☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז א חילוק ווי מען ליגט?!

איז א חילוק ווי מען ליגט?!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6452

סאשי פיש » דינסטאג מאי 20, 2014 1:31 pm

· #201325
איז א חילוק ווי מען ליגט?!
אזוי ווי לעצנטענס גייט נישט דורך קיין טאג וואס מען זאל נישט רעדן וועגן נפטרים און מען רעד שטארק ארום וועלכע בית החים איז בעסער צו ליגען.

וויל איך אויסשמוסען די נקודה אויף א תורה'דיגע אופן, צו עס איז א חילוק אויב איך ליג אין מיין פריוואטע בעקיארט - אדער אין א בית החים ווי מאנרא - ניו זשערזי?

איז דא אן ענין צו ליגען לעבן א צדיק/רבי? אדער איז עס סתם א געפיל?

איין זאך זעט מען גראדע אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן שסב), אז מען מעג נישט באגראבען א רשע לעבן א צדיק. זעט מען אז עס איז יא דא א נידון לעבן וועם ליגען.
איך רעד נישט וועגן ליגן אין ארץ ישראל ווייל עס שטייט שוין בפירוש אין שולחן ערוך אז מען מעג אפילו מפנה זיין א נפטר ארויפצוטראגען קיין ארץ ישראל ווייל דארט האט מען א כפרה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וכפר אדמתו עמו.

איך זאג בדרך צחות אז אפשר לוינט זיך צו ליגן אין א גרעסערע בית החים ווייל עס גייט זיין גרינגער ביי גילגול מחילות ווייל עס גייט זיין אסאך גרעבער גייט מען קענען טוישען שיפטס און אנקומען שנעלער קיין ארץ ישראל.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 20, 2014 2:54 pm

· #201347
דאס האט שוין סאשי געשריבן אז לעבן א נישט ערליכע (רשע בלע"ז) שטייט אין שולחן ערוך

די שאלה איז צו עס איז דא א מקור אז עס איז א חילוק צו מען ליגט לעבן די רשכבה"ג אדער לעבן די עליקטרישע"ן וואס האט געדאווענט דריי מאל א טאג און אויסגעזאגט די יום תהלים און נאך געהאט א שיעור קבוע פארטאגס תורתך שעשועי/ישראל ואורייתא?

יין שרף » דינסטאג מאי 20, 2014 2:58 pm

· #201348
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב מיר טאקע געוואונדערט די מנהג פון מאכן א אוהל ארום די רבי'ס...

גאלד » דינסטאג מאי 20, 2014 4:05 pm

· #201369
דאס איז מער א יקרא דחיי ווי א יקרא דמותא, (לשון חז"ל סנהדרין), די משפחה זענען די וואס בענעפיטירן פון דעם אז זייער קרוב ליגט במקום מכובד, פארן נפטר איז עס לגמרי קיין נפק"מ לפענ"ד

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 4:24 pm

· #201372
די גמ' אין ברכות ברענגט אז די נפטרים אין קבר שמועסן צווישן זיך, ממילא ווילן זיי האבן גוטע קאמפעני...

יואליש » דינסטאג מאי 20, 2014 6:54 pm

· #201422
איז א חילוק ווי מ'זיצט?
איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.

יין שרף » דינסטאג מאי 20, 2014 7:00 pm

· #201423
יואליש
איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.

פילייכט זאגט רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט, ווייל יעדער איז דאך צוקריגט מיטן קאמפעטיטשען, וועט אזוי זיין שטיל ביים דאווענען...

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 21, 2014 7:27 am

· #201493
יין שרף
יואליש
איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.

פילייכט זאגט רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט, ווייל יעדער איז דאך צוקריגט מיטן קאמפעטיטשען, וועט אזוי זיין שטיל ביים דאווענען...


אדער מען וועט זיך קריגען....

כוכב » מיטוואך מאי 21, 2014 8:05 am

· #201498
איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.

לית דין בר נש » מיטוואך מאי 21, 2014 10:37 am

· #201519
כוכב
איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.

ניין ושכבתי עם אבותי מיינט ליגן מיט די עלטערן נישט מיט צדיקים און יא ליגן לעבן עלטערן/זיידעס מיין איך ווערט יא גיברענגט קען טאקע זיין אז יעקב אבינו איז די מקור. וועל פראבירן נאכצוקוקן.

outspoken » מיטוואך מאי 21, 2014 11:02 am

· #201528
אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין
📎 Untitled.jpg

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 21, 2014 11:09 am

· #201532
outspoken
אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין

ווי געפינט זיך די דאזיגע שטיקל דברי יואל? אין די תשובות?

ביטע אנצייכענען א קלארע מראה מקום.

outspoken » מיטוואך מאי 21, 2014 11:16 am

· #201539
צדיק נסתר
outspoken
אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין

ווי געפינט זיך די דאזיגע שטיקל דברי יואל? אין די תשובות?

ביטע אנצייכענען א קלארע מראה מקום.
📎 Untitled.jpg

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 21, 2014 11:27 am

· #201543
א דאנק אייך

סאשי פיש » מיטוואך מאי 21, 2014 2:22 pm

· #201581
@outspoken זייער אינטערעסאנט.

כוכב
איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.

@כוכב דו שרייבסט נישט די פארשידענע טעמים, רש"י ברענגט דריי טעמים 1) גילגול מחילות. 2) שלא יעשו עבודה זרה. 3) וועגן די כינים.
גארנישט וועגן ליגן דווקא לעבן עלטערן נאר בעיקר איז די געדאנק נישט צו ליגן אין מצרים