☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אלטע חסידישע פאליטיק

אלטע חסידישע פאליטיק

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4585
בלאט: 1 2 3 4

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:51 pm

· #146001
big joe
איך האב געהערט פון גאר אלטע רוזינע חסידים אז די ליאובה'ס ספרים זענען די העכסטע תורות זייט די רוזינע
וכן שמעתי מהסאדיגורא רבי ז''ל


פון דער לויאב'ער איז דא בלויז א קליין ספר'ל וואס קארליבאך האט מלקט געוועהן בשם "דובר מישרים", די תורות זענען אולי שיינע טייטשען אבער גארנישט ספעציעל. יתכן - אויב דאס זאל זיי אמת - איז די כוונה געוועהן אויף די תורות וואס ער האט געזאגט בשנים כתקינם.

שוין העכסטע צייט צו טוישן דעם קעפל צו "מחלוקות צאנז רוזין".
למעשה האט אפילו נישט דער לוחם מלחמת ה' רבי יהושע רוקח אב"ד בעלזא זיך צוגעשטעלט צום צאנז'ער רב, זיין שטיל שווייגענישט איז געוועהן א שטילע הסכמה לטובת סאדיגורא.

big joe » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:29 pm

· #146047
מחלוקת פונעם רש״ב מיטן מלאך
מחלוקת ר׳ שלום דובער שניאורסון זצ״ל (רש״ב) מיט ר׳ חיים אברהם דובער הכהן לוין זצ״ל (מלאך)


אין ליובאוויטש איז געווען א נגיד, ר׳ מנחם מאניש מוניסזון און ער האט געברענגט א מלמד פאר זיין זון א גרויסע תלמיד חכם, ר׳ אברהם דובער לוין. אין ליובאוויטש איז ער געווארן זייער נאנט מיטן רבי רש״ב, אויף אזוי ווייט אז די רש״ב האט אים געמאכט א משפיע אין ישיבה און אים געבעטן צו לערנען מיט זיין זון ר׳ יוסף יצחק... עד כאן לית מאן דפליג

שיטת המלאכים
די רבי ריי״צ איז געווארן זייער נאנט מיטן מלאך, און זיך זייער אסאך דורך גערעדט מיט אים. אין תרס״ב ווען די ריי״צ איז געווען צוואנציג יאר אלט און געפירט תומכי תמימים שוין די פערטע יאר, איז די רש״ב געפארן צו ׳וואריסהאפן׳ פאר רפואה צוועקן, און ער האט געהייסן זיין זון מאכן א התוועדות אין ישיבה לכבוד י״ט כסליו, ר״ה לחסידות. דעמאלטס איז די מלאך פונקט אריינגעקומען אינעם הויז פונעם ריי״צ און געטראפן ספרי חיצונים האט ער מבטל געווען די התוועדות. ווען די רש״ב איז אהיים געקומען האט די מלאך אים פארציילט וועגן די ביכער האט די רש״ב אים ארויסגעווארפן.


שיטת חב״ד
די מלאך האט זיך אריינגעשטופט אין ישיבה ווייל ער האט געוואלט ארויסשטופן די רבי רש״ב און איבערנעמען די ראביסטיווע. ער האט גערעדט קעגן שיטת חב״ד און געזאגט אז ס׳נישטא קיין חידושים אין חסידות. און ער האט פראבירט צו ווערן א רבי דורך מאכן א פילוג, ער האט געהייסן זיינע חברה אין ישיבה נישט זיך צו חבר׳ן מיט אנדער חסידים, מאכן התבודדות אין זיי געשטופט צו מרה שחורה. ווען ער האט געזעהן אז ס׳גייט אים נישט האט ער געמאכט א בילבול אויפן ריי״צ, אז ער ליינט ספרי השכלה. און נאך א חקירה ודרישה ווען עס איז געווען ברור כשמש לכל אז ס׳נישט אמת, האט מען אים ארויס געווארפן פון שטאט באבל וחפוי ראש...






כ׳האב געפרעגט אמאל ר׳ יודל חיטריק ז״ל (א חבד׳סקע איד וואס האט געלעבט ביז 105) פארוואס ער האט זוכה געווען אויפ אזא אריכות ימים? האט ער מיר געזאגט אז ער האלט עס איז א שכר פאר זיין די לעצטע בחור וואס האט זוכה געווען צו ווארפן א שטיין אויפ די מלאך׳ס וואגען, ווען מ׳האט אים פאטריבען... (ער האט געהאט נאך אסאך נערישע שמוץ אויפן מלאך, אבער ער איז געווען א תמימות'דיגע בחור דעמאלטס אין געגלייבט אלעס וואס מ'האט פארקויפט אויפן מלאך.)



און דא איז א חלק פון ר׳ יואל כהן'ס בריעוו בנוגע די מלאכים היינט
"אברהם דער איילער (לוין) הנזכר בקונטרס "ומעין" בשם 'אד"ל דק"ן' אחרי שהלך מליובאוויטש, הי' לו נפילה גדולה, ומעט זמן הי' שיכור, ואח"כ נסע לאמריקה "בלוף מדינה", ואמר שהוא מקובל ועוסק בעניני קבלה, והוא איש אלוקי, הלך בבגדים לבנים וקראו אותו בשם "דער מלאך", הרי הי' משכיל בדא"ח כפי שאומרים, והי' אומר דא"ח בטוב, והצליח ללכוד תחתו כחמשה מנינים איש שהאמינו בו ואומרים שהוא ממלא מקומו של אדמו"ר הצ"צ נ"ע. 

המלאכים (כה קוראים פה לחסידי המלאך) האלטן ניט מנשיאי חב"ד, רק עד אדמו"ר הצ"צ נ"ע, כי אומרים שהוא (המלאך) הי' ממלא מקומו, ומכ"ק אדמו"ר מהר"ש האלטן זיי ניט, בכ"ז אין מנגדים אליו, משא"כ לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע וכ"ק אדמו"ר זי"ע – יש להם שנאה. יש להם תלמודי תורה וקונים ספרי לימוד עבור ילדיהם מספרי המל"ח, הם קורעים השער בלאט מהספר, כי נזכר שם שם המל"ח תחת נשיאותו של כ"ק אדמו"ר. 

בשנים אחרי שהתפשטו הפעולות של כ"ק אדמו"ר באמריקה, אעפ"כ הם מחזיקים עדיין בשטותם (כי רבם המלאך הכניס בהם ארס נגד ליובאוויטש), אבל לנגד בגלוי אינם יכולים, רק זה מחלוקת ישנה. 

בש"פ תולדות הלכתי אליהם לחזור דא"ח, כי הי' מעניין לי וואס איז דאס פארא סארט נפשות, וגם שמעתי שכ"ק שליט"א אמר כמה חדשים מקודם לא' האברכים הגר בסביבת ביהכ"נ של המלאכים: אז מען דארף זיי מקרב זיין, ס'איז פאראן צווישן זיי טייערע יונגע לייט, נאר זיי בלאנדזען. ועל סמך זה הלכתי לחזור שם דא"ח. זה לא היה לי כ"כ בנקל אבל מ"מ נתנו לי רשות לחזור. 

בכלל איני יודע מה זה "מלאכים", אבל אחת אפשר לומר עליהם בבירור, אז קיין מענטשן זיינען זיי זיכער ניט, הם הולכים כולם עם פיאות ארוכות מען ווארפט זיך אין דאווענען, באמרם שכן היו עושים חסידי רבינו הזקן, ועוד עניני פראות. סך הכל הייתי שם רק שעה וחצי, במילא לא אוכל לתאר היטב, אך את הרעל נגד ליובאוויטש אפשר להכיר ברגע הראשון. 

