☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » דר. הרב הערשל מייזעלס

דר. הרב הערשל מייזעלס

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4748
בלאט: 1 2

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:26 pm

· #149580
דר. הרב הערשל מייזעלס
ר׳ הערשל מייזעלס, איז א נאמען וואס איז ברייט באקאנט פארען טוישען פאר טויזענטער מענטשען וואס זיי עסען און וואס זיי טרונקען.


ר׳ הערשל איז א ריכטיגע חסידישע יוד, וואס גייט אינדערוואכען מיט שיפע טאשען, און א פלאכע הוט, און איז אויך א גרויסע תלמיד חכם, ער וואוינט אין מאנסי,
ער אליין לייד אויף טייפ 1 דייביטיס וועגען דעם האט ער זיך אריינגעלייגט אין די נושא פון געזונטהייט,

ער האט אנגעפאנגען זיין קאריער אלס מגיד שיעור אין קלויזענבוירגע ישיבה אין יוניאן סיטי,
און אין די זייטיגע צייטען פלעגט ער זיך אפגעבען מיט זיין ארגעניזאציע וואס הייסט ריעים מתוקים, ארויסצוהעלפען מענטשען וואס ליידען אויף דייביטיס פריוואט מיט עיצות און הדרכה ווי אזוי צו פירען א געזונטע לעבנסשטייגער, אבער ער האט זיך נישט געקענט צופיל אפגעבען ווייל ער איז דאך געווען א מגיד שיעור אויך, און ער האט נישט געוואלט לעבען אויפען חשבון פון די ארגעניזאציע,
ביז איינער האט עם צוגעזאגט איהם צו צאלען די זעלבע וויפעל ער פלעגט מאכען אלס מג״ש אזוי ער זאל זיך קענען א גאנצען טאג אפגעבען מיטען העלפען מענטשען , אבער ער האט נישט מסכים געווען איבערצולאזען תורה דרבים פארען אנפרעגען א דעת תורה, ער האט אנגעפרעגט ביי הרב וואזנער און ביי נאך רבנים און די ענטפער איז געקומען ווי אונז אלע ווייסען אז ער זאל זיך אפגעבען א גאנצען טאג מיטען ארויסהעלפען מענטשען,

ער האט אנגעהויבען רעדען אויף קול מבשר סתם נייעס וועגען געזונטהייט, ער אליין זאגט אז ער האט נישט געגלייבט וואס דא גייט ווערען אז מענטשען גייען איהם אנהייבען פאלגען אויף טריט און שריט, און צוביסליך האבען מענטשען אנגעהויבען איהם צו הערען און מען האט געזען אז ניכרין דברי אמת, און מען האט זיך גענומען פאלגען,
און ביי פרעמדע מענטשען איז עס געווען זייער אינטערעסאנט אז מענטשען עסען/טרונקען זאכען וואס איז ביי זיי ממש ווי סם המוות און מענטשען האבען געזאגט דו הער איהם נאר וועסטו אויך אנהייבען איהם צו פאלגען, און אזוי איז ער געווארען אין אזא קורצע צייט וועלט בארימט און פאפולער,

ער האט א מעכטיגע שפראך געפלאכטען מיט א שטארקע סענס אף הומאר און א שטארקע כוח הסברה און תורה׳דיגע ווערטער ווען עס פעלט אויס,

ווי למשל ביי פרשת מקץ האט ער מסביר געווען פרעה׳ס חלום, אז פרעה האט געחלומט ווי די זיבען מאגערע קוען שלונגען איין די זיבען פעטע קוען און און עס שטייט מען האט גארנישט דערקענט אויף זיי אז זיי האבען יעצט אויפגעגעסען אן גאנצע קוה און פרעה האט זיך אויפגעוועקט און זיך צוריקגעלייגט שלאפען,
און נאכדעם האט ער נאכאמאל געחלומט ווי זיבען מאגערע זאנגען שלונגען איין זיבען פעטע זאנגען און מען האט גארנישט דערקענט אויף זיי אז זיי האבען יעצט אויפגעגעסען א פעטע זאנג און פרעה האט זיך אויפגעוועקט און ער איז שוין נישט צוריק געגאנגען שלאפען,נאר געלאזט רופען אלע חרטומים וואס מיינט דער חלום?
שטעלט ער זיך פארוואס פונקט ביים צווייטען חלום איז ער געווארען אזוי צוטראגען?,
נאר ער איז מסביר אז פרעה האט אויך פארשטאנען אז ווען מען עסט קיען וואס איז פראטוען ווערט מען נישט גראב אבער ווען מען עסט זאנגען וואס איז קארב'ס און מען ווערט נישט גראב דאס האט ער שוין נישט געקענט פארשטיין.

און ווען עס פעלט קען ער אויך אריינגעבען, ווי למשל א שטיק צייט פלעגט זיין אין וויליאמסבורג א עקסערסייז צענטער און א רב האט זיך אויפגעשטעלט רעדען קעגען דעם און עס האט זיך אפגעשפארט, און ר' הערשעל האט געדונערט ביי זיין שיעור אויף דעם רב, און געפרעגט צו ער נעמט אחריות אויף די אלע מענטשען וואס גייען יעצט באקומען הארץ אטאקעס מיט אנדערע מחלות ה"י.

מיט די צייט האט ער געפענט אן אייגענע האטליין מיטען נאמען קול בריאים, דארט האט ער לעקציעס אויף אלע ווייטימינען פון A ביז די מיניראלען אויך די שו"ת איז אויף די האטליין
ער האט געזוכט א ספאנסער פאר די האטליין האט ער געטראפען מעקסי העלט ער רעד דאך סיי ווי פון ווייטעמינען זאגט ער שוין אינאיינוועגס אז מען זאל קויפען מעקסי העלט

ער איז געווארען מיט די צייט ממש ווי דער שלחן ערוך וואס מען מעג עסען און וואס נישט האט ער געמוזט עפענען א שאלות ותשובות אפטיילונג אויף זיין האטליין וואס עס האלט שוין היינט ביי איבער 250 שאלות ותשובות אויף אלע נושאים איבער געזונט, עס זייער אינטערעסאנט צו הערען ווי אזוי ער ליינט פאר די שאלות און נאכדעם די תירוצים, ער שעמט זיך נישט ער קען פארליינען קשיות און זאגען איך האב נישט קיין ענטפער אויף דעם.

מיט די צייט האט ער געפענט א דייעט סענטער מיטען נאמען ריעים בריאים, דאס קאסט געלט, אין וויליאמסבורג / בארא פארק פאר פרויען, אין בארא פארק האט ער אויך פאר מענער, דארט געבט מען זיך פערזענליך אפ מיט יעדע מענטש און מען רעכענט אויס וויפעל ער מעג עסען צו קענען פארלירען פונט.

ער איז א זייער א שטארקע חסיד פון ווייטימינען.

