת פון יאר ת"ר האט די פאליטיק דערגרייכט צום הויכפונקט. ס'האט זיך פארזאמעלט א גרופע חסידים אין די סטאנציע פון ר' מרדכי יוסף, וואו מ'האט געפראוועט הקפות, געפירט טיש און געזאגט תורות, ווי דער שטייגער איז ביי א רבי. דעמאלס האט מען קלאר געזעהן אז נפל דבר בישראל, עס איז געשעהן א מרידה, דער תלמיד האט מורד געווען אין רבי'ן. אין אסרו חג פון שמחת תורה האט ר' מרדכי יוסף פארלאזט קאצק און א היבשער עולם איז מיטגעפארן מיט אים. (די קאצקער פארציילן אז ר' מרדכי יוסף האט געשריגען "מי לד' אלי" (דור ישרים, בילגוריי תרפ"ח)). צוערשט האט ער געפירט רבי'סטעווע אין זיין היימשטאט, טאמאשאוו, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין איזיביצע (קאצקער חסידים האבן געגלייבט אז ער האט עס געטוען צו טשעפענען קאצק, ווייל איזביצע איז נאר 13 מייל פון קאצק)

אסאך פון די גאר גרויסע קאצקע חסידים האבן איבערגעלאזט קאצק און געפארן צום איזביצער. דער וואס האט געמאכט דאס גרעסטע רושם איז געווען טאקע ר' לייבעלע אייגער, און אסאך זענען אים נאכגעגאנגען.

די מרידה פונעם איזביצע האט גאר שטארק וויי געטוען דעם קאצקער, און די משפחה. (אויף אזוי ווייט אז ס'דא וואס טענה'ן אז דער קאצקער האט געכאפט א בראך, ואכמ"ל). אבער וואס איז זיכער, אז דער קאצקער איז געווארן גאנץ א אנדערע מענטש נאכדעם, ער איז געווען צוגעשפארט אין זיין שטוב פאר א סאך יאר ביזן פטירה, כמעט נישט ארויסגעקומען.

דאס איזביצע חסידות איז געוואקסן און געבליעט, און אסאך גרויסע קעפ זענען געווארן זיינע חסידים. למשל דער באוויסטער מתנגד, ר' צדוק הכהן פון לובלין איז געווארן א איזביצע חסיד. ר' צדוק אין זיינע ספרים שרייבט זייער גרויס אויפן איזביצער, סיי בנוגע צדקות סיי בעניני חסידות, פלפול און הלכה. אין זיין ספר תפארת צבי טיטול'ט ער אים, "הגאון הקדוש אשר כל רז לא אניס ליה".

13 יאר האט דער איזביצער געפירט רבנות, א' טבת תרי"ד איז ער נסתלק געווארן אין עלטער פון 54 יאר. דעמאלס האט זיך דער עולם צוטיילט, טייל זענען געגאנגען צום זוהן ר' יעקב, און טייל צו ר' לייבעלע אייגער. (דער קאצקער איז נפטר געווארן כ"ב שבט תרי"ט).

עס איז אמאל אריין א קאצקער חסיד צום איזביצ'ער זיך אפרעדן אז זיין זוהן איז געווארן א איזביצע חסיד, די רבי זאל אים צוריק שיקען קיין קאצק, ווייל דער רבי איז א בעל מחלוקת, און זיין זוהן באלאנגט נישט ביי א בעל מחלוקת. האט דער איזביצער געזאגט: את חג המצות תשמור, חג דאס איז א רבי, מצות דאס איז מחלוקת, מלשון מצה ומריבה, די פירוש איז, אז אזא רבי זאלסטו האלטן, וואס האט אויף זיך מחלוקת...