בכל שבת חוזר מישהו דא"ח, סדר החזרה: לוקח תניא, לקו"ת, או ספר מאדמו"ר האמצעי, או הצ"צ, ופותח את הספר ואומר בפנים, רק שהוא אומר זה באידיש, והחוזר מתחיל שאקלען זיך בהתלהבות עצומה, ופאותיו הארוכים שליידערן זיך ארום, ואינו יודע חצי תיבה ממה שהוא מדבר, אבל הוא אומר בקול ובחיות, לא חיות פנימי כ"א פשוט בצעקה גדולה, שלזה הם קוראים חיות. ובהרבה ענינים הם דומים להקנאים שבירושלים. אחרי שהחוזר שלהם גמר לחזור – חזרתי אני. 

מ"מ יש ביניהם גם מתונים, בעלי שכל, שגם הם מאמינים לכל מה שאמר להם המלאך, מ"מ להיותם בעלי שכל רוצים הם לשמוע לפעמים איזה הסבר בדא"ח, ומעיינים בגניבה בכתבי רבותינו הק', עד כדי כך שכשהייתי שם הכרתי כמה אנשים שראיתי שם בביהמד"ר של כ"ק אדמו"ר שליט"א שהם טייערער יונגעלייט, כן ראיתי באחדים שהתענינו והקשיבו היטב את המאמר שחזרתי.. זה הי' הביקור שלי אצלם. 

אח"כ סיפר לי א' שגם הוא ביקר אצלם, הוא אמנם לא חזר דא"ח אבל הוא ניגן שם כמה ניגונים, כי הם אין יודעים ניגונים. ואחרי תפלת ערבית הציע לו א' לתת לו כסף לנסוע והלך אתו לביתו וישב אתו כמה שעות, העיקר שסיפר לי הנ"ל בעצמו, שכמה מהם זה כבר משך זמן שאין להם מנוחה. הם היו כמה פעמים בזמן אמירת הדא"ח שכ"ק שליט"א אומר (כמובן בהחבא כי אינם רוצים שידעו מזה חבריהם) ואינם יכולים להחליט, כי אין רואים שום רע בכ"ק שליט"א, ואדרבה רואים הפעולות בליובאוויטש בכל אמריקה, ולאידך גיסא אינם יכולים להחליט שרבם המלאך טעה, כי צדיק ומלאך כזה אינו שייך לטעות..."

big joe » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:02 pm

· #146208
טייל טענה'ן אז די מלאך האט טאקע געטראפן השכלה ביכער ביי די רבי ריי''צ, אבער עס איז נישט געווען זיינס. סהאט באלאנגט פאר די מיידילעך און שטוב אין נישט פארן ריי''צ.

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:11 am

· #146345
דא האט איר אביסל אינפארמאציע איבער דעם בריעף פון רבי יואל כַהַן

פאר נאך מעהר, געט א קיק דא

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:49 am

· #146356
דער וואס האט געקענט די ריי"ץ, ווייסט אז דער גאנצע ענין פון משכילישע ספרים אין א אויפגעבלאזענע איי, היות ער האט געזאמעלט יעדער אייניצגער געדריקטע ספר/בוך וואס ער האט נאר געקענט לייגן זיין האנט דערויף, ולא עוד ער האט זיך געלאזט קאסטן שווערע טויזענטערס, שוין אלץ יונגערמאן האט ער געהאט א פריוואטע זאמלונג פון איבער טויזענט ספרים, וואס בימים ההם איז דאס געוועהן א געוואלגיגע חידוש, אין די כרכי אגרות קודש זענען פארהאן הונדרעט בריעוון (נאך איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא) ווי ער שרייבט צו מחברים אין סיי ווער מ'זאל שיקן זייערע ספרים, אדער טוישן אין אויב נישט וועט ער צאלן, די סארט בריעוון האט ער געשיקט לכל קצוי תבל בארבע פינות הארץ. ער האט אויך אפגעקויפט צוויי לייברעריס. קומענדיק קיין אמעריקא בשנת תש"א האט שוין געהאט א זאמלונג פון איבער 700 קאלענדערס (לוח), אין איבער 200 הוצאות פון מחזורים.
אין אז עס אינטרעגעקומען צו באקומען סעקיולער ביכער האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיי אויך נישט.

אונז אלע זענען נהנה אויף א געוויסע אופן פון זיין זאמלונג פון ספרים אויף וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דמים תרי משמע, היברו בוקס יוכיח, וכן עוד ועוד.

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:57 pm

· #146389
ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:51 am

· #148170
מונקאטש רב/גער און אגודה מחלוקה
כבין נישט קיין היסטאריקער אין חסידישע פאליטיק האב איך זיך געריבן דאס אויג צי איך ליין גוט. אזוי אומשולדיג אין א לענגערע ארטיקל אין צייטונג פ' כי תצא א אינטערוויו מיט ר' שמואל גלייטמאן ז"ל א ראדאמסקער חסיד. איז דארט דא א קליינער צייטנג'ס אויסשניט (וואס ווען נישט פאר ליידיגיין וואלט איך עס זיכער פארפאסט) פון א באריכט אין א פרייער צייטונג איבער מונקאטשער רב'ס באזוך אין סאסנאווצע (וואו ראדאמסקער רבי ר' שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש זצ"ל הי"ד האט געוואוינט נאך די ערשטע וועלט מלחמה)

ס'ליינט זיך אזוי, ווערבעטים:
"דער מונקאטשער רבי אין סאסנאוויעץ
ער שעלט דעם גערער רבי און רופט ארויס געשלעגן צווישן חסידים
סאסנאוויץ, 7 (טעלעפאניש)
אין ראדאמסקער הויף איז פארגעקומען א גרויסע חסידישע שמחה: עס איז פארגעקומען דער ברית פון ראדאמסקער רבי'ס אנ'איינקעל, צו דער שמחה זענען געקומען א פאר טויזענד חסידים פון פוילען און פון אויסלאנד.
עס איז אויך געקומען דער מונקאטשער רבי מיט א סוויטע פון עטליכע צעהנדליג חסידים.
דער מונקאטשער האט אויך מזכה געווען מיט א וויזיט סאסנאוויץ, וואו ער האט נעכטן געפיהרט טיש און געזאגט תורה
ביי דער געלעגענהייט האט דער צדיק זיך אנגערעכענט מיט דער ''אגודה'' און אנגערופען דעם גערער רבי נישט אנדערש ווי: כופר. -- בעת'ן ''תורה זאגן'' האט דער מונקאטשער אויך נישט פארנעמען דעם אגודה פירער ר' אטשע מאיר לעווין, וועלכען ער האט ''געקרוינט'' אלס עוכר-ישראל און אים געשאלטן מיט טויטע קללות.