מענטשען פרעגען איהם ווי אזוי אמאל האט מען געקענט לעבען אן דעם? ענפערט ער אז אויב אזוי דארף מען אלעס נאכמאכען דעם אמאל ווי למשל, אמאל האב מען אנגעזייט אויף א שטיקעל ערד איינמאל א יאר וויפעל עס האט געקענט פארטראגען, אזוי אז די ערד האט נאטורלעך געהאט ווייטימינען,מינעראלען אבער היינט נוצט מען איבער די זעלבע ערד נאכאמאל און נאכאמאל און די ווייטימינען זענען שוין לאנג נישט אין די ערד,
אזוי אויך די פלייש פון בהמות איז נישט אזוי געזונט ווי אמאל וואס די בהמות פלעגען פאשען אויף גראז, אבער היינט שטאפט מען זיי מיט אלע מינים גארביזש קארבס

זיין מהלך אין דייעט איז מער וויייניגער געבויט אויף דר. עקטין, וואס דאס איז א הויך פעט ווייניג קארב דייעט.

הויך פעט מיינט,
אסאך פעטס פון בהמות ווי למשל, בהמה פלייש / טשיז / מילעך איז נישט אזוי גוט ווייל עס האט אויך אסאך קארבס, אין איין ווארט אסאך סעטרעשזעט פעט

ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
אין איין ווארט וואס איז די חילוק פון ווייניג קארב פון ווייניג צוקער, לאמיר נעמען למשל מעל איז נישט קיין צוקער אבער קארבס האט עס יא
פרוכט האט אויך אסאך קארבס

לאמיר יעצט רעדען פון די דייעט בכלל.

וואס געשעט ווען א מענטש עסט קארבס ווי למשל ברויט, און די קערפער דארף נעמען די צוקער דערפון און עס אריינלייגען און די בלוט ארבעט עס אזוי, די קערפער לאזט ארויס א זאך וואס הייסט אינסאלין און דאס שטופט אריין די צוקער און די בלוט, אבער ווען א מענטש עסט צופיל קארבס אויפאמאל און די צוקער שטאפעל ווערט צו הויך, ווערט די קערפער צולאזט און לאזט ארויס צוסאך אונזלין אז עס זאל עס אראפקלאפען די צוקער,
און אויב עס איז דא צופיל אונזלין אידערויסען הייבט זיך אן אסאך פראפלעמען, איינע פון זיי אז מען ווערט גראב,
ווייל די מענטש ווערט זייער שנעל הונגעריג ווייל די קערפער קלאפט שוין אראפ די צוקער שטאפעל צו נידריג, עסט מען ווייטער נאך קארבס וחוזר חלילה,און חוץ פון דעם בלייבט אלע פעטענס אין די קערפער ווייל פאר די קערפער איז די גרינגסטע צו מאכען ערגעניע פון צוקער נוצט ער נישט דו פעטענס און מען ווערט גראב.

מה שאין כן אויף א לאו קארב דייעט,

עסט מען כמעט נאר פעטס און די אונזלין ווערט נישט צולאזט קלאפט עס נישט אראפ די צוקער שטאפעל איז מען אסאך לענגער זאט, און די קערפער האט נישט קיין קארבס מוז ער בלית ברירה נוצען די פעטענס פאר ערגעניע הייבט מען שוין אן צו פארלירען פונט און אינטשעס, אזוי אויך פארלירט מען אלע אנגעלייגטע וואסער פונעם קערפער.

מאראנצןזאפט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:45 pm

· #149587
👍
זשאב וועל דאן, זייער אן אינהאלטסרייכער ביא הרב סושי, א ישר כוח!
ווי פארשטענדליך איז דא אויך פארשידענע ביקורת אויף הרב מייזליש, וואס איך גלייב וועט שוין דא נאכקומען.

משה געציל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:56 pm

· #149594
וואו! אייגענס??? ריזיג!
די וועלט זאגט א בילד רעדט טויזענט ווערטער?! ואני אומר טויזענט ווערטער רעדן א מיליאן!

הערשי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:06 pm

· #149595
דאקטאר? ער פסק'נט אן סמיכה.
כ'האב געזען די נומערן פון טייל פון זיינע נאכפאלגער און זיי האבן גאר גוטע לאב-פראפיילס. דאך, ס'וואלט געווען כדאי ער זאל זיך מאכן אפיציעל אלס א נוטרישאניסט, ויורה יורה, כדי נישט צו זיין פון די מחריבי עולם. סוכ"ס גייט ער קעגן די דעת רבים און שטיצט געווייקטע פעטנס, זאלץ, און קאלעסטעראל.

הערשי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:37 pm

· #149601
רוב קערפער צעלן קענען נוצן סיי צוקער (גלוקאז) און סיי פעטנס (טרייגליסעריידס) פאר ענערגיע. רוב צעלן וועלן צום ערשט נוצן צוקער, און נאר נאכדעם וואס אזל הסולת גייט דאס אריבער צו פעטנס (אזוי פאלט מען אפ דורך פאסטן. די פעטנס ווערן פארציקט). מוסקלען צעלן נוצן לכתחילה פעטנס. די מוח קענען נישט נוצען מוחין, נאר צוקער, און אזוי פארשידענס.
די צעלן קענען נישט אויפנעמען די צוקער פון די בלוט דירעקט נאר דורך אינסולין. אינסולין איז א הארמאן פראדוצירט דורך קליינע אינזלן אין די פענקריעס ווען בלוט צוקער שטאפלן זענען הויך. דאס קלייניטשיגע אינסולין (ניטאמאל א פראטין, גערופן א פעפטייד מחמת קטנותו) באהעפט זיך צו די צעל און עפענט א טיר פארן צוקערל זיך אריינצושלייכן. ווי אויך טוט דאס אנדערע פונקציעס וואס העלפן נידערן די צוקער. די מוח ברויך נישט קיין אינסולין.
קארבאהיידרעטס זענען קאמפליצירטע צוקער, דאס הייסט אז כעמיש איז דאס אלס איינס. קראכמאל איז א שנירל פון טויזענטער גלאקוז'לעך געבינדן ראשו של זה בצד זנבו של זה. אין די בני מעיים זענען שוין דא ענזיימען וואס מאכן די מלאכה להפריד בין הדבקים און צו ארויסלאזן דאס צוקער אינעם בלוט שטראם. סעלולאז, פון וואס שטרוי און גראזן זענען געמאכט, איז אויך ווי קראכמאל א שניר פון גלוקאז, אבער ס'אנדערש געקניפט כעמיש און מענטשן פארמאגן נישט די ענזיימען צו אויפבינדן. דערפאר העלפט פייבער פאר א גוף נקי ווייל ס'פארדייעט זיך נישט און לאזט איבער "באלק". בהמות פארמאגן יא די ענזיימען (אדער זייערע בעקטעריע פארמאגן) און דערפאר רב תבואות בכח השור. ס'דא דייעט צוקער וואס פארדייט זיך אויך נישט אבער איז פארט זיס, און אז ס'גייט ארויס גיבט עס דאך נישט צו קיין וואג. צוקער וואס ווערט נישט באלד פארנוצט דורך די קערפער פאר ענערגיע ווערט ארומגעטוישט כעמיש אין די קערפער פאר פעטנס, געווייקטע פעטנס דאס הייסט, און אוועקגעלייגט פאר א רעגנדיגע טאג.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:50 pm

· #149606
קול בריאים
718-819-3030

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:55 pm

· #149608
זיין וועבזייט
<a class="postlink" href="http://www.friendswithdiabetes.org">http://www.friendswithdiabetes.org</a>

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:44 am

· #149616
סאשי פיש
ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
.

