☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל

זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל

188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4374
בלאט: 1 2 3 4

יואליש » מאנטאג יולי 29, 2013 11:51 pm

· #137205
הערשי
MickyMouse
דאס קינד האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין אין וואלד, די טאטע האט אים אריין גענומען אין שטוב אז ער זאל נישט אנטלויפען. און דאך איז ער פארשווינדען. מען קען נישט האבן גענוג אויגן, אלעס קען פאסירן ביי יעדן.

עס איז נישט ריכטיג צי דן זיין קיינעם ווען עס פאסירט אן אומגליק נאר אויב עס איז זיכער אז איינער האט דירעקט געטוען עפעס צי שעדיגן זיין קינד.


איך בין נישט דן קיינעם, חלילה. איך רעד באופן כללי. א קינד וועלכער איז אויסגעשטעלט צו אנטלויפן, ברויך צו האבן שמירה מעולה. ס'איז מועד בעליו.


פארוואס איז א קינד'ס אויסגעשטעלט צו אנטלויפן מער מועד בעליו פון געווענליכע קליינע קינדער וועלכע גלייכן צו באברען, פאשטקען און עקספלארן מן הבא בידם אריינגערעכענט הייסע טעפ און הייסע וואנט אוטלעטס? קעם מען דען זאגן אז די זאכן האבן א שמירה מעולה יעדן מינוט אין טאג? מיר פרובירן זיך צו בארואיגן אז מ'טוט דאס בעסטע און מ'איז זיך מוחל, אדער מ'איז יענעם מוחל בתנאי שמור לי ואשמור לך, ווען ס'מאכט זיך אן אויסנאם, ווארום לא נתנה תורת אמך למלאכי השרת.

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 29, 2013 11:54 pm

· #137206
ווייל ווען א קינד בריט זיך חלילה אפ ריפט מען הצלה און פארטיג. אבער ווען א קינד פארלירט זיך דרייסטע איבער דיין שטאט אין נעמסט דע קישקעס ארויס פין א האלבע וועלט

יואליש » מאנטאג יולי 29, 2013 11:56 pm

· #137207
קעגן די נעט
ווייל ווען א קינד בריט זיך חלילה אפ ריפט מען הצלה און פארטיג. אבער ווען א קינד פארלירט זיך דרייסטע איבער דיין שטאט אין נעמסט דע קישקעס ארויס פין א האלבע וועלט


אה, די פראבלעם איז נישט די פאטענציעל טראגעדיע. די פראבלעם איז דאס איבערדרייען א שטאט. די נערווען. די טרעפיק גייענדיג צו מנחה מעריב? א יא?

כ'קען נישט רעדן אין נאמען פון קיינעם'ס קישקעס, אבער די געדאנק פון א גליענדע טאפ טשיקן זוף זיך איבערדרייען אויף א 15 מאנאטיגע בעבי גייט מיר אין די קישקעס. יעצט האב איך א דעה?

הרב_שלום » דינסטאג יולי 30, 2013 12:00 am

· #137208
זייער מעגליך אז די עלטערען וואלטן שוין לאנג אוועק געשיקט די קינד נאר די סטעיט וויל נישט מער געבען קיין געלט פאר קיין היים'ס המספיק האט אין די לעצטע יאר נישט אנגענומען קיין נייע פאציענטען

יואליש » דינסטאג יולי 30, 2013 12:06 am

· #137210
להוי ידוע, כ'האב נישט אזא שטארקע מיינונג אויך די נושא ווי איך מאך מיך. אבער אז כ'האב אנגעהויבן מיז איך ווייטער גיין דערמיט, ובפרט אז אזא חשובה מעמבער ווי הערשי האט אראפגעווארפן די הענטשוך, איז עס א טשעלענדזש.

הערשי » דינסטאג יולי 30, 2013 12:09 am

· #137211
הצלה קען רעקאמענדירן, נישט אנטיילן, פונקט ווי ביי א האלז באנד קען מען אויף-פאדערן, נישט פאדערן. הגם ביי הוריקעינס טוט רעגירונג יא פארלאנגען צו זיין מפנין מפני הסכנה מיט די טענה אז די אחריות צו ראטעווען וועט פאלן אויף זיי, און מ'קען מדמה זיין מילתא למילתא.

א מענטש קען טון נאר וויפיל ס'שייך און די איבריגע איז שומר פתאים ה'. וואס ווילסטו כ'זאל טון מיט רותחין און אוטלעטס? אדרבה, גיב מיר אן עצה און כ'וועל דיר דאנקבאר זיין. אמאל איז נישט געווען קיין CO דעטעקטערס. היינט איז בנמצא, און ווער ס'לייגט נישט איז חייב בפשיעה. בסך הכל איז דער טענה היתכן די האלז-באנד איז נישט "באשטעלט געווארן" פריער. ס'וואלט געקענט זיין, און ס'וואלט געדארפט זיין.

מאטי » דינסטאג יולי 30, 2013 12:09 am

· #137212
יואליש ביסט 100% גערעכט, איראניש האט דיין רייכע תגובה מיט די תוארים. מיר געקאסט
א הילכיגס !!! מי יתן ווען די וואלסט ווען אפגעענפערט די vin גאט פארזארגענדע פאוסטערס.