קאצקע חסידים האבן געזאגט אז משיח האט געדארפט קומען אין יאר ת"ר, און די מחלוקת האט עס צוריקגעהאלטן. ווייל אין זוהר שטייט (פרשת וירא קכ"ט) אז אין יאר ת"ר וועלן זיך עפענען די קוואלען פון חכמה, וואס איז א רמז אויף די גאולה, אבער די מחלוקת האט עס געשטערט.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל... אמן

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:14 am

· #144863
ער איז געוועהן פיפצען ווען דער חוזה איז אוועק לפי דער יארען וואס די שרייבסט. און זיי זענען געוועהן נאנטע חברים נאך פין פריער, ד.ה. א פערצען יעריגע בחור האט א חבר וואס איז פינף אין דרייסיג......

אופס כ'לאז שוין א מעסעדזש ביי נחום...

בן תמליון » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:22 am

· #144871
זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

סלינקי » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:04 am

· #144879
בן תמליון

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/2801">viewtopic.php?p=2801#p2801</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/81933">viewtopic.php?p=81933#p81933</a><!-- l -->

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:43 pm

· #144987
בן תמליון
זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

די מרידה איז געווען פארן בראך (ער האט געפירט הקפות וכו' פאר שבת בראשית)
כ'האב טאקע געשריבן

big joe
(אויף אזוי ווייט אז ס'דא וואס טענה'ן אז דער קאצקער האט געכאפט א בראך, ואכמ"ל). אבער וואס איז זיכער, אז דער קאצקער איז געווארן גאנץ א אנדערע מענטש נאכדעם, ער איז געווען צוגעשפארט אין זיין שטוב פאר א סאך יאר ביזן פטירה, כמעט נישט ארויסגעקומען.

לגבי די עצם בראך איז נישטא קיין objective היסטוריה נאר יעדע צד שרייבט ווי אזוי ס'איז אים בעסער.

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:46 pm

· #144991
איחוד פעלד
ער איז געוועהן פיפצען ווען דער חוזה איז אוועק לפי דער יארען וואס די שרייבסט. און זיי זענען געוועהן נאנטע חברים נאך פין פריער, ד.ה. א פערצען יעריגע בחור האט א חבר וואס איז פינף אין דרייסיג......

אופס כ'לאז שוין א מעסעדזש ביי נחום...

יא, די איזביצע האט געהייסן א עילו ביי די 8 יאר. און ווען די פאטער פלעגט אים נעמען קיין לובלין פלעגט די קאצקער זיך משתשע זיין מיט אים (דור ישרים, בילגוריי תרפ"ח)

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:51 pm

· #144997
בן תמליון
זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

ווען מ'וועט האבן צייט דארף מען טאקע דורך טוען כמה וכמה קדושי עליון וואס האבן געטוען אזעלעכע זאכן, כל אחד לפי מדרגתו.
(כעין די קאצקער, ר' בערניו, די תניא'ס זון ועוד)

הוגה » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:02 pm

· #145005

רבי אהרן קאזניצ׳ער.

בעל הבית » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:02 pm

· #145006
איך האב מורא ווען מען רעדט דעי זאכן

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:11 pm

· #145013
בעל הבית
איך האב מורא ווען מען רעדט דעי זאכן

לייען קריאת שמע !!!!!

Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much

בעל הבית » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:25 pm

· #145027
איך מיין אז איך זאל מיך פין דא אפטראגן, מען שפילט זוך מיט פייער או געוואלד

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:27 pm

· #145028
בעל הבית
איך מיין אז איך זאל מיך פין דא אפטראגן, מען שפילט זוך מיט פייער או געוואלד

פייער?

בעל הבית » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:50 pm

· #145032
וואס דען איז דאס

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:00 pm

· #145036
100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:43 pm

· #145103
ידען
100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..

