ווערטער בוך
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #431
ווערטער בוך
עס איז דא אמאל וואס איר זעט א ווארט אין אידיש וועלכע איר האט קיינמאל פריער געזען, אדער סתם איר ווילט אויפקוקן אידישע ווערטער און זייער באדייטן, אדער אויב איר ווילט בארייכערען אנדערע אידן'ס ווערטער בוך: דא, אין דעם אשכול איז דער פלאץ דערפאר. וזה החלי:
אנומלט - ממש לעצטנס; הערשט; אט יעצט; אקארשט. אין ענגליש most recently; the other day.
Re: ווערטער בוך
עס איז דא צובאקומען א אידישע ווערטערבוך פון איינעם א. ראטה וואס ליגט ביי מיר אינדערהיים און זעט אויס גאנץ גוט. איך האב עס נאכנישט גענוצט און נעם עס יעצט ארויס פון שאפע לכבודו פון יידל'ן.
אנומלט - לעצטנס, נארוואס, הערשט, פריער, אקארשט.
גאר ענליך צו יידל!
דער בוך ווערט גערופן "אידיש ווערטער אוצר" און האלט אין איר צווייטע אויפלאגע.
Re: ווערטער בוך
סינאנימען מיט וועלכע איך האב זיך נאר-וואס געספראוועט:
קעגנזאץ
סתירה
קאנטראסט
ווידעראנאנד
היפוך
פאראדאקס
איך זאג געספראוועט, ווייל ביים אויסקלייבן א ווארט, קומט מיר אפט אפיר א גאנצער אויסוואל, און כ'דארף אויסקלייבן דאס טרעפליכסטע. צוליב אט-דער סיבה האב איך אויך אין מיינע ארכיוון א היפש שטיקל אוצר פון אלטערנאטיוון וואס איך לייג אריין דארט אפט בשעת'ן מאכן א בחירה צווישן פארשידענע מעגליכקייטן (א כסדר'דיגער פארמעסט!).
אגב, דאס ווארט וואס איז דערמאנט געווארן - "הערשט" - קומט אן דעם ה"א: ערשט.
Re: ווערטער בוך
געצלעס איז דא צובאקומען א אידישע ווערטערבוך פון איינעם א. ראטה
טאכטער פון מרת "מעלות".
Re: ווערטער בוך
סארקאזם, סארקאסטיש: א שארפער איראנישער אָפּשפעט; א חוזק'דיגע, בייסיגער הערה. ענגליש: sarcasm.
Re: ווערטער בוך
ישוב'ניק:
קעגנזאץ: לויט וויינרייך, קען קעגנזאץ גענוצט ווערן סיי אויף א סתירה, און סיי אויף opposites (היפוכים).
סתירה: א סתירה איז ווען צוויי זאכן "צושטערן" איינער דעם צווייטען (מלשון סותר). ווען חיים זאגט יעצט איז 2 אזייגער און שלום זאגט יעצט איז 4, זענען זיי זיך סותר.
קאנטראסט: קאנטראסט איז געווענדליך וועל מען שטעלט צוזאם צוויי זאכן כדי צו ווייזן די חילוקים (אדער "קאנטראסט") צווישן זיי ביידע. דוגמא: שלום איז א ווילד קינד. אין קאנטראסט, איז חיים א רואיג קינד.
ווידעראנאנד: איז א פשוטער סתירה.
היפוך: איז לכאורה opposite, פונקט דאס פארקערטע. ווייס איז די היפוך פון שווארץ, טאג די היפוך פון נאכט.
פאראדאקס: א זאץ אדער א דערקלערונג וועלכער איז זיך סותר מרישא לסיפא. אין היימישער אידיש רופט מען דאס "א סתירה מיניה וביה". דוגמא פון א טיפישער פאראדאקס: "די זאץ איז שקר". אויב איז עס שקר, איז עס דאך אמת, און אז עס איז אמת, איז עס דאך שקר!