דערוויסענדיג זיך פון דעם מונקאטשער'ס נייעסטע תורות, האבן די גערער חסידים איינגעארדענט א דעמאנסטראציע און שארף פראטעסטירט געגען די קללות און זלזולים אויפן אדרעס פון די אגודה פירער, וואס זענען געווארפן געווארן דורכ'ן ''הייליגן צדיק'' פון מונקאטש. די ראדאמסקע חסידים זענען אויך נישט געבליבן קיין בעלי חובות און האבן זיך אנגענועמן די קושיוודע (?) פון זייער רבינ'ס גאסט. עס איז געקומען צו געגענזייטיגע געשלעגען , וועלכער זענען ליקווידירט געווארן דורן די פאליציי

דערווייל האט מען ביי מונקאטשער צדיק ארויסגע'גנב'עט פון קעשענע א טייערען גאלדענעם זייגער. דער רבי האט אפילו בעשטימט א בעהלוינונג פון 1500 זלאטעס פאר אויסגעפינען די גניבה, אבער דערוויל איז נאך דעם זייגער נישט געלונגען צו געפינען."


איך בין זיכער אז דער רעדאקטאר פון ''די צייטונג'' האט דאס נישט אפגעליינט פאר'ן אריינשטעלן... דאס איז דאך אזוי דזשוסי.. וואס איז דארט פארגעגאנגען? יענער צייטונג קוקט דאך אויס ווי שאלזאהן'ס זיידע. לאמיר הערן פון די אלעס-ווייסער איבער וואס דארט איז פארגעקומען. איז מונקאטשער רב אויך געווען א קנאי?

בין איך איין מונקאטשער? 😂

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:10 pm

· #148224

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:35 pm

· #236755
בן תמליון
זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

איך האב עס געליינט פון א מתנגדי'ן/משכיליש'ן מקור. ביי חסידים לייקנט מען אפ בכל תוקף. אבער, אביעקטיוו גערעדט. לויט די התנהות פון ר' מנדלי מ'קאצק איז משמע אז ס'איז יא געשהן און ער האט ל"ע געכאפט א נערוון אטאקע... דער חילוק פון אמאל ביז היינט איז, אז אויב היינט פיהלט א רבי אז ער האט קאמפעטישן, שיקט מען עטליכע פון די געטרייע חסידים מ'זאל שניידן טייערס און אויסברעכן שויבן...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:42 pm

· #236757
ידען
100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..

די צייטונגען פון 100 יאר ארום וועלן זיין טאבלעט'ס אויף איי-פאונ'ס וואס א יעדער וועט ארומטראגן אין טאש. מ'וועט קענען דאונלאודן די דברי תורה ומוסר וקנאות אויף די פ' השבוע מיט א לייוו ווידיא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:50 pm

· #236762
איך אויך
אגב ,אין באבאב זעגט מען נישט ארויס אז מען געלייגט דעם הייליגן רב אין 'חרם' נאר מען זאגט אין 'ח'.

אויף דעים איז דא א באקאנט ווערטל. מ'האט איינעם געסטראשעט אז מ'עט עים אריינלייגן אין "ח". האט ער געזאגט. "דו קענסט מיך אריילייגן אין ח'. אפילו אין ט'. נאר נישט אין יוד...! 😂

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:03 pm

· #236789
לעיקוואד
די תורות זיינע זענען קיים, קענסט אריינבליקען און אליינס מחליט זיין צו עס איז בעסער פון די ברודערס זיינע אדער נישט.

בכל אופן איז נישט פון דעם איז די רעדע. קען זיין ער האט געזאגט מורא'דיגע תורות און איז געווען א בעל כשרון עצום. און עס איז טאקע דא פון עם עטליכע שיינע ווערטער. דאס איז אבער נישט סותר דאס וואס איז געשעהן שפעטער. איינס איז נישט סותר דער אנדערע. אפילו ווען עס וואלט געווען אין די זעלבע תקופה כל שכן אז די אלע תורות זענען פון פריער. אבער זיך מתייחס זיין צו עם ווי א קדוש וטהור נאך דאס וואס ער האט געטוהן איז אביסעלע פאני.

און דאס קומט ניאך פון א ליטוואק... 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:48 pm

· #236799
רויטע וואנצעס
א בילד פון ליעווער צדיק.

דאס איז וען ער איז געווען אין העיליגן מצב, אדער אין אפגעפארענעם, אפיקורס'ישן מצב?...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:50 pm

· #236800
איחוד פעלד
און דער שייגעץ האט זיך.אזוי געלאזט פאטאגריפירען?

ער איז געוועין פושט צורה ולובש צורה. עכ"פ אזוי האבן די פארגלייבטע קעלבלעך בשעתו געזאגט אויף איהם... 🙄

diff » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:19 pm

· #236844
זעט אויס ביזט שוין דעמאלסט געווען בעלעגלא. אפשר טאקע דער וואס ר מלך האט אלעס אויגערעכענט

chusid » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:58 am

· #237074
איך האב געטראפען אן אלטער יוד דעם שבת וואס איז א תלמוד פין מנחת אלעזר און פארציילט מיר וויאזוי די בעלזע חסידים פלעגן באשיסן זייער שול שבת ביי שלש סעודות מיט שטיינער, איז שוין דעמאלטץחסידות געווען אזא חצויוניותדיגע זאך?

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:11 pm

· #237148
big joe
געזאגט ליגענט ברבים (אפילו געשוואוירען ליגענט)
גערעדט אויף די גרעסטע צדיקי הדור (די רוזינער קינדער) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האבן מיטגעהאלטן מיטן ריזשינער צד. אפילו זיין זון די שינאווע איז געפארן קיין טשארטקוב. (נאכדעם האט די טאטע אים געזאגט נישט אריבער צו טרעטן זיין שוועל)

הקיצור מ'האט אויף אים געקוקט אזו ווי א זקן ממרא אדער גאר ערגער.

אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער. מ'האט געהאלטן אז נאכן רוזינער איז אוועק האט ער געוואלט זיין די ממשיך פונעם דרך בעש''ט, אבער רוב רבי'ס האבן אים נישט געוואלט.

(די פראבלעם איז וויבאלד עס איז איבערגעבליבן אסאך מער צאנז ווי רוזין איז זייער שווער צו טרעפן די צווייטע צד, ממילא ווייסן רוב מענטשען, (אפילו די ברייטע) נאר די צאנזע צד)

נישט ריכטיג אז הרה''ק משיניווא איז געפארן קיין טשארטקוב, דער שיניווער רב האט כידוע געמיזט ארויסשפרינגן פון פענסטער פון ניסן בק'ס ביהמ''ד, ווייל מ'האט אים שיעור נישט דער'הרג'עט!
ווי אויך איז ידוע די סיפור וואס הרה''ק מפשעווארסק פלעגט דערציילן און שטארק שמייכלען בשעת מעשה אז אן עגונה איז אמאל געקומען קיין שיניווא און ער האט איר געהייסן פארן קיין טשארטקוב, זי איז אהין אנגעקומען און א שענק און דערקענט צווישן א גרופע זעלנער איר מאן, נאכן מאכן א רעש האט מען גע'פועל'ט ביים קאמאנדיר פון די סאלדאטן אים צו צווינגען צו געבן א גט, ווען די מעשה איז אנגעקומען קיין שיניווא האט דער שטאט גע'רעש'ט פון די גרויסע מופת גלוי, האט דער שיניווער רב זיך פארענטפערט אז אזא אויסווארף האב איך פארשטאנען קען נאר זיין אין טשארטקוב.
ווי אויך איז ידוע די מעשה מיטן שיניוואר רב אין ארה''ק איבער זיין מבטל זיין די נסיעה קיין מירון, און איתגלאי מילתא אז אינשי דלא מעלי האבן אונטערגעשטעלט א מערדרער עלי דרך ואכהמ''ל
(אויף די חלוקי דעות פון הרה''ק מצאנז ושיניווא בנוגע תחנון הוד, היתר מכירה וכו' איז דאך באקאנט די חלום פון דעם שיניוואר רב וכו' על מה ראה לחלוק על אביו)
חלילה אז קליינע מענטשן ווי אונז קענען נישט אריינרעדן בסוד קדושים סאיז נאר געשריבן פאר די ווארהייט פון היסטאריע

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:12 pm

· #237150
ידען
נהורא נפישא
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

מע קען לייענען אנליין?

