☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ויהיו רחמיך... פון אלי ביער

ויהיו רחמיך... פון אלי ביער

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4351
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 24, 2013 7:03 pm

· #135973
ויהיו רחמיך... פון אלי ביער
דער ניגון צעגייט מיר אין די ביינער, איך גיי ניסלעך פאר דעם, שוין באלד א יאר וואס איך קען עס און איך ווער נישט נמאס דערפון.... כ'זינג עס איבער און איבער.... איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
עס איז פאראן א קליפ דערפון אויף יו טוב (כ'האב נישט יעצט קיין עקסעס דערצו צו לינקען, אפשר שפעטער בל"נ) ווי ער זינגט עס מיט די פרייליך בענד, קודם אויפן פעלד פארשטעלט ווי פשוט'ע פויערן, און שפעטער ביים שבת סעודה, הארציג!
בערי וועבער האט עס אויף זיין קומזיץ #2 אלבום, ספירה האב איך איבערגעהערט דעם זיסן ניגון באלד טויזענט מאל.. אקעי, נישט ממש, אבער זיכער מער פון 5 מאל.
יעצט מוצ"ש נחמו ביי א קומזיץ אין די קעטסקילס האט אלי ביער דארט געזינגען דעם ניגון צווישן אנדערע, און דער עולם מיט התלהבות שאקעלט זיך (מיט די אנדרוידס און בלעקבאריס) און זינגען מיט און הארמאנייזן, א מחי' צו הערן..

"צייטליך" פון אייוועלט האט פארעפנטליכט א קליפ דערפון, איך קען נישט סטאפן עס קוקן, ס'זינגט זיך מיט פון זיך אליינס.
נאכאמאל, די פולע קרעדיט גייט פאר "צייטליך", און איר קענט עס זעהן אויף (אדער דאונלאודן פון) דראפבאקס (איבער 300 MB).

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 21#p718721

הערט און האט הנאה!
חזר'ט אייך איין דעם ניגון, ווייל בקרוב ביי די קאווע שטיבל קומזיץ גייט מען עס זינגען אלע צוזאמען!!

פרישער » מיטוואך יולי 24, 2013 7:14 pm

· #135975
איינע פין מיינע שענסטע נגונים

איך אויך » מיטוואך יולי 24, 2013 7:46 pm

· #135995
גאנץ הארציג אבער אלץ ניגון ליגט אין דעם גאנץ ווייניג טאלאנט.

שעפטל » מיטוואך יולי 24, 2013 8:13 pm

· #136000

פרישער » מיטוואך יולי 24, 2013 8:30 pm

· #136002
איך אויך
גאנץ הארציג אבער אלץ ניגון ליגט אין דעם גאנץ ווייניג טאלאנט.

על טעם וריח אין להתנפיח

מאטי » מיטוואך יולי 24, 2013 8:34 pm

· #136003
שמעקעדיג! עמך אנוכי, איך קען נישט אויפהערן זינגען דעם ניגון, ספעיציעל ליל שבת קודש אזש מיינע קליינע זינגען שוין מיט מיר יעדע וואך.

kliger » מיטוואך יולי 24, 2013 8:34 pm

· #136004
http://www.youtube.com/watch?v=eLlipS6pfqo#at=13

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 24, 2013 9:02 pm

· #136008
פרישער
על טעם וריח אין להתנפיח

איך אויך » מיטוואך יולי 24, 2013 9:26 pm

· #136011
דוקא על ריח כן יש להתנפיח.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:51 pm

· #136332
@שעפטל

דער ווידעאו איז געכאפט געווארן אויף "אידיש-פארם" און איז צוזאמגעשטעלט און דירעקטירט געווארן דורך דעם טאלאנטפולן ארטיסט יואלי שטויבער (my vision studio). ס'איז א מייסטערווערק און בשעתו ווען ס'איז ארויסגעקומען האב איך עס איבערגעקוקט און איבערגעקוקט. דער ניגון, דער מאטיוו, דאס פלאץ, דער געדאנק -- אך, א סופער-דזשאב.