מען קען אויך נוצן:
אדרבא און
פארקערט.
ישוב'ניק
אגב, דאס ווארט וואס איז דערמאנט געווארן - "הערשט" - קומט אן דעם ה"א: ערשט.
ישר כוח פאר די הערה. וואס מיינט טאקע הערשט?
Re: ווערטער בוך
יידל, פארוואס זאלסטו ענדערש אננעמען ישובניקס הערה וועגן הערשט/ערשט ווי איידער מרת א. ראטה וואס כ'האב אויבן צוגעברענגט?
Re: ווערטער בוך
געצליידל, פארוואס זאלסטו ענדערש אננעמען ישובניקס הערה וועגן הערשט/ערשט ווי איידער מרת א. ראטה וואס כ'האב אויבן צוגעברענגט?
א הארבע פראגע. אפשר ווייל ישוב'ניק קען איך דא נעמען אויפן צימבל, בעת מרת. א. ראטה נישט?...
Re: ווערטער בוך
ביי מיר איז א דבר פשוט אז ס'קומט מיט א "ה". כן מונח בזיכרוני.
און ראטה איז מיר נאר א סמך. און זעט מיר אויס צו זיין עמיצער וואס קען דעם ליין.
לאמיר הערן וואס ישובניק וועט זאגן.
Re: ווערטער בוך
סארטיר - שטעל אויס. אין ענגליש: sort.
Re: ווערטער בוך
טעאריע - האט צוויי באדייטן. איינס: א טיפע לערע, געדאנק אדער מיינונג וואס איז נישט אויפגעוויזען געווארן שוואץ אויף ווייס אז אזוי איז עס במציאות, נאר עס איז א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קען אזוי זיין, באגלייט מיט א שטארקע הסבר פארוואס עס איז מסתבר.
צוויי: אין װיסנשאפט (science), איז א טעאריע א ערקלערונג װאס איז געבױט אױף פיל פאקטן. דער טעאריע ערקלערט די אלע פאקטן. דוגמאות פון באקאנטע וויסנשאפטליכע טעאריעס: די גערם טעאריע (the germ theory of disease), אז קרענק ווערן פארשפרייט דורך באשעפענישן אזוי קליין אז דער מענטשליך אויג קען זיי נישט זען; די צעל טעאריע (the cell theory), אז אלע לעבעדיגע זאכן אויף די וועלט זענען ביסודם צעלן (ערקלערט
דא); די גראוויטי טעאריע (the theory of gravity), אז אלע פיזישע זאכן צוען צו זאך אנדערע פיזישע זאכן אין פראפארץ צום אייגענער מאסע; טעאריע פון רעלאטיוויטעט (theory of relativity), ווערט ערקלערט דורך פשוט-קאמפליצירט און קול דודי
דא.
אנדערש ווי סתם א טעאריע, איז א וויסנשאפטליכער טעאריע עפעס וואס מוז זיין: א. דער פשוט'סטער הסבר אויף דעם פענאנעמען וועלכער עס ערקלערט, און, ב. עס דארף קענען ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט. אויב קען עס נישט ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט אדער עס איז דא נאך א פשוט'ערער הסבר פון דעם, איז עס נישט קיין גילטיגער טעאריע.
Re: ווערטער בוך
יידלישוב'ניק:
קעגנזאץ: לויט וויינרייך, קען קעגנזאץ גענוצט ווערן סיי אויף א סתירה, און סיי אויף opposites (היפוכים).
סתירה: א סתירה איז ווען צוויי זאכן "צושטערן" איינער דעם צווייטען (מלשון סותר). ווען חיים זאגט יעצט איז 2 אזייגער און שלום זאגט יעצט איז 4, זענען זיי זיך סותר.
קאנטראסט: קאנטראסט איז געווענדליך וועל מען שטעלט צוזאם צוויי זאכן כדי צו ווייזן די חילוקים (אדער "קאנטראסט") צווישן זיי ביידע. דוגמא: שלום איז א ווילד קינד. אין קאנטראסט, איז חיים א רואיג קינד.
