@הוגה גאר גוט אראפגעשריבען. אגב, גילו איז זייער הארב דא.... נעקסט טיים וואטש-אוט.
און ווי שוין געשריבען אויפן צווייטען בלאט פינעם אשכול, די ישיבה איז א מאסט, און איך זע באמת נישט דיין אויפטו פון זיך טענה׳ן מיט ניקים וואס זענענן דא מיט א אגענדע יענעם צו שטויסען, אדער סיי וועלכע אנדערע פוסטע סיבה, אל תען כסיל כעיוולתו האט נאך שלמה המלך געזאגט, און ווען עס קימט א ניק און נעמט אזא דבר טוב וואס מען קען זאגען אז גאנצטע עולמות שטייען דערויף, הינדערטער בחורים ווערן ״מענטשן״ און ״אידן״ א דאנק די ישיבה, קען מען זאגן אז אל תען איז חל אויף זיינע תגובות.
ביקורת, דעבאטירען, קאנסטראקטיוו קריטיק, איז גאר א גיטע זאך, אבער יעדע זאך האט זיך זיין גרעניץ, מען דארף זיך אויך רעכענענן מיט די בחורים, די עלטערן, די מנהלים, און די מסי״נ הנהלה... און איך האלט אז די הנהלה און טייל עלטערן ליינען טעגליך די אשכול וועלענדיג וויסען וואס די גאס זאגט צו זייער ארבייט.