@פרישער 😂

טישו באקס » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:26 pm

· #136392
דער ניגון איז זייער ווארעם די ווידיאו איז זייער שיין אראפגעלייגט
די עדיטינג חלק דערפון וואלט געדארפט לויט מיין אפיניען זיין אביסל בעסער, די ווערטער שטימען נישט ד גאנצע צייט די אודיאו מיט די ווידיאו צוזאמען

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 26, 2013 2:03 pm

· #136551
מאטא פראנק ופמלייתו זינגען דעם ניגון אין רימאנאוו - https://www.youtube.com/watch?v=9PSpRIqEop4

סאשי פיש » מיטוואך יולי 31, 2013 3:53 pm

· #137522
נעכטען ביי א וואכנאכט ויהו רחמיך

מ. גליקמאן » מיטוואך יולי 31, 2013 3:54 pm

· #137525
א פרישן קליפ פון נעכטן נאכט ביים וואך נאכט פון בן העסקן ר' אלי שפיטצער הי'ו. (נישט דער וואס לויפט פאר קאמפטראלער..)
http://youtu.be/EMsR2q1mYDk

ווען וועט מיר איינער צוווייזן וויאזוי צו עמבענדן?

סושי האקט.

סלינקי » מיטוואך יולי 31, 2013 4:10 pm

· #137530
מ. גליקמאן
ווען וועט מיר איינער צוווייזן וויאזוי צו עמבענדן?

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 119#p13119

איך אויך » מיטוואך יולי 31, 2013 4:27 pm

· #137540
איך זאג מיין מיינונג פונקט ווי יעדער איינער זאגט זיינס.
ח"ו איינער זאל דערשטיקט ווערן ,סושי זאל ווייטער אריינריקן ביי כמעט די דאזן ,בדחן זאל ווייטער פריילעך מאכן און הער ראה''ק זאל זיך ווייטער זארגן פאר צאן מרעיתו.

וועם עס געפעלט נישט וואס איך שרייב האט א ברירה זיך צו זעצן לערנען. (קרעדיט נח"ר)

בעל הבית » מיטוואך יולי 31, 2013 5:05 pm

· #137554
אויף א שיינע אשכול איבער די וועלגער העלצלעך ביסטו א מבין, אבער אויף א ניגון ווי קומסטו דא אריין בכלל?

קומסט מיר פאר אזוי וויזניצע רבי פון מאנסי וועט זאגן פאר באבוב רב ער האט נישט די ניגון מרן די בשמיא

סאשי פיש » מיטוואך יולי 31, 2013 6:40 pm

· #137585
איך אויך
סושי זאל ווייטער אריינריקן ביי כמעט די דאזן ,

וואס מיינט דעס? ❓ ❓ 😉 😉

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 31, 2013 7:00 pm

· #137590
עיין באוועטאר שלך ותמצא נחת ותשובה לשאלתך.

איך אויך » מיטוואך יולי 31, 2013 7:28 pm

· #137593
איך האב קודם געשריבן 'ביי די דאזן' אבער ברוב רחמיו וחסדיו האביך א קוק געטוהן און באמערקט אז דו עסט נאר אכט אויפאמאל האב איך געטוישט צו 'ביי כמעט די דאזן'.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 12:50 pm

· #138231
איך שעהם מיך נישט צו זאגן אז דעם ניגון האב איך ביז יעצט נישט געקענט. כאטש וואס דער פאל "ויהיו רחמיך" האב איך שוין זיכער געהערט דא דארט.
און אזויווי אלע ווארימע ניגונים, זיי מאכן מיר וויינען נאך צוויי מינוט הערן. אבער ווען איך וואלט ווען געווען אין יענע חבורה, דארט אין קאנטרי - וואס שמעקעדיג בשם צייטליך צייכענט אן - וואלט איך נישט געווען צווישען די וואס שאקלען זיך מיט א לויזקייט, נאר פון די וואס שטייען ביי די וואנט און ווייזען נישט ארויס קיין התרגשות, ווייל כידוע, ס'פאסט נישט, איך בין דאך אויפגעקלערט! זאל איך יעצט גיין זיך שאקלען?!

כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסען דעם מחבר, אלי ביערס' bio, אבער גוגל פירט מיך צו דעם מייסד פון איחוד הצלה אין ישראל.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 12:53 pm

· #138232
פליז. שעמען דארף זיך ענדערש דער וואס קען עס יא. הער אויף. אלי ביער? הו די העק איז ער. און איז ער א ירא שמים פון וועם מ'מגעג אויסהערן זיינע ניגונים?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 1:23 pm

· #138234
האסט א נקודה.
נו, וויאזוי ווער איך געוואור צו ער איז א ירא שמים?
האסט עפעס א סימן ?

סלינקי » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:07 pm

· #138258
לויט דעם אז די סייז פון די יארמולקע ווייזט אויף די סכום יראת שמים, איז דאס א גוטע סימן?

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:50 pm

· #138519
און ער גייט עס אזוי אויבן פון קאפ אזוי ווי סקולענע רבי האט ליב, אזוי אז די יראת שמים זאל נישט ארויספליען. (ס'דאך ידוע אז יראת שמים ציט אויף ארויף.)

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:56 pm

· #138523
מיט שירה מיט יאמי לאווי מיט גיטאר
יא די קאפעל שטייט עם גוט
image.jpg

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:57 pm

· #138524
וואו איז די בארד

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:03 am

· #138530
אויף דעם איז דא די מעשה פון ר׳ בארד ווי איז אייער יוד וד״ל

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:04 am

· #138531
נארישקייטן. מ'דארף אכטונג געבן, ניגוני איז זייער טיעף, ס'קען פארדארבן אז ס'קומט ממקור לא טהור. עיין בדברי ישראל

פרישער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:00 am

· #138579
און וואס האט פאסירט מיט יומי'ס בארד כ'זעי סיז פיין באשערט

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:15 am

· #138596
מ'דערציילט אויף איינער פון די וויזניצע רבי'ס, כ'מיין די מאנסיער, אז מ'האט געזונגען ביים טיש ובאו האובדים פון שלמה'לע. האט עם איינער מעורר געווען אז ס'דאך שלמה קארליבך'ס ניגון, האט ער געפרעגט: וואס איז? ער לאזט עס נישט זונגען?

פרישער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:51 am

· #138610
יא די מעשה איז וואר איך האב עס אויך געהערט פין איינעם וואס האט מיר ציגעזאגט אז דו מעשה קען אמת זיין

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:45 am

· #138941
נאך א בילד מיט שמעי ענגעל
זעט אויס אין עירפארט
זר ער האט וואלענע ציצית....!!!
image.jpg

מ. גליקמאן » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:42 pm

· #138966
קוקט ענדערש אויס ווי שמוציגע קאטענע ציצית.
ששש..

סמארט פאון » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:29 pm

· #161013
זר זהב
פליז. שעמען דארף זיך ענדערש דער וואס קען עס יא. הער אויף. אלי ביער? הו די העק איז ער. און איז ער א ירא שמים פון וועם מ'מגעג אויסהערן זיינע ניגונים?

פארוואס דארף מען זיך שעמען אז מ'קען די ניגון? די ווייסט בכלל ווער דאס איז אז די רעדטסט אזוי? דער מענטש איז ווי באקאנט א בעל תשובה אין די קענסט נישט וויסן וואס און וויפיל ער איז שוין דורךגעגאנגען ביז ער איז צו דעם צוגעקומען (אין דאס קען מעגליך פארענטפערן ווי זיין בארד -אויף וואס די זארגסט אזוי שטארק- איז אהינגעקומען...) די קענסט proven זיין ערליכקייט פון זיין קאפל.. און דאנט געט מי ראנג, איך האלט בכלל נישט פין גרויסע קאפלעך אז איך זאל ווערן פין דעם איבערגענומען, נאר אז די פרעגסט ענטפער איך.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:58 pm

