☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

163 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #410
בלאט: 1 2 3 4

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:29 pm

· #5223
איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
אינעם "קוואנטום פיזיקס" אשכול האב איך געשריבן אז די שוועריגקייט צו פארשטיין די סוגיא האט נישט אזוי ווייט מיט דערהערן דעם מושג, ווי מיט פועל'ן ביים מוח צו פארנעמען און באנעמען עפעס וואס זיינע דערפארונגען דערהייבן נישט. דאס זעלבע איז אמת מיט איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די מאטעמאטישע חשבונות זענען שווער צו פארשטיין (עכ"פ פאר מיר); די שקלא וטריא וואס האט געפירט איינשטיין אויפצוקומען מיט זיין טעאריע איז אויך נישט גרינג, און פאדערט א סך ידיעות אין סייענטיפישע טעמעס וואס זענען אונז פרעמד. דער עצם חידוש איז אבער נישט אזוי ווייט קאמפליצירט, ווי פרעמד פאר אונזערע השגות. איז, מיין איך, אז מען קען זי פארשטיין מיט נישט איבעריג א סך אנשטרענגונג, אויב האלט מען דעם מוח אפן צו א מעגליכקייט פון פארדייען יסודות'דיגע חידושים.

דאס ווארט רעלאטיוו מיינט ביחס. איך בין הויך רעלאטיוו צו אן 11-יעריג קינד. קארל, ווי איר קוקט אים אזוי אן, איז הויך און פעסטגעבויט. שטעלט אים אבער נעבן מיין פעטער פון אוסטראליע, א לאקש פון 6.7 פיס הויך מיט אקסלען און מוסקלען ווי שמשון הגיבור, וועט קארל, במחילת כבודו, אויסזען זייער דורכשניטליך. 60 די גראד איז זייער הייס פאר עמיצן וואס קומט סיביר, אבער אביסל קיל פאר עמיצן פון איינעם פון די הייסע אפריקאנישע לענדער. הויך און נידעריג, קאלט און הייס, ווי מערערע אנדערע זאכן זענען רעלאטיווע באגריפן; זייער משמעות איז תלוי אין - רעלאטיוו צו - נאך עפעס. דאס פארקערטע פון רעלאטיוו איז "אבסעלוט". א לעפל איז א לעפל, אפגעזען צי דער עסער איז שווארץ צי ווייס, הויך צי נידעריג, קאלט אדער הייס. אייזן איז אויך אייזן, פון סיי וועמענס פערספעקטיוו.

איינשטיינ'ס חידוש איז געווען אז צוויי זאכן אין דער טבע, וואס דער שכל און די וויסנשאפט ביז אים האבן באטראכט אלס אבסעלוט - דאס זעלבע פאר יעדן, אפגעזען פון פערספעקטיוו - זענען באמת בייגעוודיג, "פלאסטיש", פלעקסיבל: זיי קענען זיך טוישן, קנייטשן און בייגן. די דאזיגע צוויי זאכן זענען "זמן" און "מקום", צייט און ארט. "צייט" מיינט נישט דעם זייגער, טעג, און יארן, נאר דעם עצם געלויף פון יעצט ביז שפעטער; הוה צום עתיד. דער זייגער און קאלענדער זענען אזעלכע פאטענטן איינצושטעלן א סיסטעם אין תנועת הזמן, אז מענטשן זאלן זיך קענען פארשטיין. זיי קאנטראלירן אבער נישט דעם צייט-געלויף - א יסוד אין דער טבע וואס גייט פון זיך, אפילו ווען אלע זייגערס און קאלענדערס זאלן צעבראכן און פארברענט ווערן. כיוצא בו, מיט "מקום" מיינט דער פסוק חלל הפנוי, דאס עצם עקזיסטענץ פון "פלאץ", אין וואס מיר פונקציאנירן.

ביידע פון זיי, מקום און זמן, זענען אזוי יסודותדיג פאר דער בריאה, אז ס'איז נישט מעגליך זיך אויסצו'משל'ן די בריאה מיט זייער אפוועזנהייט. וואס הייסט דאס אז חלל, ליידיג פלאץ, פוסטקייט איז נישטא? וואס מיינט אז נישטא קיין פריער, יעצט און שפעטער? פרובירט זיך מצייר זיין אין געדאנק "גארנישט". אבער פארט, זיי זענען ברואים, וואס זענען אמאל, בטרם כל יציר נברא, נישט געווען. איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען עמיצער רעדט פון צייט אדער פלאץ, מוז מען באלד וויסן ביחס צו וואס. סתם צייט און ארט כשלעצמם איז דאס זעלבע ווי רעדן פון הויכקייט/נידעריגקייט און הייס/קאלט, אן צוגעבן ווער עס רעדט אדער צו וועמען מען רעדט.

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:35 pm

· #5224
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קודם א לייק געטאן סתם פארן עפענען די אשכול. יעצט גיי מיר לייענען.

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:38 pm

· #5226
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
זייער שיין! יעצט אז מיר פארשטייען שוין זיין עצם חידוש, וויל זיך פארשטיין וואס האט אים צוגעברענגט צו מחדש זיין אזא איפכא מסתברא'דיגען חידוש?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 18, 2012 3:42 pm

· #5266
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יידל
זייער שיין! יעצט אז מיר פארשטייען שוין זיין עצם חידוש, וויל זיך פארשטיין וואס האט אים צוגעברענגט צו מחדש זיין אזא איפכא מסתברא'דיגען חידוש?

קודם, א ווארט וועגן תנועה בכלל.

ווען א מענטש זיצט אויף א באן וואס לויפט מיט א שנעלקייט פון 30 מייל פער שעה, קען מען זאגן אז דער מענטש רירט זיך מיט דער זעלבער שנעלקייט, 30 מייל פער שעה. אויב דער מענטש זאל זיך אויפשטעלן און אנהייבן שפאנען אין דער באן, וועט דאס בילד שוין נישט זיין אזוי פשוט. לאמיר אננעמען אז די באן פארט אין דער ריכטונג פון מזרח צו מערב, און דער רייזנדער הייבט אן שפאנען אין דער פארקערטער ריכטונג, פון מערב צו מזרח, מיט א שנעלקייט פון 5 מייל פער שעה. ווי שנעל גייט דער מענטש? איז, וועט זיך ווענדן פון וועלכן פערספעקטיוו. עמיצער וואס שטייט אויף דער גאס אינדרויסן פון דער באן וועט זאגן אז דער רייזנדער רירט זיך ביי 25 מפ"ש; די באן פארט טאקע 30 מפ"ש, אבער דער מענטש שפאנט דאך אין דער פארקערטער ריכטונג ביי 5 מפ"ש. וועט דער דרויסנדיגער אים זען זיך רירן מיט א שנעלקייט פון 25 מפ"ש. (5 מייל ווערט דאך אראפגע'גנב'עט מיט'ן שפאציר אין דער פארקערטער ריכטונג.) דאס זעלבע פארקערט - אויב דער רייזנדער וועט שפאנען אין דער זעלבער ריכטונג ווי דער באנ'ס געלויף, פון מזרח צו מערב, ביי 5 מפ"ש, וועט דער דרויסנדער אים זען פליען 35 מפ"ש (די שנעלקייט פון באן-געלויף+דעם מענטש'ס גאנג).

דער רייזנדער זעלבסט וועט אין ביידע פעלער זיך אבער זען רירן מיט א שנעלקייט פון בלויז 5 מפ"ש. ער וועט דאך מעסטן זיין גיין רעלאטיוו צו דער באן. ווען ער זיצט אויף זיין פלאץ, זעט ער זיך נישט פליען ארום אין דער באן. במילא, ווען ער שטעלט זיך אויף און הייבט אן גיין, זעט ער זיך גיין נאר אזוי שנעל ווי זיין גאנג.

וועט אויסקומען אז ווען עמיצער פרעגט ווי שנעל דער שפאצירנדער מענטש רירט זיך, וועט דער פרעגער מוזן קלאר מאכן צי זיין קשיא איז ווי שנעל דער מענטש שפאצירט (דאס הייסט, ווי שנעל ער באוועגט זיך בשייכות צו דער באן), אדער ווי שנעל דער מענטש רירט זיך למעשה (זיין באוועגונג רעלאטיוו צו דער ערד אינדרויסן פון באן).

למעשה, די ערד אליין דרייט זיך כסדר (1070 מייל פער שעה). אזוי האבן מיר דאך טאג און נאכט. איז, האבן מיר פאר זיך דריטע היכא תמצא אין דער פראגע פון ווי שנעל דער שפאצירנדער רייזנדער באוועגט זיך. קיינער וועט נארמאלערווייז נישט שטעלן די פראגע, ווייל מיר זענען נישט געוואוינט צו טראכטן וועגן דער ערד'ס באוועגונג אין דעם קאנטעקסט. די פראגע איז אבער לעגיטים. אחוץ זיך דרייען ווי א דריידל, פארט די ערד ארום דער זון. דאס גיט אונז דאך דעם יאר מיט די סעזאנען. די ערד, זון און אלע פלאנעטן אלס גרופע באוועגן זיך אויך. און אזוי ווייטער און ווייטער.

