זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4374
זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל
אין קרית יואל קומט יעצט פאר א העפטיגע זיכעריי נאך א פארלוירען קינד נאך וואס ער פעלט שוין פאר א פאר שעה.
לויט ק"מ איז אויף געשטעלט געווארן א קאמענד סענטער אויף די ליזענסקער גאס.
מ'זוכט א 10 יעריג קינד מיטן נאמען "שמעון".
ווער ס'האט מער דיטעילס איז געבעטן צו פאוסטען.
עם זוכט מען ער הייסט שמעון זארגער די חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי
אפס, דער אינגל האט מיר געמאכט פאר א שר האלף
דעת תורהפארוואס מוזטו זיין נעגאטיוו? ביסט א סאטמארער?
---
אגב, מז"ט צו שר האלף
ברוכים תהיו
יא איך בין א סאטמארער, ענד איימ פראוד טו בי, אבער ווי בין איך דא נעגאטיוו, איך האב ס"ה געשריבן ווי אזוי דאס בילד קוקט אויס
רחמי שמים!!!
דער עולם ווערט געבעטען צו מתפלל זיין פאר שמעון בן ריזל דבורה צו טרעפען געזוטערהייט
די עולם איז גרייט צו העלפען
שמעון בן?
ריזל דבורה
שרייבערסאשי פישעם זוכט מען ער הייסט שמעון זארגער די חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי
דער בילד קוקט אויס, ווי מען האט אים שוין אמאל געזוכט (יענער חברה מאן....)
אפס, דער אינגל האט מיר געמאכט פאר א שר האלף
איך זעה אויפן בילד ווי מ'כאפט אים אהן ער זאל נישט פארלוירן ווערן...
ערנסט גערעדט, איז דא עפעס גוטע נייעס?
ווי עס שיינט האט קאלמע אנגענומען א צווייטע קו, אנדערש ווי די קלעצקי פרשה און די מומביי פרשה, נעמליך אז מען האלט עס מער שטיל און מען מאכט נישט קיין פאניק צווישן קינדער און בחורים.
איך ווייס אז ביי די צוויי אויבנדערמאנטע פרשיות האבן עסקנים געהאט שווערע תערומות אויף קלמנ'ען, אז צוליב אים איז די גאנצע אידישע וועלט אריינגעפאלן אין פאניק, טעראפיסטן האבן געמוזט אראפקומען אין ישיבות און אין חדרים, און אלעס איז געגאנגען חאדאראם (קרעדיט: הערשל פרידמאן). אצינד האבן זיי אנגענומען תשובת המשקל און מאכן א פתח שין, מען רעדט קוים דערפון, אפילו עס איז שוין ביינאכט און דאס קינד פעלט א לאנגע צייט.
וואס האט ער אויפגעטאן דערמיט? - די קינדער ווייסן טאקע גארנישט, אבער די עלטערע מענטשן שטייען און פלאצן, ווארטנדיג צו הערן עפעס גוטע נייעס.
מורינו הרבווי עס שיינט האט קאלמע אנגענומען א צווייטע קו, אנדערש ווי די קלעצקי פרשה און די מומביי פרשה, נעמליך אז מען האלט עס מער שטיל און מען מאכט נישט קיין פאניק צווישן קינדער און בחורים.
איך ווייס אז ביי די צוויי אויבנדערמאנטע פרשיות האבן עסקנים געהאט שווערע תערומות אויף קלמנ'ען, אז צוליב אים איז די גאנצע אידישע וועלט אריינגעפאלן אין פאניק, טעראפיסטן האבן געמוזט אראפקומען אין ישיבות און אין חדרים, און אלעס איז געגאנגען חאדאראם (קרעדיט: הערשל פרידמאן). אצינד האבן זיי אנגענומען תשובת המשקל און מאכן א פתח שין, מען רעדט קוים דערפון, אפילו עס איז שוין ביינאכט און דאס קינד פעלט א לאנגע צייט.
וואס האט ער אויפגעטאן דערמיט? - די קינדער ווייסן טאקע גארנישט, אבער די עלטערע מענטשן שטייען און פלאצן, ווארטנדיג צו הערן עפעס גוטע נייעס.
קינדער ווייסן נישט? מיין אינגל האט געוואלט גיין זוכן
מורינו הרב
אקעי איך גיי דיך אנציען ער פעלט שוין זייט פינעף אזייגער דאס מיינט שוין פינעף שעה וואס מען ווייסט ניט ווי ער איז
autistic child !!! ס'איז אסאך שרעקדיגער!
נישטא קיינער אויפן ארט וואס קען געבן אן אפדעיט וואס עס טוט זיך?