הערשי » דינסטאג יולי 30, 2013 12:15 am

· #137215
יואליש
להוי ידוע, כ'האב נישט אזא שטארקע מיינונג אויך די נושא ווי איך מאך מיך. אבער אז כ'האב אנגעהויבן מיז איך ווייטער גיין דערמיט, ובפרט אז אזא חשובה מעמבער ווי הערשי האט אראפגעווארפן די הענטשוך, איז עס א טשעלענדזש.


נו, אינטעלעקטואלע אומערליכקייט!
האסט נישט סתם געזאגט אל תדון את חבריך. ביסט עפעס ווילד געווארן ווי א מאמע קאץ באשיצנדיג אירע קעצלעך.

יואליש » דינסטאג יולי 30, 2013 12:50 am

· #137224
א סאפיסט טעקניק.

דעת תורה » דינסטאג יולי 30, 2013 1:17 am

· #137228
אזאלכע סארט דיונים פאר'מיאוס'ן דעם שטיבל מער ווי אנדערע מער קאנטראווערסיעלע ענינים. פארוואס זעט מען אין אנדערע פלעצער מער אידיש הארץ ווי דא? אונזער שטיבל איז שולדיג אז זשאו הגדול האט געמוזט ארויסרוקן עפעס א אויבער חכם'דיגע איפכא מסתברא'דיגע מיינונג אנצוהאלטן זיין סטאטוס? ווען ער שרייבט ווען נישט אזא סארט קאמענט וואלט ער דאך געווען א פלעינער "זשאו", אנעם "הגדול". אבער וואס האט דאס מיט אונז?

און פארוואס הערט זיך "ריסענטלי ארדערד" ווי א באבע תירוץ? ער האט זיך לעצטנס פארלוירן איינמאל, האט מען דערפאר לעצטנס באשטעלט אזא דיווייס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 30, 2013 10:28 am

· #137255
דער שיינקייט פון אזעלכע פלעצער ווי קאווע שטיבעל איז אז מ'קען ארומרעדען כל מיני מיינונגען און קיינער זאל נישט אטאקירען "ווי קומט ער צו רעדען? זיין זיידע האט געדאווענט אין ביהמ"ד אינדערהיים, נישט אין חסידיש'ן קלויז און היינט ווערט ער מיר א גאנצע דעה זאגער" "זיין באבע גייט ניטאמאל געשארען דער קאפ, און איך דארף מיך זארגען וואס ער האלט" און נאך אזעלכע וויכטיגע אינעלעקטואלע טענות. אזוי וואלט מען געקענט רואיגערהייט ארומרעדען צו יואלי'ש איז גערעכט, צו אפשר האט ער אביסל רעכט, נאר ער ציט איבער דער שטריק מער ווי ס'איז איהם בארעכטיגט וכדו'. ביטער פארשמוץ נישט די גלאנץ פון אזעלכע סייט"ס מיט די וומסב"ג מקוה שפראך. אונז האלט'ן מיר זיך העכער ווי דעם.

לגופו של ענין, וויבאלד איך האב נישט קיין אהנונג וואס די עלטערען האב'ן אלס געטוהן צו היטען זייער קינד, צו ס'איז געווען אן אונס גמור אדער אן אונס קרוב לפשיעה, זעה איך נישט קיין ענין צו רעדען פון זיי, אבער יעדער איינער פון אונז קען זיך לערנען א לקח פון דעם און ארומקוקען זיין הויז זעען צו ס'איז נישט עפעס צו פאררעכטען אויף צו היטען זיינ'ס א קינד.

צוויי מעשה'לעך - ס'איז אמאל געווען א גניבה אין פלאטבוש און מ'האט געגנב'עט א ספר תורה ל"ע. איינער האט געפרעגט ר' אביגדור מיללער זצ"ל וואס דארף מען לערנען עפעס א לקח פון אזא מעשה, צו וויזט עס אויף א מאנגאל אין כבוד התורה, האט ער גע'ענטפערט "מ'דארף פון דעם לערנען אז מ'דארף קויפען א געזונט'ן שלאס!"

הגאון ר' יצחק אלחנן האט אמאל מתיר געווען אן עגונה. נאך א שטיק צייט איז דער מאן צוריקגעקומען וכדי בזיון וקצף. האט ר' יצחק אלחנן רע'אגירט "ס'איז נישט קיין ראיה קעגען דער שטיקל תורה. דער משנה אליינ'ס זאגט אז בא בעלה תצא מזה ומזה און דער גמרא זאגט עס אפילו נישאת ע"פ ב"ד, וויזט זיך אויס אז אפילו נאכ'ן שטיקל תורה איז געבליבען א מעגליכקייט אז דער מאן זאל צוריק קומען". אפילו נאך אלע היטונגען וואס חז"ל האבען אויפגעשטעלט אז אן אשת איש זאל נישט חתונה האבען איז נאך אלס מעגליך אז מ'זאל דורכפאלען. און כמו"כ דא, קען זיין מ'האט שטארק געהיטען און פונדעסטוועגען איז אזוי געשען.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 30, 2013 2:23 pm