במילא, איז נישט שייך צו באשטימען דעם ספּיד פון א ריקנדער זאך אן באשטימען פריער עפעס קעגן וואס די שנעלקייט ווערט אויסגע'חשבונ'ט. די וויסנשאפטליכע וועלט ביז איינשטיין האט געהאלטן אז ס'מוז זיין עפעס, וואס זיצט אויף איין פלאץ און רירט זיך נישט, אפגעזען פון וועלכן פערספעקטיוו מען קוקט די "זאך" אן. (די סיבה פארוואס ס'האט "געמוזט" אזוי זיין איז אויף דער רגע נישט נוגע. כ'וועל אפשר צוקומען דערצו שפעטער.) האט געהייסן אזוי: אמת אז תנועה איז בדרך כלל רעלאטיוו (צו דער ערד, באן, זון, סאלאר סיסטעם, מילקי וועי אא"וו); איז אבער פאראן איין אוניווערסאלע "רו-זאך", קעגן וועמען תנועה איז אבסעלוט. יענע זאך -- וואס מען האט א נאמען געגעבן ether -- באשטייט פון עפעס א דקות'דיגער סובסטאנץ וואס מען קען נישט זען, שפירן, הערן, אבער איז איבעראל אין דער אוניווערס. דער "איטהער" איז איבעראל, אין יעדער זאך. אזוי זיצט די דאזיגע "לופט" אומבאוועגליך לעולם ועד, און פון דעם איטהער פערספעקטיוו איז תנועה אן אבסעלוטע זאך.

אלעס האט געשטימט, ביז אן עקספערימענט האט איבערגעוויזן אז דער ether איז א דמיון. נישטא אזא זאך! אָן קיין איטהער ווערט אבער נולד א מוראדיגע קשיא, וואס האט צו טאן מיט דעם ספיד אוו לייט - דער שנעלקייט מיט וואס ליכט כוואליעס לויפן. איינשטיין האט געלעזט די פראבלעם -- און דא האט ער איבערגעקערט די אנגענומענע יסודות איבער מקום און זמן מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף.

(המשך יבוא, דורך מיר אדער אנדערע שטיבלניקעס.)

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:44 am

· #5422
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט

וואס האט געצוואונגען סייענס אויפצוקומען מיט דעם "איטהער", הגם קיינער האט אים נישט געזען אדער געוואוסט וואס ער איז? איז די סיבה, ווייל אין דער אילוסטראציע מיט דעם רייזנדן אין דער באן האבן מיר געזען אז די שנעלקייט מיט וואס א ריקנדע זאך פארט איז תמיד רעלאטיוו - עס ווענדט זיך פון וועלכן פערספעקטיוו. ס'איז אבער פאראן איין אויסנאם, איין בריאה וואס פליט שטענדיג מיט'ן זעלבן ספיד, אפגעזען פונעם מענטש/קוק-ווינקל וואס מעסט איר. די דאזיגע זאך איז ליכט. א ליכט-שטראל פליט אומגעהויער שנעל, 186,000 מייל פער סעקונדע. מיר זעען קיינמאל נישט א ליכט-שטראל אין עקשאן, ווייל אונזערע אויגן קענען נישט אויפכאפן אזעלכע דקות'דיגע שנעלקייטן. ווען עמיצער ריקט דעם סוויטש און צינדט אן א לעקטער, ווערט באלד ליכטיג. דאס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי; עס געדויערט א כהרף עין פונעם ריקן דעם סוויטש ביז די ליכט פונעם באולב קומט אן צו אונזערע אויגן.

צוריק צו אונזער באן. יעדע זאך וואס רירט זיך אין א פארנדער באן, וועט געזען ווערן זיך רירן מיט אן אנדערן ספיד צו עמיצן אינדרויסן פון דער באן ווי צו עמיצן אינעווייניג. אין אונזער משל האבן מיר גערעדט פון א שפאצירנדן מענטש. דאס זעלבע איז אבער אמת פאר יעדער זאך - קול, א געשאסענער קויל אא"וו. פאר עמיצן אינדרויסן וועט די שנעלקייט פון דער פליענדער זאך זיך ווענדן אין - רעלאטיוו צו - דער שנעלקייט און ריכטונג פון דער באן.

איין אויסנאם איז א ליכט שטראל. א שטראל וועט צו יעדן פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט. אז עמיצער אויף דער באן וועט אנצינדן א פלעשלייט, וועט דער שטראל פליען 186,000 מייל פער סעקונדע פון יעדנס פערספעקטיוו. אפילו די באן זאל פליען ביי א שנעלקייט פון 100,000 מייל פער סעקונדע, וועט עמיצער פון דרויסן זען דעם שטראל פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט ווי עמיצן אויף דער באן.

וויאזוי איז עס אבער מעגליך? איז דא איין איינציגער הסבר. והוא, אז דער ממוצע וואס טראגט א ליכט-שטראל איז עפעס וואס שטייט שטיל און רירט זיך קיינמאל נישט. דער דאזיגער ממוצע איז דין-דקות'דיג גענוג אז עס געפינט זיך איבעראל, אין אלעם, ארום אלעם - אזא סארט (בדרך משל ומליצה) ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין. דער ether שטייט שטיל און פארגליווערט אויף איין פלאץ, און וועגן דעם זעען מיר ליכט זיך אלעמאל טראגן מיט'ן זעלבן ספיד. דער "איטהער" איז די איינציגע זאך אין דער בריאה וואס רירט זיך נישט - ער איז אבסעלוט אומבאוועגליך - מצד יעדן: דער פארנדער באן, די מענטשן אינדרויסן, דער זיך-דרייענדער ערד, דעם פליענדן סאלאר סיסטעם אא"וו. דער איטהער איז, כלומר, די שינעס אויף וועלכע א ליכט שטראל פליט. היות דער איטהער שטייט שטיל פון יעדנס פערספעקטיוו, זעען מיר יעדע זאך וואס טראגט זיך אין אים אייביג פליען מיט'ן זעלבן ספיד.

אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דער שנעלקייט פון ליכט - אויסער איין זאך, דער איטהער. ער איז אבסעלוט; יעדער איז מסכים און יעדער באשטייט אז ער זיצט שטיל. במילא, קומט אויס אז עפעס וואס טראגט זיך דירעקט דורך אים, האט אן אבסעלוטער ספיד. ליכט-שטראלן, האט די השערה געזאגט, איז די איינציגע זאך וואס לויפט דירעקט אויפ'ן איטהער (אין קאנטראסט צו א מענטש, וואס גיין אין דער באן; קול, וואס טראגט זיך דורך דער לופט אא"וו).

עס זענען נישט געווען קיין שום קאנקרעטע באווייזן אז דער איטהער עקזיסטירט. קיינער האט אפילו נישט געוואוסט וואס ער איז, פון וואס ער איז געמאכט. ס'איז נאר געווען דער איינציגער אויסוועג פון דער פראבלעם מיט דעם ספיד פון ליכט, אז זי זאל נישט קענען זיך אויסלאכן פון די חוקי הטבע און איגנארירן דעם כלל אז תנועה איז רעלאטיוו.

אין 1887 האבן צוויי סייענטיסטן דורכגעפירט אן עקספערימענט, וועמענס רעזולטאטן האבן געוויזן אז דער איטהער עקזיסטירט נישט. דער עקספערימענט גופא, די michelson morley experiment, איז טעקניקל און פעלט נישט אויס לעצם הענין. אבער ס'איז געווען קלאר ווי דער טאג אז ס'איז נישט פאראן אזא זאך ווי אן איטהער. אן קיין איהער ווערט דאך אבער צוריק שווער: וואס איז פשט אז ליכט איגנארירט דעם "פאקט", אז תנועה איז רעלאטיוו?

האט איינשטיין מחדש געווען אז די תנועה פון ליכט אז טאקע אבסעלוט. יא, יעדע זאך באוועגט זיך טאקע רעלאטיוו צו עפעס; איז אבער ליכט א יוצא מן הכלל. זי פליט די זעלבע פאר יעדן, אפגעזען צי א ליכט-שטראל געפינט זיך אויף א פארנדער באן, אויף דער ערד, אדער סיי וואו.