ווידעראנאנד: איז א פשוטער סתירה.
היפוך: איז לכאורה opposite, פונקט דאס פארקערטע. ווייס איז די היפוך פון שווארץ, טאג די היפוך פון נאכט.
פאראדאקס: א זאץ אדער א דערקלערונג וועלכער איז זיך סותר מרישא לסיפא. אין היימישער אידיש רופט מען דאס "א סתירה מיניה וביה". דוגמא פון א טיפישער פאראדאקס: "די זאץ איז שקר". אויב איז עס שקר, איז עס דאך אמת, און אז עס איז אמת, איז עס דאך שקר!
מען קען אויך נוצן:
אדרבא און פארקערט.
יידל,
זייער שיין צענומען די פארשידענע באדייטן. איך האב געהאט דעם איינדרוק אז דער ציל דא איז סינאנימען, נישט דווקא ווערטער מיט אידענטיטשע באדייטן.
אגב, דער זאץ "אין קאנטראסט, איז..." אויף אידיש וואלט געקלונגען בעסער: חיים, דאקעגן... אדער: אבער חיים... - אויך ווערט "אין קעגנזאץ" גענוצט אקוראט אזוי, ווי דו ביסט מסביר קאנטראסט (אבער נישט אין דעם קאנטעקסט, ווי געזאגט).
אדרבא און פארקערט זענען נישט קיין שמות עצם.
Re: ווערטער בוך
יידל וואס מיינט טאקע הערשט?
געוועלטיגט, רעגירט, איז מושל.
Re: ווערטער בוך
יידלטעאריע - האט צוויי באדייטן. איינס: א טיפע לערע, געדאנק אדער מיינונג וואס איז נישט אויפגעוויזען געווארן שוואץ אויף ווייס אז אזוי איז עס במציאות, נאר עס איז א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קען אזוי זיין, באגלייט מיט א שטארקע הסבר פארוואס עס איז מסתבר.
צוויי: אין װיסנשאפט (science), איז א טעאריע א ערקלערונג װאס איז געבױט אױף פיל פאקטן. דער טעאריע ערקלערט די אלע פאקטן. דוגמאות פון באקאנטע וויסנשאפטליכע טעאריעס: די גערם טעאריע (the germ theory of disease), אז קרענק ווערן פארשפרייט דורך באשעפענישן אזוי קליין אז דער מענטשליך אויג קען זיי נישט זען; די צעל טעאריע (the cell theory), אז אלע לעבעדיגע זאכן אויף די וועלט זענען ביסודם צעלן (ערקלערט
דא); די גראוויטי טעאריע (the theory of gravity), אז אלע פיזישע זאכן צוען צו זאך אנדערע פיזישע זאכן אין פראפארץ צום אייגענער מאסע; טעאריע פון רעלאטיוויטעט (theory of relativity), ווערט ערקלערט דורך פשוט-קאמפליצירט און קול דודי
דא.
אנדערש ווי סתם א טעאריע, איז א וויסנשאפטליכער טעאריע עפעס וואס מוז זיין: א. דער פשוט'סטער הסבר אויף דעם פענאנעמען וועלכער עס ערקלערט, און, ב. עס דארף קענען ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט. אויב קען עס נישט ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט אדער עס איז דא נאך א פשוט'ערער הסבר פון דעם, איז עס נישט קיין גילטיגער טעאריע.
אין דעם ערשטן, פילאזאפישן באדייט, בין איך נישט זיכער אז ס'מוז זיין א *טיפע* לערע, נאר ס'איז אבסטראקט, אין קעגנזאץ צו פראקטיק.
לגבי דעם וויסנשאפטליכן באדייט, ווערט דער באגריף באנוצט אויף א סברא וואס איז מער ווי סתם אן
אבסערוואציע, און ווייטער פון דעם שטאפל פון א
היפאטעזע, אבער נאכנישט גענוג פעסטגשעטעלט אויף צו ווערן קלאסיפיצירט ווי א וויסנשאפטליכע "
געזעץ".