· #137286
ניין: הערשי, דו ביסט נישט גערעכט. די עלטערן פונ'ם קינד קען מען אבסאלוט נישט באשולדיגן אדער האלטן פאראנטווארטליך, אדער אפילו קריטיקירן. מסתמא טוען זיי איבער די כוחות און לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אז דאס קינד זאל זיין א קינד ווי אללע קינדער. נאר מ'קען פשוט נישט אויסרעכענען ביי אזעלכע קינדער וואס זיי גייען טון נעקסט. איין ברירה האבן זיי, איינצושפארן דעם יונגל אין א שטוב און צו בינדן איהם מיט א "ליעש" (אבסורד.( אדער דינגען א שומר וועלכער זאל איהם אפהיטן 24 שעה א טאג. די מאטיווירונג אז דער עולם , ווייל ער האט צוגעהאלפן אין די זוכענישן האט א רעכט צו קריטיקירן איז אויכעט נישט ריכטיג. ווייל ס'איז בכלל נישט דא א באסיס פאר קריטיקירן די עלטערן. אזוי ווי אויבן געשמועסט.

סאשי פיש » דינסטאג יולי 30, 2013 4:34 pm

· #137311
ער האט עם גטראפען ??..........
article1_6E88E3AEA4CA46518003C6DDCB053485.jpg
פון בחדרי חרדים
האדמו"ר המשרטט מכה שוב • אחרי קלצקי - שמעון זורגר
האדמו"ר מרימינוב, שהתפרסם לאחר שצייר את מפת מיקומו של הילד לייבי קלצקי ז"ל, חוזר לשולחן השרטוטים • הנהג מספר: כך איתר האדמו"ר גם את הילד המיוחד מקרית יואל
משה ויסברג, בחדרי חרדים 18:13 30/07/2013

האדמו"ר מרימינוב. צילום ארכיון: בחדרי חרדים
שמעון זורגר, הילד המיוחד בן ה-10 שהגיע לביקור בקרית יואל, נעדר מאז שעות הצהריים של יום ראשון ונמצא ביום שני ביער כשהוא תשוש. אותר לאחר מבע חיפושים נרחב בשילוב מאות מתנדבים וכוחות משטרה גדולים.

אלא שיש מי שטוען שהאדמו"ר מרימינוב, עליו סופר ה'מופת' שהוא שרטט מפה שהובילה למציאתו של הילד לייבי קלצקי ז"ל, היה מעורב גם במקרה הזה. נהגו האישי של האדמו"ר ובני משפחתו אישרו את הסיפור.

יואלי ויסהוז, נהגו של האדמו"ר, מגולל ל'בחדרי חרדים' את גירסתו: "ביום ראשון לפנות ערב באתי להסיע את האדמו"ר ובניו למונסי, לסגור שידוך לבנו הגדול של האדמו"ר עם נינת הגר"ש וואזנר בעל ה'שבט הלוי'. בהגיעם לבית הכלה - משפחת לעוו, קיבלו את פניהם אבי הכלה והאורחים. לפתע מתקבל טלפון דחוף משלמה שטובר, תושב קרית יואל המקורב לאדמו"ר. בשיחה הוא הסביר כי בעקבות צלחה של האדמו"ר בפרשת קלצקי, מקווים שגם עכשיו הוא יוכל לעזור לאתר את הילד".

עוד בנושא:
• ה'מופת' של האדמו"ר: שירטט את הבית בו נכלא לייב

"אחרי לחץ אין סופי, הרבי התחיל להתרכז וכותב מהר 'הילד חי!' הסעתי את הרבי בחזרה, ואז בשעה שתים בלילה דודתו של הילד התקשרה שוב, והרבי החליט 'נוסעים לבית של הילד שמעון', תוך שהוא מרגיע שוב שהילד חי.

"הגענו לביתו של הילד בויליאמסבורג, הרבי עלה לבית עם בניו, שם כבר היו כל ילדי משפחת זורגר. הרבי ביקש כמה דברים ועושה כמה פעולות למען שלומו ומציאתו של הילד, ואז הוא אומר 'בינתיים הכל בסדר, הילד נרדם'. אנחנו פונים לבורו פארק לבית המדרש של הרבי שמתיישב לערוך את 'גורל הבעל שם טוב' ועוד גורלות לפענח את המיקום הרלוונטי לחיפושים, והנה יצא הפסוק הראשון.

"הרבי מפענח אותו ומצביע על נכונות השירטוט שעשה במפה של קרית יואל שהוצאתי מגוגל, לפי זה, הילד חי ונמצא באיזור יער ליז'ענסק, אני מעדכן ב-SMS את המתנדבים ואת ויטריאול ראש 'השומרים' שם, ואכן, החיפושים עוברים לליזיענסק - כל האיזור כולל החלק שנקרא בראך.

"לאחר הפסקה הוחלט להמשיך לחפש באזור בבוקר, הרבי עורך עוד גורל אחד ויוצא פסוק מדהים:
כה אמר ה' מנעי קולך מבכי ועינייך מדמעה כי יש שכר לפעולתך נאום ה' ויש תקוה לאחריתך ושבו בנים לגבולם. בעקבות כך, הרבי מכריז שהילד יימצא בבוקר בריא ושלם, ואכן, בבוקר אני מקבל SMS 'חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו הילד נמצא בריא ושלם'".