דאס ברענגט אבער אויף א פראבלעם. ווייל עס זאגט אין אנדערע ווערטער, אז עס איז פאראן עפעס א בריאה וואס פייפט אן די טבע. דער פאקט איז דאך אז תנועה איז רעלאטיוו - אייביג, יעדער. פריער האבן מיר געוואלט איינזעצן פשט אז ליכט-תנועה איז אויך רעלאטיוו, און מיר האבן פאר דעם צוועק באשאפן עפעס וואס איז אייביג פארגליווערט, און אז ליכט רירט זיך רעלאטיוו צו אט יענער לעולם-ועד'דיגער שטייענדער זאך. אויב איז אבער קיין איטהער נישטא, דארפן מיר דאך אויף עפעס אן אופן פארענטפערן דעם מה נשתנה תנועת האור מכל התנועות.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:58 pm

· #5510
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
[ציטאט אראפגענומען]

הא! (לאל בלע"ז). דאס איז דאך די זאך. אז מ'לעבט אין א צעמישטער, איכפא-מסתבראדיגער וועלט, איז די איינציגע עצה צו עדזשאסטן דעם מוח אקארדינגלי. וואס יא, פון קוואנטום-פיזיקס/רעלאטיוויטעט פאלט מען גראד אריין אין פאעזיע, וואו די איינציגע שכלדיגע, מסודרדיגע זאכן זענען דווקא אומ'שכל און אומלאגיק. לייען, ברודער, לייען. נאך אביסל וועלן מיר שמועסן אויפ'ן לשון הנביא: א דאנק דיר, אה, ישראל. דיין "לייק" איז מיר געווען ווי באלזאם אויף דער נשמה...

קול דודי » זונטאג אפריל 22, 2012 3:51 am

· #6447
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פ״ק, געוואלד געשריגן, ס׳איז אופכא מסתברא. קיינעם פאר איינשטיין איז געקומען איז נישט איינגעפאלן אז ליכטיקייט גייט מיט אן אבסאלוט שנעלקייט: ווייל אויב יא פרעגט דאס קשיות אויפן איטהער! די מייקלסון-מארלי עקספערימעמט האט געוויזן אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל און אלע דירעקשנס, וואס דאס טאקע גופא האט געפרעגט א קשיא אויפן איטהער; דער איטהער איז נישט געווען א תירוץ אויף דעם! (כאטש אפילו צום סוף איז מען יא אויפגעקומען מיט א תירוץ.)

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 10:04 am

· #6467
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי
פ״ק, געוואלד געשריגן, ס׳איז אופכא מסתברא. קיינעם פאר איינשטיין איז געקומען איז נישט איינגעפאלן אז ליכטיקייט גייט מיט אן אבסאלוט שנעלקייט: ווייל אויב יא פרעגט דאס קשיות אויפן איטהער! די מייקלסון-מארלי עקספערימעמט האט געוויזן אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל און אלע דירעקשנס, וואס דאס טאקע גופא האט געפרעגט א קשיא אויפן איטהער; דער איטהער איז נישט געווען א תירוץ אויף דעם! (כאטש אפילו צום סוף איז מען יא אויפגעקומען מיט א תירוץ.)

יא, איך מיין אז קול דודי איז גערעכט און דאס אז ליכטיגקייט האט אן אבסאלוטער שנעלקייט האט די מייקסאן מארלי עקספערימענט אויפגעוויזן.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:37 pm

· #6797
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
איך מיין אויך אז קול דודי איז גערעכט. איך האב געמיינט צו זאגן אז די שנעלקייט פון ליכט-געלויף "קומט אונז פאָר" ווי אבסעלוט. דאס איז דאך נישט קיין סייענטיפישער ארטיקל. איך פרואוו מסביר זיין די זאכן אויף מאמע לשון.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:21 am

· #7443
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
איר שרייבט אביסל קאמפליצירט, איך מיין אויף מאמע לשון קען מען מסביר זיין איינשטיינס רעלאטיוועטעט אביסל אנדערש: וואס איז צייט? צייט עקזיסטירט נישט. ווען איר קוקט אויפן זייגער און עס האט זיך גערוקט ווייסט איר עס איז אדורך צייט. א גראזל איז אן אינטש היינט אין א חודש איז זי צוויי; אט איז אדורך צייט.
צייט איז א בייאלאגישער פראצודור ווען זאכן עלטערן זיך. קוקט גוט אן דעם בר מצוה בחורל קומט צוריק ביי זיין חתונה, צייט לויפט הא?

איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען א זאך רוקט זיך איז דער בייאלאגישער צייט זייגער שטייטער, דאס הייסט צייט איז נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו. דאס איז מיט דער צייט, און היינט מיט קאמפיוטערס אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט חאטש מיט די פליישיקע אויגן איז אוממעגליך צו זען אז איר בלייבט עטוואס אינגער ווען איר פארט אויף א באן אדער עראפלאן איז עס דאך א פאקט. איינשטיין האט אויסגערעכנט אז ווען זאכן לויפן ביים שנעלקייט פון ליכט, וואס איז לויט איינשטיין די שנעלסטע לויפענדע זאך אין די בריאה, בלייבט דער בייאלאגישער זייגער שטיין דאס הייסט זאכן עלטערן זיך נישט, צייט בלייבט שטיין!

א באקאנטע משל האט איינשטיין פארגעלייגט: א צווילינג ברודער ביידע 13 יאר אלט, איינער נעמט א רייזע מיט א ראקעט וואס פליט מיט שנעלקייט פון ליכט, ווען ער קומט צוריק נאך א וויילע צום ערד קוגל, טרעפט ער דעם צווילינג ברודער אן אלטער איד מיט א ווייסע בארד אבער ער איז פארבליבן א 13 יעריקער בחורל.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:24 am

· #7486
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
בן תמליון
איר שרייבט אביסל קאמפליצירט, איך מיין אויף מאמע לשון קען מען מסביר זיין איינשטיינס רעאטיוועטעט אביסל אנדערש: וואס איז צייט? צייט עקזיסטירט נישט. ווען איר קוקט אויפן זייגער און עס האט זיך גערוקט ווייסט איר עס איז אדורך צייט. א גראזל איז אן אינטש היינט אין א חודש איז זי צוויי; אט איז אדורך צייט.

אדרבא, ווייז מיר ביטע אן וואו כ'האב זיך נישט גוט מסביר געווען.

ביאלאגישע צייט איז א חלק אין צייט בכלל. ווען צייט לויפט שטאטער, מיינט עס דעם עצם געלויף פון הוה צום עתיד.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:58 am

· #7506
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
ניין איר האט פיין מסביר געווען אביסל לאנג און טיף פארן עמך איד כ'האב געטראכט אביסל קערצער און אנדערש וועלן אנדערע בעסער חאפן. יישר חילך פאר דיין ארבעט זיי ממשיך להגדיל הדעת ולהאדירה.

נקודה » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:36 am

· #8773
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
די שמועס פון איינשטיינס טעאריע דערמאנט מיר פון אן ארטיקל וואס איך האב געליינט פון א יודישען סייענטיסט א שותו"מ, אז עס איז דא א מעגליכגייט צו זאגען אז די דאזיגע איינשטיינס טעאריע פארענטפערט די סתירה צווישען תורה און להבדיל סייענס איבער ווי אלט די וועלט איז,

ער פרובירט צו ברענגען דקדוק ראיות פון די תורה אז די ערשטע 6 טעג פון די וועלט באשאף איז א טאג נישט געווען 24, די זון האט זיך און די מזלות האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף זייער באשטימטע שנעלקייט הערשט נאך די ששת ימי בראשית איז במילא האט א טאג געקענט זיין פיל פיל לענגער אבער און זעלבע צייט האט די אטאמישע זייגער יא געקלאפט ווי גיהעריג אין דאס גיט אונז זאכן וואס זענען אלט צענדליגע טויזענט יאר,

איך האב געליינט די ארטיקעל שוין א היפשע צייט צוריק במילא דענק איך עס נאר זייער אויבערפלעכליך, ואתכם הסליחה.

אגב איז אינטערסטאנט אנצומערקען אז די קארבאן טעסטינג (co/14) טעקניק קען נישט אנגעבען מער ווי בערך 60,000 יאר אלס העכער די יארגאנג (ביליאנען!) זענען פיסטע השערות אן קיין שום הארטע סייענטיפישע רעכענונגען

אזוי אויך איז די יארגאק סתירה נישט באמת קיין "סתירה" נאר מר כדאית ליה ומר כדאית ליה דאס הייסט אז טאמער נעמט מען אן אז די וועלט איז 6000 יאר איז עס נאר צוליעב וואס עס שטייט אזוי און די תורה און דאן נעמט מען אויך אן די געשיכטע פון די מבול וואס שטייט און די זעלבע תורה וואס האט געהאט א דירעקטע עפעקט אויף די קארבאן רעטיא (עכ"מ), די נישט גלויביגע קלייבן נישט נישט אין דעם און נישט אין דעים

באמת איז דאס אן אשכול פאר זיך און איך בין סתם אזוי פארקראכען

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:51 am

· #8835
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
[ציטאט אראפגענומען]

שראודער איז פיינע נייעס. אין דער לעקציע שטעלט ער אוועק א יסוד אז דער וועלט'ס עלטער און די זעקס-טויזנט יאר וואס קומט אויס פון דער תורה זענען ביידע אמת, נאר פון צוויי פערספעקטיווען. דער חידוש מיט זיין אויפטו איז אז אנדערש ווי געווענליך ווען מען פרובירט פארענטפערן וויאזוי די צוויי זאלן קענען שטימען, ווייזט שראודער אויף אז לויט סייענס מוזן ביידע זיין אמת.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:00 pm

· #8837
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
[ציטאט אראפגענומען]

יישר. איך דארף פריער ענדיגן דעם המשך אין מיין קאפ. אזוי איז עס גרינגער איבערצוגיסן אויפ'ן קיבארד.