כאב אים נאך נישט געהערט, כ'פלעג אביסל ליינען וואס ער פלעגט שרייבן אין ''צייטונג'', ארטיקלען געספאנסערט דורך מעקסי העלטה. עניוועי אויב מישט ער טאקע צוזאם אלע קארבס אונטער איין דאך איז ער זייער ראנג און פארפירעריש. ליין אביסל אנליין די חילוק פון סימפל קארבס (שלעכט) און קאמפלעקס קארבס (גוט).

האלל גרעין און פרוכט/וועדזשטעיבעלס/בונדלעך פאלן אונטער די קאמפלעקס קארב קאטעגאריע
----
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:52 am

· #149620
אזויווי אין רוב נושאים, בין איך בכלל נישט באקאנט אין די עסן ביזנעס, איך עס וואס איך וויל לקיים מה שנאמר שמח בחור בילדותך. עכ"פ בנוגע הערשל מייזעלס, זיין שפראך איז הערליך, ווי פון א צעטיל קליפ און קלאר. אבער דאס אז דר'עולם איז סר למשמעותו, איז א תוצאה פון זיין זיין דער איינציגסטע געזונטהייט פרעדיגער אינעם חסידישן סיסטעם.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:53 am

· #149621
זר זהב


יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.


דארפס געדענקן אז ער קעיטערט בעיקר פאר מענטשען וואס האבן דייעביטיס. א דייעביטיס דייעט איז אנדערש ווי פאר א נארמאלע מענטש, און געוויסע פרוכט איז זייער נישט גוט און אסאך פעלער, צוליב natural sugar. ס'טויג אויך נישט פאר מענטשען וואס האבען קענדיטא/יוסט/פאנגעל אינפעקשינס.

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:54 am

· #149622
אמת. אבער דער חלק פון סאשי פיש'ס ארטיקל צו וואס כ'באציה זיך רעדט בעיקר פון א דייעט בלויז צו פארלירן וואג.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:55 am

· #149623
קאווע טרינקער
אבער דאס אז דר'עולם איז סר למשמעותו, איז א תוצאה פון זיין זיין דער איינציגסטע געזונטהייט פרעדיגער אינעם חסידישן סיסטעם.


איינער געדענקט נאך לידער? א דייעט עקספערט פון ישראל (מיט א גרויסן בויך....).

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:39 am

· #149671
פאר איך פארגעס לאמיך לייגען א בילד פון ר׳ הערשל.
image.jpg

בעל הבית » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:00 am

· #149679
.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:34 am

· #149692
ניין, דאס איז עם, ס'איז זיין פראפיל פיקטשער אויף טוויטער.
https://twitter.com/RabbiMeisels

סאו וואט » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:15 pm

· #149703
כ'ווייס אז ער האט אנגעמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען צווישען מאן און ווייב.
נאכדעים וואס דער ווייב לאזט נישט דו מאן קויפן וואס ער וויל, ווייל ס'איז כלומערשט
נישט געזונט, און זי האט פשוט רחמנות אויף אים.. און נעמט זיך אן פאר זיין געזונט.

אלע פראדוקטען זענען היינט זעראו טרענספעט לכבוד אים

איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:42 pm

· #149717
עס קומט אים א נאבאלע פרייז פאר אריינברענגען דער מושג פין עסען געזונט ביי אונזערע עולם. קען זיין אז ער איז נישט אזוי גערעכט מיט אלע זיינע שיטות, אבער בעת וואס ביי אונזערע עולם איז געוועהן אנגענומען אז ווען מען עסט אסאך ברויט פאר פרישטיק איז מען שטארק.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:06 pm

· #149777
גם אני מצטרף, איך ווער קראנק פון הערן זיין שפראך.
א מין ברייטקייט, וזה לשונו: "און לאמיר נישט רעדן פון די נארישע טעקסט מעסעדזש אז הערשל מייזליש האט יעצט געקויפט א קאקאש קעיק אין זושא'ס בעקערי, סתם פוסטע ליגנטס!" כאילו די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום אים.
און אן אפוינטמענט ביי אים קאסט עטליכע הונדערט דאלער, אויפ'ן טעלעפאן וויל ער נישט ענטפערן קיין פראגען, און פארדעם שנארט ער און מאכט ראפלס.
בכל אופן, פאר די וויטאמינען ביזנעס איז ער ווערד כל הון דעלמא. טויזנטער פון זיינע פארעהרער שטאפן זיך מיט פילן, קליינע און גרויסע, און צאלן די הויזן פאר צעמאלענע בראקלי און אינגבער און אנדערע געווירצן און מר דרור.

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:25 pm

· #149784
זר זהב
סאשי פיש
ווייניג קארבס,
ווי למשל נישט קיין ברויט / קעיק / פרוכט /,
אזוי אויך איז נישט קיין חילוק צווישען ספעלט/האלוויט וכו'
.

כאב אים נאך נישט געהערט, כ'פלעג אביסל ליינען וואס ער פלעגט שרייבן אין ''צייטונג'', ארטיקלען געספאנסערט דורך מעקסי העלטה. עניוועי אויב מישט ער טאקע צוזאם אלע קארבס אונטער איין דאך איז ער זייער ראנג און פארפירעריש. ליין אביסל אנליין די חילוק פון סימפל קארבס (שלעכט) און קאמפלעקס קארבס (גוט).

האלל גרעין און פרוכט/וועדזשטעיבעלס/בונדלעך פאלן אונטער די קאמפלעקס קארב קאטעגאריע
----
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.


@זר זהב אוודאי איז דא א קליינע נפקה מינה צווישען די קאמפלעקס קארבס און די פאשוטע קארבס, און פון פרוכט,
וויפעל אינסאלין די קארב מאכט די קערפער זאל ארויסגעבען, ווייל גאנצע קארבס האט פייבער וואס עס דויערט צייט צו פארדייען שפרינגט נישט די צוקער ארויף אזוי שנעל,
עס ווערט געמאסטען דורעך די Glycemic index
עס איז דא דריי קאטיגאריעס

HI- ווי למשל, ווייס ברויט / קארען פלעגס סירעל,

MED- ווי למשל, האול האוויט / אייז קרים (איך מיין עס ערענסט)

LO- ווי למשל, באנדלעך / ניסלעך,
ווי נידריגער איז אלס בעסער

מענטשען פרעגען אסאך מאל ר' הערשעל וועלכע בילקעלע זאל מען נוצען שבת ביי די סעודה, האול האוויט/ספעלט ענטפערט ער בזו הלשון,
די געזונסטע בילקעלע איז די קלענסטע בילקעלע!!