שמחת הוורט לבן האדמו"ר מרימינוב בליל החיפושים מיט א רוהיגע געמיט!!
orig_089174D4C3FF4F3F8FF927FA8082F11F.JPG

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 4:41 pm

· #137312
וואס איז ריכטיג אין וואס איז נישט
מען טאר נישט ווערן צומישט...
איך געדענק ביי די קלעצקי פרשה האט איינער פון זיינע גבאים געגעבין א interview פאר קול מבשר מיט דער אינפארמעשין אבער נאר נאך די זוך אקציע.... שטעלט זיך די פראגע האט ער אונז דאסמאל נישט געקענט מיטטיליין זיין רבינ׳ס אפדעיטס לייוו???
בד״וו האדמו״ר הנ״ל האט זיך פיין אריינגעדרייט ביי קרייזין ווי פלעטבוש ועוד ווי ער האט ידידים ומעריצים

דעת תורה » דינסטאג יולי 30, 2013 11:28 pm

· #137377
אינטערעסאנט איז, אז דאהי אין אמעריקע האט קיינער נישט געהערט דערפון אז ער זאל זיין אינוואלווד. מען האט גערעדט פון רש"ב קרויס, עקשטיין, אבער נישט פון אים.

אויך אי אינטערעסאנט צו הערן אז גאנץ משפ' זארגער האט זיך גאר געפינען אין ווילי יענעם אויפדערנאכט.

בדחן » מיטוואך יולי 31, 2013 1:03 am

· #137394
ליטוואק פון בודאפעסט
דער שיינקייט פון אזעלכע פלעצער ווי קאווע שטיבעל איז אז מ'קען ארומרעדען כל מיני מיינונגען און קיינער זאל נישט אטאקירען "ווי קומט ער צו רעדען? זיין זיידע האט געדאווענט אין ביהמ"ד אינדערהיים, נישט אין חסידיש'ן קלויז און היינט ווערט ער מיר א גאנצע דעה זאגער" "זיין באבע גייט ניטאמאל געשארען דער קאפ, און איך דארף מיך זארגען וואס ער האלט" און נאך אזעלכע וויכטיגע אינעלעקטואלע טענות. אזוי וואלט מען געקענט רואיגערהייט ארומרעדען צו יואלי'ש איז גערעכט, צו אפשר האט ער אביסל רעכט, נאר ער ציט איבער דער שטריק מער ווי ס'איז איהם בארעכטיגט וכדו'. ביטער פארשמוץ נישט די גלאנץ פון אזעלכע סייט"ס מיט די וומסב"ג מקוה שפראך. אונז האלט'ן מיר זיך העכער ווי דעם.

לגופו של ענין, וויבאלד איך האב נישט קיין אהנונג וואס די עלטערען האב'ן אלס געטוהן צו היטען זייער קינד, צו ס'איז געווען אן אונס גמור אדער אן אונס קרוב לפשיעה, זעה איך נישט קיין ענין צו רעדען פון זיי, אבער יעדער איינער פון אונז קען זיך לערנען א לקח פון דעם און ארומקוקען זיין הויז זעען צו ס'איז נישט עפעס צו פאררעכטען אויף צו היטען זיינ'ס א קינד.

צוויי מעשה'לעך - ס'איז אמאל געווען א גניבה אין פלאטבוש און מ'האט געגנב'עט א ספר תורה ל"ע. איינער האט געפרעגט ר' אביגדור מיללער זצ"ל וואס דארף מען לערנען עפעס א לקח פון אזא מעשה, צו וויזט עס אויף א מאנגאל אין כבוד התורה, האט ער גע'ענטפערט "מ'דארף פון דעם לערנען אז מ'דארף קויפען א געזונט'ן שלאס!


לגופו של ענין, אז וועסט אריינגיין און חדר פון קינדערגארטען ביז ארויף וועסטו הערן ווי קינדער זאגען זייערע מיינוגען און יעדע טעמע וואס זיי דיסקאסען, וועט עס זיין שיין? עס וועט אפשר זיין זייער זיס צו זען וויאזוי קינדער רעדן צווישן זיך עס וועט אפשר אויך זיין אינטערסאט פון נאסטלאגיע געפיל, אבער עס וועט אבער בכלל נישט זיין אינפערמאטיוו אדער אינטערסאנט.