אינדערצווישן, פארוואס זענען די אנדערע מיטגלידער שטיל? מיר האבן דאך ניקס וואס קענען די נושא. אייכם?

קול דודי » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:09 pm

· #8846
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
[ציטאט אראפגענומען]

יא, מן הסתם דגעראלד שראודער. דער פראבלעם איז נאר אז שראודער איז נישט קיין פיזיקער און פארשטייט ניטאמאל דזענעראל רעלאטיוויטי איבער וואס ער רעדט! און אויב ווילסטו נישט גלייבן "קול דודי" פון קאווע שטיבל איבער דעם, אט דא האסטו וואס בערי סיימאן, א שתו"מ און א ריכטיגע אנגעזעענער פיזיקער (נישט נאר אין אש התורה) האט צי זאגן (גענומען פון דעם לינק):

Dr. Schroder is not a physicist. Despite claims that I’ve seen (never from him though!) that he was physics professor at MIT, what I’ve been able to determine is that he got a PhD in geology working on studying natural sources of radon as a source of radiation damage. His project was jointly sponsored by the radiation lab in the physics department at MIT and his first postdoctoral position was as a member of technical staff in the physics department. His writings that touch on general relativity show that he doesn’t understand the basics of that subject. I’ve no reason to believe he has any serious training in QM. He has only two published papers in the scientific literature, both on Radon concentration. (I only know so much because I am asked about him so often).

יואליש » מאנטאג אפריל 30, 2012 3:14 pm

· #8882

קול דודי, כ'פארשטיי אז ס'איז פרוסטירעטינג צו רעדן צו א ציבור וואס איז נישט טרענירט אין די בעסיקס, אבער איז מעגליך ארויסצוהייבן לעכער אין שראודער'ס הייפעטעסיס?

קול דודי דופק פתחי לי אחותי יונתי תמתי.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:15 pm

· #8915
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
האט איינשטיין מחדש געווען אז די תנועה פון ליכט אז טאקע אבסעלוט. יא, יעדע זאך באוועגט זיך טאקע רעלאטיוו צו עפעס; איז אבער ליכט א יוצא מן הכלל. זי פליט די זעלבע פאר יעדן, אפגעזען צי א ליכט-שטראל געפינט זיך אויף א פארנדער באן, אויף דער ערד, אדער סיי וואו.
דאס ברענגט אבער אויף א פראבלעם. ווייל עס זאגט אין אנדערע ווערטער, אז עס איז פאראן עפעס א בריאה וואס פייפט אן די טבע. דער פאקט איז דאך אז תנועה איז רעלאטיוו - אייביג, יעדער. פריער האבן מיר געוואלט איינזעצן פשט אז ליכט-תנועה איז אויך רעלאטיוו, און מיר האבן פאר דעם צוועק באשאפן עפעס וואס איז אייביג פארגליווערט, און אז ליכט רירט זיך רעלאטיוו צו אט יענער לעולם-ועד'דיגער שטייענדער זאך. אויב איז אבער קיין איטהער נישטא, דארפן מיר דאך אויף עפעס אן אופן פארענטפערן דעם מה נשתנה תנועת האור מכל התנועות.

מיר ווייסן שוין צוויי זאכן: איינס, אז תנועה איז אייביג רעלאטיוו; ס'איז א יסוד אין דער טבע. די צווייטע זאך איז: ליכט לויפט אייביג מיט דער זעלבער שנעלקייט. די צוויי זאכן זענען זיך אבער סותר. ליכט איגנארירט דאך די תנועה-רעלאטיוויטעטס-כלל. דאס האט געברענגט איינשטיין צו טראכטן אז עס מוז זיין אז עפעס אנדערש טוישט זיך; אן אנדערער פרט אין ליכט-ספיד בייט זיך.

ווען איך זאג אז "איך בין געפארן 60 מייל פער שעה", איז דער זאץ באמת א קיצור פון: מיין קאר האט געדעקט 60 מייל אין לויף פון איין שעה. אויב איך זאל זאגן: "איך בין געפארן 60 מייל", אדער: "איך בין געפארן במשך א שעה", ווייסט דער צוהערער נאכנישט ווי שנעל איך בין געפארן. אינעם ערשטן פאל ווייסט ער וויפיל שטח כ'האב געדעקט; אינעם צווייטן - ווי לאנג כ'בין געפארן. אבער צו וויסן ווי שנעל איך האב זיך גערירט, מוז ער וויסן ביידע פרטים: 1. דעם שטח וואס כ'האב מיט מיין טריפ געדעקט, און 2. די צייט ווי לאנג ס'האט געדויערט.

איז איינשטיין אויפגעקומען מיט א געדאנק. אויב זע איך ליכט פליען מיט אן אבסעלוטער שנעלקייט און עס רעכנט זיך נישט מיט'ן כלל אז תנועה איז רעלאטיוו, מוז זיין אז די אנדערע פאקטארן פון ספיד ווערן אפעקטירט. ליכט פליט טאקע 186,000 מייל פער סעקונדע. אבער דער שטח וואס עס דעקט און די צייט ווי לאנג די נסיעה דויערט -- דאס טוישט זיך יא. שטח שרינקט און צייט ציט זיך אויס.

זיין מסקנא אין תמצית איז געווען אז תנועה אפעקטירט מקום און זמן. ווי שנעלער די תנועה, אלץ איינגעשרינקענער דער מקום און אלץ אויסגעצויגענער די צייט.

נקודה » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:19 pm

· #8966
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יעצט גיענדיגט אויסהערן זיין גאנצע לעקציע פון א שעה צייט, ער איז גיוואלדיג!
בד"וו זיין פראזע "order nerve arises from disorder by random"
האט ער געבארגט דאכט זיך פון פונעם הייליגען מהר"ל איך וועל פרובירען צו טרעפען די מראה מקום

קול דודי » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:57 pm

· #9049
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יואליש
קול דודי, כ'פארשטיי אז ס'איז פרוסטירעטינג צו רעדן צו א ציבור וואס איז נישט טרענירט אין די בעסיקס, אבער איז מעגליך ארויסצוהייבן לעכער אין שראודער'ס הייפעטעסיס?

נישט מעגליך ר' יואליש, ווייל מ'דארף אנהויבן פונ'ם אלף, אין איך קען דאס נישט טון בכתב. איך טראכט אז אויב ס'דא אן אינטערעסע קען מען אפשר אראנדזירן א שיעור בעל פה, דורך סקייפ אדער ענליכעס. אבער אפילו אין אזא שיעור וועט נעמען א לאנגע צייט ביז מען קומט אן צי רעלאטיוויטי.

יואליש » דינסטאג מאי 1, 2012 11:28 am

· #9127

ועוד חזון למועד. אבער כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער אז דו פארשטייסט וואס שראודער זאגט און די קענסט עס ארויסהייבן די לעכער דערין. גערעכט?

קול דודי » דינסטאג מאי 1, 2012 1:35 pm

· #9159
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יואליש
אבער כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער אז דו פארשטייסט וואס שראודער זאגט און די קענסט עס ארויסהייבן די לעכער דערין. גערעכט?

יא. בעסער געזאגט: איך פארשטיי נישט וואס שראדער זאגט ווייל וואס ער זאגט מאכט נישט קיין סענס. שראדער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, ווי אויבן דערמאנט בשם דר. שמעון ב. ס'איז איין גרויסן לאך.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג מאי 1, 2012 1:42 pm

· #9165
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי
יא. בעסער געזאגט: איך פארשטיי נישט וואס שראדער זאגט ווייל וואס ער זאגט מאכט נישט קיין סענס. שראדער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, ווי אויבן דערמאנט בשם דר. שמעון ב. ס'איז איין גרויסן לאך.

די לעקציע צו וועלכער איך האב געלינקט איז באזירט אויף רעלאטיוויטעט?

