זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4374
.
@WeatherKY: KIRYAS JOEL:
Hg' R' Shmeul Benyumin Kraus said: "The Child supposed to be in a Shul where there is a Minyan or Shelosh Seedas"
וואו קומט דא שלש-סעודות?
פרעג עם נישט מיך....
מאכט נישט קיין סענס פאר ר שמואל בנימין קרויס צו זאגן דעי שאלעידעס זאך, ער רעדט אסאך מאל אומקלאר למשל זוכטס לעבן א וואסער וואס דעיס קען מיינען סינק, מקוה, לעיק וכו׳. אבער נישט בראוקען טעלעפאנס!
ער איז נישט קיין נאר דעי קרויס. ער ווייסט אז ס'איז דא א הונדערט בתי מדרשים אין ק''י. דאס קינד -לויט די יודעי דבר- האט ליב צו שפילען באהאלטען אויף אן ערנסטען אויפן. עט ער דאך אבער נישט בלייבען אויפן גאס ווי ס'איז טונקעל און שרעקעדיג. ווי קען ער האבען געגאנגען indoors און מ'זאל נישט וויסען ער איז דארט? אין בית המדרש!
גאנץ פיינע CSI ווערק פאר א חשובען רב...
KIRYAS JOEL: U/D - Forest rangers arriving now to KJ to assist in the search, It's already 7 hours since he was reported missing.
וויטריאל זאל זיך אנטון אזא היטל פונעם טיש שיפערהייט, און גיין ארבעטן.
📎 image.jpg
בארא פארק שומרים אויף די סצענע:

@MKreports: KIRYAS JOEL: U/D - JUST IN - Crying Was Heard From Chezkel Brach's Lot. Volenteers Rushing In. DTF
Catskills – 100s of Bocherim from Camps & Bungalow Colonies have Arrived in KJ to Help Search for Missing Boy

@vosiznies: Kiryas Joel – The Mother of Missing Boy Confirmed to NYSP that Shirt Found on Forest Road is Not from her Son.
די מאפע אינעם קאמענד צענטער איז די עירוב מאפע. כ'מיין די מצב איז געניג ערענסט מ'זאל שוין אריינברענגן די מיני באס מאפע.
מיט שמחה קען מען פויעלען אלעס גוטס!!
געטס א שמייכעל....
📎 image.jpg
@HQSatmar: Unconfirmed reports coming in that crying of #KJBoy was heard @ Ziggy Brach's 30 acre undeveloped land at Forest Rd massive search there nowז
@MKreports: KIRYAS JOEL: U/D - As of Reports Water Dripping Has Been Found In Chezkel Brach's Lot. #KJboy DTF
@moseh718: די טאטע אין די מאמע פין די קינד זענען יעצט געווען ביי א ברכה ביי סאטמער רבי מהרז'ל, אין ער האט אנגעווינטשען אז מען זאהל אים טרעפן אומבארירט.
@vosiznies: Kiryas Joel – Just In! Detectives Review Surveillance Cameras from T"T, Spotted Missing Boy 8pm on Stropkiv & Riminov, Crews Sent There Now.
עפעס נייעס פון נעכטן ביז היינט?
מען האט ארום געקאלט די עלטערן אנציטוען די קינדער מיט ווייסע העמעדער צי גרינגער מאכן די סירטש.
טשענעל 7 האט געמאלדן אז מ׳גייט באנייען די געזיך 8am.
סאשי פיש@vosiznies: Kiryas Joel – Just In! Detectives Review Surveillance Cameras from T"T, Spotted Missing Boy 8pm on Stropkiv & Riminov, Crews Sent There Now.
DOTCOM
איז דיין גאס אין די געגנט פון רימנוב סטראפקוב?
אפאר העלוקאפטערס איז יעצט ערווארטערט אנציקומען!!