די זעלבע זאך איז דא אין שטיבעל, עס איז נישט קיין קונץ צי קימען זאגען מיינונגען כאילו די וועלט זיך היינט אנגעהויבן און מען דארף נישט גיין זיכען קיין חכמה אדער אינפערמאציע פון די וואס האבן געלעבט בעפאר אונז אדער פון די וואס האבן איבערגעלעבט די זעלבע מצב פון וואס עס איז די מדובר, עס איז בכלל נישט שיין און עס ווערט בכלל נישט גערעכענט פאר פארשידענע מיינוגען, עס איז בסך הכל ווי יענער קינד וואס ווייסט נישט מער ווי דאס וואס ער זעט מיט די אויגן,

ווער עס האט נישט א ספציעיל קינד ווייסט נישט און פארשטייט נישט וואס די עלטערן גייען אדורוך מיט די קינדער 26 שעה א טאג, און דאס איז אן זיין ביזי מיט די אנדערע קינדער און אלע אנדערע שטוב ווערטשאפטען, די איינציגסטע אופן זיי זאלן עס געוואר ווערן איז נאר דורוך אז זיי זאלן אליינס האבן אזא קינד, אדער פרעגן אנדערע וואס האבן עס און הערן פון זיי ווי שווער עס איז, און וופיל מען דארף זיין ביזי דערמיט, און וופיל מען איז כסדר פארנימען דערמיט, הלזאת ״מיינוגען״ יקרא? איינער וואס האט נישט אזא קינד ווייסט בכלל נישט וואס עס איז אינוואלווד מיט אזא קינד!! קען מען זיך בכלל באווארענענן מיט יעדע סארט קינד? וואס האט א אומוויסענדער פארשוין צו זאגען א ״מיינוג״ דערין?

איך פלעג אמאל ארבייטען מיט עלטערן פון ספציעלע קינדער, עס איז נישט צו באשרייבען וואס די עלטערן גייען אדורוך, וויפל פיזישע שווערע ארבייט, צער, שרעק, אומזיכערקייט זיי גייען אדורוך מיט די סארט קינדער, פאר די וואס זאגען אז די עלטערן האבן געדארפט טיען דאס אדער יענטץ, לאמיר אייך פרעגן, וויפל פון אייערע געזינטע קינדער האבן שוין פארלוירען א שיך? אדער א ברעסלעיד? די אלע עצות וואס איז דא אויפן מארק איז גוט אויף פאפיר אבער למעשה ווען מען דילד מיט די סארט קינדער זעען זאכען אינגאנצן אנדערש ווי אזוי עס זעט אויס, די אלע זאכען ווערן מיספלעיסד, צובראכען, פארלוירען, און פון זיין אזוי אנגעשטרעגט מיט זיך אפגעבן מיט די קינדער איז לא ימלט אז מען זאל עס נישט פארגעסן און ״פינקט״ דעמלאטס מאכען זיך אלע פראבלעמען, און דאס איז שוין אן רעדן אז די אלע זאכען קאסטן געלט און דידאקטעבעלס אויף אינשורנוס און אז צוברעכט זיך אדער פארלירט זיך קויפט מען נישט אזוי שנעל נאך איינס.

ניין, עס איז בכלל נישט שיין די רשעות פון דן זיין אזעלכע עלטערן בעת צרתם, און עס איז בכלל נישט אינפארמעטיוו דיין ברענגן דא די מעשה פון אביגדור מילער ז״ל, פיר יעריגע קינדער וואלטן פארשטאנען בעסער און וואלטען געהאט מער מיטגעפיל מיט זייערס א חבר בעת צרתם, די וועלט האט זיך נישט אנגעהויבען היינט ג ראה, און פאר מען מען שיסט סטעמעינטס און מען איז דן עלטערן הערט פון אנדערע וואס האבן עס שוין מיטגעלעבט און אדורוך געגאנגענן די פראבלעם, אדער המשכיל בעת ההוא ידום מען באקימט נישט באצאלט פאר רעדן,

די אשכול דא איז נאר א סעמפל ווי אזוי איינע צוויי ניקים האבן זיך צוזלאזט און געטרינקען בלוט אויפן חשבון צו קלאפן א קנאק יאנקעל אויפן חשבון פון א צווייטענס צרה, אבער די קראנקייט פון שיסען אומוויסענדע מיינונגען אין א נושא איז א אלגעמיינע קראנקייט איבעראל - לאוו דווקא דא אין שטיבעל, און טייל זענענן גאר שטאלץ דערמיט זענעדיג ווי אזוי זיי הערן ״אסאך״ מיינוגען און זיי ווייסען שוין אסאך בעסער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 31, 2013 10:43 am

· #137422
אדאנק בדחן פאר אייער טראכטפולע ווערטער.
ווארשיינדליך האט איהר פארשטאנען דער מעשה פון ר' אביגדור מיללער אלס א ביקורת אויפ'ן משפחה. איך האב דאס נישט געמיינט, איך ווייס דאך נישט וואס טוט זיך ביי יענעם. איך האב נאר געמיינט אז ארויסנעמען א גשמיותדיגע פשוט'ן לקח איז אויך א פלאן.
ס'איז א מורא'דיגע סכנה צו צענזאריר'ן מיינונגען. טאמער ס'וועט זיין א מציאות אז א מענטש האט וואס צו זאגען און ער האט נישט קיין וועג דאס ארויסצוברענגען, בלייבט מען מיט א דבוירי פעלדמאן וכדו'. אוודאי ס'איז נישט ריכטיג צוצוגיין צום משפחה מיטגעלידער און זיי זאגען אין פנים אז זיי זיינען שולדיג אבער אזוי פיל מעג מען געבען אפילו אן אומפאפולערע'ן מיינונג א פלאץ ווי מ'קעו איהם ווייזען רואיגערהייט זיין גרייז, אדער וויפיל איז ער גערעכט און וויפיל איז ער נישט גערעכט. צוצושטעלען א פיר-יעריג קינד איז נישט צו דער זאך און נישט מדרכי הנועם.
טאמער נאר פאר דעם אליינס אז דער וועג פון רעדען אז א גליטשעדיגע'ן וועג ביז צו די ווילדקייט פון די עדיטאריעל'ס אין דער איד איז דאס גענוג א סיבה זיך צו דערוויטערען דערפון.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2013 11:41 am