קול דודי » דינסטאג מאי 1, 2012 2:00 pm

· #9172
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
קול דודי
יא. בעסער געזאגט: איך פארשטיי נישט וואס שראדער זאגט ווייל וואס ער זאגט מאכט נישט קיין סענס. שראדער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, ווי אויבן דערמאנט בשם דר. שמעון ב. ס'איז איין גרויסן לאך.

די לעקציע צו וועלכער איך האב געלינקט איז באזירט אויף רעלאטיוויטעט?

יא.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג מאי 1, 2012 2:26 pm

· #9183
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי
פשוט-קאמפליצירט
קול דודי
יא. בעסער געזאגט: איך פארשטיי נישט וואס שראדער זאגט ווייל וואס ער זאגט מאכט נישט קיין סענס. שראדער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, ווי אויבן דערמאנט בשם דר. שמעון ב. ס'איז איין גרויסן לאך.

די לעקציע צו וועלכער איך האב געלינקט איז באזירט אויף רעלאטיוויטעט?

יא.

אויב איך געדענק גוט, איז די לעקציע באזירט אויף דער הנחה אז דער אוניווערס עקספאנסירט, וואס מיינט אז דער פאבריק פון מקום-זמן האלט אין איין צעבלאזן ווערן. דאס זאגט אז זמן ווערט אויסגעצויגן. זמן-מקום פון א קאסמישן פערספעקטיוו ציט זיך אויס. איז זיין מסקנא, אז דער זעלבער סכום פון מקום-זמן איז סך גרעסער ווען געזען פונעם דא-יעצט אויף צוריק, ווי ווען געזען פון דארט-דעמאלט אויף פאראויס.

דאס אז דער אוניווערס עקספאנסירט איז איינע פון די תוצאות פון רעלאטיוויטעט (אויך, אגב, לאו דווקא -- איינשטיין האט דאך אריינגעשטעלט דעם קאסמאלאגישן קאנסטענט). מען דארף נישט זיין קיין פיזיציסט דאס צו פארשטיין. איך דארף נישט קיין פיזיציסט זאל מיר עס מסביר זיין. אגב, האט שראודער א דעגרי אין נוקלעאר פיזיקס אויך.

קול דודי » דינסטאג מאי 1, 2012 2:58 pm

· #9200
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
מען דארף נישט זיין קיין פיזיציסט דאס צו פארשטיין.

אמת.
פשוט-קאמפליצירט
איך דארף נישט קיין פיזיציסט זאל מיר עס מסביר זיין.

קלאר אז די דארפסט דאס יא.
פשוט-קאמפליצירט
אגב, האט שראודער א דעגרי אין נוקלעאר פיזיקס אויך.

PhD Earth Sciences and Physics, M.I.T
דאס איז פיזיקס צו פארשטיין ערד סייענסעס, נישט דזענעראל פיזיקס.
<a class="postlink" href="http://geraldschroeder.com/About.aspx">http://geraldschroeder.com/About.aspx</a>

קול דודי » דינסטאג מאי 1, 2012 3:17 pm

· #9202
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
אויב איך געדענק גוט, איז די לעקציע באזירט אויף דער הנחה אז דער אוניווערס עקספאנסירט, וואס מיינט אז דער פאבריק פון מקום-זמן האלט אין איין צעבלאזן ווערן. דאס זאגט אז זמן ווערט אויסגעצויגן

ניין, עס זאגט נישט דאס בכלל! אבער ווי כ'האב שוין געשריבן, האב איך נישט קיין כוח צו פארעכטן יעדע איינציגע פון דיינע טעותים. איך זאג עס דא כדי מ'זאל נישט זאגן מדשתקי רבנן. ועל הכלל כולו יצא.

שרגא » דינסטאג מאי 1, 2012 11:50 pm

· #9301

כ'פארשטיי אז עס איז נישט אנגענומען אזוי (אפילו עס זענען קלאר דא וואס האלטן יא אזוי), אבער אפשר ביסטו טאקע מסביר וויאזוי ארבעט דאס אז בשעת צייט ווערט באטראכט ווי א פערטע דימענסיע פון א פאראייניגטע ספעיס-טיים און מ'באהאנדלט עס ווי איינס, דאך ווען עס קומט צום גרעסערן בילד פון אן אוניווערס וואס עקספאנסירט ווערן צייט און ספעיס באטראכט באזונדער. אויב מען רעדט פון אן אלץ-פארשנעלערטן אויסברייטערנדן דריי-ספעיס'יגן אוניווערס, אבער נישט צייט זעלבסט, איז פשט אז מען טוט דאס מעסטן קעגן א מעסטונג פון קאנסטענט טיים, אבער פארוואס?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 2, 2012 4:29 pm

· #9397
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
איז איינשטיין אויפגעקומען מיט א געדאנק. אויב זע איך ליכט פליען מיט אן אבסעלוטער שנעלקייט און עס רעכנט זיך נישט מיט'ן כלל אז תנועה איז רעלאטיוו, מוז זיין אז די אנדערע פאקטארן פון ספיד ווערן אפעקטירט. ליכט פליט טאקע 186,000 מייל פער סעקונדע. אבער דער שטח וואס עס דעקט און די צייט ווי לאנג די נסיעה דויערט -- דאס טוישט זיך יא. שטח שרינקט און צייט ציט זיך אויס.
זיין מסקנא אין תמצית איז געווען אז תנועה אפעקטירט מקום און זמן. ווי שנעלער די תנועה, אלץ איינגעשרינקענער דער מקום און אלץ אויסגעצויגענער די צייט.

פאראן א פאפולערער געדאנק וואס ווערט געניצט צו אילוסטרירן די צייט-רעלאטיוויטעט, וואס קומט ארויס פון איינשטיינ'ס טעאריע. לאמיר זיך פארשטעלן אז אין פארנדער באן איז אויסגעשטאט געווארן מיט א מאשין וואס באשטייט פון א פלעשלייט, שפיגל, און סענסאר. דער אויסשטעל וועט זיין ווי אין בייגעלייגטן בילד. דער פלעשלייט שיסט ארויס איין "שטיקל" ליכט. דאס שטיקל ליכט (Photon) פליט ארויף, קלאפט זיך אן אינעם שפיגל אויבן, וואס קלאפט עס אפ אויף צוריק, און עס פליט אראפ און ווערט אויפגעכאפט דורכ'ן סענסאר.

די לינקע זייט פונעם בילד ווייזט וויאזוי די שפיל זעט אויס פאר עמיצן וואס זיצט אין דער באן. די רעכטע זייט ווייזט וויאזוי עמיצער וואס שטייט אויף איין פלאץ אינדרויסן פון באן וועט עס זען.

די סיבה פארוואס די צוויי זעען עס אנדערש איז פשוט און מ'קען זיך דאס גרינג פארשטעלן אין מוח. עס געדויערט צייט פון ווען דאס ליכט פליט ארויף, ביז עס קומט אן צום שפיגל און צוריק אראפ. דורכאויס דער צייט, פארט די באן דאך ווייטער. קומט אויס, אז ווען דאס ליכט שטויסט זיך אן אינעם שפיגל, איז דער שפיגל שוין נישט פונקט קעגנאיבער דעם פלאץ וואו דער פלעשלייט איז געווען ביים ארויסשיסן דאס ליכט. אין אנדערע ווערטער: דאס ליכט פליט נישט אין קיין גלייכער ליניע, נאר עטוואס שיף. דער באן-רייזנדער זעט עס נישט אזוי, ווייל ער פארט מיט מיט דעם ליכט און מיט דער גאנצער "שפיל"; ער אליין איז עפעס ווי מיטגעפארן מיט דער שיפער ליניע.

אינעם פאל מיט דער רעכטער זייט פון בילד, דעקט דאס ליכט א גרעסערע שטרעקע ווי אין דער לינקער. דאס איז דאך פשוט און מען זעט עס גראד פון צושטעלן די צוויי בילדער. יעצט, אויב די תנועה פון ליכט איז רעלאטיוו, ווי יעדער אנדערער פארעם פון תנועה, איז גארנישט שווער, ווייל דאס געלויף פונעם ליכט איז אנדערש פאר'ן דרויסנדן ווי פאר'ן רייזנדן. אויב די תנועה פון ליכט איז אבסעלוט, איז דא א פראבלעם. פונעם דרויסנדיגנס פערספעקטיוו, דעקט די ליכט א גרעסערן שטח ווי פונעם רייזנדן. מער שטח מוז דאך געדויערן מער צייט! וויאזוי, אויב אזוי, איז מעגליך צו זאגן אז ליכט-תנועה איז פאר יעדן גלייך?