Re: ווערטער בוך
ישובניק
יידל,
זייער שיין צענומען די פארשידענע באדייטן. איך האב געהאט דעם איינדרוק אז דער ציל דא איז סינאנימען, נישט דווקא ווערטער מיט אידענטיטשע באדייטן.
לעולם איז די אשכול אויך געווידמעט פאר סינאנימען, אבער די עיקר ציל פון דעם אשכול איז פאר די באדייטן אין דעפעניציעס פון די ווערטער און דערפאר ווען דו האסט געברענגט די סינאנימען, האב איך געוואלט אביסל צולייגן איבער די אינדיווידואלע מיינוגען פון איטליכער ווארט. אבער יעצט זע איך אז דו האסט שוין געעפנט א באזונדערער אשכול פאר סינאנימען, איז טאקע פאסיג אז די דאזיגע אשכול וועט דינען אלס ווערטער בוך, און די
סינאנימען אשכול - אלס ווערטער אוצר.
Re: ווערטער בוך
איך זוך עמיצער זאל ביטע ערקלערן דעם פונקטליכן אפטייטש פונעם ווארט "מלער"-"מלעריש" און אזוי אויך פונעם ווארט "אייפערזיכטיג"
א דאנק פון פאראויס
עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)
בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר
די לעצטע 2 ווייסעך נישט, בילכער מיינט לכאו' פארקערט, ביליגער (ווייניגער חשוב),
דער ווארט ווערט נאך גענוצט אין דער בלאט.
שמעקעדיגדי לעצטע 2 ווייסעך נישט, בילכער מיינט לכאו' פארקערט, ביליגער (ווייניגער חשוב),
דער ווארט ווערט נאך גענוצט אין דער בלאט.
בילכער איז טייטש preferred.
קרעמער1עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)
בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר
וויע איז די eye lashes, (לכאורה איז דאס סיי לשון רבים און יחיד, ממילא איז וויעס - מיט א ס' א טעות.)
וועדליג מיינט לפי זה, according, לפי האמור.
הוגה
וויע איז די eye lashes, (לכאורה איז דאס סיי לשון רבים און יחיד, ממילא איז וויעס - מיט א ס' א טעות.)
סיי "שלום עליכם" און סיי "באשעוויס" (און נאך וואס כ'געדענק נישט אויפן מאמענט) שרייבן וויעס אדער אויגן-וויעס.
איז דא א ווארט אין אידיש (און לה''ק) פאר agnostic?
קרעמער1איך זוך עמיצער זאל ביטע ערקלערן דעם פונקטליכן אפטייטש פונעם ווארט "מלער"-"מלעריש" און אזוי אויך פונעם ווארט "אייפערזיכטיג"
א דאנק פון פאראויס
איך ניץ מלעריש אויף "נישט געפערליך״
אייפערזיכטיג מיינט אין לה״ק קנאה.
לאָקאַטאָר = טענענט
ווינדע = עלעוועיטער
(מקור: יצחק באשעוויס)
וועלקאם בעק, ר' קרעמער דער ערשטער.
איך בין נישט זיכער דא איז די ריכטיגע אשכול, אויב נישט ביטע ווייזט אן דער ריכטיגע פאר אזעלכע שאלות.
וויאזוי זאגט מען א lake אויף יידיש?
גוגעל טרענסעליט טייטשט עס איבער צו; אזערע, אויף אידיש וויקיפידיע האבן זיי א בלאט פאר דעם.
נו, דאס האב איך אויך געזעהן, אבער איך האב קיינמאל געזעהן מ'זאל נוצען דער ווארט, איינער האט עס אמאל געהערט? איך וואלט שוין ענדערש געשריבען וואסער און שוין.