Kids In Kiryas Yoel Waiting For their Bus Dressed In White Shirts. #KJboy. PHOTO - pic.twitter.com/LhBeGXzZTu
געטראפן!!!!!!!!!!!!!!!!!
אזא מעסעזש באקומען, קען איינער קאנפירמען
KIRYAS JOEL: U/D - Reports coming in that the #KJboy has been found alive and @NYSPolice has him.
קול מבשר מעלדט נאך נישט, ווער קען אים לינקן אהער
ב"ה, הודו לה' כי טוב! א שטיין אראפ פון הארץ.
עפעס פרטים? וואו האט מען אים געפונען?
אה שוין געמאלדן אויף קול מבשר
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
@Joel6208: The boy was found in the trees at 11 Mountain Road in Kiryas Joel. He was up.
אוטיזטם קינדער קענען און טוען כסדר אנטלויפן אזוי שנעל ווי פין קרית יואל קיין מאנסי אין בלויז צוויי שעה און גארנישט וועט זיי אפהאלטן די איינציגסטע לעזונג איז זיי אריינצלייגען אין א היים ווי המספיק אבער די סטעיט וויל נישט מער געבען קיין געלט פאר קיין היים'ס
הרב_שלוםאוטיזטם קינדער קענען און טוען כסדר אנטלויפן אזוי שנעל ווי פין קרית יואל קיין מאנסי אין בלויז צוויי שעה
פון מאנרא קיין מאנסי אין צוויי שעה?! דאס איז א רעקארד! מ'דארף זיי שיקן אנטיילנעמען אין די אלימפיקס!
אפשר זאל מען איינפלאנצן\אנטוהן דעם קינד א קאמפיוטער טשיפ מיט GPS אריינגעבויעט? (להבדיל ביי הונט טוט מען אזוי. לעצטענס געהערט אזא פלאן פאר אלטע לייט מיט אלצהיימערס.)
סאשי פיש@Joel6208: The boy was found in the trees at 11 Mountain Road in Kiryas Joel. He was up.
קוקנדיג אויף גוגל מעפס זע איך דאס איז די ראוד אראפ נאך עצי התמרים
וער האט אים געטראפן
עס זענען דא אסאך קינדער מיט אוטיזם וואס האבן GPS טרעקערס אויף זיך.
איך בין זיכער אז זיינע עלטערן וועלן זיך יעצט איינשאפן אזאנס. עס איז גרינג צי טראכטן אז ׳צי מיין קינד וועט עס נישט געשען׳ ביז עס פאסירט.
שרייבערסאשי פיש@Joel6208: The boy was found in the trees at 11 Mountain Road in Kiryas Joel. He was up.
קוקנדיג אויף גוגל מעפס זע איך דאס איז די ראוד אראפ נאך עצי התמרים
אקוראט דאס האט דאך ר' שמואל בנימן קרויס געזאגט.
U/D Child has been found safe in the Monroe Bus Parking lot, Being transported by EMS for evaluation
יואליששרייבערסאשי פיש@Joel6208: The boy was found in the trees at 11 Mountain Road in Kiryas Joel. He was up.
קוקנדיג אויף גוגל מעפס זע איך דאס איז די ראוד אראפ נאך עצי התמרים
אקוראט דאס האט דאך ר' שמואל בנימן קרויס געזאגט.
וואס הייסט, דארט איז שלש סעודות?
אויף טוויטער זאגט מען יעצט אז א טרופער האט אים געטראפן
מסתם אין א גייסטישע זין הערשט דארט א שטארקע שלש סעודות.
עפעס פרטים וואו ער האט זיך געפינען א גאנצע נאכט? איז ער אדורכגעשלאפן ערגעץ? אדער געווען מיד?
טיילטס מיט דעטאלן, רבותי!
The missing 10 year old boy was found at approximately 9:25 am In a wooded area near the Monroe Bus company garage.
Eyewitness confirms that the child started running towards the wooded area when a state trooper spotted him, but the troopers thankfully caught him and right away dispatched Hatzolah EMS to the scene.