איז איינשטיינ'ס תירוץ אז פאר'ן פארנדן לויפט די צייט פאמעליכער ווי פאר'ן שטייענדיגן. א סעקונדע אין תנועה געדויערט לענגער ווי א סעקונדע שטייענדיג אויף איין פלאץ.
📎 lightclock.jpg

קול דודי » מיטוואך מאי 2, 2012 8:30 pm

· #9449
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
שרגא
אבער אפשר ביסטו טאקע מסביר וויאזוי ארבעט דאס אז בשעת צייט ווערט באטראכט ווי א פערטע דימענסיע פון א פאראייניגטע ספעיס-טיים און מ'באהאנדלט עס ווי איינס, דאך ווען עס קומט צום גרעסערן בילד פון אן אוניווערס וואס עקספאנסירט ווערן צייט און ספעיס באטראכט באזונדער

ס'איז שווער מסביר זיין, ווייל עס קומט פאר ווי די קשיא "אז מקום און זמן זענען איינס, פארוואס איז נישט זמן רינדעכיג?" און דער תירוץ איז אז דאס אז זמן איז א פערדע דימענסיע מיינט בכלל נישט אז זמן ווערט "גרעסער" אויב מקום ווערט גרעסער אין ס'מיינט נישט אז זמן ווערט רינדעכיג אויב מקום ווערט רונדעכיג. וואס מיינט עס יא? דאס איז א קשיא פאר הלל הזקן צו ענטפערן על רגל אחת. ליידער האב איך נישט די מדות פון הלל הזקן.

וואס איך קען פארשלאגן איז אז מ'זאל קוקן דא, ווי עס ווערט היבש גוט אראפגעברענגט. איך בין גרייט מסביר צו זיין אלעס וואס די פארשטייסט נישט דארט, אבער אויף ענגליש. פארבינד זיך מיט מיר.

שרגא » מיטוואך מאי 2, 2012 8:55 pm

· #9459

נאכאמאל, איך פארשטיי אז עס איז א פערטע דיימענשאן, סאו עס איז נישט קיין קשיא פארוואס זמן איז נישט רונדיג. אבער מיין פראגע איז אויב די עקספענשאן לויפט אזוי שנעל (מעגליך אפילו ווי די ספיד אף לייט; דאכט זיך מען ווייסט דאס נאכנישט קלאר, ריכטיג?) און עס "עקסעלערעיט", יעצט וויאזוי מעסט מען אזא עקסעלערעישאן קעגן א קאנסטענט צייט? ווען מקום ווערט גרעסער און עקסעלערעיט אויף אזא משונה'דיגע ספיד, ווערט די רעלאטיווע זמן גארנישט אנדערש? דאס הייסט מען זאגט די דריי ספעיס דימענשאנס לויפן אזוי שנעל, אבער מ'רעכנט דאס קעגן די פערטע זמן דימענסיע?
איך פארשטיי ס'אזוי, נאר כ'פרעג פארוואס. אויב ביסט אין דער גוסטע פון שמאי, אדער מ'קען עס נישט ענטפערן אין א נאטשעל, אדער עס איז טאקע צו קאמפליצירט מסביר צו זיין דעם תירוץ, לאז געמאך, און א דאנק אייך פאר'ן פרובירן.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 3, 2012 12:55 pm

· #9553

ס'איז פאראן א טעאריע אז צייט אליין לויפט היינט פאמעליכער ווי אינעם עבר. דאס איז אבער נישט קיין מעינסטרים טעאריע -- די סייענטיפישע עסטאבלישמענט האט עס דערווייל נישט אקצעפטירט. די קשיא פארוואס צייט בעצם טוישט זיך נישט הגם זי איז א דימענסיע נעמט זיך דערפון וואס מיר משל'ן זיך אויס צייט ווי א דימענסיע וואס זעט אויס פונקט ווי מקום; ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי. די צייט-דימענסיע האט פארט אנדערע פראפערטיס.

וואס איז אבער יא אמת: די עקספאנסיע פונעם אוניווערס באדייט אז עס קומט צו ספעיס צווישן די גאלאקסיעס. דאס מיינט אז די ליכט פון געשעענישן אינעם עבר דארף דעקן א גרעסערן שטח אנצוקומען ביז אונז.

קול דודי » דאנערשטאג מאי 3, 2012 1:23 pm

· #9563
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט
איז איינשטיינ'ס תירוץ אז פאר'ן פארנדן לויפט די צייט פאמעליכער ווי פאר'ן שטייענדיגן. א סעקונדע אין תנועה געדויערט לענגער ווי א סעקונדע שטייענדיג אויף איין פלאץ.

גוט. א קליינע פונקט, אבער ס'איז קריטיש וויכטיג פאר'ן הבנה פונ'ם ענין: פאר'ן שטייענדיגן דאכט זיך אז פאר'ן פארענדיגן גייט די זייגער פאמעליכער. פארשטייט זיך אז פאר'ן פארנדיגן דאכט זיך גאר אז פאר'ן שטייענדיגן גייט די זייגער פאמעליכער! איז ווער איז גערעכט? דער תירוץ: ביידע זענען גערעכט. ס'איז רעלאטיוו. עס ווענדט זיך פון וועמענס קוק-ווינקל די ווילסט עס באטראכטן. פאר ביידע גייט דעם אנדערנס זייגער באמת פאמעליכער.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 7, 2012 7:50 pm

· #16733
ישר כח קול דודי פארען דאס אויסקלארן, מען דארף נישט זיין קיין סייענטיסט צו פארשטיין אז די עצם צייט קען זיך נישט טוישן, א סעקונדע איז א סעקונדע נישט קיין חילוק צו מען שטייט אדער פליט, יעצט מיט דיין הסבר אז עס דאכט זיך נאר איז הכול מובן.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:38 pm

· #34856
פשוט-קאמפליצירט
איין אויסנאם איז א ליכט שטראל. א שטראל וועט צו יעדן פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט. אז עמיצער אויף דער באן וועט אנצינדן א פלעשלייט, וועט דער שטראל פליען 186,000 מייל פער סעקונדע פון יעדנס פערספעקטיוו. אפילו די באן זאל פליען ביי א שנעלקייט פון 100,000 מייל פער סעקונדע, וועט עמיצער פון דרויסן זען דעם שטראל פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט ווי עמיצן אויף דער באן.

וויאזוי איז עס אבער מעגליך? איז דא איין איינציגער הסבר. והוא, אז דער ממוצע וואס טראגט א ליכט-שטראל איז עפעס וואס שטייט שטיל און רירט זיך קיינמאל נישט. דער דאזיגער ממוצע איז דין-דקות'דיג גענוג אז עס געפינט זיך איבעראל, אין אלעם, ארום אלעם - אזא סארט (בדרך משל ומליצה) ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין. דער ether שטייט שטיל און פארגליווערט אויף איין פלאץ, און וועגן דעם זעען מיר ליכט זיך אלעמאל טראגן מיט'ן זעלבן ספיד. דער "איטהער" איז די איינציגע זאך אין דער בריאה וואס רירט זיך נישט - ער איז אבסעלוט אומבאוועגליך - מצד יעדן: דער פארנדער באן, די מענטשן אינדרויסן, דער זיך-דרייענדער ערד, דעם פליענדן סאלאר סיסטעם אא"וו. דער איטהער איז, כלומר, די שינעס אויף וועלכע א ליכט שטראל פליט. היות דער איטהער שטייט שטיל פון יעדנס פערספעקטיוו, זעען מיר יעדע זאך וואס טראגט זיך אין אים אייביג פליען מיט'ן זעלבן ספיד.

פארשטיי איך נישט געהעריג, עניות דעתי איז מחייב אז אזוי ווי תנועה קען זיך נאר רעכענען רעלאטיוו צו וואס עס נעמט איהם ארום, מוז מען קענען זעהן בעיני בשר די מציאות לגבי וואס מען איז מייחס די תנועה, און אויב נישט וועט מען אטאמאטיש רעכענען די תנועה לגבי די ערשטע זעהבארע מציאות וואס נעמט ארום די תנועה, והגע בעצמך, א באן פארט דורך א פעלד וועט דען זיין א חילוק צו בשעת מעשה בלאזט ארום דעם באן א מורא'דיגע שטארקע ווינט? אודאי נישט, אלעמאל וועט מען רעכענען די תנועה פונעם באן לגבי דעם פעלד.

ואולי אולי קען מען מחדש זיין אז באמת זעהט מען יא דעם 'איטער', נאר אזוי ווי ער געפינט זיך איבעראל כאפט מען נישט אז מען זעהט עס [עס וועט אבער לכאורה נישט פארענטפערן די ציור מיט'ן באן און דער ווינט].

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:03 pm

· #34875
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דיר באדערט, אבער דאס איז זיכער, אז א פארענדע באן ווערט יא נשפע פון די ווינט אינדרויסען, טאקע א מינימאלע השפעה, אבער דאך א השפעה.