100 יאר?!?! האהא, מיינע אייניקלעך וועלן שוין זאגן "די מחלוקת צווישען הרה''ק ר' אהרן מיט הרה''ק ר' יקתואל יהודא מעג מען אפי' נישט אריינטראכטען אין, ס'זיכער געווען כולו לשם שמים.
אבער אויף זייערע קינדער האב איך שוין יא געהערט פון א אלטע איד אז יכול להיות אז ס'אריין געמישט אביסל פניות"

די צאנזער און ריזשענער חסידים האבן אנגעקוקט זייער רבי'ס מחלוקת אויף אסאך נידעריגע אופן ווי אינז קוקן היינט אהן די סאטמארע מחלוקת.
(קיינער זאגט נישט אז ר' אהרן טאנצט מיט שיקסעס יו''כ ביינאכט, און אלע רבנים אין א''י קומען זיך נישט צאם ביי די כותל מאכן חרם אויף ר' זלמן לייב)

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:59 pm

· #145111
מע האט געזאגט אזוי אויף די צאנזער רב?

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:04 pm

· #145117
ידען
מע האט געזאגט אזוי אויף די צאנזער רב?

אויף ר' בערעניו.

אויפן צאנזער האבן די 250 גרעסטע רבנים אין א''י געמאכט א חרם ביים כותל בראשות פרנס ירושלים הרב ניסן בק ז''ל
(מ'האט געווארט צוויי וואכן ווייל גדולים האבן געוואלט אריין קומען פון צפת און טבריה זיך משתתף זיין אין חרם)

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:11 pm

· #145142
וועסט מיזען מאכען א אשכול וועגען די צאנזע רב חרם.

כאב קיין מאל נישט געהערט פון עס. נאר אז ער איז געוועהן פון די גרעסטע צדיקים.

איך גלייב נישט אז אויף אזא צדיק זאל מען קענען נעמען 250 רבנים צו מאכען א חרם.

אפי׳ נ״ר האט נישט געהאט מער ווי 33 רבנים צו שרייבען קעגען איהם.. (ער שרייט אז זיי האבען איהם געלייגט אין חרם אבער זיי האבען סתם געשריבען א צעטעל קעגען איהם)

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:12 pm

· #145151
ש.jpg
q.jpg

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:08 pm

· #145159
wow

וואס איז געוועהן זיין עבירה?

big joe » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:19 pm

· #145161
געזאגט ליגענט ברבים (אפילו געשוואוירען ליגענט)
גערעדט אויף די גרעסטע צדיקי הדור (די רוזינער קינדער) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האבן מיטגעהאלטן מיטן ריזשינער צד. אפילו זיין זון די שינאווע איז געפארן קיין טשארטקוב. (נאכדעם האט די טאטע אים געזאגט נישט אריבער צו טרעטן זיין שוועל)

הקיצור מ'האט אויף אים געקוקט אזו ווי א זקן ממרא אדער גאר ערגער.

אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער. מ'האט געהאלטן אז נאכן רוזינער איז אוועק האט ער געוואלט זיין די ממשיך פונעם דרך בעש''ט, אבער רוב רבי'ס האבן אים נישט געוואלט.

(די פראבלעם איז וויבאלד עס איז איבערגעבליבן אסאך מער צאנז ווי רוזין איז זייער שווער צו טרעפן די צווייטע צד, ממילא ווייסן רוב מענטשען, (אפילו די ברייטע) נאר די צאנזע צד)

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:26 pm

· #145164
אזעלעכע אינטערעסאנטע זאכן לייען איך דא און קיינער שרייבט נישט אריין?

קיינער לייקט נישט big joe פאר דעם?

וואס גייט פאר?

איך בין די איינציגסטע וואס ווייסט נישט די אלע אינטערעסאנטע מעשיות?

מע האט שוין געשריבען וועגען דעם?

מיך זעהט אויס ווי פנים חדשות פון יענע צייטען..

I'm back » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:26 am

· #145203
איך בין זיכער אז @big joe איז א גלגול פון איינער פון די בעלי מחלוקת פון דיזע מחלוקה.