כידוע אז ערליכע אידן האבן יהושע ראקער'ס ספר נישט אריינגענומען אין שטוב (ויש הי' אומרים שיש להוסיף שטריך תחת האות ר' ראשון של ראקער!)

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:16 pm

· #237153
על המחיה
@big joe

אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי

איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש?
(און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)

כ''ק מרן אדמו''ר מבאבוב שליט''א סיפר שאמר הרה'''ק מריזון להרה''ק מצאנז אז ער וויל זיין הסכמה אויף אן ענין ווייל דער צאנזער רב איז פון די בית דין של מעלה

חסיד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:17 pm

· #237155
big joe
על המחיה
מיינסט טאקע אז דאס איז געווען די איינציגסטע מחלוקת וואס דע הייליגע צאנז'ער רב איז געווען אריינגעמישט??

שנית, דער מחלוקת מיט סאדיגורא האט גארנישט געהאט מיט'ן שינאווע רב, איז דאך על כרחך אז ער רעדט (לפחות לגבי אביו) פון א אנדערע מחלוקת


די מחלוקת האט צוטיילט די שינאווע פונעם טאטן, און עס איז זיכער אז מ'האט געפיטערט שקרים צו ביידע צדדים.

כידוע איז די חלוקה דעות געוועהן איבער תחנון הוד און נאך מער די שערורי' בנוגע היתר מכירה בשבת

טענעסי » דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:20 pm

· #289703
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
על המחיה
@big joe

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכען

דיינע שרייבעריי'ען אין דעם אשכול בנוגע צאנז - סאדיגורא זענען מלא פאנטאזי'עס
אין די שרייבסט עס נאך מיט אזא זיכערקייט. אתה מתוק מדבש

עס איז נישט קיין שום תועלת דא אנציהייבען דן זיין אויב רוב גדולים זענען געווען בצד צאנז אדער סאדיגורא
ווייל אזוי צי אזוי קען מען ברענגען מקורות לרחצה, ממש דבר והיפוכו

וואס'זשע יא

די שרייבסט מיט אזא פעסטקייט

big joe


אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער.


אך האב נייעס פאר דיר די צוויי מאורות הגדולים זענען ביידע געבוירען בשנת תקנ"ז, דער הייליגע רוזשינער איז געבוירען ג' תשרי
ממילא איז בפשטות ער געווען עלטער פונ'ם הייליגע צאנזע רב

שנית, שרייבסטו

big joe


ווען באבוב האט זיך משדך געווען מיט וויזשניץ (תשנ''ה) האט די וועלט ג'רעש'ט א צאנז-רוזינע שידוך. האבן די לצני הדור געזאגט אז באבוב איז צאנז אזוי ווי וויזשניץ איז רוזין...


צאנז רוזינ'ער שידוכים זענען שוין געווען לפחות 50 יאהר פאר תשנ"ה, אין אפי' אין וויזניץ אליין.. (ביידע היינטיגע וויזני'צע רבי'ס פון אר"י זענען מצד אביהם נכדי רוזשין ומצד אמם נכדי צאנז)

ועל הכלל כולה יצאת,
אך האב אמאהל געהערט א טייטש, סיג לחכמה שתיקה, וועט מען לפחות מיינען ביזט א חכם, אז די הייבסט אן צי רעדען איז די מצב ביטער

בלייב מיר געזונט קינד לעבען
האשכול שוב לרשותך

דער ערשטער שידוך צווישן צאנז און רוזין איז געווען בחייו פון הרה"ק מ'טשארטקוב (נפ' הוש"ר תרס"ד) ווען ר' ברוך דוד טווערסקי מ'קאלינקוביץ (בהרה"ק רמ"ד מ'הארנאסטייפל איידעם פון צאנזער רב) איז געווארן א איידעם ביי ר' שלמה זלמינא צוקערמאן מ'ראשקוב א איידעם ביי ר' אי"ה מ'מעזבוז איידעם פון רש"י עלטסטער זון פון רוזינער

פישערער רבי » דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:25 pm

· #289721
big joe
ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)

ער איז געווען אן איינציקן זון.
אפשר מיינסטו די טעכטער ?
ער האט געהאט דריי טעכטער די עלטסטעע מרת חנה געהייראטן צום רש"ג איר זון איז בער גוראריה פון די באוויסטע ספרים פרשה אין ליובאוויטש.
די צווייטע מרת חיה מושקא א"ח פון דער ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
די דריטע מרת שיינא געהייראטן צו רמ"מ הורנשטיין און געהרג'ט דורך די נאצי'ס ימש"ו.

סקרן » מיטוואך יולי 5, 2017 2:03 pm

· #377958
אינטרעסאנטער אשכול איך וועל מוזן זוכן אין די ארכיוון פאר נאך אדער בעטן יואליש קרויס מיר אריינצולאזן אין זיין לייברערי פון אלע צייטונגען ספרים וואס באשרייבן עני מחלוקה וואס איז נאר געווען כידוע

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 5, 2017 2:48 pm

· #377963
פישערער רבי
big joe
ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)

ער איז געווען אן איינציקן זון.
אפשר מיינסטו די טעכטער ?
ער האט געהאט דריי טעכטער די עלטסטעע מרת חנה געהייראטן צום רש"ג איר זון איז בער גוראריה פון די באוויסטע ספרים פרשה אין ליובאוויטש.
די צווייטע מרת חיה מושקא א"ח פון דער ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
די דריטע מרת שיינא געהייראטן צו רמ"מ הורנשטיין און געהרג'ט דורך די נאצי'ס ימש"ו.

פישערער רבי: ס'איז מעגליך אז מ'רעדט איבער די טעכטער פונ'ם מהריי"ץ. ס'איז אבער נישט מסתבר. ווייל ווען די אריגינאלע פרשה מיט דעם ..."מלאך"...האטציך אפגעשפיעלט איז דער מהריי"ץ נאך געווען גאר א יונגערמאן. און ס'נישט מסתבר אז ער האט שוין געהאט גרויסע טעכטער. אבער אין אן עקסטער עניין. די ..."רעבעצין"... חי' מושקא, ע"ה איז געווען יענע פרי. און זי האט גורם געווען א סאך עגמת נפש פאר איר טאטן, דעם צדיק. זי איז געגאנגען שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. דאס איז געווען אין די פריע 1920'ער יארן. אין די אנהייב תקופה פונ'ם קאמוניזם. דארט האט זי אויך באגעגנט הרמ"מ. און איהר טאטע האטציך געפרייט צו דעם מצב. ווייל דאס איז געווען איהר רוחניות'דיגע הצלה. זי האט טאקע נאכדעים חתונה געהאט מיט איהם. פאר זיי זענען אפגעפארן קיין בערלין,פאריז, וכו'.

איך האב געזעהן א פיקטשער פון די ..."רעבעצין"... שוין אויף די עלטערע יארן. ווייל זי האט שוין געהאט גרויע האר. און 3/4 פון איהר קאפ איז געווען אויפגעדעקט...!