זר זהב
יעדער דייעט וואס זאגט דיר נישט צו עסן פרוכט, אנטלויף דערפון. ס'איז באלאני.

די רמב"ם שרייבט שוין בזו הלשון, אין הלכות דעות פרק ד' הלכה י"א
לעולם ימנע אדם עצמו מפירות האילנות, ולא ירבה מהן,

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:30 pm

· #149785
אבער עטקינס שרייבט אז מ'זאל נישט עסן גארנישט פרוכט

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:34 pm

· #149789
זעט אויס אז כיטערע אינגען האבן איינגעזען וואס פארא גאלד גרוב ער איז און זיי האבן אים פשוט געהיידזשעקט? אפשר איז עס נישט רב מייזעלס'ס שולד?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:51 pm

· #149803
כ'פארשטיי נישט, ער דארף ארבעטן אומזיסט? וואס איז ער אנדערש ווי א געהעריגער דאקטאר? ער טוט פאר דיר ריסערטש, שוין צאמגעלערנט א וועלט, און ברענגט דיר עס כשולחן הערוך לויט די שפראך ווי א חסיד'ישער איד דארף הערן, ער וועט דיר זאגן וואס קוגל איז און וואס א בילקעלע איז, פארוואס מעג ער נישט באקומען באצאלט פאר דעם?

א מענטש וואס פירט כלל ישראל ביי די נאז דארף האבן קאנפידענץ. ביי אונזער סאסייעטי איז דא א מאדנע קרענק: אויב איינער איז נישט גענוג 'זיכער' מיט זיך, דארף ער גיין צו אלע קאורסעס כדי אים ארויפברענגען ביזן הימל הויך; און טאמער האט שוין איינער ענדליך דערגרייכט הויך טוט מען אים דערנידערן, ממש משפיל גאים עדי ארץ ומגביה שפלים עדי מרום... זינט ווען איז קאנפידענץ א פראבלעם? ער מעג נישט זאגן קלאר וואס ער האלט? מעגסט קריגן אויף אים, ער וועט נישט זיין ברוגז (און אפילו יא, מעגסטו אויך), אבער בארעדן א מענטש וואס האט שוין געהאלפן אומצאליגע אידן? ווען מען זאל נעמען די אלע פונטן וואס כלל ישראל האט פארלוירן א דאנק אים, וואלט מען געקענט בויען דערמיט א צווייטע מאונט עווערעסט. (אקעי, נישט ממש, אבער מאונט וואשינגטאן זיכער.)

רבותי, מיין נייע "פאזיטיוו" קאמפיין אין שטיבל וועט מוזן דערהערט ווערן, און שלאגן ווארצלען! פארוואס דארף אלעס גיין מיט קריטיק און נעגאטיוו? מצד אחד רעדט מען זיך דא כסדר אפ אז היימישע אינגעלייט האבן נישט קיין פרנסות, קיין דעגרי, ומצד אחר האט א פריוואטער איד געליטן פון דייעביטיס, און אנשטאט העלפן בלויז זיך אליינס האט ער געטון ריסוירטש און פרובירט מזכה זיין א וועלט דערמיט, ער האט אוועקגעגעבן אומצאליגע שעות, חדשים און יארן, די אלע טעלעפאן ליינס און אינטערוויואס איז אויך גענצליך אומזיסט, איז דאך נאר יושר אז אויב איינער וויל מאכן אן אפוינטמענט פון זיין טייערע צייט וואס ער העלפט אידן ארום די וועלט, אז ער זאל באקומען באצאלט דערפאר! גייט מען דא און מען רייסט אים אראפ?!

שותי קאווע, עד מתי תהיו נעגאטיוו? לאמיר אלע געבן טאמבס אפ פאר א געשמאקע חסיד'יש אידל, א גרויסער ת"ח, מיטן חסיד'ישן רבי'שן לבוש - סיי ער און סיי זיין ב"ב - וואס האט זיך ערווארבן אזא שיינע נוצבארע פרנסה וואס איז נאך נישט געווען! און ווייל מיר זענען געספויעלט מיט מעדיקעיד קומט אים נאך נישט קיין לגיונות און זלזולים!

טינק אבאוט איט!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:09 pm

· #149815
[ציטאט אראפגענומען]

קריטיק "אויך". נישט 'בלויז' קריטיק. יחי ההבדל הקטן (הגדול!).

מ. גליקמאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:13 pm

· #149817
קופערניקס, ביזטו זיכער אז ער מאכט מסיבות פאר זיין ארגאנאזאציע?

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:26 pm

· #149821
מענטשען מאכען א טעות

זיין ארגעניזשען איז פאר מענטשען וואס ליידען שוין אויף דייביטיס!!


ער קען נישט און עס איז נישט מעגליך אז ער זאל זיך אבגעבען מיט יעדעם"ס בלוט טעסט אדער צוקער טעסט

אבער אזוי ווי ער האט נישט געקענט צוקוקען ווי מענטשען דארפען הילף האט ער אויפגעפענט א דייעט/העלט סענטער מיטען נאמען ריעים בריאים דאס איז א געהעריגע ביזנעס און עס קאסט בערך $200/$250, ער האט געטון די עצה פון יתרו ,ער האט אויפגענומען מענטשען וועמען ער האט אריינגעטרעינט און זיי געבען זיך אפ מיט יעדע מענטש פערזענליך מיט זיינע טעסטס מיט זיין גראבקייט און זיי שטעלען איהם אויס א וועג אין לעבען וואס צו עסען וואס צו טרינקען מאכען עקסערסייז און אזוי ווייטער, און מען קומט צוריק איינמאל א וואך פאר די נעקסטע פאר חדשים זיך אפצווועגען און צו מאכען זיכער אז אלעס קלאפט
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין אז ער האט זיי געשיקט צו ריעים בריאים

אויב דו ווילסט דווקא קענסטו שיקען א שאלה צו די האטליין און ווען עס גייט אנקומען דיין רייע גייט מען עס ענפערען בחנם אין כסף

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:32 pm

· #149824
כ'האף אז ער ארבעט נאר מיט שווארצע אותיות!!
חוץ אויב ער ארבעט אויך פאר בלינדע.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:34 pm

· #149825
2009
Annual Revenue & Expenses Additional Information
FRIENDS WITH DIABETES INTERNATIONALINC
Fiscal Year Starting: May 01, 2008
Fiscal Year Ending: Apr 30, 2009
Revenue
Total Revenue $266,585
Expenses
Total Expenses $220,383

2010,11,12
<a class="postlink" href="http://990finder.foundationcenter.org/990results.aspx?990_type=&fn=&st=&zp=&ei=204947124&fy=&action=Find">http://990finder.foundationcenter.org/9 ... ction=Find</a>
קליק אויף יעדע יאר אריינצקריכן אין די קישקעס פון זיין ארגענעזאציע, זעהט נישט אויס צו שלעכט.
ער מאכט כסדר שבתים און מסיבות וואס קאסט א ים מיט געלט, ער האט אויך א שטיקל סטעף. נא בעט ער אויף די זייט אויך פאר קאנסילטעישין ער זאל האבן בהרחבה, ס'נישט עק וועלט. הגם 250 איז איבערגעטריבן.

איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:24 pm

· #149837
ער מעג רעכענען וואס ער וויל פאר אפוינטמענטס, און א שאלה אויף'ן טעלעפאן איז ער לאו דוקא מחויב צו ענטפערען ווייל מען קען מאכען געזונטע טעותים אהן קענען די גאנצע בילד מיט אלע דעטאלען.

וואס איך וואלט יא געוואלט זעהן איז,
א. איינער זאל אראפקאפירען אלע שיעורים פין קול מבשר און ארום שיקען אויף מפ3,

ב. איינער זאל אים נעמען אביסעל אויף'ן צימבעל מיט זיינע "פאקטען".

למשל,

אז סאטורעיטעט פעט איז געזונט אפילו במדה מרובה.

מען נעמט נישט צו קיין וואג דורך עסען פראטין ווי פיש און פלייש אפילו במדה מרובה.

מען דארף בכלל נישט האבען קיין קארבס צום געזונט.

די מהלך וואס דאקטוירים האבען לגבי הארץ געזונט, ווי מאכען סטענטס וכדומה, מאכט נאך ערגער פאר נישט געזונטע מענטשען.

נאך עקסערסייז איז דאס בעסטע צו עסען פראטין נישט קארבס.

בשעת'ן עקסערסייז איז בעסטע צו הייבען די הארץ ראטע צו א הויכע שטאפעל, בבת אחת, לאפוקי פין צוביסלעך.

און אזוי קען מען אהנגיין מיט זיינע שיטות.און פאקטען וואס זענען דער היפוך פין די מעינסטרים סייענטיסטען.

איז ער טאקע גערעכט? איז עס מעגליך אז אלעס איז שקר און אינטערגעקויפט?

לבונה זכה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:45 pm

· #149876
איחוד פעלד

בשעת'ן עקסערסייז איז בעסטע צו הייבען די הארץ ראטע צו א הויכע שטאפעל, בבת אחת, לאפוקי פין צוביסלעך.



well.blogs.nytimes.com/2013/06/19/the-4-minute-workout


JUNE 19, 2013, 12:01 AM
The 4-Minute Workout

By GRETCHEN REYNOLDS
Thanks to an ingratiating new study, we may finally be closer to answering that ever-popular question regarding our health and fitness: How little exercise can I get away with?

The answer, it seems, may be four minutes.

For the study, which was published last month in the journal PLoS One, researchers from the Norwegian University of Science and Technology in Trondheim, Norway, and other institutions attempted to delineate the minimum amount of exercise required to develop appreciable endurance and health gains. They began by reconsidering their own past work, which had examined the effects of a relatively large dose of high-intensity intervals on various measures of health and fitness.

For those unfamiliar with the term, high-intensity intervals are just that: bursts of strenuous exercise lasting anywhere from 30 seconds to several minutes, interspersed with periods of rest. In recent years, a wealth of studies have established that sessions of high-intensity exercises can be as potent, physiologically, as much longer bouts of sustained endurance exercise.

In a representative study from 2010, for instance, Canadian researchers showed that 10 one-minute intervals — essentially, 10 minutes of strenuous exercise braided with one-minute rest periods between — led to the same changes within muscle cells as about 90 minutes of moderate bike riding.

Similarly, the Norwegian scientists for some years have been studying the effects of intense intervals lasting for four minutes, performed at about 90 percent of each volunteer’s maximum heart rate and repeated four times, with a three-minute rest between each interval. The total meaningful exercise time in these sessions, then, is 16 minutes.

Which, the researchers thought, might just be too much.

“One of the main reasons people give” for not exercising is that they don’t have time, says Arnt Erik Tjonna, a postdoctoral fellow at the Norwegian University of Science and Technology, who led the study.

So he and his colleagues decided to slim down the regimen and determine whether a single, strenuous four-minute workout would effectively improve health and fitness.

To do so, they gathered 26 overweight and sedentary but otherwise healthy middle-aged men, determined their baseline endurance and cardiovascular and metabolic health, and randomly assigned them to one of two groups.

Half began a supervised exercise program that reiterated the Norwegian researchers’ former routine. After briefly warming up, these volunteers ran on a treadmill at 90 percent of their maximal heart rate — a tiring pace, says Dr. Tjonna, at which “you cannot talk in full sentences, but can use single words” — for four four-minute intervals, with three minutes of slow walking between, followed by a brief cool-down. The entire session was repeated three times a week for 10 weeks.

The second group, however, completed only one four-minute strenuous run. They, too, exercised three times a week for 10 weeks.

At the end of the program, the men had increased their maximal oxygen uptake, or endurance capacity, by an average of 10 percent or more, with no significant differences in the gains between the two groups.

Metabolic and cardiovascular health likewise had improved in both groups, with almost all of the men now displaying better blood sugar control and blood pressure profiles, whether they had exercised vigorously for 16 minutes per session, or four minutes per session, and despite the fact that few of the men had lost much body fat.

“This is not a weight-loss program,” Dr. Tjonna says. It is, instead, he says, “a suggestion for how people can make a kick-start for better fitness,” or maintain fitness already gained, when other obligations press on your time.

The results, Dr. Tjonna says, persuasively suggest that “getting in shape does not demand a big effort” in terms of time.

That finding, though, inevitably raises the question of whether the bar could drop even lower. Could, for instance, a mere two minutes of strenuous training effectively improve health and fitness?

Dr. Tjonna, the killjoy, doubts it. There are other groups of scientists looking at even shorter bouts of exercise, he says, “but it seems like they don’t get the same results regarding the maximal oxygen uptake” as the four-minute sessions used in his experiment. Since improved maximal oxygen uptake can reliably indicate better overall cardiovascular health, he suspects that “we need a certain length of the interval to trigger” such health and fitness benefits.

Thankfully, for those worried that a trip to the gym is an inefficient means of completing four minutes of exercise, the workout can effectively be practiced anywhere, Dr. Tjonna says. Sprint uphill for four minutes or race up multiple flights of steps. Bicycle, swim or even walk briskly, as long as you raise your heart rate sufficiently for four minutes. (Obviously, consult your doctor first if you haven’t been active in the past.)

“Everyone, we think,” Dr. Tjonna says, “has time for this kind of exercise three times a week.”

איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:21 pm

· #149884
שיינע תורות, אבער עס ארבעט נישט.

שמערל » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:53 pm

· #149902
הערשל מייזעלס העלפט בחינם אין כסף סיי דורך פריוואט קאנסאלטינג, און דורך פארשידענע פראגראמען, אויסגאבעס, ועוד, פאר מענטשן וואס ליידן פין טייפ 1 דייעביטיס, וואס פארדעם איז אויסשליסליך געווידמעט זיין non for profit ארג. רעים מתוקים. און דאס ווערט געפאנדעט דורך גורלות און שנארעריי.
משא"כ טייפ 2 דייעביטיס העלפט ער נאר פאר געלט.
אפשר איז די סיבה ווייל ער טענהט אז אין טייפ 2 איז מען זעך אליין שילדיג? איך ווייס נישט אבער טענות קען מען אויף אים נישט האבן

לבונה זכה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:20 pm

· #149907
איחוד פעלד
שיינע תורות, אבער עס ארבעט נישט.