Hatzolah EMS transported the child in good condition to a local hospital for evaluation.
Parents of the child deeply thank all first responders and the hundreds of volunteers who took their time to participate in the 16 hour search.
גענומען פון?
REFRESH FOR MORE DETAILS BELOW
The boy was found at about 9:25 AM in the woods at 11 Mountain Road in Kiryas Joel. It’s the property next to a girl school building (V’Yoel Moishe). As per an employee at the school, the boy saw a State Trooper coming and started running, but the Cop easily caught him. It appears but it’s not confirmed that the boy fell asleep overnight.
Tweets in the early hours of the day suggested that the boy is probably hiding in this wooded area which is about 26 Square Acre in size and owned by Zigmond (Ziggy) Brach. The property has the school building, a lot for buses, a park, short-cuts and an endless amount of trees and bushes.
The boy was taken to Westchester Medical Center. He was a little disoriented when found but otherwise he seemed fine.
PHOTO GALLERY OF THE SEARCH
Share Article Save to Instapaper
We are proud...
אריבערגעפירט
קול מבשר:
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו. כלל ישראל איבער די וועלט האט אפגעאטעמט נאכדעם וואס דער פארלוירן יונגל שמעון בן ריזל דבורה איז ברוך השם אפגעפונען געווארן אין א גוטן צושטאנד היינט אינדערפרי ארום האלב צען, אינעם וואלד צווישן מאונטעין ראוד און ליזענסק בולעווארד.
די מאסיווע זוך אקציע איז אפגערופן געווארן און די פילע וואלונטירן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון אלע עקן ניו יארק און פון די קעטסקילס האבן אנגעהויבן אהיימפארן, קורץ נאכדעם וואס די זוך אקציע האט זיך פריש באנייט ארום ניין אזייגער אין קרית יואל.
דאס קינד איז געפונען געווארן דורך א סטעיט פאליציי אפיציר און ער ווערט אצינד באהאנדלט דורך לאקאלע קרית יואלער הצלה וואלונטירן און פאראמעדיקס, וועלכע געבן איבער אז ער איז אין א גוטן צושטאנד, געזונט און פריש. לאקאלע חברים וואלונטירן זאגן אז דאס קינד איז איינגעשלאפן אינמיטן נאכט, ווערנדיג אויסגעמוטשעט נאכ'ן לויפן פאר א לענגערע צייט.
די זוך אקציע האט ארויסגערופן א שטארקע קידוש השם, ווען די נאציאנאלע מידיא האט געדעקט וויאזוי טויזנטער וואלונטירן האבן זיך אראפגעלאזט קיין קרית יואל און זענען אויפגעבליבן ביז די פריע פארטאגס שטונדן נאכ'ן זוכן אגאנצע נאכט איבער אלע וועלדער אין קרית יואל און אין די געגנטער און וועלדער ארום.
אין די זוך אקציע זענען געווען העפטיג פארמישט די ניו יארק סטעיט פאליציי, אידישע וואלונטיר ארגאניזאציעס פון איבער ניו יארק, באזונדער חברה שומרים פון בארא פארק און נאך. אויך האט די נאציאנאלע אוטיזעם אסאסיעשאן ארויסגעגעבן א מעלדונג איבער דעם פארלוירן קינד און האט היינט מאנטאג אינדערפרי אנגעהויבן ארגאניזירן וואלונטירן פון איבער אמעריקע וועלכע זאלן קומען העלפן זוכן, בעפאר דאס קינד איז אפגעפונען געווארן.
די נאכאנאנדע מנינים תהלים וועלכע זענען פארגעקומען אין בתי מדרשים איבער די וועלט, זענען געטוישט געווארן צו שבח והודאה אז די געשיכטע האט ברוך השם א גוטע ענדע און דאס קינד שמעון בן ריזל דבורה איז צוריק אין שויס פון זיין פאמיליע.