ימים ידברו » דינסטאג יולי 11, 2017 2:05 pm

· #378661
טייערע אידען מ'רעד דא אלטע פאליטיק, אפשר קען מען מער רעדן וועגען פאליטיק פון 50 60 יאר צוריק ראשית אידישקייט אין אמעירקע,
ווען האט דער סאטמארער רב זצ"ל בעל ויואל משה זיך צוקריגט מיט זיין נעפיו דער קלויזענבורגר רב זצ"ל און פארוואס?
אדער איז אמת אז בראשית יארן האט קלויזענבורג געהאט דער גרויסער עולם און סאטמאר נישט ווען האט זיך דאס איבערגעדרייט און ווי אזוי?
וויאזוי האט סאטמאר רבי זיך פארשטאנען מיט די סקווירא רבי און מיט די באיאנער רבי קאפישניצער רבי ?
די מחלוקת'ער מיט הגאון רבי משה פיינשטיין?
אדער וואס איז געווען די מחלוקה מיט סינגאג קאנסול? ווער קעגען וועם?
ס'גייט דורך יאר נאך יאר און די אלע זאכן וועט זיין היסטארע מ'וועט שוין נישט וויסען ווי צו פרעגען בכלל
די מלאכים מיט תורה ודעת?
ווען רבי ישראלטשע קאסניער ז"ל איז נאך געווען סאטמאר רבין'ס הויז בחור און געווארען ברוגז פארוואס?
וואס איז געווען די מחלוקה צווישען רבי מיכאל בער זצ"ל מיט זיין שוואגער קלויזענבורגער רב?
רבי מיכאל בער מיט הגאון רבי אהרן קוטלער?
סטיטשין מיט בלוזשעוו און באבוב?
רבי הערשלע ספינקער זצ"ל מיט סקולענער רבין זצ"ל און פיל נאך דאס איז מראי מקומות אבער כל הרוצה יבוא ויטול ווייל די זקנים זענען תמו ואזלו און מי יודע ווער וועט נאך דאס געדענקן און ווער רעד נאך פארשרייבען. אפשר דארף מען נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 11, 2017 2:18 pm

· #378666
ר' מיכאל בער האט געהאלטען אז דאס שיקען געלט פון דער וועד הצלה צו די בחורים אין שאנחאיי האט פאראורזאכט די טויט פון די סלאוואקאיער אידען. מ'זאגט אז ער איז אמאל געקומען קיין לעיקוואוד און ער האט איהם געוואלט אנשרייען. ער האט געווארט ביז'ן סוף שיעור, און ווי ער האט אונטער געהערט דער שיעור, האט ער זיך צוריק געהאלטען.
איך בין נישט נוטה צו גלויבען די מעשה, אבער דער וואס האט עפעס באווייזונגען אדער פרטים, ווי למשל ווען און ווער האט עדות געזאגט, וואלט איך זיך געפרייט.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 11, 2017 2:59 pm

· #378686
דולה ומשקה
big joe

למעשה האט אפילו נישט דער לוחם מלחמת ה' רבי יהושע רוקח אב"ד בעלזא זיך צוגעשטעלט צום צאנז'ער רב, זיין שטיל שווייגענישט איז געוועהן א שטילע הסכמה לטובת סאדיגורא.


פונקט פארקערט דער סאדיגורא חסידים פלעגן זאגן אז זיי האבן מער מורא פין די בעלזער שווייגן פין דער צאנזער געשרייען

עס איז געוועהן א בחי' פין א הויכע שטיל שווייגניש...

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 11, 2017 4:18 pm

· #378701
ליטוואק פון בודאפעסט
ר' מיכאל בער האט געהאלטען אז דאס שיקען געלט פון דער וועד הצלה צו די בחורים אין שאנחאיי האט פאראורזאכט די טויט פון די סלאוואקאיער אידען. מ'זאגט אז ער איז אמאל געקומען קיין לעיקוואוד און ער האט איהם געוואלט אנשרייען. ער האט געווארט ביז'ן סוף שיעור, און ווי ער האט אונטער געהערט דער שיעור, האט ער זיך צוריק געהאלטען.
איך בין נישט נוטה צו גלויבען די מעשה, אבער דער וואס האט עפעס באווייזונגען אדער פרטים, ווי למשל ווען און ווער האט עדות געזאגט, וואלט איך זיך געפרייט.

ליטוואק: ס'איז נישט קיין שום ספק אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז געווען איינער פון די גרויסע און אקטיווע אנפיהרערס לטובת די הצלה פון די אידן אין סלאוואקיי. ער האט אויך געהאט פארשידענע פלענער וויאזוי צו אונטערלייגן מינעס אונטער די באן רעלסן וואו די נאציס ימ"ש זענען געפארן. אויסער זיינע געוואלדיגע אנשטרענגונגען אין פעלד פון דיפלאמאטיע. די פראבלעים איז אבער אז ער האט זייער א סאך געבויעט אויפ'ן ווארט פון די נאציס. און ס'האט איהם געקרענקט אז מ'האט נישט געקענט פארשאפן די סכומים פון געלט וואס ער האט לכאורה אויסגעארבעט מיט די נאצישע פיהרערס. וואס אין שכר פון דעם וואלטן זיי געדארפט סטאפן די דעפארטאציעס פון די אידן. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער האט געלעבט אין אן אילוזיע. ווייל די נאציס ימח שמם וזכרם האבן נאך קיין איינמאל נישט איינגעהאלטן קיין שום הסכם וואס זיי האבן געמאכט מיט די אידן. ספעציעל אייכמאן'ס געהילף אין סלאוואקיע, וויסליצעני ימ"ש, מיט וועם ר' מיכאל בער האט פארהאנדלט, האט זיך בארימט אז ער האט אנגעפיהרט מיט די דעפארטאציע פון די גריכישע אידן. און אין משך פון 4 טעג האט ער אוועקגעפיהרט אלע אידן קיין אוישוויץ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 11, 2017 4:31 pm

· #378702
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
דאס מעגסטו זאגען. ווען איך זאג עס, בין איך סתם איינער וואס פארטיידיגט מיין גדול.

דא רעדט מען אבער פרטים פון די מחלוקת. איך בין נייגעריג צו ס׳איז דא עדות פון איינעם אויפ׳ן צווייטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » דינסטאג יולי 11, 2017 5:03 pm

· #378706
סאיז געווען אמאל א ליטווישע אסיפה צו אסרן וואלהענדלער. זיין שווער סענפעטער רב האט דאס ארויפגעברענגט. סגווען נישט גוט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=1894317&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/Forum/Forum.aspx/t545561">http://www.inn.co.il/Forum/Forum.aspx/t545561</a> און דא מיט חבד