מאנרא'ער אידן, שטייט אויף......... נאך נישטא קיין קארן וואס רופן דעם עולם צו גיין זוכן? - וואו האלט מען דארט? - כ'בין זייער אנגעצויגן.
@שרייבער האט גוט צוגעטראפען ער איז שוין געווען פארלוירען פאריגע וואך אויך
די מעשה איז אזוי ער איז א אויטיסטיג קינד און האט מורא פון יעדע זאך
אסאך וואלינטירען האבען זיך שוין אנגעשלאסען אין די זוך אקציע ביי די קאמענד סענטער
חוץ פון חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי מיט שמעק הונט וואס זוכען אויך
רייסט איין פאר שמעון בן ריזל דבורה!!
הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
קרית יואל קאכט ווי א קעסל, מחנות וואלאנטירן דרייען זיך ארום אין די טונקעלע גאסן און וועלדער מיט פלעשלייטס און פראדשעקטערס, וואס א מינוט קומען צו שטראמען נאך און נאך אינגעלייט און בחורים ארויסצוהעלפן זוכן א קינד וואס וואינט נישט דא און זיי קענען נישט.
זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל בקרוב הערן גוטע נייעס
עס איז פונקט געמאכט פאר קרית יואל... יעדער איז וועלקאם היינט צו נעמען שיין מעג פלעשלייט, מיט זיין סקענער און ראדיא, כ׳האף אז זייערע תפילות זענען נישט מעכב זיין צוריקקער!!
איימסארי פארן צושטערן די ערנסקייט איך גיי יעצט זאגן א קאפיטל תהילים
ספעציעלע עמערזשענסי ליין פון הצלה - שומרים
845.783.1212
לאליפאפספעציעלע עמערזשענסי האטליין
845.783.1212
אנטשולדיגט דאס איז נישט קיין האטליין, דאס איז די הצלה נומער אויב איינער וויסט אינפארמאציע, לאליפאפ נוץ אביסל דיין שכל, האסט א נישט קאפ בלויז צו האלטן דערויף דיין קוטשמע
פארט ארום א קאר מיט א הויכהילכער שוין צוויי שעה אויסרופענדיג מיט א שרעקיג קול: זארגער, בלויע העמד, געלע פיאות וכו. מיין אינגל ליגט נאך קלעצקי אין די ביינער און ער שטייט געשמידט צום פענצטער טעראריזירט צום נאס מאכן. יא קול מבשר צו נישט.
איך בין באמת נישט שולדיג.. איך כאפ מיך יעצט דיין טעות, אז אין קרית יואל מיינט א האטליין נאר אזוי ווי קול מבשר וכדו׳, ודע אז אין דער גאנצע וועלט רופט מען אן הצלה און שומרים האטליינס, אבער אז איך זעה אז מאנראוער זענען זיך טועה וועל איך עס אראפנעמען.
לאליפאפאיך בין באמת נישט שולדיג.. איך כאפ מיך יעצט דיין טעות, אז אין קרית יואל מיינט א האטליין נאר אזוי ווי קול מבשר וכדו׳, ודע אז אין דער גאנצע וועלט רופט מען אן הצלה און שומרים האטליינס, אבער אז איך זעה אז מאנראוער זענען זיך טועה וועל איך עס אראפנעמען.
נישקשה. מ'קען רופן הצלה אויך. רוף די פאליציי, רוף עף בי איי. רוף ווער אימער. סיריעס ביזנעס.
@שרייבערWikipedia
Each Shomrim group maintains its own dispatcher and 24-hour hotline,[8][12] whose number is known throughout the Orthodox Jewish community.[16]
הערשיפארט ארום א קאר מיט א הויכהילכער שוין צוויי שעה אויסרופענדיג מיט א שרעקיג קול: זארגער, בלויע העמד, געלע פיאות וכו. מיין אינגל ליגט נאך קלעצקי אין די ביינער און ער שטייט געשמידט צום פענצטער טעראריזירט צום נאס מאכן. יא קול מבשר צו נישט.
דא קען מען עס הערען ווי עס רופט אויס
יעצט אין מאנרא (קרעדיט אייוועלט)
דאס צייט איז אביסל אנגעצויגן פאר אזא סטעיטמענט אבער און די זעלבע צייט איז יעצט די שעת הכושר עס זאל געזאגט ווערן.
פאר די אלע וואס קענען נישט טרעפן א מעלה ביי אונזער היימישער ציבור...