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:10 pm

· #34885
א דאנק ונבנתה פארן אהערצייגן דעם אינטערעסאנטן און העכסט איפארמירענדער געהענגל פון ימים מקדם, כ'האב עס נישט באמערקט ביז היינט, האביך עס יעצט דורכגעליינט בנשימה אחת.
און אן עקסטערן דאנק פאר פשוט-קאמפליצירט, קול דודי און שרגא (כ'האב איינעם אויסגעלאזט?) פארן עס אזוי שיין אויסשמועסן.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:16 pm

· #34892
געפילטע פיש
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דיר באדערט, אבער דאס איז זיכער, אז א פארענדע באן ווערט יא נשפע פון די ווינט אינדרויסען, טאקע א מינימאלע השפעה, אבער דאך א השפעה.
וואס מיר באדערט איז אזוי: איך נעם אן פאר א דבר פשוט אז דער אויג קען נאר רעכענען תנועה רעלאטיוו צו א אנדערע זעהבארע זאך, א קאר רעלאטיוו צו די גאס וואו ער פארט, וכדומה.

אויב אזוי ווי אזוי קען מען זאגן אז פארדעם זעהט יעדער ווי ליכטיגקייט רירט זיך אין די זעלבע שנעלקייט ווייל די אויג רעכענט עס רעלאטיוו צום איטער [און דער איטער שטייט אויף איין פלאץ פון יעדן'ס פראספעקטיוו], אין דער צייט וואס דער איטער איז - לכאורה - אומזעהבאר?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:26 pm

· #34895
נישט אינגאנצען, די תנועה פון ליכט שטראלן זען מען רעלאטיוו צום אבזערווער, נישט רעלאטיוו צום אומעקזעסטירענדען איטער.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:25 pm

· #34926
נו אויב אזוי וואלט דאך די תנועה פון די ליכט זיך געדארפט רעכענען רעלאטיוו צו די תנועה פונעם אבזערווער, ומה הועילו חכמים באיטער?

קול דודי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:29 pm

· #34966
ונבנתה העיר
איך נעם אן פאר א דבר פשוט אז דער אויג קען נאר רעכענען תנועה רעלאטיוו צו א אנדערע זעהבארע זאך, א קאר רעלאטיוו צו די גאס וואו ער פארט, וכדומה.

כ'וועל ענטפערן אויף ענגליש. ביטע איבערטייטשן, ווער ס'קען.

"Motion" and "observer" is used in a more precisely defined way then what you are accustomed to. Nobody actually cares much about what you can perceive with your naked eye. The question is, Can you use the physical laws to differentiate motion from non-motion? p

As an example: You drop a ball. Where does it fall? Straight down, right? Now go on a jet travelling really fast (~450 MPH!) and close all shades and muffle all sounds, and then drop a ball. Where does it fall? Still straight down. The same. You cannot tell whether the plane is in motion. Hence the airplane is not "moving" relative to you: all physical laws remain the same.

Now get in the same airplane with the same conditions and make it go in a really tight circle. Now drop a ball. Where does it go? Towards the outside wall! Now you've got some motion even relative to you (which is generally the case with motion not in a straight line). p

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:12 am

· #34974
אה, קול דודי הנה זה בא!

דו פירסט אבער נישט אויס לגבי איטער.

מסברא וואלט איך געזאגט אז אפי' תנועה איז נישט געבויעט אויף וואס דער אויג כאפט אויף, קען עס אבער נישט מאכן קיין סתירות אין וואס מען זעהט.

דהיינו, בשלמא ווען איטער איז א זעהבארע מציאות פארשטיי איך גוט אז יעדער - סיי דער וואס שטייט אויף די ערד און סיי דער וואס פארט אויף א באן - וועט זעהן ווי ליכטיגקייט רירט זיך מיט די זעלבע שנעלקייט, ווייל ביידע מענטשען וועלן באטראכטן די ליכטיגקייט ווי שנעל זי ריקט זיך לגבי די איטער.

אבער אז די איטער איז אומזעהבאר וועט דאך דער וואס שטייט אויף די ערד רעכענען די ליכטיגקייט לגבי די ערד, און דער וואס איז אויפן באן וועט עס רעכענען לגבי די באן [וואס פון זיין פראספעקטיוו שטייט די באן אויף איין פלאץ], און די צוויי וואלטן געדארפט אנקומען צו אנדערע שנעלקייטן.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:31 am

· #34985
נאך א נקודה וואס איך פארשטיי נישט:

פארוואס וועט זיך נאר ליכטיגקייט רעכענען ביחס צום איטער, פארוואס זאל נישט יעדער - אפגעזעהן פון זיין אייגענע תנועה - זעהן ווי א עראפלאן פליהט מיט די זעלבע שנעלקייט רעלאטיוו צום איטער?

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:37 am

· #34995
ונבנתה העיר
נאך א נקודה וואס איך פארשטיי נישט:

פארוואס וועט זיך נאר ליכטיגקייט רעכענען ביחס צום איטער, פארוואס זאל נישט יעדער - אפגעזעהן פון זיין אייגענע תנועה - זעהן ווי א עראפלאן פליהט מיט די זעלבע שנעלקייט רעלאטיוו צום איטער?

דאס קען מען נאך פארשטיין, א באן פארט אויף די ערד דאס איז זיין יסוד און אין דעם איז ער באגרעניצט, ממילא איז פארשטענדליך אז מען מעסט זיין געלויף רעלאטיוו צו דער ערד. א עראפלאן פארט אין די אטמאספערא וואס אין דעם איז ער באגרעניצט, ממילא רעכנט מען זיין געלויף רעלאטיוו צו דער אטמאספער וואס דאס איז זיין יסוד. משא״כ דאס געלויף פון ליכטיגקייט איז נישט שייך צו באגרעניצן צו דער ערד אדער די אטמאספער ווייל ער לויפט דאך איבעראל אפילו אינדרויסן פונעם אטמאספער, דא קומט שוין אריין די איטער וואס דאס איז די יסוד אין וואס דער ליכטיגקייט איז באגרעניצט אין איר, ממילא קומט אויס אז ווען מען מעסט דאס געלויף פונעם ליכטיגקייט וועט מען עס מוזן מעסטן רעלאטיוו צו איר יסוד וואס דאס איז די איטער. אין איין שורה: מען וועט אייביג מעסטן דאס געלויף פון א זאך רעלאטיוו צו איר יסוד אין וואס זי איז באגרעניצט, ביים באן איז דאס די ערד און ביי ליכטיגקייט איז דאס די איטער.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:35 am

· #35001
ונבנתה, קלאר דיך אויס אביסל, דו רעדסט פון ניוטאניען פיזיקס אדער ספעשיל רעלאטיוויטי? אויב רעדטסטו פון איינשטיינס טעאריע, ווי קומט דא אריין איטער?

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:38 pm

· #35303
זאלסט מיר מוחל זיין מיין עם הארצות, איך האב די סוגיות קיינמאל נישט געהעריג געלערנט.

אין איינשטיין'ס תורה רעד איך אודאי נישט, אין ניוטאן'ס ווייס איך נישט.

איך רעד פון דעם שטיקל וואס איך האב פריער געקוואט פון פ"ק, וז"ל:
פשוט-קאמפליצירט
איין אויסנאם איז א ליכט שטראל. א שטראל וועט צו יעדן פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט. אז עמיצער אויף דער באן וועט אנצינדן א פלעשלייט, וועט דער שטראל פליען 186,000 מייל פער סעקונדע פון יעדנס פערספעקטיוו. אפילו די באן זאל פליען ביי א שנעלקייט פון 100,000 מייל פער סעקונדע, וועט עמיצער פון דרויסן זען דעם שטראל פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט ווי עמיצן אויף דער באן.

וויאזוי איז עס אבער מעגליך? איז דא איין איינציגער הסבר. והוא, אז דער ממוצע וואס טראגט א ליכט-שטראל איז עפעס וואס שטייט שטיל און רירט זיך קיינמאל נישט. דער דאזיגער ממוצע איז דין-דקות'דיג גענוג אז עס געפינט זיך איבעראל, אין אלעם, ארום אלעם - אזא סארט (בדרך משל ומליצה) ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין. דער ether שטייט שטיל און פארגליווערט אויף איין פלאץ, און וועגן דעם זעען מיר ליכט זיך אלעמאל טראגן מיט'ן זעלבן ספיד. דער "איטהער" איז די איינציגע זאך אין דער בריאה וואס רירט זיך נישט - ער איז אבסעלוט אומבאוועגליך - מצד יעדן: דער פארנדער באן, די מענטשן אינדרויסן, דער זיך-דרייענדער ערד, דעם פליענדן סאלאר סיסטעם אא"וו. דער איטהער איז, כלומר, די שינעס אויף וועלכע א ליכט שטראל פליט. היות דער איטהער שטייט שטיל פון יעדנס פערספעקטיוו, זעען מיר יעדע זאך וואס טראגט זיך אין אים אייביג פליען מיט'ן זעלבן ספיד.