ס'ארבעט פיין. ביודעי ומכירי קאמינא.

איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:04 am

· #149983
לבונה זכה
איחוד פעלד
שיינע תורות, אבער עס ארבעט נישט.


ס'ארבעט פיין. ביודעי ומכירי קאמינא.



וואס ארבעט, איינער וואס מאכט פיר מינוט א טאג עקסערסייז און האט פארלוירען וואג?


שקר וכזב. עס ארבעט זיכער נישט.

קענסט גוגלען אליין, און וועסט זעהן אז די אלע שארטקאטס זענען נישט מער ווי אויפגעבלאזענע אייער.

למעשה רעדט מען פין א שטיקעל אנדערע נקודה. צו עס איז געזונטער צו הייבען שנעלער אדער נישט. נאך ליינען א לעצטיגער לענגערע סטאדי דערוועגען, איז אויסגעקומען אז דער צוגעזאגטער טובה אז דאס מאכט דער מעטאבליזעם בעסער איז אמת אויף למשל פינף פראצענט צו ווייניגער, און גיט א מענטש ווייניגער פין פיפציג קאלעריעס א טאג, וואס דאס מיינט בעצם גארנישט. און דא רעדט מען נישט פין מאכען פינף מינוט ווערסעס א שעה, מען רעדט פין צוויי וואס מאכען עקסערסייז א שעה, נאר איינער מאכט עס געלאסען, און איינער האלט אין איין ארויפגיין דער העכסטער ער קען, אפילו בכהאי גוונא זענען די הבטחות גאר שטארק איבערגעטריבען, לא מבעיא ווען מען רעדט נאר פין מאכען פינף מינוט ווערסעס א האלבער שעה א שעה.

לבונה זכה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:28 pm

· #150051
איחוד, ביזט גערעכט. כ'האב טאקע דאס געמיינט. עס רופט זיך interval training. איך האב נאר פארשטאנען אז הרב מייזלס האט אויך דאס געמיינט. אנטשולדיג מיר אויב כ'האב נישט ריכטיג מכוון געווען.

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:57 pm

· #150800
איחוד פעלד

וואס איך וואלט יא געוואלט זעהן איז,
א. איינער זאל אראפקאפירען אלע שיעורים פין קול מבשר און ארום שיקען אויף מפ3,

קרן שמואל ישעי׳ האט עס געטון, אבער עס קאסט געלט.

<a class="postlink" href="http://www.koltorahonline.com/index.php/artists/meislish-r-hershel-1.html/?artist">http://www.koltorahonline.com/index.php ... ml/?artist</a>

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:52 pm

· #151573
המשך - חלק ב׳
לאמיר רעדען אביסעל פון זיינע זאכען וואס ער האט געטוישט.

רויטע מילך - איך מיין אז טויזענטער מענטשען האבען אנגעפאנגען טרינקען רויטע מילך אנשטאט די בלויע אדער גרינע מילך.
ער גייט לשיטתו אז פעטס איז געזונט פארען קערפער און אז א מענטש מוז האבען פעטענס פאר די מוח ווייל די מוח איז איין שטיק פעט.

אייער - ער האלט אז א מענטש זאל עסען אייער, און אז אייער איז נישט שעדליך פאר די קאלעסטראל.
ווייל עס איז דא צוויי מיני קאלעסטראל גוטע מיט שלעכטע און מענטשען ווייסען נישט קיין חילוק צווישען די צווי מישען זיי אויס און אז זיי זען אז א זאך האט קאלעסטראל מיינט מען שוין אז עס איז סם המוות.

בהמה פלייש - ווי איך האב שוין מסביר געווען אויבען וועגען די פעטס דערפון.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:02 pm

· #151578
און אסאך מענטשן הערן אויף טרונקן מילך בכלל. אונזערע מילך איז ווייט פון געזונט

טרינק ציגן-מילך. ס'איז געזונט, און דו וועסטיך צוגעוויינען...

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:05 pm

· #151579
@זר זהב זיי מסביר? וואס איז ציגען מילך מער געזונט? פארוואס איז עס שעדליך?
איך ווייס אז מילעך האט אסאך נאטורליכע צוקער עס הייסט מיין איך לעקטאס
אבער עס איז נישט שעדליך

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:07 pm

· #151580
כ'קען נישט די ליין. אבער 'נישט שעדליך' מיינט נישט 'געזונט'. און פונקט ווי אונזערע ברויט פון היינט איז נישט דער פת שחרית וואס די גמרא רעדט פון, אזוי אויך איז מיט די היינטיגע מילך. אסאך מענטשן וואס האבן אויפגעהערט טרינקן מילך זאגן אז זיי שפירן זיך סאך בעסער

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:25 pm

· #151585
@הערשי אפשר קומסטו אביסעל מסביר די מילך פרשה, אזוי ווי דו האסט אזוי שיין און גוט מסביר געווען די אינסאלין פרשה
איך ווארט מיט שפאנונג
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/149601">viewtopic.php?p=149601#p149601</a><!-- l -->

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:47 am

· #151700
ס'איז דא מער ווי איין נידון איבער מילך. די מערסטע עקסטרעם איז שיטת Colin Campbell בספרו The China Study ושא"ס, אז מילך (ובפרט די באשטאנדטייל casein) איז א גורם עיקרי צו קענסער רח"ל. וכמובן יש חולקים הרבה (ולדעתי העני' האט ער אריינגעלערנט זיינע אייגענע אגענדעס אינעם כינעזער שטודיע).

בכלל איז גוט אריינצונעמען אין קאפ, אז nutrition איז נאכנישט קיין exact science (ויש לדון צו ס'קען בכלל אמאל ווערן), ס'איז רעלאטיוו זייער א נייע שדה מחקר, און ס'האלט בערך דארט וואו אסטראנאמיע האט געהאלטן בימי תלמי (איינער פון די גאר גרויסע אין דעם פעלד שרייבט די צושטעל, שוין פארגעסן ווער). ס'איז נישט קלוג זיך צו נעמען א שטעלונג אין קאנטראווערסיאלע נושאים מיט א זיכערקייט און זיך נישט אוועקרירן, בעסער איז זיך צו באזירן אויף זאכן וואס זענען אנגענומען כמעט בלי חולק, ווי אז גרינצייג (בעיקר מיט טיפע, שארפע און געמישטע קאלירן) און איבונגען זענען געזונט, און trans-fat, smoke און stress זענען נישט. ס'לוינט זיך קיינמאל נישט צו גיין צו עקסטרעם אדער simplistic, אויב זעהט איר איינעם אנלייגן כל המחלה אשר שמתי במצרים אויף א מאנגל אין פיש-אויל (למשל) קענט איר זיין זיכער אז ער איז נישט אינגאנצן גערעכט.
examine.com איז א סייט איבער nutrition והמסתעף וואס לייגט עקסטער געוויכט נישט צו מישן זיכערע פאקטן מיט האלב-זיכערע און שטערקערע שטודיעס מיט שוואכערע, ובכלל זעען זיי אויס צו זיין גאנץ באלאנסירט און unbiased.