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 11, 2017 5:36 pm

· #378711
מען דארף ארויף ברענגן דער מחלוקת פין כ'''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א מיט הגאון הגדול ר' עמרם טייטלבוים שליט''א

diff » דינסטאג יולי 11, 2017 5:44 pm

· #378712
אז סאיז צוויי טייטעל בומס שטיי ווייט

שלמה המלך » דינסטאג יולי 11, 2017 7:12 pm

· #378724
ימים ידברו
טייערע אידען מ'רעד דא אלטע פאליטיק, אפשר קען מען מער רעדן וועגען פאליטיק פון 50 60 יאר צוריק ראשית אידישקייט אין אמעירקע,
ווען האט דער סאטמארער רב זצ"ל בעל ויואל משה זיך צוקריגט מיט זיין נעפיו דער קלויזענבורגר רב זצ"ל און פארוואס?
אדער איז אמת אז בראשית יארן האט קלויזענבורג געהאט דער גרויסער עולם און סאטמאר נישט ווען האט זיך דאס איבערגעדרייט און ווי אזוי?
וויאזוי האט סאטמאר רבי זיך פארשטאנען מיט די סקווירא רבי און מיט די באיאנער רבי קאפישניצער רבי ?
די מחלוקת'ער מיט הגאון רבי משה פיינשטיין?
אדער וואס איז געווען די מחלוקה מיט סינגאג קאנסול? ווער קעגען וועם?
ס'גייט דורך יאר נאך יאר און די אלע זאכן וועט זיין היסטארע מ'וועט שוין נישט וויסען ווי צו פרעגען בכלל
די מלאכים מיט תורה ודעת?
ווען רבי ישראלטשע קאסניער ז"ל איז נאך געווען סאטמאר רבין'ס הויז בחור און געווארען ברוגז פארוואס?
וואס איז געווען די מחלוקה צווישען רבי מיכאל בער זצ"ל מיט זיין שוואגער קלויזענבורגער רב?
רבי מיכאל בער מיט הגאון רבי אהרן קוטלער?
סטיטשין מיט בלוזשעוו און באבוב?
רבי הערשלע ספינקער זצ"ל מיט סקולענער רבין זצ"ל און פיל נאך דאס איז מראי מקומות אבער כל הרוצה יבוא ויטול ווייל די זקנים זענען תמו ואזלו און מי יודע ווער וועט נאך דאס געדענקן און ווער רעד נאך פארשרייבען. אפשר דארף מען נישט?

WOW א היבשער קיגל...
סאטמאר מיט קלויזענבורג איז א היבש שטיקל היסטאריע, איך וועל דאס איבערלאזען פאר ווער עס ווייסט קלארער ווי איך, נישט סתם דאמירן בעלמא
ווידעראום סאטמאר מיט סקווירא און די אנדערע רבי'ס האבען זיך טאקע נישט פארשטאנען - זיי האבען אלע אפגעפיצט פון וויליאמפעסט ווייל מ'האט זיי גע'רודפ'ט דארט שמא ואולי וועט איינער אויך גרויס ווערען אחוץ סאטמאר
ר' משה פיינשטיין איז געוועהן א גדול בתורה און פארשטיט זיך ווייט פון חסידות
ר' ישראל'טשע קאסאניער איז קיינמאל קיין הויז בחור אין סאטמער נישט געוועהן! להד"ם... ער האט געוואוינט אין די בראנקס ביי זיין פאטער ר' פינחס שלום (שפעטער אין ב.פ. קיינמאל נישט איבערגעטרעטן די ווילימסבורגער באדען - אבער סאקמארער רב האט אים געניצט ביי דאמאנסטראציעס וכדו' ווייל ער איז געוועהן א אמעריקען בוי מיט א גיטע ענגליש - אבער קאסאן מיט סיגוט סלעש סאטמאר איז קייינמאל נישט געוועהן צו באפראנדעדט - פאר עס ווייסט אביסל יוראפעיער היסטארי - אבער דאהי האט מען נישט לכתחילה געזיכט מאכען פרישע פייער נאכדעם וואס היטלער האט כמעט אלעס פארניכטעט רח"ל, אבער אפאר קליינע פייער'ליך האט צירוק אויפגעוועקט די באגראבענע ווייטאג און ממילא האט מען אפגעהאקט פון פריש...

diff » דינסטאג יולי 11, 2017 7:18 pm

· #378725
סאטמאר מיט סיגוט

מיר'ער בחור » דינסטאג יולי 11, 2017 9:13 pm

· #378730
ימים ידברו
טייערע אידען מ'רעד דא אלטע פאליטיק, אפשר קען מען מער רעדן וועגען פאליטיק פון 50 60 יאר צוריק ראשית אידישקייט אין אמעירקע,
ווען האט דער סאטמארער רב זצ"ל בעל ויואל משה זיך צוקריגט מיט זיין נעפיו דער קלויזענבורגר רב זצ"ל און פארוואס?
אדער איז אמת אז בראשית יארן האט קלויזענבורג געהאט דער גרויסער עולם און סאטמאר נישט ווען האט זיך דאס איבערגעדרייט און ווי אזוי?

די עיקר מחלוקת האט זיך אנגעהויבען ווען קלויזנבורג'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט א דרשה מליץ יושר צו זיין אויפ'ן מדינה, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבען די סאטמאר'ע טעראר? נישט אזוי?

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 20, 2017 11:46 am

· #379681
מיר'ער בחור
ימים ידברו
טייערע אידען מ'רעד דא אלטע פאליטיק, אפשר קען מען מער רעדן וועגען פאליטיק פון 50 60 יאר צוריק ראשית אידישקייט אין אמעירקע,
ווען האט דער סאטמארער רב זצ"ל בעל ויואל משה זיך צוקריגט מיט זיין נעפיו דער קלויזענבורגר רב זצ"ל און פארוואס?
אדער איז אמת אז בראשית יארן האט קלויזענבורג געהאט דער גרויסער עולם און סאטמאר נישט ווען האט זיך דאס איבערגעדרייט און ווי אזוי?

די עיקר מחלוקת האט זיך אנגעהויבען ווען קלויזנבורג'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט א דרשה מליץ יושר צו זיין אויפ'ן מדינה, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבען די סאטמאר'ע טעראר? נישט אזוי?


סאטמער / קלויזענבורג
יענע מלוה מלכה מוצאי בשבת קודש פרשת יתרו שנת תש"י אין ביהמ"ד דקהל ערוגת הבשם ד'צעלים וועט אריין גיין אין די היסטוריה אלץ דער מכה בפטיש צום ביז דעמאלסדיגע אנגעצויגענע קירבות'שאפט, דאס לעצטע מאל וואס די צוויי זענען געזעצן אינאיינעם, און דער אנהויב פון א ביטערע מחלוקות וואס האט זיך געענדיקט ביי די פטירה פונעם ברך משה זצ"ל, וואס דאן האט זיך א אנדערע פעטער און נעפוי געקומען אויף דער רייע צו פירען א מחלוקות ביד רמה.

סטיטשין / בלאזוב / באבוב
דאס איז א טשאלענט, ערשטנס סטיטשין און בלאזוב די צוויי שוואגערס זענען געוועהן אויף מעסער שטעך, די צוויי ספעציעל דער סטיטשינער איז געוועהן להשמיד אויפ'ן בלאזוב, ואכמ"ל.