טייכל\טייך
@לעיקוואדיא לעיק אין אידיש זאגט מען אזערע וואס איז די חילוק? ביי ענגלישהאב איך געלערנט אז סאיז דא פינעף קאטאגאריעס פון איינגעזאמעלטע וואסער ווי אושע"ן, ס״י, לעי״ק, וכדו׳. און פינעף נעמען מיינט אז סאיז פינעף אנדערע סארטען.
און צו אנרופן וואסער און פארטיג״... ביזט נישט די ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם רעיון...
אזערע קען מען אויך נוצן אויף קלענערע וואסערן ווי צב"ש א pond אדער רעגן puddle. אויב דאס איז א substantial body of water, וואלט איך גענוצט די ווארט פאר river: טייך.
איך מיין אז טייך איז מיוחד פאר א נהר וואס לויפט.
פאר א טייכל איז דא נאך א ווארט 'קאלוזשע' אבער מ'נוצט עס זעלטן, סיידן למשל ביי 'א קאלוזשע פון בלוט' וועט מען עס יא נוצן.
אקעי איך זע אז מ׳מוז איבערגיין די פינעף קאטעגטריעס וואסערען און זייערע נעמען אין לה״ק, אידיש, און ענגליש, אי״ה עוד חזון למועד
יעצט וויל איך אויסשמועסן א נקודה-
כ׳האלט אז יעדע לה״ק ווארט וואס אונז נוץ מיר אין אידיש איז דא א אידישע ווארט אנשטאט, טאקע אומבאקאנט און עס קלינגט מער ווי פון א פרעמדע שפראך (ווי דייטש אדער פויליש) -אבער דאך איז עס א אידישע ווארט ווא מפלעגט אמאל נוצען
כ'האב מיך איינמאל באגעגענט אין א ביכעל וואס די שרייבער האט גענוצט אנשטאט "טעות" די ווארט ״אורטוהם״ סקוקט מיר אויס ווי סאיז א אידישע ווארט כאטשכהאב עס נישט געטראפען נאכעמאל אשיין ערגעץ
אדרבא זאל די עולם זיך לאזן הערן:
וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן 'גרייז'.
וויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
טעפלוויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
דאס איז עס יתום 'איז' אידיש. פאר סיבות האט אונזער מאמע לשון ענדערש געהאלטן דעם תנכ'ישן יתום וואס פינטלט גראד צום אבי יתומים און אלמנה ויתום לא תענון, און נישט איבערגענומען דעם דייטשן 'ווייז'. אזו איז דא פילע ווערטער ווי לבנה און צענדליקער אנדערע.
ישובניק:
סתירה און היפוך זענען ביידע לשון קודש (אראמיש) נישט אידיש בכלל. און ווי ווייט איך ווייס זענען זיי נישט און כלל פון די לשון קודש ווערטער וואס זענען אפיצעיל גענוצט אין אידיש.
מאראנצןזאפטוואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן 'גרייז'.
גערעכט אבער סקען זיין נאך ווערטער מיט איין באדייט און עס איז מסתבר ווייל די שרייבער האט עס גענוצט פאר א טאט ווארט.
טעפלוויאזוי זאגט מען יתום אין אידיש?
כ'ווייס נישט, אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז נישט דא, בלעטער אדורך צאינה וראינה אדער ענליכס, מעגליך אז זיי האבן א ווארט דערפאר.
איי וואס מאכט מיר טראכטן אזוי? ווייל איך האב מיר אנגעשטויסען אין לה"ק ווערטער וואס כ'האב געמיינט אז ס'איז נישט דא אין יודיש, ווי צב"ש לעצטענס האב איך געטראפען אן אלטע פארצייטישע ליד אויף אז ישיר, און וואס שטייט דארט אנשטאט מלאכים? ענזשיל.!!
ואני שמעתי ענגעל-באטן
"אורטוהם" איז געווען אן אנגענומענער יודיש ווארט. און אזוי אויך "נאכבאר" (שכן) און "מער" (ים). און נאך.