(מיינע ווערטער באציען זיך נישט אויפן נושא האשכול, כ'האב אים קיינמאל נישט געהעריג אויסגעהערט, נאר בכלליות).

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:19 pm

· #151843
סאשי פיש
@הערשי אפשר קומסטו אביסעל מסביר די מילך פרשה, אזוי ווי דו האסט אזוי שיין און גוט מסביר געווען די אינסאלין פרשה
איך ווארט מיט שפאנונג
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/149601">viewtopic.php?p=149601#p149601</a><!-- l -->


איבער די מילך פרשה איני יודע. כ'ווייס נאר אז אין תנ"ך סתם מילך איז ציגן מילך, ממילא מסתמא איז דאס גאר שטארק געזונט.

סאשי פיש

אייער - ער האלט אז א מענטש זאל עסען אייער, און אז אייער איז נישט שעדליך פאר די קאלעסטראל.
ווייל עס איז דא צוויי מיני קאלעסטראל גוטע מיט שלעכטע און מענטשען ווייסען נישט קיין חילוק צווישען די צווי מישען זיי אויס און אז זיי זען אז א זאך האט קאלעסטראל מיינט מען שוין אז עס איז סם המוות.
.

קאלעסטעראל (קאל.) איז געוויסע סארט פעטן וואס אלע בעלי חיים פראדוצירן, חוץ די גאר פרימיטיווע באקטעריע. אפילו פאנגוס האט ענדליכע ערגאסטעראל. קאל. איז אן אינטעגראלע טייל פון די צעלן הייטל (20% אין רויטע בלוט צעלן, צום ביישפיל), איז פון וואס פארשידענע הארמאנען (טעסטאסטעראן, צב"ש) ווערן געמאכט, און נאך צוועקן. פארשטייט זיך אז קאל. איז נישט קיין מאנסטער. דאס איז וויכטיג ווי לופט אויף צו לעבן.
קאל., אלס א מין פעטן, מישט זיך נישט מיט וואסער. כדי ארומצופירן קאל. (און אנדערע פעטן) אין די וואסער-באזירטע קערפער ברויך מען דאס איינוויקלן אין וואסער-ליבהאבנדע פראטעין. ליפאפראטעין (ל"פ) איז דאס שאטעל וואס פירט ארום פעטנס אין די בלוט. מיטן זאגן גוטע אדער שלעכטע קאל. מיינט מען נישט קאל. גופא, וואס איז אלס דאס זעלבע, נאר וואסערע מין ל"פ שאטעל פירט דאס ארום. לייכט-וואגיקע ל"פ LDL איז שלעכטע קאל., ווייל זייער רוט גייט פון די לעבער ארויס צו די קערפער, ווי ס'דעליווערט קאל. צו די צעלן. שווער-וואגיקע ל"פ HDL איז די גוטע קאל., ווייל זייער רוט פירט די איבעריגע קאל. אהיים צו די לעבער. באמת דארף מען האבן ביידע סארט, פאר שיבה און פאר ביאה, נאר דער מדובר איז איבער די ראטע פון שלעכטע צו גוטע. שטודיעס האבן געוויזן, און אזוי איז דער אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג, אז א הויכע ראטע LDL צו HDL איז פארבינדן מיט הארץ קרענק. די טעאריע איז אז מיט צופיל דעליווערי בויס לאנדעט קאל. אין די הארץ אדערן און ס'בלייבט דארטן שטעקן, ווייל ווי געשמועס אויל מישט זיך נישט מיט וואסער, און ס'פארשטאפט די הארץ אדערן.
די לעבער פראדוצירט קאל. מ'קען אויך קריגן קאל. פון די דייעט. פלייש און אייער צב"ש זענען רייך אין קאל., גוטע און "שלעכטע". קאל. ווערט נישט פארדייעט, נאר זאפט זיך איין כמות שהוא, מער ווייניגער. די לעבער דערשפירט אז די בלוט קאל. שטאפלן זענען גענוג, און ווערט באפרייט פון מאכן אייגענע. ווידער אז מען עסט נישט קיין דבר הבא מן החי, ארבעט די לעבער דאפלט און פראדוצירט מער קאל. כפי הצורך.
די פראגע וואס פאראינטערעסירט דייעטישאנס איז וואס זענען די נאכפאלגן וואס א דייעט רייך אין קאל. האט אויף בלוט שטאפלן פון טאטעל קאל. ,LDL+HDL, און LDL קאל. די אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג, אזוי זאגן די טעקסט ביכער און רעגירונג ליטעראטור, איז אז דייעט קאל. העכערט בלוט קאל., ספעציעל LDL קאל. אויף דעם פרט איז הרב מייזעלס מחולק. לדעתו, און ער פארלאזט זיך אויף וואס ער האט געליינט, איז פונקט קאפויער. פלייש און אייער נידערט LDL קאל.
נאך א פרט, מייזעלס קימערט זיך נישט בכלל איבער טאטעל קאל. זיין שיטה איז אז אויב די ראטע פון HDL צו LDL איז הויך איז שוין גוט, אפילו אויב LDL קאל. איז אויך, אין אבסעלוט נומערן, הויך.
ענדליך איז די מעשה מיט טרייגליסעריידס (טר"ג). אין טר"ג אליינס איז דא פארשידענע סארטן, אבער טר"ג, די געווייקטע סארט, איז דער יסוד פון בעלי חיים פעטנס. הויכע שטפאלן פון טר"ג איז אויך פארבינדן מיט הארץ קרענק, דייעביטיס, וכולי. טר"ג ווערט יא צונעמען ביים פארדייען, אבער באלד צוריק צאמגעשטעלט. די לעבער פארמאגט די מאשינעריע צו מאכן פון צוקער פעטנס וכן להיפך, פון פעטנס צוקער, הכל כפי הצורך. טר"ג ווערט געשאטעלט דורך גאר-לייכטע ל"פ VLDL.
די אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג איז אז א דייעט רייך אין פעט העכערט בלוט טר"ג שטאפלן. מייזעלס האלט בלא (לכאורה נאר פאסטן טר"ג, ווייל נאכן עסן א פעטן מאלצייט האלט ער מסתמא אויך אז די טר"ג גייען מאמענטאל ארויף). ער טענה'ט אז דוקא עסן קארבס העכערט טר"ג שטאפלן.

סאשי פיש

רויטע מילך - איך מיין אז טויזענטער מענטשען האבען אנגעפאנגען טרינקען רויטע מילך אנשטאט די בלויע אדער גרינע מילך.
ער גייט לשיטתו אז פעטס איז געזונט פארען קערפער און אז א מענטש מוז האבען פעטענס פאר די מוח ווייל די מוח איז איין שטיק פעט.