דערנאך א פרשה עקסטער פאר זיך איז דער אומ-פארגינעשטקייט וואס דער סטיטשין'ער רבי האט געהאט צום באבוב'ער רבי'ס געוואלדיגע הצחלה און אויף שטעלן א שטארק חסידות. למעשה במציאות איז דאס מעשה אבות סימן לבנים, ווען דער אלטער סטיטשינער רבי הה"ק רבי יצחק זצ"ל פלעגן שעלט פעך און שוועבל, שפעט ווערטער אויפן חשבון פון בעל קדושת ציון מ'באבוב הי"ד, ואכמ"ל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 20, 2017 11:51 am

· #379683
פון קלויזענבורגער אידען האב איך געהערט די מעשה, אז ס'איז געווען מוצ"ש פרשת בשלח, צו ארום יענער תקופה, און דער סאטאמארער רב האט גערעדט פון די בני אפרים, און ווי זיי האבען אזוי שטארק געזינדיגט מיט'ן נעמען א פריצייטיגע גאולה.
דער קלויזענבורגער רבי האט גערעדט נאך דעם, און ער האט געזאגט חלילה וחס צו זאגען אויף די בני אפרים אז זיי זענען געווען מבעטים בגאולת ה'. נאר וואס? דאס ארויס גייען פון מצרים ווען גאנץ כלל ישראל איז דארט געבליבען, דאס איז די טענה אויף זיי.
דער סאטמארער רב איז געווען באטראפען מיט די רמז, און ער איז ארויס געגאנגען אין מיט'ן די דרשה.
ע"כ שמעתי מפי חסידי קלויזענבורג.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:12 pm

· #379686
ליטוואק פון בודאפעסט
פון קלויזענבורגער אידען האב איך געהערט די מעשה, אז ס'איז געווען מוצ"ש פרשת בשלח, צו ארום יענער תקופה, און דער סאטאמארער רב האט גערעדט פון די בני אפרים, און ווי זיי האבען אזוי שטארק געזינדיגט מיט'ן נעמען א פריצייטיגע גאולה.
דער קלויזענבורגער רבי האט גערעדט נאך דעם, און ער האט געזאגט חלילה וחס צו זאגען אויף די בני אפרים אז זיי זענען געווען מבעטים בגאולת ה'. נאר וואס? דאס ארויס גייען פון מצרים ווען גאנץ כלל ישראל איז דארט געבליבען, דאס איז די טענה אויף זיי.
דער סאטמארער רב איז געווען באטראפען מיט די רמז, און ער איז ארויס געגאנגען אין מיט'ן די דרשה.
ע"כ שמעתי מפי חסידי קלויזענבורג.


נישט פונקטליך אזוי,
דער מלוה מלכה איז געוועהן געווידמענט לטובת הכנסה פאר'ן צעילימ'ער קהלה, ווען צעילימ'רב האט געבעטן און איינגעלאדענט דער סאטמאר רב אנטייל צו נעמען אינעם מלוה מלכה ווי אויך צו רעדן, דער סאטמאר רב האט געזאגט ס'איהם אביסל שווער מוצ"ש, אבער אויף צו רעדן וועט לכאורה שוין זיין צו שפעט. דער סאטמאר רב האט נישט געזאגט בפירוש אז ער גייט יא אדער נישט רעדן, נאר ס'ווענט זיך אויפן זייגער. למעשה האט דער צעילימער רב פארשטאנען לויט ווי ער האט געקענט דעם סאטמאר רב האט פארשטאנען אז ער וועט נישט רעדן, האט ער אנשטאט דעם איינגעלאדענט דעם קלויזענבורגער רב צו זאגען דעם צענטראלע דרשה.
ביז אהער איז א זאך פאר זיך.

למעשה האט זיך דער סאטמאר רב אנגעשטרענקט מפני כבוד פון צעהלימ'ער רב, און איז נאך אנגעקומען נאך איידער דער קלויזענבורגער רב'ס דרשה, וואס דער סאטמאר רב האט אויסגעהערט אבער ס'האט זיך דערקענט א אנגעצויגענקייט אויף זיין געזוכט, ווען דער ק"ב האט געענדיקט האט צעהלימ'ער מכבד געוועהן סאטמאר רב צו רעדן, אה פינקן פייער, ער האט גערעדט צוויי פייכיג, דהיינו ער האט גערעדט פון איין זאך אבער מ'האט קלאר פארשטאנען צו וועם דער ריכטיגע ציל איז.

ועוד יש לדלות ולהשקות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:44 pm

· #379687
התם ומתמם עם תמימים
מען דארף ארויף ברענגן דער מחלוקת פין כ'''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א מיט הגאון הגדול ר' עמרם טייטלבוים שליט''א

התם ומתמם עם תמימים: זייט ווען איז ר' עמרם טייטלבוים שליט"א באוואוסט אלס גאון און נאכדערצו..."גדול"...אלס סיקריק איז שמו הגדול והנורא הולך לפניו...איבערקערן א שטאט. דאס יא. אבער גאונות און לומדות. דאס איז נישט זיין דעפארטמענט...! לעומת ר' אהרן טייטלבוים שליט"א מ'מאנרא איז יא באוואוסט מיט זיין לומדות...!

מיר'ער בחור » דאנערשטאג יולי 20, 2017 6:50 pm

· #379728
דולה ומשקה

סאטמער / קלויזענבורג
יענע מלוה מלכה מוצאי בשבת קודש פרשת יתרו שנת תש"י אין ביהמ"ד דקהל ערוגת הבשם ד'צעלים וועט אריין גיין אין די היסטוריה אלץ דער מכה בפטיש צום ביז דעמאלסדיגע אנגעצויגענע קירבות'שאפט, דאס לעצטע מאל וואס די צוויי זענען געזעצן אינאיינעם, און דער אנהויב פון א ביטערע מחלוקות וואס האט זיך געענדיקט ביי די פטירה פונעם ברך משה זצ"ל, וואס דאן האט זיך א אנדערע פעטער און נעפוי געקומען אויף דער רייע צו פירען א מחלוקות ביד רמה.
אפשר איז דאס טאקע געווען די לעצטע מאל וואס זיי זענען "געזעצן אינאיינעם", אבער דאס האט דאכציך מיר נישט אפגעהאקט אינגאנצן די באציאונגען - יחסים ווי מען רופט עס, זיי האבן נאך געהאט א שייכות איינער מיט'ן צווייטן נאכדעם, למשל אז פורים נאכמיטאג שנת תשי"ד אדער ט"ו, האט קלויזנבורג'ער רב געשיקט משלוח מנות פאר'ן סאטמאר רב, מיט ר' משה שווארץ ע"ה מנאמני ביתו, און ער האט עם געזאגט (ברמיזה אדער קלאר עכ"פ) אז ער זאל זעהן אז מ'זאל צוריקשיקן משלוח מנות, למעשה איז ער געגאנגען אהין און סאטמאר רב האט געזאגט פאר די שטוב מענטשן (אז מ'דערמאנט שוין די שטוב מענטשן פון סאטמאר רב וואס בראשם איז געשטאנען די רעבעצין אלטא פיגא, וואס הגם פון איין זייט האט זי טאקע געטון אסאך און אויפגעשטעלט אסאך חסד, אבער פון די אנדערע זייט ........ וד"ל, איז ראוי צו דערמאנען אז זי מיט זיי זענען געשטאנען אונטער די גאנצע טעראר אפאראט, סיי אויף קלויזנבורג, און סיי אויף יעדער וואס האט נישט געהאלטן ביים גיין און שפאן מיט סאטמאר,) אז מ'זאל טאקע צוריקשיקן משלוח מנות, און ער איז געשטאנען און געווארט דארטן, (און דעמאלטס האט זי זיך אנגערופן אז מ'דארף דעם שווארצ'ן פארטרייבן פון דא, מיינענדיג אויף קלויזנבורג'ער רב וואס האט דעמאלטס נאך געהאט א שווארצ'ער בארד) ביז מ'האט עם געגעבן א שטויס מיט א ציפ, און ארויסגעשיקט פון דארט.
און אז מ'רעדט שוין , איז געווען אמאל ממש אנפאנג אין אמעריקע ווען די סאטמאר'ער רב האט נאכנישט געהאט קיין ישיבה, איז געווען כ"ח תמוז ביים יארצייט פונעם ישמח משה (וואס געפאלט דעם שבת מטו"מ הבעל"ט, זיעועכי"א) האט סאטמאר'ער רב געפירט א טיש, און די קלויזנבורג'ער רב איז געגאנגען צום פעטער'ס טיש מיט די בחורים פון זיין ישיבה, עכ"פ ווען ער איז אנגעקומען דארט האט מען עם נישט געגעבן קיין בענקל גלייך, מ'האט עם געלאזט שטיין דארט בבושת פנים פאר א שטיק צייט ביז די רבי האט געהייסן עם געבן א בענקל, און נאכדעם האט מען עם נישט געברענגט צו עסן גארנישט, און אז סאטמאר רב האט געפרעגט שפעטער און שטוב פארוואס מ'האט עם נישט געגעבן צו עסן, האט מען עם געזאגט א לשה"ר אז די קלויזנבורג'ער רב וויל נישט עסן פון זיין קאך, ס'איז איבעריג צו זאגן אז דאס האט נישט צוגעגעבן קיין סאך צום קירוב הלבבות.