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:37 am

· #145209
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

ידען » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:50 am

· #145215
נהורא נפישא
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

מע קען לייענען אנליין?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:44 am

· #145240
big joe
בעל הבית
איך האב מורא ווען מען רעדט דעי זאכן

לייען קריאת שמע !!!!!

כל ימי הייתי מצטער על מימרא זו, "האי מאן דמבעית אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזי מאי תקנתיה... ...אי נמי ליקרי ק"ש" עד שבא ג'ו הגדול ופירשה, כידוע, דוכתא הדין מתקריא בדוכתא פלניא בשם ק"ש.

אגב, אויב געדענק איך גוט איז שוין געווען אמאל א שמועס דא איבערן צאנזער מחלוקה, הציץ ונפגע פון דוד אסף, און נאך. יבואו המלקקים וילינקו.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:49 am

· #145242
נהורא נפישא
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

יצחק אבן האב איך געלייענט א שטיק צייט צוריק, אויב געדענק איך גוט פראבירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו, על אף וואס זיינע נגיעות זעען זיך אן. קען זיין כ'געדענק נישט גוט, כבר היה לעולמים.

טעפל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:43 am

· #145247
ידען
אזעלעכע אינטערעסאנטע זאכן לייען איך דא און קיינער שרייבט נישט אריין?

קיינער לייקט נישט big joe פאר דעם?

וואס גייט פאר?

איך בין די איינציגסטע וואס ווייסט נישט די אלע אינטערעסאנטע מעשיות?

מע האט שוין געשריבען וועגען דעם?

מיך זעהט אויס ווי פנים חדשות פון יענע צייטען..

איך האב געוואלט לייקען, אבער איך זעה אז ביג דזו רעדט פון צאנזער רב ז"ל כאילו ער איז זיין זאלוני און ער איז פון די רוזינע זייט, איים סארי אביסל ריספעקט..

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:25 am

· #145279
געפילטע פיש
אגב, אויב געדענק איך גוט איז שוין געווען אמאל א שמועס דא איבערן צאנזער מחלוקה, הציץ ונפגע פון דוד אסף, און נאך. יבואו המלקקים וילינקו.

אביסל דא, און דא.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:27 am

· #145298
אגב ,אין באבאב זעגט מען נישט ארויס אז מען געלייגט דעם הייליגן רב אין 'חרם' נאר מען זאגט אין 'ח'.

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:58 pm

· #145320
געפילטע פיש
נהורא נפישא
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

יצחק אבן האב איך געלייענט א שטיק צייט צוריק, אויב געדענק איך גוט פראבירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו, על אף וואס זיינע נגיעות זעען זיך אן. קען זיין כ'געדענק נישט גוט, כבר היה לעולמים.

יהושע רוקער איז געווען א צאנזער, וואס איז געווארן א פורק עול און געשריבן אלע לשון הרע'ס וואס מ'האט געהערט אין סאנז.

יצחק אבן איז געווען א רעספעקטירטע שרייבער וואס האט פראבירט צו זיין אביעקטיוו

עס איז נישט קיין צוגלייך (חוץ מזה ראקער פארציילט שמוץ, אבן האלט זיך העכער ווי דעם)

בעריש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:09 pm

· #145324
י אבן איז אזוי אביעקטיוו ווי די קלעים דיינע אז רוב וועלט האט מיטגעהאלטן מיט צד ריזשין

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:17 pm

· #145329
בעריש
י אבן איז אזוי אביעקטיוו ווי די קלעים דיינע אז רוב וועלט האט מיטגעהאלטן מיט צד ריזשין

כ'האב קלאר נישט געזאגט אז אבן איז אביעקטיוו, כ'האב געזאגט אז ער
פראבירט צו זיין אביעקטיוו
ער איז געווען א רוזינע אבער ער האט פראבירט זיין בעסט. משא"כ ראקער

און יא רוב כלל ישראל האט מיטגעהאלטן מיט רוזין

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:24 pm

· #145331
טעפל
ידען
אזעלעכע אינטערעסאנטע זאכן לייען איך דא און קיינער שרייבט נישט אריין?