· #162847
http://ladaat.info/article.aspx?artid=8771

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:28 pm

· #164011
http://www.youtube.com/watch?v=1WS1pNl46Fk#t=14

מוטי שטיימענץ

ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:27 am

· #166020
הערליך שיין!
חנוכה קומזיץ מיט אידישע שטערנס, קליינע און גרויסע.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:29 am

· #166021
כ'זעה א שטערן מיט א הויזן טראגער , דאס איז גאר אינטערסאנט נאך קיינמאל נישט געזען

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:35 am

· #166022
דער (פינטעל) איד
כ'זעה א שטערן מיט א הויזן טראגער , דאס איז גאר אינטערסאנט נאך קיינמאל נישט געזען

זעהט אויס ער איז א קאמעט שטערן, מיט א וויידל.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:12 am

· #166029
ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?[/quote]
יא

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 7:59 am

· #166039
קומזיץ קומזיץ וואו איז ליפא?

לבי במזרח » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 7:59 am

· #166040
אינטערעסאנט ווי די גרויסע שטערן ציטערט פאר קעלט און אלע קליינע גייען אויס פון היץ.

סלינקי » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:37 pm

· #168222
א בדחן זאגט מצוה טאנץ אויף דעם ניגון

http://youtu.be/ir3dDucpfs8?t=6m8s

אליצפן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:04 pm

· #168227
קאווע טרינקער
http://www.youtube.com/watch?v=1WS1pNl46Fk#t=14

מוטי שטיימענץ

ווער איז דער איד מיט די ווייסע קאפל, פלאטשיגע הוט, זיצט אויבן אן, און שפעטער גייט ער שמועסן מיט איינעם. איז ער אברהם סלאנים ?

כ'האב לעצטנס געזען א פאר קליפס פון דער מאטי שטיינמעץ, ער זינגט עפעס זעלטן שיין! אזא הערליכע ריינע שטימע, מיט אזוי פיל הארץ מאכט זיך נישט יעדן טאג.
אינטרעסאנט אז כ'נאב קיינמאל נישט געהערט פון אים. ווייסט איינער מה טיבו? פון וואו קומט ער? איז דא עפעס טעיפס פון אים?

אליצפן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:06 pm

· #168228

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:08 pm

· #168229
די שאלה איז וויפיל פארשטייסטו צו נגינה אז דיינע הערות זאלן זיין מאסנגעבנד. דער שטיינמעץ האט א שיינע שטימע , אבער ער איז זייער אסאך מאל נישט 100 פראצענט אויפ'ן טאן (ריכטיגע פיטש) דאס איז א גרויסער נאו נאו. ער דארף נאך אסאך לעסאנס.

דאס הארץ חלק וואס דו זעסט קומט מיין איך פון עפעס אנדערש וד"ל

אליצפן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:17 pm

· #168230
דער (פינטעל) איד
די שאלה איז וויפיל פארשטייסטו צו נגינה אז דיינע הערות זאלן זיין מאסנגעבנד. דער שטיינמעץ האט א שיינע שטימע , אבער ער איז זייער אסאך מאל נישט 100 פראצענט אויפ'ן טאן (ריכטיגע פיטש) דאס איז א גרויסער נאו נאו. ער דארף נאך אסאך לעסאנס.

דאס הארץ חלק וואס דו זעסט קומט מיין איך פון עפעס אנדערש וד"ל

נו גרויבע מבין, אפשר זאגסטו מיר ווער פון די היינטיגע גארבידזש זינגער האט א שענערע שטימע פון אים?

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:18 pm

· #168231
איך האב נישט גערעדט וועגן שיינע שטימע. מ'קען האבן א שיינע שטימע און נישט וויסן פון מוזיק צו זאגן כי הוא זה.

אליצפן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 8:30 pm

· #168233
דער (פינטעל) איד
איך האב נישט גערעדט וועגן שיינע שטימע. מ'קען האבן א שיינע שטימע און נישט וויסן פון מוזיק צו זאגן כי הוא זה.

דו קענסט אפשר איינער בדחן???
בלאט: 1 2