שבת אחים » פרייטאג יולי 21, 2017 2:22 am

· #379765
לייענדיג די אלטע מחלוקות פון רוזין און צאנז,קוקט מיר אויס ווי דער יסוד פון די צוויי דיאנסטיס זענען דאך פשוט, צאנז לדעתי איז געבויעט אויף יראה. און רוזין אויף אהבה. צאנז איז געוועהן דער שטרענגער און מחמיר און רוזין איז געוועהן דער ווארימער, דער ווייכער,
און דער מעסיגער וואס האט אקספעטירט יעדען איד אין יעדע מצב.

וויזניץ איז מעהר ווייניגער געבויט אויף רוזין שטייצעך. דער ערשטער וויזניצער רבי דער ׳צמח צדיק׳ איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל און ער איז אפילו געגעאנגען מיט די רוזינער שטריימל ווילאנג זיין שווער האט געלעבט.

דער אהבת ישראל זצ״ל האט גענומען זיין גאנצען מהלך פון זיין רבי׳ן, זיין פעטער, הרה״ק ר׳ דוד משה טשורטקובער זצ״ל, און זיין שיטה איז געוועהן ״ליעב האבן יעדע איד״ געבויט אויף פשוטע יסדותדיגע מענשטליכע כללים פון די תוה״ק ווי ואהבת לרעך כמוך. די אידן ווי דער אהבת ישראל און זיינע נאנטע חסידים ווי ר׳ מרדכי חנא פוקס און ר׳ יודל עביר ראזנבערג און ר׳ יחיאל שטיינמעץ, ר׳ משה ראזנפעלד- טעטשער וכו׳ האבן באמת ליב געהאט יעדן איד און געלעבט און געאטמעט פאר א צווייטע איד׳ס וועגן.

שבת אחים » פרייטאג יולי 21, 2017 2:24 am

· #379766
סאיז אינטערסאנט די מחלוקה צווישן סאטמאר און ר׳ אבישל קראליער ר׳ הערשלע ספינקער טאטע.

65th » פרייטאג יולי 21, 2017 1:16 pm

· #379823
שבת אחים
סאיז אינטערסאנט די מחלוקה צווישן סאטמאר און ר׳ אבישל קראליער ר׳ הערשלע ספינקער טאטע.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=44661&pgnum=1">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 61&pgnum=1</a>

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 21, 2017 3:04 pm

· #379842
שבת אחים
סאיז אינטערסאנט די מחלוקה צווישן סאטמאר און ר׳ אבישל קראליער ר׳ הערשלע ספינקער טאטע.

שבת אחים: וואס איז אזוי שטארק אינטרעסאנט דערביי. מ'האט גענומען א איד א צדיק און מ'האט איהם געצאפט דאס בלוט. אלעס לשם שמים. בלתי לה' לבדו. און זיין דוהן איז נאך געגאנגען מיט די בלוט צאפערס פון זיין טאטן. פרטים און מעשיות איז דא זייער א סאך. איינגעשפארט אין מקוה און פארהאקט מיט טשוועקעס. אריינגעלייגט גלאז אין מקוה. אויסגעהאקט די באלבס פן די לייטס וואס די ספינקער חסידים האבן אויסגעצויגן לכבוד די שמחה פון זייער רבי'ן. כיצד. מ'האט געדינגען א גוי אז ער זאלל קומען נאכ'ן זמן הדלקת הנרות פון שבת קודש און אויסהאקן אלע באלבס. כדי מ'זאלל עס נישט קענען פאררעכטן. און דאס איז נאך געווען פון די קליינע זאכן...!

מיר'ער בחור » מוצ"ש יולי 22, 2017 3:43 pm

· #379886
שבת אחים
סאיז אינטערסאנט די מחלוקה צווישן סאטמאר און ר׳ אבישל קראליער ר׳ הערשלע ספינקער טאטע.

<a class="postlink" href="http://freemorgen.com/forum/viewtopic.php?f=7&t=618">http://freemorgen.com/forum/viewtopic.php?f=7&t=618</a>

מיר'ער בחור » פרייטאג יולי 28, 2017 1:39 am

· #380623
ימים ידברו

די מלאכים מיט תורה ודעת?

ס'איז דא א מעשה דאכצעך מיר מיט'ן גארליצ'ער רב אז ער האט לכתחילה נישט געלאזט פארן קיין אמעריקע וואוינען אין איינמאל איז געשטאנען אין די צייטונג אז אין ניו יארק האט מען ארויס געווארפן בחורים פון ישיבת תורה ודעת ווייל זיי זענען געגאנגען צו פרום אנגעטון, מיט לאנגע פיאות אין גרויסע ציצית וכו', אין ר' שרגא פייוול האט גע'טענה'עט אז זיי שיקן אוועק די אמעריקאנע חברה וואס פארדעם האט ער עס געבויעט, עכ"פ האט די גארליצ'ער רב געזאגט דעמאלטס אז אויב איז שוין דא אזעלכע אידן אין אמעריקע אז מ'וויל זיי שוין ארויסשיקן פון ישיבה פאר'ן זיין צו פרום מעג מען שוין אהין גיין....

סקרן » פרייטאג יולי 28, 2017 10:01 am

· #380649
די גארליצער רב מיט ר' שרגא פייוויל און תורה ודעת זענען נישט געווען די זעלבע תקופה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 28, 2017 10:05 am

· #380652
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
די מעשה איז געווען ביי דער שידוך צווישען דער מחנה אפרים און ר׳ אברהם מן ההר, ווען רב תחליפא איז געקומען ספעציעל צופארען מיט א פריוואטע פליגע געשפאנט צו פיהר ווייסע פערד מיט אידיש וועיז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 28, 2017 10:44 am

· #380657
ליטוואק: לפי זה זענען אמת די שמיעות אז דער בעש"ט איז געווען א נעפיו פונ'ם חזון איש. און ר' חיים קאניעווסקי איז געווען א דריטער קאזין פונ'ם גר"א. און ס'גייען ארום שמיעות אז הרב אלישיב האט געהאט א יחוס בריוו ביז משה רבינו. ר'איז געווען אן אור אייניקל בן אחר בן פון די מאמע'ס זייט...!

אויך. אייינער פון זיינע עלטער זיידעס איז נפטר געווארן אלס בחור...!

diff » פרייטאג יולי 28, 2017 10:45 am

· #380658
ער האט געזאגט ב"ה סדא א"י און אמעריקא. ווי איינער פארט אפ, פוצט ער גלייך אפ
בלאט: 1 2 3 4