קיינער לייקט נישט big joe פאר דעם?

וואס גייט פאר?

איך בין די איינציגסטע וואס ווייסט נישט די אלע אינטערעסאנטע מעשיות?

מע האט שוין געשריבען וועגען דעם?

מיך זעהט אויס ווי פנים חדשות פון יענע צייטען..

איך האב געוואלט לייקען, אבער איך זעה אז ביג דזו רעדט פון צאנזער רב ז"ל כאילו ער איז זיין זאלוני און ער איז פון די רוזינע זייט, איים סארי אביסל ריספעקט..

קיין איין צאנזער האט נישט קיין ריספעקט פאר הייליגער ליאובה, פשוט ווייל זיי האבן אים ג'פסל'ט

נ.ב. איך בין נישט קיין רוזינער, איך האב פשוט דורך געטוען די מחלוקת. און במקום שאין איש... כ'זעה ס'נישטא קיינער פון די רוזינע זייט.

כ'בין א contrarian חסיד.

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:27 pm

· #145333
איך אויך
אגב ,אין באבאב זעגט מען נישט ארויס אז מען געלייגט דעם הייליגן רב אין 'חרם' נאר מען זאגט אין 'ח'.

ווען באבוב האט זיך משדך געווען מיט וויזשניץ (תשנ''ה) האט די וועלט ג'רעש'ט א צאנז-רוזינע שידוך. האבן די לצני הדור געזאגט אז באבוב איז צאנז אזוי ווי וויזשניץ איז רוזין...

בעריש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:32 pm

· #145335
איך וואלט דיר גענטפערט אבער וואס זאל איך טאן אז כ'האב מורא צי רעדן פון די נושא (שוין נאך קריאת שמע)און יא אפילו אויף ליאווע.

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:55 pm

· #145340
בעריש
איך וואלט דיר גענטפערט אבער וואס זאל איך טאן אז כ'האב מורא צי רעדן פון די נושא (שוין נאך קריאת שמע)און יא אפילו אויף ליאווע.

ענטפער/פרעג מיין קינד... וואס דריקט דיר אויפן הארץ????

די פראבלעם איז, אז נאכן קריג איז איבערגעבליבן אסאך צאנזער און ווייניג רוזינע. וועגן דעם איז אזוי שווער צו טרעפן די רוזינע צד.

די צאנזער האבן זיך געדרייט און אלע לייברערי'ס און פארברענדי רוזינע ביכער. (השטן ביוה''כ תרמ''ג, ועוד)

אפילו די צאנזערס זוהן איז געפארן קיין טשורטקוב, אפי' בחיים פון טאטן.

ר' דוד משה'ניו האט געזאגט אז בעיקבתא דמשיחא וועט צאנז זיין גרויס און רוזין קליין, ווייל די יסוד פון צאנז איז שקר און די יסוד פון רוזין איז אמת...
(וכך הוה, ער האט עס געזאגט ווען רוזין איז געווען גרעסער שטערקער און רייכער ווי סאנז)

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:00 pm

· #145341
פון דא איז א רייע אז 48 איז די עכטע צאנז, ווייל זיי זענען גרויס בעיקבתא דמשיחא.. 😂 😂