· #137437
אין המספיק גאזעט פון דעים חודש (אב) איז דא אן עססיי פון א פרוי וואס שרייבט כאילו צו אן אנדערע פרוי א מאמע פון א ספעציעל קינד. דארט לייגט זי אראפ די אלע בושות און אנשטרענגענישן וואס די מאמע פונ'ם קינד האט אדורכצוגיין. ווי אלע בעלי-בתים און מענעדזשער'ס פון געשעפטן שרייען אן די מאמע און זאגן איר אריין אז זי זאל בעסער היטן איר קינד. די מסקנא איז אז א מענטש וועלכער האט נישט אזא קינד מיינט אז די חורבנות און געלט שאדן וואס דאס קינד מאכט אן קומען פון התרשלות פון די מאמע. און זייער ווייניג מענטשן פארשטייען דעם אמת'דיגן מצב. זייער שיין באשריבן.

בדחן » מיטוואך יולי 31, 2013 1:35 pm

· #137479
ליטוואק פון בודאפעסט
אדאנק בדחן פאר אייער טראכטפולע ווערטער.
ווארשיינדליך האט איהר פארשטאנען דער מעשה פון ר' אביגדור מיללער אלס א ביקורת אויפ'ן משפחה. איך האב דאס נישט געמיינט, איך ווייס דאך נישט וואס טוט זיך ביי יענעם. איך האב נאר געמיינט אז ארויסנעמען א גשמיותדיגע פשוט'ן לקח איז אויך א פלאן.
ס'איז א מורא'דיגע סכנה צו צענזאריר'ן מיינונגען. טאמער ס'וועט זיין א מציאות אז א מענטש האט וואס צו זאגען און ער האט נישט קיין וועג דאס ארויסצוברענגען, בלייבט מען מיט א דבוירי פעלדמאן וכדו'. אוודאי ס'איז נישט ריכטיג צוצוגיין צום משפחה מיטגעלידער און זיי זאגען אין פנים אז זיי זיינען שולדיג אבער אזוי פיל מעג מען געבען אפילו אן אומפאפולערע'ן מיינונג א פלאץ ווי מ'קעו איהם ווייזען רואיגערהייט זיין גרייז, אדער וויפיל איז ער גערעכט און וויפיל איז ער נישט גערעכט. צוצושטעלען א פיר-יעריג קינד איז נישט צו דער זאך און נישט מדרכי הנועם.
טאמער נאר פאר דעם אליינס אז דער וועג פון רעדען אז א גליטשעדיגע'ן וועג ביז צו די ווילדקייט פון די עדיטאריעל'ס אין דער איד איז דאס גענוג א סיבה זיך צו דערוויטערען דערפון.


באהאלט דיר נישט אינטערן מאנטעל פון כלומפערישע עוולת אין די ״דער איד״ צו שטויסען דערמיט א פאמליע פון א ספציעל קינד.
״נועם המידות״ הייבט זיך נישט אן מיט קריטקירען די וואס קריטקירען עפענטליך א מצב וואס זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין.
און פעלדמאן איז נישט א פראדוקט פון נישט לאזען רעדן אדער ארויס ברענגן מיינוגען,
און יא, עס איז איין זאך צו מאכען א גרייז, עס אבער א צווייטע זאך ווען דו האסט געליינט בעפאר ווי אנדערע האבן שוין מעורר געווען אז מען דארף נישט זיין א אויבערחכם און קריטקירען - אומריכטיג - עלטערן און אזא מצב, דאס הייסט נישט א גרייז, עס איז א מענטאלעטי.

און איך קען די מצב פון עלטערן פון אוטיסטיק קינדער, די ווילסט נישט פראבירט ווערן דערמיט צו פארשטיין זייער זייט פון די געשיכטע, לאז געמאכט.

outspoken » מיטוואך יולי 31, 2013 1:41 pm

· #137481
גם אני מצטרף, געהאט איין מאל צו גאסט אוטיסטיק קינד מיט זיין shadow, יעדע מינוט איז א שווערע ארבייט.

boxcover » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 7:01 am

· #137720
מ. גליקמאן
דעי 'כמה וכמה פעמים' איז סך הכל די צווייטע מאל יעצט, וואס די ערשטע מאל איז געווען פאריגע וואך! און בלויז ווייל ער זוכט די אטענשאן האט ער נאכנישט די רעכט אזוי אראפצורייסן אן אומשולדיגן טאטע און מאמע, און רעדן כאילו ער ווייסט פאר א פאקט אז זיי זאגן ליגענט.