רויטע מילך הייסט מילך מיט מער פעטנס. מייזעלס גלייכט צו זען ברעקלעך סמעטענע שווימען אויפן פלאך פון זיין קאווע.
די מוח איז נישט איין שטיק פעט. ס'איז באשטייט בעיקר פון נוראל טישו. די מוח האט נישט הנאה פון פעט, נאר פון צוקער. (די מארך סארט מוח איז טאקע יא כמעט א שטיק פעט, עכ"פ ביי אן ערוואקסענעם.)

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:41 pm

· #152172
המשך - חלק ג'
איך גיי יעצט שרייבען וועגען זיין וועג פון עקסערסייז,

איך ווייס נישט צו די עקסערסייז איז געמאכט צו בויען מוסקעלין,
אבער עס איז זייער געזונט פאר די הארץ ווייל עס שטארקט די הארץ,
און אויך פאר די קערפער ווייל עס מאכט אז די קערפער זאל נאטורלעך ארויסגעבען Growth_hormone וואס ווערט פארלוירען מיט די עלטער.

פאר די עקסערסייז דארף מען נישט האבען קיין ספעציפישע מאשין.

איך גיי רעדען אויב מען מאכט עס אויף א טרעידמעל,

עס ארבעט אזוי
מען הייבט מיט 3 מינוט א WARM UP, מען וואקט נארמאל
נאכדעם פאר א האלבע מינוט לויפט מען די שנעלסטע וואס נאר מעגליך
נאכדעם פאר איין האלב מינוט וואקט מען נארמאל
נאכדעם פאר א האלבע מינוט לויפט מען די שנעלסטע וואס נאר מעגליך
נאכדעם פאר איין האלב מינוט וואקט מען נארמאל
אזוי טוט מען אכט מאל,

עס קומט אויס אז עס נעמט 19 מינוט,
און עס איז דא 4 מינוט פון עכטע עקסערסייז,

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:09 pm

· #152561
@איחוד פעלד @לבונה זכה איך האב ענק מסביר געווען זיין וועג פון עקסערסייז
וואס זאגט עטס צו דעם?
אויב איינער קען לינקען צי שטודיאס איבער דעם וואלט איך הנאה געהאט

לבונה זכה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:10 pm

· #152780
סאשי פיש
@איחוד פעלד @לבונה זכה איך האב ענק מסביר געווען זיין וועג פון עקסערסייז
וואס זאגט עטס צו דעם?
אויב איינער קען לינקען צי שטודיאס איבער דעם וואלט איך הנאה געהאט


איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין דעם נושא. הגם איך ווייס ערשטהאנטיג פון מענטשן וועלכע נוצן דעם טאקטיק און עס ארבעט וואונדערבאר. דא האט איר א לינק צו דעם וויקיפידיע פעיטש:

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Interval_training">http://en.wikipedia.org/wiki/Interval_training</a>

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:53 am

· #157891
דארף מען עסען שטאט???
איינער האט אמאל געפרעגט הרב מייזעלס וועגען די נושא פון עסען שטאט צו עס העלפט פארלירען וואג ווייל די באבעס זענען אזוי ביזו?!
הרב מייזעלס כדרכו פירט ארום די מענטש אז ער זאל פארשטיין וואס ער האלט אפילו ער קען עס נישט אריסזאגען אפען,
ער ענטפערט זייער פארשטענדליך אז אפילו קליינע קינדער קענען פארשטיין, אז די קערפער איז נישט משוגא אז ווייל מען עסט שטאט ווערט ער שנעלער זאט די קערפער דארף זיין פארציע עסען נישט קיין חילוק שנעל אדער שטאט, ער זאגט טאקע אז קען זיין אז ביי די סעודה גייט מען עסען ווייניגער אבער דורך׳ן טאג וועט עס די קערפער משלים זיין, ער שמוסט אויס די שטודיעס אויף וואס די באבע מעשה איז געבויעט און עס איז נישט דא קיין שום שטודיע אויף וואס דאס איז געבויעט.

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:20 pm

· #168641
איך ברענג אראפ וואס @berlbalaguleh האט געשריבען אין אן אנדערע אשכול!
berlbalaguleh
ר' .... דו קענגט מיך רופן היימיש, חסידיש,שמאלקעפיג אדער אלע דריי שבחין אסדר. אבער דער מציאות איז אז דער הרב מייזלס איז א נוטרישאניסט וועלכער האט גוטע רעזאלטס פון זיינע עצות. איך ווייס נישט פון וועלכן אוניווערסיטי ער האט א דיפלאם. אבער דער איינגעפרעימטער סערטיפיקעיט אויפ'ן וואנט מיינט גארנישט. איך קען מענטשן וועלכע האבן א פולן וואנט מיט דיפלאמא'ס און פארשטייען צו דאקטעריי פונקט וויפיל מיין באבע. אן דהע אדהער הענד. איז דא דאקטוירים וועלכע האבן נישט אפילו איינס און זענען גרויסע מומחים. אין בארא פארק איז געוועין מיט יארן צוריק א מענטש וועלכער האט זיך גערופן "דר." ראם. ער איז געווען זיייער א גוטער דאקטער. דער מענטש איז קיינמאל אין מעדיקל סקול נישט געגאנגען. ער האט געהאט אן איינציגן סערטיפיקעיט וואס איז געהאנגען אין זיין פרייוועט אפיס. פון די יו. עס. ארמי,ביי די צווייטע וועלט מלחמה.ר'איז געווען א "מעדיק." אבער ער האט איינגעפאקט א סאך דאקטוירים מיט זייערע דיפלאמאס. 🙄 😮 .

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:23 pm

· #168642
ס'האט ווייניג צו טאן. למעשה קען מען זיך נישט רופן דאקטאר אן זיין אין דאקטאר סקול 7 יאר צו 10. אפילו דו ביזט גרעסער פונעם גרעסטן רופא אין מאנטשעסטער שפיטאל.

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:57 pm

· #168656
דער (פינטעל) איד
ס'האט ווייניג צו טאן. למעשה קען מען זיך נישט רופן דאקטאר אן זיין אין דאקטאר סקול 7 יאר צו 10. אפילו דו ביזט גרעסער פונעם גרעסטן רופא אין מאנטשעסטער שפיטאל.

גערעכט גערעכט
1+1 איז ביי מיר 2 און נישט 50
ער האט געלערנט אין קאלעדזש? ניין, ער האט א דעגרי? ניין
ער ווייסט אסאך? יא, יש חולקים עליו? יא

סא איז ער א גוטער עסקן אין דייעט, שיין
איין זאך, צו הייסען "הגה"צ מגיד מישירים" איז ער זיכער, זיינע דרשות זענען אזוי געצוקערט, בכלל נישט לויט זיינע תקנות אין צוקער, עכט נישט דייעיטעריק, און א שאד אז מען הערט עם נישט גענוג

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:42 pm

· #191141
[ציטאט אראפגענומען]
בלאט: 1 2