ווען דאס קינד וואס איז יעצט פארלוירן וואלט געווען א גוי וואלט קיינער נישט געוויסט דערפון העכטענס וואלט ארומגעפארן א פאליציי קאר מיט אזא לייט אופן פענסטער און אריינגעשיינט און די בעק יארדס און מען וואלט געהאנגען א צעטל אויף די וואלמארט Missing Child פאסט בארד מיט א בילד פונעם קינד.
אבער דא קוקט נאר... גאנץ כלל ישראל יעדער היימישער יוד וואס האט הענט און פוס און האט די מעגליכקייט פארט אראפ קיין קרית יואל מאנרא זוכן דאס קינד, דער עולם שטייט אנגעצויגן מען ריפרעשט דאס קאווע שטיבל פעידש יעדע צוואנציג סקונדעס צו זעהן צו דאס קינד איז אפגעפינען געווארן, אידן זענען מתפלל ביים תהילמ׳ל פאר א היימיש קינד וואס זיי האבן קיינמאל און וועלן מין הסתם קיינמאל נישט קענען.
יא איך בין שטאלץ צו זיין אנגעשלאסן און אזא הייליגע ברודערליכער עדה פון אידן.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
און דעם זכות פון די אחדות פון אלע אידן ווען עס קומט זיך צו זארגן פאר איינס אן אנדערן זאל דאס קינד גיך אפגעפונען ווערן בלי מכשול געזונט און שטארק.
וואו איז לעיקוואד?
מורינו הרבוואו איז לעיקוואד?
לעיקוואוד זוכט מען אויך?
איך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
וואו האסטו געזען? - אין א פארזיכערט פלאץ? - זיכער אז דו האסט געזען דעם קינד?
יא, געהערט דערנאך פון אנדערע אויף מיין גאס די זעלבע.
DotComמורינו הרבוואו איז לעיקוואד?
לעיקוואוד זוכט מען אויך?
איך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
האסט אים ערנסט געזען?
איך האב אלץ געטראכט וואס טאמער מ׳פרעגט מיר צו איך האב געזען אזא און אזא מענטש וואלט איך אמאל געדענקט? נעווער. אפשר קוקט דאס קינד אויס אינטערעסאנט?
זאג אונז האט ער אויס געזען גוט? געגאנגען זיכער? צומישט? שעיר וויד מי! דזשאסט קיוריאס
שוין, אבי מען ווייסט אז ער איז ערגעץ עראונד...
זאג
@DotCom האסטו געזעהן זיין בילד אויף ק״ש צוערשט? אויב יא הייסט אז מיר האבן שטארק ארויסגעהאלפן דא!
DotComאיך האב געזעהן דעם אינגל פריער וואקן, נישט געוואוסט אז ער איז דאס קינד ביז זעהן דאס בילד (שוין איינגעמאלדן פאר פובליק סעיפטי דאס צייט און לאקאציע)
וויפיעל אזייגער האסטו אים געזעהן?
קאלמע מעלדט אז דער קינד רעאגירט געווענליך דורך ארומלויפן נערוועז צווישן די הייזער און אויף די גאסן אין מאנרא.
.
זייער אינטערעסאנט וויאזוי שומרים גיבט ארויס אזא צעטל מיט אזוי ווייניג אינפארמעישן... געווענליך שטייט קאליר פון אויגן, הייך, אוטיזם, האר, וכו׳ דא שטייט: שומרים, נאמבער, שמעון, 10 יאר...
@לאלי איך האב געזעהן דאס בילד אויף טוויטער,
@באקס איך האב אים געזעהן אום 8 אזייגער
Amazing
אלע נייעס סטאנציעס מעלדען עס שוין
ס׳איז נאך מער פאני צו זעהן ווי מזיצט אינעם קאמענד צענטער און מ׳נוצט א קליינע מאפע אן קיין גרידס, ד.ה. קלארע צוטיילונגען אויפן גאנצן מעפ וואס העלפט קאארדינערן ווער ס׳זוכט וואו און וואו מהאט שוין דורכגעזיפט, וואס דאס איז די וועג וויאזוי די שומרים סערטשט אינטערנעשאנעל. גרידעד מעפס.
איך האף זיי האבן קאארדינאטארס מיט עקספיריענס ווייל איך זארג מיר שוין אביסל צופיל היינט נאכט
@לאליפאפ מען האט צוגעהערט דיין געשריי אין עס זענען יעצט אנגעקומען די קארדינעדערס פון וויליאמסבורג און בארא פארק שומרים ארויסצוהעלפען מיט די זיכעריי
די שמעק הונט האבען זיך אפגעשטעלט ביי א העמעד מען זוכט עס אדורך צו עס איז טאקע פונעם קינד
מיין הארץ צאפלט יעצט