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:15 pm

· #145346
@אנאנים

זיי דיר ביטע מסביר

בעריש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:32 pm

· #145358
עס האט דערצייל הגאון מטשעבין זצ"ל אז ער האט דאס געהערט פון זיין רבי'ן הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל א טשארטקאווער חסיד
ר' מאיר אלץ בחור האט געלערנט ביים טשעבינער רב פאטער הגאון המופלא ר' יענקעלע מהורמילוב וואס דאס איז געווען בגלילות הוסיאטין און מחסידי הוסיאטין.
האט ער דערציילט אז זייענדיג און הוסיאטענער קלוז האט מען פארשטייט זיך גערעד אויפן הייליגען דברי חיים און ער ר' מאיר זייענדיג אינג האט מיטגעהאלטן דארט.
שפעטער און טאג לאזט אים דער רבי זיינער רופען און נעמט אים אריין בחדר לפנים מחדר (לויטן שיח זקנים האט ער גאר ארויס געקוקט פונעם שליסל לאך אז קיינער הערט נישט אינטער)און ברעכט אויס און א געוויין מאירל טייערער זאגט ער כ'האב היינט געזען אז מהאט און קלוז גערעד אויפן צאנזער רב זאלסטי וויסען אז דער רב איז היינט ווי דער קדושת לו בדורו איך בעט דיר מאיר'ל חוסו על נפשיך און שטיי אוועק פון די אלע גערעדעכצער ווייל סוועט דיר קיין גיטס נישט ברענגען. ע"כ וואס דער טשעבינער רב האט כמה פעמים דערציילט

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:52 pm

· #145367

😂 😂 😂 😂

ס'דא אסאך שענערע מעשיות אין גמ''ח

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:08 pm

· #145377
@big joe

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכען

דיינע שרייבעריי'ען אין דעם אשכול בנוגע צאנז - סאדיגורא זענען מלא פאנטאזי'עס
אין די שרייבסט עס נאך מיט אזא זיכערקייט. אתה מתוק מדבש

עס איז נישט קיין שום תועלת דא אנציהייבען דן זיין אויב רוב גדולים זענען געווען בצד צאנז אדער סאדיגורא
ווייל אזוי צי אזוי קען מען ברענגען מקורות לרחצה, ממש דבר והיפוכו

וואס'זשע יא

די שרייבסט מיט אזא פעסטקייט

big joe

אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער.

אך האב נייעס פאר דיר די צוויי מאורות הגדולים זענען ביידע געבוירען בשנת תקנ"ז, דער הייליגע רוזשינער איז געבוירען ג' תשרי
ממילא איז בפשטות ער געווען עלטער פונ'ם הייליגע צאנזע רב

שנית, שרייבסטו

big joe

ווען באבוב האט זיך משדך געווען מיט וויזשניץ (תשנ''ה) האט די וועלט ג'רעש'ט א צאנז-רוזינע שידוך. האבן די לצני הדור געזאגט אז באבוב איז צאנז אזוי ווי וויזשניץ איז רוזין...

צאנז רוזינ'ער שידוכים זענען שוין געווען לפחות 50 יאהר פאר תשנ"ה, אין אפי' אין וויזניץ אליין.. (ביידע היינטיגע וויזני'צע רבי'ס פון אר"י זענען מצד אביהם נכדי רוזשין ומצד אמם נכדי צאנז)

ועל הכלל כולה יצאת,
אך האב אמאהל געהערט א טייטש, סיג לחכמה שתיקה, וועט מען לפחות מיינען ביזט א חכם, אז די הייבסט אן צי רעדען איז די מצב ביטער

