☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווערטער בוך

ווערטער בוך

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #431
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:23 am

· #233233
ישראל קאפקע
קרעמער1
עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)

בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר

איך וויס נישט וואס אויבצואוואר מיינט, וועדליג (וועדלוג) מיינט לויט אים/זיינע according to, וועדליג די דאקטערס ראט, וועדליג דיינע מיטלען.

די אלע אויבנדערמאנטע אויסדרוקן זענען ענדערש רעגיאנאלע אויסדרוקן ווי פונדאמענטאלע טיילן פון דער אידישער שפראך:
"בילכער" , איז די זעלבע ווי "ענדערש". אין ענגליש "Preferred". The former, is derived from Eastern-Europe; The latter is more of German/W. European origin:
וויעס: אין ענגליש:=Eyelid.
וועדליג/אויבצוואר=:despite/In spite of... the physician's advice...(In your example.)

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:21 am

· #233245
וועדליג מיינט נישט אויבערצואוואר,
וועדליג איז טייטש ,according, per לפי, לויט,
אויבערצואוואר איז פונקט פארקערט, טראץ, כאטש, even though, despite,

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:26 am

· #233246
ישראל קאפקע
וועדליג מיינט נישט אויבערצואוואר,
וועדליג איז טייטש ,according, per לפי, לויט,
אויבערצואוואר איז פונקט פארקערט, טראץ, כאטש, even though, despite,

ס'איז נישט "אויבערצוואר". נאר "אויבצוואר". א דייטש/יעקיש ווארט...!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:33 am

· #233248
נישט קיין חילוק וואס די ווארט איז פונקטליך, איך האב נישט געהערט די ווארט פארדעם, נאר אז איך זע וואס דו טייטשט עס זע איך אז עס מיינט פונקט פארקערט ווי וועדליג.
איך פלאן נישט צו נוצן דעם ווארט אין דעם נאנטן צוקונפט
בלאט: 1 2