דהיינו אז כדי צו פארענטפערן ווי אזוי עס קען זיין אז יעדער איינער וועט זעהן ווי ליכטיגקייט פליעט מיט די זעלבע שנעלקייט, האבן די חכמים הראשונים מחדש געווען [און מען האט עס שוין אפגעפרעגט פאר איינשטיין] אז עס איז דא א מציאות פון איטער, און יעדער איינער באטראכט דעם געלויף פון ליכטיגקייט רעלאטיוו צום איטער וואס רירט זיך נישט פון פלאץ, ממילא וועט יעדער איינער זעהן ווי עס פליעט מיט די זעלבע שנעלקייט.

איז מיר שווער, אויב קען מען דעם איטער נישט זעהן איז ווי אזוי קען אונזער מח באטראכטען די ליכטיגקייט רעלאטיוו צום איטער, לכאורה זאגט דער סברא אז יעדער וועט באטראכטן די ליכטיגקייט רעלאטיוו צום נענטסטן זעהבארע אבדזשעקט וואס רירט זיך נישט [פון זיין פראספעקטיוו].

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:25 pm

· #35327
עקספערימענטען אויף ספיד אוו לייט איז טאקע פארוואס ניוטאנס פיזיקס צוזאמען מיטן איטער האט נישט געשטימט. און דאס אז ליכטיגקייט איז רעלאטיוו צום אבזערווער האט אויך גארנישט מיט ניוטאן אדער חכמים הראשונים ווי דו רופסט זיי.

שטעל דיך נישט אפ, לייען ווייטער די גאנצע אשכול און זאכן וועלן ווערן פארענטפערט.

קול דודי
פ״ק, געוואלד געשריגן, ס׳איז אופכא מסתברא. קיינעם פאר איינשטיין איז געקומען איז נישט איינגעפאלן אז ליכטיקייט גייט מיט אן אבסאלוט שנעלקייט: ווייל אויב יא פרעגט דאס קשיות אויפן איטהער! די מייקלסון-מארלי עקספערימעמט האט געוויזן אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל און אלע דירעקשנס, וואס דאס טאקע גופא האט געפרעגט א קשיא אויפן איטהער; דער איטהער איז נישט געווען א תירוץ אויף דעם! (כאטש אפילו צום סוף איז מען יא אויפגעקומען מיט א תירוץ.)

יידל
יא, איך מיין אז קול דודי איז גערעכט און דאס אז ליכטיגקייט האט אן אבסאלוטער שנעלקייט האט די מייקסאן מארלי עקספערימענט אויפגעוויזן.

may be maybe » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:42 am

· #37156
מי אנוכי אריין צו רעדן בין ההרים הגדולים, נאך דערצו איבער טעמעס וואס איך בין נישט גרינטליך באקאנט אין איר, נאר תורה הוא וללמוד אני צריך.
טייערער פשוט-קאמפליצירט, עס איז זייער שיין צו זעהן וואו די פילעוועסט אין די יסודות אין סודות פין די בריאה, יישר חילך.
עס וועט דיר אוודאי נישט באנג טאן אז איך וועל שרייבען אפאר אנמערקונגען-שאלות אויף די מאמרים אין דיין אשכול. והנה..

די מושג אז 'צייט' איז פשוט א וועג פין מעסטן שינוי-גשעענישען, איז גאר אן אלטע. עס איז דעריבער פשוט אז צייט איז ביחס צו געשענישען. אין אויב מען זאל זיך מצייר זיין א וועלט אהן קיין שינוי, וועלן מיר האבן א וועלט אהן קיין 'צייט'.
'מקום' איז אויך די זעלבע, עס איז פשוט אז מקום-מרחק איז ביחס צו אן אנדערן מקום ואכמ"ל.
די אויבענדערמאנטע נקודות איז שוין געווען גיט באקאנט נאך אין די צייטן פין די גריכישע פילאזאפען.

די קאנאנדרום וואס האט קאנפראנטירט איינשטיין איז [אזוי ווי די האסט מציין געווען] די מייקלסאן-מארלי עקספערימענט. פארוואס איז די ליכטיקייט נישט געלאפען שנעלער ווען עס האט געהאט מיט זיך די הוספה פינעם ערד קיגעל געלויף?
אע"פ אז איך קען נישט זאגען אז איך האב ארויס איינשטיין'ס תירוץ בשלימות, איז לענ"ד די נקודה פין זיין תירוץ ווי פאלגענד.
וואס מיינט א 'מייל'? וואס מיינט סיי וועלעכע מדה פין מרחק? פרוביר דאס צו מסביר זיין אהן ניצען משלים פין פאקטן, געב מיר די אבסטראקטער רעיון פין מרחק.
מיר דאכט זיך אז 'צייט' וועט אריינקומען אין די פיקטשער. ווייל מרחק איז די צייט וואס עס דויערט אנצוקומען פין א' צו ב'.
די זעלבע וועט זיין ווען מען וויל מסביר זיין 'צייט'. וואו דערמאנט איז 'צייט' א מדידה פין שינוי. אלע שינוים זענען אוסדריקלעך נאר אין מקום. אפי' פארב, טעיסט, אין טעקסטור זענען בעצם שינוים אינעם כעמיקאל סטרוקטור ד.ה. שינוים אין די פלאצירונג [מקום] פין די עלעקטראנס וכדו'.
פארשטייט זיך אז 'ספיד' איז דאך פשוט אז עס איז די קאמבינעישאן פין די ביידע זאכען. מייל פער שעה איז מרחק פער זמן. די חידוש וואס מיר רעדען דא איז אז די עצם מהות פין צייט האט אין זיך די מהות פין מקום וכן להיפך. (דאס געט אונז שוין עפעס אנצוהערען אז די ביידע זענען אינטערקאנעקטעד איינס צום אנדערען.)

לאמיר צוריק גיין צו אונזער אפטייטש פין מקום-מרחק, " די צייט וואס עס דויערט אנצוקומען פין א' צו ב' ".
פרעגט זיך, "וואס עס דויערט" פאר וועם? די תירוץ (לענ"ד) איז אז מיר רעכענען לויט די שנעלקייט פין עלעקטרא-מאגנעטיק ענערגיע. עס איז נישטא קיין ריר אין די בריאה אהן די פונדענמענטאלע עלעקטרא-מאגנעטיק ענערגיע. מיר זענען הארד-ווייערד מיט אט די ספיד. אלע אונזער חושים ארבעטען מיט עלעקטרא-מאגנעטיק ענערגיע. אפי' ווען מיר כאפען א קלאפ פין א שוואכערע ספיד [האפענטליך], טיט זיך דאס טראנספערען צי די כעמיקאלע סטורקטור פין מיין האנט וואס דאן פארט די שינוים ביז צי מיין מוח. אלעס מיט די ספיד פין עלעקטרא-מאגנעטיק ענערגיע.
אויב אזוי קימט אויס אז די ספיד פין ליכט איז אריינגעוועבט אין אונזער אויסשטעל פין מקום-מרחק. יעצט אויב מיר דילען מיט א ספיד וואס איז שנעלער פין ליכט, אפעקטירט עס אונזער הגדרה פין מקום.
אין אמת'ן דארף דאס נאך אסאך מער נתלבן ווערן דא, אבער מה אעשה אז מיין עמפלאיער האלט אז 9:00 מארגען צופרי איז אבסולוט צייט. ומה גם אז די ענין איז לענ"ד זייער זייער א טיפער בצירוף אז עס איז מיר ביטער שווער דאס צו שרייבען אין אידיש. איך האב נאר געשריבען להערה בעלמא אז לענ"ד איז די ענין אינגאנצען נישט וואס די שרייבערס האבען געשריבען אין דעם אשכול. אבער ח"ו נישט לקנטר.

קול דודי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:58 am

· #37177
Maybe, I don't have time right now, but although you are on to something, there's few fundemental flaws in your understanding

1)
While change is indeed measured in events, it isn't tied necessarily to a change in place. A change in energy levels or identity of particles works just as well.

2)
ElectroMagnetism does not mediate everything in our universe. (Although your point that it mediates a lot is valid). It is only one of four fundemental forces. To mention another very common one, gravity is not mediated by E/M.

3)
Einstein was not bothered by the Michelson-Morley experiment; there are many indications that he didn't even know about it. What bothered Einstein was that Maxwel's equations violates Newtonian relativity. But that's a seperate subject.

I'd love to write more, but time interfere. (heh.)

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:27 am

· #37185
"may be maybe" זאגט א גוט ווארט. לגבי קול דודי'ס הערות מיין איך אז נאר די דריטע חלק איז א ערנסטע קושיא מיט וואס מעי בי מעיבי דארף זיך ספראווען. אבער די ערשטע צוויי הערות - בעת זיי זענען טאקע אמת - פרעגט עס אבער נישט אפ מעיבי'ס נקודה.
בלאט: 1 2 3 4