אבער לעצם הענין, בין איך נישט אזוי זיכער אז "קאמענטירער" איז גערעכט מיט זיין הנחה אז אויף "יעדע" לשה"ק ווארט איז פארהאן א יודישער איבערטייטשט.
מיר זוכן כסדר פאר אלטערנאטיוון אויף תלמוד'ישע ווערטער, און אפט בלייבט מען שטעקן.
און צוריקגעשמועסט, זנען פארהאן טייל יודישע לינגוויסטן, וואס טענה'ן בעצם, אז די דאזיגע ווערטער פון ארגינעל-פרעמדע-שפראכן וואס זענען שטארק אריין אין יודישן באנוץ, קענען ווערן גערעכנט ווי ריין יודיש. וויבאלד א שפראך ווערט געשאפן דורך מענטשן וואס רעדן איר.
מיט וואס זענען די לשה"ק ווערטער אנדערש ווי די ריין-דויטשע\אונגארישע\פוילישע ווערטער, וועלכע ווערן אפט גענוצט.
ווייל דאס ווייסטו גענוי דעם מקור, ווערט עס אויס יודיש?...
(אזא וויכוח האמיר געהאט איבער דאס ווארט "אקעי"... מ'קען זאגן פיין\גוט\ערלעדיגט, אבער עס האט נישט דעם "אקעי" באדייט און פראקטישקייט. און דאכט אז אפי' אין איזרעאל און אין אייראפע נוצט מען עס).
ווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש? כ'האב געטראכט קאלעגע אבער ס'יז נישט ריכטיג.
וויאזוי זאגט מען ׳בערך׳ אין אידיש; בארלייפיג אדער ביילייפיג? אויב מעגליך צייכנט צו א מקור.
איך וואלט געזאגט "אומגעפער".
ברסלבעראיך וואלט געזאגט "אומגעפער".
איך וואלט אויך גענוצט אומגעפער, אבער מיין שאלה איז לגבי די ווארט ׳בארלייפיג-ביילייפיג׳
בארלייפיג איז נישט א ווארט וואס איך האב געהערט.
עס איז פארהאן "פארלייפיג" אבער עס מיינט גאר עפעס אנדערש.
ביילייפיג און אומגעפער האט די זעלבע מיינונג.
שמעקעדיגבארלייפיג איז נישט א ווארט וואס איך האב געהערט.
עס איז פארהאן "פארלייפיג" אבער עס מיינט גאר עפעס אנדערש.
ביילייפיג און אומגעפער האט די זעלבע מיינונג.
עפעס א מקור וואו איך קען נאכקוקען?
ביי אונז אין חדר האב מען אויף מחבת געטייטש א פאַן אדער פלאַכע פאַן
ס'אבער גוט צו וויסן אז סע פארהאן נאך ווערטער וועלכע מען פלעגט נוצן אינעם אייראפעאישן יודיש
פּאַטעלניע וועלכע קומט פון פויליש און סקאָווראָדע פון רוסיש
(מקור: <a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/167732/frying-pan/">http://yiddish.forward.com/articles/167732/frying-pan/</a>)
גוגל טראנסלעיט גיבט אויף יודיש דעם רוסישן אפטייטש, נאר אביסל פארגרייזט אויף סקאָווערדע)
מאראנצןזאפטפאר א טייכל איז דא נאך א ווארט 'קאלוזשע' אבער מ'נוצט עס זעלטן, סיידן למשל ביי 'א קאלוזשע פון בלוט' וועט מען עס יא נוצן.
קאלוזשע איז פיל קלענער ווי א טייכל, כאטש טייכל קען מען אויך נוצן אנשטאט קאלוזשע
קאלוזשע איז אויך דווקא א בלאטיגע טייכל slough, mire, or puddle.
קרעמער1עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)
בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר
איך וויס נישט וואס אויבצואוואר מיינט, וועדליג (וועדלוג) מיינט לויט אים/זיינע according to, וועדליג די דאקטערס ראט, וועדליג דיינע מיטלען.