בלייב מיר געזונט קינד לעבען
האשכול שוב לרשותך

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:38 pm

· #145388
בעריש
עס האט דערצייל הגאון מטשעבין זצ"ל אז ער האט דאס געהערט פון זיין רבי'ן הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל א טשארטקאווער חסיד
ר' מאיר אלץ בחור האט געלערנט ביים טשעבינער רב פאטער הגאון המופלא ר' יענקעלע מהורמילוב וואס דאס איז געווען בגלילות הוסיאטין און מחסידי הוסיאטין.
האט ער דערציילט אז זייענדיג און הוסיאטענער קלוז האט מען פארשטייט זיך גערעד אויפן הייליגען דברי חיים און ער ר' מאיר זייענדיג אינג האט מיטגעהאלטן דארט.
שפעטער און טאג לאזט אים דער רבי זיינער רופען און נעמט אים אריין בחדר לפנים מחדר (לויטן שיח זקנים האט ער גאר ארויס געקוקט פונעם שליסל לאך אז קיינער הערט נישט אינטער)און ברעכט אויס און א געוויין מאירל טייערער זאגט ער כ'האב היינט געזען אז מהאט און קלוז גערעד אויפן צאנזער רב זאלסטי וויסען אז דער רב איז היינט ווי דער קדושת לו בדורו איך בעט דיר מאיר'ל חוסו על נפשיך און שטיי אוועק פון די אלע גערעדעכצער ווייל סוועט דיר קיין גיטס נישט ברענגען. ע"כ וואס דער טשעבינער רב האט כמה פעמים דערציילט

דא האט איר וואס רבי אליעזר דוד פרידמאן שליט"א פין לונדון (חסיד וויזניץ ברמ"ח ושס"ה) פארציילט
נדפס בגליון פניני תורה וחסידות פר' דברים תשע"ב
📎 New.jpg

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:48 pm

· #145392
@על המחיה

לגבי די יארן ביסטו גערעכט (כ'האב מיך טועה געווען מיט די מעשה פון אפטע רב מיטן גארטל) אבער די צאנזער רב איז געפארן צום רוזינער און געגבן א קוויטל

לגבי די וויזשניצע חתונה כ'האב נישט געזאגט אז ס'געווען די ערשטע צאנז-רוזינע שידוך, פשוט עס איז געווען א דזשאוק וואס מ'האט דעמאלס געמאכט (ווען מ'פארשטייט נישט קיין ליצנות איז ביטער)

לגבי דאס ווארט פון סייג לחכמה, זייער א שיין ווארט

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:52 pm

· #145393
@big joe

אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי

איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש?
(און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:55 pm

· #145395
על המחיה

דא האט איר וואס רבי אליעזר דוד פרידמאן שליט"א פין לונדון (חסיד וויזניץ ברמ"ח ושס"ה) פארציילט

וויזשניץ איז שוין גאר ווייט פון רוזין, זיי זענען שוין נישט באגלייבט אין די ענינים.

(און רוזין פארציילט מען אז די וויזשניצע שידוך איז געווען א קעגן די רצון פון רוזינער און ממש בעל כורחו)

די איינציגסטע זאך וואס וויזשניץ האט נאך מיט רוזין איז, די היינטיגע ממשיך פון רוזין (סאדיגורע רבי) איז א איידעם ביי די וויזשניצע רבי (ר' חיים משה)...

אביגדור » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:59 pm

· #145398
איך האב אין מיין באזיץ אט דעם ספר'ל.

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:02 pm

· #145400
דא האט איר דעם ספר דער סאנדזער צדיק פון יהושע ראקער

דא האט א קונטרס איבער דעם מחלוקת געשריבען דורך ד"א הידוע לשימצה

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:02 pm

· #145401
על המחיה
@big joe

אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי

איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש?
(און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)

וואס ער האט געזאגט ווייס איך נישט...

אבער אין צאנז וויל מען גלייבן אז ער האט געזאגט "א גרויסע גאסט !!! ממש פון בי''ד של מעלה"
ס'האט נישט קיין אומפארטייעשע מקור

big joe » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:04 pm

· #145402
על המחיה
דא האט איר דעם ספר דער סאנדזער צדיק פון יהושע ראקער

דא האט איר דעם מחלוקת מפרי עטו פין דוד אסף הידוע לשימצה

😂 😂 😂 😂 😂

ראקער א מחלל שבת באקומט נישט קיין טיטול
אסף וואס שרייבט מיט ווייניגער נגיעות כלפי רוזין ווי וואס ראקער שרייבט לגבי צאנז איז "הידוע לשמצה"...
בלאט: 1 2 3 4