דעת תורה
און פארוואס הערט זיך "ריסענטלי ארדערד" ווי א באבע תירוץ? ער האט זיך לעצטנס פארלוירן איינמאל, האט מען דערפאר לעצטנס באשטעלט אזא דיווייס.

יעצט געהערט פון א שכן: דאס איז נישט די צווייטער מאל. ער איז שוין אנטלאפן כמה וכמה פעמים, אבער רוב מאל האט מען נישט געדארפט איבער דרייעט די שטאט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 11:19 am

· #137753
מר. בדחן דו האסט מיר באשולדיגט מיט א זאך וואס איך האב נישט געטוהן. איך האב נישט געזאגט קיין מיינונג אויף די עלטערען פון דער קינד, און נישט ווייל איך בין אזא פיינער בחור, דאר ווייל איך האב טאקע נישט קיין מיינונג. איך האב נישט געריטען אויף א צוויטנ'ס צרות, און ביטער פארלייגט זיך נישט אויף מיין ביינער.
איך האב נאר געזאגט אז מ'דארף לאזען אן אומרעכטיגע מיינונג צו ווערען געזאגט. נישט ווייל ס'קען זיין ריכטיג, נאר ווייל נאר אזוי וועט דער אמת ארויסקומען און נישט מיט שרייען און העצען און פערזענליך אטאקירען.
איך האב דערמאנט דער איד, נישט לאפוקי דער בלאט אדער דער יתד, נאר דאס איז די עלטסטע צייטונג, דעריבער איז דאס דער ערשטע וואס קומט צו טראכט.
דיין מהלך המחשבה איז זייער קוריוז. וויבאלד איך האב געזאגט אז דער שפראך פון דער איד טויג נישט, און מיר דארפען שטייען העכער ווי דעם, ממילא (1) האב איך אטאקירט א משפחה פון א 'ספעציעל'ן' קינד, און (2) איך האב זיך באהאלטען אונטער'ן עוולות פון דער איד זיך צו באשיצען פון די טענות דיינער.
דער אמת איז אז דו באהאלטסט זיך אונטער'ן נאמען 'ספעציעל'ן' קינד צו באשיצען דער איד און דער גענעראלער אונגארישער גראבקייט. די עלטערען זענען וווילער מענטשען און האבען אלס געטוהן צו דער זאך און זענען גדולי וצדיקי הדור, און נאך אלס איז דאס נישט קיין מהלך אטאקירען א מענטש וואס זאגט א מיינונג אנדעריש ווי דיר.

הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:16 pm

· #137772
געהערט פון פראפעסיאנאלן וועלכע האבן געארבעט מיט דאס קינד אז שמעון איז כלל נישט אוטיסטיש. ער פארמאגט נארמאלע באוואוסטזיין מעגליכקייטן, נאר מיט געוויסע עמאציאנאלע שוועריגקייטן. אין אנדערע ווערטער, ער לויפט נישט ווייל ער קען זיך נישט העלפן, נאר ווייל ער וויל.

שמו יגער » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:28 pm

· #137778
קענסט נאכקוקען אויף די וועב, עס זענען דא פארשידענע סימנים פון א אוטיסטישע קינד רח״ל. עס זענען דא קינדער וואס האבן אלע סימנים און זיי דארפען האבן די מערסטע הילף, און פאר זיי איז די א מוסד ווי " שמע קולוני״ וואס געפינט זיך אין בארא פארק, אדער נעמט מען אויף א נוירס אין שטוב וכו׳. דאן זענען דא קינדער וואס האבן נישט אלע סימני אוטיסים. עס רופט זיך "זיי זענען אויף די spectrum" זיי, קענען אפילו גיין אין היימישע נארמאלע מוסדות אין באקומען דארט טארעפי כל חד וחד לפי מצבו.
סא, און אונזער קעיס קען מען אפשר פארשטיין אז דאס אז מען רופט אים אין ער אנטלויפט איז איינער פון די סימנים. ממילא, מוז נישט זיין אז ער איז א שטארקע קעיס וואס זאל באטילט ווערן ״אפיציעל אויטיסטיש״.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:56 pm

· #137799
שמו יגער: איך וויל נאר מחזק זיין דיינע ווערטער. ביי אוטיזם איז צומאל זייער שווער צו דיאגנאזירן. אבער דער שליסל ווארט איז "ספעקטרום" אויב דער קינד אדער מענטש איז אויפ'ן ספעקטרום פון אוטיזם, דאן איז ער פאררעכנט אלס אוטיסטיק. דאס מיינט אז אפילו ער האט צוויי אדער מער פון די סימנים פון אוטיזם. כל אחד לפי מדירגתו. צומאל קענען זיי זיין אפילו זיייער אינטעליגענט.

שמו יגער » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:04 pm

· #137802
די זייער אינטעליגענטא גייען שוין אריין אין די נאמען פון asperger syndrome און דאס זעט זיך אן און די שפעטערע יארן

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:10 pm

· #137806
שמו יגער
די זייער אינטעליגענטא גייען שוין אריין אין די נאמען פון asperger syndrome און דאס זעט זיך אן און די שפעטערע יארן

ס'איז דא אפילו א פראפעסאר'קע (א גוי'טע) וועלכע איז אליין מודה אז זי האט אספערגער'ס סינדראם. דא"ג. זי איז געווען איינע פון די שטיצערס פון שחיטה. זי האלט אז זי פארשטייט און פילט דעם נפש פון בהמות און חיות.

הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:13 pm

· #137810
מהיכי תתי ער איז אויפן ספעקטרום? נישט יעדער תינוק וואס איז בורח מבית הספר און איז לן בבית הקברות איז א חולה. די וועלכע האבן אים געשאצט טענה'ן ער איז נישט אוטיסטיש אדער אן אייזבערגער.

שמו יגער » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:20 pm

· #137817
עס זענען אויך דא שרייבערס וואס טענה׳ן אז פארשידענע פרעזידענטין האבן געהאט סימני אספערגער׳ס ווי Lincoln ,jefferson אין Roosevelt. אזוי אויך זאגט מען אויף איינשטיין.....

הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:24 pm

· #137819
berlbalaguleh
שמו יגער
די זייער אינטעליגענטא גייען שוין אריין אין די נאמען פון asperger syndrome און דאס זעט זיך אן און די שפעטערע יארן

ס'איז דא אפילו א פראפעסאר'קע (א גוי'טע) וועלכע איז אליין מודה אז זי האט אספערגער'ס סינדראם. דא"ג. זי איז געווען איינע פון די שטיצערס פון שחיטה. זי האלט אז זי פארשטייט און פילט דעם נפש פון בהמות און חיות.


איר מיינט אודאי טעמפל גראנדין, איך כאפ אבער נישט ווי דאס קומט אריין דא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:24 pm

· #137820
שמו יגער
עס זענען אויך דא שרייבערס וואס טענה׳ן אז פארשידענע פרעזידענטין האבן געהאט סימני אספערגער׳ס ווי Lincoln ,jefferson אין Roosevelt. אזוי אויך זאגט מען אויף איינשטיין.....

און אפשר זענען זיי גערעכט? מסתמא יש גוי בדבר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:33 pm

· #137825
הערשי
berlbalaguleh
שמו יגער
די זייער אינטעליגענטא גייען שוין אריין אין די נאמען פון asperger syndrome און דאס זעט זיך אן און די שפעטערע יארן

ס'איז דא אפילו א פראפעסאר'קע (א גוי'טע) וועלכע איז אליין מודה אז זי האט אספערגער'ס סינדראם. דא"ג. זי איז געווען איינע פון די שטיצערס פון שחיטה. זי האלט אז זי פארשטייט און פילט דעם נפש פון בהמות און חיות.


איר מיינט אודאי טעמפל גראנדין, איך כאפ אבער נישט ווי דאס קומט אריין דא.

יא. זי מיין איך טאקע. זי קומט דא אריין אין שמועס אלס אן עקזעמפל פון א מענטש וועלכער ליידט פון אספערגער'ס און איז זייער אינטעליגענט.

Adiutor Cervides » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 3:40 pm

· #137853
Berry and Smoiger, read a book or two on Autism Spectrum Disorders and now
thinks he knows something that the professionals who have actually worked with the child apparently don't.
How presumptuous and ignorant.

There are children who have poor language skills and there are children that are concrete thinkers, and there are children who exhibit poor eye contact, and there are children who are socially inadequate;  all of these common in children on the spectrum,  yet quite prevalent in children who are absolutely not .
We leave it up to the psychologist to determain who fits criteria in who does not, and not to some google  browser who comments on KS

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 7:12 pm

· #137885
אודיטאר סערווידעס?? בכל אופן שלום עליכם.

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 8:43 pm

· #137897
כ'האב אויך עפעס אזוי געהערט אז דאס קינד איז נישט אוטיסטיק ממש, נאר אנדערע פראלעמען - מעגליך אפילו נאר צייטווייליגע. אזוי אז דער פרסום שטערט זייער פאר די משפחה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:49 pm

· #137932
to Adiutor Cervides, Sir.
Since you are of such high intellectual caliber, I'm just left wondering about the fact that you misspelled such a basic word in the English language. Namely "determine". Kindly go back to your post and review the Spelling. Thank you. an un-intelligent coachman.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 3:10 am

· #137974
בערל, זיי נישט אזוי שאקט, אינטעליגענץ איז נישט אלעמאל סינאנים מיט גוטע ספעלינג. גרויסע חכמים ווי איינשטיין, דע-ווינטשי, טשוירטשיל, JFK, און בענדזשאמין פרענקלין זענען אויך נישט געווען צו גוט אין ספעלינג, ווי אויך גרויסע שרייבער ווי העמינגוועי, פיטסגארלד, ייטס, און אירווינג וואלטן געקענט ניצן ספעל טשעק, אויב וואלט עס שוין געווען אין זייער צייט.

Adiutor Cervides » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 9:30 am

· #137984
berlbalaguleh
Since you are of such high intellectual caliber, I'm just left wondering about the fact that you misspelled such a basic word in the English language. Namely "determine". Kindly go back to your post and review the Spelling. Thank you. an un-intelligent coachman.


Berl, me highly intelligent? Absolutely not. But unlike you and all other self-proclaimed professionals, I know I'm just a Google putz.
בלאט: 1 2 3 4